Book of Joel in Lithuanian Yiddish

 


יואל

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

 

געווידמעט ר′ יואל נאָרווילאַ, דעם אומדערמידלעכן ווילנער קעמפער פאַרן אָפּראַטעווען דעם אַלטן ווילנער יידישן בית⸗עלמין אויף פּיראַמאָנט

 

 

די פּרקים

א      ב      ג     ד

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב    ☜ הושע    ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

 

בווילנא

 

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום יואל לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

 

 

≡≡ פּרק א ≡≡

  • (א) אָדאָס איז דער דְּבַר יי, אַוואָס איז באַ יוֹאֵל⸗בֶּן⸗פְּתֿוּאֵלן געווען:
  •  
  • (ב) די זקנים — הערט זשע אוֹיסעט,
  • און האָרכט⸗זאַך צו, איר אַלע תושבים פונעם לאַנד:
  • אי′דען אַזעטקענע זאַכן געווען אין אײַערע טעג?
  • צי אין די טעג פון די אבות אײַערע?
  • (ג) איז גייט דערציילט אַפדערוף די קינדער אײַערע,
  • און ווײַטער די קינדער — זייערע קינדער,
  • און נאַכער ז י י ע ר ע קינדער — דעם אַנדערן דור:
  •  
  • (ד) אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז פונעם היישעריק⸗הַגָּזָם געבליבן, האָט אופגעגעסן דער גרויסער היישעריק;
  • און אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז  נאָך יענעם היישעריק געבליבן, האָט דאָך אופגעגעסן דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק;
  • און אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז נאָכן יֶלֶק געבליבן, האָט דאָך אופגעגעסן דער היישעריק⸗הַחָסִיל.
  •  
  • (ה) איז הייבט⸗זאַך אופעט פון שלאָף, שכורים וואָס איר זײַט און נעמט וויינען,
  • און אַ יללה לאָזט אַרוֹיסעט, איר ווײַנטרינקער,
  • אַפן זיסן ווײַן, אַלמאי ס′איז פון אײַער מוֹיל אָפּגעשניטן געוואָרן.

 

  • (ו) ווײַלע אָט אַזאַ מין פאָלק איז אופגעגאַנגען אַף מײַן לאַנד,
  • אַ שטאַרקער, אַוואָס עם איז גאָר ניט איבערציילן,
  • די ציינער זײַנען באַ עם פון אַ לייב די ציינער,
  • און באַ עם ווי באַ אַ רײַס⸗לייב די באַַקציינער.
  • (ז) ער האָט דעם ווײַנשטאָק מײַנעם פאַר אַ וויסטעניש געמאַכט, און פון מײַן פײַגנבוֹים — שפּענדלעך;
  • עם אַ ליידיקן געלאָזן און אַנידערגעוואָרפן, די צווײַגן פאַרווײַסעוועט.

 

  • (ח) איז קלאָגט, אַזוי ווי די יונגפרוֹי אָנגעגורט מיט זאַק,
  • ווײַלע זי טרויערט נאָכן מאַן פון די יונגע יאָרן.
  • (ט) פאַרשניטן געוואָרן איז דער קרבן מנחה,
  • מיטן יין נסך פונעם בֵּית יי,
  • ס′פּראַווען אבילות די כהנים, באַדינער פון גאָט.
  •  
  • (י) דער פעלד — באַרויבט,
  • און די לאַנד האָט אבילות געפּראַוועט,
  • אַלמאי באַרויבט איז — דער קאָרן,
  • דער נײַ⸗ווײַן געפּטרט, און דער בוימל באַאומגליקט.
  •  
  • (יא) איז שעמט זיך, איר, אַקערלײַט,
  • לאָזט אַ יללה, איר ווײַנגערטנערלײַט,
  • איבערן ווייץ מיט די גערשטן,
  • אַז די שניט פון פעלד איז אַזש קאַלע געוואָרן.
  • (יב) דער ווײַנשטאָק איז אוֹיסגעטריקנט, דער פײַגנבוֹים פאַראומגליקט;
  • דער מילגרוֹים, אָט אַזוי אויך דער טייטלבוֹים מיטן עפּלבוֹים,
  • אַז אַלע ביימער אַוואָס אַפן פעלד זײַנען פאַרוויאַנעט,
  • אַז די פרייד פון מענטשנקינדער איז פאַרוויאַנעט.

 

  • (יג) גורט⸗זאַך אָנעט מיט זעק, איר כהנים, און מאַכט אַ הספּד,
  • יללות לאָזט אַרוֹיסעט, איר וואָס באַדינען באַם מזבח.
  • קומט זשע און אין זעק נעכטיקט איבער,
  • איר באַדינער פון גאָט מײַנעם,
  • ווײַלע פונעם בית⸗אלהים אײַערן איז פאַרמיטן —
  • דער קרבן מנחה מיטן נסך⸗ווײַן.
  •  
  • (יד) אַ תענית ברייט אָנעט, אַן אײַנזאַמלונג רופט אײַנעט,
  • די זקנים רופט צונויפעט — די אַלע תושבים אַוואָס אין לאַנד,
  • אינעם בֵּית יי, אײַער גאָט,
  • און צו גאָט שרײַט זשע אוֹיסעט:
  •  
  • (טו) „אַזאָכנוויי דעם טאָג,
  • אַוואָס ער לאָקערט נאָענט, אָטאָ דער טאָג פון גאָט.“
  •  
  • און ווי אַַן אָנפאַל פון אָנפאַלער ′עט עס פון אַלמעכטיקן אָנקומען.
  • (טז) אַניט אַזוי — פאַר אונדזערע אויגן ווערן פאַרשניטן די מאכלים,
  • די פרייד מיט די גאַנצע גליקן פון הוֹיז פון אונדזער גאָט? 
  •  
  • (יז) אַז זיי זײַנען פאַַרשימלט געוואָרן, די פעסער מיט ווײַן,
  • אַוואָס אונטער די שפּונטן,
  • פאַרוויסט געוואָרן, די אוצרות פון ווײַן, און פון בוימל,
  • און די שײַערס מיט תבואה — זיי זײַנען דען צובראָכן.
  •  
  • (יח) אַז וואָס פאַראַ זיפצן, זיפצן זיי, די בהמות,
  • אַז זיי זײַנען אויכעט צומישט געוואָרן, די סטאַדעס פון רינדער,
  • אַז וואואַהין פּאַשען האָבן זיי ניט,
  • זײַנען זיי, די שטאַדעס פון רינדער, שוין אויכעט שולדיק געוואָרן.
  •  
  • (יט) אַז צו דיר, אָ רבונו⸗של⸗עולם, טו איך אוֹיסרופן,
  • אַלמאי אַ פײַער האָט דעם גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר אופגעפרעסן,
  • און פאַרברענט האָט אַ פלאַם די ביימער וואָס אין פעלד.
  • (כ) אַפילו די בהמות פון פעלד זיפצן פאַר דיר,
  • אַלמאי זײַנען אוֹיסגעטריקנטע די וואַסערקוואַלן,
  • און דעם גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר האָט אַ פײַער אופגעפרעסן.

 

≡≡ פּרק ב ≡≡

 

  • (א) אין ציון בלאָזט שופר,
  • און טוט שאַלטן אַף מײַן הייליקן באַרג,
  • אַז ציטערן זאָלן די תושבים אַוואָס אינעם לאַנד,
  • ווײַלע געקומען איז דער טאָג פון גאָט, ער איז נאָענט:
  • (ב) אַ טאָג פון חושך און פאַרפינצטערניש,
  • אַ פאַרוואָלקנטער, אַ טומאַנעדיקער טאָג,
  • ווי אַ שוואַרציקײַט אַף די בערג איבערגעצויגן;
  • אַ פאָלק אַ ריזעדיקער און אַ מאַכטיקער,
  • אָט אַזאַ איז גאָר אַף דער וועלט ניט געווען,
  • און נאַכער ′עט ניט זײַן,
  • ביזקל אין די יאָרן פון די דור דורות.
  •  
  • (ג) אַז פאַר עם האָט אַ פײַער אופגעפרעסן,
  • און נאָך עם וועט פלאַמען אַ פלאַַם,
  • ע ם ′עט אַזש ווי אַ גן⸗עדן זײַן די ערד וואָס פאַר עם,
  •  
  • און וואָס נאָכעם: אַ וויסטעניש ווי אין דער מדבר,
  • קין שריד⸗פּליט לאָזט ער ניט איבער.
  • אַלמאי אַ פײַער האָט די פעלדער אַוואָס אין וויסטעניש אופגעפרעסן,
  • און פאַרברענט האָט אַ פלאַם די ביימער וואָס אין פעלד.
  • (ד) באַ זיי איז די אוֹיסזעעניש אַזוי ווי די אוֹיסזעעניש פון פערד,
  • און טאַקע ווי רײַטער — אָט אַזוי אָ טוען זיי לויפן.
  •  
  • (ה) אַזוי ווי דער רעש פון קאַרעטן,
  • אַוואָס אַף די שפּיץ בערג טוען זיי טאַנצן,
  • אַזוי ווי דער רויש באַ אַ פלאַם פון פײַער וואָס עסט אופעט די שטרוי,
  • אַזוי ווי אַ מאַכטיקער פאָלק, אָנגעגרייט צו דער מלחמה.
  • (ו) פון פאַר זייער פּנים ציטערן די פעלקער,
  • אַז דער פּנים פאַרקנייטשט זיך אַזש מיט דאגהניש.
  •  
  • (ז) זיי לויפן ווי די גיבורים, ווי די חיילות וואָס קריכן אַרוף אַף אַ שטאָט⸗וואַנט,
  • און איטלעכער באַ זיי גייט אין זײַן גאַנג⸗וועג,
  • און זייערע וועגן פּלאָנטערט זיך ניט איינער מיטן אַנדערן,
  • (ח) און איינער דעם אַנדערן טוט ניט קין שטוֹיס,
  • נאָר איטלעכער אין זײַן שטעג,
  • פאַלן אַדורך די כלי⸗זין — אַזיי ווערן גאָרניט צעקאַלעטשעט.
  •  
  • (ט) אין שטאָט שפּרינגען זיי אַרײַנעט,
  • אַפן שטאָט⸗וואַנט לויפן,
  • אין די הײַזער גייען זיי אַרופעט,
  • ווי אַ גנב ′לן זיי אין פענצטער אַרײַנקריכן. 
  • (י) פון פאַר זיי האָט זיך געערדציטערנישט די לאַנד,
  • די הימלען שטורעמען אופעט,
  • די זון אַף לקוי חמה גייט, די לבנה אַף — לקוי לבנה,
  • די שטערן קלײַבן אַזש אַף קאַריק זייער טליאונג.
  •  
  • (יא) און גאָט ווידער, טוט זײַן קול געבן פון פאַר זײַנע חיילות,
  • אַז די מחנה זײַנע איז זייער גרויס,
  • ווײַלע אַמשטאַרקסטן איז דער מדַבּר וּמקַיים, 
  • ווײַלע גרויס איז דער טאָג פון יי —
  • ווער′עט עם דען יָכלען אוֹיסשטיין?

  • (יב) נאָר וואָדען, אַפילו איצטער אויכעט — דאָס איז דער דְּבַר יי —
  • קערט⸗זאַך צו מיר אומעט, מיטן גאַנצן האַרצן, מיט תעניתים, און מיט געוויין, און מיט אבילות,
  • (יג) רײַסט קריעה בעסער אײַער האַרץ איידער די מלבושים און —
  • קערט⸗זאַך אומעט צו יי אײַער גאָט,
  • ר′איז נאָכאַלעמען אַ חנון ורחום,
  • אַן אֶרך אפַּיים ורַב חֶסד, ער′ט רחמנות האָבן פון וועגן דער גזירה.
  • (יד) ווער ווייס, אפשר ט′ער האָבן אַ ישוב הדעת און אַ רחמים טאָן,
  • און לאָזן נאָך⸗זאַך גאָר אַ ברכה,
  • אַ קרבן מנחה מיט אַ ווײַן⸗אָפּערונג,
  • צו יי אײַער גאָט.

 

  • (טו) אין ציון בלאָזט שופר,
  • אַ תענית ברייט אָנעט, אַן אײַנזאַמלונג רופט אײַנעט,
  • (טו) דעם פאָלק רופט צונויפעט —
  • רופט צונויפעט די זקנים,
  • זאַמלט אײַנעט די קינדערלעך און די זייגנדיקע באַם ברוסט,
  • לאָזט דעם חתן פון זײַן חדר אַרוֹיסעט,
  • די כלה פון אונטער דער חופּה,
  • (יז) צווישן דעם אולם מיטן מזבח,
  • זאָלן דען די כהנים, די משרתים פון גאָט, זיך צעוויינען; איז זאָלן זיי אַ זאָג טאָן: 
  •  
    • „דערבאַרעם⸗זאַך, אָ גאָט, אַף דײַן פאָלק און גיב ניט צו שאַנד די נחלה דײַנע,
    • אַז די פעלקער זאָלן דערפון אַ משל אָפּציען;
    • אַפאַרוואָס זאָלן זיי צווישן די אומות גיין זאָגן:
    • אַוואו איז דען זייער גאָט?“

 

  • (יח) דאַמאָלסט ′עט גאָט ערשט אייפערדיק ווערן פון וועגן זײַן לאַנד,
  • און אַף זײַן פאָלק אַ רחמנות האָבן.
  • (יט) טוט גאָט אַן ענטפער, אַזוי זאָגנדיק זײַן פאָלק: 
    • „אָט שיק איך אײַך דעם קאָרן, דעם ווײַן, און דעם בוימל,
    • און איר′ט זיך מיטדערמיט אָנזעטיקן,
    • מער פאַר קין חרפּה פאַר די פעלקער וועלעך אײַך ניט מאַכן;
    • (כ) און פון אָט יענעם פון צפון וועלעך אײַך אָפּווײַטערן,
    • אין אַ לאַנד אַ וויסט⸗און⸗ליידיקן ′עלעך עם פאַרשטויסן —
    • מיטן פּנים צום ים אַוואָס אין מזרח,
    • און מיטן הינטערחלק אַזש צום ים וואָס אין מערב;
    • און ס′עט זיך הערן מיט זײַן געשטאַנק, און אַווירן מיט זײַן סרָחה;
    • ווײַלע גרויסאַרטיק האָט ער עס געמאַכט.“
    •  
  • (כא) איז האָב קין מורא ניט, דו, ערד, גיי פריי⸗זאַך, און זײַ זשע גליקלעך, 
  • ווײַלע גרויסאַרטיק האָט ער עס געמאַכט.
  • (כב) איז האָט ניט קין מורא, איר בהמות אַוואָס אין די פעלדער,
  • ווײַלע דער גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר נעמט געבן גראָזן,
  • און דער בוים זײַנע פּירות טראָגט,
  • דער פײַגנבוֹים מיטן ווײַנשטאָק באַווײַזן זייער גבורה.
  •  
  • (כג) איז נעמט זיך פרייען און אַזש גליקלעך זײַן, אָ בני ציון,
  • אין יי אײַער גאָט,
  • אַוואָס ער גיט אײַך דעם לערער צו גערעכטיקײַט,
  • און ברענגט אײַך אַראָפּעט דעם רעגן,
  • דעם פרי⸗רעגן און דעם שפּעט⸗רעגן — באצײַטנס.
  • (כד) ס′עלן פול ווערן די שײַערס מיט תבואה,
  • ס′עלן רוישן די קעלטער מיטן ווײַן און מיטן בוימל:
  •  
    • (כה) „אַז אַף די יאָרן וועלעך אײַך באַָצאָלן,
    • אַוואָס ס′האָט אופגעפרעסן דער היישעריק —
    • דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק, מיטן היישעריק⸗הַחָסִיל, מיטן היישעריק הַגָּזָם,
    • דער גרויסער חיל מײַנער, אַוואָס כ′האָב אײַך אָנגעשיקט —
    •  
    • (כו) און איר′ט אָפּעסן, עסן און זאַט זײַן,
    • און טאָן לויבן דעם נאָמען פון יי אײַער גאָט,
    • וואָס האָט מיט אײַך געמאַכט אַף באַוואונדערן, די נסים,
    • און מער קיינמאָל ט′מײַן פאָלק ניט פאַרשעמט ווערן,
    • (כז) וועט איר וויסן זײַן, אַז איך בין יי אײַער גאָט — און ווײַטער קיינער,
    • און מער קיינמאָל ט′מײַן פאָלק ניט פאַרשעמט ווערן.“

≡≡ פּרק ג ≡≡

  •  
  • (א) „ס′וועט אַנאָכדעם זײַן,
  • אַז דעם רוח הקודש מײַנעם וועל איך אין איטלעכן בשר⸗ודם צעגיסן,
  • אײַערע זין און אײַערע טעכטער וועלן אַזש נביאות זאָגן,
  • די זקנים וואָס באַ אײַך וועלן אַזש טרוֹימען⸗חלומות טאָן פאַרחלומען,
  • און די יונגע ל′ן אַזש חזיונות טאָן זען.
  • (ב) און אַפילו אין שקלאַפן מיט שפחות,
  • וועלעך אין אָט⸗יענע טעג מײַן רוח הקודש טאָן צעגיסן,
  • (ג) און מופתים אין הימל און אַף דער ערד באַווײַזן,
  • דָּם. וָאֵשׁ. וְתִימֲרוֹת עָשָׁן —
  •  
  • די זון וועט קאַפּויער ווערן צו חושך,
  • די לבנה אַף בלוט,
  • פאַרן אָנקום פונעם גרויסן און אימהדיקן יום יי,
  • און ס′עט זײַן, אַז איטלעכער וואָס′עט אוֹיסרופן,
  • אין נאָמען פון יי, אָטאָדעמענען ט′מען אָפּראַטעווען,
  • ווײַלע אַפן הר ציון און אין ירושלים,
  • ′עט זײַן דער מקלט אַף פּליטה מאַכן, אָט אַזויאָ ווי ס′האָט גאָט געזאָגט,
  • און באַם שריד⸗פּליט אַוואָס גאָט רופט זיי אופעט.“

≡≡ פּרק ד ≡≡

    • (א) „אָטאָ, אין אָדיאָ טעג, און צו אָט די צײַט, אַווען כ′ל אומקערן דעם גלות פון יהודה און פון ירושלים,
    • (ב) און כ′ל אײַנזאַמלען די אַלע פעלקער,
    • און כ′ל זיי אַראָפּנידערן צום עמק יהושפט,
    • און כ′ל⸗זאך מיט זיי לאָדן אָט אָדאָרטן,
    • איבער ישראל — מײַן פאָלק און מײַן נחלה,
    • אַוועמען זיי האָבן צווישן די פעלקער פאַרשפּרייט,
    • און מײַן לאַנד צווישן זיך צוטיילט;
    • (ג) און גורל געוואָרפן איבער מײַן פאָלק,
    • אַ אינגל האָבן זיי פאַר אַ זונה געמאַכט,
    • אַ מיידל פאַר ווײַן פאַרקויפט, און אוֹיסגעטרונקען.“

 

    • (ד) „נאָכמער: וואָס זײַט איר דען פון מײַנטוועגן — צוֹר מיט צִידוֹן,
    • מיט די שטחים פון די פּלישתים;
    • איר′עט דען פון מײַנטוועגן נקמה⸗געלט באַצאָלן?
    • נאָר וואָס: אַז איר′ט נקמה⸗פון⸗מײַנטוועגן צוטיילן האַסטיק און גיך,
    • כ′ל איר אַף א ײַ ע ר ע קעפּ אַריבערפירן.
    •  
    • (ה) וויבאַלד איר האָט די זילבער מײַנע מיט די גאָלד מײַנע צוגענומען,
    • און די גוטינקע אוצרות געבראַכט אין אײַערע טעמפּלען,
    • (ו) און די בני יהודה מיט די ירושַלמער ט′איר פאַרקויפט די יוונים,
    • בכדי זיי דערווײַטערן פון זייערע געמאַרקן,
    • (ז) אָט וועלעך זיי מעורער זײַן פון די מקומות,
    • אַוואוהין איר′ט זיי אַוועקפאַרקויפט,
    • און די נקמה⸗געלט אומקערן אַף א ײַ ע ר ע קעפּ —
    •  
    • (ח) און פאַרקויפן וועלעך די זין מיט די טעכטער אײַערע,
    • אין האַנט אַרײַנעט באַ די בני יהודה,
    • און
    • זיי′לן זיי ווײַטער פאַרקויפן די שבָֿאער, צו אַ גאָר ווײַטן פאָלק“ —

ווײַלע אָט האָט גערעדט יי.

 

  • (ט) איז אָט וואָס זאָלט איר אין די פעלקער אוֹיסרופן:
  • אַף מלחמה גרייט זיך צו,
  • די מלחמה העלדן זאָלט איר מעורער זײַן,
  • זיי זאָלן צוקומען, אַרופעט,
  • די אַלע מלחמהלײַט.
  •  
  • (י) צושטויסט אײַערע שנײַדמעסערס אַף שווערדן,
  • און די אַקעראײַזנס אײַערע אַף שפּיזן.
  • זאָל דען זאָגן דער שוואַכינקער: אַ מלחמה⸗העלד בינעך!
  • (יא) אײַלט⸗צעך! טאָ קומט, פעלקער, די אַלע,
  • פון רונד⸗אַרום און זאַמלט⸗צעך אָנעט,
  • אַהינצוצו מאַך, זאָלן אַראָעט, יי, דײַנע גיבורים.
  •  
    • (יב) „זאָל מען די פעלקער מעורער זײַן, זיי זאָלן אַרופעט,
    • אינעם עֵמק יהושָפט,
    • ווײַלע אָט אָדאָרטן וועלעך טאָן זײַן,
    • כדי משפּטן די אַלע פעלקער רונד⸗אַרום.“
    •  
  • (יג) שיקט זשע דעם אַקעראײַזן,
  • ווײַלע צײַטיק איז דער שניט,
  • קומט און טוט טרעטן, דער קעלטער איז אָנגעפילט,
  • די פעסער גיסן⸗זאַך שוין איבער —
  • נאָר וואָס, אַ סך שלעכטיקײַט באַ זיי איז פאַראַן.
  •  
  • (יד) אַ המון⸗עם, אַ המון⸗עם, אינעם „עמק פונעם פּסק“,
  • ווײַלע נאָענט איז דער יום יי אינעם עמק פון פּסק.
  •  
  • (טו) די זון און די לבנה ווערן פאַרשוואַרצט,
  • די שטערן קלײַבן אַזש אַף קאַריק זייער טליאונג.
  •  
  • (טז) און גאָט וועט פון ציון אַ שרײַ טאָן,
  • און זײַן קול פון ירושלים נעמען געבן,
  • שטורעמען⸗ציטערן וועלן הימל און ערד;
  • יי וועט אַ מקלט זײַן פאָלק זײַן,
  • אַ פעסטונג די בני ישראל.
  •  
    • (יז) ט′איר וויסן זײַן, אַז איך, יי אײַער גאָט,
    • טו פאַראַן זײַן אין מײַן הייליקן הר ציון,
    • דאַמאָלסט ′עט הייליק זײַן ירושלים,
    • און די פרעמדע וועלן אָדאָרטן מער ניט אַדורך.
    •  
    • (יח) און ס′עט זײַן, אין אָט יענעם טאָג,
    • אַז די בערג וועלן אַראָפּטריפן מיט זיסן ווײַן,
    • און די היגלען מיט מילך וועלן פליסן,
    • און ס′עט גיין די וואַסער אין די אַלע וואַסערקוואַלן אַוואָס אין יהודה.
    •  
    • און אַ וואַסערקוואַל ′עט פונעם בית יי אַרוֹיסעט,
    • אַף געבן אָנטרינקען דעם נַחל⸗השִטים.
    •  
    • (יט) מצרים וועט אַ וויסטיקײַט ווערן,
    • און אדום אַ וויסטער מדבר וועט ווערן,
    • פון וועגן דער רציחהניש אַף די בני יהודה,
    • וואָס די ריינע בלוט זייערע האָבן זיי פאַרגאָסן,
    • אַזש אין אייגענעם לאַנד.
    •  
    • (כ) נאָר וואָדען: אייביק ′עט יהודה באַזעסן ווערן,
    • און ירושלים — אַף דור⸗דורות.
    • (כא) און כ′ל ריינמאַכן זייער בלוט,
    • וואָס כ′האָב פרייער ניט ריינגעמאַכט —
    • ווי גאָט טוט אין ציון פאַראַן זײַן!

 

חזק

 

 


  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • שבט תש″ף

 

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.