A Yiddish Cultural Dictionary

for the 21st Century


 

ווילנער יידישער (און אידישער) ווערטערבוך

„אידיש ויידיש בלשון אחת“

—פון—

דוד קאַץ
(הירשע⸗דוד כ″ץ)
 

 

בווילנא

ווילנא תשפ″ג               ווילנע 2023

Vilnius 2023


 

AN ENGLISH-YIDDISH DICTIONARY

(A WORK IN PROGRESS IN VILNIUS, LITHUANIA (DRAFT ONLY

www.YiddishCulturalDictionary.org

by
Dovid Katz

in memory of my father Menke Katz and to inspire this dictionary’s users to read his poetry

 

 

הילע געצייכנט פון גיעדרע בעצאָניטע  |   Cover illustration by Giedrė Beconytė

 

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O     P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y    Z

 

 LIST OF ABBREVIATIONS AND SYMBOLS

 .

TIPS FOR USERS:

(1) YCD is not fully loaded until you can scroll down easily to the end of the alphabet at “Z”. Please give YCD a few minutes. Once loaded, the Search functions (on top or via your browser) should work in good time. 

(2) In the event of mechanical failure, please consult the internet archive’s latest available version of YCD.

(3) Students of modern Yiddish literature are directed to Yiddish-English dictionaries. See also an early draft of the Ashkenazic Dictionary.

(4) Please send in corrections as well as missing words you would like to see in YCD (at: info@yiddishculturaldictionary.org). Note that some issues of duplication and inconsistency will be addressed at a much later stage, hopefully with the benefit of continuing extensive international input.

Ornament2

 

(COMMITTEE OF FOUNDERS (2018-2019

 

VIVIAN FELSEN

LEONARD SACHS

JACOB SYSSER

S. CHIC WOLK

2020:

Support from World Jewish Congress Yiddish Center (Vilnius)

Support from Rebecca Cook (Preserving Yiddish and Defending History, York, Pennsylvania)

2022:

Support from Rebecca Cook (Preserving Yiddish and Defending History, York, Pennsylvania)


Compiled with reference to the author’s earlier work in Yiddish stylistics (digitized), grammar, sociology, history, dialectology (& in-situ expeditions), orthography (digitized), editing of journals & academic anthologiesoriginal fiction, Bible translation, and other fields of Yiddishcurrent and recent projects

How do you say it in Yiddish? Please type in your word in the search box at your left, or, if you prefer [COMMAND+f+your word]. When keying in Yiddish diacritics, best to use unicode’s right-Alt(Gr) for correct universal display. If the word you are looking for is not yet in the Yiddish Cultural Dictionary (©2022), please email it to us at: info-{a}-YiddishCulturalDictionary.org. Thanks also for corrections and suggestions. 

This is a project looking for a grant, built to be permanently improving and permanently available online free

Please donate the amount of your choice, writing in “for Yiddish dictionary”  — donations in the US are tax-deductible

Acknowledgments: Many works are consulted in the course of the project, including those by Paul Abelson; Alexander Astravukh, Solon Beinfeld & Harry Bochner; Aaron Bergman & Itche Goldberg; Solomon A. Birnbaum; Ignaz Bernstein; Raphael Finkel; Alexander Harkavy; Miriam Hoffman; Judah A. Joffe & Yudel Mark; Y.M. Lifschitz; Yudel Mark; Wolf Moskovich; Yitskhok Niborski & Simon Neuberg; Niborski, Vaisbrot, & Neuberg; Nehemiah Pereferkovich; Zalmen Reyzen; A. Roth; Mordkhe Schaechter; Gitl Schaechter-Viswanath & Paul Glasser; Yisroel Shteynberg (Israel Steinberg); Nokhem Stutchkoff; Mordechai Tsanin; Max Weinreich; Uriel Weinreich; and Yehoash & Spivak.
The project was inspired, over half a century, by Shimon Alperovich, Stanley H. Barkan, Hartog Beem, Solomon A. Birnbaum, Milan Chersonski, Donald Cohen, David Crystal, David Djanogly, Yoni Fain, Vivian Felsen, William J. Fishman, Itche Goldberg, Troim Handler, Benjamin Harshav (Hrushovski), Marvin I. Herzog, Miriam Hoffman, Gershon Jacobson, Y.Y. Jacobson, Harriet Jasper, Edward M. Katz, Blumke (Bliuma) Katz, Menke Katz, Kh. Sh. Kazhdan, Kalmen Kovl (Carl Cowl), Chatskel Lemchen, Yisroel Lempert, I.A. Lisky, Raphael Loewe, Shlomo Noble, David Patterson, Leyzer Ran, Aryeh Rohn, Mordkhe Schaechter, Meir Shub, Abraham Shulman, Sheine Sideraite, Harry Smith, Avrom-Nokhem Stencl, Abraham Sutzkever, Gershon Winer, Chic Wolk, and Wolf Younin.
Special thanks to colleagues who have read early drafts and offered suggestions: Leyzer Burko (Yiddish Dialect Dictionary, N.Y.); Randi Hacker; Stanley (Shimke) Levine (Oberlin); Michael Masarsky (N.Y.); Albert Rosenblatt (NY); Philip Schwartz (Wrocław).
A number of colleagues have gone much further and commented on hundreds (or indeed thousands) of entries, providing invaluable corrections, comments and suggestions, many of which have resulted in changes, and many of which will hopefully be acted on in the time to come. They are Chaim Berger (Monsey, N.Y.), Yeynesn Felendler (Kiryath Sefer, Israel); Julia Rets (St. Petersburg, Russia); and Arun (Arele) Schaechter Viswanath (Washington Heights, N.Y.). Mr. Viswanath’s critiques have illustrated anew that true scholars can constructively assist colleagues’ work in the midst of even pronounced differences of opinion. None of the colleagues acknowledged is responsible for errors or the opinions inherent in YCD.
YCD’s primary font is Frank Ruhl Curled Lamed by Maxim Iorsh with modifications by Yoram Gnat via the generous help of Aharon Varady at the Open Siddur Project.

 

Primary Dialect Designations

 

דרומדיק

(SOUTHERN (Polish & Hungarian lands

צפונדיק

(NORTHERN (Lithuanian & Belarusian lands

ד″מ (דרום⸗מזרח)

(SOUTHEASTERN (Ukrainian & neighboring

READ MORE

 

 


English-Yiddish Dictionary

 A

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z

ABBREVIATIONS AND SYMBOLS


 

 

A

(דער) אַ (ערשטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [ey].

 

a(n)

{אומבאַשטימטער אַרטיקל:} אַ;

{פאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָנעט מיט אַ וואָקאַַל:} אַן;

  {הערה: אין עלטערע מזרח⸗אייראָפּעאישע טעקסטן מיטן פולן ניקוד, דער עיקר פון נײַנצעטן יאָרהונדערט, האָט מען דעם „אַ“ אָפטמאָל געשריבן אינאיינעם מיטן שם⸗דבר (אַשטייגער: „אַצִימֶער“ צי „אַצִימעֶר“); בכלל אין עלטערן לשון, צי מערבדיק צי מזרחדיק, טרעפט מען „איין“, אויך אין צײַטן און מקומות אַוואו מען ווייס אַז מ′האָט אין לעבעדיקן לשון גענוצט (און אַ סברא געלייענט) ניט אַנדערש: „אַ“ צי „אַן“}.

 

(Aaron (biblical

אהרן הכהן [árn|(h)akóy(ə)n], צפונדיק: [árn|(h)akéy(ə)n];

{מער פאָרמעל:} [ahárn-(h)akóyhən], צפונדיק: [ahárn-(h)akéyhən];

{בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אהרן⸗הכהנען}. 

 

(Aaronite (from the priestly lineage

מזרע אהרן הכהן [məzérə|àrn-(h)akóy(h)(ə)n], דרומדיק: [məzéyrə|àrn-akóy(h)(ə)n], צפונדיק: [məzérə|àrn-(h)akéy(h)(ə)n] צי [mizérə|àrn-(h)akéy(h)(ə)n] (′אָפּשטאַמענדיק פון אהרן הכהן′).

 

Aaronites (in the 21st century Satmar hasidic movement)

אהרונים [a(hə)róynim], צפונדיק: [a(hə)réynim];

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער} אַריס;

{שפּאַסיק:} די בני⸗אהרן [bney-árn], דרומדיק: [bnay-árn].

 

abandon (v.)

איבערלאָזן אויף הפקר [af-héfkər], דרומדיק: [(of-(h)éfkə(r]; אָפּלאָזן (אינגאַנצן);

{לומדיש:} מפקיר זײַן [máfkər-zayn];

{פראַזע:} איבערלאָזן אויף גאָטס באַראָט.

 

(abandon (an idea, opinion, cause

 זיך אָפּלאָזן פון; אַוועק(גיין) פוןפאַרלאָזן;

{עמאָטיוו:} זיך אָפּטרייסלען פון; זיך באַפרײַען פון; פּטור ווערן פון [pótər-vèrn-fun], דרומדיק: [pú:tə(r)-vèyrn-fin];

{פראַזע:} אַרויס(גיין) פונעם געשעפט; אָפּלאָזן דעם עסק [éysək], דרומדיק: [áysək] צי [áysik].

 

abate

אַראָפּלאָזן זיך; אײַנגעשטילט ווערן.

 

abbreviate

מאַכן בקיצור [màkhn|bəkítsər]; אָפּקירצן; פאַרקירצן;

{לומדיש:} מקצר זײַן [məkátsər-zayn];

{טאָמער וועגן שרײַבן טראַדיציאָנעלע קיצורים מיט די ערשטע אותיות פון יעדן וואָרט און צוויי⸗שטריכעלעך פאַרן לעצטן אות:} שרײַבן מיט (\נוצן) ראשי תיבות [ròshe-téyvəs], דרומדיק: [rùshə-táyvəs];

{בײַשפּילן בײַם שם⸗דבר}.

 

abbreviation

(דער) קיצור [kítsər]; (ל″ר: קיצורים [kətsúrəm], דרומדיק: [kətsí:rəm]); (די) פאַרקירצונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּקירצונג (ל″ר: -ען);

{טאָמער וועגן טראַדיציאָנעלע קיצורים, וואָס שטאַמען אָפּ בדרך כלל פון לשון קודש אָדער אַראַמיש און ווערן געשריבן מיט צוויי⸗שטריכעלעך פאַרן לעצטן אות:} ראשי⸗תיבות [ròshə-téyvəs], דרומדיק: [rù:shə-táyvəs]; {פאַראַן אַ גלײַכבאַרעכטיקטער וואַריאַנט מיטן פּלוראַליזירנדיקן -ן:} ראשי⸗תיבותן;

{דער ל″י „אַ ראשי⸗תיבה“ איז זייער זעלטן, מ′נוצט בדרך כלל דעם רבים ווי אַ יחיד: „דאָס איז אַ ראשי⸗תיבות“; „וואָס מיינט אָטאָ דער ראשי⸗תיבות?“; אָט דער באַנוץ פּאַסט זיך גענוי מיטן רבים „ראשי⸗תיבותן“ — איין ראשי⸗תיבות, צוויי ראשי⸗תיבותן};

{אַ קיצור פון אַן איינאיינציקן וואָרט שרײַבט מען מיט איין שטריכעלע (′), און ס′רופט זיך ניט אַ ראשי⸗תיבות, למשל: ר′ אויף רֶבּ [reb]; וכו′ אויף וכולי [fkhúlə] (′און אַזוי ווײַטער′)};

   {ראשי⸗תיבותן שטאַמען פון לשון קודש, למשל: „ב″ה“ = ברוך השם [borkhashém]; „ע″ה“ = עליו השלום [òləv-hashóləm], און די ראשי⸗תיבות שטריכעלעך קענען בלײַבן אויך דאָרטן וואו ס′איז שוין לאַנג אַ וואָרט פאַר⸗זיך, למשל: „(דער) תנ″ך“ [dər-tanákh], „(דער) ש″ס“ [dər-shás], וכדומה. דאָס איז (מיט געוויסע אויסנאַמען, למשל קיצורים פון נעמען פון מחברים און זייערע ספרים) ניט קיין פּראָדוקטיווע פּאַראַדיגמע, דאָס זײַנען געירשנטע קיצורים פון דור⸗דורות, וואו די צוויי⸗שטריכעלעך זײַנען דעם לייענער אַ סיגנאַל פון דער טראַדיציאָנעלער יידישקײַט וואָס איז אינעם יידישן לשון טיף אײַנגעגלידערט. פאַרקערט ווערן מאָדערנע קיצורים געשריבן מיט פּינטעלעך, למשל: „א.א.וו.“ (און אַזוי ווײַטער), „א.א.“ (און אַנדערע). 

  אַזויאַרומעט ווערט דיפערענצירט למשל „נ.י.“ (ניו⸗יאָרק) פון „נ″י“ (נרו יאיר — ′זאָל זײַן ליכטיקײַט לײַכטן′, געשריבן נאָכן נאָמען פון אַ לעבעדיקן מענטשן אַוועמען מען גיט אָפּ כבוד). בײַ טייל סעקולערע יידישיסטן איז געוואָרן אַ פּרינציפּיעלער ענין אַלע מאָדערנע קיצורים אויך שרײַבן עלעהיי זיי וואָלטן ראשי⸗תיבותן געווען („אאַז″וו“; „א″א“; אויך אַזעלכע פּנים חדשות ווי „שנ″פ“ טײַטש: „שיער ני(ש)ט פאַרגעסן“. פאַר⸗זיך איז מה רעש. למעשה איז דאָס אָבער געוואָרן, פּונקט ווי די דרײַ⸗וואָוון און די דרײַ⸗יודן, אַ פּערמאַנענטער וויזועלער סימבאָל פון אַנטי⸗טראַדיציאָנעלער (און במילא אַנטי⸗רעליגיעזער) אידעאָלאָגיע וואָס האָט, אינאיינעם גענומען מיט אַ שלל אַנדערע „חידושים“ אונדז געבראַכט צום שוועל פון אָפּזונדערונג און אָפּפרעמדונג, מיט דער גרויסער איראָניע אַז די שפּראַך פון דער „ניט⸗יידישיסטישער“ חרדישער סביבה שטעלט מיט זיך פאָר דעם אמת⸗היסטאָרישן לינגוויסטישן המשך פונעם לשון פון די וועלטלעכע יידישע קלאַסיקער פון נײַנצעטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, בעת די פּוריסטיש⸗נאָרמאַטיוויסטישע מחנה איז פאַרבליבן אַ שיינער קלוב. לסוף דאַרף מען נאָר באַטאָנען, אַז דאָ גייט ניט אין אַוועלכער ניט איז הײַנטצײַטיקער בכיוונדיקער באַעוולונג ח″ו (חס ושלום); עס גייט אין דעם קולטור⸗היסטאָרישן פאַקט, אַז די סעקולאַריסטישע, אַנטי⸗פרומע אײַנפירונגען פון די דרײַסיקער יאָרן פון לעצטן יאָרהונדערט (אין אַ סך פאַלן אינספּירירט פונעם סאָוועטישן באַנוץ) האָבן געשאַפן שריפטלעכע בילדער וואָס קענען קיינמאָל ניט אָנגענומען ווערן בײַ די חרדישע קהילות אַוואו יידיש לעבט און שפּרודלט. צווישן די ערשטע אויפגאַבעס בכדי פאַראייניקן „יידיש מיט אידיש“ איז אָפּלאָזן די אַנטי⸗טראַדיציאָנעלע שרײַבונגען וואָס שטערן דעם פּראָגרעס פון יידיש כולה}.

  פאַראַן אַלעמאָל אויסנאַמען — אַ הײַפעלע פאַלן, אַוואו מען נוצט צוויי⸗שטריכעלעך (אָנשטאָט אַן איינציקן, און אָנשטאָט אַ פּינטל), און וואו די צוויי⸗שטריכעלעך זײַנען אָנגענומען בײַ אַ וואָרט פון ניט⸗סעמיטישן אָפּשטאַם; למשל דער טיטל „דאָקטער“ פאַר אַ פאַמיליע נאָמען; („אָט קומט ד″ר וואַטסאָן אינאיינעם מיט ד″ר גרינבערגן“). און אַזוי אויך בײַ געוויסע קיצורים פון נעמען פון שטעט, למשל פּ″ב (פּעטערבורג) וכדומה.

 

abdicate

אַבדיקירן {בײַ אַ מלך אָדער מלכה}; אָפּלאָזן; אויפגעבן [úvgebm]; אָפּזאָגן זיך (פון); צוריקציען זיך (פון); אַנטזאַגן זיך (פון).

 

abdication

(די) אַבדיקאַציע (ל″ר: -ס);

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) אַבדיקירונג (ל″ר: -ען);

{ליטעראַריש, אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) אָפּזאָגונג (ל″ר: -ען).

 

abdomen

(דער) בויך (ל″ר: בײַכער); (דער) בויך⸗קאַסטן (ל″ר: -ס).

 

abdominal cavity

(דער) בויך⸗חלל [bóykh-khòləl], דרומדיק: [bó:(u)(ə)kh-khù:ləl] (ל″ר: -ס).

 

Abel (bibl.)

הבל [hévl], דרומדיק: [h)éyvl)];

{פראַזעס, צומאָל וועגן אַן אומגליקלעכן, וואָס מ′האָט דערהרגעט אַשטייגער איבער קנאה:} הבל, נעבעך; קַינס ברודער, נעבעך [káyənz|brúdər], דרומדיק: [(ká:(y)ənz|brí:də(r];

{איראָניש:} אַ הבל בן אדם [ahévl|bènódəm], דרומדיק: [ahéyvl|bènú:dəm];

  {הערה: וואָרטשפּיל פון נאָמען „הבל“ מיטן „הבל“ פון „הבל הבלים“ (′נישטיקײַט און נאַרישקײַט′), < קהלת א′: ב′ — און בעת מעשה פונעם תנ″כישן נאָמען פון אדם⸗הראשונען (הבלס טאַטע) מיט ′אדם, אַ מענטש′; גענוצט וועגן אַ נידעריקן צי אַ נידערטרעכטיקן מענטשן}.

 

aberration

(דער) אָפּגאַנג (ל″ר: -ען); (די) אָפּווײַכונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּנייגונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּווענדונג (ל″ר: -ען); (די) אַבעראַציע (ל″ר: -ס);

{אין מער וויסנשאַפטלעכן סטיל:} (דער) אָפּנייג (ל″ר: -ן); (דער) אָפּווײַך (ל″ר: -ן);

{פראַזע:} אַן אָפּגאַנג פונעם דרך המלך [dèr(ə)kh-(h)améləkh], דרומדיק: [dè(y)r(ə)kh-(h)améyləkh].

 

abhor

{פאַרשטאַרקונגען פון „פײַנט האָבן“ און „האַסן“:} שרעקלעך (\שטאַרק\זייער\ממש [máməsh]) פײַנט האָבן [fáynt-hobm], דרומדיק: [fá:nt-ubm] (\האַסן);

{פראַזעס, בדרך כלל אָדאָרטן אַוואו דער אָביעקט איז אַ מענטש:} פײַנט האָבן (\האַסן) +: ווי אַ שפּין; שנאת מות [sìnəs-móvəs], דרומדיק: [sìnəs-múvəs]; {לומדיש:} בתכלית השנאה [bətàkhləs-(h)asínə];

{טאָמער מער אין זין פון עקל איידער מענטשלעכע שנאה, אין די אַלע פאַלן — <+דאַטיוו>:} עקלען; מיגלען; קערן די גאַל (פון); {לומדיש:} מיאוס ומאוס זײַן [míyəs|umó(y)əz-zayn], דרומדיק: [míyəs|əmú:əz-za:n].

 

ability

(די) פעאיקײַט [féy(i)kayt]; (די) געניטקײַט [gənítkayt] {אויף אַ ספּעציפישן געביט};

{לומדיש}: (דער) יכולת [y(ə)khóyləs];

{אָפטמאָל נעגאַטיוו איראָניש:} (די) קראַפט: „די קראַפט אַלצדינג קאַליע מאַכן האָט ער דווקא יאָ“.

 

ablaze

ברענענדיק(ערהייט); פלאַמענדיק(ערהייט); אין גאַנג פון ברענען; אין פלאַמען; צעפלאַקערט; בעתן סאַמע [sámə] ברענען.

 

able

פעאיק [féy(i)k]; בכח (זײַן) {אויך: בכוח} [pkóyəkh] צי [bəkóyəkh], צפונדיק: [bəkéyəkh] צי [pkéyəkh]; מסוגל [m(ə)súgl], דרומדיק: [m(ə)sígl]; אין שטאַנד {אַרכעאיש דיאַלעקטיש}; {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} אימשטאַנד.

 

abnormal

ני(ש)ט⸗נאָרמאַל; אומנאָרמאַל; אַבנאָרמאַל; אומגעוויינטלעך;

{לומדיש:} יוצא⸗דופנדיק [yòytsə-dóyfndik], צפונדיק: [yèytsə-déyfndik].

 

abnormality

(די) ני(ש)ט⸗נאָרמאַלקײַט; (די) אומנאָרמאַלקײַט; (די) אַבנאָרמאַלקײַט; (די) אומגעוויינטלעכקײַט;

{לומדיש:} (די) יוצא⸗דופנדיקײַט [yòytsə-dóyfn-dəkàyt], צפונדיק: [yèytsə-déyfn-dəkàyt].

 

abnormally

אומגעוויינטלעך; ני(ש)ט⸗געוויינטלעך.

 

abolish

אָפּשאַפן; בטל מאַכן [bótl-màkhn], דרומדיק: [bú:tl-màkhn].

 

abolition

(די) אָפּשאַפונג (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) אָפשאַפן;

{לומדיש:} (די) בטל⸗מאַכונג [bótl], דרומדיק: [bú:tl]; (דאָס\דער) בטל מאַכן.

 

(Abolition (of Slavery

(די) אַבאָליציע (פון שקלאַפערײַ) [abolítsyə].

 

abominable

דערווידערדיק; ווידערוויליק; עקלהאַפטיק; עקלדיק;

{עמאָטיוו:} פּאַסקודנע; כאָלער(י)עדיק.

 

abomination

אַ פאַרדאָרבעניש (ל″ר: -ן); אַ פאַרדאָרבנקײַט (ל″ר: -ן); אַ פאַרמיאוסונג [afàr-míy(ə)sùng] (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} אַ מיאוס⸗ומאוס [amìyəs-umó-us], דרומדיק: [amìyəs-imú:-is];

{פראַזע:} אַ שקץ תשקצנו כי חרם הוא [ashàkəts-təshaktsénu|kì-khèyrəm-hú],

דרומדיק: [:ashàkəts-təshaktséyni:|kì:-khàyrəm-(h)í].

 

abort (v.)

{מעדיציניש:} אַבאָרטירן; מעדיציניש מפּיל⸗מאַכן [mápl-màkhn];

{בכלל:} אַוועקלאָזן; אַָפּלאָזן; וואַרפן; אָפּהאַקן; מיטאַמאָל אָפּשטעלן.

 

abortion

(דער) אַבאָרט [abórt] (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) מעדיציניש מפּיל⸗מאַכן [mápl-màkhn];

{פאָרמעל, פאַראיידלטערהייט:} (די) טערמינירונג פון שוואַנגערשאַפט;

{עמאָטיוו און קריטיש:} (די) פאַרמפּלונג [far-máplung] (ל″ר); (דאָס\דער) בכיוונדיקע מפּיל⸗זײַן [bəkívn-dikə|mápl-zayn].

 

abortion: have an abortion

האָבן (\מאַכן) אַן אַבאָרט; אַבאָרטירן; מפּיל מאַכן [mápl-màkhn]; בכיוונדיק מפּיל זײַן [bəkívndik|mápl-zayn].

 

abortion issues (/questions)

(די) אַבאָרט⸗פראַגן.

 

about (concerning)

{אויף אַ בערכדיקן מהלך פון טאָגטעגלעך ביז לומדיש:} וועגן; וואָס (איז) שייך [sháyəkh], דרומדיק: [shá:(y)əkh]; אין שייכות מיט [sháykhəs], דרומדיק: [shá:khəs]; מכח [mikóyəkh], צפונדיק: [mikéyəkh]; בנוגע [bən(ə)géyə], דרומדיק: [bən(ə)gáyə].

 

(about (approximately

אַרום; אַן ערך [anérəkh], דרומדיק: [anéyrəkh]; אומגעפער; מער⸗ווייניקער; מער⸗ווינציקערפּלוס⸗מינוס; אַ („אַ פופצן קילאָמעטער“);

  {הערה: אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אין אַ צאָל ספּעציפישע פאַלן, אַוואו ענגליש נוצט איר אומבאַשטימטן אַרטיקל פאַרן נומער גופא, דער עיקר בײַ 100, 1000, 1000000, האָבן אַ סך גענומען נוצן „אַ הונדערט“, „אַ טויזנט“, „אַ מיליאָן“ ניט אין יידישן זין פון ′אומגעפער′ אלא וואָדען אין ענגלישן זין פון דער סומע גופא, שאַפנדיק אַ ספק אין פּשט};

{אַ קאַפּ לומדיש:} בערך [b(ə)érəkh], דרומדיק: [b(ə)éyrəkh];

{אַ קאַפּ מער עמאָטיוו, צי גוטמוטיק, צי מער באַקלערעריש איידער אַריטמעטיש:}

אַוועלכע; אַקעגן; בײַ [ba].

 

!About time

שוין צײַט!; גענוג געוואַרט!; אַנו זשע!;

{פראַזעס:} דערלעבט יאָרן!; מ′דאַרף מאַכן אַ שהחיינו! [shèkh(ə)yónu], דרומדיק: [:shèkh(ə)yú:ni].

 

?about what

וועגן וואָס?; איבער וואָס?; מכח וואָס? [mikòyəkh-vós], דרומדיק: [mikòyəkh-vú:(ə)s], צפונדיק: [mikèyəkh-vós];

{לומדיש:} בנוגע וואָס [bən(ə)gèyə-vós], דרומדיק: [bən(ə)gàyə-vú:(ə)s].

 

(.above (adv

אויבן [óybm], צפונדיק: [éybm]; פון (\אויף) אויבן;

{דרומדיק דיאַלעקטיש:} אויוון.

 

above (prep.)

איבער;

העכער (+פּרעפּאָזיציע) פון\פאַר — (אָדער: קאָניונקציע) איידער\ווי).

 

above all

מער פון אַלצדינג; דער עיקר [dəríkər]; {דיאַלעקטיש:} דערעיקרשט [dəríkərsht];

{לומדיש:} ועל כולם [vàlkúləm], דרומדיק: [vàlkíləm], {מער לומדיש:} [vəàl-kúlom], דרומדיק: [vəàl-kílom].

 

above the law

(וואָס (\וועלכע(ר) שטייט (\האַלט זיך)) העכער פאַרן געזעץ (העכער פאַרן דין \איבער אַלע דינים [dínəm]); („דער פּאָליציאַנט האָט געמיינט, אַז ער איז צוליב זײַן שטעלע העכער פאַרן דין“).

 

abracadabra

אַברעקעדאַברע! {ווערטער פון אַ כישופדיקן שפּרוך}; עָבְרָא כְּדַבְּרָא! [óvro kədábro] {לויט אַ געוויסער (אַ סברא, אַ פאָלקס⸗עטימאָלאָגישער) השערה וואָס האַלט פון אַ יידיש⸗אַראַמישן, קאַבאַליסטישן מקור};

ענגע בענגע! [éyngə béyngə] {אָנהייב פון פאַרשיידענע יידישע שפּרוכן און קינדער⸗שפּרוכן}; לאָקש⸗כאָטש⸗שאָך! {און אַ סך אַנדערע…}.

 

(Abraham (biblical

אברהם אבינו [avrò(ə)m-ovínu], דרומדיק: [avrù:(ə)m-uví:ni]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אברהם⸗אבינון}. 

 

(Abraham ben Azriel of Bohemia (13th century

דער ערוגת הבושם [dər-arùgəs-(h)abóysəm], דרומדיק: [dər-arì:gəs-(h)abóysəm], צפונדיק: [dər-arùgəs-(h)abéysəm];

ר′ אברהם בן עזריאל בעל ערוגת הבושם.

 

Abraham ben David of Posquières (±1125–1198)

דער ראב″ד [dər-ráyvəd], דרומדיק: [dər-rá:vət];

רבינו אברהם בן דוד.

 

Abrahamic

אַבראַמיש [abrámish];

{הערה: מען  ק ע ן  פאַרשטייט זיך שרײַבן „אברהמיש“ און מען קען דעמאָלט אַרויסריידן לויטן יידישן שטייגער — צפונדיק [avrómish], דרומדיק [avrúmish]; אָבער דער עצם באַגריף, אַ גרופּירונג פון יודאַאיזם, קריסטלעכקײַט און איסלאַם איז אַ מאָדערן⸗אינטערנאַציאָנאַלער, ניט קיין יידישער, אַזויאַרומעט, אַז בילכער איז, אַ סברא, די פאָנעטישע שרײַבונג}.

 

Abramovitsh (Abramovich), Sholem Yankev → Mendele Moykher Sforim

 

abroad

אין אויסלאַנד;

{לויטן פּירוש המילות ′איבערן ים′ אָבער ווערט אויך היימיש גענוצט אין זין פון ′העט ווײַט אין אַן אַנדער לאַנד′:} מעבר לים [məéyvər|l(ə)yám], דרומדיק: [məáyvər|l(ə)yám]; {פאַראַן פאַרשיידענע הײַנטצײַטיקע שפּאַסיקע וואַריאַנטן:} מעבר לעראָפּלאַן ′פון יענער זײַט עראָפּלאַן′; מעבר למדבר [məéyvər|lamídbər] ′פון יענער זײַט מדבר′};

{אייגנטלעך אַ העברעאיזם פון מדינת ישראל, מיטן טײַטש ′אויסער ישראל′ אָבער ווערט ווען⸗ניט⸗ווען באַנוצט אויך אַנדערשוואו אין פּשוטן זין פון ′אין אויסלאַנד′:} אין חוץ לארץ [in-khúts-l(ə)òrets].

 

(Absalom (biblical

אבשלום [afshóləm], דרומדיק: [afshú:lim];

{ווערטלעך:} ער איז דעם טאַטן געטרײַ ווי אבשלום דוד⸗המלכן (′שטאַרק ניט געטרײַ′, ′פאַררעטעריש אינגאַנצן′); {אַ קללה, עמעצן זאָל טרעפן אַ מיתה משונה:} אין אבשלומס בוים זאָלן אים די האָר פאַרטשעפּעט ווערן (לויט שמואל ב′, י″ח: ט).

 

abscess

(דער\די\דאָס) געשוויר (ל″ר: -ן); (דער) בלאָטער (ל″ר: -ס).

 

…absence: in the absence of

בײַם אויספעלן פון; אַז ס′איז (ס′זײַנען) ני(ש)טאָ (קיין);

{טאָמער דווקא וועגן אַ מענטשן וואָס איז ניטאָ דערבײַ:}

ני(ש)ט אינעם בײַזײַן פון; אָנעם בײַזײַן פון; ני(ש)ט אין דער אָנוועזנהײַט פון;

{פראַזעס:} בשעת (זי\ער) איז ני(ש)טאָ; בעתן פעלן אויפן אָרט פון.

 

(absent (not present

ני(ש)ט(אָ) אויפן אָרט; ני(ש)ט פאַראַן אויפן אָרט; ני(ש)ט⸗אָנוועזנדיק.

 

absent minded

פאַרקלערט (מיט אַנדערע זאַכן); צעפלויגן; ני(ש)ט⸗קאָנצענטרירט.

 

absentee

{בייגעוודיק:} (אַ\די\דער) פעלנדיקע(ר).

 

absentee ballot

(די) צוגעשיקטע שטים⸗פּאַפּיר (ל″ר: ן); (די) צוגעשיקטע שטימע (ל″ר: -ן); אַ שטימע פונדערווײַטנס;

{פראַזע:} די שטימען פון ני(ש)ט אויפן אָרט.

 

absenteeism

(דאָס\דער) ני(ש)ט קומען אויף דער אַרבעט; (דאָס\דער) ני(ש)ט יאַווען זיך; (די) •אומבאַווײַזונג

 

(absolute (complete

פולשטענדיק; טאָטאַל; {אין טייל פאַלן:} ריין;

{ניט בייגעוודיק, פאַרן סוביעקט:} דורך און דורך (אַ); לחלוטין [làkh-lútn] אַ: „ער איז דורך און דורך אַן אידיאָט, לחלוטין אַ נאַר צווישן נאַראָנים“.

 

absolute monarchy

(די) טאָטאַלישע מאָנאַרכיע (ל″ר: -ס).

 

(absolutely (totally/clearly

דורכאויס; דורך און דורך; לחלוטין [làkh-lútn], דרומדיק: [làkh-lítn];

{לומדיש:} לגמרי [ləgámrə].

 

!Absolutely

 לחלוטין! [lakhlútn]; פולשטענדיק! [fúlshtèndik]; אַבסאָלוט אַזוי! [apsolút|azóy];

 {בתורת ענטפער אויף אַ פראַגע, אָפטמאָל אַ פאַרבעטונג אויף עפּעס, אַז מ′וויל ענטפערן מיט אַן ענטוזיאַסטישן „יאָ“; טאָמער איז אַפריער אפשר געווען אַ ספק אין דעם, איז דער קלאַסישער ענטפער וואָס דריקט אויסעט די פרייד אין אָננעמען, נאָכדעם ווי ס′איז געווען אַ השערה אַז ניט, איז:} אדרבא! [Áderàbə] {מיט אַ זעלטן שטאַרקן טראָפּ אויפן ערשטן טראַף: „נו, מ′עט גיין דאָרטן מאָרגן? אדרבא!!};

{אויך אַנדערע ווערטער אויף „יאָ“ נעמען אָן אַ פאַרשטאַרקטע פאָרם מיט אַקצענטירונג איבער דער געוויינטלעכער מאָס, וואָס ווערט דאָ געצייכנט מיט גרויסהאַנטיקע אותיות אין דער טראַנסקריפּציע פון באַטאָנטן וואָקאַל:} געוויס! [gəvÍs]; אַוודאי! [avÁdə]; זיכער! [zÍkhər]; ס′אַ שאלה! [sa-shÁYlə]; אומבאַדינגט! [úmbadÍngt];

{פראַזעס:} וואָדען? [?vó|dÉn]; וואָס פאַראַ פראַגע! [vÓs-fara-fràgə]; קיין פראַגע ניט! [ki-frÁgə-nit]; הונדערט מיט צוואַנציק פּראָצענט! [hùndert-mit-tsvántsik|protsént];

מהיכא תיתי! [makh(ə)téysə]; {זייער באַליבט און פאַרשפּרייט; נאָר וואָס, בײַ טייל איז דער מיין גלאַט ′גוט!′, ′אָקיי!′, ′פאַרוואָס ניט?′ אָן דער שטאַרקערער עמאָציע}.

 

!Absolutely not

בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt]; אויף קיין פאַל ני(ש)ט!;

(פראַזעס:} לא מיט אַן אלף! [lóy|mitanáləf], צפונדיק: [léy|mitanáləf];

{לומדיש:} לא ולא [lóy-vlóy], צפונדיק: [léy-vléy]; באין אופן ני(ש)ט [b(ə)éyn|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(b(ə)áyn|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [b(ə)éyn|éyfm-nìt].

 

absolution (of sins) (Chris.)

{אין קריסטלעכן גלויבן:} (די) אַבסאָלוציע פון זינד.

 

absorb

אײַנזאַפּן; אַבזאָרבירן

{פיגוראַטיוו, אין זין פון קענען געפינען פאַר וואָס ניט איז אַן אָרט:} זיך באַגיין (מיט); זיך אַן עצה טאָן (מיט); קענען צונעמען.

 

absorbent

אײַנזאַפּעוודיק; אײַנזאַפּנדיק.

 

(abstain (from voting

אַבסטינירן; דווקא ני(ש)ט⸗שטימען [dáfkə].

 

(abstain (from sex

אַבסטינירן (\זיך צוריקהאַלטן) פון סעקס.

 

abstainer

(דער) אַבסטינענט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַבסטינענטקע (ל″ר: -ס);

{טאָמער דווקא וועגן שטימען, אַשטייגער אין פּאַרלאַמענט; בייגעוודיק:} (די\דער) בפירוש ני(ש)ט שטימענדיקע(ר) [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh].

 

abstinence

(די) אַבסטינענץ; (די) צוריקהאַלטונג;

{פראַזע, אין זין פון אַ מענטש וואָס האַלט זיך צוריק פון סעקס, משקה וכדומה:}

זײַן) אַ כובש את יצרו [akòyvəsh-es-yítsroy], צפונדיק: [akèyvəsh-es-yítsrey]; {צי מיט מאָראַלישער אָפּשאַצערישקײַט:} איזהו גיבור? הכובש את יצרו! [!èyzəhù-gíbər?|hakòyvəsh-es-yítsroy],

דרומדיק: [!àyzəhì:-gíbə(r)?|(h)akòyvəsh-es-yítsroy], צפונדיק: [!èyzəhù-gíbər?|hakèyvəsh-es-yítsrey] (′ווער איז דען אַ גיבור? דער וואָס קען בײַקומען דעם יצר!′ < פּרקי אבות ד′: א′).

 

abstract (n.)

(דער) סך⸗הכל [sakhákl] (ל″ר: -ען [sakháklən]); (דער) קיצור [kítsər] (ל″ר: [kitsúrəm], דרומדיק: [kitsí:yrəm]); (דער) תמצית [támtsəs] (ל″ר {זעלטן}: תמציתים [tamtséysəm], דרומדיק: [tamtsáysəm]); (די) סומירונג (ל″ר: -ען);

{אַרכעאיש בײַם רוב:} (דער) קאָנספּעקט (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (די) ראשי פּרקים [ròshə-prókəm], דרומדיק: [rùshə-prú:kəm] (ל″ר).

 

abstract (out) (v.)

אַבסטראַהירן; באַנעמען אַבסטראַקטערהייט; באַנעמען אַבסטראַקטיש;

{לומדיש:} באַנעמען בדרך המופשט [bədèrəkh-(h)amúfshət], דרומדיק: [bədèyrəkh-(h)amífshət].

 

abstract (adj.)

אַבסטראַקט; אַבסטראַקטיש.

 

abstract art

(די) אַבסטראַקט(יש)ע קונסט; (די) אַבסטראַקט⸗קונסט.

 

abstractly speaking (/in the abstract)

ריידנדיק (\רעדנדיק) אַבסטראַקט; באַנומען אַבסטראַקטערהייט; טאָמער באַטראַכט אַבסטראַקטיש;

{לומדיש:} בדרך המופשט [bədèrəkh-(h)amúfshət], דרומדיק: [bədèyrəkh-(h)amífshət].

 

Abu Dhabi

אַבו דאַבי (אויך: אַבו⸗דאַבי).

 

abundance

(די) שפע [shéfə], דרומדיק: [shéyfə] (ל″ר: -ס); (די) שפעדיקײַט.

 

abundance: in an abundance of caution

אין גײַסט פון וואָס מער פאָרזיכדיקײַט (\אָפּגעהיט(נ)קײַט);

{לומדיש:} ליתר בטחון [ləyèsər-bətókhn], דרומדיק: [ləyèysə(r)-bətúkhn]; ליתר חיזוק [ləyèsər-khízək], דרומדיק: [ləyèysər-khízək].

 

abundance: in abundance

בשפע [bəshéfə], דרומדיק: [bəshéyfə]; צו דער זעט; מיט אַ ברייטער האַנט.

 

abundant

בשפעדיק [bəshéfə-dik], דרומדיק: [bəshéyfə-dik];

{לומדיש:} די⸗והותרדיק [dày-v(ə)hóysər-dik], דרומדיק: [dà:(y)-v(ə)hóysə(r)-dik], צפונדיק: [dày-v(ə)héysər-dik].

 

(.abuse (n

(די) שלעכטע (\אוממענטשלעכע) באַהאַנדלונג (פון א מענטשן); (די) אומעטישע (אומבאַרעכטיקטע \ מיאוסע [míy(ə)sə] \ניט⸗ריכטיקע) באַהאַנדלונג;

{מער טעכניש⸗טערמיניש, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) אומהאַנדלונג; (די) אומבאַגייאונג

{ווייניקער טעכניש, מער אין עטישן, צי פאַראַלגעמיינערנדיקן טאָן:} (די) אוממענטשלעכקײַט.

 

abuse (n.) (insulting speech)

(די) זידלערײַ (ל″ר: -ען); מיאוסע דיבורים [míy(ə)sə|dəbúrəm], דרומדיק: [mí:y(ə)sə|dəbí:rəm]; (די) מיאוסע רייד (ל″ר).

 

(.abuse (v

{אַ מענטשן:} שלעכט \ מיאוס [míyəs] \ ני(ש)ט עטיש \ ני(ש)ט ריכטיק \ — באַהאַנדלען 

 

abuse of power

(דער) קרומער באַנוץ (פון מאַכט, אויטאָריטעט, וכו′) (ל″ר: -ן); (דער) קרומבאַנוץ [krúm-banùts], דרומדיק: [krím-banìts] (ל″ר: -ן);

 {בײַ טייל אַרכעאיש:} (דער) מיסברויך [míz-bròykh], דרומדיק: [mìz-brò(:)u(ə)kh] (ל″ר: -ן); {מער ליטעראַריש:} (דער) מיסגעברויך [míz-gəbròykh], דרומדיק: [mìz-gəbrò(:)u(ə)kh] (ל″ר: -ן);

{פראַזעס:} (דער) אומבאַרעכטיקטער באַנוץ פון (דער) מאַכט;

{וועגן אַ גאַנצער טענדענץ, דער עיקר אַז ס′גייט אין (זייער) ערנסטע ענינים; לומדיש, אָפטמאָל גוזמאדיק:} {אויך אָן אַן אַרטיקל:} מלכות רשעות [màlkəs-ríshəs]; מממשלה רעה [məmshòlə-róə], דרומדיק: [məmshù:lə-rú:ə].

 

abyss

(דער) תהום [tóm], אויך: [təhóm] (ל″ר: -ען); (דער) אָפּגרונט (ל″ר: -ן).

 

(.academic (n

אַקאַדעמיקער (ל″ר: ø); אָנגעשטעלטע(ר) געלערנטע(ר) אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אינסטיטוט;

  {הערה: פאַראַן אַן אָפטע מיספאַרשטענדעניש צווישן מערבדיקע וועמען דער טײַטש איז, אַז דער מענטש האָט אַ פּאָסטן אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אינסטיטוט פאַר געלערנטע און פאָרשונג, און אַז פון דעם שטאַמט די פּרנסה; און צווישן דעם זין בײַ אַ סך מזרחדיקע, אַז ס′גייט אין אַרײַנגענומען ווערן אין אַ צענטראַלער מלוכהשער אַקאַדעמיע פון געלערנטע, וואָס אין טייל לענדער איז דאָס מער אַן אָפּגעבונג פון כבוד איידער אַ שטעלע ממש}.

 

(.academic (adj

אַקאַדעמיש;

{טאָמער וועגן ניוואָ, לאו דווקא וועגן פאָרמעלער צוגעהעריקײַט צו אַן אינסטיטוציע:}

געלערנט;

{טאָמער גייט אין טראַדיציאָנעלער יידישער געלערנטקײַט:}

לומדיש [lómdish];

{און טאָמער מיטן טראָפּ אויפן געלערנטן גופא:}

למדניש [lamdónish], דרומדיק: [lamdú:nish].

 

academic integrity

(די) אַקאַדעמישע אָרנטלעכקײַט; (די) אַקאַדעמישע באַגלייבטקײַט.

 

academically speaking

אַקאַדעמיש גערעדט; אויב ריידן (\רעדן) פון אַקאַדעמישן שטאַנדפּונקט;

{פראַזעס:} ווי ס′זאָגט זיך (\ס′רעדט זיך) בײַ די פּראָפעסאָרן;

{לומדיש, וועגן טראַדיציאָנעל יידישע טעמעס, קען אויך אויסגעברייטערט ווערן פיגוראַטיוו:} ווי ס′הייסט בײַ תלמידי חכמים [ba-talmìdey-khakhóməm], דרומדיק: [ba-talmìday-khakhúməm].

 

academy

(די) אַקאַדעמיע (ל″ר: -ס);

{טאָמער אַ טראַדיציאָנעל יידישע רבנישע:} (די) ישיבה [yəshíyvə] (ל″ר: ישיבות).

 

(accent (stress on syllable

(דער) טראָפּ; (די) באַטאָנונג; (די) אַקצענטירונג;

  {הערה: פאַראַן אַ דיאַלעקטיזם, „דער קוועטש“, אָבער בעסער אויסמײַדן צוליבן פאַראַן זײַן פון אַנדערע טײַטשן פונדערפון אין שייכות מיטן בית⸗כסא}.

 

(accent (emphasis

(די) אונטערשטרײַכונג; (די) אַרויסהייבונג; (דער) טראָפּ; (די) באַטאָנונג.

 

(accent (in speaking

(דער) אַקצענט [aktsént]; (דער) אַרויסרייד; (די) אויסשפּראַך;

{טאָמער דווקא וועגן דעם ענין אשכנזיש כנגד ספרדיש בנוגע צו העברעאיש:}

(די) הברה [havórə], דרומדיק: [h)avú:rə)].

 

(.accent (v

אַקצענטירן; אַרויסהייבן; אונטערשטרײַכן; לייגן דעם טראָפּ.

 

 (Accents (Masoretic stress-marking/musical diacritics

דער טראָפּ (קאָלעקטיווער ל″ר);

{לומדיש:} די טעמים [də-táyməm], דרומדיק: [də-tá:məm]; די טעמי המקרא [də-tàymə-(h)amíkrə], דרומדיק: [də-tà:mə-amíkrə].

 

accentuate

באַטאָנען; אונטערשטרײַכן (ל″ע: אונטערגעשטראָכן); אַרויסהייבן;

{לומדיש:} מדגיש זײַן [mádgəzh-zayn] (ל″ע: האָט\האָבן מדגיש געווען);

{נאָכמער לומדיש:} שטעלן דעם דגש (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז) [dógəsh], דרומדיק: [dúgəsh];

{פראַזעס:} לייגן (\שטעלן) דעם טראָפּ (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז).

 

accentuation

(די) באַטאָנונג; (די) אונטערשטרײַכונג; (דאָס\דער) לייגן (\שטעלן) דעם טראָפּ (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז);

{לומדיש:} (דאָס\דער) מדגיש זײַן [mádgəzh-zayn];

{נאָכמער לומדיש:} (דער) דגש [dógəsh], דרומדיק: [dúgəsh]; (די) הדגשה [hadgóshə], דרומדיק: [adgú:shə].

 

(accept (receive

אָננעמען; אַקצעפּטירן;

{טאָמער וועגן מענטשלעכן אָננעמען אַ שווערע זאַך אין לעבן:} מקבל זײַן באהבה [m(ə)kàbl-zayn bəávə], אויך: [b(ə)ahávə] צי [b(ə)áyvə];

{טאָמער דווקא פיזיש:} (וויליקערהייט) באַקומען.

 

acceptance

(די) אָננעמונג (ל″ר: -ען); (דער) אָננעם (בײַם רוב ניטאָ קיין ל″ר); (די) אַקצעפּטירונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} (דאָס\דער) מקבל זײַן [məkábl-zayn];

{לומדיש, שטאַרק פאָרמעל אין דעם זין:} (די) קבלה [kabólə], דרומדיק: [kabú:lə];

{לומדיש, מיטן פּשט, אַז מ′נעמט אָן מיט גוטן אַוואָס⸗ניט⸗איז אַ שווערע זאַך:} (די) קבלה באהבה [kabòlə-b(ə)áyvə] צי [kabòlə-b(ə)ahávə]; דרומדיק: [kabù:lə-b(ə)á:və] צי [kabù:lə-b(ə)ahávə].

 

acceptance speech

(די) אָננעם⸗רעדע (ל″ר: -ס); (די) אַקצעפּטירונגס⸗רעדע (ל″ר: -ס).

 

(accept (concede the point

מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; אָננעמען; צוגעבן; נאָכגעבן.

 

(accept (receive

אָננעמען; אַקצעפּטירן; אײַנשטימען צו נעמען;

{לומדיש:} מקבל זײַן [məkábl-zayn].

 

(accept (one’s fate elegantly or stoically

{לומדיש:} מקבל באהבה זײַן [məkàbl-b(ə)ahávə-zayn]; {„באהבה“ ווערט אויכעט אַרויסגערעדט:} [b(ə)ávə] צי [b(ə)áyvə]  צי [b(ə)aháyvə].

 

acceptable

לאָזט זיך אָננעמען; וואָס מ′קען אָננעמען;

{אין מער טעכנישן צי געשעפטלעכן באַנוץ:} אָננעמעדיק [ó(n)-nèmə-dik], דרומדיק: [ú:(ə)n-nèmə-dik]; אָננעמלעך.

 

accepted

אָנגענומען;

{לומדיש, דער עיקר וועגן אַ יחיד:} מוחזק [múkhzək], דרומדיק: [míkhzək]; („ס′איז מוחזק, אַז זי איז אַ זייער גוטע לערערין“).

 

accepted: (s)he doesn’t feel accepted

ער (\זי) שפּירט זיך ני(ש)ט ווי איינע(ר) פון די חברה [khévrə];

מ′פילט זיך (\מ′שפּירט זיך) נאָכאַלץ ווי אַ פרעמדע(ר);

צוליב עפּעס וואָס, נעמט מען אים (\זי [\איר]) ני(ש)ט אָנ(עט);

{לומדיש:} ער (\זי) שפּירט זיך עפּעס מחוץ למחנה [məkhùts-lamákhnə], דרומדיק: [məkhìts-lamákhnə].

 

(.access (n

צוטריט; רעכט פון אַרײַנגאַנג; {פיגוראַטיוו:} (דאָס\דער) האָבן אַ (\דעם) שליסל;

{לומדיש, אַמאָפטסטן גענוצט נעגאַטיוו:} (דער) דריסת הרגל [drìsəs-(h)orégl], דרומדיק: [drì:səs-u:réygl]; („שוין עטלעכע יאָר, וואָס ער האָט דאָרטן קיין דריסת הרגל ניט“).

 

(.access (v

צוקומען (צום\צו דער).

 

accessible

צוטריטלעך; צוגענגלעך; וואָס מ′קען דערצו צוקומען.

 

(.accessory (n

(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן);

{וואָס שייך מאָדע און שיין אָנטאָן זיך:} (דאָס\די) צאַצקעלע (ל″ר: -ך); {איראָניש, אָפטמאָל מיט פּשוט גוטמוטיקן הומאָר: (די) שמאָנצעס (ל″ר).

 

(accessory (n.) (in law, esp. to a crime

(דער) שותף צו דער זאַך [shútəf] דרומדיק: [shítəf].

 

accessory after the fact

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַטייליקטע(ר) לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə], דרומדיק: [l(ə)àkhər-amá:(n)sə]. 

 

accident

{דער עיקר אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (די) אָוואַריע;

{דער עיקר אין מערב:} (דער) אַקצידענט [aktsidént];

{טאָמער זייער ערנסט\טראַגיש:} (דער) אומגליק(ס)פאַל;

{טראַדיציאָנעלער יידיש וואָרט, הײַנט שיער ניט אַרכעאיש אין אָט דעם זין, פונדעסטוועגן ליטעראַריש באַנוצט און באַליבט בײַ יודעי חן אין דער יידישער לינגוויסטיק}: (די) סיבה [síbə] (ל″ר: סיבות);

{לומדיש, דער עיקר אין ל″ר:} מקרים רעים [mìkrəm-ró(y)əm], דרומדיק: [mìkrəm-rú:əm] (ל″ר).

 

(accidental (unintentional

צופעליק; אומוויליק; טעותדיק [tóəz-dik], דרומדיק: [tú:əz-dik]; 

{טאָמער וועגן אַ זינד ממש:} בשגגהדיק [bəzhgógə-dik], דרומדיק: [bəzhgúgə-dik].

 

accidentally

אומגעוואונטשענערהייט [ùmgəvùntshnərhéyt]; צופעליק; על⸗פּי צופאַל [àlpə-tsúfal]; דורך אַ צופאַל; ווי ס′האָט זיך [sódzakh] \ [sótsəkh] (ניט ווילנדיק) געמאַכט;

{טאָמער צוליב אַ טעות:} דורך אַ טעות [tóəs], דרומדיק: [tú:əs]; {לומדיש:} על⸗פּי טעות [àlpə-tóəs]; דרומדיק: [àlpə-tú:əs];

{אין טאָגטעגלעכן לעבן, פראַזעס:} ניט⸗ווילנדיק האָט זיך געמאַכט; ניט געוואונטשענערהייט;

{טאָמער וועגן אַ פאַרברעכן אָדער באמת שלעכטער טואונג וואָס האָט געבראַכט צו אַ היזק ממש:} בשגגה [bəzhgógə], דרומדיק: [bəzhgúgə].

 

accompany

באַגלייטן; {צופוס:} מיטגיין; {פאָרנדיק:} מיטפאָרן

{מוזיקאַליש:} אַקאָמפּאַנירן; מיטשפּילן;

אונטערפירן {בײַ אַ טייל נוצט מען „אונטערפירן“ אין טאָגטעגלעכן לעבן מכח באַגלייטן עמעצן צופוס, למשל ביז אויפן וואָקזאַל; אָבער בײַ אַ סך איז עס אַ ספּעציפיש יידישער טערמין אויף דער צערעמאָניע פון אונטערפירן די כלה אויף דער חופּה, אויף אַ יידישער חתונה; דרומדיק, ווי געוויינטלעך [íntərfirn]; פונדערפון שטאַמען פאַרשיידענע וואָרט⸗שפּילן אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער וואָס בויען זיך אויף דער ענלעכקײַט מיטן ענגלישן וואָרט וואָס איז טײַטש ′מישן זיך′, אַמאָפטסטן: „איך וועל ניט אינטערפירן!“}.

 

accomplish

אויפטאָן [úftòn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)ftì:(ə)n]; דערגרייכן; אויספּועלן [óyspòy(ə)ln], דרומדיק: [ó:(u)(ə)spòy(ə)ln], צפונדיק: [óyspèy(ə)ln].

 

accomplished person

אַ מושלם [amúshləm], דרומדיק: [amíshləm]; (ל″ר: מושלמים [mushlóməm], דרומדיק: [mishlúməm];

ל″נ: אַ מושלמת [amushléməs], דרומדיק: [amishléyməs]; (ל″ר: -טעס);

{מער לומדיש, די לענגערע פאָרם:} אַ מושלם בכל המעלות [amúshləm|pkhol-hamáyləs], דרומדיק: [amíshləm|pkhol-hamá:ləs];

ל″נ: אַ מושלמת בכל המעלות [amushléməs|pkhol-hamáyləs], דרומדיק: [amishléyməs|pkhol-hamá:ləs].

 

accomplishment

(די) דערגרייכונג (ל″ר: -ען); (דער) אויפטו [úftù], דרומדיק: [:óftì] צי [:ó:(u)(ə)ftì], ד″מ אויך [:ífti] (ל″ר: -ען).

 

accomplishment: sense of accomplishment

 אַ צופרידנקײַט מיטן (אייגענעם) אויפטו; אַן אויפטו⸗שטאָלץ; אַ דערפאָלג⸗געפיל.

 

accord (n.)

(דער) הסכם [héskəm]; (דער) אָפּרייד; (דער) אָפּמאַך.

 

according to

לויט (לויט+דעם ← לויטן \ לויט דעם);

{דיאַלעקטיש, הײַנט: ליטעראַריש, דער עיקר אין געשריבענעם לשון:} וועדליק;

{לומדיש:} ע″פּ \ על פּי [álpi] צי [álpə], מער פאָרמעל: [alpí].

 

accordingly

איז באַקומט זיך; פון דעם קומט אַרויס

{מער פאָרמעל:} אין אײַנקלאַנג מיט דעםבהסכם [bhéskəm] דערמיט (\מיט דעם). 

 

accordion

(דער) אַקאָרדיאָן [akòr-dyón] (ל″ר: -ען); (די) האַרמאָניע [harmónyə] (ל″ר: -ס).

 

(account (in bank

(דער) קאָנטאָ (ל″ר: -ס).

 

(account (narrative

(די) שילדערונג (ל″ר: -ען); (דער) באַריכט (ל″ר: -ן); (די) באַשרײַבונג (ל″ר: -ען); 

{מער פאָרמעל:} (דער) נאַראַטיוו (ל″ר: -ן);

{טאָמער אונטערשטרײַכנדיק די עיקרדיקע עלעמענטן פון דעם „וואָס ס′האָט פּאַסירט“:} (דער) סיפּור המעשה [sìpər-(h)amáysə], דרומדיק: [sìpə(r)-(h)amá:(n)sə] (ל″ר: סיפּור⸗המעשהס צי סיפּורי מעשיות [sìpərə-máysəs]; ≠  (אין אַרויסרייד) „סיפּורי מעשיות“ [səpùrə-máysəs], דרומדיק: [səpì:rə-má:(n)səs] — נאָמען פון קלאַסישן חסידישן ווערק פון ר′ נחמן ברעסלעווער).

 

(account for (explain

דערקלערן; געבן צו פאַרשטיין;

{לומדיש:} מסביר זיין [mázbər].

 

(account for (provide records

אָפּגעבן חשבון (פאַר) [óbgèbm|khézhbm], דרומדיק: [úbgèybm|khézhbm];

{טאָמער דווקא וועגן געלט:} אָפּגעבן די חשבונות [khəzh-bóynəs], צפונדיק: [khəzh-béynəs];

{טאָמער ניט וועגן געלט נאָר אַ סך⸗הכל פון וואָס⸗ניט⸗איז, בפרט אין ברייטערע אָדער מאָראַלישע ענינים:} אָפּגעבן דין וחשבון [dìn|v(ə)-khézhbm].

 

account: on account of

צוליב [tsulíb]; מחמת [mákhməs]; איבער.

 

accountability

די נייטיקײַט אָפּגעבן אַ חשבון [óp-gèbm|akhézhbm], דרומדיק: [úp-gèybm|akhézhbm].

 

accountable

(זײַן) מחויב אָפּגעבן אַ חשבון [məkhúyəv|óp-gèbm-akhézhbm], דרומדיק: [məkhíyəf|úp-gèybm-akhézhbm].

 

accountable: hold accountable

מאָנען (בײַ עמעצן) אַ דין וחשבון [adìn-vəkhézhbm]; מאָנען אחריות [akhráyəs].

 

accountant

(דער) בוכהאַלטער [búkh-hàltər], אין מזרח אָפטמאָל: [bùkháltər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש: -ס); ל″נ: (די) בוכהאַלטערשע \ בוכהאַלטערין (ל″ר: -ס).

 

(accounting (accountancy) (calling, trade, field

(די) בוכהאַלטערײַ; (די) חשבון פירונג [khézhbm]; (די) חשבון פירערײַ;

{לומדיש, מיטן טראָפּ אויף דער זאַך⸗קענטעניש צו דעם פאַך:} (דער) חכמת החשבון [khòkhməs-(h)akhézhbm].

 

accounting (dept. or function in a company, family etc)

(די) בוכהאַלטעריע [bukh(h)altéryə]; (די) חשבון פירונג [khézhbm]; (די) חשבונות [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbóynəs].

 

accounts: do (submit) the accounts

אָפּגעבן די חשבונות [ób-gèbm|də-khəzhbóynəs], דרומדיק: [úb-gèybm|də-khəzhbóynəs]; צפונדיק: [ó(b)-gèbm|də-khəzhbéynəs];

זיך אויסחשבונען [óys-khèzhbənən].

 

accuracy

(די) גענויאיקײַט; (די) אַקוראַטקײַט; (די) פּינקטלעכקײַט.

 

accurate

אמתדיק [éməzdik]; ריכטיק; פאַקטיש⸗ריכטיק;

[עמפאַטיש ′ריכטיק אין אַלע פּיטשעווקעס′:} גענוי; פּינקטלעך.

 

accusation

(די) באַשולדיקונג (ל″ר: -ען); {טאָמער אין יורידישן זין:} (די) אָנקלאַגע (ל″ר: אָנקלאַגן); (די) קלאַגע (אַז\פאַר); {ל″ר: אָפטער -ס, אַז ס′גייט אין באַשולדיקונגען סתם: „קלאַגעס“; אָפטער -ן, אַז ס′גייט אין אַ פאָרמעלער רשימה פון פּראָקוראַטור: „די קלאַגן“};

{טאָמער אַ טאָגטגלעכער, מענטשלעכער, פּערזענלעכער אַרויסזאָג פון אַ מענטשן לגבי אַ צווייטן וואָס האָט (\זאָל האָבן) באַעוולט, מער אַ טענה איידער אַ באַשולדיקונג ממש, נאָר צומאָל מיט דער עמאָציאָנעלער אָנלאָדונג פון אַ באַשולדיקונג:} (די) קלאָג (ל″ר: -ן); („הײַנטיקע קינדער האָבן ניט צו די עלטערן דעם זעלביקן דרך⸗ארץ וואָס אַמאָל, זיי זוכן כסדר קלאָגן אויף די אייגענע טאַטע⸗מאַמע“);

{לומדיש: (די) תביעה [tvíyə] (ל″ר: תביעות); (דער) קיטרוג [kítrəg] (ל″ר: קיטרוגים [kətrúgəm], דרומדיק: [kətrí:gəm]); 

 

(.accusative (n.) (gram

(דער) אַקוזאַטיוו (ל″ר: -ן); דער בייגפאַל פון דירעקטן אָביעקט.

 

accuse

באַשולדיקן (אין); {טאָמער אין יורידישן זין:} אָנקלאָגן (אַז\פאַר).

 

(accused (person accused of something

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַשולדיקטע(ר);

{טאָמער אין זין פון דעם וועמען מ′האָט גענומען אין געריכט אויף אַ קלענערן פאַרברעכן אָדער אין אַ ציווילן משפּט, בייגעוודיק:} (די\דער) אָנגעקלאָגטע(ר).

 

accuser

{גאָר ערנסט:} (דער) באַשולדיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַשולדיקערין (ל″ר: -ס);

{ווייניקער ערנסט און אין אַ ציווילן משפּט:} (דער) אָנקלאָגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אָנקלאָגערין (ל″ר: -ס); {אַרכעאיש; דיאַלעקטיש:} (דער) אָנקלעגער;

{לומדיש פאָרמעל, דער עיקר וועגן דעם הימלישן באַשולדיקער (מלאך, וכדומה) פון אונדזערע זינד אויף יענער וועלט לויט דער יידישער טראַדיציע:} (דער) מקטרג [məkátrəg] (ל″ר: [məkatréygəm], דרומדיק: [məkatráygəm]); (דער) קטיגור [katéygər], דרומדיק: [(katáygə(r] (ל″ר {זעלטן}: -ס; אויך {נאָכמער זעלטן}: קטיגורים [katəgóyrəm], צפונדיק: [katəgéyrəm].

 

(accustom oneself (get accustomed

זיך צוגעוואוינען; זיך אײַנגעוואוינען; זיך אײַנרגילותן [áyn-rəgìləsn], דרומדיק: [á:n-rəgì:ləsn];

{פראַזע:} זיך אַרײַנטאָן אין דער זאַך.

 

(accustomed (used to

אײַנגעוואוינט; צוגעוואוינט.

 

ace (n.) (master of a field)

(דער) מײַסטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַן אַלטער מומחה [múmkhə], דרומדיק: [mímkhə].

 

ace (n.) (cards)

(די\דער) טויז; (די\דער) טײַז; (דאָס\דער) אחדל [ékhədl], דרומדיק: [éykhədl].

 

ace of spades (cards)

(די\דער) טויז שוואַרץ; (די\דער) שלימויז.

 

ace (adj.)

(זײַן) אַ מאדים אַ [amáydəm], דרומדיק: [amá:dəm]; ממש אויסגעפּרואווט [máməsh].

 

Acharonim

די אחרונים [də-àkh(ə)róynəm], צפונדיק: [də-àkh(ə)réynəm].

 

(.ache (n

(דער) ווייטיק (ל″ר: -ן); אויך: ווייטאָג (ל″ר: -ן)

(דער) שמערץ (ל″ר: -ן; אויך: שמאַרץ (ל″ר: -ן).

 

ache: it aches

ס′טוט וויי.

 

ache (/aching): it aches (/it’s aching) all over

ס′טוט מיר וויי אומעטום (\אומעטום וויי);

{פראַזע:} אוי, אַ ברעכעניש אין די ביינער!.

 

achieve

אויפטאָן [ֹúf-tòn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)ftì:(ə)n], טייל ד″מ: [íftì:n] (ל″ע: אויפגעטאָן); דערגרייכן

{אין זין פון מצליח זײַן אַ ספּעציפישן ציל דערגרייכן:} אויספירן; פּועלן [póyəln], צפונדיק: [péyəln]; {מיט אַן אָנצוהערעניש אויף אַ מער קאָמפּליצירטן ענין און מיטן טראָפּ אויף פאַרענדיקונג פון דער טואונג:} אויספּועלן.

 

achievement

(די) דערגרייכונג (ל″ר: -ען); (דער) אויפטו [úftu], דרומדיק: [:ó(:)ftì], טייל ד″מ: [:íftì] (ל″ר: -ען);

{פראַזע:} דאָס (אַלץ) וואָס מ′האָט אויסגעפּועלט [óyz-gəpòyəlt], צפונדיק: [óyz-gəpèyəlt].

 

achiever: high achiever

{מיט אַ טאָפּלטער באַטאָנונג אויפן ערשטן טראַף:} (אַן) אויפטוער [úftùər], דרומדיק: [(ó:(u)ftì:ə(r], טייל ד″מ: [íftì:ər] (ל″ר: ø, אויך: -ס); ל″נ: (אַן) אויפטוערין (ל″ר: -ס); („טו אַ קוק, אָדאָס איז אַן אויפטוער! שוין איינמאָל!“).

אַ מושלם [múshləm], דרומדיק: [míshləm]; ל″נ: אַ מושלמת [mushléməs], דרומדיק: [mishléyməs];

 

achiever: low achiever, underachiever

אַ קנאַפּער אויפטוער [úftùər], דרומדיק: [óftùər]; אַ לא⸗יוצלח [àlə-yútsləkh], דרומדיק: [àlə-yítsləkh];

{פראַזעס:} ער\זי האָט קיין סך ני(ש)ט געפּועלט [kin-sákh|ni(sh)t|gipóyəlt], צפונדיק: [ki-sákh|nit|gipéyəlt];

אַ שלימזלניק [shlìməzálnik], (ל″ר: -עס); ל″נ: שלימזלניצע [shlìməzálnitsə] (ל″ר: -ס).

 

achy

מיט פאַרשיידענע ווייטיקן;

{פראַזעס:} אַז ס′טוט וויי דאָ און דאָרטן; אַז ס′טוט וויי אומעטום.

 

acknowledge

{אײַנזען אַז בײַ וואָס, צי בײַ וועמען, איז דאָ וואָס גוטס:} אָנערקענען; שאַצן

{מיט אָנצוהערעניש, אַז אַפריער האָט מען פון וואָס⸗ניט⸗איז ווייניקער געהאַלטן:} מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; („איך בין מודה, אַז זיי זײַנען פאָרט ערנסטע קינסטלער“);

{פּשוט, אַז מען איז מודיע בכתב, אַז וואָס⸗ניט⸗איז איז אָנגקומען בשלום אָדער געטאָן געוואָרן:} באַשטעטיקן; חתמענען (אַז) [khásmənən].

 

acknowledgment

אָנערקענונג; באַשטעטיקונג;

{אין אַ בוך, פילם אָדער אַנדער ווערק, אָנערקענענדיק עמעצנס הילף אָדער בײַטראָג:} דאַנק⸗וואָרט.

 

acne

(די) אַקנע; (די) הויט⸗אַקנע;

{עמאָטיוו; צומאָל הומאָריסטיש:} (די) יצר⸗הרע פּרישטשיקעס (\פּרישטשיקלעך \בלעטערלעך) (ל″ר).

 

acquire

אײַנשאַפן זיך; באַקומען; קריגן;

{טאָמער וועגן וואָס⸗ניט⸗איז מער אַבסטראַקט, ניט קיין חפץ:} (זיך) קונה זײַן [kóynə-zayn], צפונדיק: [kéynə-zayn]; („זי האָט זיך קונה געווען אַ גרויסן שם מיט אירע סקולפּטורן“).

 

(acquisition(s

{וועגן דער טואונג:} (די) אײַנשאַפונג (ל″ר: -ען); 

{וועגן דעם באַקומענעם חפץ:} (דער) קנין [kí(n)yən]; די נײַבאַקומענע זאַכן (\חפצים\סחורה, וכו′) (ל″ר).

 

acquit

באַפרײַען (פון שולדיקײַט); דערקלערן (פאַר) אומשולדיק; ריינוואַשן;

{לומדיש:} מפטר זײַן [məfátər-zayn];

{פראַזע:} געפינען פאַר פּטור אין דער מעשה [pótər], דרומדיק: [(pú:tə(r];

{אַרכעאיש:} פרײַשפּרעכן.

 

acquittal

(די) באַפרײַאונג פון שולדיקײַט; (די) באַשטימונג פאַר אומשולדיק; (די) ריינוואַשונג;

{אויסדריקנדיק ביטול צום פּסק:} (די) ריינוואַשעניש;

דער פּסק פון פּטורדיקײַט [pótər-dəkàyt], דרומדיק: [pu:tə(r)-dəkàyt];

{אַרכעאיש:} (די) פרײַשפּרעכונג.

 

acre

(דער) אַקער; (ל″ר: ø) אויך: אַן אַקערלאַנד (ל″ר: ø).

 

across

{אַלץ אַדווערב:} אַריבער; איבער;

{אַלץ פּרעפּאָזיציע:} פון יענער זײַט.

 

across the ocean

איבערן ים [yam]; פון (\אויף) יענער זײַט ים.

 

across the street

איבערן גאַס; פון (\אויף) יענער זײַט גאַס; איבערן וועג; {אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} אַקעגנאיבער.

 

acrostic

(די) אַקראָסטיק;

{טאָמער אין טראַדיציאָנעל יידישן לעבן, צי בײַם אויסזוכן פאַרבאָרגענע באַדײַטן אין סעקווענצן פון ערשטע אותיות⸗פון⸗ווערטער אין דער תורה און אַנדערע הייליקע ספרים, צי אויף משמח זײַן דעם עולם אויף חתונות און אַנדערע שמחות, דער עיקר דורכן קאָמבינירן גמטריות מיט אַן אַקראָסטיק:} נוטריקון [nutríkn], דרומדיק: [nitríkn].

 

(.act (n

{דאָס עיקרדיקע וואָרט איז נאָר אין ל″ר:} מעשים [máysəm], דרומדיק: [má:səm]; {אַז דער היסטאָרישער ל″י, „מעשה“ איז טײַטש „נאַראַטיוו פון אַ פּאַסירונג“, „דערציילונג“, „נאָוועלע“; פאַרבליבן איז אָבער דער ל″י אין אַ סעריע פראַזעס: „בשעת מעשה“, „בעת מעשה“; „פאַר דער מעשה“; „לאחר המעשה“, „שוין נאָך דער מעשה“).

(די) טואונג [tú-ung] (ל″ר: -ען); (דער) אַקט (ל″ר: -ן).

 

act (n.) (theatre)

{קאַפּיטל פון אַ פּיעסע אָדער אויפפירונג אויף דער בינע:}

(דער) אויפצי [úf-tsì], דרומדיק: [:ó(:)f-tsì], טייל ד″מ: [:íf-tsì]; (ל″ר: -ען); (דער) אַקט (ל″ר: -ן).

 

act (n.) (of legislature, congress, etc)

(דער\דאָס) געזעץ (ל″ר: -ן); (דער) (געזעץ⸗)אַקט (ל″ר: -ן); (דער) לעגאַלער אַקט (ל″ר: -ן);

{טאָמער אַ צוגאָב צי שינוי אין אַ קאָנסטיטוציע צי אין אַ פריערדיקן געזעץ:} (די) תקנה [takónə], דרומדיק: [takú:nə] (ל″ר: תקנות).

 

(act (v.) (take action

אויספירן; אַדורכפירן; טאַקע טאָן;

טאָן בפּועל ממש [tón|bəpòy(ə)l-máməsh], דרומדיק: [tí:(ə)n|bəpòy(ə)l-máməsh], צפונדיק: [tón|bəpèy(ə)l-máməsh];

 

(act (v.) (behave

אויפפירן זיך

{אַז ס′גייט אין אַ געוואוינהײַט צי אַ שטענדיקער נטיה, לומדיש:} זיך נוהג זײַן [zəkh-nóy(h)əg-zayn], צפונדיק: [zəkh-néy(h)əg-zayn].

 

(act (v.) (in play or film

שפּילן;

{אין אַ ספּעציפישן ספּעקטאַקל אָדער פילם:} אויפטרעטן; שפּילן אַ ראָלע (\די ראָלע פון…).

 

act of God

אַן אצבע אלהים [anétsb(ə)èləhím]; {בײַ אָפּגעהיטע פרומלײַט:} אַן אצבע אלקים [anétsb(ə)èləkím]; („דאָס איז שוין ניט קיין צופאַל, ס′איז אַן אצבע אלהים ממש!“; „אַז אַן ערד⸗ציטערניש זאָל חרוב מאַכן דעם בנין, דאָס הייסט בײַ די פאַרסטראַכירער אַן אצבע אלקים“).

{טאָמער וועגן וואָס⸗ניט⸗איז מער אינטים:} אַ גאָט⸗זאַך [agód-zakh]; (מ′גיט אים דאָרטן די בעסטע רפואות, די דאָקטוירים זײַנען די בעסטע, נאָר וואָס′עט מיט אים זײַן, דאָס איז שוין אַ גאָט⸗זאַך).

 

(acting (working/performing as actor

(דאָס\דער) שפּילן (אויף דער בינע \ אין פילמען); (די) אויפטרעטונג.

 

(acting (temporary

אַמטירנדיקע(ר); פּראָוויזאָרישע(ר); צײַטווײַליקע(ר); דערווײַליקע(ר).

 

(action (act, deed

(די) טואונג (ל″ר: -ען); (די) אויספירונג (ל″ר: -ען); (די) אַקציע [áktsyə] (ל″ר: -ס).

 

(action (dynamic quality

(די) לעבהאַפטיקע קראַפט; (די) לעבעדיקע באַוועגונג; (די) ענערגיע פון דער זאַך.

 

!Action

שוין!; געגאַנגען!; אין וועג (אַרײַן)!.

 

action: a lot of action (movement, things happening)

אַ געפּילדער; אַ געטועכץ; אַ געליאַרעם; אַ געוואָי; אַ געברוםאַ געטומל; אַ טומלעניש; אַ קאָכעניש;

 

active

אַקטיוו; טועריש; טעטיק

 

activism

(דער) אַקטיוויזם; {אַרכעאיש אין אָט דעם זין:} (די) טעטיקײַט;

{טאָמער דווקא מער אין געזעלשאַפטלעכע ענינים איידער פּאָליטישע:} (די) טוערישקײַט; (די) טעטיקײַט;

{טאָמער גערעדט געוואָרן וועגן טראַדיציאָנעל יידישע סביבות:} (די) עסקנות [askónəs], דרומדיק: [askú:nəs].

 

activist

(דער) אַקטיוויסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַקטיוויסטקע (ל″ר: -ס);

(דער) טוער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און בײַ פּוריסטן: -ס), ל″נ: (די) טוערין (ל″ר: -ס); {טאָמער וועגן אַזאַ וואָס איז טעטיק בײַ פאַרשיידענע וואוילטעטיקײַטן:} (דער) כלל⸗טוער [klál-tùər], דרומדיק: ([klál-tì:yə(r] (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און בײַ פּוריסטן: -ס),  ל″נ: (די) טוערין (ל″ר: -ס);

{צום שילדערן אַ טראַדיציאָנעלן י י ד י ש ן  טיפּ טוער, אַשטייגער וואָס שייך וואוילטעטיקע צי קהלשע אָרגאַניזאַציעס:} (דער) עסקן [ásk(ə)n] (ל″ר (זייער אָפט): עסקנים [askónəm], דרומדיק: [askú:nəm]); ל″נ (זעלטן): (די) עסקנטע [ásk(ə)ntə] (ל″ר: -ס);

{עמאָטיוו צי איראָניש צי וועגן אַזאַ וואָס איז שטאַרק אַקטיוו בײַ אַ סך זאַכן: אַ קאָכלעפל;

{מיט ביטול:} אַן אַרומלויפער (ל″ר: ø, אויך: -ס).

 

activity

{אָרגאַניזירטע פּראָגראַם:} (די) אַקטיוויטעט [àktivətét] (אַמאָפטסטן אין ל″ר: -ן); (די) פּראָגראַם (ל″ר: -ען); {אין טייל קרײַזן אַרכעאיש:} (די) טעטיקײַט (ל″ר: -ן);

{טואונג להיפּוך צו ניט⸗טואונג:} (די) טועניש (ל″ר: -ן); (די) טואונג (ל″ר: -ען);

 

actor

(דער) אַקטיאָר [aktyór] (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַקטריסע [aktrísə] (ל″ר: -ס); {דיאַלעקטיש, אויך איראָניש:} (די) אַקטיאָרקע (ל″ר: -ס);

{דער עיקר אין מזרח אייראָפּע:} (דער) אַרטיסט (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַרטיסטקע (ל″ר: -ס);

{אַרכעאיש:} (דער) שוישפּילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש און בײַ טייל פּוריסטן: -ס); ל″נ: שוישפּילערין (ל″ר: -ס).

 

(Acts of the Apostles (Christian biblical

אַקטן פון די אַפּאָסטאָלן;

  {אזהרה: די המצאה „מעשים פון די שליחים“, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פאַר מיסיאָנערישע שריפטן און תרגומים, טוט אַ שטאָך אין האַרצן דעם טראַדיציאָנעלן יידן}.

 

actual

{קאָנטראַסטירנדיק מיט ניט⸗פאַקטישע:} אמתדיק [éməzdik]; רעאַליש;

{לומדיש:} בפּועל⸗ממשדיק [bəpòy(ə)l-máməshdik], צפונדיק: [bəpèy(ə)l-máməshdik];

{פּשוט פאַראַן; דורך אינטאָנאַציע קען אָננעמען אַ קאָנטראַסטיווע קראַפט:} פאַראַנען; עקזיסטירנדיק;

{לומדיש:} בנמצאדיק [bənímtsədik].

 

actually

ריכטיק זאָגנדיק; ריכטיק געזאָגט געוואָרן; אייגנטלעך; פאַקטיש

{טאָמער אַלץ תשובה צי רעאַקציע:} אויב(ע) זאָגן דעם אמת [éməs]; ס′איז אָבער פאָרט אַ פאַקט, אַז; פונדעסטוועגן איז דער אמת\פאַקט דערפון \ אַז;

{טאָמער פאַרריכטנדיק זיך אַליין, ריידנדיק וועגן דעם אויסלאָז:} ווײַזט זיך אַרויס; לאָזט זיך (גאָר) אַרויס(עט); סוף⸗כל⸗סוף [sófkl|sóf];

{טאָמער ענטפערנדיק עמעצן, שאַרף און פאָרט העפלעך:} אינדעראמתן אָבער [ìnderéməsn]; פאַקטיש; אויב ריידן (\רעדן) אינגאַנצן ריכטיק; {טאָמער וועגן אַן איידעלן ענין:} טאָמער ריידן (\רעדן) אויפריכטיק.

 

AD

נאָך קריסטוסן (=  נ.ק.); אין איצטיקן קאַלענדאַר; לויטן אַלגעמיינעם קאַלענדאַר;

{בײַ יידן, איידעלערהייט געבנדיק צו פאַרשטיין אַז ס′איז „פאָרט ניט אונדזער לוח“:}

למספּרם [ləmispórom], דרומדיק: [ləmispú:rom]; אויך: [ləmisp(ə)róm];

{לומדיש:} למנין הנוצרים [ləmìnyən-(h)anóytsrəm], צפונדיק: [ləmìnyən-(h)anéytsrəm].

 

ad → advertisement

 

(Adam (biblical

אדם הראשון [òdəm-əríshn], דרומדיק: [ù:d(ə)m-ərí:shn]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אדם⸗הראשונען}. 

 

Adam’s apple

(דער) גאָרגל⸗קנאָפּ (ל″ר: -קנעפּ).

 

(Adam and Eve (biblical 

אדם און חווה [ódəmən-khávə], דרומדיק: [ú:dəmən-khávə];

{מער לומדיש:} אדם וחווה [ódəm-və-khávə], דרומדיק: [ú:dəm-və-khávə];

 

adapt

צופּאַסן; אַדאַפּטירן; באַאַרבעטן.

 

Adar (Jewish month)

אדר [ódər], דרומדיק [údər]: דער זעקסטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער צוועלפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינטלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט דרײַסיק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים {אַחוץ אין עיבור⸗יאָרן ווען ער ווערט אָנגערופן אדר א′ [òdər-áləf] ←אדר ב′}. 

 

Adar 2 (Jewish month in leap years only)

ואדר [véy-òdər] (דרומדיק: [váy-ùdər]), אָדער אדר ב′ [ódər-béyz] (דרומדיק: [údər-báys]), דער צוגעגעבענער דרײַצעטער חודש פון יידישן לוח (רעכענענדיק פון ניסן, אין אַן עיבור⸗יאָר), דער זיבעטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי אין אַן עיבור⸗יאָר). געוויינטלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים (אין אַן עיבור⸗יאָר).

 

add

צוגעבן [tsú-gèbm], דרומדיק: [tsí:-gèybm]; צולייגן [tsú-lèygn], דרומדיק: [tsí:-làygn];

{לומדיש:} מוסיף זײַן [móysəf-zayn], צפונדיק: [méysəf-zayn];

{מאַטעמאַטיש:} צוחיבורן [tsú-khìbərn], דרומדיק: [tsí:-khìbərn].

 

add: It doesn’t add or subtract anything

ס′גיט ני(ש)ט צו, און ס′נעמט ני(ש)ט אַראָפּ(עט).

ס′איז ני(ש)ט מעלה און ני(ש)ט מוריד [nì(sh)t-máylə|unì(sh)t-móyrəd], דרומדיק: [nìsh(t)-má:lə|inìsh(t)-móyrət], צפונדיק: [nìt-máylə|unìt-méyrəd].

 

(.add-on (n

(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן); (דער) צולאָג (ל″ר: -ן);

{ביטולדיק:} (די) צוטשעפּעניש (ל″ר: ן).

 

(.add on (v

צושטוקעווען; צוגעבן [tsú-gèbm], דרומדיק: [tsí:-gèybm];

{לומדיש:} מוסיף זײַן [móysəv-zayn], צפונדיק: [méysəv-zayn].

 

addict (n.)

(דער) אַדיקט [ádikt] (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַנומענע(ר); (די\דער) אַדיקטירטע(ר); אַדיקציע⸗לײַדנדיקע(ר).

 

addicted

אַדיקציע⸗פאַרכאַפּטאַדיקציע⸗לײַדנדיק;

האָבן אַן אַדיקציע; זײַן אַדיקטירט;

 

addiction

(די) אַדיקציע [adíktsyə] (ל″ר: -ס); (די) סובסטאַנץ⸗באַנומענקײַט (ל″ר: -ן); (די) אַדיקציע⸗מאַניע (ל″ר: -ס); (די) אַדיקציע⸗קרענק [kreynk]).

 

addictive

אַדיקציע⸗שאַפנדיק; אַדיקציע⸗מאַכנדיק; אַדיקטיוו; באַנעמונג⸗געפערלעך.

 

addition

(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) צוגעגעבענע [tsú-gə-gèbənə], דרומדיק: [tsí:-gə-gèybənə]; (דער) צולאָג (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (די) הוספה [həsófə], דרומדיק: [h)əsúfə)];

{מאַטעמאַטיש:} (דער) חיבור [khìbər].

 

addition: the addition of (as process)

(דאֶָס\דער) צוגעבן; {לומדיש:} מוסיף זײַן [móysəv-zayn], צפונדיק: [méysəv-zayn].

 

 additional

צוגעגעבענע(ר); צוגאָבלעכע(ר); ווײַטערדיקע(ר).

 

additionally

דערצו נאָך; צו דעם אַלעמען; צודערצו; נאָכמער [nóghmər]; נאָך מער [nòkh-mér]; אַחוץ דעם [akhùdz|dém], דרומדיק: [akhìdz|déym].

 

(address (postal or internet

(דער) אַדרעס [ádrəs] צי [adrés] (ל″ר: -ן [adrésn]).

 

(.address (v

{וועגן אָנשרײַבן דעם אַדרעס:} אַדרעסירן;

{וועגן קאָמוניקירן מיט עמעצן:} עפנטלעך ריידן (פאָרמעל); זיך ווענדן; {זע הערה אין קומעדיקן סימן}.

 

address the nation

עפנטלעך ריידן (\רעדן) מיטן פאָלק (\מיט דער באַפעלקערונג); אַדרעסירן דעם פאָלק זיך ווענדן צום פאָלק;

  {הערה:  פאָרט פאַראַן אַ שטיקל חילוק צווישן „עפנטלעכן ריידן“ און „אַדרעסירן“ פון איין זײַט און פון דער אַנדערער זײַט — „זיך ווענדן“, וואָס איז משמע אַז מ′ווענדט זיך ניט בכלל, נאָר דווקא וועגן אַ ספּעציפישן עיקרדיקן ענין אָדער קריזיס}.

 

adequate

טויגעדיק; גוט גענוגאַדעקוואַט

{טאָמער אין כמות:} קלעקנדיק \ קלעקע(וו)דיק; סטײַענדיקגענוגנדיק.

 

adequate: be adequate

טויגןגוט גענוג זײַןאַדעקוואַט זײַן

{טאָמער אין כמות:} קלעקן; סטײַען, סטײַענעןגענוג זײַן.

 

adequate: seen to be adequate

גילטן; האָבן אַ פּנים [pónəm], דרומדיק: [pú:nəm].

 

adherence

(דאָס\דער) האַלטן זיך בײַ; (די) אָנהענגערישקײַט; (די) נאָכפאָלגערישקײַט;

{טיילמאָל מיט וואַרעמקײַט צי איראָניע:}

(דאָס\דער) זײַן אַ חסיד (פון) [akhósəd], דרומדיק: [akhú:sət].

 

adherent

אַן אָנהענגער (פון) (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ נאָכפאָלגער (פון); (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); 

{טיילמאָל מיט וואַרעמקײַט צי איראָניע:}

אַ חסיד (פון) [akhósəd], דרומדיק: [akhú:sət].

 

adjust

רעגולירן; צופּאַסן.

 

adjustable

וואָס מ′קען (אַליין) רעגולירן.

 

adjustment

(די) צופּאַסונג (ל″ר: -ען); (די) רעגולירונג (-ען).

 

administer the oath

משביע [mazh-bíyə] זײַן די אַמט⸗שבועה [ámt-shvùə], דרומדיק: [ámt-shvì:yə].

 

administration

(די) אַדמיניסטראַציע; (די) אָנפירערשאַפט; (די) אָנפירונג;

{אין אַן אַנשטאַלט אָדער פירמע, אויך:}

(די) פאַרוואַלטונג;

{אין אַ טראַדיציאָנעל יידישן מוסד:}

(די) הנהלה [hanhólə], דרומדיק: [h)an(h)ú:lə)].

 

administrator

(דער) אַדמיניסטראַטאָר [admìnəstrátər] (ל″ר: -ן [admìnəstratórn]); ל″נ: (די) אַדמיניסטראַטאָרשע [admìnəstratórshə] (ל″ר: -ס).

 

admiration

(די) באַוואונדערונג; (די) הויכהאַלטונג; (דאָס\די) אַרויפקוקונג;

{פראַזעס:} מ′האַלט פון (אים\איר\עמעצן) {מיט פאַרשטאַרקונג:} אַ סך [asákh], אַ וועלט, וכו′ {זע נאָך, אין קומעדיקן סימן}.

 

admire

האַלטן פון; באַוואונדערן; אַרויפקוקן צו; הויך האַלטן; פאַרערן;

{מיט פאַרשטאַרקונג:} האַלטן שטאַרק פוןהאַלטן אַ וועלט פון;

{לומדיש:} האַלטן אַן עולם ומלואו פון [óyləm|umlóyə], צפונדיק: [éylom|umléyey]; האַלטן הרים וגבעות פון [hòrəm-ugvó(y)əs], דרומדיק: [h)ú:rəm-igvú:əs)].

 

admirer

(דער) באַוואונדערער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) פאַרערער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) פאַרערערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו; אָפּלאַכעריש:} (די) פאַרערערקע (ל″ר: -ס).

 

(admission (confession

(דאָס\דער) זיך מודה זײַן [zəkh-móydə-zayn], צפונדיק: [zəkh-méydə-zayn] (ל″ע: האָט זיך מודה געווען);

{אַוואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר:} (די) צוגעבונג; אָננעמונג.

 

(admission (entry

(דער) אַרײַנגאַנג; (דער) אײַנטריט;

{מער אַבסטראַקטיש, ניט וועגן אַן איינציקן באַזוך:} (דער) צולאָז.

 

(admit (confess

(דאָס\דער) זיך מודה זײַן [zəkh-móydə-zayn], צפונדיק: [zəkh-méydə-zayn] (ל″ע: האָט זיך מודה געווען);

{אַוואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר:} צוגעבן; אָננעמען.

 

(admit (give entry

אַרײַנלאָזן; געבן אַרײַנגיין; געבן אײַנטרעטן;

{אין אַ מאַשין, באַן, עראָפּלאַן — אויך:} אַרויפלאָזן;

{מער אַבסטראַקטיש, ניט וועגן אַן איינציקן באַזוך:} צולאָזן; („אין אָט דעם פאַך האָט מען זיי ניט צוגעלאָזן“).

 

admixture

(די) בײַמישונג (ל″ר: -ען); (די) צומישונג (ל″ר: -ען).

 

admonish

{בכלל:} אָנוואָרענען; {לומדיש:} מזהיר זײַן [máz(h)ər-zayn];

{דווקא עטיש⸗מאָראַליש:} מוסרן [músərn], דרומדיק: [mísərn]; אָנמוסרן [ón-mùsərn], דרומדיק: [ú(:)n-mìsərn]; {לומדיש:} מתרה זײַן [másrə-zayn].

 

(.adolescent (n 

טיניידזשער; אַ נאָכני(ש)ט דערוואַקסענע(ר); אַן אונטערוואַקסנדיקע(ר)

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) בחור [bókhər], דרומדיק: [búkhər], ל″נ: (די) בחורטע [bókhərtə], דרומדיק: [búkhərtə] ; (דער) יונגערמאַנטשיק (ל″ר: -עס), ניטאָ קיין ל″נ {הערה: אין טייל חרדישע קרײַזן נוצט מען „יונגערמאַנטשיק“ בלויז אויף אַ יונגנמאַן וואָס האָט לעצטנס חתונה געהאַט}.

 

(.adolescent (adj 

טיניידזשעריש; נאָכני(ש)ט דערוואַקסןנאָכני(ש)ט דערבאַקןאונטערוואַקסנדיק; בחוריש [bókhərish], דרומדיק: [búkhərish]; אין די בחורשע יאָרן [bókhərshə|yórn], דרומדיק: [búkhərshə|yú:(ə)rn].

 

adopt

{וועגן אַ קינד:} אַדאָפּטירן; ארײַננעמען צו זיך ווי אַן אייגן קינד;

{וועגן אַ געדאַנק, פּלאַן, רעזאָלוציע וכו′:} אָננעמען.

 

adoption

{וועגן אַ קינד:} (די) אַדאָפּטירונג; (דאָס\דער) אַדאָפּטירן; (דאָס\דער) ארײַננעמען צו זיך ווי אַן אייגן קינד;

{וועגן אַ געדאַנק, פּלאַן, רעזאָלוציע וכו′:} (די) אָננעמונג; (דער) אָננעם.

 

adore

{אין זין פון שטאַרק ליב האָבן:} ליב האָבן ווי דאָס (\דעם) לעבן; משוגע ליב האָבן [məshúgə], דרומדיק: [məshígə]; זײַן ווילד פאַר;

{אין זין פון האַלטן פאַר זייער געהויבן:} האַלטן אַ וועלט פון; פאַרגעטערן; {לומדיש:} האַלטן אַן עולם ומלואו פון [óyləm|umlóyə], צפונדיק: [éylom|umléyə] (′האַלטן אַ וועלט און אַלדאָסגוטס וואָס אין דער וועלן פון′…).

 

adrenaline

(דער) אַדרענאַלין [adrènəlín]; 

{אין קאָלאָקוויאַלן צפונדיקן באַנוץ, ערטערווײַז, אַז ס′גייט די רייד וועגן דעם כח וואָס מען „טרעפט בײַ זיך“ דעמאָלט אַז מען איז אינגאַנצן אויסגעמאַטערט:} (די) צנאָטע; („ער איז געווען שרעקלעך מיד, נאָר די צנאָטע איז בײַ אים [ba-ém] געגאַנגען“).

 

(.adult (n

{בייגעוודיק:} (דער) דערוואַַקסענער; ל″נ: (די) דערוואַקסענע (ל″ר בײַ ביידע: דערוואַקסענע);

{אין קינדערשן לשון; בייגעוודיק:} (דער) גרויסער; ל″נ: (די) גרויסע (ל″ר בײַ ביידע: גרויסע).

 

(.adult (adj

פאַר דערוואַקסענע.

 

adultery

(דער) ניאוף [níyəf]; (דאָס\דער) עובר זײַן אויפן לא תנאף [òyvər-zayn-afn|lòy-sínəf], דרומדיק: [òyvər-za:n-ofn|lòy-sínəf], צפונדיק: [èyvər-zayn-afn|lèy-sínəf]; 

{ס′ווערן אויך גענוצט אויף ניאוף ווערטער אויף פּראָסטיטוציע, וועמענס באַדײַט ווערט מיט ביטול אויסגעשפּרייט אויף פאַרווערטע סעקסועלע באַציאונגען מיט חתונה⸗געהאַטע מענטשן:}

(דער) זנות [znús], דרומדיק: [znís]};

  {אזהרה: די פאָרגעלייגטע המצאה „חילול הזיווג“ קען אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס קענען די שפּראַך נאַטירלעך. בעת מעשה קענען געמאָלט זײַן פאַרשיידענע פראַזעס פון לס″נ וועגן, אַשטייגער:} „ניט געטרײַ געווען דער ווײַב \ דעם מאַן“ און „געפירט אַ ראָמאַן מיט יענעמס ווײַב\מאַן“}.

 

(advance (n.) (making of progress

(די) פּראָגרעסירונג; (דער) פּראָגרעס; (דאָס\דער) פאָראויסגיין; (דער) פאָראויסגאַנג.

 

(advance (n.) (payment 

(דער) אַדערוף (אויך: אַדערויף) [adərúf] צי [adəróyf]; דרומדיק: [adəríf] צי [adəró(:)(ou)f]; (די\דאָס) האַנטגעלט; (דער) אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) דעפּאָזיט [dəpózit].

 

(advance (v.) (payment

(צאָלן) אַדערוף (אויך: אַדערויף) [adərúf] צי [adəróyf]; דרומדיק: [adəríf] צי [adəró(:)(ou)f]; געבן אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} געבן (אַ) דעפּאָזיט [dəpózit];

{אין ספּעציעלע פאַלן:} (די\דאָס) האַנט⸗געלט; {וועגן דינגען אַן אָרט:} (די\דאָס) שליסל⸗געלט.

 

(advance (v. intrans.) (academically, in studies

 {אין אַ ישיבה, מתיבתא, כולל (דאָס הייסט, אין אַ מוסד פון לערנען אין דער חרדישער וועלט):} שטײַגן [shtáygn], דרומדיק: [shtá:gn]; ל″ע: געשטיגן; גוט לערנען [gút|lérnən].

{אין אַ וועלטלעכער אינסטיטוציע, זאָל זי אַפילו זײַן אַ יידישע און אַ פרומע:} פּראָגרעסירן אין די לימודים; גוט שטודירןגוט לערנען זיך.

 

advance (v. trans.) (move forward, move to the next stage, carry forward)

אַוואַנסירן; פאָראויסרוקן; ווײַטערפירן

{מיט דער בפירושדיקער כוונה אויף הייבן:}

הייבן [héybm], דרומדיק: [háybm]; דערהייבן; פאַרהעכערן (און פאַרשענערן).

 

(advanced (academic level

אַוואַנסירט; העכערע(ר);

{בײַ טייל אַרכעאיש:} פאָרגעשריטענע(ר).

 

(advanced (late-stage

ווײַט⸗דערגאַנגענע(ר); אין אַ שפּעטיקן שטאַנד.

 

advancement

(די) אַוואַנסירונג; (די) פּראָגרעסירונג; (די) פאָראויסרוקונג.

 

(.advantage (n

(די) מעלה [máylə], דרומדיק: [má:lə] (ל″ר: מעלות [máyləs], דרומדיק: [má:ləs]); (דער) פּלוס (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (די) רבותא [rəvúsə], דרומדיק: [rəví:sə].

 

(advantage: take advantage of (put to good use, enjoy

געניסן פון (ל″ע: גענאָסן); אויסנוצן די געלעגנהײַט;

{אָדאָרטן אַוואו ס′איז דאָ אויך אַן עלעמענט פון הנאה:}

הנאה האָבן פון [hanóə], דרומדיק: [h)anú:ə)], צפונדיק: [hanó(y)ə];

{לומדיש:} נהנה זײַן [nə(h)énə-zayn], אויך: [né(ə)nə-zayn]; דרומדיק: [nə(h)éynə-za:n], אויך: [néy(ə)nə-za:n].

 

(advantage: take advantage of (exploit, abuse

אויסנוצן; עקספּלואָטירן;

{פראַזע:} יענעם אויסנוצן לטובת עצמו [lətòyvəs-átsmoy], צפונדיק: [lətèyvəs-átsmey].

 

advantage: to the advantage/benefit of

{פאַרן סוביעקט:} לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs]; („לטובת דעם טאַטן“);

{נאָכן סוביעקט:} לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə]; („דעם טאַטן לטובה“);

 

(.advantage (v

קומען צום גוטן <+דאַטיוו>.

 

adventure

(די) אַוואַנטורע (ל″ר: -ס); (די) אמתע [éməsə] איבערלעבונג (ל″ר: -ען).

 

adverse

אומגינציק; נעגאַטיוו; שעדלעך.

 

adverse effect

אומגינציקע (\שעדלעכע) פּעולה [p(ə)úlə], דרומדיק: [p(ə)ílə] (ל″ר: פּעולות).

 

adverse reaction

{טאָמער פון אַ מענטשן:} (דער) נעגאַטיווער אָפּרוף (ל″ר: -ן); {עמאָטיוו:} (דער) בייזער אָפּרוף (ל″ר: -ן);

{פון אַוועלכן ניט איז יש:} (די) נעגאַטיווע רעאַקציע (ל″ר: -ס).

 

adverse side effect

(די) אומגינציקע צוגאָב⸗פּעולה [p(ə)úlə], דרומדיק: [p(ə)ílə] (ל″ר: פּעולות);

(די) נעגאַטיווע צוגאָב⸗ווירקונג (ל″ר: -ען).

 

adversely

צום שלעכטן; אויף שלעכטס; נעגאַטיוו; צום אונגינציקן;

{לומדיש:} לרעה [ləróə], דרומדיק: [lərú:ə].

 

advertise

{בכלל:} מאַכן רעקלאַמערעקלאַמירן; אַנאָנסירן; {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער, צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר צי זעלבסט⸗איראָניע:} אַדווערטײַזן [édvər-tàyzn], {מער גענייגט צו איראָניע:} [àdvər-táyzn];

{בנוגע שטעלן אַ ספּעציפישע שריפטלעכע רעקלאַמע:} געבן (\שטעלן) אַן אַנאָנס; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} געבן (\שטעלן) אַן אַדווערטײַזמענט [èdvərtáyz-mìnt].

 

advertisement

{בכלל:} (די) רעקלאַמע (ל″ר: -ס); (דער) אַנאָנס (ל″ר: -ן); {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער, צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר צי זעלבסט⸗איראָניע:} (דער) אַדווערטײַזמענט [èdvərtáyz-mìnt];

 

(advertising sheet (/ad sheet

(דאָס\דער) אַנאָנס⸗בלעטל (ל″ר: -עך);

{טאָמער געמאַכט ווי אַ ביכעלע:} (דאָס\דער) אַנאָנס⸗ביכעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\דער) רעקלאַמע⸗בלעטל (ל″ר: -עך).

 

advice

{איינע, און מער וואָס מען קען ציילן:} (די) עצה [éytsə], דרומדיק: [áytsə]; (ל″ר: עצות [éytsəs], דרומדיק: [áytsəs]);

{מער כוללדיק און אַלגעמיין, אָן אַן אַרטיקל:} עצות („אַ דאַנק, אָבער עצות האָב איך שוין גענוג“).

 

advice: ask advice

זיך אַן עצה האַלטן (מיט) [zəkh-anéytsə-hàltn]; אַן עצה פרעגן (בײַ); באַראַטן זיך (מיט);

{לומדיש:} זיך שואל עצה זײַן (בײַ) [zəkh-shòy(ə)l-éytsə-zayn].

 

advise

עצהן [éyts(ə)n], דרומדיק: [áyts(ə)n]; {פּאַראַלעלע און גלײַכבאַרעכטיקטע פאָרמע:} עצהנען [éytsənən], דרומדיק: [áytsənən]; (ל″ע: געעצהט [gəéytsət], דרומדיק: [gəáytsət]);

אַן עצה געבן [anéytsə-gèbm], דרומדיק: [anáytsə-gèybm]; ראַטן.

 

advisable

ממש כדאי [máməsh|kədáy];

{פראַזעס:} אַ גוטע עצה (אַז\מ′זאָל\וכו′) [a-gútə|éytsə], דרומדיק: [a-gítə|áytsə];

{לומדיש:} אַן עצה טובה (אַז\מ′זאָל\וכו′) [anéytsə|tóyvə], דרומדיק: [anáytsə|tóyvə], צפונדיק: [anéytsə|téyvə];

{אַלטמאָדישע צײַטונגס⸗דײַטשמעריזמען וואָס ווערן נאָך גענוצט צומאָל אין חרדישע סביבות; אויך בײַ אַנדערע, מיט אַ נואַנסירונג פון אַן אַרײַנגעטראָגענער איראָנישקײַט וואָס איז שייך דעם אַרומגערעדטן ענין:} ראַטזאַם, ווינטשענסווערט.

 

advisor

עצה⸗געבער [éytsə-gèbər], דרומדיק: [(áytsə-gèybə(r] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); בעל⸗עצה [bal-éytsə], דרומדיק: [bal-áytsə] (ל″ר:  בעלי⸗עצה [bàlə-éytsə], דרומדיק: [bàlə-áytsə];).

{טאָמער פאָרמעל, אָפיציעל, צי ווי אַ שטעלע:} (דער) קאָנסולטאַנט (ל″ר: -ן); בעל⸗יועץ [bal-yóyəts], צפונדיק: [bal-yéyəts] (ל″ר: בעלי⸗עצה [bàlə-éytsə], דרומדיק: [bàlə-áytsə]; אויך: בעלי⸗יועצים [bàlə-yəéytsəm], דרומדיק: [bàlə-yəáytsəm]);

{פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} ראַטגעבער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

advocate (n.)

(דער) מליץ יושר [mèyləts-yóyshər], דרומדיק: [(màyləts-yóyshə(r], צפונדיק: [mèyləts-yéyshər];

(דער) אונטערשטיצער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אונטערשטיצערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) אונטערשטיצערקע (ל″ר: -ס);

{הערה: „אַדוואָקאַט“ איז באַגרענעצט אויף אַ יורידישן רעפּרעזענטאַנט פון אַ קליענט, אין זין פון „לאָיער“ \ „עורך דין“}.

 

advocate (v.)

זיך אַרויסזאָגן פאַר (\לטובת); זיך אָננעמען פאַר; זיך אויסדריקן פאַר (\לטובת[lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs]);  אַרויסטרעטן  פאַר (\לטובת); אַדוואָקירן; (עפנטלעך) (אונטער)שטיצן.

 

advocate: be an advocate for

זיך אײַנשטעלן פאַר (\לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs]); זײַן אַ מליץ יושר פאַר [mèyləts-yóyshər], דרומדיק: [(màyləts-yóyshə(r], צפונדיק: [mèyləts-yéyshər];

אַרײַן אין די רייען פון אונטערשטיצער פון; עפנטלעך שטיצן.

 

(affair (episode; matter

דער ענין [í(n)yən]; די מעשה [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə];

{טאָמער מער פאַרוויקלט:} די פּרשה [párshə]/

 

(affair (secret, illicit or just unofficial romance

(דער) ראָמאַן [román]: „זיי האָבן געפירט אַ ראָמאַן“; אַ געהיימע ליבע; אַ סודותדיקע ליבע [sóydəzdikə-líbə];

{מיט אַ שמץ הומאָר:} אַ לינקע ליבע; אַ ליבע פון אפיקומן [afikóym(ə)n];

{לס″נ, כלומרשט איידל און דעריבער אָפט מיט נאָך מער הומאָר אָדער אַרײַנזאָגעניש:} (האָבן) עסקים [asókəm], דרומדיק: [asúkəm]; („יענע יאָרן ט′מען געשמועסט אַז זיי האָבן געהאַט עסקים \ אַז צווישן זיי איז געווען עסקים“) {פונעם אייגנטלעכן באַדײַט פון „עסקים“ — געשעפטן, ביזנעסער, האַנדלונגען, טראַנסאַקציעס, טועכצער}.

{הומאָריסטיש, דעמאָלט אַז די געליבטע גלייבן אַז קיינער ווייס ניט, בשעת ווען אַלע ווייסן און אַלע ריידן:} אַ „קיינער ווייס ניט“ („שוין דרײַ יאָר וואָס בײַ זיי דרייט זיך ווײַטער אַ „קיינער ווייס ניט“).

 

affair: have a (romantic/sexual) affair

(אָפּ)שפּילן אַ ליבע; פירן אַ ליבע; (אָנ)פירן מיט אַ ראָמאַן;

{שפּילעוודיק, כלומרשט דיסקרעט:} האָבן צו טאָן מיט; האָבן עסקים מיט [asókəm], דרומדיק: [asúkəm].

 

(affect (have an impact on

ווירקן (אויף); באַווירקן; האָבן אַ(ן) השפּעה אויף [h)ashpó(y)ə)], דרומדיק: [h)ashpú:ə)];

{לומדיש:} משפּיע זײַן אויף [mashpíyə].

 

(affect (feign

מאַכן זיך (אַז\ווי); מאַכן דעם אָנשטעל (אַז\פון).

 

affectation

(די) פּאָזע (ל″ר: -ס); (דער) אָנשטעל (ל″ר: -ן).

 

affection

(די) ליבע(וו)דיקײַט; (די) צערטלעכקײַט.

 

affidavit

(די) געשוואָרענע (\געשוואוירענע) דעקלאַראַציע (ל″ר: -ס); (דער) שבועה⸗דאָקומענט [shvúə], דרומדיק: [shví:(y)ə] (ל″ר: -ן); (דער) אַפידייוויט (ל″ר: -ן; אויך: -ס).

 

affiliate (n.)

(דער) פיליאַל (ל″ר: -ן); {אַרכעאיש:} די וועטקע (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} (דער) סניף (ל″ר: סניפים [snífəm]).

 

affiliated (with)

אַפיליאירט (מיט); פאַרווענדט (מיט); פאַרבונדן (מיט).

 

affiliation (with organization or group)

(די) אָנגעהעריקײַט; (די) אָנהענגערישקײַט; (די) אָנגעהענגערשאַפט; (די) אָנהענגערשאַפט;  (די) אָנגעהערשאַפט; (די) צוגעהעריקײַט; (די) אַפיליאַציע.

 

affirm

{אין זין פון אַ במקום אויף אַ שבועה:} אַפירמירן.

 

affirmative action

(די) „אַפירמאַטיווע אַקציע“ [áktsyə]; (די) פּראָגראַם פאַרן אויסקלײַבן מיעוטים [mə(y)útəm], דרומדיק: [mə(y)í:təm];

{מער אַלגעמיין:} (די) אויסגלײַכונגס⸗פּאָליטיק.

 

affluence

(די) פאַרמעגלעכקײַט; דער גוטער שטייגער לעבן;

{טאָמער בפירוש רײַך:} (די) גבירישאַפט [gvírəshaft]; (די) רײַכקײַט;

 {טאָמער דווקא בײַ אַ יחיד אָדער משפּחה אָדער ספּעציפישע גרופּע:} (די) עשירות [ashírəs]; {און אויב זייער רײַך:} נגידותקײַט [n(ə)gídəs-kàyt].

 

affluent

פאַרמעגלעך;

{טאָמער ממש רײַך:} גביריש [gvírish]; עשירותדיק [ashírəz-dik];

{פראַזעס:} ני(ש)ט קיין אָרעמאַן [òrəmán], דרומדיק: [ù:rəmán] (ל″ר: …אָרעמעלײַט [òrəmə-láyt], דרומדיק: [ù:rəmə-lá:t]); {מיט קאָלאָריט:} (זײַן) נישקשה אַן אָלרײַטניק [nìsh-kóshə], דרומדיק: [nìsh-kú:shə].

 

affluent person

{בייגעוודיק:} אַ פאַרמעגלעכע(ר); אַ רײַכלעכע(ר);

{מיט קאָלאָריט:} אַן אָלרײַטניק (ל″ר: -עס);

{טאָמער ממש רײַך:} אַ גביר [agví:r] (ל″ר: גבירים [gví:rəm]), ל″נ: אַ גבירנטע [agví:rn-tə] (ל″ר: -ס), אויך: אַ גבירה [agví:rə] (ל″ר {זעלטן}: גבירות);

{מיט עמאָציע:} אַן עושר [anóyshər], צפונדיק: [anéyshər] (ל″ר: עשירים [ashí:rəm]), ל″נ: אַן עושרטע [anóyshər-tə], צפונדיק: [anéyshər-tə] (ל″ר: -ס);

{מיט פּערסאָנאַזשן, טאָמער זייער רײַך:} אַ ראָטשילד; אַ ראָקעפעלער;

{צווישן פאַרשיידענע אַנדערע:} {אין קיעוו:} אַ בראָדסקי; {אין וואַרשע:} אַ זביטקאָווער; {אין ווילנע:} אַן אָפּאַטאָוו;

{פראַזעס:} ני(ש)ט קיין אָרעמאַן [òrəmán], דרומדיק: [ù:rəmán] (ל″ר: …אָרעמעלײַט [òrəmə-láyt], דרומדיק: [ù:rəmə-lá:t]).

 

afford

קענען זיך פאַרגינען (\דערלויבן); („נאָך אַ יאָר אַרבעט דאָרטן, און ער וועט זיך קענען פאַרגינען קויפן אַ מאַשין“); האָבן גענוג אויף;

{נוסח אַמעריקע:} {קלאַסיש איסט⸗סאַידיש:} אַפאָדערן; {פּשוט פון ענגליש פאַריידישט:} אַפאָרדן.

 

afikoman

דער אפיקומן [der-af(ə)kóymən], צפונדיק: [der-af(ə)kéymən];

{הערה: פאַראַן פאַרשיידענע דיאַלעקטישע וואַריאַנטן, בתוכם די צפונדיקע:} (דער) אויפן⸗קוימען [àfn-kéymən], (דער) אפיקוימעס {àf(ə)kéyməs], א.א.

 

afraid: be afraid

מורא האָבן [móyrə hobm] (דרומדיק: [móyrə ubm], ליטוויש: [méyrə hobm]) שרעקן זיך (פאַר \ פון).

 

afraid of one’s own shadow → tremble with fear

 

(.African (n

(דער) אַפריקאַנער (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַפריקאַנערין (ל″ר: -ס).

 

(.African (adj

{בייגעוודיק:} אַפריקאַניש; {אומבייגעוודיק:} אַפריקאַנער.

 

African American (n.)

(דער) אַפראָאַמעריקאַנער, ל″ר: Ø, ל″נ: Ø אָדער: (די) אַפראָאַמעריקאַנערין, ל″ר: אַפראָאַמעריקאַנערינס;

{אַרכעאיש און בײַ הײַנטיקן טאָג מיטן גוטן ווילן מוטל בספק:} (דער) נעגער, ל″ר: Ø; ל″נ: נעגערינס; (דער) שוואַרצער, ל″נ: (די) שוואַרצע; ל″ר: די שוואַרצע.

 

African American (adj.)

אַפראָאַמעריקאַנער {אומבייגעוודיק}; אַפראָאַמעריקאַניש {בייגעוודיק}.

 

(Afrikaner (Afrikaaner

(דער) אַפריקאַנסער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) אַפריקאַנסערין (ל″ר: -ס);

{סלענגיש אינעם יידיש פון דרום אַפריקע:} (דער) חטאת (אויך: כאַטעס) [khátəs] (ל″ר: -ים [khatéysəm]), ל″נ: (די) חטאתטע [khátəs-tə] (ל″ר: -ס).

 

after

נאָך [nokh], דרומדיק: [nukh].

 

(after all (but it is in fact the case that

{אַדווערבן, אָנהייב צי אינמיטן אַ פראַזע:}  נאָכאַלעמען (\נאָך אַלעמען) [nokháləmən]; פונדעסטוועגן [fundéstvegn];

{בלויז אינמיטן אַ פראַזע צי אַלץ אויסרופן:} דאָך; פאָרט

 

after dark

אַז ס′איז שוין פינצטער.

 

after we eat

נאָכן אָפּעסן; אַז מ′(וו)עט אָפּעסן.

 

afterlife

{בײַ יידן:}

יענע וועלט [yénə-vèlt]; („שלום מאַכן וועלן זיי מסתמא שוין אויף יענע(ר) וועלט“);

עולם⸗הבא [òyləm-hábə], צפונדיק: [èylom-hábə]; („זי האָט גענוג מצוות געטאָן, זי זאָל זיך שפּירן זיכער מיט איר חלק עולם⸗הבא“; „ער האָט זײַנע חברים פאַרזיכערט, אַז ער האָט זיי ליב ווי זײַן חלק עולם⸗הבא“);

{מיט דער האָפענונג אויף גוטס נאָכן טויט לגבי זיך אָדער אַ ליבן מענטשן:} (אין) גן⸗עדן [ganéydəm] \ [ganéydn], דרומדיק: [gənáydəm] \ [gənáydn];

{מיט דער קללה פון שלעכטס נאָכן טויט בדרך כלל לגבי אַ געהאַסטן מענטשן:} (אין) גיהנום [génəm] צי [gəhénəm];

{אוניווערסאַל:}

(דער (\דאָס) גלויבן אין אַ לעבן נאָכן טויט.

 

afternoon (n.)

(דער) נאָכמיטיק {עלטערער סטיל וואָס האָט אַ געוויסע עלעגאַנטישקײַט, דער עיקר בכתב:} נאָכמיטאָג; (די) נאָכמיטיק⸗צײַט; (די) נאָכמיטאָג⸗צײַט;

{אין טייל טראַדיציאָנעלע סביבות:} מנחה⸗צײַט [mínkhə-tsàyt];

{אַרכעאיש דרומדיק דיאַלעקטיש:} נאָכוואַר(ע)מעס.

 

afternoon: in the afternoon

נאָכמיטיק (אויך: נאָך מיטיק); {עלטערער סטיל וואָס האָט אַ געוויסע עלעגאַנטישקײַט:} נאָכמיטאָג (אויך: נאָך מיטאָג);

{אפשר דער סאַמע פאַרשפּרייטסטער וואַריאַנט אַז ס′גייט די רייד וועגן הײַנטיקן טאָג, הגם ניט טעכניש ספּעציפיצירט:} הײַנט בײַטאָג [hàynt|batóg], דרומדיק: [hà:nt|batúk]; {לאָזט זיך אויסשפּרייטן אויף אַווען⸗ניט⸗איז:} נעכטן בײַטאָג; מאָרגן בײַטאָג; פאַראַיאָרן דעם 11טן יאַנואַר בײַטאָג, וכו′};

{אין טייל דיאַלעקטן בפירוש, אין אַנדערע לויטן קאָנטעקסט:} בײַטאָג [batóg], דרומדיק: [batúk];

{אין טראַדיציאָנעלע סביבות, געוואָרן זעלטן:} מנחה⸗צײַט [mínkhə-tsàyt];

{אַרכעאיש דרומדיק דיאַלעקטיש:} נאכוואַר(ע)מעס.

 

afternoon (adj.)

נאָכמיטעדיק; נאָכמיטאָגדיק; {אַוואו ס′איז קלאָר פון קאָנטעקסט:} בײַטאָגעדיק; בײַטאָגיק.

 

afternoon: Good Afternoon!

{ניטאָ אויף יידיש; מען נוצט אַנדערע באַגריסונגען; טאָמער פרי נאָכמיטיק איז נאָך מעגלעך בײַם טרעפן זיך:} גוט מאָרגן! {טאָמער שפּעטלעך נאָכמיטיק איז מעגלעך בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן אָוונט!;
 {בײַם געזעגענען זיך ווען ס′זאָל ניט זײַן בײַטאָג איז אַמפּשוטסטן:} אַ גוטן טאָג

{באַוואָרעניש: אויף יידיש קלינגט ווי אַ גרילצנדיקער גרײַז דער באַנוץ פון „אַ גוטן טאָג“ בײַם באַגעגענען זיך};

{ס′איז אַלעמאָל מעגלעך באַנוצן זיך מיט די „פרײַע באַגריסונגען“: בײַם טרעפן זיך אַשטייגער:} שלום⸗עליכם מיטן ענטפער עליכם⸗שלום {אַז מען גיט אַ האַנט}; האַלאָ! א.א.; {און בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן, אַ גוטן תמיד, זײַ(ט) געזונט, א.א.

{אין טייל ישיבהשע קרײַזן קען מען גראַדע טרעפן נאָכמיטיק:} אַ גוטע מנחה! {מנחה איז דאָך די טעגלעכע נאָכמיטאָגדיקע תפילה).

 

aftershock

(דער) צוגאָב⸗שאָק;

{דווקא וועגן אַן ערדציטערניש:} (דער) נאָכטרייסל; (די) נאָכטרייסלעניש;

{פיגוראַטיוו:} די נאָכווייען (ל″ר).

 

afterthought

אַ נאָכטראַכטעניש (ל″ר: -ן); אַן אײַנפאַל לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə], דרומדיק: [l(ə)àkhər-amá:(n)sə]; אַ שפּעטערדיקע צוקלערעניש

{פראַזעס:} אַ צוקלערונג שוין פון דערנאָכדעם (\שוין לאחר המעשה).

 

afterthought: as an afterthought

(שוין) לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə], דרומדיק: [l(ə)àkhər-amá:(n)sə]; שוין נאָך דער מעשה אַן אײַנפאַל.

 

afterwards

נאָך דעם; דערנאָך; דערנאָכדעם;

{מיט אָנצוהערעניש אַז ס′האָט געדאַרפט טרעפן פריער:}

לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə], דרומדיק: [l(ə)àkhər-amá:sə].

 

again

נאָכאַמאָל [nókhamòl], בײַם גיכן ריידן: [nókhaml]; ווידעראַמאָל [vídəramòl]; ווידער; ווײַטער.

 

again and again

ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל [vídər-amòl-un|óbər-amòl]; נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל [nókh-amòl-un|nókh-amòl]; ווײַטער און ווײַטער;

{פראַזעס:} אַ מעשה אָן אַ סוף [amáysə|òn-asóf], דרומדיק: [amá:(n)sə|ùn-asóf]; אַ מעשה אָן אַן עק; אַוויפל קען מען.

 

again: then again

פון דער אַנדערער זײַט; צוריקגערעדט; צוריקגעטראַכט;

{לומדיש:} מאידך [m(ə)ídəkh].

 

against

קעגן; אַקעגן; אַנטקעגן; {עלטערע פאָרמע:} געגן;

{לומדיש:} כנגד [k(ə)négəd], דרומדיק: [k(ə)néygət].

{בלויז אין זין פון פאַרגלײַכנדיק צוויי אַנדערשדיקע זאַכן, ניט התנגדות:} קעגנאיבער; אַקעגנאיבער

 

(age (of person or thing

(דער) עלטער; די יאָרן.

 

?age: What’s your age

{אין מערב:} ווי אַלט זײַט איר?; {אין מזרח:} וויפל יאָר איז אײַך?.

 

(age (period in history

(די) תקופה [tkúfə], דרומדיק: [t(ə)kí:fə] (ל″ר: תקופות); (די) עפּאָכע (ל″ר: -ס);

(דער) פּעריאָד (ל″ר: -ן); {אין חרדישן באַנוץ דער עיקר:} (די) פּעריאָדע (ל″ר: פּעריאָדן).

 

age group

(די) עלטער⸗גרופּע (ל″ר: -ס); (די) גרופּע אין די זעלב(יק)ע יאָרן.

 

age: in old age

אויף דער עלטער [àvdər-éltər], דרומדיק: [(òvdər-éltə(r]; אין די הויכע יאָרן; {אין טייל דיאַלעקטן:} אַלטערהייט;

{לומדיש:} בײַ דער זיקנה [bàdər-zíknə]; בעת זיקנה [b(ə)èyz-zíknə], דרומדיק: [b(ə)àyz-zíknə].

 

(‘age: of marriageable age (‘time to get married

(ער\זי) שטייט אין שידוכים [shidúkhəm], דרומדיק: [shədí:khəm];

{מיט אַ רמז אויף דעם אַז ס′האַלט שוין שפּעטלעך און מ′קען פאַרזעסן ווערן:} אַ בחור אין די יאָרן [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r]; אַ מיידל אין די יאָרן.

 

(.age (v

עלטערן זיך; ווערן עלטער;

{אין זין פון ווערן טאַקע אַלט:} פאַרעלטערט ווערןפאַרעלטערן זיך.

 

aged (of a person)

באַיאָרט; באַיאָרנט; עלטער;

{ליטעראַריש:} באַטאָגט;

{לומדיש:} זקיניש [skéynish], דרומדיק: [skáynish];

{פראַזעס}: אין די יאָרן; אין די הויכע יאָרן; שוין איבער די יאָרן פון דוד המלכן [dòvəd-(h)améləkhn], דרומדיק: [dùvət-(h)améyləkhn] (ד.ה. איבער די 70); שוין איבער די שמונים [shmóynəm], צפונדיק: [shméynəm] (ד.ה. איבער די 80); שוין איבער די גבורות יאָרן [gvúrəs-yòrn], דרומדיק: [gví:(y)rəs-yù:rn] (ד.ה. איבער די 80);

{טאָמער מיטן קנייטש אַז דער מענטש האַלט נעבעך בײַם סוף פון די יאָרן:} אַ בא בימים [abò-bayóməm], דרומדיק: [abù:-bayúməm].

 

agency (phil.)

(דער) כח הפּעולה [kòyəkh-(h)ap(ə)úlə], דרומדיק: [kòyəkh-(h)ap(ə)ílə], צפונדיק: [kèyəkh-(h)ap(ə)úlə]; (דער) כח מעשים [kòyəkh-máysəm], דרומדיק: [kòyəkh-má:səm], צפונדיק: [kèyəkh-máysəm].

 

agency (of government or business)

(די) אַגענטור (ל″ר: -ן); (די\דער) אינסטאַנץ (ל″ר: -ן).

 

agency: The Jewish Agency

די יידישע אַגענץ; דער סוכנות [sòkh-nút].

 

agenda (plans, timetable, project)

(דער) סדר היום [sèydər-(h)ayóm] (ל″ר: סדר היום רשימות [rəshíməs]);

{פאָרמעל, נאָר בײַ זיצונגען, קאָנגרעסן און אַנדערע פיזישע טרעפונגען, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) טאָג אָרדענונג [tóg-òrdenung] (ל″ר: -ען);

{לומדיש שפּאַסיק:} (די) פּרטי כל [pìrtə(y)-kól] {וואָרט⸗שפּיל < ′פּראָטאָקאָל′}.

 

agenda (undeclared motivations or ulterior motives)

פּניות [pníyəs] (ל″ר); אינטערעסן (ל″ר);

{אין חרדישן באַנוץ אויך:} (די) נגיעות [n(ə)gí:(y)əs] (ל″ר);

{פראַזעס:} ניט בפירוש אַרויסגעזאָגטע כוונות (\צילן) [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh]; כיטרע (\פאַרבאַהאַלטענע): ניט⸗אַרויסגעזאָגטע כוונה [kavónə], דרומדיק: [kavú:nə] \ציל \ פּראָגראַם); אַ פאַרבאַהאַלטענער סדר היום [sèydər-(h)ayóm], דרומדיק: [sàydə(r)-(h)ayóm].

 

agender

מינלאָז; געשלעכטלאָז.

 

agent

(דער) אַגענט (ל″ר: -ן); ל″נ: די אַגענטין; {מער עמאָטיוו:} אַגענטקע (ל″ר: -ס).

 

(.agentive (ling

(דער) אַגענטיוו.

 

ages: the ages

(די) דור דורות [dòr-dóyrəs], צפונדיק: [dòr-déyrəs] (ל″ר); די אַלע עפּאָכעס (ל″ר).

 

ages: It’s been ages

(שוין) אַ שאָק מיט יאָרן (וואָס\זינט).

 

Aggadah

(די) די אגדה [di-agódə], דרומדיק: [di-agú:də].

 

Aggadah: In the Aggadah

אין דער אגדה [ìn-dər-agódə], דרומדיק: [ìn-dər-agú:də];

{שמועסשפּראַכיק, און וואָסאַמאָל מער פאַרשפּרייט:} אין די אגדה [ìn-di-agódə], דרומדיק: [ìn-di-agú:də];

{אַקאַדעמיש, פאָרמעל, זעלטן:} אגדהש (אויך: אגדיש) [agódish], דרומדיק: [agú:dish].

 

aggressive

אַגרעסיוו; קריגעריש; קריגס⸗הונגעריק; אָנגרײַפעריש

{פראַזעס:} רײַסט זיך צו מלחמה [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; להוט [ló(h)ət], דרומדיק: [lú:(h)ət] אויף אַ קריג.

 

aggressor

(דער) אַגרעסאָר [agrésər] (ל″ר: -אָרן [agrəsórn]); (דער) אָנגרײַפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

agile

{פיזיש:} פלינק;

{אין מעשים, כאַראַקטער וכו′:} פלינק⸗טראַכטנדיק; אַגיל; גיך⸗בייגעוודיק; גיך צופּאַסנדיק.

 

agility

{פיזיש:} (די) פלינקײַט

{אין מעשים, כאַראַקטער וכו′:} (דאָס\דער) פלינק⸗טראַכטן; (די) אַגילקײַט (פונעם שכל [séykhl], דרומדיק: [sáykhlagr]); (די) גיך⸗בייגעוודיקײַט; (די) גיך⸗צופּאַסעוודיקײַט.

 

agitated

צערודערט; אויפגערודערט; צעקאָכט; צעהיצט; אויפגערעגטצעשרויפט; צעטומלט

{אַ קאַפּ מילדער:} אומרואיק [úm-rùy(ə)k], דרומדיק: [ím-rìy(ə)k]; באַאומרואיקט.

 

ago

מיט – – – צוריק; {דיאַלעקטיש אויך:} – – – קאַריק \ קעריק , קריק};

{למשל:} מיט אַ מינוט (\שעה \חודש \יאָרצענדליק) צוריק;

  {אַזהרה: אָדאָרטן אַוואו ס′גילטן אָנגעמאָסטענע טערמינען איז בילכער זיך מיט זיי באַנוצן, דער עיקר „נעכטן“, „אייערנעכטן“, „פאַראַכטאָגן“, „פאַראַיאָרן“}.

 

agree

מסכים זײַן [máskəm-zayn]; אײַנשטימען.

 

agree: come to agreement

אָפּמאַכן; קומען צו אַן אָפּמאַך; דערריידן (\דעררעדן) זיך (ל″ע: דעררעדט זיך); זיך פאַרשטענדיקן; אָפּשמועסן.

{אַ קאַפּ לומדיש:} קומען צו אַ הסכם [héskəm];

{פראַזע:} קומען צום טיש.

 

(agree to something (accept

צושטימען; זיך אײַנפאַרשטיין; אָננעמען.

 

agree to disagree

מסכים זײַן אַז מ′איז ני(ש)ט מסכים [máskəm]; אײַנשטימען אַז מ′שטימט ני(ש)ט אײַן; אָננעמען אַַז ס′זײַנען פאַראַן חילוקי דעות [khəlùkə-déyəs], דרומדיק: [khəlìkə-dáyəs].

 

!agree: I agree

מסכים! [máskəm]; איך שטים אײַנעט!.

 

(agreed (that

אָפּגערעדט (אַז); אָפּגעשמועסט (אַז); אײַנגעשטימט (אַז);

מוסכם ווערן (אַז) [múskəm], דרומדיק: [mískəm] (ל″ע: איז מוסכם געוואָרן).

 

!Agreed

{טאָמער פּנים אל פּנים, איז אָפטמאָל בײַ אַ תקיעת כף:} אָפּגערעדט! [ób||gərèt], דרומדיק: [úb||gərèt], טייל ד″מ: [ú||gərèt], צפונדיק: [ó||gərèt];

געמאַכט!שוין!אַראָפּ פון מאַרק!פאַרטיק אַ געשעפט!;

{מער פאָרמעל, אַשטייגער וועגן אַ געשעפטלעכן אָדער פּאָליטישן הסכם:} מוסכם! [múskəm], דרומדיק: [mískəm]; כתוב וחתום! [kòsəv|(v)(ə)khósəm], דרומדיק: [kú:si:v|(v)(ə)khú:səm].

{באַזונדערס אין דימענט האַנדל:} מזל ברכה! [màzl|brókhə], דרומדיק: [màzl-brúkhə].

 

agreed: it’s universally agreed (it’s agreed by all sides) that

אַלע זײַנען (\זענען) מסכים, אַז [máskəm|àz]; אַלע שטימען אײַן, אַז;

{לומדיש:} לכולי עלמא [ləkhùlə-álmə], דרומדיק: [əkhìlə-álmə]; לכל הדעות [ləkhòl-(h)adéyəs], דרומדיק: [ləkhòl-adáyəs]; ס′איז מוסכם, אַז [múskəm|àz], דרומדיק: [mískəm|às].

 

agreement

{פאַראַנענקײַט פון אַ בשותפותדיקן פאַרשטאַנד:} (דאָס\דער) מסכים זײַן; (דאָס\דער) אײַנשטימען; (דער) אײַנפאַרשטאַנד;

{ספּעציפישע דערריידעניש:} (די) אײַנשטימונג (ל″ר: -ען); (די) הסכמה [haskómə], דרומדיק: [h)askúmə)] (ל″ר: הסכמות); (די) דערריידעניש;

{טאָמער בכתב צי פאָרמעל:} (דער) הסכם [héskəm] (ל″ר: -ס); (דער) אָפּמאַך (ל″ר: -ן);

{וועגן לענדער אָדער גרעסערע איינסן:} (דער) פּאַקט (ל″ר: -ן).

 

agreement: according to the agreement

לויטן אָפּמאַך; לויטן מדובר [mədúbər], דרומדיק: [(mədíbə(r]; לויט דעם וואָס מ′האָט אָפּגערעדט;

{אַ קאַפּ לומדיש:} לויטן הסכם [héskəm];

{מער לומדיש:} על⸗פּי הסכם [àlpə-héskəm].

 

agreement: come to an agreement

דערריידן (\דעררעדן) זיך; קומען צום טיש; דערגיין אַ טאָלק; קומען צו (\מאַכן) אַן אָפּמאַך.

{וועגן אַ בפירוש ערנסטן ענין:} קומען צו אַ הסכם [ahéskəm];

{לומדיש:} קומען לידי הסכמה [lidèy-maskónə], דרומדיק: [lidày-maskú:nə].

 

agreement: have an agreement

האָבן אַ מדובר [am(ə)dúbər], דרומדיק: [(am(ə)díbə(r]; האָבן אַן אָפּמאַך;

{אַ קאַפּ לומדיש:} האָבן אַ הסכם [ahéskəm], אויך: [anéskəm].

 

agricultural

(די) לאַנד⸗ווירטשאַפטלעך; (די) אַגריקולטורעל;

 

agriculture

(די) לאַנד⸗ווירטשאַפט; (די) אַגריקולטור;

{לומדיש, צומאָל מיט איראָניע:} הלכות עבודת אדמה [hílkhəs|avòydəs-adómə], דרומדיק: [hílkhəs|avòydəs-adúmə], צפונדיק: [hílkhəs|avèydəs-adómə];

  {הערה: „ערד⸗אַרבעט“ איז טאַקע דער יסוד אויף וועלכער ס′בויט זיך די לאַנד⸗ווירטשאַפט (\אַגריקולטור), זיי זײַנען פאָרט ניט די זעלביקע זאַך: „ערד⸗אַרבעט“ באַציט זיך אויך אויפן יחידס מלאכה, בעת ווען דאָ גייט אין סיסטעמאַטיזירטער אָבזערוואַציע, שטודיע און רעגולירונג פון אַ שטח, תקופה, אָדער עקאָנאָמישער סיסטעם}.

 

Agudath Israel

{פון קיצור וועגן:} די אגודה [di-agúdə], דרומדיק: [di-agídə];

{דער פולער נאָמען:} אגודת ישראל [agùdəs-(y)isró(y)əl], דרומדיק: [agìdəs-yisrú:(ə)l].

 

Ahad Ha’Am (1856–1927)

אחד העם [akhád|hò-óm], דרומדיק: [akhát|(h)ù:-óm]; אויך ספרדיזירט: [akhát|ha-ám];

אשר גינבצערג;

אשר צבי⸗הירש בן ישעיה גינצבערג;

געבאָרן: סקווער (קיעווער גובערניע); געשטאָרבן: תל אביב.

 

Ahasuerus

אחשוורוש [àkhəsh-véyrəsh], דרומדיק: [àkhəsh-váyrəsh];

דער מלך אחשוורוש [dər-mèyləkh-àkhəsh-véyrəsh], דרומדיק: [dər-màyləkh-àkhəsh-váyrəsh];

{פראַזעס:} דער נאַרישער קעניג [kéynik]; {שפּאַסיק איראָניש:} דער קלוגער קעניג.

 

ahead

פאָראויס (פון); ווײַטערהאַלטנדיק (איידער).

 

ahead of (before; in time)

(נאָך) פאַר; (נאָך) פריער פון; (נאָך) איידער ס′קומט צו.

 

ahead of: be ahead of (make more/ progress)

האַלטן ווײַטער ווי (\איידער \פאַר); מער פאָראויס זײַן.

 

(.aid (n

(די) הילף; {טאָמער אין אַן אָרגאַניזירטער פראָגראַם:} (די) צוהעלפונג;

{דער עיקר פינאַנציעל אָדער פּאָליטיש:} (די) שטיצונג; (די) אונטערשטיצונג; (די) שטיצע.

 

aide

(דער) געהילף (ל″ר: -ן); (דער) אַסיסטענט (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַסיסטענטקע (ל″ר: -ס); {מער פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) אַסיסטענטין (ל″ר: -ס).

 

AIDS

(דער) איידס; {אין מזרח אייראָפּע אויך:} (דער) ספּיד.

 

(.aim (n

(דער) ציל (ל″ר: -ן); (דער) תכלית [tákhləs] (ל″ר {לומדיש:} תכליתים [takhléysəm], דרומדיק: [takhláysəm]);

{מער ספּעציפיש וועגן אַ גענויען פּראָיעקט אַשטייגער:} (די) אויפגאַבע [úv-gàbə], דרומדיק: [óv-gàbə]; (ל″ר: -ן; אויך: -ס); {הערה: אַמאָפטסטן באַציט זיך דער ל″ר „אויפגאַבעס“ אויף היימאַרבעט און אַנדערע פליכטן אין בילדונגס⸗אַנשטאַלטן, אָבער לאו דווקא};

 

(.aim (v

{בכלל:} צילן; האָבן ווי אַ (\אַלץ) תכלית [tákhləs];

{מער ספּעציפיש:} אָנצילן; אָנצילעווען (אויף\צו).

 

(.air (n

(די) לופט;

{אין געוויסע לומדישע פראַזעס, טרעפט מען דעם אַראַמיש שטאַמיקן: אוירא (אווירא), אויף יידיש [avírə], אַמסאַמע באַוואוסטנס: אוירא דארץ ישראל מחכים [avìre-d(ə)|èr(ə)ts(y)isrò(ə)l|mákh-kəm] ′די (בלויזע) לופט פון ארץ ישראל מאַכט קלוג′ וואָס בלײַבט פּראָדוקטיוו אין יידיש ריידנדיקע לומדישע קרײַזן מיטן פאַרבײַטן „ארץ ישראל“ אויף אַ היינטיקן אָרט (למשל: „אווירא דלייקוואוד מחכים“);

 {אזהרה: דעם העברעאיש שטאַמיקן „אוויר“ [ávər] קען מען ניט אָנווענדן אויף לופט סתם, מחמת דעם וואָס אויף יידיש איז דאָס טײַטש: ′געשטאַנק′}.

 

(air (v.) (broadcast

{טאָמער דורך טעלעוויזיע, צי דורכן אינטערנעט מיט ווידעאָ:}

באַווײַזן (אויף דער טעלעוויזיע \דורכן אינטערנעט \דורך אַ לעבעדיקן שטראָם);

{טאָמער אויף דער ראַדיאָ:}

טראַנסמיטירן; איבערגעבן (אויף ראַדיאָ).

 

air conditioner

{וואָס מאַכט קיל:} (דער) קאָנדיציאָנער;{וואָס רעגולירט די טעמפּעראַטור, אי אויף אָנוואַרעמען, אי אויף אָפּקילן:} (די) לופט⸗מאַשין;

{אין טייל חסידישע קרײַזן:} (דער\די) ער⸗קאָנדישן [é(y)r|k(ə)ndìshn].

 

air flow

(דער) לופט⸗שטראָם.

 

air force

(די\דער) לופטפלאָט.

 

air freshener

(דער\די) לופט⸗פּאַרפום (ל″ר: -ען) (אויך: (די) לופט⸗פּאַרפומע; ל″ר: -ן; -ס); (דער) לופט⸗דערפרישער (ל″ר: -ס).

 

air mail

(דער) לופטפּאָסט.

 

air out

אויסלופטערן.

 

air passages

(די) לופט⸗וועגן (ל″ר); (די) לופט⸗רערן (ל″ר).

 

air purifier

(דער) לופט⸗רייניקער (ל″ר: -ס).

 

air raid

(די) פלי⸗אַטאַקע (ל″ר: -ס); (די) עראָפּלאַן⸗אַטאַקע (ל″ר: -ס).

 

air raid shelter

(דער) לופט⸗בונקער (ל″ר: -ס); (דער) פלי⸗אַטאַק שעלטער (ל″ר: -ס); (דער) לופט⸗באַשיצונג קעלער (ל″ר: -ס).

 

airbag (safety device)

(דער) לופט⸗זאַק (ל″ר: ⸗זעק).

 

airing (n.) broadcasting

{טאָמער דורך טעלעוויזיע, צי דורכן אינטערנעט מיט ווידעאָ:}

(די) באַווײַזונג (אויף דער טעלעוויזע \דורכן אינטערנעט \דורך אַ לעבעדיקן שטראָם);

{טאָמער אויף דער ראַדיאָ:}

(די) טראַנסמיסיע [trànz-mísyə]; (די) איבערגעבונג (אויף ראַדיאָ).

 

(airing (public presentation of positions and views

(דאָס\דער) ברענגען פאַרן עולם [óyləm], צפונדיק: [éylom]; פאַר דער געזעלשאַפט (\עפנטלעכקײַט).

 

(airing of grievances (/difficult issues

(אַן\דער) אויפריכטיקער שמועס; אָפענע דבורים [dəbúrəm], דרומדיק: [dəbí:rəm]

{פראַזע:} זיך אַראָפּריידן (\אַראָפּרעדן) פון האַרצן.

 

aircraft (n. sg. & pl.)

(דער) עראָפּלאַן [èroplán] ,[èrəplán] (ל″ר: -ען); 

{אין טייל חרדישע קרײַזן:} (דער) פליגער (ל″ר: -ס);

{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (דער) סאַמאַלאָט (\סאַמאַלאָד) [samalót].

 

aircraft carrier

(די) עראָפּלאַנען⸗שיף (ל″ר: -ן); (דער) עראָפּלאַנען⸗טרעגער (ל″ר: -ס).

 

airline

(די) עראָפּלאַן⸗פירמע (ל″ר: -ס); (די) לופט⸗ליניע (ל″ר: -ס);

(אין מזרח אייראָפּע:} (די) אַוויאַליניע (ל″ר: -ס).

 

airfare

(די) רײַזע⸗געלט (צום פליען); (די\דאָס) אָפּפלי⸗געלטוויפל ס′קאָסט דער בילעט;

{אַ קאַפּ לומדיש:} (דער) שכר נסיעה [skhàr-nəsíyə] (צום פליען).

 

airplane

(דער) עראָפּלאַן [èroplán] ,[èrəplán] (ל″ר: -ען); 

{אין טייל חרדישע קרײַזן:} (דער) פליגער (ל″ר: -ס);

{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (דער) סאַמאַלאָט (\סאַמאַלאָד) [samalót].

 

airport

(דער) (אַ)עראָפּאָרט (ל″ר: -ן); (דאָס\די) לופטפעלד (ל″ר: -ער);

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) ערפּאָרט (ל″ר: -ן; אויך -ס).

 

aisle

(די) וואַרע (ל″ר: -ס); (דער) דורכגאַנג (ל″ר: דורכגענג); (די) קראָם⸗ריי (ל″ר: -ען).

 

aka (/AKA)

באַקאַנט אויך אַלץ (\ווי); וואָס (\וועלכע \וועלכער) ווערט אויך גערופן; וועמען מ′רופט אויך;

{פונעם טראַדיציאָנעלן פאָרמעלן באַנוץ, למשל אין גיטין (וואו מ′איז מחויב צוצוגעבן ווי דער יחיד ווערט אָנגערופן אין טאָגטעגלעכן לעבן), אויסגעשפּרייט אויפן טאָגטעגלעכן לעבן מיט פאַרשיידנאַרטיקער עמאָטיווקײַט, אַרײַנגערעכנט, לויטן קאָנטעקסט: אינטים; היימיש; שפּאַסיק; איראָניש; אָפּלאַכעריש; ביטולדיק:}

המכונה [hamkhúnə], דרומדיק: [hamkhínə].

 

(Akiva ben Joseph (±50 – 135 CE 

רבי עקיבא [ràb(ə)-akívə]; אויך: ר′ עקיבא [ràb(ə)-akívə] צי [rèbakívə].

 

(Aksenfeld, Israel (1787–1866

אַקסענפעלד [áks(ə)n-fèld];

ישראל אַקסענפעלד [yisró(ə)l|áks(ə)n-fèld], דרומדיק: [yisrú:(ə)l|áks(ə)n-fèld];

געבאָרן: נעמיראָוו (פּאָדאָליע); געשטאָרבן: פּאַריז.

 

Al Qaeda

אַל קאַידאַ; אַל⸗קאַאידאַ.

 

Alabama

אַלאַבאַמע (אויך: אַלאַבאַמאַ).

 

(.alarm (n

(די) צעשראָקנקײַט; (דער) פּחד [pákhəd], דרומדיק: [pá:khət]; 

{לומדיש:} אַן אימת מות [anéyməs|móvəs], דרומדיק: [anáyməs|múvəs].

 

alarm (n.) (alarm or security system)

(דער) אַלאַרם (אויך: אַלאַרעם); (די) אַלאַרם סיסטעם.

 

(.alarm (v

אָנוואַרפן אַ פּחד [apákhəd], דרומדיק: [apá:khət]; (\אַ שרעק \אַ מורא [amóyrə], צפונדיק: [améyrə]); צערודערן; דערשיטערן; אויפטרייסלען

 {פראַזע:} אַזוי ריכטיק אָנשרעקן;

{לומדיש:} מטיל אימה זײַן [màtl-éymə-zayn], דרומדיק: [màtl-áymə-zayn].

 

 

alarm clock

(דער) וועקער (ל″ר: -ס); (דער) וועק⸗זייגער (ל″ר: -ס).

 

alas

צום באַדויערן; צום אומגליק; ליידער; צו אונדזער פאַרדרוס (\פאַרדראָס);

{לומדיש:} מעשה שטן [màysə-sótn], דרומדיק: [mà:sə-sú:tn].

 

Alaska

אַלאַסקע (אויך: אַלאַסקאַ).

 

albino

אַלבינאָ.

 

album

(דער) אַלבאָם [albóm] (ל″ר: -ען);

  {הערה: אין מערב דער עיקר אַ היימישער זאַמלבוך פון אייגענע און משפּחהשע פאָטאָגראַפיעס; אין מזרח אויך וועגן אַ בוך אין גרויס⸗פאָרמאַט, אָפטמאָל אַ פּראַכט⸗אויסגאַבע, מיט אַ סך בילדער צי אילוסטראַציעס}.

 

Albuquerque

 אַלבעקערקי.

 

alcohol

(דער) אַלקאָהאָל;

{טאָמער אין זין פון ′אַלקאָהאָלישע געטראַנקען′:}

{אָן אַן אַרטיקל:} משקה [máshkə]; לחיימס [ləkháyəmz], דרומדיק: [ləkhá:(y)əms] (ל″ר);

{אין מזרח אויך:} הונדערט גראַם;

{פאָרמעל צי אייפעמיסטיש:} שטאַרקע(רע) געטראַנקען.

 

(.alcoholic (n

(דער) אַלקאָהאָליקער (ל″ר: ø; בײַ טייל פּוריסטן: -ס); 

{בייגעוודיק:} (די\דער) שכרותדיקע(ר) [shíkrəz-dik].

 

(.alcoholic (adj

אָלקאָהאָליש; מיט אַלקאָהאָל.

 

alcoholic drinks

(די) משקה [máshkə] (ל″ר {באַציענדיק זיך לגבי אַ ריי פאַרשיידענע אַלקאָהאָלישע געטראַנקען:} (די) משקאות [mash-kó(y)əs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר).

 

alef, aleph

א: (אלף, אַלֶף) [áləf] — דער ערשטער אות פון יידישן אלף⸗בית; = איינס (1) אין דער סיסטעם יידישע נומעראַציע.

מען קען אײַנטיילן דעם יידישן אלף אין פינף קאַטעגאָריעס:  

(א) קמץ אלף: געשריבן „אָ“, וואָס ווערט אַרויסגערעדט: אין צפונדיקן (ליטווישן) יידיש און אין דער סטאַנדאַרדער שפּראַך („כלל יידיש“) — אַלעמאָל [o] (קורצער אָפענער /o/, דער טעכנישער סימבאָל: [ɔ]);  אין די דרומדיקע דיאַלעקטן: אָדער [o] אָדער [u] (און דעמאָלט ערשט מיט צוויי מעגלעכקײַטן, קורץ ([u]) צי לאַנג ([:u]), למשל אין פּוילישן יידיש: זאָקן [zókn], אָבער: זאָגן [zúgn], זאָטל [zú:tl], זכרון [zəkú:rn]}; 

(ב) פּתח אלף: געשריבן „אַ“, וואָס ווערט אַרויסגערעדט: אַלעמאָל [a] אין גאַנצן צפון און אין ווײַטגרעסטן טייל דרום — אַחוץ אין פּאָדאָלער⸗בעסאַראַבער דיאַלעקט („טאָטע⸗מאָמע לשון“) וואו ס′איז [o] אין אַ סך פאָנעטישע שכנותן, למשל: „האַנט“ [ónt], „מכה“ [mókə].

(ג) דער שטומער אלף (מיטן מחיצה אלף אַרײַנגערעכנט):

(1) וואָס קומט בײַם אָנהייב וואָרט פאַר: ו, וי, י, יי, ײַ, למשל: און, אויב, אין, איי, אײַז {אין  אַ ל ע  וואַריאַנטן פון יידישן אויסלייג; די ווײַטערדיקע צוויי מינים שטומער אלף זײַנען פאַרווערט געוואָרן אין דער סאָוועטיש⸗יידישער אָרטאָגראַפיע פון די סטאַלינישע יאָרן און דערנאָכדעם באַזײַטיקט געוואָרן אין דער ראַדיקאַלער ייוואָ אָרטאָגראַפיע פון די סוף דרײַסיקער יאָרן (אין ביידע פאַלן מיט דער פונקציע דערפילט דורך דיאַקריטישע צייכנס גענומען פונעם העברעאישן ניקוד};

(2) אָנהייב טראַף (זילב) פאַר די אייגענע וואָקאַלן, למשל: באַציאונג; פריאיק; און

(3) אין דער טויזנטיאָריקער פונקציע פון אָפּטיילן צוויי וואָוון (דער קאָנסאָנאַנט [v]) פונעם וואָקאַלישן ו ([u]), למשל: וואו, וואונדער, פּרואוון; אין זעלטענע פאַלן אויף אָפּצוטיילן פיר וואָוון, למשל: פּרואוואונג. דעם אלף פון (2) און (3) רופט מען אָנעט: דער מחיצה אלף.

(ד) לשון⸗קודשדיקער אלף: אין סעמיטישן קאָמפּאָנענט איז דער אָרטאָגראַפישער אלף עלול זיך באַווײַזן אַרום פאַרשיידענע וואָקאַלן, למשל: אפשר [éfshər], גאולה [g(ə)úlə], גאון [gó(y)ən], דאגה [dáygə]; סוף וואָרט, איז דאָס בדרך כלל דער אומבאַטאָנטער רעדוצירטער שווא וואָקאַל געירשנט פון אַראַמיש, למשל: אכסניא [akhsányə], אדרבא [ádərabə], מסתמא [mistámə], שקלא וטריא [sháklə-v(ə)táryə]; דאָס איז פּאַראַלעל מיטן סוף⸗וואָרטיקן עין (ע) פון דער נײַער אָרטאָגראַפיע און מיטן סוף⸗וואָרטיקן יוד (י) פון דער עלטערער פאַר⸗משכילישער אָרטאָגראַפיע.

(ה) עיר⸗ואם אלף: אין די נעמען פון שטעט און שטעטלעך, סײַ אין אַמאָליקן אשכנז, סײַ איבערן שטח פונעם גאַנצן מזרח⸗אייראָפּעאישן יידנטום ביזן חורבן, איז צוגעקומען אַ מיסטיק פון דערהייבנקײַט איבער אַ שטאָט אָדער אַ שטעטל מיט אַ לאַנגער יידישער טראַדיציע — אַן עיר ואם בישראל — וועמענס נאָמען ס′ענדיקט זיך אויפן אומבאַטאָנטן שוָא וואָקאַל, אָט דעם נאָמען צו שרײַבן דווקא מיט אַן אַלף, אַן אלף וואָס טראָגט מיט זיך פאָר אַ געפיל, שיער ניט אַזאַ וואָס כישופט אַזש אײַנעט, אַז דער יידישער מהות פון שטאָט אָדער שטעטל איז אַ המשך פון דער אַראַמיש ריידנדיקער גמרא תקופה מיט אירע שטעט נהרדעא און פּומבדיתא (מיט אַן אוראַלטער  טראַדיציע אַז דער אלף איז פאַר יידישע שטעט אין גלות, להיפּך צום הא פון די ארץ ישראלדיקע שטעט). אויף אַזאַ אופן האָט זיך דער עיר⸗ואם אלף פעסט אײַנגעפונדעוועט אין טראַדיציאָנעלן יידיש, און אין יידישן באַוואוסטזײַן, אַפילו נאָכדעם ווי די יידישיסטישע באַוועגונג האָט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט גענומען איבערגיין אויפן סוף⸗וואָרטיקן ע — אויב אַפילו נאָר פון די שער⸗בלעטער און די אַמאָליקע אשכנזישע ירושה וואָס שפּאַנט דעם וואַנדער⸗וועג פון מערבדיקן ביזן מזרחדיקן אשכנז; די שטאָט נעמען מיטן אלף וואָרט⸗אויס שטעלן מיט זיך פאָר אַ לעבעדיקן גליד פון יידיש⸗טראַכטנדיקן מענטשן, ניט שייך צי אַליין שרײַבט מען מיטן מאָדערנעם, נייטראַלן ע. למשל:

אייזנא (איסני), אלטונא (אַלטאָנע), ברונא (ברין), הוראדנא (גראָדנע), ווילנא, ווארשא, וורמייזא (ווערמײַזע, וואָרמס); טארנא, מאגנצא (מאַגענצע, מײַנץ), נייטראסארנא, סלאבאדקא (סלאַבאָדקע [הײַנט: וויליאַמפּאָלע], בײַ קאָוונע), פיורדא, קאוונא, קראקא, ראוונא, ריגא, רישא (ריישע), שפּירא (שאַפּיראָ, שפּײַער).

 
(Aleinu (name of prayer
(אָן אַן אַרטיקל) עלינו [òléynu], דרומדיק: [:ù:láyni], ד″מ: [:ùléyni];
{מער פאָרמעל:} עלינו לשבח [olèynu-ləshabéyəkh], דרומדיק: [u:làyni:-ləshabáyəkh], ד″מ: [ulèyni:-ləshabéyəkh];
{פראַזעס:} קומען צו עלינו (אין זין פון ′האַלטן בײַם סוף′ — צי פון דאַוונען צי פון אַוואָס⸗ניט⸗איז — ווײַל עלינו איז האַרט בײַם אויסלאָז); {הומאָריסטיש:} קומען צום אויסשפּײַען {צוליב דער אַמאָליקער טראַדיציע פון אויסשפּײַען בײַ די ווערטער „ככל המונם“ וואָס אין דער תפילה גופא}.

 

Aleppo

(אָן אַן אַרטיקל) אַלעפּאָ [alépo].

 

(.alert (n

{נייטראַליש:}

אַן אַנאָנס (ל″ר: -ן); אַן איבערגעבונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} אַ מודעה [amədóə], דרומדיק: [amədú:ə] (ל″ר: מודעות);

{מיט מער דרינגעדיקײַט צי אַן אָנצוהערעניש אַז דאָ גיין אין וואָרענען, ניט גלאַט איבערגעבן:}

(די) אָנוואָרענונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} אַן אזהרה [anaz(h)órə], דרומדיק: [anaz(h)ú:rə]; {מער לומדיש, צי וועגן אַ מער סכנותפולן ענין:} אַן התראה [anasróə], דרומדיק: [anasrú:ə], צפונדיק: [anasró(y)ə].

 

(.alert (adj

וואַכיק; וואַכזאַם; אויפמערקזאַם;

{מער וועגן פאַרשטאַנד איידער די חושים:} אָנגעשפּיצט.

 

(.alert (v

{נייטראַליש:}

אַנאָנסירן;

{לומדיש:} מוסר מודעה זײַן [mòysər-mə(y)dóə-zayn], דרומדיק: [mòysər-mə(y)dú:ə-za:n], צפונדיק: [mèysər-mə(y)dó(y)ə-zayn]; 

{מיט מער דרינגעדיקײַט צי אַן אָנצוהערעניש אַז דאָ גייט אין וואָרענען, ניט גלאַט איבערגעבן:}

אָנוואָרענען; באַוואָרענען;

{לומדיש:} מזהיר זײַן [máz(h)ər-zayn]; {מער לומדיש, צי וועגן אַ מער סכנותפולן ענין:} מתרה זײַן [másrə-zayn].

 

alertness

(די) וואַכזאַמקײַט; (די) אויפגעוואַכטקײַט; (די) וואַכעדיקײַט.

 

(Alexander the Great (356 BCE – 323 BCE

אלכסנדר מוקדון [aləksándər|múgdin].

 

Alexander Jannaeus (± 127 – 76 BCE)

ינאי המלך [yánay-(h)amé(y)ləkh], דרומדיק: [yana:(y)-(h)aaméyləkh];

{מער פאָרמעל:} יהונתן אלכסנדר ינאי המלך [yòynəsn|aləksàndər-yánay|(h)amé(y)ləkh], דרומדיק: [yòynəsn|aləksàndər-yána:(y)|(h)améyləkh], צפונדיק: [yèynəsn|aləksàndər-yánay|(h)amé(y)ləkh].

 

(Alexander Susskind of Grodno (? – 1794

דער יסוד ושורש [dər-yəsód|v(ə)shóyrəsh], צפונדיק: [dər-yəsód|v(ə)shéyrəsh];

ר′ אלכסנדר זוסקינד בן משה מהוראדנא.

 

(Alfasi, Isaac (1013–1103

דער רי″ף [dər-ríf];

ר′ יצחק אלפסי.

 

Algemeiner Journal (/Algemeyner Zhurnal) (publication)

(דער) אַלגעמיינער זשורנאַל;

{פון קיצור וועגן:} {בייגעוודיק:} דער אַלגעמיינער;

{דווקא וועגן יידישן „אַלגעמיינעם זשורנאַל“, אַז מ′דאַרף מבחין זײַן:} דער יידישער „אַלגעמיינער“;

{דווקא וועגן ענגלישן „אַלגעמיינעם זשורנאַל“, אַז מ′דאַרף מבחין זײַן:} דער ענגלישער „אַלגעמיינער“;

  {הערה: בשעת ווען אויף ענגליש קען די „בכורה“ אַנדערש זײַן, באַדײַט „אַלגעמיינער זשורנאַל“ סתם — די פובליקאַציע וואָס אויף יידיש, די וואָכן⸗צײַטונג געגרינדעט דורך גרשון יעקבסאָן אין 1972 אין ניו⸗יאָרק אַלץ המשך פון דער אָקערשט אונטערגעגאַנגענער טאָג⸗צײַטונג „טאָג מאָרגן זשורנאַל“}.

 

Algeria

(אָן אַן אַרטיקל) אַלזשיריע; אויך: אַלזשעריע.

 

Algerian

אַלזשיריש; אויך: אַלזשעריש.

{אומבייגעוודיק:} אַלזשירער; אויך: אַלזשערער.

 

Algiers

{אָן אַן אַרטיקל} אַלזשיר; אויך: אַלזשער.

 

algorithm

(דער) אַלגאָריטעם (ל″ר: אַלגאָריטמען; אויך: אַלגאָריטעמס).

 

alien (n.) (from another planet)

{בייגעוודיק:} (די\דער) אַנדערפּלאַנעטעדיקע(ר); (די\דער) אַנדערוועלטישע(ר).

 

alien (adj.) (from another planet)

אַנדערפּלאַנעטעדיק; אַנדערוועלטיש.

 

alien (n.) (non-citizen)

{בייגעוודיק:} (די\דער) פרעמד⸗בירגערדיקע(ר); ני(ש)ט⸗בירגערדיקע(ר).

 

alien (adj.) (non-citizen)

פרעמד⸗בירגערדיק; ני(ש)ט⸗בירגערדיק.

 

alive

בײַם לעבן; אַ לעבעדיקע(ר).

 

alive and well

{פראַזעס:} געזונט און שטאַרק; פריש און געזונט;

{מיט חברישער איראָניע:} זײַן חי וקים [khàyv(ə)káyəm]; קערט נאָך אַ וועלט

 

(.all (pron

אַלע [álə]; די אַלע; {עמאָטיוו:} אַלדי, {צומאָל מער עמאָטיוו:} אַלדע; טיילן ד″מ: [ólə], אויך: אילע [ílə].

 

(.all (adv

אינגאַנצן; דורכאויס; גאָר.

 

all along

די גאַנצע צײַט; פון אָנהייב אָן;

{לומדיש:} מדלכתחילה [məd(ə)lkhàt-khílə].

 

(.all day (adj

{דער יידישער סטיל נוצט דאָ אַן אַדווערביאַלע פראַזע אָנשטאָט אַן אַדיעקטיוו: (פון\אויף) אַ גאַנצן טאָג („סעמינאַר אויף אַ גאַנצן טאָג“);

{בײַ טייל נאָרמאַטיוויסטן גילט אָבער די אמונה, אַז אויב אויף ענגליש אַן אַדיעקטיוו מוז דאָך זײַן אַן אַדיעקטיוו אויף יידיש, איז אויסגעוואַקן צומאָל:} גאַנצטאָגיקע(ר) {וואָס רופט אַרויס אַ געוויסע שפּראַכיקע רחמנות בײַ די וואָס קענען די שפּראַך נאַטירלעך; בעת ווען אַ מער נייטראַלע און ווייניקער אויפפאַלנדיקע פּאָזיציע פאַרנעמט:} אַ⸗גאַנצן⸗טאָגעדיקער („גיין אויף יענעם אַ⸗גאַנצן⸗טאָגעדיקן סעמינאַר“).

 

(.all day (adv

אַ גאַנצן טאָג

{פראַזע:} פון אינדערפרי ביז בײַנאַכט [banákht].

 

all kinds of

אַלערליי; אַלערלייאיקע [álə(r)-léy(i)kə], דרומדיק: [álə(r)-láy(i)kə]; כלערליי [kòlə(r)léy], דרומדיק: [kòlə(r)láy]; כלערלייאיקע [kòlə(r)léy(i)kə], דרומדיק: [kòlə(r)láy(i)kə]; פאַרשיידענערליי; אַלע מיני [álə|mínə] {לומדיש: [álə|míney], דרומדיק: [álə|mínay]).

 

all my days

אַלע מײַנע יאָרן;

{לומדיש:} כל ימי [kòl|yómày], דרומדיק: [(kòl|yúmà:(y].

 

(all or nothing (not a spectral issue

אָדער גאָר אָדער גאָרני(ש)ט; אָדער אַהין אָדער אַהער;

{פראַזע; סאַרקאַסטישער ענטפער אויף דעם וואָס האַלט פון אַ מהלך ווען ס′איז בפירוש אַן ענין פון גאָר צי גאָרניט:} אַ קליין ביסעלע טראָגעדיק!; אַ ביסל שוואַנגערדיק; {לומדיש:} אַ קאַפּ מעוברת [akáp|m(ə)ubérəs], דרומדיק: [akáp|m(ə)i:béyrəs].

 

!All right

גוט!; מסכים! [máskəm]; אין אָרדענונג!; מהיכא תיתי! [màkhə|téysə], דרומדיק: [màkhə|táysə];

{מיט אַ קאַפּ ווינציקער ענטוזיאַזם:} גאַנץ גוט!; זאָל זײַן (אַזוי)!; פאַרוואָס ני(ש)ט?.

 

all right: be all right

{אין פּערזענלעכן צושטאַנד:} זײַן אין אָרדענונג; זײַן געזונט; {שמועס⸗שפּראך:} זײַן אָלרײַט; זײַן אָקיי (\אָקעי);

{וואָס שייך פּאַסיקײַט}: אין אָרדענונג; צוגעפּאַסט; פּאַסן; טויגן.

 

(all risk insurance (guarantee

(די) אַלגאַראַנטיע [algarántyə]; „אַלע ריזיקעס“.

 

all the same

אַלצאיינס; אַזוי צי אַזוי.

 

all time (all-time)

פון אַוועלכער ני(ש)ט איז צײַט; פון אַוועלכע ני(ש)ט איז יאָרן;

היטנדיק דעם רעקאָרד פאַר אַלע צײַטן;

{מער ליטעראַריש און וועגן לענגערע צײַט⸗אָפּשניטן:} פון אַלע דורות און תקופות [dóyrəs|un-tkúfəs], דרומדיק: [dóyrəs|in-t(ə)kí:fəs], צפונדיק: [déyrəs|un-tkúfəs].

 

!all: That’s all

דאָס איז דאָס! [dòsí(z)-dòs], דרומדיק: {dùsí(z)-dùs], מער שמועסשפּראַכיק: [dòsí-dəs], דרומדיק: [dùsí-dəs];

אָט האָט איר (עס) [òt-hótir(-əs)]; {אינטים:} אָט האָסטע(ס)! [(òt-hóstə(s];

{מיט אַ שמץ אומגעדולד צי אויטאָריטעטס⸗באַווײַזונג בײַם דערקלערן דעם ענין אויס:}

שוין!; געמאַכט!; פאַרטיק!;פאַרטיק אַ געשעפט!אַראָפּ פון מאַרק!

{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער אויך:} פסיאָ!; {ענגלישע ריידנדיקע:} דעטס איט!; דעטס אָל!; {ליטוויש:} (או) וויסקאַס!; {ישראליש:} און זהו זה [zéhu-zè].

 

(alley(way

{טאָמער אין רשות הרבים און פאָרט ברייט גענוג אויף אַ פור (בײַ הײַנטיקן טאָג — אויף אַ טיפּישן אויטאָמאָביל), ניט שייך צי מען קען דערמיט אַדורך צו דער ווײַטערדיקער פּאַראַלעלער גאַס צי ניט:} (דאָס\די) געסעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\די) געסל (ל″ר: -עך); (דער) זאַוואוליק (\זאַוואולעק) (ל″ר: -עס; אויך: זאַוואולקעס);

{צי אין רשות היחיד צי אין רשות הרבים, אָבער ברייט גענוג נאָר צו פוסגייער:} (די) סטעזשקע (ל″ר: -ס); (דאָס\די\דער) וועגעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\די\דער\) וועגל (ל″ר: -עך); {טאָמער קען מען אַדורך ביז צו דער פּאַראַלעלער גאַס: (דער) דורכגאַנג (ל″ר: דורכגענג, אויך: דורכגאַנגען); (אין עלטערן לשון אויך:) דורכגאַנג⸗הויף (ל″ר: -ן);

{טאָמער אַפילו אַ ספק לגבי רשות (למשל „רשות הסטאָראָזש“, ד.ד. בדרך כלל פאַר אַלעמען אָפן בײַטאָג), בדרך כלל ניט (גאַנצערהייט באַנומען) ברייט גענוג אויף אַ פור (צי אויף אַ הײַנטצײַטיקער מאַשין), אָבער כאָטש בײַטאָג שאַפנדיק אַ פרײַען דורכגאַנג צווישן צוויי (מערסטנטייל פּאַראַלעלע) גאַסן (מעגלעך אויך מיט טרעפּלעך דאָ און דאָרט:} (דער) דורכהויף (ל″ר: -ן).

 

alliance

די אַליאירטע (ל″ר); (דער) פאַרבאַנד (ל″ר: -ן); (די\דער) אַליאַנץ (ל″ר: -ן); (דער) יד אחת [yadákhəs].

  {הערה: דער באַנוץ פון „בונד“ אין דעם זין איז אַרכעאיש; אויף יידיש איז עס געבליבן דער פאַרקירצטער נאָמען פון „יידישן אַרבעטער בונד“}.

 

allies (the allies; cf. ally)

די אַליאירטע (ל″ר); די חברישע לענדער [khávərishə] (ל″ר); די צוזאַמענגייענדיקע לענדער (ל″ר);

די מיטגלידער⸗לענדער פון אייגענעם צד [tsád].

 

allistic

אַליסטיש; אומאויטיסטיש.

 

alliteration

(די) אַליטעראַציע (ל″ר: -ס).

 

allocate

צוטיילן; אַלאָקירן; אָפּשרײַבן; געבן אַ סובווענץ (\אונטערשטיצונג \בײַשטײַערונג).

 

allocation

(די) צוטיילונג (ל″ר: -ען); (די) אַלאָקירונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּשרײַבונג (ל″ר: -ען); (די) אונטערשטיצונג (ל″ר: -ען); (די) בײַשטײַערונג (ל″ר: -ען).

 

(allow (permit

דערלויבן [dərlóybm], אויך: [dalóybm], צפונדיק: [daléybm]; לאָזן; דערלאָזן;

{אַ קאַפּ לומדיש:} געבן רשות [gèbm|r(ə)shús], דרומדיק: [gèybm|r(ə)shís];

{לומדיש, דער עיקר וועגן פראַגן פון יידישן דין צי מען מעג צי מ′טאָר ניט, אָבער אויך (צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר) וועגן גאָר אַנדערע זאַכן וואו אַן אויטאָריטעט גיט אַ דערלויבעניש וואָס ווערט געגליכן צו אַ מין לעגאַליסטישן היתר:} מתיר זײַן [mátər-zayn].

 

(allow (concede the point

צוגעבן; נאָכגעבן; מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn].

 

(allowance (regular sum of money

{טאָמער וועגן אַ רעגולערער (אָפטמאָל באַשיידענער) סומע:} (דאָס\די) קעשענע⸗געלט;

{טאָמער לויטן טאָג:} טעגלעכע קעשענע⸗געלט; טאָג⸗געלט;

{טאָמער אַלע וואָך:} וועכנטלעכע קעשענע⸗געלט; וואָכן⸗געלט.

 

allude to

געבן אָנצוהערעניש (אויף\אַז); פאַררופן זיך (אויף); געבן אַן אָנוואונק (אַז); קאַם דערמאָנען (אַז);

{לומדיש:} מרמז זײַן (אויף\אַז) [m(ə)ráməz-zayn].

 

(.allure (n

(דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; (דער) צוצי⸗כח; (די) אַטראַקציע; (דער) גלאַנץ; דער כח (אויף צו) פאַרכישופן [farkíshəfn];

{לומדיש:} (דער) כח המושך [kòyəkh-(h)amóyshəkh], צפונדיק: [kèyəkh-(h)améyshəkh].

 

alluring

צוציענדיק; צוציאיק; אַטראַקטיוו; פאַרכאַפּנדיק; פאַרכישופנדיק [far-kíshəfn-dik].

 

allusion

אַן אָנצוהערעניש (ל″ר: -ן); אַן אָנוואונק (ל″ר: -ען); אַן אַלוזיע (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} אַ מרומז [m(ə)rúməz], דרומדיק: [m(ə)rí:məs] (ל″ר: מרומזים [m(ə)rumózəm], דרומדיק: [m(ə)ri:mú:zəm]).

 

(.ally (n

{אין אַ פאָרמעלן מיליטערישן אָפּמאַך; בייגעוודיק:}

(דער\די) אַליאירטע(ר);

{בכלל:}

(דער) מיטקעמפער (ל″ר: ø); איינער אויף זײַן (\איר\זייער) צד [tsad]; חבר אין דער מחלוקה [khàvər-indər-makhlóykə];

{ליטעראַריש:}

(דער) בן⸗צד [bèn-tsád] (ל″ר: בני צד [bnèy-tsád], דרומדיק: [bnày-tsát]); ל″נ אויך: בת צד [bàs-tsád] (ל″ר: איראָניש; הומאָריסטיש; עמאָטיוו: בנות צד [bnòys-tsád], צפונדיק: [bnèys-tsád]).

 

The Almighty

{בייגעוודיק:} דער אייבערשטער („בײַם אייבערשטן האָט ער געבעטן רחמים“); דער רבונו של עולם [dər-rəbòyne-shəlóyləm], צפונדיק: [dər-rəbèyne-shəléyləm];

{ע″ט און ליטעראַריש, בייגעוודיק:} דער אַלמעכטיקער;

{לומדיש:} דער רבונא דעלמא [dər-rəbòynə-d(ə)álmə], צפונדיק: [dər-rəbèynə-d(ə)álmə]; דער כביכול [dər-kavyókhl], דרומדיק: [dər-kavyúkhl].

 

!Almighty God

רבונו של עולם! [rəbóyne|shəlóyləm], צפונדיק: [rəbéyne|shəléyləm]; גאָט אין הימל!;

{אינטים:} גאָטעניו טײַערינקער!; טאַטעניו זיסינקער! [tát(ə)nyu]; אַלמעכטיקער!; דערבאַרעמדיקער!;

{לומדיש:} רבונא דעלמא! [rəbóynə|d(ə)álmə], צפונדיק: [rəbéynə|d(ə)álmə].

 

Almighty’s providence

(די) השגחה עליונה [h)azh-gòkhə-elyóynə)], דרומדיק: [h)azh-gùkhə-elyóynə)], צפונדיק: [h)azh-gòkhə-elyéynə)];

{טאָמער וועגן אַ געוויסן פאַל:} אַן השגחה עליונה.

 

(Almighty’s providence (regarding an individual

(די) השגחה פּרטית [h)azh-gòkhə-prótəs)], דרומדיק: [h)azh-gùkhə-prú:təs)];

{טאָמער וועגן אַ געוויסן פאַל:} אַן השגחה פּרטית.

 

almond

(די\דער) מאַנדל (ל″ר: -ען).

 

almost

כמעט [k(ə)mát] (דיאַלעקטיש אויך [kamát]); שיער ני(ש)ט [shí(ə)r-nit],  באַלד; קרוב [kórəv], דרומדיק: קרוב [kú:rif].

 

alms

{דער עיקר בײַ יידן:}

{מער אין אַלגעמיין, אָן אַן אַרטיקל:} צדקה [dzdókə], דרומדיק: [dzdúkə]; 

{וועגן אַ קאָנקרעטער געבונג:} אַ נדבה [an(ə)dóvə], דרומדיק: [an(ə)dúvə];

{אוניווערסאַל:}

אַן אָרעם⸗געשאַנק (ל″ר: -ען; דיאַלעקטיש אויך: ⸗געשענק);

{לומדיש:} אַ מתן אביונים [amàtn-evyóynəm], צפונדיק: [amàtn-evyéynəm].

 

alms box

{דער עיקר בײַ יידן:}

(די) צדקה⸗פּושקע [dzdókə-pùshkə], דרומדיק: [dzdúkə-pìshkə] (ל″ר: -ס);

{אוניווערסאַל:}

אַ געשאַנק⸗פּושקע (ל″ר: -ס); אַ קעסטעלע פאַר די אָרעמעלײַט.

 

 

alone

איינע(ר) אַליין; פאַר⸗זיך [fárzəkh]; („זי לעבט אין פּאַריז אַליין פון זינט דעם גט“; „דער מויער שטייט אַליין, אַרום און אַרום איז מדבר“; „טויבן פליען אין טשערעדעס, דער אָדלער פליט אַליין“);

{טאָמער איז דאָ אַן אָנוואונק אויף פּלאַנירטקײַט אָדער בכיוונדיקײַט:} אָפּגעזונדערט; אָפּגעזונדערטערהייט;

{טאָמער אין גײַסטיקן זין, וועגן אַ מענטש וואָס פון שעפערישקײַט אָדער גײַסטיקײַט וועגן זונדערט זיך אָפּ פון אַנדערע מענטשן און פון די עניני דיומא; ליטעראַריש:} אין התבודדות [in-hizbóydədəs], צפונדיק: [in-hizbéydədus]; {מער לומדיש:} בהתבודדות

{דאָס זעלביקע בײַ  ט י י ל, אָבער בײַ טייל חסידים גענוצט וועגן אַ פּריוואַטער באַגעגעניש מיטן רבין:} אין יחידות [in-yəkhídəs]; {פאַראַן אויך טייל, וואָס זײַנען מבחין צווישן „אין יחידות“ (מיטן רבין) און אויף אַ מער אַלגעמיינעם באַנוץ נעענטער מיט „בהתבודדות“:} ביחידות [bə-y(ə)khídəs] צי [biykhídəs].

 

alone: all alone

איינע(ר) אַליין; עלנט; איינזאַם.

 

along

לענגאויס [léyng-òys], אויך: [lèyng-óys]; פּאַזע.

 

along the lines of

אויפן שטייגער פון; לויטן מוסטער פון.

 

along with

מיט; אינאיינעם מיט; צוזאַמען מיט.

 

alpaca

(די) אַלפּאַקע (ל″ר: -ס).

 

(.alpha test (n

(דער אַלפאַ⸗טעסט (ל″ר: -ן).

 

(.alpha test (v

מאַכן אַ (\דעם) אַלפאַ⸗טעסט.

 

alphabet

(דער) אַלפאַבעט [alfabét];

{בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש און אַנדערע לשונות געשריבענע מיט דער יידישער שריפט:}

(דער) אלף⸗בית [áləv-bèyz], דרומדיק: [áləv-bàys]; (דער) יידישער אַלפאַבעט.

 

alphabetize

אַלפאַבעטיזירן; {בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש:} מאַכן \ (אויס)שטעלן לויטן אלף⸗בית [áləvbeyz].

{היימיש:} אלף⸗ביתעווען [àləvbéyzəvn]. {היימיש שפּאַסיק (דורכן צונויפקלאַנג מיט „בייז“, „בייזערן“:} אַלעפבייזערן [àləvbéyzərn].

 

alpine skiing

(דאָס\דער) באַרגיקע(ר) סקיען; (דער) באַרגיקער סקי; (די) אַראָפּבאַרגיקע סקיאונג.

 

already

שוין [shoyn], צפונדיק: [sheyn], טייל מזרחדיקע מקומות אין צפון: [sheym].

 

alright → all right

 

also

אויך; אויכעט [óykhət], צפונדיק: [éykhət]; („איך וויל אויכעט דערמאָנען, אַז….“; „דאָס איז אויכעט אמת“); {„אויכעט“ איז סײַ מער היימיש און מער עכט⸗ליטעראַריש, בעת „אויך“ געוועלטיקט אין פאָרמעלע סיטואַציעס; מען קען אגב נוצן ביידע וואַריאַנטן אין זעלביקן טעקסט לויט ריטעם און פּרעפערענץ};

דערצו [dertsú] צי [datsú]; דרומדיק: [:dertsí] צי [:datsí];

צודערצו [tsùdertsú] צי [tsùdatsú]; דרומדיק: [:tsi:dertsí] צי [:tsì:datsí]; („דאָס איז נאָר איין פּונקט. צודערצו איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז…“);

אין צוגאָב צו דעם; דערצו נאָך.

  {הערה: דאָס אָפטסטע וואָרט, „אויך“ (\„אויכעט“) קומט בדרך כלל אינמיטן זאַץ, בשעת ווען די אַנדערע קענען קומען אויך אָנהייב זאַץ, בײַ אַ זאַץ וואָס קומט מוסיף זײַן צום געדאַנק פון פריערדיקן זאַץ; („מיר דאַרפן נאָך צען מענטשן צום כאָר. דערצו איז וויכטיק אַז זיי זאָלן זײַן פון געגנט, מען זאָל ניט דאַרפן גיין זוכן קיין טראַנספּאָרט“. דער באַנוץ פון אָט דעם „אויך“ אָנהייב זאַץ איז פאַרשפּרייט, אָבער קלינגט טעותדיק אין דער סטיליסטישער באַוואוסטזיניקײַט וואָס בײַ  ט י י ל  דיאַלעקטן).

  {דער לשון⸗קודש שטאַמיקער „גם“ [gam], וואָס האָט אַנדערע (זעלטענע) באַנוצן אין יידיש, טרעפט זיך אין אַ צאָל פראַזעס, צווישן זיי: „גם אתם“ [gamátem] (′אײַך אויכעט′, ענטפערנדיק אויף אַ באַגריסונג אָדער גוטן וואונטש); „גם זו לטובה“ [gamzú|lətóyvə], דרומדיק: [gamzí:|lətóyvə], צפונדיק: [gamzú:|lətóyvə] (′דאָס איז אויכעט צום גוטן′ אַז מען טרייסט זיך צי יענעם איבער אַ שלעכטער געשעעניש); „הגם שאול בנביאים?“ [hagàm-shó(ə)l|banvíyəm] (′אויך שאול איז אַרײַן צווישן די נביאים?!′ < שמואל א′, י′: י″א), אין זין פון: ′וואָס טוט איר \ וואָס טוט יענער מיטאַמאָל אין אָטאָ דער גרופּע?!′).

  ניט צום פאַרמישן מיט דער קאָניונקציע „הגם“ [hagám], וואָס איז אַ וואָרט אינעם לומדישן, עסייאיסטישן סטיל אין זין פון ′כאָטש′}.

 

also-ran (n.)

(דער) פאַרשפּילטער (\ני(ש)ט⸗דערגאַנענער) קאַנדידאַט (ל″ר: -ן), ל″ר: …קאַנדידאַטקע (ל″ר: -ס).

 

altar

{בײַ יידן, אין תנ″ך; ליטעראַריש; פיגוראַטיוו:}

(דער) מזבח [məzbéyəkh], דרומדיק: [məzbáyəkh] (ל″ר: -ות [məzbéykhəs], דרומדיק: [məzbáykhəs];

{אוניווערסאַל:}

(דער) אַלטאַר (ל″ר: -ן);

{ע″ט און ליטעראַריש; אויך פיגוראַטיוו:} (דער\די) אָפּער⸗שטול (ל″ר: -ן).

 

alter

 בײַטן; איבערבײַטן;

{לומדיש:} אַרײַנפירן אַ שינוי [(ashínə(y];

{נאָכמער לומדיש:} משנה זײַן [məshánə-zayn]

 

alternative

(די) ברירה [bréyrə], דרומדיק: [bráyrə], ל″ר: ברירות [bréyriz]; (די\דער) אַלטערנאַטיוו [altèrnatív] (ל″ר: -ן);

{אַז ס′גייט אין אויסזוכן אַביסל אַ מער „שעפערישע“ ברירה:} (דער) אויסוועג [óyzvèg], דרומדיק: [ó:(u)(ə)zvèyk];

{לומדיש, אַז ס′גייט אין געפינען אַן אויסוועג נאָכדעם ווי מען איז שוין אַדורך די „ביידע ברירות“: (דער) כתוב השלישי [kòsəv-hashlíshə], דרומדיק: [kù:sif-(h)ashlí:shə] ′דער דריטער טעקסט′: „איז לאָמיר זיך מיישב זײַן, אפשר איז פאָרט פאַראַן אַ כתוב השלישי, וואָס מיר האָבן גלאַט פאַרזען?″}.

 

although

כאָטש {דיאַלעקטיש אויך: כאָטשע, כאָטשיק, כאָטשבע); ניט קוקנדיק וואָס – – –; ניט געקוקט אויף דעם [avdém] וואָס – – –;

{לומדיש:} הגם [hagám]

{דיאַלעקטיש און ליטעראַריש:} וויוואויל; {דיאַלעקטיש און אויך אַרכעאישער דײַטשמערישער און צײַטונגס⸗שפּראַכיקער באַנוץ}: טראָץ (דעם וואָס).

 

altogether (adv.)

אַרום און אַרום; אַרומענאַרומעט; אינגאַנצן (גענומען); בסך⸗הכל [bəsakhákl].

 

 

alt-right (n.)

די אַלט⸗רעכטע (ל″ר); די „אַלט⸗רעכט“ באַוועגונג פון קאָנסערוואַטיווע ווײַסע נאַציאָנאַליסטן.

 

alt-right (adj.)

אַלט⸗רעכטיש; פון דער אַלט⸗רײַט (\⸗ראַיט); פון דער „אַלט⸗רעכט“ באַוועגונג פון קאָנסערוואַטיווע ווײַסע נאַציאָנאַליסטן.

 

altruism

(דער) אַלטרואיזם; (די) גרייטקײַט שטעלן יענעם פאַר זיך אַליין; די גרייטקײַט לײַדן, אַ צווייטן זאָל בעסער זײַן; (די) אָנפּניותדיקע הומאַניטאַרישקײַט [òn-pníyəz-dikə], דרומדיק: [ùn-pníyəz-dikə];

 

alumin(i)um

(דער) אַלומינום;

{טאָמער דווקא נוסח בריטאַניע:} (דער) אלומיניאום.

 

always

אַלעמאָל [álemòl], דרומדיק: [álemùl]; תמיד [tóməd], דרומדיק: [túmət];

{מיטן צוגאָבלעכן נואַנס „אָן איבעררײַסן“:} כסדר [k(ə)séydər], דרומדיק: [k(ə)sáydər]; די גאַנצע צײַט.

 

am: I am

איך בין [ígh-bín], דרומדיק אויך: [égh-bín], וואַרשעווער לשון: [yágh-bín];

{פאַרקירצט, סײַ בײַם ריידן און בײַם שרײַבן:} כ′בין [kh-bín] צי [gh-bín];

{איבערגעדרייט נאָך אַן אַדווערביאַל, צי אויף נאַראַטיווער המשכדיקײַט: בין איך [bínəkh] צי [bín-ìkh], דרומדיק אויך: [bín-èkh];

{עמפאַטיש:}

בינען בין איך; בין איך טאַקע; בין איך אַוודאי [avádə].

 

!Am I an idiot

בין איך אַ נאַר!; בין איך אַן אידיאָט!.

 

!Am I a shmuck

{אומפאָרמעל, אינטים, בײַ טייל וואולגאַריש:} בין איך אַ שמאָק!; בין איך אַ פּאָץ!.

 

AM (radio broadcasting)

(דער) עי⸗עם [eyém] צי (מיט מער באַטאָנונג) [éy|ém] צי (דער עיקר פון קאָנטראַסט וועגן): [éy-em];

{דער עיקר אין מזרח:} (דער) אַ⸗עם [a-ém] צי (מיט מער באַטאָנונג) [á|ém] צי (דער עיקר פון קאָנטראַסט וועגן): [á-em].

 

amateur

(דער) אַמאַטאָר [amatór] (ל″ר: -ן), ל″נ: אַמאַטאָרשע (ל″ר: -ס), אויך: (די) אַמאַטאָרין (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} ני(ש)ט⸗קיין פּראָפעסיאָנעלע(ר);

{אין זין פון אַ ניט⸗פּרעטענציעזן אַמאַטאָר וואָס אָנערקענט די אמתע פּראָפעסיאָנאַלן און איז זייער נאָכפאָלגער; פונדעסטוועגן באַליידיקנדיק לגבי דעם וואָס ה אַ ל ט זיך פאַר אַ מומחה אָדער פּראָפעסיאָנאַל:}

(דער) ליבהאָבער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ אויך: (די) ליבהאָבערין (ל″ר: -ס); (דער) ענטוזיאַסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) ענטוזיאַסטין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) ענטוזיאַסטקע (ל″ר: -ס);

{אין זין פון אַ ניט⸗קוואַליפיצירטן וואָס מישט זיך אַוואו מ′דאַרף ניט:}

(דער) דילעטאַנט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) דילעטאַנטין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) דילעטאַנטקע (ל″ר: -ס).

 

amateurism

(דער) אַמאַטאָריזם; (די) אַמאַטאָרישקײַט;

{ביטולדיק:} (דער) דילעטאַנטיזם; (די) דילעטאַנטישקײַט.

 

amazing (adj.)

נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəm-vənifló(y)ə(z)dik]; אויסערגעוויינ(ט)לעך; פאַנטאַסטיש; וואונדערלעך; וואונדער איבער וואונדער.

 

!Amazing

{אין באַוואונדערונג:} 

או⸗וואַ! וואַ!; הו⸗האַ!; או⸗אַ!;

נסים ונפלאות! [nìsəm-vəniflóəs], דרומדיק: [nì:səm-vəniflú:əs], צפונדיק [nìsəm-vənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés-minashomáyəm], דרומדיק: [anés-minashu(:)má:(y)əm]; 

{לומדיש:} אַ דבר נפלא! [adòvər-níflə], דרומדיק: [adùvə(r)-níflə].

{בײַם אײַנזען אַז אַ „ניט מעגלעכע זאַך“ איז פאָרט וואָרהאַפטיק:}

טויזנט⸗איין נאַכט!; אַ קשיא אויף אַ מעשה! [akáshəf-amáysə], דרומדיק: [akáshəf-amá:(n)sə]; ני(ש)ט צום גלייבן!; {פראַזע:} אַז גאָט וויל שיסט אַ בעזעם [abézm], דרומדיק: [abéyzm].

 

!amazing: You’re amazing

דו ביסט (\איר זײַט \איר זענט) — אַ מאַלאַדיעץ! [malad(y)éts]; אַזוינס און אַזעלכעס!; אַן אויסערגעוויינטלעכע(ר)!.

 

Amazon

{וועגן דעם טײַך און זײַן געגנט:} (דער) אַמאַזאָן;

{וועגן דער פירמע:} אַמאַזאָן;

{וועגן אַ הויכן מענטשן, בייגעוודיק:} אַן אַמאַזאָנעדיקע(ר);

אַ לאָקש; אַן עוג מלך הבשן [anóg|mèləkh-(h)abóshn], דרומדיק: [anók|mèyləkh-(h)abú:shn] (ל″ר: -ס);

{וועגן אַ הויכער פרוי:} אַן אַמאַזאָנקע (ל″ר: -ס).

 

ambassador

(דער) אַמבאַסאַדאָר [àmbasádər], אויך: [àmbasədór] (ל″ר: -ן [àmbasədórn]), ל″נ אויך: (די) אַמבאַסאַדאָרשע (ל″ר: -ן).

 

amber (n.)

(דער) בורשטין [burshtéyn]; אויך: בורשטיין.

 

amber (adj.)

בורשטינענע(ר); בורשטיין⸗.

 

ambidextrous

ביידע⸗הענטיק; (זײַן) אַמבידעקס; געלינקטע(ר)⸗גערעכטע(ר); (וואָס) שרײַבט מיט ביידע הענט.

 

ambiguity

(די) צווייטײַטשיקײַט; (די) צוויידײַטיקײַט;

(די) טאָפּלטײַטשיקײַט; (די) טאָפּלדײַטיקײַט;

(די) פילטײַטשיקײַט; (די) פילדײַטיקײַט.

 

ambiguous

צווייטײַטשיק; צוויידײַטיק;

טאָפּלטײַטשיק; טאָפּלדײַטיק;

פילטײַטשיק; פילדײַטיק.

 

ambition

(די) אַמביציע (ל″ר: -ס);

{מער אַלגעמיין:} (די) אַמביציעזקײַט.

 

ambitious

אַמביציעז.

 

!Amen

{דער ענטפער אויף יידישע ברכות:} אמן [oméyn], דרומדיק: [umáyn];

{ריידנדיק ו ו ע ג ן די ווערטער (זע למשל אין קומעדיקן סימן), ווערן זיי נאָמינאַליזירט אַלץ שמות⸗דברים און ס′גילט דער מלעיל מיט דער פאַרטונקלונג פונעם וואָקאַל נאָכן טראָפּ:} [ómən], דרומדיק: [úmən]; {מער פאָרמעלע פאָרמעס, אָן דער פאַרטונקלונג:} [ómeyn], דרומדיק: [úmayn].

 

!Amen to that

הלוואי! [hal(ə)váy], דרומדיק אויך: [:h)al(ə)vá)];

מירצעשעם! [mírtsə-shèm], מער עמפאַטיש: [mìrtsə-shém], דרומדיק אויך: [mértsə-shèm], מער עמפאַטיש: [mèrtsə-shém];

אם ירצה ה′! [im(y)írtsə-shèm], דרומדיק אויך: [im(y)értsə-shèm]; מירטשעם, דרומדיק אויך: מערטשעם, {אַרכעאיש?} מאַרטשעם;

מירצעשעם בקרוב! [mírtsə-shèm|bəkórəv], דרומדיק: [mértsə-shèm|bəkú:rif];

זאָל גאָט געבן! [zòl-gót|gébm], דרומדיק: [zòl-gót|géybm]; מיטן אייבערשטנס הילף!;

אמן! [oméyn] צי [ómən], דרומדיק: [u:máyn] צי [úmən];

{לומדיש:} כן יהי רצון! [kén|yehì-rótsn], דרומדיק: [kén|yehì-rú:tsn];  בסיעתא דשמיא [bəsyàtə-dəshmáyə];

{מער לומדיש:} בעגלא בזמן קריב! [bo-agólə|bizmàn-kórəv], דרומדיק: [bu:-agú:lə|bizmàn-kú:rif];

{נאָכמער לומדיש:}  יהא רעוא! [yəhèy-rávə], דרומדיק: [yəhày-rávə].

{פראַזעס:} פון דײַן (\אײַער) מויל אין גאָטס אויער!.

 

amen corner

{בײַ קריסטלעכע געבעטן, אַן אָרט וואו ס′זיצט דער וואָס פירט אָן מיטן זאָגן „אַמען“ (און אַנדערע ליטורגישע אָפּרופן), אָבער אין ברייטערן ענגלישן באַנוץ געזאָגט געוואָרן אויף אַ גרופּע אומקריטישע נאָכפאָלגער:} די אמן זאָגער [di-ómən-zògər], דרומדיק: [di:-úmən-zùgər]; די בלינדע נאָכפאָלגער.

 

amend

אַמענדירן; אַרײַנפירן ענדערונגען;

{לומדיש:} אַרײַנפירן שינויים [shənú(y)əm], דרומדיק: [shəní:əm];

 

amendment

(די) אַמענדירונג (ל″ר: -ען);

{אַמאָפטסטן אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן אָבער לאו דווקא:}

(די) תקנות [takónəs], דרומדיק: [takú:nəs] (ל″ר).

 

(Amendments (to the American constitution

(די) קאָנסטיטוציע אַמענדירונגען (ל″ר); (די) קאָנסטיטוציע תקנות [takónəs], דרומדיק: [takú:nəs] (ל″ר);

(„די ערשטע אַמענדירונג“ (\תקנה); „די פערצעטע (\פערצנטע) אַמענדירונג“ (\תקנה); וכו′).

 

amends: make amends

פאַרגיטיקן; גוט מאַכן די עוולה [ávlə]; 

{לומדיש:} מטיב זײַן [méytəv-zayn], דרומדיק: [máytəv-za:n].

 

America

 אַמעריקע; (די) פאַראייניקטע שטאַטן {ל″ר};

{פראַזעס:} די גאָלדענע מדינה [góldənə m(ə)dínə]; קאָלומבוסעס מדינה [kəlúmbəs(əz)|m(ə)dínə];

 {שפּאַסיק גוטמוטיק:} אַמעריקע גנב [amérikə|gánəv]  {בפרט בײַם באַוואונדערן אַ נסימדיקן אַמעריקאַנער טעכנאָלאָגישן אויפטו}; אַמעריטשקע; אַמעריטשקע גנב [améritshkə|gánəv].

 

(.American (adj

{אומבייגעוודיק:} אַמעריקאַנער; {בייגעוודיק:} אַמעריקאַניש

 

(American (person

(דער) אַמעריקאַנער (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַמעריקאַנערין (ל″ר: -ס), {איראָניש, אָפטמאָל מיט גוטמוטיקן הומאָר:} (די) אַמעריקאַנקע (ל″ר: -ס).

{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} (דער) אַמעריקאַניץ, אויך: אַמעריקאַנעץ (ל″ר: אַמעריקאַנצעס);

{סלענגיש גוטמוטיק:} יענקי [yé(y)nkə] (ל″ר: -ס).

 

The Americans

{סתם:} די אַמעריקאַנער;

{זעלטענער, דער עיקר ווען שילדערן אַזאַ אָדער אַן אַנדער שטריך:} די אַמעריקאַנישע;

{מיט ווארעמען, גוטמוטיקן הומאָר:} די אַמעריקאַנצעס;

{סלענגיש:} די יענקיס.

 

amiable

צוגעלאָזן; פרײַנדלעך (אויך: פריינטלעך); ליבלעך; ליבהאַרציק;

{ליטעראַריש:} לײַטזעליק.

 

amiable person

{בייגעוודיק:} אַ ציגעלאָזענע(ר); אַ פרײַנדלעכע(ר) (אויך: פרײַנטלעכער); אַ ליבלעכע(ר); אַ ליבהאַרציקע(ר);

{ליטעראַריש:} אַ לײַטזעליקע(ר);

{לומדיש:} אַ נאה לבריות [anòə-labríyəs]; דרומדיק: [anù:ə-labrí:(y)əs]

{נאָכמער לומדיש:} [anòe-labríyoys], דרומדיק: [anù:e-labríyoys], צפונדיק: [anò(y)e-labríyeys].

 

amicable

גוטברודעריש; גוטוויליק; שווה⸗בשווהדיק [shòvə-b(ə)shóvə-dik], דרומדיק: [shùvə-b(ə)shúvə-dik];

 

amicably

מיט גוטן; גוטברודעריש; בשלומדיק [bəshóləm-dik], דרומדיק: [bəshú:ləm-dik]; חברמעסיק [khávər-mèsik]; פרײַנדלעך (אויך: פרײַנטלעך).

 

amicably: not amicably

ני(ש)ט מיט גוטן; ני(ש)ט גוטברודעריש; ני(ש)ט חבר⸗מעסיק [nì(sh)t|khávər-mèsik];

אָן אַ גוטן ווילן; מיט בייזן; מיט שלעכטע געפילן;

{לומדיש:} כרעיה⸗דאבוהידיק [kàrə-d(ə)abúhə-dik], דרומדיק: [kàrə-d(ə)abí:(h)ə-dik].

 

(amid(st

אינמיטן; צווישן; אינצווישן.

 

(Amida(h) (prayer

{אָן אַן אַרטיקל:} שמונה עשרה [shmòyn(ə)ésrə], צפונדיק: [shmèyn(ə)ésrə];

{פאָלקיש:} [shìmənésrə], אויך [shàmənésrə];

{פאָרמעל:} די עמידה [di-amídə].

 

Amida(h): say the Amida(h) during prayer service

שטיין שמונה עשרה (ל″ע: איז געשטאַנען); אויסשטיין שמונה עשרה (ל″ע: איז אויסגעשטאַנען).

 

Amida(h): repetition by the cantor of the Amidah 

חזרת הש″ץ [khazòrəs-(h)asháts], דרומדיק: [khazù:rəs-(h)asháts]

 

ammunition

(די) אַמוניציע.

 

amnesty

(די) אַמנעסטיע (ל″ר: -ס).

 

Amnesty International

(די) „אַמנעסטי אינטערנאַציאָנאַל“ אָרגאַניזאַציע.

 

among

צווישן [tsvíshn] צי [tsəvíshn]; (אויך: צעווישן);

 {דרומדיק דיאַלעקטיש}: צישן; {צפונדיק דיאַלעקטיש:} [tsuvíshn];

 

<among the <+ superlative

פון די; צווישן די; („זיי זײַנען צווישן די סאַמע בעסטע פאָרשער אויף אָט דעם געביט“).

 

among others

צווישן אַנדערע; צ.א.

 

among them

צווישן זיי; בתוכם [psóykhəm] צי [bəsóykhəm], {מער לומדיש:} [bəsóykhom];

צפונדיק: [pséykhəm] צי [bəséykhəm], {מער לומדיש:} [bəséykhom].

 

(.Amos (bibl

עמוס הנביא [òməs-(h)anóvə], דרומדיק: [ùməs-(h)anúvə]; {מער פאָרמעל:} [òmus-(h)anóvi], דרומדיק: [ùmis-(h)anúvi]; {נאָכמער פאָרמעל:} [òmoys-(h)anóvi], דרומדיק: [ùmoys-(h)anúvi], צפונדיק: [òmeys-(h)anóvi]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: עמוס⸗הנביאן}.

 

(Amos (bibl. book

(אָן אַן אַרטיקל:} עמוס [òməs], דרומדיק: [ùməs]; {מער פאָרמעל:} [ómus], דרומדיק: [úmis];{נאָכמער פאָרמעל:} [ómoys], דרומדיק: [úmoys], צפונדיק: [ómeys];

{מער פאָרמעל:} (דער) ספר עמוס [sèyfər-óməs], דרומדיק: [sàyfər-úməs]; {מער פאָרמעל:} [sèyfər-ómus], דרומדיק: [sàyfə(r)-úmis]; {נאָכמער פאָרמעל:} [sèyfər-ómoys], דרומדיק: [sàyfər-úmoys], צפונדיק: [sàyfər-ómeys];

{היימיש}: עמוס פון תרי עשר [treyósər], דרומדיק: [(tràyúsə(r].

 

(amount (n.) (sum

(דער) סך⸗הכל [sakhákl] (ל″ר: -ען [sakháklən]); (דער) באַטרעף (ל″ר: -ן); {לומדיש:} (דער) כמות [káməs];

{טאָמער דווקא געלט און ענלעכע ציילעוודיקע:} (די) סומע (ל″ר: -ס); (דער) סכום (ל″ר: -ען).

 

(amount (n.) (quantity

(דער) סכום [skhúm], דרומדיק: [skhím] (ל″ר: -ען); (דער) פאַרנעם (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} {דער\די) כמות [káməs].

 

amount to

דערגרייכן; באַטרעפן; אויסקומען {אַמאָפטסטן אין דריטער פּערזאָן ל″י: „מען באַמערקט ניט, אָבער לסוף קומט עס אויס צו גאָר אַ סך“).

 

amount: Select amount (screen option)

אויסקלײַבן אַ סומע; זאָגן וויפל (\וויפיל); וואָסער סכום? [skhum], דרומדיק: [skhim].

 

ampersand (&)

(דער) אַמפּערסאַנד (ל″ר: -ן); (דער) און⸗צייכן [ún-tsèykhn], דרומדיק: [ín-tsàykhn] (ל″ר: -ס);

{אַרכעאיש:} (דער) עט⸗צייכן (ל″ר: -ס).

 

Amsterdam

{אָן אַן אַרטיקל; ל″ז:} אַמסטערדאַם [ámstərdam] (ל″ז).

{אין אַמאָליקן האָלענדישן יידיש און אין היינטיקן האָלענדיש, און צווישן קענער פון יידיש עד היום הומאָריסטיש:} מקום א′ [mò:kəm áləf] ,[mó:kəm óləf]; העט מקום [het mó:kəm].

 

Amtrak

(דער) אַמטראַק; (די) אַמטראַק (באַן⸗) ליניע.

 

amulet

{טאָמער אַ יידיש קאַבאַליסטישע:} (די) קמיע [kaméyə], דרומדיק: [k(ə)máyə] (ל″ר: קמיעות);

{אוניווערסאַל:} (דער) אַמולעט [amulét]; (ל″ר: -ן).

 

(amuse (bring amusement

אַמוזירן; פאַרווײַלן; פאַרשאַפן פאַרגעניגן;

ברענגען שמחה וששון [brèyng(ə)n|sìmkhə-fsósn], דרומדיק: [brèyng(ə)n|sìmkhə-fsú:sn];

{לומדיש:} משמח זײַן [məsaméyəgh-zayn].

 

amuse: be amused

זיך אַמוזירן; זיך פאַרווײַלן.

 

!amuse: I am not amused

מיר איז דאָס ני(ש)ט קיין געלעכטער (\שפּאַס \שפּיל).

 

amusement

(די) פאַרווײַלונג (ל″ר: -ען); (די) אַמוזירונג (ל″ר: -ען);

{טאָמער וועגן אַ געפיל, אַ שטימונג:} (די) אַמוזירטקײַט.

 

amusement park

(דער) לונאַ⸗פּאַרק;

{פיגוראַטיוו:} (דער) קוני⸗אײַלענד [kun(ə)áylənd] (ל″ר: -ס).

 

an

{אומבאַשטימטער אַרטיקל, פאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָנעט מיט אַ וואָקאַל:} אַן.

 

anagram

(דער) אַנאַגראַם (ל″ר: -ען); (די) אַנאַגראַמע (ל″ר: ס).

 

analogically

אַנאַלאָגיש; על⸗פּי אַנאַלאָגיע; על⸗פּי גזירה שווה [àlpə gzèyre-shóvə].

 

analogy

(די) אַנאַלאָגיע [analógyə]; (די) גזירה שווה [gzéyre shóvə].

 

analogy: false analogy

אַ פאַלשע גזירה שווה [gzéyre shóvə]; פאַלשע אַנאַלאָגיע [analógyə]; {איידעלערהייט:} ניט⸗געלונגענע גזירה שווה (\ אַנאַלאָגיע).

{מיט ביטול, אָפּלאַכעריש:} אַ גזירה שווה פון כעלמער רבין; י ע נ ע גזירה שווה

 

analysis

(דער) אַנאַליז [analíz]; {אָבער ווען מעדיציניש, למשל איבערן פּאַציענטס בלוט, איז עס בדרך כלל:} [análiz].

 

analyst

(דער) אַנאַליסט (ל″ר: -ן), ל″נ: אַנאַליסטקע; {טאָמער פּסיכאָאַנאַליטיש:} (דער) (פּסיכאָ⸗)אַנאַליסט [psìkhanálist], צי: [psìkh-analíst].

 

analyze

אַנאַליזירן; אַדורכשטודירן; (גרינטלעך) פונאַנדערקלײַבן זיך

{פיגוראַטיוו:} אַדורכאַקערן;

{לומדיש:} חוקר ודורש זײַן [khòykər-v(ə)dóyrəsh-zayn], צפונדיק: [khèykər-v(ə)déyrəsh-zayn].

 

 (Anan ben David (±715 – ±795 CE

ענן בן דוד [ònən-bèn-dóvəd], דרומדיק: [ù:nən-bèn-dúvit]; {בייגט זיך אַלץ אָביעקט: „ענן⸗בן⸗דודן“}.

 

(.ancient (adj

{אין יידישן באַוואוסטזײַן איז דער באַגריף אַמאָפטסטנס שייך פון סאַמע בראשית ביז צום סוף פון דער תקופה פון די גאונים און בבל, און  פ אַ ר ן אויפקום פון אשכנז, ספרד וכו′:} אוראַלט; אוראַלטיש; •גאָראַמאָלעדיק [goramólədik];

{לומדיש:} קדמוניותדיק [kadmóyn(ə)yizdik]; קדמוניש [kadmóynish];

{פראַזעס:} גאָר⸗גאָר אַמאָל; פון גאָר אַמאָליקע יאָרן; (לומדיש:} פון די שנים קדמוניות [shónəm|kadmóyn(ə)yəs]; פון די ימי עולם [fundə-y(ə)mèy-óylom].

 

(?Ancient history! (Who cares what happened back then

 אַמאָליקע מעשיות! [amólikə|máysəz], דרומדיק: [amú:ligə-má:(n)səs]; מאַלע וואָס איז אַמאָל געווען!אַ פאַראַיאָריקער שניי!פון דעמאָלט, ווען נאַפּאָלעאָן איז געווען אַ יונגער!פון ששת ימי בראשית [fun-shèyshəs|y(ə)mèy-bréyshəs], דרומדיק: [fin-shàyshəs|y(ə)mày-bráyshəs], (′פון די צײַטן פון די זעקס טעג פון באַשאַפונג′).

 

and

און {אין אַמאָליקן לשון אַמאָפטסטן געשריבן:} אונ′;

{צווישן צוויי שמות דברים, אויך:} מיט.

 

androgynous

אַנדראָגיניש; טומטומדיק [túmtəm-dik], דרומדיק: [tímtəm-dik].

 

anemia

(די) אַנעמיע [anémyə].

 

anemic

אַנעמיש.

 

anesthesia

(דער) אַנאַסטעז [ànastéz].

 

anesthesiologist

(דער) אַנאַסטעזיקער (ל″ר: ø), ל″נ אויך: (די) אַנאַסטעזיקערין (ל″ר: -ס).

 

anesthetic(s)

(דער) אַנעסטעט; (די) אַנעסטעטיק⸗מעדיצין.

 

anew

אויפסנײַ [af-snáy], דרומדיק: [:of-sná]; פונסנײַ [fun-snáy], דרומדיק: [:fin-sná]; {עלטערע\לענגערע פאָרמעס:} אויפדאָסנײַ, פונדאָסנײַ; איבעראַנײַס.

 

angel

(דער) מלאך [máləkh], ל″ר: מלאכים [malókh(ə)m], דרומדיק: [malúkh(ə)m]; (די) מלאכטע [máləkhtə], ל″ר: מלאכטעס;

{מעטאַפאָריש אויך ← צדיק}.

 

angel of death

{בײַ יידן:} (דער) מלאך המות [màləkh-(h)amóvəs], דרומדיק: [màl(əkh-amúvis];

{טאָמער וועגן מלאך וואָס נעמט אויף דעם נפטר אין יענער וועלט:} (דער) מלאך דומה [màləkh-dóymə], צפונדיק: [màləkh-déymə];

{אוניווערסאַל:} דער מלאך פונעם טויט.

 

angelic

מלאכים⸗; מלאכימדיק [malókhəm-dik], דרומדיק: [malúkhəm-dik]; ווי אַ מלאך [máləkh];

(ליטעראַריש:} מעשה מלאך [máyse|máləkh];

{פראַזע; דער עיקר וועגן מעשים טובים:} אַזש ווי אַ מלאך;

{פראַזע; דער עיקר וועגן זעלטענער שיינקײַט:} אַזש ווי בײַ די מלאכים.

 

anger (n.)

(דער) כעס [káəs], דיאַלעקטיש אויך [káyəs]; (די) בייזקײַט;

{ליטעראַריש:} (די) רוגזא [rúgzə];

{לומדיש, בפרט וועגן כעס פון גאָט אָדער פון אַ זייער חשובן מענטשן:} ירגזון [yirgózn];

{ע″ט; בײַ הײַנטיקן טאָג — ליטעראַריש, פּאָעטיש, עסייאיסטיש, הומאָריסטיש:} (דער) גרימצאָרן.

{דער בײַנאַנדיקער כעס צווישן צוויי מענטשן צי צדדים:} (דער) ברוגז [b(ə)róygəz].

 

anger management

(דער) כעס⸗קאָנטראָל [káəs-kəntròl]; (די) כעס⸗באַהערשונג.

 

anger (v. trans.)

אין כעס מאַכן [inká(y)(ə)s-màkhn]; אויפבייזערן [úv-beyzərn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)v-bayzərn], טייל ד″מ: [ív-beyzərn]; אַרײַנפירן אין אַ כעס (\ רוגזא [rúgzə], דרומדיק: [rígzə];

{מיט אַַ באַזונדערער כוונה יענעם אַרײַנפירן אין אַ כעס:}

אָנדרודלען [ón-drùdlən]; אָנדרייען (ווי אַ זייגער); אונטערפײַערן.

 

angered: be angered

אין כעס ווערן [in-ká(y)(ə)s]; אויפגעבראַכט ווערן; אויפגעבייזערט ווערן; פאַרצאָרנט ווערן.

 

anger: blow up in anger; have a fit (of anger)

זיך (גוט) אויפקאָכן; ווערן גוט אין כעס [ká(j)(ə)s]; ווערן אַזוי ריכטיק אין כעס; אַרײַנפאַלן אין אַ כעס (\אַ רוגזא [arúgzə], דרומדיק: [arígzə]);

{פראַזעס:} אַרויס(גיין) פון די כלים [kéyləm], דרומדיק: [káyləm]; אַרויס(גיין) פון די האַלאָבליעס [h)alóbl(y)əs)].

 

(angle (geometry

(דער\די) שיפּוע [shəpúə], דרומדיק: [shəpí:(y)ə] (ל″ר: שיפּועים [shəpúəm], דרומדיק: [shəpí:(y)əm]);

{ווייניקער ספּעציפיצירט: (דער) ווינקל (ל″ר: -עך; אויך: -ען).

 

angle (geometry): right angle

(דער) גראָדער ווינקל.

 

(angle (viewpoint

(דער) שטאַנדפּונקט; (דער) שטייגער טראַכטן; (דער) באַנעם; (די) אויפפאַסונג; (די) פּאָזיציע [pəzítsyə].

 

angry

אין כעס [inká(ə)s], צפונדיק: [inká(y)əs]; ברוגז [b(ə)róygəz], צפונדיק: [b(ə)réygəz]; בייז;

{ליטעראַריש:} ברוגזא, ברוגזאדיק [b(ə)rúgzədik]}.

 

animal

(די) חיה [kháyə] (ל″ר: חיות [kháyəs]);

{מער פאָרמעל:} (דער) בעל⸗חי [bal-kháy] (ל″ר: בעלי⸗חיים [bàlə-kháyəm]);

 

animal talk

(די) בעלי⸗חיים שפּראַך [bàlə-kháyəm] (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) לשון בעלי⸗חיים [lòshn|bàlə-kháyəm], דרומדיק: [lù:shn|bàlə-khá:(y)əm];

{מער אַלגעמיין:} די שפּראַך (\דאָס לשון [lóshn], דרומדיק: [lú:shn]) פון די חיות [kháyəs].

 

animal: wild (dangerous) animal

אַ ווילדע חיה [kháyə] (ל″ר: חיות [kháyəs]);

{לומדיש:} אַ חיה רעה [akhàyə-róə], דרומדיק: [akhàyə-rú:ə] (ל″ר: חיות רעות [khàyəs-róəs], דרומדיק: [khàyəs-rú:əs]).

 

animal welfare

(דער) צער בעלי⸗חיים [tsár|bàlə-kháyəm].

 

animal welfare advocate

(דער) צער⸗בעלי⸗חיימניק [tsár|bàlə-kháyəm-nik] (ל″ר: -עס); ל″נ: (די) צער⸗בעלי⸗חיימניצע [tsár|bàlə-kháyəm-nitsə] (ל″ר: -ס);

 

ankle

(דאָס\דער) קנעכל (ל″ר: עך).

 

ankle bracelet

(דאָס\דער) פוס⸗רינגל (ל″ר: -עך).

 

ankle: twist one’s ankle

אויסשרויפן אַ פוס.

 

annihilate

חרוב מאַכן אינגאַנצן [khórəv], דרומדיק: [khú:rəf]; פאַרטיליקן; פאַרניכטן; {בײַ טייל חרדים:} אויסניכטן;

{ליטעראַריש:} פאַרלענדן;

{לומדיש:} עוקר מן השורש זײַן [òykər-min-(h)ashóyrəsh-zayn], צפונדיק: [èykər-min-(h)ashèyrəsh-zayn].

 

annihilation

(די) פולשטענדיקע חרוב⸗מאַכונג [khórəv], דרומדיק: [khú:rəf]; (די) פאַרטיליקונג; (די) פאַרניכטונג; {בײַ טייל חרדים:} (די) אויסניכטונג;

{ליטעראַריש:} (די) פאַרלענדונג;

{לומדיש:} (די) השמדה גמורה [hashmòdə-gmúrə], דרומדיק: [h)ashmù:də-gmí:rə)].

 

(anniversary (any

(דער) יאָרטאָג [yòr-tóg], אויך: [yór-tòg], דרומדיק: [yùə(r)-túk], אויך: [yúə(r)-tùk] (ל″ר: יאָרטעג).

 

(anniversary (of happy event, esp. round-numbered

(דער) יוביליי [yùbəléy] (ל″ר: -ען); {בײַ טייל אַרכעאיש:} (דער) יובילעאום [yùbəléyəm] (ל″ר: -ס);

(דער) יובל [yóyvl], צפונדיק: [yéyvl] (ל″ר: -ען [yóyvlən], צפונדיק: [yéyvlən]; לומדישער ל″ר: [yóyvləs], צפונדיק: [yéyvləs]).

 

(anniversary of a death (according to Jewish calendar

(דער\די) יאָרצײַט [yór-tsàyt], דרומדיק: [yúə(r)-tsà:t] (ל″ר: -ן).

 

announce

{פּשוט:} געבן צו וויסן; לאָזן וויסן;

{אָפיציעל:} אַנאָנסירן; {מער לומדיש:} מודיע זײַן [m(ə)dí(y)ə-zayn];

{לומדיש, מיט אַ חן וואָס נעמט אַרײַן די אָפיציעלקײַט אינאיינעם מיט דער פּערזענלעכער איבערגעבונג:} מוסר מודעה זײַן [mòysər-mədóə-zayn]; דרומדיק: [mòysər-m(ə)dú:ə-za:n]; צפונדיק [mèysər-m(ə)dóyə-zayn];

{אַרכעאיש:} אָנקונדיקן.

 

announcement

(די) מעלדונג (ל″ר: -ען); (די) מודעה [mədóə], דרומדיק: [mədú:ə].

 

annoy

דערגיין (עמעצן) די יאָרן; זײַן (עמעצן) אַ נודניק; פאַרנודיען (\פאַרנודזשען); זײַן (עמעצן) אַן אָנשיקעניש;

{אַרכעאיש; דיאַלעקטיש:} דערקוטשען (\דאַקוטשען).

 

annoyance

(די) אָנשיקעניש (ל″ר: -ן); (די) דענערווירונג (ל″ר: -ען); (די) אָנמוטשעניש (ל″ר: -ן).

 

annoying

וואָס דערגייט די יאָרן; וואָס איז אַן אָנשיקעניש;

{ליטעראַריש; דיאַלעקטיש; אַרכעאיש:} זלידנע.

 

annoyingly

אויף צו להכעיס [àftsə-lókhəs], דרומדיק: [òftsə-lúkhəs]; אויף צעפּיקעניש; אויף צעפּלאַצעניש; אויף צעשפּרינגעניש.

 

(annual (n.) (publication

(די) יערלעכע אויסגאַבע (ל″ר: -ס); (די) יערלעכע פּובליקאַציע (ל″ר: -ס);

{טאָמער אין פאָרמאַט פון אַ בוך:} (דער\דאָס) יאָרבוך (ל″ר: יאָרביכער).

 

(.annual (adj

יערלעךיאָריק; אַלעיאָריק.

 

(.annually (adv

אַלע יאָר; יערלעך; איינמאָל אין יאָר;

{לומדיש:} מימים ימימה [miy(ə)mím|yəmímə].

 

annual publication in book format

(דער\דאָס) יאָרבוך [yór-bùkh], דרומדיק: [yúə(r)-bì:kh] (ל″ר: יאָרביכער [yór-bìkhər], דרומדיק: [(yúə(r)-bì:khə(r]).

 

anonymous(ly)

אַנאָנים; אַנאָנימישאַלץ פּלוני אלמוני [alts-plóynə|almóynə].

 

anonymous: Remain anonymous (screen option)

בלײַבן פּלוני אלמוני [plòynə-almóynə], צפונדיק: [plèynə-alméynə]; מײַן נאָמען זאָל בלײַבן באַהאַלטן (\אַנאָנים); אָן מײַן נאָמען!.

 

(another (different

{טרעפט זיך סײַ בייגעוודיק סײַ אומבייגעוודיק:} אַן אַנדער.

 

(another (one more

נאָך איינע(ר);

{אין זין פון דער עצם פאַראַנענקײַט פון נאָך אַ ברירה:}

אויך אַ; („דאָנערשטיק איז אויך א טאָג!“, ד.ה. ′מען קען עס אָפּלייגן אויף דאָנערשטיק′).

 

answer (n.)

(דער) ענטפער; {דיאַלעקטיש:} ענפער [émfər];

{לומדיש:} די תשובה [tshúvə], דרומדיק: [tshí:və];

{אין דער רבנישער טראַדיציע פון אַ תשובה אויף אַ שאלה אין הלכה:} (די) שאלת⸗תשובה [shàyləs-tshúvə]; אַ\די תשובה אויף דער שאלה [tshúvə avdər sháylə].

 

answer (v.)

ענטפערן; געבן אַ תשובה [tshúvə]; משיב זײַן [méyshəv-zayn] {לומדיש, ליטעראַריש}.

 

ant

(די) מוראַשקע [muráshkə] (ל″ר: מוראַשקעס); (דיאַלעקטיש אויך:} מערעטשקע [mérətskhə], מורעשקע [mírətshkə] א.א.;

{ווערטל:} גיי פויליאַק, טו אַ קוק (אויף) אַ מוראַשקע, און ווער אַזש אַ חכם! (< משלי ו′: ו′).

 

ante: (to) up the ante

{אין זין פון ריזיקירן און דרייסט זײַן:}

שטעלן אין קאָן; הייבן די (געוועטס⸗)שאַנסן; אַ כאַפּ טאָן ריזיקאַליש; אײַנגיין אויף אַ ריכטיקער ריזיקע (\אויף אַ ריזיקע ממש [máməsh]); אָפּטימיסטש שאַצן די (אייגענע) כוחות [kóykhəs], צפונדיק: [kéykhəs]; אײַנגיין אויף אַ (ריזיקאַלישן) געוועט; שוין איינמאָל ריזיקירן

{אין זין פון אַ דרייסטער פּרײַז⸗העכערונג:}

אַ ריכטיקן הייב טאָן דעם פּרײַז (\מקח [mékəkh], דרומדיק: [méykəkh]); אַ שפּיל טאָן אין יקרנות [yakrónəs], דרומדיק: [yakrú:nəs]; פּלוצעמדיק הייבן דעם פּרײַז; אַ דרייסטע פּרײַז⸗העכערונג דערלאַנגען (\מאַכן);

{הומאָריסטיש, דער עיקר אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} „אָפּן דעם אַנטי!“.

 

anteroom

(דאָס\דער\די) פירעס (געשריבן אויף: פירהויז); (דער) פאָדער⸗חדר [khéydər], דרומדיק: [(kháydə(r].

 

anthologize

מאַכן (\צוגרייטן) אַן אָפּקלײַב; אַנטאָלאָגיזירן.

 

anthology

(די) אַנטאָלאָגיע [àntəlógyə] (ל″ר: -ס); (די) קאָמפּילאַציע [kòmpəlátsyə] (ל″ר: -ס);

{דער עיקר וועגן העברעאישע און אַראַמישע זאַמלונגען פון אויסגעקליבענע כתבים אויף אַ באַשטימטער טעמאַטיק:} (דער) ילקוט [yálkət], מער פאָרמעל: [yálkut] (ל″ר: ילקוטים [yalkútəm], דרומדיק: [yalkí:təm]).

 

anthropological 

אַנטראָפּאָלאָגיש.

 

anthropology

(די) אַנטראָפּאָלאָגיע [àntro-pəlógyə].

 

anti

אַנטי(⸗); קעגן(⸗); אַרכעאיש: געגנ(⸗).

 

(anti: be anti (something

זײַן קעגן;

זײַן אַן אָפּּאָנענט פון

{לומדיש און גוטמוטיק⸗הומאָריסטיש:} זײַן אַ מתנגד פון [misnágəd].

 

antibody

(דער) אַנטיקערפּער [ànti-kérpər] (ל″ר: -ס); (דער\די) קעגנגיפט [kégn-gìft] (ל″ר: -ן);

(די) אַנטיס (ל″ר; ל″י: (דער) אַנטי); (די) אַקעגענערס (ל″ר; ל″י: (דער) אַקעגענער);

{אין ענגליש ריידנדיקע סביבות:} (די) אַנטיבאָדיס (ל″ר; ל″י: (דער) אַנטיבאָדי);

{אין רוסיש ריידנדיקע סביבות:} (די) אַנטיטעלעס (ל″י: (די) אַנטיטעלע).

 

antibody test

(דער) •אַנטיס⸗טעסט (ל″ר: -ן); (דער) •אַקעגענער⸗טעסט (ל″ר: -ן); (דער) אַנטיבאָדי טעסט (ל″ר: -ן).

 

anti-missile defense system

(די) אַנטי⸗ראָקעטן פאַרטיידיקונגס⸗סיסטעם (ל″ר: -ען);

{פון קיצור וועגן:} (די) אַנטי⸗ראָקעטן סיסטעם (ל″ר: -ען);

 

anti-suffrage

אַנטי⸗שטימרעכט.

 

anti-vaxxer

(דער) וואַקצין⸗קעגנער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ אויך: (די) וואַקצין⸗קעגנערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו צי איראָניש:} (די) וואַקצין⸗קעגנערקע (ל″ר: -ס); (דער) אַנטי⸗וואַקציניסט (ל″ר: -ן).

 

anticipate

אַרויסקוקן (אויף); פאָראויסקוקן (אויף); ריכטן זיך (אויף); דערוואַרטן.

 

anticipate (out loud) what the teacher (lecturer / rabbi / interlocutor) will say

אויסכאַפּן [óys-khàpm], דרומדיק: [ó:(u)(ə)s-khàpm].

 

anticlimactic

אַנטיקלימאַקטיש;

{פראַזעס, טיילמאָל מיט איראָניע:} מיט אַ טעם פון נאָכאַלעמען [atám]; {פאַרשטאַרקט:} מיטן בפירושדיקן טעם פון נאָכאַלעמען [bəféyrəzh-dikn], דרומדיק: [bəfáyrəzh-dikn];

שוין אַ קאַפּ נאָכן עיקר [íkər]; ווי אַ ברומעניש נאָך דער באָמבע;

{פראַזעס; לומדיש:} ממש לאחר⸗המעשהדיק [màməsh|l(ə)akhər-(h)amáysə-dik], דרומדיק: [màməsh|l(ə)akhə(r)-amá:sə-dik].

 

antidisestablishmentarianism

(די) קעגנערשאַפט צום בטל מאַכן די מלוכהשע אָפיציעלקײַט פון דער ענגלישער קירך.

 

antidote

(דער) אַנטידאָט (ל″ר: -ן); (דער) אַנטי⸗סם מיטל [àntə-sám]; (דער) אַנטי⸗גיפט מיטל (ל″ר: -ען);

{פיגוראַטיוו:} אַ רפואה צו דער מכה [ar(ə)fúə|tsu-dər-mákə], דרומדיק: [ar(ə)fí:yə|tsi:-də(r)-mákə].

 

anthropomorphic

אַנטראָפּאָמאָרפיש.

 

anthropomorphically speaking

אַנטראָפּאָפאָרמיש גערעדט;

{לומדיש:} כביכול [kavyókhl], דרומדיק: [kavyúkhl]; ריידנדיק (\רעדנדיק) מיטן כביכול.

 

anthropomorphism

(דער) אַנטראָפּאָמאָרפיזם (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} אַ לשון כביכול [alòshn-kavyókhl], דרומדיק: [alù:shn-kavyúkhl].

 

anthropomorphize

אַנטראָפּאָמאָרפיזירן;

{לומדיש:} ריידן (\רעדן) מיטן לשון כביכול [alòshn-kavyókhl], דרומדיק: [alù:shn-kavyúkhl].

 

antigen

(דער) אַנטיגען (ל″ר: -ען).

 

antihistamine

(דער) אַנטיהיסטאַמין (ל″ר: -ען).

 

 (Antiochus Epiphanes (±215 – 164 BCE 

אנטיוכוס הרשע [antyókhəs|horóshə], דרומדיק: [antyúkhəs|(h)urú:shə]; {באַקאַנט פון דער מעשה פון חנוכה}.

 

antiphrasis

לשון סגי נהור [lòshn|sàgə-nóhər], דרומדיק: [(lù:shn|sàgə-nú:(h)ə(r]; אָפטמאָל געשריבן: לס″נ.

 

antiquity (ancient times)

{אָן אַן אַרטיקל:} אַלטערטום

{די) קדמונישע צײַטן [kadmóynishə], צפונדיק: [kadméynishe] (ל″ר); (די) קדמונים⸗צײַט [kadmóynəm], צפונדיק: [kadméynəm]; (די) אוראַלטע צײַטן (ל″ר).

 

antiquities (relic objects)

(די) אַלטערטימלעכקײַטן (ל″ר); (די) אוראַלטע חפצים [khféytsəm], דרומדיק: [khfáytsəm];

{פאָלקסטימלעך:} (די) אַנטיקל⸗זאַכן [antíkl-zàkhn].

 

antisemitism

(דער) אַנטיסעמיטיזם;
{אַמאָליקער פאָלקישער טערמין וואָס ווערט נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (די\דאָס) רשעות [ríshəs];

{אַמאָליקע לומדישע טערמינען וואָס ווערן נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (דער) שנאת ישראל [sìnəs-(y)isró(ə)l]; (דער) שנאת ציון [sìnəs-tsíyən] {נאָכמער לומדישע ריידן אַרויס: [-sìnas]};

{אַמאָליקער אַקאַדעמישער און זשורנאַליסטישער טערמין וואָס ווערט נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (דער) יידן⸗האַס [yídn-hàs];

 

Antwerp

אַנטווערפּן [antvérpm]; אויך: [ántvèrpm].

 

anus

(דער) אַנוס; (די) אַנאַלע עפענונג; {לומדיש אַקאַדעמיש:} (דער) פּי⸗טבעת [pì-təbáəs];

{וואולגאַריש, קען זיך באַציען סײַ אויפן פּי⸗טבעת, סײַ אויפן גאַנצן הינטערחלק:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [tú(:)khəs].

 

anxiety

(די\דאָס) האַרצקלעמעניש; (דער) אַנגסט; (דער) ציטער; (דער) פלאַטער; (די) פאַרדאגהניש [fardáygənish], דרומדיק: [fardá:gət-kayt]; (די) אומרו; (די\דאָס) באַדרענגעניש.

 

anxiety disorder

(די) אַנגסט⸗קרענק; (די) אַנגסט⸗שטערעניש; (דער) אַנגסט⸗דיסאָרדער;

(די) פאַרדאגהניש [fardáygənish]. דרומדיק: [fardá:gənish],

 

anxiety disorder: generalized anxiety disorder

(די) פאַראַלגעמיינערטע (\פאַרברייטערטע) אַנגסט⸗קרענק (\אַנגסט⸗שטערעניש \אַנגסט⸗דיסאָרדדער);

(די) פאַראַלגעמיינערטע (\פאַרברייטערטע) פאַרדאגהניש [fardáygənish]. דרומדיק: [fardá:gənish],

 

(anxious (eager

נײַגעריק (צו); האָבן חשק [khéyshək], דרומדיק: [kháyshək] (צו\אויף); שטאַרק וועלן;

{לומדיש:} להוט [ló(h)ət], דרומדיק: [lú:ət] (אויף\נאָך).

 

(anxious (uneasy

באַזאָרגט; אומרואיק [úm-rùik], דרומדיק: [ím-rì:ək]; באַאומרואיקט; פאַרדאגהט [fardáygət], דרומדיק: [fardá:gət]; נערוועז; צעטומלט.

 

any

וועלכע(ר) ני(ש)ט איז; וואָסער ני(ש)ט איז; אַבי וועלכע(ר)אַבי וואָסער; וועלכע(ר) ס′זאָל ני(ש)ט זײַן;

{ליטעראַריש:} אַ ליאַדע.

 

  (anybody (/anyone

יעדער איינער; יעדערער; איטלעכער;

אַבי ווער; ווער ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; ווער ני(ש)ט איז;

{ליטעראַריש, אַרכעאיש:} (אַ)ליאַדע ווער.

 

anyhow → anyway

 

(anymore (any longer 

נאָך; נאָך אַלץ; („צי מאַכט מען נאָך אַלץ אַזאַ מאַשין?“);

אויף ווײַטער מער ני(ש)ט [av-váyter|mér-nìt], דרומדיק: [(ov-váyter|méyə(r)-nìsh(t] („לאָמיר אָפּריידן, אַז אויף ווײַטער וועלן מיר זיך מער ניט קריגן“);

שוין ני(ש)ט; („מ′זעט שוין ניט, אַז אַ זומער זאָל אַדורך אָן גרויסע היצן“).

 

any more

מער קיין [mér|kin]; („שוין גענוג! איך וויל מער פון אים קיין צרות ניט האָבן!“).

 

anyone → anybody

 

 (anything (something / no matter what

עפּעס; עפּעס וואָס; וואָס זאָל ני(ש)ט זײַן; אַבי וואָס.

 

(anything (→ nothing at all

גאָרני(ש)ט; קיין זאַך ני(ש)ט; זע ← גאָרני(ש)ט.

 

anything: and if anything comes up

און ווי נאָר וואָס; און טאָמער וואָס.

 

anytime

ווען ני(ש)ט איז; ווען ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; אַבי ווען; ווען נאָר; צו יעדער צײַט.

 

(anyway (in any case

סײַ ווי סײַ; אַזוי צי אַזוי; אין יעדן פאַל; אויף יעדן פאַל; ווי ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; {בײַ טייל אַרכעאיש:} יעדנפאַלס.

 

(anyway (to sum up

אַכלל [aklál]; אַקיצור [akítsər]; דער סוף איז [dər-sóf|íz]; איז אָט וואָס; על כל פּנים [alkól-pònəm], דרומדיק: [alkól-pù:nəm] צי: [àlk(o)l-pónəm], דרומדיק: [àlk(o)l-pú:nəm];

{פאַרשפּרייט אין פּוילישן דיאַלעקט און אין דער צײַטונג⸗שפּראַך:} אַלזאָ.

 

anywhere

וואו⸗ני(ש)ט⸗איז; אַבי וואו; אַוואו ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; וואו נאָר.

 

apart

באַזונדער; אָפּגעזונדערט; אָפּגעשיידט.

 

(apart from (except

אַחוץ [akhúts], דרומדיק: [akhíts]; אויסער; מיטן אויסנאַם פון;

{לומדיש:} מחוץ [mikhúts], דרומדיק: [mikhíts];

{נאָכמער לומדיש:} מלבד [mìlvád].

 

apartheid

(די) אַפּאַרטהײַט.

 

apartment

(די) דירה [dírə] (ל″ר: דירות); (די) וואוינונג (ל″ר: -ען).

 

apartment house

אַ הויז מיט דירות; אַ בנין מיט דירות [abí(n)yən-mid-dírəs].

 

Apocrypha

די ספרים חיצוניים [də-sfòrəm-khitsóyn(i)əm], דרומדיק [də-sfú:rəm-khitsóyn(i)əm], צפונדיק: [də-sfórəm-khitséyn(i)əm] (ל″ר);

{נייטראַל אַקאַדעמיש:} די אַפּאָקריפן (ל″ר).

 

apologetics

(די) אַפּאָלאָגעטיק;

 

apologist

(דער) אַפּאָלאָגיסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַפּאָלאָגיסטקע (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} אַ מצדיק [amádzdik] (ל″ר: מצדיקים [madzdíkəm]).

 

apologize

{בכלל:} זיך אַנטשולדיקן;

{וועגן אַ טיפערן ענין:} בעטן מחילה; {נאָך טיפער:} בעטן פאַרגעבונג;

{טאָמער מיט אַ פּרואוו בשעת מעשה צו דערקלערן און צום טייל אַפילו באַרעכטיקן די עוולה פאַר וועלכער מען אַנטשולדיקט זיך:} זיך פאַרענטפערן;

{לומדיש:} זיך מתנצל זײַן [misnátsl-zayn];

  {הערה: בשעת ווען „בעטן מחילה“ ווערט אַמערסטן גענוצט בנוגע טיפערע ענינים, ווערן פאַרקערט די אימפּעראַטיווישע ווענדונגען „זײַ מוחל!“ און „זײַט מוחל!“ גענוצט אויף סאַמע טאָגטעגלעכע קלייניקײַטן, אַשטייגער בײַם אַ ריר טאָן אַ מענטשן דורך אַ טעות};

  {אזהרה: בײַ פּוריסטן וואָס פּסלען „אַנטשולדיקן זיך“ שווימען אויף, בלית ברירה, ניט⸗פּינקטלעכע באַנוצונגען פון „פאַרענטפערן זיך“ און „בעטן מחילה“; שפּראַך איז שוין איינמאָל אַן איידעלע סיסטעם סיסטעמעלעך אַוואו די פּוריסטישע פאַרטשעפּונג בײַ איין פּרט מאַכט בעת מעשה אַ תל פון אַ צווייטן…}.

 

apology

{בכלל:} (די) אַנטשולדיקונג (ל″ר: -ען);

{טאָמער אין אַ טיפן ענין, פאַר אַ גרויסער עוולה:} די מחילה⸗בעטונג (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) מחילה בעטן [məkhílə];

{טאָמער מער גענייגט צו אַ תירוץ און באַרעכטיקונג, צי אַ פּרואוו אויף צו לינדערן די עוולה מיט אַ וואָרט וואָס טראָגט מיט זיך סײַ אַ שמץ אַנטשולדיקונג, סײַ אַ שטיקל באַרעכטיקונג:} (די) פאַרענטפערונג (ל″ר: -ען); (דער) פאַרענטפער (ל″ר: -ס);

{לומדיש, בפרט בײַ אַ מחבר וואָס גייט אין אייגענעם ווערק דערציילן דעם לייענער וועגן די בלויזן און מעגלעכע חסרונות וואָס דערײַן, צומאָל מיט אַ באַזונדערער הקדמה טאַקע מיטן טיטל:} (די) התנצלות [hisnátsləs] (ל″ר: -ן).

 

apostasy

{אין זין פון אַריבערגיין פון דער יידישער רעליגיע אויף אַן אַנדערער, בפרט אויפן קריסטלעכן גלויבן:} 

(דער) שמד [shmád];

{טאָמער דווקא נייטראַל אַקאַדעמיש, אויך וועגן טוישונגען צווישן אַנדערע גלויבנס:} אַפּאָסטאַסיע.

 

apostate

{אין זין פון אַריבערגיין פון דער יידישער רעליגיע אויף אַן אַנדערער, בפרט אויפן קריסטלעכן גלויבן:}

(דער) משומד [m(ə)shúməd], דרומדיק: [m(ə)shímət]; ל″ר: משומדים [m(ə)shumódəm], דרומדיק: [m(ə)shi:mú:dəm];

ל″נ: (די) משומדת(טע) [(m(ə)shumédəs(tə], דרומדיק: [(m(ə)shi:méydəs(tə];

  {הערה: אַ סך מיינען אַז „משומד“ שטאַמט פון לשון „שמד“ (להשמיד — „פאַרטיליקן“, „פאַרניכטן“). ס′איז אַן אַלטער טעות, אַ פאָלקס⸗עטימאָלאָגיע וואָס שטאַמט פון אַ יידישער רוגזא וועגן אַ ייד וואָס לאָזט זיך באַפּטיזירן אין וואַסער, זיך צו קריסטן. דער אמתער אַראַמישער מקור, פאַקטיש פון סיריאַקיש (דער קריסטלעכער אראַמיש) איז „משועמד“, פון לשון „עמד“ (′שטיין′ און אין אַמאָליקן סעמיטישן שַפֶעל פּאַסיוו אין זין פון ′געשטעלט ווערן′ (אין הייליקן וואַסער). דער משועמד איז אַזוי אַרום דער געשטעלטער צום באַפּטיזם. אין די סאַמע ערשטע יאָרהונדערטער פון מוראדיקע קריסטלעכע רדיפות האָבן חז″ל „פאַרריכט די שרײַבונג“ אויף אויסדריקן דעם געדאַנט פון פאָלקישער פאַרניכטונג דורך אַזאַ פאַרראַט אינעם אייגענעם גלויבן. איז ניט קיין סורפּריז וואָס אויף סיריאַקיש טרעפט מען דעם נאָמען פון יוחנן דעם באַפּטיזירער כהאי לישנא (נוצנדיק די אַקטיווע אַגענטיווישע פאָרם): יוחנן מעמדנא (′דער יוחנן וואָס שטעלט אַ מענטשן צום באַפּטיזם⸗ריטואַל′};

(דער) מומר [múmər], דרומדיק: [(mí:mə(r] (ל″ר: מומרים [múmrəm]), ל″נ: (די) מומרטע [múmərtə], דרומדיק: [mímərtə] (ל″ר: -ס);

{טאָמער דווקא מער נייטראַל צי אַקאַדעמיש:} (דער) אַפּאָסטאַט.

 

apostrophe

(דער) אַפּאָסטראָף (ל″ר: -ן); (די) אַפּאָסטראָפע (ל″ר: -ס; אויך: אַפּאָסטראָפן); (דאָס\דער) אייבערשטריכל (ל″ר: -עך);

{אינטים, אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} אַ שטריכעלע (ל″ר: -ך).

 

(.app (n

(דער) אַפּ (ל″ר: -ס).

 

(apparent (seeming

כלומרשטדיק [klóymərzhdik], צפונדיק: [kléymərzhdik]; {אָפּלאַכעריש:} קלאָמפּערשדיק.

 

apparently

אַפּנים [apónəm], דרומדיק: [apú:nəm]; זעט אויס(עט), אַזווײַזט זיך אַרויס(עט), אַז [váyst-tsakh|aróys(ət)-áz], צי [váyzd-dzakh|aróys(ət)-áz]; דרומדיק: [vá:st-tsakh|aró:(u)(ə)s(ət)-ás] צי [vá:zd-dzakh|aró:(u)(ə)s(ət)-ás]; 

{בײַ טייל אַרכעאיש:} עס שײַנט, אַז;

{לומדיש:} משמעות אַז [mashmóəs-àz], דרומדיק: [mashmú:əs-às].

{מער לומדיש:} לכאורה [ləkh(ə)úrə], דרומדיק: [ləkh(ə)í:rə]; אויך: [ləkh(ə)óyrə], צפונדיק: [ləkh(ə)éyrə].

 

apparition

(די) כמו⸗זעעניש [k(ə)móy-zèənish], דרומדיק: [k(ə)móy-zèyənish], צפונדיק: [k(ə)méy-zèənish] (ל″ר: -ן); (די) אײַנגעזעעניש (ל″ר: -ן); (די) אַפּאַריציע (ל″ר: -ס).

 

(appeal (attractiveness

(דער) חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn]; (די) חנעוודיקײַט [khé(y)nəvdə-kàyt]; (דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; 

{לומדיש:} נאה⸗לבריאותדיקײַט [nòə-ləbríyəz-dəkàyt], דרומדיק: [nù:ə-ləbríyəz-dəkàyt] (′אָנגענעמקײַט פאַר מענטשן′).

 

(appeal (legal

(די) אַפּעלאַציע (ל″ר: -ס); (דער) אַפּעל (ל″ר: -ן).

 

(appeal to (higher court

אַפּעלירן; צושטעלן (\אָנגעבן) די אַפּעלאַציע (\דעם אַפּעל).

 

(appeal to (ask for help

זיך ווענדן צו; בעטן הילף בײַ; אָנקומען צו (עמעצן).

 

(appeal to (be liked

אויסנעמען בײַ <+דאַטיוו>; געפעלן (ווערן) <+דאַטיוו>; נושא חן זײַן בײַ [nòysə-khéyn-zayn], דרומדיק: [nòysə-kháyn-za:n], צפונדיק: [nèysə-khéyn-zayn] <+דאַטיוו>; געפינען חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn] בײַ.

 

(appear (look like

אויסזען; אויסווײַזן זיך.

 

(appear (show up

זיך באַווײַזן (ל″ע: זיך באַוויזן);

{אינטים חבריש:} זיך אַ ווײַז געבןזיך יאַווען [zəkh-yáv(ə)n]; {נאָכמער חבריש:} זיך פּאָיאַווען;

{פאָרמעל בײַ אַן אַמט:} זיך מעלדן (ל″ע: זיך געמאָלדן).

 

(appear (at a public event

אויפטרעטן (ל″ע: אויפגעטראָטן); אַרויסטרעטן (ל″ע: אַרויסגעטראָטן);

 

appear: it appears that

זעט אויס(עט), אַז; זעט זיך אַרויס(עט), אַז; ווײַזט זיך אַרויס(עט), אַז; {אַרכעאיש אין טייל קרײַזן:} ס′שײַנט, אַז.

 

(appearance (looks

(דער) אויסזען [óy(z)-zèn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)z-zèyn)];

{אַ קאַפּ ליטעראַריש:} (דער) אויסזע;

{דיאַלעקטיש דרומדיק:} (דער) אויסקוק [ó:(u)(ə)s-kì(:)k].

 

(appearance (turning up

 באַווײַזן זיך;

 {אינטים חבריש:} (דאָס\דער) אַ ווײַז געבן זיך; (דאָס\דער) יאַווען זיך [zəkh-yáv(ə)n]; {נאָכמער חבריש:} (דאָס\דער) פּאָיאַווען זיך;

{פאָרמעל בײַ אַן אַמט:} (דאָס\דער) מעלדן זיך.

 

(appearance (at public event

(דער) אויפטריט (ל″ר: -ן); (די) אויסטרעטונג (ל″ר: -ען); (דער) עפנטלעכער אָנטייל.

 

appearance: for appearance sake

לפּנים [ləpónəm], דרומדיק: [ləpú:nəm]; פון לײַטוועגן; פאַר לײַט(ן) אין די אויגן;

{פראַזע:} פאַר די גוי(י)ם אין די אויגן.

 

appearance: to all appearances

ווי ס′זעט אויס(עט) (צו זײַן); לויט די אַלע סימנים [simónəm], דרומדיק: [simú:nəm].

 

appease

נאָכגעבן; בייגן זיך (פאַר) (ל″ע: געבויגן); מודה זײַן (פאַר) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn];

{לומדיש:} מפייס זײַן [məfáyəz-zayn]; מפצה זײַן [məfátsə-zayn].

 

appeasement

(די) נאָכגעבונג פּאָליטיק; (די) אונטערטעניקײַט פּאָליטיק; (די) פּאָליטיק פון מודה זײַן [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; (דער) אַפּיזמענט;

{לומדיש:} (די) פּאָליטיק פון מפייס זײַן [məfáyəz-zayn]; (די) פּאָליטיק פון מפצה זײַן [məfátsə-zayn].

 

appetizer

(דער) פאָרשפּײַז; (די\דער\דאָס) ערשטע(ר) געריכט;

{לומדיש, צומאָל מיטן גוטמוטיקן הומאָר:} מנה ראשונה [mónə-rishóynə], דרומדיק: [mú:nə-rishóynə], צפונדיק: [mónə-rishéynə].

 

apple

(דאָס\דער) עפּעלע (ל″ר: -ך);

{טאָמער אַ גרעסערער:} (דער) עפּל (ל″ר: ø);

{ווערטל:} דאָס עפּעלע פאַלט ניט ווײַט פון ביימעלע.

 

appliance

(דער) מכשיר [mákh-shər] (ל″ר: -ים [makh-shírəm]); (דער) אַפּאַראַט [àpərát] (ל″ר: -ן).

 

applicability

(די) שייכותדיקײַט [sháykhəz-dəkàyt], דרומדיק: [shá:khəz-dəkàyt]; (די) גילטיקײַט; (די) אָנווענדלעכקײַט;

{לומדיש:} (דאָס\דער) חל זײַן [khál-zayn].

 

applicable

שייכותדיק [sháykhəz-dik], דרומדיק: [shá:khəz-dik]; גילטיק; אָנווענדלעך

{לומדיש:} וואָס איז חל [khál].

 

(application (computers

(די) (קאָמפּיוטער) אַפּליקאַציע (\פּראָגראַם).

 

(application (applying of something

(די) אָנווענדונג (ל″ר: -ען); (דער) אויסנוץ (ל″ר: -ן); (די) אויסנוצונג (ל″ר: -ען).

 

(application (applying for something

(די) אַפּליקאַציע (ל″ר: -ס); (די) פאָרמעלע בקשה [bakóshə], דרומדיק: [bakú:shə] (ל″ר: בקשות).

 

(application (form

(די) אַפּליקאַציע [àp-ləkátsyə] (ל″ר: -ס); (דער) אַפּליקאַציע⸗בלאַנק (ל″ר: -ען);

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) בלאַנק (ל″ר: -ען);

(די) פאָרמעלע (\געשריבענע) בקשה [bakóshə], דרומדיק: [bakú:shə] (ל″ר: בקשות).

 

apply for

צושטעלן אַן אַפּליקאַציע אויף; אָנגעבן אויף [óngèbm-af]; זיך שטעלן אַלץ קאַנדידאַט אויף; {אַרכעאיש:} זיך שטעלן אין קאַנדידאַטור אויף;

{אין מערבדיקע לענדער אויך:} אַפּליקירן אויף;

{אַרכעאיש, צומאָל מיט איראָניע:} דערלאַנגען אַן אַפּליקאַציע אויף.

 

apply oneself

זיך קאָנצענטרירן (אויף); {אַ ביסל ווייניקער קאָנצענטרירט:} סטאַרען זיך; באַמיען זיך;

{צומאָל מיט אַ נעגאַטיוון באַדײַט:} זיך אַרײַנלאָזן (אין).

 

(apply to (be relevant to

{טאָמער סתם אַ פאַרבונדנקײַט:} האָבן אַ שייכות [sháykhəs] צו (\מיט); {אַ קאַפּ לומדיש:} שייך זײַן צו [sháyəkh]; {נאָכמער לומדיש:} נוגע זײַן צו [nəgéyə];

{טאָמער אין זין פון האָבן אַ האַפט, זײַן אויטאָריטאַטיוו:} חל זײַן אויף [khál]; גילטיק זײַן; גילטן.

 

(appoint (a person to something

באַשטימען (ווי \אַלץ \פאַר \צום אַמט פון);

{מער היימיש:} שטעלן;

  {הערה: דעם היימישן וואַריאַנט „שטעלן“ נוצט מען אַמערסטנס פּשוט מיטן אומבאַשטימטן אַרטיקל דערנאָכדעם („מ′האָט געשטעלט אַ נײַעם חזן“ צי „אַ נײַעם דירעקטאָר“); ס′קען אָבער באַנוצט ווערט מיט דערזעלביקער ריי פּרעפּאָזיציעס און קאָניונקציעס ווי מיט „באַשטימען“};

  {אזהרה: בעסער דאָ אויסמײַדן „זעצן“, וואָס האָט אין אַמעריקאַנער לשון (אַ סברא אויך אַנדערשוואו) אויך אַ וואולגאַרן סעקסועלן באַדײַט, און קען פאַרשטאַנען ווערן אַלץ גנאי לגבי דעם באַשטימטן מענטשן}.

 

(appointed to (the position of

באַשטימט ווערן (אַלץ \פאַר אַ \ווי אַ)

{מער היימיש:} געשטעלט ווערן (אַלץ \פאַר אַ \ווי אַ);

  {אזהרה: בעסער דאָ אויסמײַדן „געזעצט ווערן“, וואָס האָט אין אַמעריקאַנער לשון (אַ סברא אויך אַנדערשוואו) אויך אַ וואולגאַרן סעקסועלן באַדײַט, און קען פאַרשטאַנען ווערן אַלץ גנאי לגבי דעם באַשטימטן מענטשן}.

 

(appointment (of a person to a position

(די) באַשטימונג; (דאָס\דער) באַשטימען; (דאָס\דער) שטעלן.

 

(appointment (agreed date and time

אַן אָפּריידעניש (\אָפּרעדעניש) (ל″ר: -ן); (די) באַשטימונג (ל″ר: -ען); (די) באַשטעלונג (ל″ר: -ען);

{פראַזע} אָפּגערעדט אויף (…).

 

appreciate (gratitude)

אָנערקענען; אָפּשאַצן; זײַן דאַנקפול; זײַן דאַנקבאַר;

{עמפאַטיש:} אָנערקענען (\אָפּשאַצן) ווי ס′באַדאַרף צו זײַן (\ {לומדיש:} כדבעי [kəd(ə)bó(y)ə], דרומדיק: [kəd(ə)bú:ə]);

{לומדיש:} מכיר טובה זײַן [màkər-tóyvə-zayn], צפונדיק: [màkər-téyvə-zayn].

 

appreciate (re: comprehension or recognition of importance)

באַנעמען; (ריכטיק) פאַרשטיין; באַגרײַפן;

{לומדיש:} תופס זײַן [tóyfəz-zayn], צפונדיק: [téyfəz-zayn]; משיג זײַן [másəg-zayn].

 

appreciation

(די) אָנערקענונג; (דאָס\דער) אָנערקענען; (די) (געהעריקע) אָפּשאַצונג; (דאָס\דער) אָפּשאַצן (ווי ס′באַדאַרף צו זײַן \ ווי געהעריק); (די) דאַנקפולקײַט; (די) דאַנקבאַרקײַט;

(דער\די) הכרת הטוב [hakòrəs-(h)atóyv], דרומדיק: [h)akù:rəs-(h)atóyf)], צפונדיק: [hakòrəs-(h)atéyv];

{אַ קאַפּ מער ספּעציפיש, אַשטייגער לגבי אַן איינציקער וואוילער טואונג:} (די) הכרת טובה [hakòrəs-tóyvə], דרומדיק: [h)akù:rəs-tóyvə)], צפונדיק: [hakòrəs-téyvə].

 

appreciative

וויסן ווי (אַזוי) אָפּ(צו)שאַצן (\צו אָנערקענען); דאַנקבאַר זײַן.

 

apprehension (arrest)

(דער) אַרעסט; (דאָס\דער) אַרײַננעמען אין אַרעסט.

 

apprehension (fear, unease)

(די) אומרו; (די) שטימונג פון מורא [móyrə], צפונדיק: [méyrə]; 

{לומדיש:} (די) פּחדימדיקײַט [phódəm-dəkàyt], דרומדיק: [phú:dəm-dəkàyt].

 

apprehensive

מיט אַ געוויסן פּחד [pákhəd]; מיט אַ געוויסער מאָס מורא [móyrə], צפונדיק: [méyrə]; 

 

apprentice: as an apprentice

אויף דער לער; ווי אַ לער⸗יונג.

 

(appropriate (assign

דעזיגנירן; אַסיגנירן; באַשטימען.

 

(.appropriate (adj

פּאַסיק; צוגעפּאַסט; אויפאַנאָרטיק.

 

appropriately

ווי ס′פּאַסט; ווי ס′איז צוגעפּאַסט; ווי ס′באַדאַרף צו זײַן; ווי ס′געהער(ט) צו זײַן.

 

 April

אַפּריל [apríl]; {אין מזרח אָפט:} אַפּרעל.

 

April Fool’s Day

דער ערשטער אַפּריל; דער אַפּרילדיקער אָפּנאַר⸗טאָג.

 

aquarium

(דער) אַקוואַריום (ל″ר: -ס).

 

Aquarius (astrol.)

מזל דלי [màzl-dlí].

 

(.Arab (n

(דער) אַראַבער [arábər] (ל″ר: ø);

{לומדיש, צומאָל אויך סודותדיק:} (דער) ישמעאלי [yishm(ə)éylə] (ל″ר: -ם [yishm(ə)éyləm], דרומדיק: [yishm(ə)áyləm]);

{לומדיש, וועגן דעם פאָלק גופא:] די בני ישמעאל [də-bnèy-(y)ishmó(ə)l], דרומדיק: [də-bnày-(y)ishmú:(ə)l] (ל″ר);

{פראַזע אויפן פאָלק בכלל, צומאָל מיט איראָניע:} אונדזערע לײַבלעכע שוועסטערקינדער.

 

(Arab (adj

{בייגעוודיק:} אַראַביש; {אומבייגעוודיק:} אַראַבער⸗.

 

Arabic

אַראַביש.

 

Aramaic

אַראַמיש (אויך: ארמיש [arámish]); די אַראַמישע שפּראַך; אַראַמעאיש [araméyish]; {די כוונה איז בדרך כלל די יידישע שפּראַך פון גרויסע טיילן פונעם תלמוד, פון דער קבלה, פון תפילות; ווען ניט ווען דיפערענצירט מען צווישן דעם יידישן אַראַמיש און דעם ניט⸗יידישן קרובהשן לשון כאַלדעאיש, אָדער אין פאַל פון קריסטלעכן לשון — סיריאַקיש};

{ווען ס′גייט די רייד וועגן לשון פון די תרגומים פון תנ“ך (אונקלוס, יונתן בן עוזיאל), צומאָל מיט אַ הומאָריסטישן אָנוואונק אויף דעם אַז דאָס איז אַ האַרבע עברי, קען מען נוצן:} תרגום לשון [tárgəm-lòshn], דרומדיק: [tárgəm-lushn];

  {הערה: אין זכות פון מאַקס ווײַנרײַכן איז די המצאה „תרגומיש“ אויפן יידישן אַראַמיש אַרײַן אין זײַן גרויסן ווערק און במילא אינעם אַקאַדעמישן וואָקאַבולאַר איבער די יידישע לשונות, אָבער ניט אין אַוועלכן ניט איז ברייטערן באַנוץ}.

 

(Arba Kosot (four glasses of wine at Passover seder

די ארבע כוסות [də-àrbə-kóysəs], צפונדיק: [də-àrbə-kéysəs]; די פיר כוסות.

 

arbitrary

{אָן אַ תוכיקער פאַרבינדונג מיט אַוואָס⸗ניט⸗איז:} אַרביטראַריש;

{אָן אַ געהעריקער לאָגישער צי עטישער מאָטיווירונג:} קאַפּריזנע; קאַפּריזיש⸗אַרביטראַריש.

 

arbitrary and capricious

אַרביטראַריש און קאַפּריזנע.

 

arbitration

{אוניווערסאַל:} (דער) אַרביטראַזש

{אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן, קען פונדעסטוועגן אויסגעשפּרייט ווערן אויף מאָדערנע סיטואַציעס:}

{טאָמער דווקא אין אָדער אַרום אַ בית⸗דין:} (די) בוררות [bórərəs], מער לומדיש: [bórərus];

{מער פאַרשפּרייט אין געשעפטלעכע סיכסוכים:} (די) שלישות [shlíshəs], מער לומדיש: [shlíshus].

 

arbitrator

{אוניווערסאַל:} (דער) אַרביטרירער (ל″ר: ø; אויך: -ס);

{אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן, קען פונדעסטוועגן אויסגעשפּרייט ווערן אויף מאָדערנע סיטואַציעס:}

{טאָמער דווקא אין אָדער אַרום אַ בית⸗דין:} (דער) בורר [bóyrər], צפונדיק: [béyrər]; (ל″ר: בוררים [bórərim]);

{מער פאַרשפּרייט אין געשעפטלעכע סיכסוכים:} (דער) שליש [shóləsh], דרומדיק: [shú:ləsh] (ל″ר: שלישים [shlíshəm]).

 

Arc de Triomphe

די טריאומף⸗אַרקע; די אַרקע פון טריאומף; (די) פּאַריזער אַרקע (ל″ר: -ס).

 

arch enemy

(דער) דם⸗שונא [dám-sòynə], צפונדיק: [dám-sèynə]; (ל″ר: דם⸗שונאים [dám-sònəm]);

ל″נ: ø (אָדער): דם⸗שונאטע [dám-sòynətə], צפונדיק: [dám-sèynətə]; (ל″ר: -ס).

 

are

{איצטיקע צײַט (הווה), ערשטע⸗פּערזאָן (ראשון), לשון רבים (מערצאָל):}

{דרומדיק:} זענען; {צפונדיק:} זײַנען;

{איצטיקע צײַט (הווה), צווייטע פּערזאָן (ראשון), לשון רבים (מערצאָל):}

{דרומדיק:} זענט; {צפונדיק:} זײַט;

  {הערה א: די ביידע פאָרמעס (זײַנען\זײַט און זענען\זענט) זײַנען לחלוטין גלײַכבאַרעכטיקט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, סײַ בײַם ריידן סײַ בכתב (אין אַלע סטילן, בתוכם סאַמע ליטעראַריש). אין שריפטלעכן לשון איז דאָס גראַדע געוואָרן אַ שבולת וואָס ווײַזט טאַקע אָן צי דער מחבר (צי גאָר — דער רעדאַקטאָר) איז אַליין פּערזענלעך גענייגט „צפונדיק“ צי „דרומדיק“. בשעת מעשה פאָדערט די יידישע סטיליסטיק אַן אויסגעהאַלטנקײַט אינעם באַנוץ אין אַן איינאיינציקן אַרטיקל אָדער ווערק בײַ אָט דעם לאַקמוס טעסט צום מזרח⸗אייראָפּעאישן יידנטום};

  {הערה ב: בשעת ווען בײַם אינפיניטיוו און ערשטע פּערזאָן רבים זײַנען אָטאָ די פאָרמעס מכריעדיקע סימנים אויף „צפון“ ∼ „דרום“, זײַנען פאַראַן בײַם רבים (און בײַם פאָרמעל) אין צווייטע⸗פּערזאָן אַ ריי דיאַלעקטישע צווישן⸗פאָרמעס צווישן „זענט“ און „זײַט“, בתוכם „זײַנט“ און „זאַנט“};

  {הערה ג: אימפּעראַטיוויש איז קיין וואַריאַציע ניטאָ, ס′איז רק „זײַט געזונט“ און „זײַט געבענטשט“; הייסן הייסט דאָס אַז אינעם דרום איז מען אין דעם פּרט מבחין צווישן ל″ר ערשטע⸗פּערזאָן איצטיקע⸗צײַט און דעם ל″ר פונעם אימפּעראַטיוו}.

 

(area (of measurable space

(דער) שטח [shétəkh], דרומדיק: [shéytəkh] {ל″ר: שטחים [shtókhəm], דרומדיק: [shtúkhəm]};

{דער) מעטראַזש; (דער) קילאָמעטראַזש;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונען קאָנטעקסט:} (די) גרייס (ל″ר: -ן); (די) מאָס (ל″ר: -ן).

 

(area (region

(די\דער) געגנט (ל″ר: -ן); (דער) ראַיאָן (ל″ר: -ען);

{אַרכעאיש, אויפגעלעבט ליטעראַריש:} (דער) קרײַז (ל″ר: -ן); (דער) תחום [tkhúm], דרומדיק: [tkhím] (ל″ר: תחומען).

 

(area (field of work or study

(דער\די) געביט (ל″ר: -ן); (די) ספּעציאַליטעט (ל″ר: -ן); (דער) תחום [tkhúm], דרומדיק: [tkhím] (ל″ר: תחומען);

{הערה: דער באַנוץ דאָ פון „פעלד“, אויפן מוסטער פון ענגליש, בײַ פּוריסטן וואָס זײַנען „קעגן“ באַנוץ פון „געביט“ (רחמנא לצלן „דײַטשמעריש“), מאַכט אַ גאַנץ מאָדנעם אײַנדרוק בײַ אַ ייד פון אַ גאַנץ יאָר וואָס וועט פאַר די אויגן זען „די פעלדער מיט די וועלדער“…}.

 

area code

(דער) קאָד (ל″ר: -ן); (דער) טעלעפאָנישער קאָד (ל″ר: -ן).

 

areal

שטחדיק [shétəgh-dik], דרומדיק: [shéytəgh-dik]; געאָגראַפיש.

 

!Argh

אוי!; אָך!; עך!; אײַ!.

 

(argue (speak for a position

טענהן (אַז) [táynən], דרומדיק: [tá:nən]; אַרויסזאָגן זיך פאַר דער מיינונג (אַז); אײַנשטעלן זיך פאַר דעם (אַז); זיך אָננעמען פאַר דער דעה (אַז) [déyə] ,דרומדיק: [dáyə].

 

(argue (engage in disputation

אַמפּערן זיך; שפּאַרן זיך; דיסקוטירן

{בײַ טייל חרדים:} זיך דינגען;

{לומדיש:} (זיך) נושא⸗ונותן זײַן [nòysəv-nóysn-zayn], צפונדיק: [nèysəv-néysn-zayn]; זיך מתווכח זײַן [mizvə-kéyəkh-zayn], דרומדיק: [mizvə-káyəkh-za:n].

 

(argue (quarrel

קריגן זיך; רײַסן זיך; (צע)ווערטלען זיך; האָבן אַן איבעררייד.

 

(argument (point(s) raised in support of an opinion

(די) טענה [táynə], דרומדיק: [tá:nə] (ל″ר: טענות); (דער) אַרגומענט [argumént] (ל″ר: -ן);

{אַַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} (די) באַהויפּטונג (ל″ר: -ען).

 

(argument (debate

(די) דעבאַטע [dəbátə] (ל″ר: -ס); (די) אַמפּערניש (ל″ר: -ן); (די) שפּאַרעניש (ל″ר: -ן);

{מער פאָרמעל, מער לומדיש, וועגן וויכטיקערע פראַגן:} (די) חילוקי דעות [kh(ə)lùkə-déyəs], דרומדיק: [kh(ə)lìkə-dáyəs] (ל″ר); (דער) ווידעראַנאַנד (ל″ר: -ן); (דער) מחלוקת (ל″ר: -ן; אויך: מחלוקות); (דער) וויכוח [vəkúəkh], דרומדיק: [vəkí:əkh] (ל″ר: וויכוחים [vəkúkhəm], דרומדיק: [vəkí:khəm]); (די) פּלוגתא [plúktə], דרומדיק: [plíktə] (ל″ר: פּלוגתות, מער לומדיש: פּלוגתאות [pluktó(y)əs], דרומדיק: [pliktú:əs]);

{אָפּלאַכעריש:} (די) געשפּאַרערײַ (ל″ר: -ען); (די) אַמפּערײַ (ל″ר: -ען); (די) שפּאַרערײַ (ל″ר: -ען);

{עמפאַטיש, אָפטמאָל וועגן אַ ברייטערער, גרעסערער קריג:} אַ ויתרוצצו [avàyisróytsətsu], צפונדיק: [avàyisréytsətsu] (ל″ר: -ס);

{ליטעראַריש שילדעריש:} (דער) פּירוד הלבבות [pèyrəd-(h)al(ə)vóvəs]; דרומדיק: [pàyrət-(h)al(ə)vúvəs].

 

(argument (quarrel

{דער עיקר בעל⸗פּה, אפטמאָל בנוגע אַן איינמאָליקער געשעעניש:}

(די) קריג (ל″ר: -ן); (די) טענהרײַ [tàynəráy], דרומדיק: [(tà:nərá:(y]; (די) קריגערײַ (ל″ר: -ען);

{מער לומדיש און מיט אָנצוהערעניש אַז אינאיינעם מיטן קריגן זיך זײַנען פאַראַן דערײַן ערנסטע פראַגן:} (דער) סכסוך [síkhsəkh] (ל″ר: סיכסוכים [səkh-súkhəm], דרומדיק: [səkh-sí:khəm]); (דער) מחלוקת (ל″ר: -ן; אויך: מחלוקות); (די) פּלוגתא [plúktə], דרומדיק: [plíktə] (ל″ר: פּלוגתות, מער לומדיש: פּלוגתאות [pluktó(y)əs], דרומדיק: [pliktú:əs]);

 

arguer: incessant arguer

אַ מקשן [mákshən] (ל″ר: מקשנים [makshónəm], דרומדיק: [makshú:nəm]);

{פראַזעס:} די גאַנצע צײַט פרעגט ער (\זי) קשיות [káshəs]; אַלעמאָל טענהט ער (\זי) זיך אײַן [táynət], דרומדיק: [tá:nət].

 

Aries (astrol.)

מזל טלה [màzl-tlé], דרומדיק: [màzl-tléy].

 

Aristotle

אַריסטאָ, בדרך כלל: [arístə]; {צומאָל ווי אין לשון⸗קודשדיקן ספרים געשריבן: אריסטו}; אויך: אַריסטאָטעלעס; אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך: אַריסטאָטל.

{פראַזעס, קענען זײַן ערנסט צי סאַרקאַסטיש, געווענדט אין קאָנטעקסט און אינטאָנאַציע:} אַ קאָפּ פון אַריסטאָ!; וואָס זאָגסטע אויף אַזאַ אַריסטאָ?}.

 

Arizona

אַריזאָנע (אויך: אַריזאָנאַ).

 

(ark (for Torah scrolls in a synagogue

(דער) ארון קודש [òrn-kóydəsh], דרומדיק: [ù:r(ə)n-kóydəsh], צפונדיק: [òrn-kéydəsh].

 

ark of the covenant

(דער) ארון הברית [òrn-(h)abrís], דרומדיק: [ù:rn-(h)abrís].

 

ark: Noah’s ark

(די) תיבה [téyvə], דרומדיק: [táyvə];

נחס תיבה [nóyəkhs|téyvə], דרומדיק: [nóyəkhs|táyvə], צפונדיק: [néyakhs|téyvə].

 

Arkansas

אַרקענסאָ.

 

(.arm (n

(דער) אָרעם (ל″ר: -ס);

{אַוואו ס′גייט אינעם אָרעם אינאיינעם מיט דער האַנט, אָדער ס′איז ניט וויכטיק דער חילוק, נוצט מען אויך:}

(די) האַנט (ל″ר: הענט).

 

(arm: hold someone in one’s arms (embrace

אַרומנעמען; זיך צוטוליען צו (עמעצן).

 

arm (v. trans.)

{אַלץ טראַנזיטיווער ווערב:} באַוואָפענען; באַזאָרגן מיט געווער.

 

arm: get armed, acquire arms

זיך באַוואָפענען; זיך באַזאָרגן מיט געווער; אויפבויען די באַוואָפנטע (\מיליטערישע) כוחות [kóykhəs], צפונדיק: [kéykhəs];

{אַלץ אומטראַנזיטיווער ווערב:} זיך באַוואָפענען; זיך באַזאָרגן מיט געווער; באַזאָרגט ווערן מיט געווער.

 

arm rest

(דער) אָנלען; (דער) פּאַרענטש.

 

Armageddon

{אַפּאָקאַליפּטיש⸗עסכאַטאָלאָגישע טראַדיציע אין קריסטלעכן גלויבן, לויטן „בוך פון רעוועלאַציעס“ וואָס אין נײַעם טעסטאַמענט:} אַרמאַגעדאָן;

{דער פריערדיקער העברעאישער געאָגראַפישער באַגריף אין תנ″ך:} מגידו (מְגִדּוֹ) [m(ə)gídòy], צפונדיק: [m(ə)gídèy], {מיטן שפּעטערדיקן נאָך⸗תנ″כישן צוגאָב פון:} הר [har] (′באַרג—′) > הר מגידו;

{דער אַפּאָקאַליפּטיש⸗עסכאַטאָלאָגישער פּאַראַלעל בײַ יידן, פון „גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג“ (′גוג פון לאַנד מגוג′, יחזקאל ל″ח: ב′), אין נאָך⸗תנ″כישן זין פון:} גוג⸗ומגוג [gòg-məgóg]; {אָפטמאָל אין דער לענגערער פאָרם:} די מלחמה פון גוג ומגוג [də-mi(l)khómə|fun-gòg-məgóg], דרומדיק: [də-mi(l)khúmə|fin-gòg-məgóg]; {אין דער יידישער טראַדיציע אַ מלחמה צווישן צוויי גיגאַנטישע קעניגן האַרט פאַרן קומען פון משיחן, אַ טייל פון די חבלי משיח};

{הערה: די קירצערע פאָרם, „גוג⸗ומגוג“ (צי: „גוג⸗מגוג“) האָט אין יידיש אַ צווייטן באַדײַט, געזאָגט געוואָרן אויף עפּעס ריזיק⸗גיגאַנטיש}.

 

armchair

(דער) פאָטעל (ל″ר: -ן); (די\דער) פאָטערשטול (ל″ר: -ן).

 

armed

באַוואָפנט; באַזאָרגט מיט געווער.

 

armed: unarmed

אומבאַוואָפנט; ני(ש)ט באַזאָרגט מיט געווער.

 

armed robbery

(די) באַוואָפנטע רויבערײַ; (די) גוואַלד⸗גניבה מיט געווער [g(ə)néyvə], דרומדיק: [g(ə)náyvə].

 

army

(די) אַרמיי [arméy] (ל″ר: -ען); (די) מיליטער [militér];

{ברייטערער טערמין צום סך⸗הכל פון די אַרמייאישע כוחות פון אַ מלוכה, בדרך כלל אין ל″ר:} די חיילות [khayóləs], דרומדיק: [khayú:ləs]; („די גענעראַלן דאָרטן האָט אַפּנים געמאַכט אַ חשבון, אַז מיט די חיילות פון אַמעריקע איז ניט כדאי זיך אַרײַנלאָזן אין אַ מלחמה“); {זעלטענער אַ סך, און מער לומדיש איז דער ל″י:} (דער) חיל [kháyəl].

 

army: (he/she/they) joined the army

(איז\זײַנען) אַרײַן אין דער אַרמיי; (…) אַוועק אין סאָלדאַטן;

{האָט\האָבן) זיך פאַרשריבן אין (דער) אַרמיי.

 

(aron hakodesh (synagogue ark for Torah scrolls

(דער) ארון⸗קודש [òrn-kóydəsh], דרומדיק: [ù:rn-kóydəsh], צפונדיק: [òrn-kéydəsh];

{ליטעראַריש פאָרמעל:} (דער) ארון⸗הקודש [òrn-ha-kóydəsh], דרומדיק: [ù:rn-(h)akóydəsh], צפונדיק: [òrn-(h)akéydəsh];

  {הערה: אמת, בײַ שול⸗גייער טרעפט מען די פאַרקירצונג „דער ארון“ („דער חזן גייט צו צום ארון“), אָבער אין מער פאָרמעלן באַנוץ און בײַם שרײַבן מײַדט מען עס אויסעט, מחמת „דער ארון“ פאַר⸗זיך איז טײַטש ′אַ טרונע פאַרן מת′}.

(arousal (sensual, artistic

(די) תשוקה [tshúkə], דרומדיק: [tshí:kə].

 

(arouse (v. trans.) (sensually, artistically

אַ וועק טאָן (עמעצן) די תשוקה [tshúkə], דרומדיק: [tshí:kə];

{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} אַ וועק טאָן דעם יצר⸗הרע [avék-tòn|dəm-yèytsər-hórə], דרומדיק: [avék-tì:y(ə)n|dəm-yàytsə(r)-(h)ú:rə]; {לומדיש שפּאַסיק:} מעורר זײַן [′אויפוועקן′] דעם יצר⸗הרע [məóyrər-zayn], צפונדיק: [məéyrər-zayn].

 

arouse: be aroused

צעוועקט ווערן; צעפלאַמט ווערן; צערייצט ווערן;

{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} פאַריֵצר⸗הָרעט ווערן [far-yèytsər-hórət|vèrn],

דרומדיק: [far-yèytsə(r)-(h)ú:rət|vèyrn].

 

(arouse (from sleep

אויפוועקן.

 

arraign

אָפיציעל באַשולדיקן אין געריכט (מצד דער מאַכט — פונעם פּראָקוראָר אָדער אַן אַנדער מלוכהשן אינסטאַנץ).

 

arrange

אַראַנזשירן; פּלאַנירן; אײַנסדרן [áyn-sèydərn], דרומדיק: [á:n-sàydərn]; אײַנאָרדענען.

 

(arrange (put in order

מאַכן אָרדענונג; אויססדרן [óys-sàdərn]; שטעלן אין אַ סדר [séydər], דרומדיק: [sáydər]; אײַנאָרדענען.

 

(arrangement (practical agreement

אַ פאַרשטענדעניש (ל″ר: -ן); אַ צונויפריידעניש (ל″ר: -ן); אַ פאַקטישער אָפּמאַך (ל″ר: -ן).

 

arrangement: come to an arrangement

דערגיין אַ טאָלק (ל″ע: דערגאַנגען); קומען צו אַ הסכם [héskəm]; דערריידן זיך.

 

 arrangements

(די) צוגרייטונגען (ל″ר); (די) פּלענער (ל″ר); (די) אויספּלאַנירונגען (ל″ר); (די) אַראַנזשירונגען (ל″ר).

 

(.arrest (n

(דער) אַרעסט (ל″ר: -ן).

 

(.arrest (v

אַרעסטירן.

 

arrestable offense

אַן אַרעסטירע(וו)דיקער פאַרברעכן (ל″ר: -ס).

 

arrival

(דער) אָנקום (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) אָנקומען.

 

(arrival: new arrival (of a person

{בייגעוודיק:} אַן אָנגעקומענע(ר).

 

arrivals hall

(דער) זאַל פאַר די אָנגעקומענע; (דער) אָנקום⸗זאַל (ל″ר: -ן).

 

arrive

אָנקומען;

{טאָמער דווקא צופוס:} קומען צו גיין;

{טאָמער דווקא מיט אַ מאַשין:} קומען צו פאָרן;

{טאָמער דווקא מיט אַן עראָפּלאַן:} קומען צו פליען.

 

arrive at a decision

דערגיין אַ טאָלק; קומען צו אַ באַשלוס; דערגרייכן אַן אויספיר;

{לומדיש:} קומען לידי מסקנא (אויך: מסקנה) [lidèy-maskónə], דרומדיק: [lidày-maskú:nə].

 

arrive at the wedding

אָנקומען אויף דער חתונה [khásənə].

 

arrive at the (bus) station

אָנקומען אויף דער (אויטאָבוס) סטאַנציע.

 

arrive at the (train) station

אָנקומען אויפן וואָקזאַל.

 

arrogance

(די\דער) אַראָגאַנץ; (די) גאווהדיקע גרויסהאַלטערישקײַט [gáyvə-dikə], דרומדיק: [gá:və-dikə]; אַ העזה פון גאווה [ahózə|fun-gáyvə], דרומדיק: [a(h)ú:zə|fin-gá:və]; (די\דאָס) גדלות [gádləs]; (די) גדלותדיקײַט [gádləz-dəkàyt];

(בעל⸗)גאווהדיקייט [bàl-)gáyvə-dikàyt)]; דרומדיק: [balgá:və-dikàyt]; (די) גרויסהאַלטערישקײַט; (דער\דאָס,די) עזות [ázəs]; (די) עזותדיקײַט [ázəz-dəkàyt]; (די) חוצפּה [khútspə], דרומדיק: [khítspə];

{דיאַלעקטיש:} (די) פאַרריסנקײַט.

 

arrogant

אַראָגאַנט(יש); (בעל⸗)גאווהדיק [bàl-)gáyvə-dik)]; דרומדיק: [bal-)gá:və-dik)]; גרויסהאַלטעריש; חוצפּהדיק [khútspə-dik], דרומדיק: [khítspə-dik]; העזהדיק [hózə-dik], דרומדיק: [h)ú:zə-dik)]; גדלותדיק [gádləz-dik]; העזהדיק⸗גאווהדיק [hòzədik-gáyvədik], דרומדיק: [h)ù:zədik-gá:vədik)].

 

arrogant person

אַן עזות⸗פּנים [anàzəs-pónəm], דרומדיק: [anàzəs-pú:nəm] (ל″ר: ⸗פּנימער [pénəmər], דרומדיק: [(péynəmə(r]);

אַ חוצפּהניק [akhútspə-nik], דרומדיק: [akhítspə-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: אַ חוצפּהניצע (ל″ר: -ס);

אַ מחוצף [am(ə)khútsəf], דרומדיק: [am(ə)khítsəf] (ל″ר: מחוצפים [məkhutsófəm], דרומדיק: [məkhitsúfəm]), ל″נ: אַ מחוצפטע [am(ə)khútsəf-tə], דרומדיק: [am(ə)khítsəf-tə] (ל″ר: -ס);

אַ חצוף [akhótsəf], דרומדיק: [akhú:tsəf] (ל″ר: חצופים [kh(ə)tsúfəm], דרומדיק: [kh(ə)tsí:fəm]), ל″נ: אַ חצופה [kh(ə)tsúfə], דרומדיק: [kh(ə)tsí:fə] (ל″ר: חצופות);

{מיט רעדופּליקירונג אויף פאַרשטאַרקונג צי אויף שפּאַס:} אַ חצוף מחוצף [akhòtsəf-m(ə)khútsəf], דרומדיק: [akhùtsəf-m(ə)khítsəf];

{פראַזעס:} אַ ייד מיט אַ העזה [ahózə], דרומדיק: [a(h)ú:zə]; 

{מער שמועסשפּראַכיק:} אַן עכבראָש [anàkhb(ə)rósh]; אַ גראָביאַן [agrobyán] (ל″ר: -עס; אויך: -ען); אַ יאַ⸗טביע⸗דאַם (\יאַ⸗טעבע⸗דאַם \יאַ טאָבע דאַם וכו′).

 

arrogant: be arrogant

האָבן אַ חוצפּה [khútspə], דרומדיק: [khítspə]; האָבן אַ העזה [ahózə], דרומדיק: [a(h)úzə]; האַלטן זיך גרויס; האַלטן זיך בגאווה [bəgáyvə], דרומדיק: [bəgá:və].

 

arrogantly

בעל⸗גאווהדיק [balgáyvə-dik]; דרומדיק: [balgá:və-dik];

{לומדיש:} בגאווה [bəgáyvə], דרומדיק: [bəgá:və].

 

arrow

(די\דער) פײַל (ל″ר: -ן);

{טאָמער אַ קליינער, אָפטמאָל וועגן אַ געדרוקטן סימבאָל:} (דאָס\די\דער) פײַל(ע)כל (ל″ר: -עך);

{טאָמער אין אַ טאַבעלע, אַשטייגער אין אַ לערנבוך, אויך:} (דער) ווײַזער (ל″ר: -ס).

 

arson

(די) אונטערצינדונג; (דער) קרימינאַל⸗בראַנד.

 

arsonist

(דער) אַרסאָניסט (ל″ר: -ן); (דער) אונטערצינדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) קרימינאַל⸗צינדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

art: creative art

(די) קונסט; (די) קונסט⸗שאַפונג; (די) שאַפונגס⸗קונסט; קינסטלערישע שאַפונגען (ל″ר);

{לומדיש:} די יצירה [yətsírə]; {וויזועלע און בוי⸗קונסט:} מעשה בצלאל [máysə-ptsáləl].

{שטאַרק רעליגיעז נעגאַטיוו לגבי קינסטלעכע (און במילא קינסטלערישע) צורות פון מענטשן וכו′:} פּסל וכל תמונה [pésl|fkhol-tmúnə], דרומדיק: [péysl|fkhol-tmínə] {נאָך די עשרת הדיברות, שמות כ: ד}.

 

arthritic

אַרטריטיש.

 

arthritis

(דער) אַרטריט [artrít].

 

arthritis sufferer

(דער) אַרטריטיקער (ל″ר: ø), ל″נ אויך: (די) אַרטריטיקערין (ל″ר: -ס).

 

(article (item, thing

(דער) חפץ [khéyfəts], דרומדיק: [kháyfəts] (ל″ר: -ים [khféytsəm], דרומדיק: [khfáytsəm];

אַ זאַך (ל″ר: -ן);

{טאָמער אין אַ געשעפט אָדער אַ רשימה זאַכןט צום קויפן; שיער ניט אַרכעאיש:} אַ גם [agám] (ל″ר: -ען).

 

(article (text

(דער) אַרטיקל (ל″ר: -ען; אויך: -עך);

{לומדיש און וועגן אַ לומדישן אַרטיקל, צי איראָניש וועגן אַ שוואַכן:} (דער) מאמר [maymər], דרומדיק: [(má:mə(r] (ל″ר -ים [maymórəm], דרומדיק: [ma:mú:rəm]).

 

article (text): really bad article

אַ שרײַבעכץ [ashráybakhts], דרומדיק: [ashrá:bakhts]; אויך: [ashráybəkhts], דרומדיק: [ashrá:bəkhts]; אַ שטיק שמאַטע; אַ גראַפאָמאַנסקע(ר) אַרטיקל; אַ כלומרשטער אַרטיקל [klóymərshtər], צפונדיק: [kléymərshtər].

 

artificial

געקינצלט; קינסטלעך; האַנט⸗געמאַכט;

{אין קינסטלערישן זין:} נאָכגעמאַכט.

 

artificial intelligence

(די) געקינצלטע אינטעליגענץ; געמאַכטע אינטעליגענץ; (דער) קאָמפּיוטערשער שכל.

{מיט ביטול:} (די) •קונצעדיקע אינטעליגענץ; {מיט ביטול, שפּאַסיק:} (די) •אויכמיר אינטעליגענץ; {וועגן אַ פּרט⸗פאַל:} דעם קאָמפּיוטערס אַ חכמה; {וועגן דוחק אין מענטשלעכן שכל:} מיט אַ קאָמפּיוטערשן שכל.

 

artisan

(דער) האַנטווערקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ אויך: (די) האַנטווערקערין (ל″ר: -ס);

(דער) בעל⸗מלאכה [bal-m(ə)lókhə], דרומדיק: [bal-m(ə)lú:khə] (ל″ר: בעלי⸗מלאכות [balm(ə)lókhəs], דרומדיק: [balm(ə)lúkhəs]; {לומדיש:} [bàlə-m(ə)lókhəs], דרומדיק: [bàlə-m(ə)lúkhəs]); {נאָכמער לומדיש:} [bàley-m(ə)lókhəs], דרומדיק: [bàlay-m(ə)lúkhəs]).

 

artist

(דער) קינסטלער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) קינסטלערין (ל″ר: -ס);

{טאָמער דווקא אויף דעם וואָס מאָלט בילדער:}

(דער) מאָלער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) מאָלערין (ל″ר: -ס);

{טאָמער אין דער דראַמע, אַלץ שוישפּילער אויף אַ קינסטלערישן ניוואָ:}

(דער) אַרטיסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) אַרטיסטין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} אַרטיסטקע (ל″ר: -ס).

 

artistic

קינסטלעריש; קונסטמעסיק; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} אַרטיסטיש; {הערה:} דער אַנגליציזם ברענגט צו אַ מעגלעכער צווייטײַטשיקײַט אין די מזרחדיקע לענדער וואו „אַרטיסט“ = „אַקטיאָר“ און קען הייסן „אַזוי ווי בײַ אַן אַקטיאָר; אַזויאַרומעט, איז „קינסטלעריש“ דאָ דער פּאַסיקער טערמין}.

 

arts

(די) קונסטשאַפטן (ל″ר).

 

arts and crafts

קונסט מיט האַנטאַרבעט.

 

art(s)y person

אַן אָריגינעלער טיפּ \ פּאַרשויןאַ באָהעמישער טיפּ;

{אין טייל חסידישע קרײַזן:} אַן אַרטיסט (ל″ר: -ן) {אַמאָפטסטן גענוצט אין ל″ר:} „די אַרטיסטן“.

 

(Arvit (evening prayer

{אָן אַן אַרטיקל:} מעריב [máyrəv], דרומדיק: [má:rəf].

 

arythmic

אַריטמיש; אומריטמיש; אומריטעמדיק.

 

(as (like

{′אין דער סיטואַציע (צי: פּאָזיציע) פון′:} אַלץ (עלטערע שרײַבונג:) אַלס;

{לאָזנדיק אָפן די מעגלעכקײַט אַז מ′איז אויסן אַ היפּאָטעטישן פאַרגלײַך; זע הערה:} ווי; אַזוי ווי;

{ליטעראַריש:} מעשה [máysə], דרומדיק: [má:sə];

{לומדיש:} בתורת [bətóyrəs], צפונדיק: [bətéyrəs]; אין דער בחינה פון [pkhínə];

{נאָכמער לומדיש:} בבחינת [bəf-khínəs];

  {הערה: אין איצטיקן ווערטערבוך ווערט אויפגעלעבט די אַמאָליקע פאָלקס⸗שרײַבונג „אַלץ“ (טײַטש: ′ווי′) בהסכם מיטן לעבעדיקן באַנוץ אין פאַרשיידענע דיאַלעקטן (סײַ דרומדיקע סײַ צפונדיקע), אויפן אָרט פון „אַלס“, די דאָמינירנדיקע שרײַבונג (אין גאָר אַמאָליקע טעקסטן טרעפט מען: „אלז“, „אַלש“); אַ קשיא אויף אַ מעשה, דאָס וואָרט ווערט בײַ טייל פּוריסטן גלאַט געפּסלט, ניט קוקנדיק אויפן פאַרשפּרייטן באַנוץ};

  {אַן אזהרה דערבײַ: ס′בלײַבט צווישן „ווי“ און „אַלץ“ אַ נפקא⸗מינה ממש; ע″פּ יודל מאַרק: אינעם זאַץ „ער רעדט אַלץ ייד“ איז דאָס דווקא אַ ייד, בשעת ווען „ער רעדט ווי אַ ייד“, קען גרײַלעך הייסן אַ ניט⸗ייד וואָס רעדט, לאָמיר אָנכאַפּן, וועגן אַ געוויסן ענין אויפן זעלביקן אופן ווי אַ ייד}.

 

(as (since

וויבאַלד; נעמענדיק אין חשבון, אַז [khézhbm]; אַזוי ווי;

{לומדיש:} היות ווי [heyóyz-vì], צפונדיק: [heyéyz-vì].

 

(as far as (… is concerned

וואָס שייך [vò(s)-sháyəkh], דרומדיק: [vù:(s)-shá:(y)əkh]; וואָס איז שייך [vòsə-sháyəkh], דרומדיק: [vù:sə-shá:(y)əkh];

{אַ קאַפּ לומדיש:} וואָס איז נוגע [vòsə-n(ə)géyə], דרומדיק: [vù:sə-n(ə)gáyə]; {אַ קאַפּ מער לומדיש: בנוגע [bən(ə)géyə], דרומדיק: [bən(ə)gáyə]. 

 

as for

אַקעגן (אויך:} אַנטקעגן; מכח [məkóyəkh], צפונדיק: [məkéyəkh].

 

as if

אַזוי ווי; כאילו [k(ə)ílə];

{ליטעראַריש:} עלעהיי.

 

as it were

ווי ס′רעדט זיך [vì(ə)srétsəkh] צי [vi(ə)srédzəkh]; ווי מ′זאָגט [vìm(ə)zókt], דרומדיק: [vìm(ə)zúkt];  אַזוי צו זאָגן [azóy-tsə-zògn], דרומדיק: [azóy-tsə-zùgn], צפונדיק: [azéy-tsə-zògn].

 

(as long as (conditional

אַבי [abí]; אויב(ע) נאָרמיטן תנאי אַז [mitn-tnáy-az]; מיט דער באַדינגונג, אַז.

 

(as long as (time

כל⸗זמן [kol-zmán]; אַזוי לאַנג וויאויף ווי לאַנג [avì-láng].

 

as many as

אַזש ביז; ני(ש)ט ווייניקער (\ווינציקער) ווי (פון\איידער).

 

as soon as

וויבאַלד; באַלד ווי; ווי נאָר;

{אין ענגליש ריידנדיקע און געוויסע אַנדערע לענדער:} אַזוי גיך ווי.

 

as much as one would like to

אַוויפל מ′וויל [avífl|m(ə)víl]; אַוויפל מ′זאָל ני(ש)ט וועלן.

 

(as sure as heck (/hell

זיכער ווי גאָלדקלאָר ווי דער טאָג

{מיט אַ מאָס עמאָטיווקײַט צי איראָניע, געווענדט אינעם באַנוצער:}

ווי איך בין אַ ייד!; ווי איך בין אַ…!;

ווי ס′איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלטווי ס′איז דאָ אַ בורא עולם [abòyrə-óyləm], צפונדיק: [abèyrə-éylom]; זיכער ווי דער גן⸗עדן [ganéydn], דרומדיק: [ganáydn]; זיכער ווי תחית המתים [tkhìyəs-(h)améysəm], דרומדיק: [tkhìyəs-(h)amáysəm];

{אַ קאַפּ דראַמאַטיש:) זיכער ווי מיטן מלאך המות [mal(ə)khamóvəs], דרומדיק: [mal(ə)khamúvəs]; זיכער ווי מיטן טויט.

 

as though

אַזוי ווי; כאילו [k(ə)ílə]; ווי אַשטייגער;

{ליטעראַריש:} עלעהיי.

 

as well as

ווי אויך; (און) דערצו נאָך; (און) (צו)דערצו; (און) אין צוגאָב צו דעם; (און) נאָכמער.

 

Asara B’tevet

עשרה בטבת [asòrə|b(ə)téyvəs], דרומדיק: [asù:rə|b(ə)táyvəs].

 

(Ash (Asch), Sholom (1880–1957

אַש;

{בײַ טייל פון זײַנע אָפּאָנענטן:} דער נאַז(ע)רענער; דער נאַזעראַנער;

שלום אַש [shòləmásh], דרומדיק: [shù:ləmásh];

געבאָרן: קוטנע (פּוילן); געשטאָרבן: לאָנדאָן.

 

ashamed

פאַרשעמט [far-shémt], דרומדיק: [far-shéymt];

 

ashamed: be ashamed

זיך שעמען;

{פראַזעס:} שעמען זיך ווי אין באָד; שעמען זיך ווי אַ קאָזאַק פאַרן שפּיגל; שעמען זיך אין ווײַטן האַלדז; שעמען זיך ווי אַ ציג אין גאָרטן

 

ashamed: be ashamed of

זיך שעמען מיט.

 

!ashamed: Be ashamed of yourself

שעמען מעגט איר! \ שעמען מעגסטו! (\מעגסטע [mékstə]);

איר מעגט זיך שעמען \ דו מעגסט זיך שעמען!.

 

ashes

(דער\דאָס\די) אַש.

 

Asher: Tribe of Asher 

דער שבט אשר [dər-shéyvət|óshər], דרומדיק: [(dər-sháyvət|ú:shə(r].

 

(Asher ben Yehiel (±1250 – 1327

דער ראש [dər-rósh]; („ער האָט דאָס נאָכגעקוקט בײַם ראש“ [bam|rósh]);

רבינו אשר בן יחיאל [rabéynu|òshər-ben-yekhíy(ə)l], דרומדיק: [rabáyni:|û:shə(r)-ben-yekhíy(ə)l];

געבאָרן: קעלן (?); געשטאָרבן: טאָלעדאָ.

 

(Asherah (ancient goddess

(די) אשירה [ashéyrə], דרומדיק: [asháyrə].

 

Ashkenaz

(א) {דער עיקרדיקער הײַנטיקער באַנוץ בײַ היימישע יידן:} נוסח אשכנז [nùsəkh-áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז [áshkənaz], ′סטאַנדאַרדער טעקסט פון סידורים, מחזורים, סליחות און אַנדערע הייליקע ספרים אויף צום דאַוונען לויטן מנהג אשכנז′ {וואָס שטייט אַקעגנאיבער אַנדערע נוסחאות, דער עיקר נוסח ספרד און נוסח חב″ד; אַשטייגער, אין אַ נוסח אשכנז סידור טרעפט מען ניט אינעם קדיש די ווערטער „ויצמח פּורקניה ויקרב משיחיה“ וואָס אין נוסח ספרד}; למשל: „דער סידור אויפן טיש איז אשכנז צי ספרד?“; {דאָ רעדט זיך נאָר און בלויז וועגן גענויען טעקסט, ניט וועגן אַרויסרייד ← אשכנזישע הברה}.

(ב) {דער צווייטער עיקרדיקער הײַנטיקער באַנוץ בײַ היימישע יידן:} מנהג אשכנז [mìn(h)əg-áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז, ווידעראַמאָל אָדאָרטן אַוואו ס′איז פאַראַן אַ קלאָרער חילוק לגבי מנהג ספרד (מנהג חב″ד און אַנדערע), דער עיקר אין הלכה פראַגן, למשל: לויטן מנהג ספרד מעג מען עסן רײַז אום פּסח בשעת ווען ס′איז פאַרווערט בײַ אשכנזים; פאַראַן אויך אָן אַ שיעור טראַדיציעס און מנהגים וואָס זײַנען ניט דווקא „דינים“. פון די קלאַסישע ווערק איז אויפן ערשטן אָרט צום דערמאָנען דעם „אשכנזירנדיקן“ קאָמענטאַר פונעם רמ″א (ר′ משה איסרליש) צום שולחן ערוך פון ספרדישן פּוסק ר′ יוסף קאַראָ (קארו).

(ג) אַרויסשפּרייטנדיק דעם זין פון געדרוקטן נוסח און פאַרשיידענע מנהגים און השגות, אַלץ אין תחום פון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער יידישקײַט, נוצט מען אין היימישע קהילות דעם באַגריף „אשכנז“ ווי אַ לס″נ אויף ′לחלוטין ניט חסידיש′ (צי אין טייל מקומות אַפילו ′אַנטי חסידיש′ וואָס אין דער הײַנטיקער מזרח אייראָפּע איז דאָס פאַר⸗זיך אַ לס″נ אויף: ′אַנטי חב″ד′). איז מען צו דעם אַלעמען מוסיף די (לפי⸗ערך) קליינינקע אונטערשיידן אין תחום פון נוסח (אָדער מנהג) אשכנז גופא, שווימט דעמאָלט אויפעט דער חילוק צווישן „אשכנז“ סתם (וואָס איז כולל אַשטייגער די ניט⸗חסידישע אונגאַרישע קהילות, דײַטשלענדישע יידישע טראַדיציעס און אַנדערע) קעגנאיבער „נוסח ליטא“ וואו דער אַנטי⸗חסידישער עלעמענט ווערט פאַרשטאַרקט דורך דער אידענטיפיצירונג מיטן ליטווישן נוסח וואָס איז דאָך דער מתנגדישער נוסח און מער אַקעגן חסידיזם „אָפענערהייט“. אַכלל: יעדערער וואָס האַלט נוסח ליטא איז במילא נוסח אשכנז, פאַרקערט לאו דווקא;

(ד) די אַמאָליקע גערמאַנישע, דײַטש ריידנדיקע לענדער אַוואו יידן האָבן זיך באַזעצט מיט העכער טויזנט יאָר צוריק, אַרײַנגערעכנט די ישובים בײַם רינוס (רײַן) צו מערב און דאָנײַ (דאָנאַו) צו מזרח: ארץ אשכנז [érəts|áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז; (< בראשית י′: ג′);

(ה) {אינעווייניקסטער יידישער זין, וואָס איז בהדרגה אויסגעוואַקסן אין משך פון יאָרהונדערטער און עקזיסטירט באַנאַנד מיטן ענגערן געאָגראַפישן זין:} די אַלע „צוגעקומענע“ געאָגראַפישע שטחים וואָס ציען זיך ניט⸗איבערגעריסענערהייט פונעם לכתחילהדיקן אשכנז דער עיקר אויף מזרח, אַוואוהין ס′האָבן זיך גענומען מתישב זײַן אשכנזים, אַזויאַרומעט, למשל, אַז פּוילן און ליטא זײַנען אויך „אשכנז“ (אָבער ניט: ארץ אשכנז). מאַקס ווײַנרײַך האָט וויסנשאַפטלעך סיסטעמאַטיזירט די פאָלקישע פּראָגרעסיעס אין באַדײַט לויט זײַן סכעמע פון אשכנז I (אין די דײַטש ריידנדיקע לענדער) קעגנאיבער אשכנז II (אין די סלאַוויש און באַלטיש ריידנדיקע לענדער); בײַ פאַרשיידענע מחברים קומט אויסעט צו קלערן אַז אשכנזישע און יידיש ריידנדיקע ישובים מעבר לים קען מען משיג זײַן אַלץ גלידער פון אַן אשכנז III.

 

Ashkenaz: Eastern Ashkenaz

מזרח אשכנז [mízrəkh|áshkənaz]; (דער) מזרחדיקער אשכנז.

 

Ashkenaz: Western Ashkenaz

מערב אשכנז [máyrəv|áshkənaz], דרומדיק: [má:rəf|áshkənaz]; (דער) מערבדיקער אשכנז.

 

(Ashkenazi (person

אַן אשכנזי [ashkənázə]; (ל″ר: אשכנזים [ashkənáz(ə)m], אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [ashkənéyz(ə)m]);

(דער) אשכנזישער; ל″נ: (די) אשכנזישע; אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [(ashkənéyzishə(r].  

 

Ashkenazic (adj.)

אשכנזיש(ע)(ר) [(ashkənázish(ə)(r]: אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [(ashkənéyzish(ə)(r].

 

Ashkenazic pronunciation

די אשכנזישע הברה [ashkənázishə|havórə], דרומדיק: [ashkenázishə / ashkənéyzishə|(h)avú:rə];

{לומדיש:} די הברה אשכנזית [havòrə-ashkənázis]; {די עיקרדיקע באַנוצן זײַנען כדלהלן:}

(א) די סטאַנדאַרדע מזרח⸗אייראָפּעאישע אשכנזישע הברה וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ ממש פּינקטלעכע אָפּשפּיגלונג פונעם סטאַנדאַרדן יידיש („די אַלע וואָקאַלן ווי בײַ די ליטוואַקעס אויסער ′יענעם ey′, דאָס הייסט: ′חולם oy′);

(ב) די אַמאָליקע דײַטשלענדישע (מערב אשכנזישע) נוסחאות מיט [:o] אָדער [ou] אויפן חולם און די אַמעריקאַנער, בריטאַנישע און אַנדערע וואַריאַנטן פון דער הברה אשכנזית וואָס וואַקסן פון זיי אַרויסעט, בײַ הײַנטיקן טאָג שטאַרק זעלטן;

(ג) די הײַנטיקע אשכנזישע הברות: צפונדיק (ליטוויש⸗ווײַסרוסיש) און סטאַנדאַרד (דער חולם ey איז געוואָרן אַ יקר המציאות וואָס היט זיך אויפעט שיער נאָר אין געוויסע סעקטאָרן פון חב″ד), קעגנאיבער: דרומדיק — דער גרויסער רוב וואָס רעדט אויפן דרומדיקן, „פּויליש⸗אונגאַרישן“ (אַ סך זעלטענער דרום⸗מזרחדיקן, „אוקראַינישן“) יידיש און וואו אין הלכות הברה זײַנען דער דיאַלעקט פון יידיש און דער נוסח אשכנזישע הברה געבליבן פאַרקניפּט און ניט צום צעטיילן); במה דברים אמורים? פאַרן חורבן אין היסטאָרישן היימלאַנד. אין נאָכמלחהדיקע סביבות און בײַ הײַנטיקן טאָג טרעפט מען פאַרשיידנאַרטיקע צעגייאונגען: למשל פאַרשיידענע חסידים אָפּשטאַמיקע פון דרום⸗מזרחדיקע („אוקראַינישע“) מקומות וואָס היטן אויף יענעם אשכנזיש (דער עיקר: צירה = [ey]) בײַם לייענען די תורה וכו’ בשעת ווען בײַם ריידן איז מען לאַנג שוין אַריבער אויפן כלל⸗חסידישן „פּוילישן אַי“ [ay] (אַשטייגער די וויזשניצער און די סקווערער). אינגאַנצן אַנדערש ווידער איז בײַ אַ סך יינגערע „ליטווישע חרדים“ אין ארץ ישראל הײַנט וואָס ריידן אויפן ישראלדיקן העברעאיש (איווריט, הברה ספרדית, ניט יידיש), אָבער דאַוונען דאַוונען זיי מיט דער סטאַנדאַרדער אשכנזישער הברה, אַזאַ גאַנג ווי בײַ „מאָדערנערע חב″דניקעס“ און פאַרשיידענע חסידים וואָס שטעלן מיט זיך הײַנט פאָר אַ לינגוויסטישן מיטלפּונקט צווישן ריכטיקע חרדים און מאָדערנע אָרטאָדאָקסן.

 

(Ashkenazic rite (for prayers and customs

(דער) נוסח אשכנז [nùsəkh-áshkənaz], דרומדיק: [nìsəkh-áshkənaz].

 

(Ashtoreth (ancient goddess 

עשתורת [ashtóyrəs], צפונדיק: [ashtéyrəs].

 

Asia

אַזיע [ázyə].

 

Asia Minor

קליין⸗אַזיע.

 

(.Asian (n

(דער) אַזיער [ázyər] (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַזיערין [ázyərn];

  {הערה: די אַרכעאישע פאָרמעס „אַזיאַט“ און „אַזיאַטן“ האָבן בײַ אַ טייל אַ בײַ⸗טעם פון קאָלאָניאַליסטישן ראַסיזם, איז כדאי זיי אויסמײַדן; אַזאַ פּגם איז אָבער ניטאָ בײַם אַדיעקטיוו, זע אין קומעדיקן סימן}.

 

(.Asian (adj

{בייגעוודיק:} אַזיאַטיש; {אומבייגעוודיק:} אַזיער.

 

ask

פרעגן;

{טאָמער וועגן אַ פּשוטער אינפאָרמאַציע צי אַ קלייניקײַט:} אַ פרעג טאָן [afrék-ton], דרומדיק [afréyk-tí:(ə)n]; {זעלטענער:} אַ פרעג געבן [afrég-gèbm], דרומדיק: [afréyg-gèybm]; („טו אַ פרעג, וואָס פאַראַ זייגער זיי פאַרמאַכן זיך הײַנט?“).

 

ask a question

{אין אַ בערכדיקן סדר פון דער פּשוטסטער פראַגע ביז אַן אינטעלעקטועל קאָמפּליצירטן:}

אַ פרעג טאָן; אַ פרעג געבן;

פרעגן;

פרעגן אַ פראַגע; שטעלן אַ פראַגע

{דער עיקר וועגן אַ פראַגע צי מ′מעג צי מ′טאָר ניט, אַשטייגער בײַ אַ רב:} פרעגן אַ שאלה; ברענגען אַ שאלה [asháylə], דרומדיק: [ashá:lə] (ל″ר: שאלות);

{וועגן אַ העכערן ענין, אָפטמאָל מיט אַ שמץ, צי מער ווי אַ שמץ, פון פּרובירן אָפּפרעגן צי סותר זײַן יענעם:} פרעגן אַ קשיא; קומען מיט אַ קשיא; ברענגען אַ קשיא [akáshə] (ל″ר: קשיות).

 

asking: for the asking

{פראַזעס:} מ′דאַרף נאָר בעטן; אַזוי גוט ווי געמאַכט.

 

asking: without a need for asking (/to ask /make explicit requests)

אָן קיין שום בעטענישן; אָן דעם מ′זאָל (דאַרפן) (גיין) בעטן.

 

asleep: be asleep

שלאָפן (ל″ע: <איז>\<זײַנען> געשלאָפן); „איצטער שלאָפט ער, קלינגט אָנעט, זײַט אַזוי גוט, אַ ביסל שפּעטער“;

{מיט הומאָר:} פּאָפן [pófm]; כראָפּען [khrópm] צי [khrópən].

 

asleep: fall asleep

אַנטשלאָפן ווערן; אײַנשלאָפן; אײַנדרעמלען (\אײַנדרימלען);

{אַנגליציזם, בײַ הײַנטיקן טאָג הומאָריסטיש אָנגעווענדט:} פאַלן שלאָפן.

 

(asleep: fall asleep (of hand or foot

אײַנשלאָפן <+ דאַטיוו>; „איז מיר פּונקט דעמאָלט אײַנגעשלאָפן אַ פוס“.

 

asleep at the wheel

שלאָפן בײַ די לייצעס; פּאָפן בײַם רודער.

 

(aspect (n.) (feature, component, characteristic

(דער) פּרט (ניטאָ קיין ל″ר אין דעם גענויען זין {„פּרטים“ איז טײַטש: איינצלהײַטן});

(דער) אַספּעקט (ל″ר: -ן); (דער) קאָמפּאָנענט (ל″ר: -ן);

{אין טייל סבייבות אַרכאיש:} (דער) מאָמענט.

 

asphyxiate (v. trans.)

אַספיקציאירן; דערשטיקן.

 

asphyxiate (v. intrans.): be asphyxiated

אַספיקציאירט ווערן; דערשטיקט ווערן.

 

asphyxiation

(די) אַספיקציאַציע; (די) אַספיציאירונג; (די) דערשטיקונג; (דאָס\דער) דערשטיקן.

 

aspiration

(די) אַספּיראַציע (ל″ר: -ס); (די) שטרעבונג (ל″ר: -ען).

 

aspire to

שטרעבן (פאַר\צו); פאַרנעמען זיך אויף; צילן זיך.

 

ass (human anat. slng.)

(דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [híntə(r)-khàylək]; (דער) הינטן; (דער\דאָס) געזעס;

(דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(úkhə(r]; {מיט צוגעגעבענעם הומאָר:} (די) אחוריים [akhəráyəm] (ל″ר {בעצם דער אַמאָליקער לשון⸗קודשדיקער דואַל, עלעהיי אין „ידיים“, „רגליים“});

{וואולגאַריש:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [túkhəs] (ל″ר: תחתער [tékhəsər], דרומדיק: [(téykhəsə(r]);

{סעקסועל צי אינטים:} (דאָס\דער) תחתל [tékhəsl], דרומדיק: [téykhəsl] (ל″ר: -עך).

 

(.ass: Kiss my ass! (vlgr

{וואולגאַריש:} קוש מיר אין תחת! [kúshmər|in-tókhəs], דרומדיק: [kí(:)shmə(r)|in-tú(:)khəs];

{(כלומרשט) פאַראיידלט:} ישקני! [yə)shòkéyni)], דרומדיק: [:yə)shùkáyni)] (< שיר השירים א′: ב′).

 

(ass (donkey

(דער) אייזל (ל″ר: -ען)

{הומאָריסטיש צי פיגוראַטיוו:} (דער) חמור [khámər] (ל″ר: חמורים [khamóyrəm], צפונדיק: [khaméyrəm], ל″נ: (די) חמורטע [khámər-tə] (ל″ר: -ס).

 

ass (fool) → fool

 

assassin

(דער) אַטענטאַטאָר [àt(ə)ntátər] (ל″ר: -ן [atèntatórn]); (דער) ספּעץ⸗מערדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) אַסאַסין (ל″ר: -עס);

{לומדיש:} (דער) •הרגן [hárgən] (ל″ר: הרגנים [hargónəm], דרומדיק: [h)argú:nəm)]);

(דער) רצחן לדבר [ràtskh(ə)n-ladóvər], דרומדיק: [(ràtskh(ə)n-ladúvə(r] (ל″ר: רצחנים לדבר [ratskhònəm-ladóvər], דרומדיק: [(ratskhù:nəm-ladúvə(r]); (דער) רצחן מטעם [ràtskhən-mitá(ə)m] (ל″ר: רצחנים מטעם).

 

assassination

(דער) אַטענטאַט [àtən-tát] (ל″ר: -ן); (די) אַסאַסינירונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} (די) הרגונג לדבר [hàrgung-ladóvər], דרומדיק: [(hàrgung-ladúvə(r]; (די) הרגונג מטעם [hàrgung-mitá(ə)m].

 

(.assault (n

(דער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אַטאַקע (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) באַפאַלן;

{דער עיקר מיליטעריש:} (דער) אָנגריף (ל″ר: -ן); (דער) איבערפאַל (ל″ר: -ן).

 

(.assault (v

אָנפאַלן (אויף); אַטאַקירן; באַפאַלן;

{דער עיקר מיליטעריש:} אָנגרײַפןאיבערפאַלן (אויף);

{אומפאָרמעל צי סלענגיש:} דערלאַנגען; געבן איבערן קאָפּ; געבן אַ מכה [amákə].

 

(.assemble (v. intrans

זיך פאַרזאַמלען; זיך אײַנזאַמלען; זיך צונויפקלײַבן; זיך צוזאַמענקלײַבן.

 

(.assemble (v. trans

אײַנזאַמלען; צונויפזאַמלען; צונויפקלײַבן; צונויפרופן.

 

assembly

(די) פאַרזאַמלונג (ל″ר: -ען).

 

(Assembly (legislative body

(דער\די) אַסעמבלי (ל″ר: -ס).

 

assembly: right of assembly

(די\דאָס) רעכט זיך פאַרזאַמלען; (די\דאָס) רעכט זיך צונויפקלײַבן.

 

assemblyman

(דער) אַסעמבלי⸗מאַן (ל″ר: אַסעמבלי⸗לײַט).

 

assemblywoman

(די) אַסעמבלי⸗פרוי (ל″ר: אַסעמבלי⸗פרויען).

 

assess

{אויף אַ פּינקטלעכן אופן:} אָפּשאַצן;

{מער אַלגעמיין:} באַטראַכטן; אַרומטראַכטןאָפּוועגן

{צום באַשטימען די שטײַערן:} אָפּשאַצן אויף שטײַער;

{און דעם היזק אויף סטראַַכאָווקע:} אָפּשאַצן דעם היזק [hézək].

 

assessment

{אויף אַ פּינקטלעכן אופן:} (די) אָפּשאַצונג;

{מער אַלגעמיין:} (די) באַטראַכטונג; (די) אַרומטראַכטונג

{צום באַשטימען די שטײַערן:} (די) שטײַער⸗אָפּשאַצונג;

{און דעם היזק אויף סטראַַכאָווקע:} (די) שעדיקונגס⸗אָפּשאַצונג.

 

assert

דערקלערן; מאַכן אַ דערקלערונג (אַז); זיך אַרויסזאָגן (אַז);

{מער פאָרמעל:} פעסטשטעלן; קאָנסטאַטירן; {בײַ טייל אַרכעאיש:} באַהויפּטן;

{לומדיש, דער עיקר אַז ס′גייט אין מוסר מודעה זײַן פאַרן עולם:} פעסטשטעלן בפרהסיא [bəfrésyə].

 

assertion

(די) דערקלערונג (ל″ר: -ען); (די) אַרויסזאָגונג (ל″ר: -ען); (די) פעסטשטעלונג (ל″ר: -ען); (די) קאָנסטאַטירונג (ל″ר: -ען);

{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) באַהויפּטונג (ל″ר: -ען).

 

assertive

וואָס זאָגט זיך אַרויס; וואָס זאָגט אַרויס זײַן\איר מיינונג;

{פראַזע:} וואָס שעמט זיך ני(ש)ט (אויפ)עפענען דאָס (\אַ) מויל.

 

assertive: be assertive

(אויפ)עפענען דאָס (\אַ) מויל;

{פראַזע:} זײַן אַזאַ וואָס זאָגט אַרויס אַ דעה [déyə], דרומדיק: [dáyə].

 

assertiveness

(די) אַסערטיווקײַט;

{פראַזע:} די טבע זיך אַרויסשטעלן אין דער דיסקוסיע; (דאָס\דער) ני(ש)ט שעמען זיך נעמען אַ וואָרט (\עפענען דאָס מויל).

 

asset

אַ פּלוס (ל″ר: -ן); אַ מעלה [amáylə], דרומדיק: [amá:lə] (ל″ר: מעלות);

{לומדיש:} אַ יתרון [ayísrən] (ל″ר: יתרונות [yəsróynəs], צפונדיק: [yəsréynəs].

 

assets

די רכושים [di-r(ə)khúshəm], דרומדיק: [di-r(ə)khí(:)shəm]; די נכסים [di-n(ə)khósəm], דרומדיק: [di-n(ə)khúsəm]; (די) פאַרמעגנס (ל″ר).

 

asshole (anat.) → anus

 

asshole (fig.) → ‘nasty person’

 

assignment

{פון לערער:} (די) אויפגאַבע [ֹúvgàbə] (ל″ר: -ס {דיפערענצירט זיך פון ל″ר: אויפגאַבן [úvgàbm] ′(העכערע) צילן′}; (די) היימאַרבעט; (די) קורס⸗אַרבעט;

{בכלל:} שליחות [shlíkhəs] (ל″ר: -ן); אַן אַרבעט אויף דורכצופירן; (די) אויפגאַבע (ל″ר: -ס); (די) קאָמאַנדע (ל″ר: -ס).

 

assignment book

(דאָס\דער) אויפגאַבע⸗ביכל (ל″ר: -עך);

{אַז ס′גייט דווקא אין היימאַרבעט:} (דאָס\דער) היימאַרבעט⸗ביכל (ל″ר: -עך).

 

assimilation

(די) אַסימילאַציע;

{ריידנדיק מער ספּעציפיש וועגן אַ גרופּע, צײַט וכו′:}

(די) אַסימילירונג; („טייל האַלטן אַז די אַסימילירונג פון יענע יידן אין שיקאַגאָ איז טייל פון ברייטערן פּראָצעס פון דער אַמעריקאַנער אַסימילאַציע“}.

 

assimilate: become assimilated

אַסימילירט ווערן; זיך אַסימילירן;

{פראַזע, לומדיש:} ווערן בטל בששים [bòtl-bəshíshəm], דרומדיק: [bù:tl-bəshí:yshəm].

 

assist

קומען צו הילף; באַהילפיק זײַן [bahílfik]; בײַהילפיק זײַן [báy-hìlfik];

{פראַזע:} צושטעלן אַ פּלייצע.

 

assistance

(די) הילף; (די) באַהילפיקײַט; (די) מיטהילף.

 

assistance: be of assistance

קומען צו הילף; באַהילפיק זײַן [bahílfik]; בײַהילפיק זײַן [báy-hìlfik];

{פראַזע:} צושטעלן אַ פּלייצע.

 

(.assistant (n

(דער) אַסיסטענט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַסיסטענטקע (ל″ר: -ס);

(דער\די) געהילף;

(דער) באַהעלפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַהעלפערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) באַהעלפערקע ל″ר: -ס).

 

assistant to traditional Jewish elementary school teacher

(דער) בעלפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס),

 

asslicker (fig.)

(דער) אונטערלעקער, ל″נ: (די) אונטערלעקערקע; (דער) חונף [khóynəf], (די) חונפטע [khóynəftə]; (דער) חניפהניק [kh(ə)nífənik], (די) חניפהניצע [kh(ə)nífinitsə]; דער חנפן [khánfm], די חנפנטע [khánf(ə)ntə];

{מיט מער ביטול:} (דער) חניפושניק [khànə-fúsh-nik], דרומדיק: [khànə-físh-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) חניפושניצע (ל″ר: -ס);

{וואולגאַריש:}  (דער) תחת⸗לעקער, [tókhəs-lèkər], דרומדיק: [túkhəs-lèkər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס),  ל″נ: (די) תחת⸗לעקערין (ל″ר: -ס); {מער ביטולדיק:} (די) תחת⸗לעקערקע (ל″ר: -ס);

{ווייניקער וואולגאַר אָבער פאָרט:} (דער) צולעקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) צולעקערין (ל″ר: -ס); {מער ביטולדיק:} (די) צולעקערקע (ל″ר: -ס).

 

(associate (n.) (colleague

{אויף ביידע מינים:} (די\דער) קאָלעגע (ל″ר: ס; אויך: קאָלעגן);

{דיפערענצירט לויטן מין:} (דער) קאָלעג (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קאָלעגין (ל″ר: -ס);

(דער) מיטאַרבעטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש און פּוריסטיש אויך: -ס);

{אָפּלאַכעריש צי אינטים איראָניש:} (די) קאָלעגעלעך (ל″ר; ל″י: (דאָס, צי לויטן מין — די\דער) קאָלעגעלע).

 

associate professor

(דער) אַסאָציאירטער פּראָפעסאָר [profésər] (ל″ר: -ן [pròfəsórn]), ל″נ אויך: (די) אַסאָציאירטע פּראָפעסאָרשע (ל″ר: -ס); (דער) דאָצענט [dotsént] (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) דאָצענטין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) דאָצענטקע (ל″ר: -ס).

 

associate with

האָבן צו טאָן מיט; האָבן באַציאונגען מיט;

{מער לומדיש און בעת מעשה צומאָל אויך איראָניש, אָפטער באַנוצט נעגאַטיוו; צומאָל פאַרדריסעריש לאחר המעשה:}

האָבן מחזקות מיט [makh-zókəs], דרומדיק: [makh-zúkəs]; האָבן עסקים מיט [asókəm], דרומדיק: [asú:kəm]

 

associated with: be associated with

האָבן אַ שייכות מיט [asháykhəs], דרומדיק: [ashá:(y)khəs]; האָבן צו טאָן מיט; האָבן פאַרבינדונגען מיט;

{טאָמער פאָרמעל פּראַָפעסיאָנעל:} זײַן אַסאָציאירט מיט.

 

association (connection, bond)

(די) פאַרבינדונג (ל″ר: -ען); (דער\דאָס\די) שייכות [sháykhəs], דרומדיק: [shá:khəs] (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} {דער\דאָס\די) התקשרות [his-káshrəs] (ל″ר: -ן);

{טאָמער פּראָפעסיאָנעל:} (די) אַסאָציאירונג (ל″ר: -ען); (די) אַסאָציאַציע (ל″ר: -ס).

 

(association (organization

(דער) פאַראיין (ל″ר: -ען); (די) אָרגאַניזאַציע (ל″ר: -ס); (די) אַסאָציאַציע (ל″ר: -ס).

 

(assume (presume

(זיך) משער זײַן [məshá(y)ər-zayn], דרומדיק: [məshá:ə(r)-za:n]; אָננעמען (אַז); זיך פאָרשטעלן (אַז)

{לומדיש:} זיך מתדמה זײַן (אַז) [mizdámə-zayn].

 

assume control

ווערן באַלעבאָס; קומען צו דער מאַכט

{לומדיש:} שליטה נעמען [shlítə];

{פראַזעס:} נעמען די לייצעס אין די הענט אַרײַן.

 

assumption

(די) הנחה [hanókhə], דרומדיק: [h)anúkhə)] (ל″ר: הנחות); אַן השערה [anashórə], דרומדיק: [anashú:rə] (ל″ר: השערות);

{לומדיש:} (די) הווה⸗אמינא [hávəmìnə] (ל″ר: -ס).

 

(.Assumption (Chris

(דער) מאַריען⸗טאָג; מאַריאַס אויפנאַמע (בײַ קריסטן).

 

assurance

(די) פאַרזיכערונג (ל″ר: -ען).

 

Assyria

אשור [áshər]; {לומדיש:} [áshur];

{מער אַקאַדעמיש, צי באַטאָנענדיק, אַז מען איז ניט אויסן דווקא נאָר דעם תנ″כישן אשור:}

אַסיריע.

 

Assyrian 

אשוריש [ashúrish], דרומדיק: [ashí:rish]; אַסיריש.

 

(Assyrian Exile (from ±722 BCE

גלות אשור [gòləs-áshər], דרומדיק: [gùləs-áshər]; מער לומדיש: [gòlus-áshur], דרומדיק: [gùlis-áshir].

 

(‘Assyrian script (‘square Hebrew characters

(דער) כתב אשורי [ksav-ashúri], דרומדיק: [ksaf-ashí:ri]; אותיות מרובעות [óysyəs-m(ə)rubóəs], דרומדיק: [óysyəs-m(ə)ri:bú:əs], צפונדיק: [éysyəz-m(ə)rubó(y)əs] (ל″ר).

 

asterisk

(דאָס\דער) שטערנדל (ל″ר: -עך); (דער) אַסטעריסק [ástərìsk] (ל″ר: -ן).

 

astonish

דערשטוינען; פּלעפן.

 

astonished

דערשטוינט; געפּלעפט;

{לומדיש:} נשתומם בלײַבן (\ווערן) [nəshtóyməm], צפונדיק: [nəshtéyməm]; {שטאַרקער:} נבהל ונשתומם בלײַבן (\ווערן) [nívl|v(ə)nəshtóyməm], צפונדיק: [nívl|v(ə)nəshtéyməm]; 

 

astonishment

(די) דערשטוינונג (ל″ר: -ען); (די) פּלעפונג (ל″ר: -ען).

 

(Astraukh, Alexander (b. 1959

אַלעקסאַנדער (אויך: אלכסנדר) אַסטראַאוך [aləksándər|astra(v)úkh];

אַלעקסאַנדער אַסטראַוואוך.

 

astronaut

אַסטראָנאָט [astronót], ל″נ: ø; (≠  ←אַסטראָנאָם)

{טאָמער אויף ספּעציפיצירן דווקא אַ סאָוועטישן אָדער רוסישן אַסטראָנאָט:} קאָסמאָנאָט [kozmonót].

 

astronomer

אַסטראָנאָם [astronóm], ל″נ: ø; {די טערמינען „שטערנמײַסטער“, „שטערנקוקער“, און „שטערנזעער“ קען מען אויך אָנווענדן, נאָר וויסן באַדאַרף מען, אַז אַלע האָבן זיי  נ אָ ך  צוויי באַדײַטן צודערצו: (א) אַ מענטש וואָס זאָגט נביאות לויט די שטערן אָדער אַן אַסטראָלאָג; (ב) אַן אַמאַטאָר וואָס פאַרנעמט זיך מיט אַסטראָנאָמיע אין דער פרײַער צײַט ווי אַ האָבי};

{לומדיש:} בעל חכמת התכונה [bal|khòkhməs-(h)atkhúnə].

 

astronomy

(די) אַסטראָנאָמיע;

{לומדיש:} חכמת התכונה [khòkhməs-(h)atkhúnə], דרומדיק: [khòkhməs-(h)atkhí:nə].

 

asylum

פּליטים⸗רעכט [pléytəm-rekht], דרומדיק: [pláytəm-rekht]; (ל″ר);

(דער) מקום מקלט סטאַטוס [mòkəm-míklət], דרומדיק: [mùkəm-míklət].

 

asylum seeker

פּליטים⸗רעכט זוכער [pléytəm-rekht], דרומדיק: [pláytəm-rekht]; (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

(דער) מקום מקלט זוכער [mòkəm-míklət], דרומדיק: [mùkəm-míklət] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

at

{טאָמער אינעווייניק אין אַ בנין:}

אין; („מיר וועלן זיך זען אין קראָם אַ ביסל שפּעטער; מאָרגן וועט מען זיך טרעפן שוין אין אוניווערסיטעט“);

{טאָמער גייט מען צו אַ מענטשן:}

בײַ [ba] (\בײַם [bam]\בײַ דער [badər]); („מיר וועלן זיך זען אַ ביסל שפּעטער בײַ לייזערן“);

{טאָמער בײַ אַ פאָרקומעניש:}

אויף [af], דרומדיק: [of] (\אויפן  [afn], דרומדיק: []ofn \אויף דער [avdər], דרומדיק: [(avdə(r]); („מיר האָבן זיך דרײַ מאָל געזען אין לעצטן חודש — אויף אַ חתונה, אויף אַ בר⸗מצווה און אויף אַ קאָנפערענץ, איז זאָל אויף ווײַטער אויך נאָר אויף שמחות זײַן“);

{טאָמער וועגן דעם וויפל אַזייגער:}

ø; („איז לאָמיר זיך טרעפן נײַן אַזייגער, גוט?“);

{טאָמער עס גייט אין פאַרשיידענע קאָנסטרוקציעס וועגן צײַט:}

צו („צו זיבעצן יאָר איז זי שוין געווען אַ סטודענטקע אין אוניווערסיטעט“; „בײַ מיר קענט איר זיך צו יעדער צײַט אַרײַנכאַפּן“).

 

(at: @ (internet use

(די) מאַלפּע (ל″ר: -ס); עט; (דער\דאָס) שטרודל (ל″ר: עך).

 

at all

בכלל [bəkhlál]; גאָר; אינגאַנצן.

 

at any rate

אין (\אויף) יעדן פאַל; יעדנפאַלס;

{אַ קאַפּ לומדיש:} על כל פּנים [àl-kol-pónəm], דרומדיק: [àl-kol-pú:nəm]; אויך: [alkól-pònəm], דרומדיק: [alkól-pù:nəm].

 

at first

צוערשט; בײַם אָנהייב; לכתחילה [ləkhatkhílə].

 

at hand

צו דער האַנט; נאָענט; אָטאָ דאָ פאַראַנ(ען).

 

(at large (in a larger sense

אין גאַנצן גענומען; ברייט גענומען; אין ברייטערן זין; בכללעדיק [bəkhlálədik];

{לומדיש:} (גראָד) ני(ש)ט בזעיר אנפּין [bəzèy(ə)r-ámpən], אויך: [bəzèy(ə)r-ámpm], דרומדיק: [bəzày(ə)r-ámpən], אויך: [bəzày(ə)r-ámpm].

 

(at large (not captured

אומגעפאַנגען [ùm|gəfáng(ə)n]; (נאָך) ני(ש)ט געכאַפּט (דורך דער פּאָליציי); נאָך אויף דער פרײַ.

 

at last

סוף⸗כל⸗סוף [sófkl|sóf]; ענדלעך; בײַם סוף [bam-sóf];

{לומדיש:} לסוף [ləsóf].

 

at risk

(שטיין \ זײַן —) אין אַ (\פאַר אַ) געפאַר; אין אַ (\פאַר אַ) סכנה [asakónə], דרומדיק: [asakú:nə];

האָבן (אַ) ריזיקע [rízikə].

 

at stake: be at stake

שטיין אין קאָן.

 

Atamuk, Solomon (Atamukas, Solomonas) (1918–2014)

שלמה אַטאַמוק

געבאָרן: קיעוו; געשטאָרבן: אשדוד.

 

atheism

{אוניווערסאַליסטיש:}

(דער) אַטעאיזם [atèy-ízm]; (די) אומגלייבונג;

{וואָס שייך דער יידישער רעליגיע, בײַ אַ יידן:}

(די) כפירה [kfíyrə]; (דער\דאָס\די) אפּיקורסות [àp(ə)kórsəs].

 

atheist

{אוניווערסאַליסטיש:}

(דער) אַטעאיסט [atèy-íst] (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַטעאיסטקע (ל″ר: -ס); {שטאַרק פאָרמעל:} (די) אַטעאיסטין (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} (די\דער) אומגלייביקע(ר); (די\דער) ני(ש)ט⸗גלייביקע(ר).

{וואָס שייך דער יידישער רעליגיע, בײַ אַ יידן:}

(דער) כופר בעיקר [kòyfər-b(ə)íkər], צפונדיק: [kèyfər-b(ə)íkər] (ל″ר: כופרים בעיקר [kòfrəm-b(ə)íkər]), ל″נ: (די) כופר⸗בעיקרטע (ל″ר: -ס);

(דער) אפּיקורס [àp(ə)kóyrəs], צפונדיק: [àp(ə)kéyrəs] (ל″ר: אפּיקורסים [àp(ə)kórsəm]), ל″נ: ל″נ: (די) אפּיקורסטע (ל″ר: -ס).

 

Athens

{אָן אַן אַרטיקל:} אַטען [atén]; אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך: אַטענס [át(ə)nz].

 

atlas

(דער) אַטלאַס (ל″ר: -ן).

 

(ATM (cashpoint

(די) געלט⸗מאַשין (ל″ר: -ען);

{פון מזרח⸗אייראָפּעאישע לענדער נעמט זיך פאַרשפּרייטן:} (דער) באַנקאָמאַט.

{פראַזע:} גיין צו דער וואַנט („איך קום באַלד, איך דאַרף גיין צו דער וואַנט נעמען מזומן“);

 

ATM card

(דער\דאָס) באַנקאַמאַט⸗קאַרטל (ל″ר: -עך); ()דער\דאָס) וואַנט⸗קאַרטל (ל″ר -עך).

 

atmosphere

(די) אַטמאָספערע.

 

atom

(דער) אַטאָם (ל″ר: -ען).

 

atom bomb

(די) אַטאָמישע באָמבע (ל″ר: -ס); (די) אַטאָם⸗באָמבע (ל″ר: -ס).

 

atomic

אַטאָמיש; אַטאָמען⸗.

 

atomic powered

אַטאָמיש; („דער אַטאָמישער סובמאַרין איז אינמיטן דערינען קאַליע געוואָרן“);

{טאָמער איז נייטיק מער בפרוטרוט:} אַטאָמיש געטריבן; אַטאָמיש באַקראַפטיקט.

 

atomic reactor

(דער) אַטאָמישער רעאַקטאָר (ל″ר: אַטאָמישע רעאַקטאָרן [rəaktórn]).

 

atomism

(דער) אַטאָמיזם.

 

atomist

(דער) אַטאָמיסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) אַטאָמיסטין (ל″ר: -ס), עמאָטיוו: (די) אַטאָמיסטקע (ל″ר: -ס).

 

atomistically

אַטאָמיסטיש גערעדט; אַטאָמיסטיש באַנומעןווי באַזונדערע אַטאָמעלעך.

 

atrocious

גרויליק; גרויזאַם; שוידערהאַפט(יק); שוידערלעך.

 

atrocity

(דער) אכזריותדיקער פאַרברעכן [akhzór(y)əz-dik] (ל″ר: -ס); (דער) גרויזאַמער אַקט (ל″ר: -ן); (דער) שוידערלעכער אַקט (ל″ר: -ן).

 

attach (v. trans.)

צוטשעפּ(ענ)ען; פאַרבינדן

{מיט מער טראָפּ אויפן בפירושדיקן פיזישן פאַרבינדן:} צופעסטיקן

 

attach: become attached (emotionally)

צוגעבונדן ווערן; זיך אײַבאַקן (בײַ יענעם) אין האַרצן;

{טאָמער נעגאַטיוו געשטימט צו דער חברשאַפט:} פאַרטשעפּעט ווערן (מיט).

 

attachment (emotional)

(די) צוגעבונדנקײַט (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (די) התקשרות [hiskáshrəs] (ל″ר: -ן).

 

attachment (of document to an email or other communication)

{טאָָמער אַ דאָקומענט צוגעגעבן צו אַן אימייל אויף מיטשיקן עלעקטראָניש:}

(דער) צולאָג (צום אימייל) (ל″ר: -ן) (דער) אַטאַטשמענט (ל″ר: -ן);

{טאָמער אַ פּאַפּירענער דאָקומענט אַרײַנגעלייגט אין קאָנווערט אינאיינעם מיטן בריוו; פונדעסטוועגן בײַ טייל אויך וועגן אַן אימייל:}

(די) בײַלאַגע (ל″ר: -ס; אויך: בײַלאַגן); {בײַ טייל פּוריסטן:} (דער) בײַלייג (ל″ר: -ן).

 

(.attack (n

(דער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אַטאַקע (ל″ר: -ס); (דער) באַפאַל (ל″ר: -ן);

{בײַ טייל אַרכעאיש:} (דער) אָנגריף (ל″ר: -ן);

{טאָמער דווקא פיזיש צי מיליטעריש, דער עיקר אומגעריכט:}

(דער) איבערפאַל (ל″ר: -ן).

 

attack: under attack

אַַטאַקירט ווערנדיק; אין גאַנג פון אַטאַקירט ווערן; בשעתן באַפאַלן ווערן [bəshásn], אויך: [pshásn].

 

(.attack (v

אָנפאַלן אויף; אַטאַקירן;

{טאָמער דווקא פיזיש צי מיליטעריש, דער עיקר אומגעריכט:} איבערפאַלן אויף.

 

attack: surprise attack

(דער) פּלוצעמדיקער איבערפאַל (ל″ר: -ן); (דער) פּלוצעמדיקער אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) פּלוצעמדיקע אַטאַקע (ל″ר: -ס);

  {הערה: אין די אַלע פאַלן גילטן אויך אין דער ליטעראַרישער שפּראַך: „פּלוצלונגדיק(ע)(ר)“, „פּלוצלינגדיק(ע)(ר)“ (און זעלטענער אַ סך): „פּלוצטהאַלב(ע)(ר); אין חרדישע סביבות איז געבליבן פּאָפּולער אויף „פּלוצעם“ די עלטערע שרײַבונג: „פּלוצים“}.

 

attack: unexpected attack

(דער) אומגעריכטער (\אומדערוואַרטער) איבערפאַל (ל″ר: -ן); (דער) אומגעריכטער (\אומדערוואַרטער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אומגעריכטע (\אומדערוואַרטע) אַטאַקע (ל″ר: -ס).

 

attain

דערגרייכן; זיך דעראַרבעטן צו.

 

attainable

צום דערגרייכן; דערגרייכלעך; דערגרייכבאַר; רעאַליסטיש; וואָס לאָזט זיך אויספירן (\רעאַליזירן).

 

attainment

(די) דערגרייכונג (ל″ר: -ען).

 

(.attempt (n

(דער) פּרואוו (ל″ר: -ן); (דער) אויספּרואוו (ל″ר: -ן).

 

(.attempt (v

פּרואוון; פּרובירןפאַרמעסטן זיך; מיען זיךבאַמיען זיך; סטאַרען זיך;

  {הערה: אין מזרח איז „סטאַרען זיך“ טאָגטעגלעך, פאַר דער מלחמה צומאָל אויסגעמיטן געוואָרן אַלץ סלאַוויזם; אין מערב דאַקעגן איז עס גאָר ליטעראַריש, וואָס קען סטיליסטיש מיט זיך פאָרשטעלן אַ מזרח⸗אייראָפּעאישע היימישקײַט};

{אין טאָגטעגלעכן לעבן; מאַכן אַן איינמאָליקן ספּעציפישן פּרואוו:} אַ פּרואוו טאָן;

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} טרײַען (אויך: טראַיען);

{אין זשורנאַליסטישן לשון טרעפט מען נאָך:} פאַרזוכן {≠ דעם אוניווערסאַלן יידישן „פאַרזוכן“ עפּעס צום עסן (′טועם זײַן′)}.

 

attend (be present at)

בײַזײַן; זײַן אויפן אָרט.

 

attend (certain school)

(זיך) לערנען (אין); שטודירן; זײַן אַ תלמיד [atálməd] (\סטודענט \שילער) אין.

 

attendance

(די) אָנטיילנעמער (ל″ר); (די) באַזוכער (ל″ר); (די) אָנטיילנעמערשאַפט; (די) בײַזײַער (ל″ר); 

{וועגן מאָס:} (די) צאָל אָנטיילנעמער (ל″ר); (די) צאָל וואָס זײַנען דערבײַ געווען.

 

attendance record

(דער) אָנטיילנעמער⸗רעקאָרד (ל″ר: -ן); (דער) באַזוכער⸗רעקאָרד (ל″ר: -ן).

 

attendance sheet

(דער) אָנטייל⸗בלאַט (ל″ר: ⸗בלעטער); (דאָס\דער) אָנטייל⸗בלעטל (ל″ר: -עך);

די רשימה פאַראַנענע (\אָנטיילנעמער) [rəshí(y)mə].

 

attention

(די) אַכטלייגונג; (דאָס\דער) אַכטלייגן; (די) אויפמערקזאַמקײַט; (דער) אויפמערק.

 

!Attention please

זײַט אַזוי גוט!; רבותי! [!rabóysay], צפונדיק: [!rabéysay];

{אומפאָרמעלער סטיל:} חברה! [khévrə];

{פראַזע:} איך בעט אײַער אויפמערקזאַמקײַט.

 

attention span

(די) די מאָס אויפמערק(זאַמקײַט); (די\דאָס\דער) אויפמערק(זאַמקײַט)⸗געדויער; (דער) קאָנצענטריר⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh] (ל″ר: ⸗כוחות [kóykhəs], צפונדיק: [kéykhəs]).

 

attentive: be attentive

צולייגן קאָפּ; זיך גוט אײַנהערן.

 

attenuate

אָפּטעמפּן [óp-tèmpm]; אָפּשוואַכן; פאַרלינדערן.

 

attenuating circumstances

(די) לינדערנדיקע פאַקטאָרן (ל″ר).

 

attic

(דער) בוידעם (אויך: בוידים) (ל″ר: -ער; אויך: -ס); (דאָס\די) בוידעמשטיבל (ל″ר: -עך).

 

attitude

(דער) צוגאַנג (ל″ר: -ען); (מײַן\דײַן וכו′) אופן קוקן אויף דעם [òyfm|kúkn-avdèm], דרומדיק: [òyfm|kí(:)kn-ovdèym],  צפונדיק: [èyfm|kúkn-avdèm];

{מער פאָרמעל, אויך בײַ קערפּערשאַפטן און אינסטיטוציעס:} (דער) קוק; (די) אײַנשטעלונג (ל″ר: -ען); (די) באַציאונג (ל″ר: -ען).

 

attitude: have a (negative) attitude

לכתחילה נעגאַטיוו געשטימט זײַן [ləkhàt-khílə]; (זײַן) אַגרעסיוולעך.

 

attorney

(דער) אַדוואָקאַט, ל″ר: אַדוואָקאַטן; ל″נ: ø, אָדער (די) אַדוואָקאַטין, {אַרכעאיש, גוטמוטיק שפּאַסיק:} אַדוואָקאַטעסע; {אַמעריקאַניש:} לאָיער, ל″ר: לאָיערס, ל″נ: לאָיערקע; {בריטאַניש:} דער סאָליסיטאָר {וואָס גרייט אַלצדינג צו} און דער „באַריסטער“ וואָס טוט ריידן עפנטלעך אויפן משפּט גופא};

{ביי יידן, אויף אַ דין תורה:} (דער) מליץ [méylits], מליץ יושר [mèylits-yóyshər]; {מער לומדיש:} סניגור [sanéygər], דרומדיק: [sanáygər]; {צווייטײַטשיק, אין טייל וואַריאַנטן איז דאָס אויך אַ ריכטער וואָס וועט אָפּפּסקענען:} בורר [bóyrər], ל″ר: בוררים [bórərim];

{מער אוניווערסאַל, עסייאיסטיש:} מליץ יושר; (דער) פאַרטיידיקער; (דער) רעפּרעזענטאַנטגוטזאָגער.

 

attorney general

(דער) גענעראַל אַדוואָקאַט; (דער) אַמעריקאַנער יוסטיץ דירעקטאָר.

 

attorney: criminal attorney

(דער) קרימינאַל אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן).

 

attorney: personal attorney

(דער) פּריוואַטער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן); (דער) פּערזענלעכער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן); (דער) אייגענער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן).

 

attracted to

צוגעצויגן צו (\נאָך); אַטראַקטירט צו;

{פראַזעס:} זיך ני(ש)ט קענען זאַט אָנקוקן;

{רעפלעקסיוו} ס′ציט אים (\איר\מיר) צו…

 

attraction

(די) אַטראַקציע; (דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; (דער) צוצי⸗כח;

{לומדיש:} דער כח המושך [kòyəkh-(h)amóyshəkh], צפונדיק: [kèyəkh-(h)améyshəkh].

 

attractive

צוציענדיק; צוציאיק; אַטראַקטיוו; שיין.

 

attractive boy

אַ שיינ(ער) יינגל (ל″ר: -עך); אַ שיינער בחור [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r] {ל″ר: -ים [bókhərəm], דרומדיק: [búkhərəm]);

{אומפאָרמעל:} אַ שיינער יאַט (ל″ר: -ן);

{צאַרטלעך:} אַ שיין יינגעלע (ל″ר: -ך); {צפונדיק:} אַ שיינער יינגעלע [íngalə];

{טאָמער דווקא וועגן אַ ניט⸗יידן:}

אַ שיינער שייגעץ [shéygəts], דרומדיק: [sháygəts] (ל″ר: שקצים [shkótsəm], דרומדיק: [shkú:tsəm]).

 

attractive girl

אַ שיינ(ע) מיידל (ל″ר: -עך); אַ שיינע בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhə(r)-tə] {ל″ר: -ים [bókhər-təs], דרומדיק: [búkhə(r)-təs]);

{אומפאָרמעל:} אַ שיינע יאַטיכע;

{צאַרטלעך:} אַ שיין מיידעלע (ל″ר: -ך); {צפונדיק:} אַ שיינע מיידעלע;

{טאָמער דווקא וועגן אַ ניט⸗יידישע:}

אַ שיינע שיקסע [shíksə] (ל″ר: -ס; {לומדיש⸗שפּאַסיק:} שיקסאות [shik(t)só(y)əs], דרומדיק: [shik(t)sú:əs]).

 

attractive man

(דער) קראַסאַוויץ (ל″ר: -ן); (דער) שיינער מאַנסביל [mántsb(i)l];

{בייגעוודיק:} אַ שיינער;

{פראַזע:} אַ ייד אַ הדרת פּנים [ahàdrəs-pónəm], דרומדיק: [ahàdrəs-pú:nəm].

 

attractive woman

(די) קראַסאַוויצע (ל″ר: -ס); (די) שיינע פרוי;

{בייגעוודיק:} אַ שיינע;

{פראַזע:} אַ פרוי אַ יפת תואר [ay(ə)fàs-tóyər], צפונדיק: [ay(ə)fàs-téyər].

 

audible

וואָס לאָזט זיך הערן; וואָס מ′קען הערן; הערעוודיק.

 

augmented reality (cf. virtual reality)

(אַ\די) צוגאָב רעאַלקײַט; (די) באַאַרבעטע רעאַליטעט; אָגמענטירטע רעאַליטעט.

 

August

אויגוסט [óygust] {אין די מזרחדיקע לענדער:} אַווגוסט;

{די צײַט צווישן תשעה⸗באב און ראש חודש אלול (וואָס פאַלט אויס בדרך כלל מערסטנטייל צי אינגאַנצן אין חודש אויגוסט), בײַ טראַדיציאָנעלע יידן אַ צײַט פון וואַקאַציע, אָפּרוען זיך, פאָרן אָטכײַען זיך אין דער נאַטור וכדומה:} יענע דרײַ וואָכן; („לאָמיר זיך טרעפן איבעראַיאָר אין יענע דרײַ וואָכן דאָרטן אויף דאַטשע“).

 

Auld Lang Syne

אָלד לאַנג סײַן; (דאָס\די) נײַ⸗יאָר ליד; (דאָס\די) סילוועסטער לידל; (דאָס\די) האַלבע נאַכט ליד (צום סילוועסטער); 

 

aunt

(די) מומע (ל″ר: -ס);

{דיאַלעקטיש אָדער דײַטשמעריש:} (די) טאַנטע (ל″ר: -ס);

{אין אַמאָליקן מערבדיקן יידיש:} (די\דאָס) מעמעלע.

 

auspicious

גינציק;

{פראַזע:} זײַן אַ גוטער סימן [símən].

 

Australia

{אָן אַן אַרטיקל:} אויסטראַליע; אין מזרח: אַווסטראַליע.

 

(.Australian (adj

{אומבייגעוודיק:} אויסטראַליער; אין מזרח: אַווסטראַליער;

{בייגעוודיק:} אויסטראַליש; אין מזרח: אַווסטראַליש.

 

Austria

עסטרײַך.

 

Austrian

{אומבייגעוודיק:} עסטרײַכער;

{בייגעוודיק:} עסטרײַכיש.

 

Austro-Hungarian Empire

די עסטרײַך⸗אונגאַרישע אימפּעריע;

{אומפאָרמעל, אָפטמאָל מיט וואַרעמקײַט, איראָניע צי נאָסטאַלגיע ביי יידן אַמאָליקע אַוואָס דאָרטן, און עד⸗היום בײַ טייל אָפּשטאַמיקע:} פראַנץ יאָזעפס מדינה [frànts-yózəfs-m(ə)dínə].

 

(.author (n

(דער) מחבר [m(ə)khábər] (ל″ר: מחברים [m(ə)khábrəm]), ל″נ: (די) מחברטע [m(ə)khábər-tə] (ל″ר: -ס);

{מער פאָרמעל צי לומדיש:} (דער) בעל⸗מחבר [bàl-m(ə)khábər] (ל″ר שטאַרק זעלטן: בעלי⸗מחברים);

{דער עיקר אין מזרח, אויך:} (דער) אַווטאָר [áftor] צי [áftər] (ל″ר: -ס);

{אַרכעאיש, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט איראָניש:} (דער) פאַרפאַסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); ל″נ: (די) פאַרפאַסערין (ל″ר: -ס); {אָפּלאַכעריש:} (די) פאַרפאַסערקע (ל″ר: -ס).

 

 author’s copy (gifted by author’s publisher)

אַ מחברס עקזאמפּלאַר [am(ə)khábərz]; אַן אַווטאָרס עקזעמפּלאַר (ל″ר: -ן).

 

author’s rights

(די) מחברים⸗רעכט [m(ə)khábrəm] (ל″ר); דעם מחברס רעכט [m(ə)khábərz] (ל″ר); (דער עיקר אין מזרח:} דעם אַווטאָרס רעכט (ל″ר).

 

(.author (v

מחבר זײַן [məkhábər-zàyn]; {אַרכעאיש:} פאַרפאַסן

{פראַזעס:} אָנשרײַבן און אַרויסגעבן; זײַן דער מחבר (\אַווטאָר) פון.

 

authoritarian (n.)

(דער) אויטאָריטאַר (ל″ר: -ן); (דער) אויטאָריטאַריסט (ל″ר: -ן).

{בייגעוודיק:} (אַן\די\דער) אויטאָריטאַרישע(ר).

 

authoritarian (adj.)

אויטאָריטאַריש.

 

authoritarian ruler

(דער) אויטאָריטאַרישער הערשער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

authoritative

אויטאָריטאַטיוו;

{לומדיש:} בר⸗סמכאדיק [bar-sámkhə-dik];

{אין ברייטערן זין פון קענען זיך פאַרלאָזן אויף אַוועמען אָדער אַוואָס⸗ניט⸗איז:} פאַרלאָזלעך; וואָס מ′קען זיך דערויף (אויף אים\איר) פאַרלאָזן (\סומך זײַן [sóyməgh-zayn], צפונדיק: [séyməgh-zayn]).

 

authoritatively

מיט אויטאָריטעט {אין מזרח אויך:} מיט אַווטאָריטעט;

{לומדיש:} בר⸗סמכאדיק [bàr-sámkhə-dik]; מיט בר⸗סמכאדיקײַט [mit-bàrsámkhə-dəkàyt].

 

(authority (agency, prestige, power

(די) אויטאָריטעט; {אין מזרח אויך:} (די) אַווטאָריטעט;

(די) מאַכט; (די) קראַפט;

{אַ קאַפּ פיגוראַטיוו, אין זין פון דער מיינונג וואָס גילט:} (האָבן) די דעה [də-déyə], דרומדיק: [də-dáyə];

{לומדיש:} אַ בר⸗סמכאדיקער כח [abàr-sámkhə-dikər|kóyəkh], צפונדיק: [abàr-sámkhə-dikər|kéyəkh];(דער) כח שליטה [kòyəkh-shlítə], צפונדיק: [kèyəkh-shlítə]; {טאָמער דווקא פון דער מלוכה:} כח המלוכה [kòyəkh-(h)am(ə)lúkhə], דרומדיק: [kòyəkh-(h)am(ə)lí:khə], צפונדיק: [kèyəkh-(h)am(ə)lúkhə];

 

(authority (state agency

(די) מלוכהשע אָפּטיילונג [m(ə)lúkhishə], דרומדיק: [m(ə)lí:khishə] (געשריבן אויך: מלוכישע); (ל″ר: -ען); (די) אינסטאַנץ (ל″ר: -ן); (די) שטאַט⸗אַגענטור (ל″ר: -ן).

 

(authority (permission, entitlement

אַ רשות [ar(ə)shús], דרומדיק: [ar(ə)shís];

{פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) באַפולמעכטיקונג; (די) באַפולמעכטיקטקײַט.

 

(authority (person

אַן אויטאָריטעט (ל″ר: -ן); {אין מזרח אויך:} אַן אַווטאָריטעט (ל″ר: -ן);

אַ (גרויסער) עקספּערט (ל″ר: -ן); אַ (גרויסער) מומחה [múmkhə], דרומדיק: [mímkhə] (ל″ר: מומחים);

{לומדיש:} אַ בר⸗סמכא [abàr-sámkhə] (ל″ר: -ס);

{אָדאָרטן אַוואו ס′איז קלאָר אַז מ′רעדט וועגן אַ ספּעציפישן געביט:}

אַ בקי [bókə], דרומדיק: [búkə] (אין\אויף); (ל″ר: בקיאים [bəkíyəm] צי [pkíyəm]);

{מיט יראת הכבוד צי גאָר איראָניע:} אַ וועלט⸗חכם [avélt-khòkhəm], דרומדיק: [avélt-khùkhəm] (ל″ר: ⸗חכמים [khakhóməm], דרומדיק: [khakhúməm]);

 

authority: a higher authority

אַ העכערע אויטאָריטעט; {אין מזרח אויך:} אַווטאָריטעט.

 

authority: a Higher Authority

דער פּוסק אחרון [pòysək-ákhrən], צפונדיק: [pèysək-ákhrən];

דער מלך המלכים [mèyləkh-(h)am(ə)lókhəm], דרומדיק: [màyləkh-(h)am(ə)lúkhəm] (′דער קעניג פון [אַלע] קעניגן′);

{בייגעוודיק:} דער אַלמעכטיקער;

{מער לומדיש: אבינו שבשמים [ovínu|shèp-shomáyəm], דרומדיק: [uvíni:|shèp-shumá(:)yəm] (′אונדזער פאָטער וואָס אין הימל′);

{נאָכמער לומדיש:} אבהתנא דבשמיא [av(ə)həsónə|dəp-shmáyo], דרומדיק: [:av(ə)həsú:nə|dəp-shmáyu] (′אונדזער פאָטער וואָס אין הימל′);

{פראַזע, צומאָל מיט אַ קאַפּ איראָניע:} דער וואָס זיצט אויבן און פּורקעט אונטן.

 

authorization

{גיכער אין אַן איינצלפאַל:} (די) אויטאָריזירונג (ל″ר: -ען); (די) אַווטאָריזירונג (ל″ר: -ען);

{גיכער באַטאָנענדיק די עצם דערלויבעניש:} (די) אויטאָריזאַציע (ל″ר: -ס); (די) אַווטאָריזאַציע (ל″ר: -ס).

 

authorize

אויטאָריזירן; אַווטאָריזירן; געבן די (\אַ) באַשטעטיקונג; אַמט געבן

{אין טייל קרײַזן אַרכעאיש:} באַפולמעכטיקן.

 

autism

(דער) אויטיזם (אויך: אָטיזם).

 

autism: high functioning autism

(דער) הויך⸗פונקציאָנירישער אויטיזם; (דער) גוט⸗פונקציאָנירישער אויטיזם.

 

autism: low functioning autism

(דער) נידעריק⸗פונקציאָנירישער אויטיזם; (דער) שוואַך⸗פונקציאָנירישער אויטיזם.

 

autism spectrum

(דער) אויטיזם (\אָטיזם) ספּעקטרום.

 

autistic person

{בייגעוודיק:} (אַן\די\דער) אויטיסטישע(ר); (אַן\די\דער) אויטיזם⸗לײַדנדיקע(ר).

 

autocracy

(די) אויטאָקראַטיע (ל″ר: -ס); (די) זעלבסט⸗הערשאַפט (ל″ר: -ן).

 

autocrat

(דער) אויטאָקראַט (ל″ר: -ן);  (דער) זעלבסט⸗הערשער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) איינעראַליינעדיקער געוועלטיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

auto(-)hypnosis

(דער) זעלבסט⸗היפּנאָז; (דער) אָטאָהיפּנאָז.

 

automobile

(די) מאַשין [mashín] (ל″ר: -ען); (דער) אָטאָמאָביל \ אויטאָמאָביל [o(y)təməbíl] (ל″ר: -ן); (דער) אויטאָ [óyto] (ל″ר: -ס);

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער, וואָסאַמאָל מער:}

(דער\די) קאַַר (ל″ר: -ס; אויך: -ן).

 

automobile rental

{גיכער אין זין פון אַ ספּעציפישער פירמע:}

(די) מאַשין⸗דינגערײַ (ל″ר: -ען); (די) אָטאָמאָביל⸗דינגערײַ (ל″ר: -ען); {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער דער עיקר: קאַר⸗};

{גיכער אין זין פון אַזאַ מין מסחר צי געשעפט:}

(דאָס\דער) אויסדינגען מאַשינען (\אָטאָמאָבילן \אויסטאָס); (די) אָטאָמאָביל פאַרדינגונג; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער דער עיקר: „קאַר“ אָנשטאָט „מאַשין“ אָדער „אויטאָ(מאָביל“}.

 

autonomous

אויטאָנאָם; {אין מזרח:} אַווטאָנאָם.

 

autonomy

(די) אויטאָנאָמיע; {אין מזרח:} אַווטאָנאָמיע.

 

autopay

(די) אויטאָמאַטישע צאָלונג; באַשטימטע צאָלונג;

{מיט אַ קאַפּ הומאָר:} (דער) זעלבסט⸗צאָלער.

 

autumn (n.)

(דער) האַרבסט [harpst], דרומדיק אויך: [herpst] (צומאָל געשריבן טאַקע: הערבסט); (דער) אָסיען [ós-yən];

  {הערה אין מזרח אייראָפּע איז „האַרבסט“ מער ליטעראַריש (אָדער אַפילו פּאָעטיש), „אָסיען“ מער טאָגטעגלעך — אין מערב פּונקט פאַרקערט}.

 

autumnal; autumn (adj.)

האַרבסטיק [hárpstik]; אָסיענדיק [ósyəndik];

{הערה: אין מזרח אייראָפּע איז „האַרבסט“ מער ליטעראַריש (אָדער אַפילו פּאָעטיש), „אָסיען“ מער טאָגטעגלעך — אין מערב פּונקט פאַרקערט};

{פּאָעטיש}: חשוונדיק [khéshv(ə)ndik].

 

(.autumn: early autumn (adj

פרי⸗האַרבסטיק [frí-hàrpstik]; פרי⸗אָסיענדיק [frí-òsyəndik];

{ליטעראַריש, פּאָעטיש:} תשרידיק [tíshrədik].

 

(.autumn: late autumn (adj

שפּעט⸗האַרבסטיק [shpét-hàrpstik]; שפּעט⸗אָסיענדיק [shpét-òsyən-dik];

{ליטעראַריש, פּאָעטיש:} חשוונדיק [khéshv(ə)ndik].

 

Av (Jewish month)

אב [ov], דרומדיק: [u:f]: דער עלפטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער פינפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינטלעך אין יולי–אויגוסט, האָט דרײַסיק טעג; חודש פון טרויער⸗טאָג תשעה⸗באב [tíshəbov].

 

(av beth din (head of a rabbinical court

 (דער) אב בית⸗דין [àv-bézd(i)n]; {עמפאַטיש:} [áv|bézd(i)n].

 

availability (of a product, thing or service)

(די) פאַראַנענקײַט; (די) בנמצאדיקײַט [bənímtsə-dəkàyt]; (דאָס\דער) עצם בנמצא זײַן [étsəm|bənímtsə-zayn], דרומדיק: [éytsəm|bənímtsə-za:n].

 

availability (of a person)

(דאָס\דער) פרײַ זײַן; (דאָס\דער) האָבן די מעגלעכקײַט.

 

available (of a product, thing or service)

בנמצא [bənímtsə]; פאַראַן; פאַראַנען; צום באַקומען; צום קריגן

{אַ קאַפּ לומדיש:} במציאות [bəm(ə)tsíyəs].

 

available (of a person, e.g. for employment)

פרײַ (צודערצו \אויף אָנצונעמען די אַרבעט); בכח אָנצונעמען [bəkóyəkh], צפונדיק: [bəkéyəkh].

 

available: three positions are available

דרײַ שטעלעס (\פּאָזיציעס) זײַנען (\זענען) אָפן (\פרײַ).

 

available (of a person, e.g. at a certain time)

פרײַ;

{פראַזעס:} האָבן צײַט; האָבן אַ מעגלעכקײַט; קענען.

 

available (of a person, for marriage or personal relationship)

פרײַ; ני(ש)ט⸗צוגעבונדן; צום האָבן; צום באַקומען;

{הומאָריסטיש:} ני(ש)ט⸗פאַרפּלאָנטערט; אומגעלקחנט [ùm-gəlákkh(ə)nt], דרומדיק: [ìm-gəlákkh(ə)nt], אויך: [ùm-gəlátkh(ə)nt], דרומדיק: [ìm-gəlátkh(ə)nt].

 

available (for traditional Jewish marriage)

פרײַ צו דער חופּה [khúpə], דרומדיק: [khípə]; שטיין אין שידוכים [shədúkhəm], דרומדיק: [shədí:khəm];

{לומדיש:} ראוי לחופּה [ròyə-ləkhúpə], דרומדיק: [ròyə-ləkhípə], אויך: [rù:ə-ləkhípə].

 

available (for marriage)

ני(ש)ט חתונה געהאַט [khásənə]; ני(ש)ט פאַרהייראַט.

 

avatar

{בכלל:} (דער) אַוואַטאַר [avətár]; סימבאָלישע פיגור וואָס רעפּרעזענטירט אַ ברייטערע אידיי; מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ מוסטער פון אַ באַוועגונג, אידעאָלאָגע, תקופה אָדער אַנדער אַבסטראַקטן ברייטערן יש.

{הינדואיזם:} אַ מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר דאָ אויף דער וועלט אַ מוסטער בזעיר אנפּין פון אַ העכערן געטלעכן וועזן; (דער) רעליגיעזער משולח [relig(y)ézər m(ə)shúlekh], ל″נ (די) אַוואַטאַריטע [avətáritə]; רעליגיעזע משולחתטע [relig(y)ézə m(ə)shulákhəstə].

{אויפן עקראַן פון קאָמפּיוטערס, מאָבילנע טעלעפאָנען און אַנדערע מכשירימלעך:} מענטשעלעאיקאָן, בילדעלע — וואָס שטעלט מיט זיך פאָר, אויף גיך⸗גיכער דערקענונג, אַ ספּעציפישן באַנוצער.

 

avenge

נקמה נעמען (פאַר) [nəkómə], דרומדיק: [nəkúmə];

{לומדיש:} זיך נוקם זײַן (פאַר) [nóykəm-zayn], צפונדיק: [néykəm-zayn].

 

avenue

(דער\די) עוועניו (ל″ר: -ס);

  {הערה: בײַ טייל גייט „עוועניו“ אַרײַן אין דער קליינער סעריע וואו דער אַרטיקל איז „דער“ (ל″ז) אין נאָמינאַטיוו, און „דער“ נאָך אַ פּרעפּאָזיציע (דאַטיוו): „זי לעבט שוין לאַנג אויף דער פינפטער עוועניו, זי האַלט אַז דער פינפטער עוועניו איז פּראַכטפול“; פאַרגלײַכן „מדבר“, „ייוואָ“}.

 

(.average (n

(דער) דורכשניט (ל″ר: -ן).

 

(.average out (v

מאַכן אַ דורכשניט; אויסרעכענען דעם דורכשניט.

 

(.average (adj

מיטלדיק; דורכשניטלעך;

{פראַזע:} ני(ש)ט אַזוי אײַ⸗אײַ⸗אײַ.

 

aviation

(די) אַוויאַציע.

 

aviator

(דער) אַוויאַטאָר [àvyátər] (ל″ר: -ן [àvyatórn]; אויך: -ס).

 

avoid

אויסמײַדן (ל″ע: אויסגעמיטן; {דרומדיק דיאַלעקטיש אויך:} אויסגעמײַדט);

פאַרמײַדן (ל″ע: פאַרמיטן).

 

avoidance

(די) אויסמײַדונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרמײַדונג (ל″ע: -ען).

 

avoidance behavior

(די) אויסמײַד⸗פירונג (ל″ר: -ען); (די) אויסמײַדונגס⸗טבע [tévə], דרומדיק: [téyvə] (ל″ר: -ס);

די נטיה אויסמײַדן אַ שווערע סיטואַציע [n(ə)tíyə]; דער גאַנג אויסמײַדן.

 

avoidance: for the avoidance of doubt

(ס′)זאָל קיין ספק דערוועגן ני(ש)ט זײַן [sófək], דרומדיק: [súfək].

 

(Avoth (Aboth, Avot, Pirkei Avot, Mishnah Avot

{בייגעוודיק:} דער פּרק [dər-péyrək], דרומדיק: [dər-páyrək] („דאָס שטייט דאָך אין פּרק!“);

פּרקי אבות [pìrkə-óvəs], דרומדיק: [pìrkə-úvəs];

  {הערה: דער פאָרמעלער נאָמען „פּרקי אבות“ בלײַבט שיער ניט אומבאַנוצט אין לעבעדיקן לשון, מען נוצט מערניט: „דער פּרק“; נאָכמער, געבויגענערהייט בלײַבט „פּרק“ אַמאָפטסטן גענוצט אָן אַן אַרטיקל מעשה נאָמען ממש: „ס′שטייט אין פּרק…“; „אין די פּירושים אויף פּרק…“ וכדומה}.

 

avowed

אַליינדערקלערט; אויסגעשפּראָכן; אָפנבאַרלעך; פולמויליק;

{עמאָטיוו:} פאַרברענט;

{לומדיש, באַטאָנענדיק אַז דער מענטש לייקנט גאָרניט אָדאָס וואָס אַנדערע זײַנען נוטה לייקענען, נאָכמער יענער שרײַט עס אַרויסעט בפני כל עם ועדה:} מוסר⸗מודעהדיק [mòysər-mədó-ədik], דרומדיק: [mòysə(r)-mədú:-ədik]; צפונדיק: [mèysər-mədó(y)-ədik].

 

(.awake(n) (v. trans

אויפוועקן; וועקן; אַ וועק טאָן.

 

(awake (not asleep

וואַך;

{בײַ טייל:} אויף.

 

(aware (informed, cognizant that

{מיט רעפלעקסיוו⸗דאַטיוו:} באַקאַנט זײַן; („מיר איז באַקאַנט אַז…“); {אומרעפלעקסיוו:} באַקאַנט זײַן מיט דעם (אַז); („איך בין באַקאַנט מיט דעם, אַז…“);

אינפאָרמירט זײַן; באַוואוסטזיניק זײַן {בײַ טייל פּוריסטן אויך: וויסיק זײַן}.

 

(aware (wary, on alert

וואַכזאַם; אויף דער וואַך [àvdər-vákh], דרומדיק: [òvdə(r)-vákh]; וואַכיק.

 

aware: be aware of

וויסן וועגן (\פון); זײַן באַהאַוונט אין (דעם, אַז); געוואָר (\געוואויר, {דיאַלעקטיש}: געוואוירע) זײַן (אַז); באקאַנט זײַן מיט דעם אַז (\וואָס).

 

awareness

(די) באַוואוסטזיניקײַט {בײַ טייל פּוריסטן אויך: וויסיקײַט); (מײַן\דײַן וכו′) וויסן זײַן (אַז); (די) אינפאָרמירטקײַט;

{לומדיש:} (דאָס\דער) זײַן ביודעין [b(ə)yóydin], צפונדיק: [b(ə)yéydin].

 

awareness campaign

(די) אינפאָרמאַציע קאַמפּאַניע (ל″ר: -ס); (די) אַקציע — באַוואוסטזיניקײַט (ל″ר: אַקציעס);

{פראַזע:} אַ קאַַמפּאַניע, דער עולם זאָל באַוואוסטזיניק זײַן (\ווערן) [óyləm], צפונדיק: [éylom].

 

away

אַוועק; {אינטים; אומפאָרמעל:} אַוועקעט.

 

awe

(דער) יראת הכבוד [yìrəs-(h)akóvəd], דרומדיק: [yìrəs-(h)akúvət]; 

{דיאַלעקטיש:} (דער) אָפּשײַ.

 

Awesome! (interj.)

{בפרט בײַ חרדים אין אָט דעם זין:} מוראדיק! [móyrə-dik], צפונדיק: [méyrə-dik]; ג(ע)וואַלדיק!; {מיט איבעריקן טראָפּ אויפן ערשטן קאָנסאָנאַנט און דיפטאָנג:} פײַנע נײַעס!;

או⸗וואַ!; וואַ! [va:a:a]; אָהאָ! אײַ אײַ אײַ! [á-yáy-yáy]; אָט (האָסטע) אַ מעשה! [ót (hostə) a màysə];

{מיט גוזמאדיקײַט, אַז אַזאַ גרויסע זאַך איז שוין מסוכן:} געפערלעך! סכנותדיק! [sakónəzdik]; אַ שרעק!

{דווקא יידישלעך:} נסים ונפלאות! [nìsəmvənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés minashomáyəm]; די אַנדערע טעג יום⸗טוב! [yóntəf]; {אין ישיבהשן לשון צומאָל:} ממש! [máməsh].

 

awesome (adj.)

נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəm-vənifló(y)ə(s)dik]; אויסערגעוויינ(ט)לעךפאַנטאַסטישוואונדערלעך; {פראַזע:} וואונדער איבער וואונדער

 

awful

שרעקלעך; געפערלעך.

 

awful lot of

אָן אַ שיעור [ó|nashíyər], דרומדיק: [(ú:|nashí:yə(r]; (גאָר) אַ סך [asákh]; אַ גוזמא [agúzmə]; דרומדיק: [agízmə]; אַ ים מיט [yám];

{לומדיש:} אַ שלל מיט [ashlál].

 

awkward

{אין די מענטשלעכע באַציאונגען:} פּריקרע;

{אויך אין פיזישן זין:} אומגעלומפּערט [ùm-gəlúmpərt]; אויך: [úm-gəlùmpərt]; לעפּיש.

 

 

AWOL

פאַרשוואונדן אָן דערלויבעניש„אַוואָל“.

 

ax

(די) האַק (ל″ר: העק).

 

axiom

(דער) אַקסיאָם [aksyóm] (ל″ר: -ען); (דער) פּאָסטולאַט [pòstulát] (ל″ר: -ן); אַן אָנגענומענע אמתדיקײַט [éməz-dəkàyt]; 

{לומדיש:} (די\דער) הווה⸗אמינא [havəmínə] (ל″ר: -ס); 

 

axiomatic

אַקסיאָמאַטיש; זעלבסטפאַרשטענדלעך; אָנגענומען פאַר קלאָר (פון זיך אַליין); פּשוט⸗קלאָר פאַר⸗זיך;

{לומדיש:} אַפּשיטא (שוין) אַז [apshí:tə].

 

Axis powers

די אַקסיס⸗לענדער (ל″ר); די מאַכטן אינעם היטלעריסטישן פאַרבאַנד.

 

axle

(דער\די) אַקס (ל″ר: -ן).

 

 ayin

ע: (עין, עַיִן) [áyən] — דער זעכצעטער אות פון יידישן אלף⸗בית וואָס צייכנט אָפּ דעם באַטאָנטן וואָקאַל [e] (טעכנישער פאָנעטישער סימבאָל [ε]) אין דער פאָנעטישער סיסטעם פון יידישן אויסלייג, למשל „עפּל“, „פרעגן“, „קופּע“ (זעלטן סוף וואָרט, אַז מ′זאָל טרעפן אַ באַטאָנטן עין). עין מאַכט זיבעציק (70) אין דער סיסטעם יידישע נומעראַציע.

   אין די דרומדיקע דיאַלעקטן צעטיילט זיך אָבער דער באַטאָנטער עין אין צווייערליי קלאַנגען געווענדט אָנעם וואָרט און זײַן געשיכטע: דער קורצער [e] און דער לאַנגער, וואָס ווערט פאַקטיש פאַרוואַנדלט אינעם דיפטאָנג [ey], אַזויאַרומעט, אין דרום, אַז דער רבים פון אַ בעט (צום שלאָפן) איז: „בעטן“ [bétn], בשעת ווען מען גייט „בעטן“ [béytn] אַ טובה. בײַם צפונדיקן ליטוואַק איז דאָ מערניט איין קלאַנג. אין דרומדיקן יידיש, ווייס פּשוט דער וואָס רעדט נאַטירלעך אַוועלכן. דאָס איז אגב דאָס אייגענע בײַ אַלטע יידישע ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם אויך, כאָטש דאָרטן שרײַבן זיך די ווערטער היסטאָריש עטימאָלאָגיש, ניט פאָנעטיש. דער [e] קלאַנג אין דרום איז למשל קורץ אין „אמת“ און „היתר“, און פאַרקערט לאַנג אין „בגד“ און „חסד“. אין טייל פון אוקראַינישן יידיש, אין וואָלין איז געווען אַן אונטערדיאַלעקט פון יידיש אַוואו דער לאַנגער וואַריאַנט פונעם באַטאָנטן עין איז גאָר אַריבער אויף [i], למשל [klípm] אויף „קלעפּן“, [tívə] אויף „טבע“. פון אָט די „חיריק יידן“ (אָדער: „וואָס ריידן אויפן חיריק“), איז שיער ניט קיין שריד ופליט בײַ הײַנטיקן טאָג ניט פאַרבליבן.

   ניט⸗באַטאָנטערהייט איז דער עין אַ צייכן אויף אַן אומבאַטאָנטן שווא⸗מעסיקן וואָקאַל, וואָס מען טראַנסקריבירט מיט אַ שווא (ə); פאַקטיש אָבער איז פאַראַן אַ גאַנצער גאַנג פון פאָנעטישע רעאַליזאַציעס, בתוכם אַזעלכע וואָס נייגן צו [i], למשל אין: „בוידעם“, „שלום“ אין טייל דיאַלעקטן, אָדער צו [a] וואו⸗ניט⸗וואו, למשל אין די לשון⸗רבימדיקע ענדונגען פון צווייטן דימינוטיוו, אַשטייגער: „פייגעלעך“, „שטעטעלעך“.

   אין ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, קען מען טרעפן געשריבענע עינס וואָס שטעלן מיט זיך פאָר גאָר פאַרשיידענע פאָנעטישע גלגולים, אַשטייגער: „עסק“ [éysək]; „כעס“ [ká(ə)s]; „בנעימות“ [bin(ə)íməs]; טענה [táynə] און נאָך וואָס האָבן ניט קיין שייכות מיטן אַרויסרייד פונעם עין פון דער  פ אָ נ ע ט י ש ע ר  סיסטעם וואָס גילט אומעטום אויסער בײַ דער לעקסיק וואָס שטאַמט פון לשון⸗קודש און אַראַמיש, וואָס אין דיאָ שפּראַכן איז דער עין גאָר געווען אַ סעמיטישער קאָנסאָנאַנט וואָס איז לאַנג פאַרפאַלן געוואָרן.

 

 Azov Sea

(דער) אַזאָוו⸗ים [azóv-yàm];

{נאָך דער ערשטער אָנרופונג, אויך:} דער אַזאָוו.

 


English-Yiddish Dictionary

B

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z

ABBREVIATIONS AND SYMBOLS


 

 B

(דער) בע (צווייטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:bi].

 

(Baal Shem Tov (1700-1760

{היימיש:} דער בעל שם טוב [dər|bal-shém-tòv]; דער בעש″ט [dər|bésht]; {ווייניקער היימיש, מער אַקאַדעמיש:} ר′ ישראל (דער) בעל שם טוב [yisró(ə)l], דרומדיק: [yisrú:(ə)l], צפונדיק: [isró(ə)l];

געבאָרן: אָקאָפּ; געשטאָרבן: מעזשיבוזש.

 

babble (v.)

פּלוידערן; פּלאַפּלען; באָלבען; ברײַען;

{דיאַלעקטיש:} באַטשקען; באַלאַבאָטשען; באַלאַבעטשען; באַלאַקען; באָלטײַען; בעלעמעקען; גאַווענדזען; דורען; טשאַדען; לעפּעטשען; מאָטלען; פּלוישן; פּליעטשען; קוואַטשען;

{פראַזעס:} האַקן אַ טשײַניקריידן (\רעדן) אונטער דער צונג; דולן אַ קאָפּ; ני(ש)ט ריידן (\רעדן) צו דער זאַך.

 

babbling (n.)

(די\דאָס) פּלאַפּלערײַ; (די\דאָס) פּלוידערײַ; (די\דאָס) באָלבערײַ; (די\דאָס) מעקערײַ; (די\דאָס) ברײַערײַ.

 

baby

(דאָס \ לויטן מין פון קינד: די\דער): עופעלע [óyfələ], צפונדיק: [éyfalə];

(דאָס) פּיצלס, (דאָס) קליינטשיקס;

{בייגעוודיק:} (די\דער) קליינטשיקע(ר);

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} בעבי (\בעיבי \בייבי);

  {הערה: אַ סברא אַז אין חרדישן לשון איז גובר די שרײַבונג „בעבי“; ווי ס′איז נאַטירלעך אין די דרומדיקע דיאַלעקטן, ווערט דער באַטאָנטער עין במילא אָפטמאָל אַרויסגערעדט [ey], עלעהיי אין „געבן“, „לעבן“ — צי אין „בגד“ און „חסד“. די דרומדיקע דיאַלעקטן היטן אויף דעם חילוק צווישן צוויי היסטאָרישע וואָקאַלן, דעם אוניווערסאַל קורצן [e] (בכתב הלינגוויסטן: [ε], בײַ יידישע פילאָלאָגן וואָקאַל 21), למשל אין „(אויס)בעטן (אַ בעט)“ קענגאיבער די איינסן פון האָבן אַדורכגעמאַכט די פריאיקע פאַרלענגערונג אין באַטאָנטע אָפענע טראַפן, אויף [:e] צי [ei]; וואָקאַל 25, למשל אין „בעטן (אַ טובה)“. דאָס קען צומאָל טשיקאַווע זײַן די וועלכע האָבן זיך אויסגעלערנט דעם אָפיציעלן כלל יידיש (אַוואו ס′איז אַלץ דער זעלביקער [ε]), און קענען ניט אַלץ תיכף תופס זײַן אין דער שפּרודלדיק⸗לעבעדיקער וועלט פון חרדישע פּובליקאַציעס. אָט דער ענין איז שייך צו אַ סעריע ווערטער, בתוכם למשל די וואַריאַציע „נעווי“ ∼ „נעיווי“ אויף ′ים⸗פלאָט′. אין סביבות וואו עס גילט ניט דער שרײַב⸗סימן „ײַ“ (פּתח צוויי יודן) מײַדט מען געוויינטלעך אויס צוויי יודן סתם אויף פרעמדווערטער; די צוויי יודן שטעלן מיט זיך פאָר אין די דרומדיקע דיאַלעקטן סײַ [ay] און סײַ [:a], עלעהיי „(איך) וויין“ [vayn] ∼ „אַ גלעזעלע וויין“ [va:n] (להיפּוך צום פּאַראַלעלן צפונדיקן קאָנטראַסט: „(איך) וויין“ [veyn] ∼ „אַ גלעזעלע וויין“ [vayn]. דערפאַר טאַקע זײַנען מיט העכער הונדערט יאָר צוריק געוואָרן פּאָפּולער די אוניווערסאליסטישע שרײַבונגען „עי“ און „אַי“ אָדאָרטן וואו דער אַרויסרייד איז היינו הך בײַם גאַנצן עולם און בײַ וועלכע מ′קען קיין טעות ניט האָבן. אַ סברא אַז די פאַרשיידנאַרטיקע אידיש⸗יידישע וועלטן וואָלטן זיך געקענט אַזוי צו זאָגן „דערריידן“ מכח דעם סײַ ניצלעכן סײַ פּאָפּולערן באַנוץ פון „עי“ און „אַי“ — בעיבי, לעידי, נעיווי; איסט סאַיד, ראַיקערס אַילענד…}.

 

(Baby! (endearing to a woman

מיידעלע!; מיידל מײַנס!, דרומדיק: [máydl-má:ns]; צפונדיק: מיידל מײַנע [méydl-máynə].

 

baby bottle

(דאָס\די) (זייג⸗)פלעשעלע (ל″ר: -ך).

 

baby girl naming ceremony

(דער) האָלעקרייש {מנהג פון עלטערן אשכנז, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט אין פאַרשיידענע קרײַזן}.

 

baby carriage

(דאָס\די) וועגעלע (ל″ר: -ך).

{אַוואו מ′דאַרף ווײַטער מפרט זײַן:} (דאָס\די) קינדער⸗וועגעלע (ל″ר: -עך).

 

baby blanket

(די) קינדישע קאָלדרע (ל″ר: -ס); (דאָס\די) קאָלדרעלע; (דער) קאָציק (ל″ר: -ס).

 

baby boom period

(די) בומער⸗תקופה [búmər-tkùfə], דרומדיק: [búmər-t(ə)kì:fə].

 

baby boomer

(דער) בומער (ל″ר: ø; אויך: -ס); (דער) בייבי⸗בומער;

{פראַזע:} פונעם „בייבי⸗בומער“ דור [dor].

 

baby boomer generation

(דער) בומער⸗דור; (דער) דור פון (די) בומער(ס).

 

baby clothes

(די) קינדישע מלבושים [malbúshəm], דרומדיק: [malbí:shəm] (ל″ר); (די) קינדישע קליידער (ל″ר).

 

baby food

(די) קינדישע מאכלים [ma(y)khóləm], דרומדיק: [ma:khú:ləm] (ל″ר; ל″י: אַ קינדישער מאכל).

 

baby sitter → babysitter 

 

(Babylon (/Babylonia

{סײַ וועגן שטאָט און וועגן לאַנד:} בבל [bóvl], דרומדיק: [búvl];

{דווקא וועגן לאַנד בבל, דער עיקר אין תנ″כישע צײַטן:} ארץ בבל [èrəts-bóvl], דרומדיק: [èyrəts-búvl]; {מער עמפאַטיש:} [érəts|bóvl], דרומדיק: [éyrəts|búvl];

{אַקאַדעמיש, אַז מען וויל דווקא ריידן אויך אויסער אַ טראַדיציאָנעל יידישער ראַם:} באַבילאָניע.

 

Babylonian (n.) (person)

{בייגעוודיק:} (די\דער) בבלישע(ר) [(bávlishə(r];

…פון בבל [fun-bóvl], דרומדיק: [fin-búvl].

 

Babylonian (adj.)

בבליש [bóvlish], דרומדיק: [búvlish].

 

Babylonian Talmud → Talmud

(דער) בבלי [bávli], אויך: [bávlə];

{מער פאָרמעל:} (דער) תלמוד בבלי [tàlmud-bávli], דרומדיק: [tàlmid-bávli];

{דווקא אַקאַדעמיש און ניט טראַדיציאָנעל יידישלעך:} (דער) באַבילאָנישער תלמוד.

 

babysitter

(דער) קינד⸗היטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) קינד⸗היטערין (ל″ר: -ס), {מער היימיש:} (די) קינד⸗היטערקע (ל″ר: -ס);

{מער היימיש, צומאָל מיט אַ קאַפּ ביטול:}

(דער) קינד⸗קוקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) קינד⸗קוקערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) קינד⸗קוקערקע (ל″ר: -ס).

 

babysitting

{אַלץ פאַך:} (די) קינד⸗היטונג;

{צי אַלץ פאַך צי אַלץ אַקטיוויטעט:} (די\דאָס) קינד⸗היטערײַ;

{מער היימיש, צומאָל מיט אַ קאַפּ ביטול:}

(די) קינד⸗קוקונג;{אומפאָרמעל, צומאָל מיט נאָכמער ביטול:} (די\דאָס) קינד⸗קוקערײַ; {גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) קינד⸗קוקעניש.

 

bachelor

(דער) בחור [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r], ל″נ: (די) בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhə(r)-tə] (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} אַ ני(ש)ט חתונה⸗געהאַטע(ר);

{מיטן באַדײַט אַז דער מענטש האָט ניט מצליח געווען חתונה האָבן און האָט פאַרשפּילט:}

{בייגעוודיק:} אַ פאַרזעסענע(ר);

אַן אַלטער בחור; אַן אַלטער באָק, ל″נ: אַן אַלטע מויד; אַן אַלטע מאַד.

 

bachelor degree

(דער) ערשטער (אוניווערסיטעטישער) דיפּלאָם (ל″ר: -ען); (דער) באַקאַלאָרעאַט (ל″ר: -ן); (דער) באַקאַלאַווער (ל″ר: -ס); (דער) בע⸗אַ; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) בי⸗איי (אויך: בי⸗עי).

 

bachelor of arts degree

(דער) ערשטער (הומאַניסטיק) דיפּלאָם (ל″ר: -ען); (דער) דיפּלאָם פון (אוניווערסיטעטישער) הומאַניסטיק; (דער) באַקאַלאָרעאַט (ל″ר: -ן); (דער) באַקאַלאַווער (ל″ר: -ס); (דער) בע⸗אַ; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) בי⸗איי (אויך: בי⸗עי).

 

bachelor of science degree

(דער) ערשטער (וויסנשאַפטס⸗) דיפּלאָם (ל″ר: -ען); (דער) דיפּלאָם פון (אוניווערסיטעטישע) וויסנשאַפטן; (דער) באַקאַלאָרעאַט פון וויסנשאַפט (ל″ר: -ן); (דער) באַקאַלאַווער פון וויסנשאַפטן (ל″ר: -ס); (דער) בע⸗עס.

 

bachelor party

(די) לעצטע (בחורשע) הוליאַנקע [bókhərshə], דרומדיק: [búkhərshə] (ל″ר: -ס);

{מיט גוטמוטיקן (כאָטש צומאָל בײַסנדיקן) הומאָר:} דעם חתנס לעצטע שמחה [dem-khósnz|létstə|símkhə], דרומדיק: [dem-khú:sns|létstə|símkhə];

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (די) „באַטשלער פּאַרטי“ (ל″ר: -ס).

 

bachelor: an old bachelor

אַן אַלטער בחור [análtər|bókhər], דרומדיק: [(análtə(r)|búkhə(r] (ל″ר: אַלטע בחורים [àltə|bókhərəm], דרומדיק: [àltə|bókhərəm]; אויך: [àltə|bakhúrəm], דרומדיק: [àltə|bakhí:(y)rəm];

ל″נ {זעלטן}: אַן אַלטע בחורטע [análtə|bókhər-tə], דרומדיק: [análtə|búkhə(r)-tə] (ל″ר: -ס).

{בייגעוודיק, טראַדיציאָנעל, בדרך כלל מיט רחמנות:} אַ פאַרזעסענע(ר).

 

bachelorette

(די) בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhər-tə] (ל″ר: -ס); (די) פרײַלין (ל″ר: -ס);

{ביגעוודיק:} (די) יונגע ני(ש)ט חתונה⸗געהאַטע [khásənə]; 

{טראַדיציאָנעלע באַגריפן:}

(די) כלה⸗מויד [kálə-mòyd], דרומדיק: [kálə-mò:(u)(ə)t] (ל″ר: -ן); {עמאָטיוו:} (די) כלה⸗מאַד (ל″ר: -ן);

אַ מיידל אין די יאָרן; אַ מאַד (\מויד \מיידל) אין די חופּה⸗יאָרן [khúpə], דרומדיק: [khípə];

{טראַדיציאָנעלע טערמינען אויף אַ בחורטע פון העכערן עלטער:}

אַן אַלטע מויד (\מאַד) (ל″ר: -ן); {פאַראיידלט:} אַן עלטערע בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhər-tə] (ל″ר: -ס); 

{בייגעוודיק:} אַ פאַרזעסענע.

 

bachelorhood

{מאָדערן אוניווערסאַליסטיש:}

(די) ני(ש)ט⸗חתונה⸗געהאַט⸗שאַפט [khásənə]; (דער) סטאַטוס אַלץ ני(ש)ט חתונה⸗געהאַטע(ר);

(די) בחורשאַפט [bókhər-shàft], דרומדיק: [búkhə(r)-shàft], ל″נ: (די) בחורטעשאַפט [bókhərtə-shàft], דרומדיק: [búkhərtə-shàft];

{גענייגט צו מער טראַדיציאָנעלע באַגריפן:}

{אָפטער וועגן אַ פרוי, אין טייל דיאַלעקטן בלויז וועגן אַ פרוי:} (די) פאַרזעסנקײַט; (די) פאַרזעסנשאַפט; (דאָס\דער) פאַרזיצן; (דאָס\דער) פאַרזעסן ווערן;

{וועגן אַ מאַנסביל:} (די) אַלטערבחורשאַפט [àltər-bókhər-shaft], דרומדיק: [àltə(r)-búkhə(r)-shaft];

{וועגן אַ פרוי:} (די) אַלטעמוידשאַפט (\אַלטעמאַדשאַפט).

 

(.back (n

(דער) רוקן (ל″ר: -ס);

  {הערה: אין טייל דיאַלעקטן גילט „(די) פּלייצע“, וואָס איז אָבער ניט קלאָר מחמת אַנדערשוואו איז „פּלייצע“ טײַטש: „(דער) אַקסל“}.

 

back (adj. (rear)

הינטערשטע(ר); הינטער⸗.

 

(.back (adv

צוריק [tsərík];

{דיאַלעקטיש און אַרכעאיש, אָבער אויפגעלעבט דאָ און דאָרטן אויף שפּראַכיק⸗דיאַלעקטישער אויטענטישקײַט און אויף אַ ליטעראַרישער שטימונג:} קאַריק [karík], קעריק [kərík], קריק.

 

Back (keyboard command)

צוריק; אויף צוריק.

 

back alley

(דאָס\די) הינטערגעסל (ל″ר: -עך);

{דער עיקר אין מזרח⸗אייראָפּעאישע שטעט, אַנדערשוואו עמאָטיוו:} (דער) זאַוואוליק (ל″ר: זאַוואולקעס; אויך: -עס).

 

back and forth (extended conversation)

אַ פאַרלענגערטער שמועס (ל″ר: -ן); אַן אַקטיווער צווייזײַטיקער שמועס

{פראַזע:} מ′האָט גערעדט און געהערט, גערעדט און געהערט.

 

back away (v.)

צוריקטרעטן; זיך אָפּטרעטן; זיך אָפּרוקן; זיך אַוועקרוקן (אויף הינטערווײַלעכץ);

{מער פיגוראַטיוו:} זיך צוריקציען; אָפּלאָזן; צורולאָזן.

 

Back away!

טשעפּע(ט) זיך אָפּ(עט)!; לאָז(ט) אָפּ(עט)!;

{מער עמאָטיוו:} טרייסל(ט) זיך אָפּ(עט)!.

 

back burner: put on the back burner

אָפּלייגן (אויפן אלף הששי [afn-éləf|(h)ashíshə], דרומדיק: [ofn-éyləf|(h)ashíshə]);

{פאַרלינדערט:} פאַררוקן אויף להבא [af-ləhábə], דרומדיק: [of-ləhábə];

{נאָכמער פאַרלינדערט:} אַראָפּנעמען פון איצטיקן סדר היום [sèydər-(h)ayóm], דרומדיק: [sàydə(r)-(h)ayóm].

 

back door

(די) הינטערשטע טיר (ל″ר: -ן);

{מיט הומאָר, וועגן דער צווייטער טיר (אַשטייגער פון קיך, אינעם תחום המושב) וואָס פירט אויף די טרעפּ אויפן הויף להיפּוך צו דער פּאַראַדנער טיר וואָס פירט צו די טרעפּ אין גאַס אַרײַן, אין קלאַסישע דירות אין פאַרשיידענע שטעט}: די שוואַרצע טיר; {טאָמער פיגוראַטיוו אויך:} די שוואַרצע טרעפּ (ל″ר).

 

back formation (ling.)

{וועגן פּראָצעס:} (די) צוריק⸗פורעמונג (ל″ר: -ען); (די) קריק⸗פורעמונג (ל″ר: -ען);

{וועגן אַ קאָנקרעטן איינס:} (די) צוריק⸗פאָרמע (ל″ר: -ס); (די) קריק⸗פאָרמע (ל″ר: -ס).

 

back home

אין דער אַלטער (\אַמאָליקער) היים; אין די אַמאָליקע יאָרן (בײַ זיך) אין דער היים;

{אַוואו ס′רעדט זיך מער וועגן צײַט איידער אָרט:} בײַ זיך (בײַ טאַטע⸗מאַמע).

 

back issue

אַ פריערדיקער נומער (ל″ר: -ן); אַן אַמאָליקער נומער (ל″ר: -ן).

 

back out (withdraw from)

זיך צוריקציען (ל″ע: צוריקגעצויגן; {דיאַלעקטיש:} צוריקגעציט); האָבן חרטה [kharótə], דרומדיק: [kharú:tə];

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} זיך איבערלייגן; {לומדיש:} זיך מיישב זײַן [myáshəv-zayn]; האָבן אַ ישוב הדעת [ayìshəv-(h)adá(ə)s].

 

back out (move vehicle backwards)

אַוועק אויף צוריק; אויף צוריק (פירן די מאַשין).

 

back order (n.)

(די) פאַרבליבענע באַשטעלונג (ל″ר: -ען).

 

back order (v.)

באַשטעלן אויף שפּעטער.

 

back out (v.)

זיך צוריקציען;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; עמאָטיוו:} האָבן חרטה [kharótə], דרומדיק: [kharú:tə].

 

back up (n.) (safety copy)

(די) מאַלע⸗וואָס קאָפּיע (ל″ר: -ס); (דער) בעק⸗אָפּ (ל″ר: -ס; אויך: -ן).

 

back up (v.) (support, confirm)

באַשטעטיקן; (קומען) אונטערשטיצן; אונטערשפּאַרן.

 

back pay

(די) ני(ש)ט⸗דערצאָלטע שכירות [skhíyrəs].

 

back pocket

(די) הינטערשטע קעשענע (ל″ר: -ס);

{אזהרה: בשעת ווען אויף ענגליש זײַנען קאָנסטרוקציאָס מיט „תחת“ (אַלץ לײַ⸗וואָרט) צומאָל קיוטיש⸗חבריש, איז דער באַנוץ פונעם וואָרט אויף יידיש בפירוש וואולגאַריש, און פּאַסיק דעמאָלט אַז מ′איז טאַקע אויסן אויסדריקן וואולגאַרישקײַט, ווי ס′קען זיך מאַכן}.

 

back road

(דער\די) הינטערוועג (ל″ר: -ן).

 

back taxes

(די) שולדיק געבליבענע שטײַערן; (די) ני(ש)ט⸗דערצאָלטע שטײַערן.

 

back then

אין (\צו) יענע צײַטן (\יאָרן); דעמאָלט;

{דיאַלעקטיש, אַלע לעבהאַפטיק גענוצט אויף אַ היימיש⸗וואַרעמען סטיל:} דאַמאָלס(ט); דעמלט; דענסטמאָל (\דענצמאָל) יעמאָלט; יעמלט.

 

back to back (one after another)

איינער נאָכן אַנדערן (\צווייטן), ל″נ: איינע נאָך דער אַנדערער (\צווייטער), ט″ט: איינס נאָכן אַנדערן (\צווייטן);

אין אַ נאָכאַנאַנדיקער סעריע; נאָכאַנאַנד אָן איבעררײַסן.

 

back vowel (ling.)

(דער) הינטערשטער וואָקאַל (ל″ר: -ן); (דער) הינטער⸗וואָקאַל (ל″ר: -ן).

 

back: behind one’s back

הינטער די אויגן; גניבהדיק ני(ש)ט אויסזאָגנדיק [g(ə)néyvə-dik], דרומדיק: [g(ə)náyvə-dik].

 

back: Come back soon!

קומ(ט) באַלד צוריק;

{טאָמער וועגן אַ (לענגערער) רײַזע ממש:} קומ(ט) צוריק בקרוב [bəkórəv], דרומדיק: [bəkúrəf] (\אינגיכן).

 

back: Get off my back!

לאָזט מיך (\מיר) צורו!; לאָז(ט) אָפּ(עט)!;

טשעפּע(ט) זיך אָפּ(עט)!; לאָז(ט) אָפּ(עט)!;

{מער עמאָטיוו:} טרייסל(ט) זיך אָפּ(עט)!;

{פראַזעס:} גענוג שוין!; אַוויפל קען מען?; גיי(ט) געזונטערהייט!.

 

back: I’ll be back soon

איך קום שוין (\באַלד) צוריק;

{טאָמער וועגן אַ (לענגערער) רײַזע ממש:} איך קום צוריק (\איכ′ל צוריקקומען) בקרוב [bəkórəv], דרומדיק: [bəkúrəf].

 

back: Let him go back where he belongs!

זאָל ער זיך אומקערן (\זאָל ער צוריק) אָדאָרטן (\אַהין) וואו ער געהערט (\וואו ער באַדאַרף צו זײַן)!

{שמועסשפּראַכיק עמאָטיוו:} נאַזאַט! (אויך: נאַזאַד) [nazát].

 

!back: Let’s go back

(לאָמיר גיין) אויף צוריק!; (דיאַלעקטיש:} אויף קאַריק!; אומקערן זיך!;

{שפּאַסיק:} השיבנו נאַזאַט! [hashivéynu|nazát], דרומדיק: [h)ashiváyni:-nazát)] {געשריבן אויך: …נאַזאַד}.

 

back: sit in the back

זיצן פון הינטן.

 

backache

(דער) רוקנווייטיק (אויך: רוקנווייטאָג) (ל″ר: -ן).

{הערה: היות ווי „פּלייצע“ איז אין טייל דיאַלעקטן טײַטש ′אַקסל′ (ניט ′רוקן′), איז כדאי זיך האַלטן בײַם איינטײַטשיקן „רוקנווייטיק“}.

 

backbeat

(דער) ווײַטער טאַקט (ל″ר: -ן); (דער) ווײַט⸗טאַקט (ל″ר: -ן).

be

backbiting

(די) רכילות מיט אינטריגעס [rəkhíləs] (ל″ר); (די) מאַכאַרײַקעס מיטן לשון הרע [lòshn-hórə], דרומדיק: [lù:shn-(h)ú:rə] (ל″ר); די אינריגעס מיט די דריידעלעך; די מאַכאַרײַקעס מיט די דריידעלעך.

 

backbone

(די) שדרה [shédrə] (ל″ר: שדרות); (דער) רוקנביין (ל″ר: -ער).

 

backbone: be the backbone (of entity, organization etc)

זײַן דער פונדאַמענט [fundámənt]; זײַן דער זײַל (\דער צענטראַלער אָנשפּאַר);

{לומדיש:} זײַן דער אבן יסוד [èvn-yəsód], דרומדיק: [èyvn-yəsót].

 

(.backbone: has no backbone (fig

פּחדניש [paghdónish], דרומדיק: [paghdú:nish]; פּחדנותדיק [paghdónəzdik], דרומדיק: [paghdú:nəzdik]; מוטלאָז; טרוסעוואַטע;

{אינטעליגענטיש (צומאָל מיט אַ הומאָריסטישן וואונק:} אָנשדרהדיק [ón|shédrə-dik]; {מיט אַ שאַרפערן קנייטש:} שדרהלאָז [shédrə-loz].

{סלענגיש וואולגאַריש:} האָט ניט קיין בצים [béytsəm], דרומדיק: [báytsəm].

 

backbreaking work

(דער\די) עבודת פּרך [avòydəs-pérəkh], דרומדיק: [avòydəs-péyrəkh], צפונדיק: [avèydəs-pérəkh].

 

backdate

צוריקדאַטירן; דאַטירן מיט אַ פריערדיקער דאַטע.

 

backdrop

(דער) הינטערגרונט (ל″ר: -ן); (די) הינטערשטע סצענע (ל″ר: -ס).

 

backer

(דער) (אונטער)שטיצער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); 

{אַ קאַפּ פיגוראַטיוויזירט:} (דער) אונטערשפּאַרער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

{לומדיש:} (דער) תומך [tóyməkh], צפונדיק: [téyməkh] (ל″ר: תומכים [tómkhəm]).

 

backfire (n.) (fig.)

(דער) פאַרקערטער אויסלאָז (ל″ר: -ן) (\רעזולטאַט, ל″ר: -ן).

 

backfire (v.) (fig.)

זיך אויסלאָזן פּונקט פאַרקערט (\קאַפּויער); דורכפאַלן אינגאַנצן (און זיך אויסלאָזן פאַרקערט);

{לומדיש:} פירן צום היפּוך ממש [héypəkh|máməsh], דרומדיק: [háypəkh|máməsh].

 

background

(דער) הינטערגרונט;

{פיגוראַטיוו, אויך:}

 (דער) קאָנטעקסט

{אין זין פון די פריערדיקע שטאַפּלען פון אַוואָס ניט⸗איז:}

די (פריערדיקע) געשיכטע; (די) פאָרגעשיכטע

{אין זין פון דער פראַגע, פון וואַנעט שטאַמט אָפּעט אַוואָס⸗ניט⸗איז:}

(דער) אָפּשטאַם; (דער) שורש (פון אַ זאַך\מענטשן) [shóyrəsh], צפונדיק: [shéyrəsh];

{לומדיש:} די שרשים [shəróshəm], דרומדיק: [shərú:shəm] (ל″ר).

 

background check

(די) פּערזענלעכע אונטערזוכונג; (די) פאַרגאַנגעננהײַטס⸗נאָכקוקונג (ל″ר: -ען); (די) הינטערגרונט⸗קאָנטראָלירונג (ל″ר: -ען); (די) אויספאָרשונג פונעם הינטערגרונט;

{ווי אַן אַמעריקאַנער פּרט⸗באַגריף, צי מיט אַ קאַפּ הומאָר:} (דער) בעקראַונד טשעק (ל″ר: -ס; אויך: -ן).

 

background radiation

(די) הינטערגרונט⸗ראַדיאַציע; (די) הינטערגרונט⸗ראַדיאירונג (ל″ר: -ען).

 

backhanded compliment

(דער) לינקער קאָמפּלימענט (ל″ר: -ן).

 

backing (support)

(די) אונטערשטיצונג; (די) שטיצע; (די) אונטערהאַלטונג;

{לומדיש:} (די) תמיכה [tmíkhə].

 

backing (material)

(דער) אונטערלאָג; (די) אונטערלייגעכץ; (דער) אונטערשלאַק.

 

backlash

(דער) קעגנקלאַפּ (ל″ר: קעגנקלעפּ); (דער) צוריקשלאָג (ל″ר: -ן); (דער) קעגנרוף (ל″ר: -ן);

(דער) שאַרף⸗רעאַקציע קלאַפּ (ל″ר: קלעפּ).

 

backless (chair etc)

רוקנלאָז.

 

backlog

(אָדאָס) (אַלץ) וואָס האָט זיך אָנגעקליבן; (דאָס) אָנגעקליבענע; (די) אָנגעקליבענע (ל″ר).

{מיט פאַרדרוס צי ביטול:} (די\דאָס) אָנקלײַבעכץ (ל″ר: -ן; אויך: -ער); (די\דאָס) אָנזאַמלעכץ (ל″ר: -ן; אויך: -ער).

 

backslide (v.)

צוריק צום שלעכטן; ווידער אַרײַנפאַלן אין ני(ש)ט⸗גוטס;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט}: געשרויכלט ווערן; {אַ קאַפּ לומדיש:} נכשל ווערן [níkhsh(ə)l].

 

Backspace (keyboard command)

צוריק; אויף צוריק.

 

backpack

(דער) רוקזאַק (ל″ר: רוקזעק); (דער) פּלייצע⸗זאַק (ל″ר: ⸗זעק).

 

backside (n.) (behind)

(דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [híntə(r)-khàylik]; (דער) הינטן; (דער\דאָס) געזעס;

{לס″נ:} (דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(úkhə(r];

{מיט אַ צוגעגעבענעם הומאָר:}

(די) אחוריים [akhəráyəm] (ל″ר {בעצם דער אַמאָליקער לשון⸗קודשדיקער דואַל, עלעהיי אין „ידיים“, „רגליים“});

{וואולגאַריש:}

(דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [túkhəs] (ל″ר: תחתער [tékhsər], דרומדיק: [(téykhəsə(r]);

{אייפעמיסטיש, בשעת מעשה הומאָריסטיש:}

(דער) פּרשדון [párzhd(ə)n] (ל″ר: פּרשדונים [parzhdóynəm], צפונדיק: [parzhdéynəm]) (< שופטים ג′: כ″ד);

{סלענגיש; אויך סעקסועל צי אינטים צי וועגן אַ קליין קינד:}

(דאָס\דער) תחתל [tékhəsl], דרומדיק: [téykhəsl] (ל″ר: -עך).

 

(.backstab (v

שטעכן אין רוקן אַרײַן; דערשטעכן מיטן מעסער אין רוקן (ל″ע: דערשטאָכן); אַרײַנרוקן הינטערווײַלעכץ דעם מעסער.

 

backstabber

(דער) רוקנשטעכער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) רוקנשטעכערין (ל″ר: -ס).

 

(.backstabbing (n

(די) גאָרגלשנײַדערײַ; (די) רוקן⸗שטעכערײַ.

 

backstop

{פיגוראַטיוו, אַז ס′גייט די רייד וועגן מאַכן אַ באַלדיקן סוף צו אַ⸗וואָס⸗ניט⸗איז:} (מאַכן אַן) עד⸗כאן [àt-kán]; {עמאָטיוו:} זאָגן דיינו [zògn|dayéynu], דרומדיק: [zùgn|dayáyni:] (′וואָלט אונדז גענוג געווען′ פונעם פּסחדיקן ליד פון דער הגדה);

{מעכאַניש:} (דער) אָפּהאַלטער (ל″ר: -ס);

{וועגן בריטישן „ברעקסיט“:} דער אָפּהאַלט⸗הסכם; (דער) „בעקסטאָפּ“.

 

backstroke (swimming)

(דער) רוקן⸗שווים (ל″ר: -ען).

 

backtrack (on views held)

זיך איבערלייגן (אויף פאַרקערט); בײַטן די מיינונג; האַלטן איצט(ער) פאַרקערט;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; עמאָטיוו:} חרטה האָבן [kharótə], דרומדיק: [kharú:tə];

{לומדיש:} זיך מיישב זײַן (אויף פאַרקערט) [məyáshəv-zayn].

 

(backward (primitive

אָפּגעשטאַנען; הינטערשטעליק; אומאַנטוויקלטבלײַבנדיק פון הינטן;

{מיט ביטול:} צוריקגעשטאַנען.

 

(‘backward(s) (‘back to front

פאַרקערט; קאַפּויער; {בײַ טייל חרדים:} אויף הינטער; אַהינטער.

 

(.backward(s)  (‘in backward direction’) (adv

אויף צוריק [aftsərík]; צוריקצוצו [tsərík|tsə-tsù], דרומדיק: [:tsərík|tsə-tsì]; {דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, ליטעראַריש:} אויף קאַריק [af-karík];

{ליטעראַריש:} אויף הינטערווײַלעכץ;

{אין טייל חרדישע סביבות:} ריקווערטס;

{שפּאַסיק:} (מאַכנדיק\מאַכן) „אַ השיבנו נאַזאַט“ [hashivéynu|nazát], דרומדיק: [h)ashiváyni:-nazát)] {געשריבן אויך: „נאַזאַד“}.

 

backwater (n.)

אַ העק; ערגעץ אין די הרי חושך [hòrə-khóyshəkh], דרומדיק: [hù:rə-khóyshəkh], צפונדיק: [hòrə-khéyshəkh]; ערגעץ אין האָצעפּלאָץ; (ערגעץ) אויף יענער זײַט סמבטיון [sambátyən].

 

bacteria

(די) באַקטעריעס (ל″ר).

 

bacteriology

(די) באַקטעריאָלאָגיע.

 

bad

שלעכט; ני(ש)ט גוט;

{דיאַלעקטיש דרומדיק:} שלים; {דיאַלעקטיש צפונדיק:) ניסט;

{אויף פאַרשטאַרקן:} (אַזוי) ריכטיק שלעכט; גוט שלעכט; טאַקע שלעכט; שטאַרק שלעכטבפירוש שלעכט [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh];

{אויף פאַרלינדערן (צומאָל כלומרשדיק):} ני(ש)ט⸗גוט; {ליטעראַריש:} אומגוט;

{טאָמער דווקא וועגן כאַראַקטער, אויך:} מיאוס [míy(ə)s]; {ע″ט; אויפגעלעבט ליטעראַריש:} שאַלקהאַפטיק.

 

bad apple

אַ פאַרפוילטער עפּל; (די) מילכלאָזע קו; (דער) שלעכטער פון שאָף

אַן איינאיינציקע(ר) וואָס טויג ני(ש)ט.

 

bad at (language, subject, verbal skill)

שטומפּיק אויף; ני(ש)ט טויגע(וו)דיק.

 

bad blood

(דאָס\די) בייזע בלוט; (די) שנאה (וואָס) צווישן זיי [sínə].

 

bad breath

{פראַזע:} ס′הערט זיך פון מויל; מיט אַ פויל⸗שמעקעדיקן מויל.

 

bad character

אַ שלעכטער כאַראַקטער; (די) כאַראַקטערלאָזיקײַט; (די) אָנכאַראַקטערדיקײַט;

(די) אומאָרנטלעכקײַט; (די) אומאויפריכטיקײַט; (די) אומסאָלידקײַט.

 

bad language (dirty words)

(דער\די) ניבול פּה [nìbl-pé], דרומדיק: [nìbl-péy]; געמיינע רייד (ל″ר); (די) וואולגאַרישע שפּראַך;

{פראַזע; אָן אַן אַרטיקל, ל″נ:} יוונישע תורה [yəvónishə|tóyrə], דרומדיק: [yəvú:nishə|tóyrə], צפונדיק: [yəvónishə|téyrə].

 

bad mannered

אומבתרבותדיק [ùm|bətárbəz-dik], דרומדיק: [ìm|bətárbəz-dik]; אומהעפלעך; אומדערצויגן; גראָבלעך; ני(ש)ט⸗קולטורעל

{אין מזרח אויך:} ני(ש)ט קולטורנע; אומקולטורנע.

 

bad person

אַ שלעכטער מענטש (ל″ר: -ן); {דיאַלעקטיש צפונדיק:} אַ ניסטער מענטש;

{בייגעוודיק:} אַ שלעכטע(ר); ני(ש)ט קיין גוטע(ר); אַ ני(ש)ט⸗גוטינקע(ר); {דיאַלעקטיש צפונדיק:} אַ ניסטע(ר);

 

bad press

נעגאַטיווע אָפּרופונג אין דער מעדיאַ; אַ מיאוסער פּרסום [amíy(ə)sər|pírsəm].

 

(bad things (bad or irksome events, setbacks

אָנשיקענישן (ל″ר; ל″י: אַן אָנשיקעניש [anón|shìkənish], דרומדיק: [anún|shìkənish]);

אָנקלעפּענישן (ל″ר; ל″י: אַן אָנקלעפּעניש); [anón|klèpənish], דרומדיק: [anún|klèpənish];

שלעק (ל″י: שלאַק);

פּעקלעך צרות [péklakh|tsórəs], דרומדיק: [péklakh|tsú:rəs] (ל″ר; ל″י: אַ פּעקל צרות);

{לומדיש:} משלחתן [məsh-lákhəsn] (ל″ר; ל″י: אַ משלחת);

{נאָכמער לומדיש:} מקרים רעים [mìkrəm-ró(y)əm], דרומדיק: [mìkrəm-rú:əm] (ל″ר).

 

bad weather

אַ שלעכטער וועטער; אַ שלעכטע פּאַגאָדע

{פראַזע; עמאָטיוו:} אינדרויסן איז פּאַסקודנע.

 

bad: for bad (not for good)

אויף שלעכטס; צום שלעכטן

{לומדיש:} לרעה [ləróə], דרומדיק: [lərú:ə]. 

 

bad: go bad

קאַליע ווערן [kál(y)ə]; געפּטרט ווערן [gəpátərt]; אַ תל ווערן [atél]; צונישט ווערן.

 

bad: Too bad!

(טאַקע) אַ שאָד!; אַ קלאָג!(ס′איז) צום באַדויערן!;

{דיאַלעקטיש:} ליידער!;

{עמאָטיוו:} אַן עבירה!; [anəvéyrə], דרומדיק: [anəváyrə]; זאָל גאָט העלפן!; אײַ אײַ אײַ!; מ′שטיינס געזאָגט!

{טאָמער איראָניש, די פריערדיקע מיט איראָנישער אינטאָנאַציע, פּלוס}:

נעבעך!; (איז) דאַרף מען דערויף זאָגן קדיש [kádəsh]; איז (טאַקע) ני(ש)ט געפידלט!; איז לא פידלתי [lóy|fidólti], צפונדיק: [léy|fidólti]; איז פאַרפאַלן; איז דאַרף מען דערויף צוויי פאען שרײַבן! [féyən], דרומדיק: [fáyən] (=פאַרפאַלן); אוי אוי אוי!.

 

badass (n.)

אַ באָלוואַן (ל″ר: -עס); אַ גראָבער יונג (ל″ר: גראָבע יונגען);

{בייגעוודיק:} אַן אומאיידעלע(ר); אַ סטראַשנדיקע(ר); אַ דראָענדיקע(ר); אַ פּחד⸗אָנוואַרפנדיקע(ר) [pákhəd];

{פראַזע} אַ טיפּ וואָס קען דערלאַנגען (\וואָס מ′דאַרף פון אים אַ ביסל מורא האָבן [móyre], צפונדיק: [méyrə]).

 

badge

(דער) אַמט⸗צייכן (ל″ר: -ס);

{טאָמער אַ מעטאַלענער, אויך:} (דער\דאָס) בלעכל (ל″ר: -עך).

 

badge of honor

אַ סימן פון כבוד [sìmən-fun|kóvəd], דרומדיק: [sìmən-fin|kúvət];

{טאָמער דווקא אַן אָפיציעלע אויסצייכענונג:} אַן אויסצייכענונג; אַן ערן⸗צייכן.

 

badge: badge of shame

אַ שאַנד⸗צייכן (ל″ר: -ס); אַ שאַנד⸗סימן [shánd-sìmən].

אַ קַיִן⸗צייכן [káy(ə)n-tsèykhn], דרומדיק: [ká:y(ə)n-tsàykhn] (< בראשית ד′: ט″ו);

{מער לומדיש:} אַן אות קין [anòs-káy(ə)n].

 

badge: show one’s (official) badge

(באַ)ווײַזן דעם הערב (ל″ע: געוויזן; באַוויזן); אַרויסנעמען דעם הערב (ל″ע: אַרויסגענומען).

 

badge: wear a badge signifying employee or official status

טראָגן אַ צייכן; גיין מיט אַ צייכן.

 

(.badger (v

דערגיין די יאָרן; פאַרנודיען (\פאַרנודזשען); אָנמוטשעןפּלאָגן;

{ארכעאיש:} דערקוטשען.

 

badly

שלעכט; אויף אַ שלעכטן אופן [óyfn], צפונדיק: [éyfn];

{אויף פאַרשטאַרקן:} (אַזוי) ריכטיק שלעכט; גוט שלעכט; טאַקע שלעכט; שטאַרק שלעכטבפירוש שלעכט [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh];

{אויף פאַרלינדערן (צומאָל כלומרשדיק):} ני(ש)ט⸗גוט; ני(ש)ט גוט; אויף אַ ני(ש)ט גוטן אופן; {ליטעראַריש:} אומגוט; אויף אַן אומגוטן אופן;

{טאָמער דווקא וועגן כאַראַקטער, אויך:} אויף אַ מיאוסן אופן [míy(ə)sn|óyfn]; צפונדיק: [míy(ə)sn|éyfn]; {ע″ט; אויפגעלעבט ליטעראַריש:} שאַלקהאַפטיק(ערהייט).

 

badly off: be badly off

זײַן אויף (געהאַקטע) צרות [tsórəs], דרומדיק: [tsú:rəs]; זײַן אין יסורים [yəsúrəm], דרומדיק: [yəsí:rəm]; זײַן אין אַ שלעכטער לאַגע (\פּאַלאָזשעניע); זײַן אין אַ ני(ש)ט⸗גוטן שטאַנד;

{שמועסשפּראַכיק:} ליגן אין אַ בלאָטע; {מער עמאָטיוו:} ליגן (טיף) אין דר′ערד.

 

 

badmouth (v.)

באַרעדן (\באַריידן); פירן (\טרײַבן) פּל(י)אָטקעס וועגן; ריידן (\רעדן) לשון⸗הרע וועגן [lòshn-hórə], דרומדיק: [lù:shn-(h)ú:rə]; טרײַבן רכילות וועגן [rəkhíləs]; אָנריידן (\אָנרעדן) אויף; דערציילן מעשיות וועגן [máysəs], דרומדיק: [má:(n)səs];

{לומדיש; מיט הומאָר:} ריידן (\רעדן) אסור לדבר אויף [re(y)dn|òsər-lədábər-af], דרומדיק: [redn|ù:sə(r)-lədábə(r)-of] (′ריידן אויף עמעצן אָדאָס וואָס מ′טאָר ניט′ [ווייל לשון⸗הרע איז פאַרווערט פון דער תורה, אָבער אין אָט אַזאַ מין נויטפאַל…]);

{דיאַלעקטיש:} רכילותן [rəkhíləsn]; פּל(י)אָטקעווען; מאָטלען; פּיסקעווען; נאַוולען; פּראַווען גאַווענדעס.

 

baffle

(פאַר)בליפן; (פאַר)פּלעפן; לאָזן (\ברענגען) (אַ) אין פאַרמישונג;

{פראַזע:} שטעלן (שוין איינמאָל) אַ ריכטיקע קשיא [káshə].

 

baffled

פאַרפּלעפט; פאַרבליפט; ני(ש)ט וויסן וואָס צו ענטפערן (\טראַכטן \זאָגן);

{פיגוראַטיוו:} פאַרשטומטבלײַבן שטום.

 

baffling problem

אַ האַרבער ענין [í(n)yən] (ל″ר: ענינים [inyónəm], דרומדיק: [inyú:nəm]); אַ האַרבע קשיא [káshə] (ל″ר: קשיות [káshəs]);

אַ פאַרפּלעפנדיקע פּראָבלעם (ל″ר: -ען).

 

(.bag (n

(דאָס\דער) זעקל (ל″ר: -עך);

{אַ קליינינקער:} (דאָס\דער) זעקעלע (ל″ר: -ך)

{אַ גאָר גרויסער:} (דער) זאַק (ל″ר: זעק).

 

bag of tricks

אַ גאַנצע ריי שפּיצלעך (\פאָרטלען \שטיקלעך \תחבולות [taghbúləs], דרומדיק: [taghbí:ləs]).

 

bag: in the bag

אַזוי גוט ווי זיכער; זיכער ווי גאָלד; אַ זיכערע זאַך.

 

bagel

(דער) בייגל (ל″ר: ø); (דאָס\דער) בייגעלע (ל″ר: -ך).

 

bagel and butter

אַ בייגל מיט פּוטער.

 

bagel and cream cheese

אַ בייגל מיט קרעמישע קעז (\קרעם⸗קעז \{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} קרים טשיז).

 

baggage

(דער) באַגאַזש;

{פראַזעס}: די פּעקלעך (ל″ר); די פּעקעלעך (ל″ר); די טשעמאָדאַנעס מיט די וואַליזקעס (ל″ר).

 

 baggage (fig. re add-on irksome problems)

אַ (\דאָס\דער) פּעקל צרות [apèkl|tsórəs], דרומדיק: [apèkl|tsú:rəs];

(מיט) ני(ש)ט ווייניק פאַרפּלאָנטערנישן (\פאַרפּלאָנטערטקײַטן \פאַרוויקלטקײַטן \קאָמפּליקאַציעס).

 

baggage cart

(דאָס\די) פּעקל⸗וועגעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\די) באַגאַזש⸗וועגעלע (ל″ר: -ך).

 

baggage claim (/carousel)

(דער) באַגאַזש⸗באַנד; (די) טשעמאָדאַנען⸗סטאַנציע (ל″ר: -ס);

{פראַזע:} אַוואו מ′נעמט אָפּ(עט) די טשעמאָדאַנעס (\וואַליזקעס).

 

baguette

(דער) באַגעט (ל″ר: -ן);

{רעגיאָנאַל:} (דאָס\די) איטאַליענישע ברויט; (דאָס\די) פראַנצייזישע ברויט.

 

Bahamas

(די) באַהאַמעס (ל″ר).

 

Bahamian

באַהאַמעסדיק; באַהאַמע⸗אינדזלדיק;

{הערה: צוליב דער אָפטער אומדרכארצדיקער שפּאַסיקײַט אַרום דער אַדיעקטיווישער קאָנסטרוקציע „בהמהש“ (אויך: „בהמיש“ [bəhéymish], דרומדיק: [bəháymish]), איז אַ סברא גלײַכער אויסמײַדן די נאָענט⸗קלינגענדיקע פאָרמע „באַהאַמיש“, וואָס קען פּוגע זײַן אינעם כבוד פון מענטשן אַפילו אומגעוואונטשענערהייט}.

 

(.Bahya ben Joseph ibn Pakudah (11th cent

רבינו בחיי [rabèynu-b(ə)kháy], דרומדיק: [(rabàyni:-b(ə)khá:(y];

דער חובות הלבבות [dər-khòyvəs-(h)al(ə)vóvəs], דרומדיק: [də(r)-khòyvəs-(h)al(ə)vúvəs], צפונדיק: [dər-khèyvəs-(h)al(ə)vóvəs] („האָסטו עס דען געפונען בײַם חובות הלבבות?“);

ר′ בחיי בן יוסף אבן פּקודה.

 

Bahrain

{אָן אַן אַרטיקל:} באַכריין (אויך: באַריין).

 

Bahraini

באַ(כ)רייניש.

 

(.bail (n

{פאָרמעל:} (די\דאָס) ערבות [órvəs]; {וועגן דער סומע גופא:} (דאָס\דער) ערבות⸗געלט; (דער) ערבות⸗אָפּצאָל (ל″ר: -ן);

{אומפאָרמעל:} די גאַראַנטיע⸗געלט פון טורמע (אַרויס); (דאָס\די) אויסקויף⸗פון⸗טורמע געלט;

{אַרכעאיש:} (די) קויציע.

 

bail (v. trans.)

פרײַלאָזן אויף ערבות [órvəs].

 

bail (out) (v. intrans.) (abandon a program or activity)

מאַכן אַן אַנטלויף; מאַכן אַ ויברח [avayívrəkh]; אַנטלויפן

{לומדיש און סוחריש:} מאַכן אַן עד כאן [an|àt-kán].

 

bail out (v. intrans.) (of airplane)

פּאַראַשוטירן; אַרויסשפּרינגען (\אַרויספּאַראַשוטירן) פון עראָפּלאַן; {אין חרדישן לשון אויך:} …פון פליגער.

 

bail out (v. trans.) (rescue from awkward situation)

קומען (און) אָפּראַטעווען;

{פראַזעס:} אָפּראַטעווען פון אַ שוואַרצן סוף [sof]; אַרויסראַטעווען פון אַ (ריכטיקער) צרה [tsórə], דרומדיק: [tsú:rə]; אַרויסשלעפּן פון אַ (ריכטיקער) בלאָטע.

 

(bail skipper (/jumper

{פאָרמעל:} (דער) בורח [bəréyəkh], דרומדיק: [bəráyəkh] (ל″ר: בורחים [bórkhəm]), ל″נ: בורחטע [bəréyəkh-tə], דרומדיק: [bəráyəkh-tə] (ל″ר: -ס);

(דער) ערבות⸗שפּרינגער [órvəs] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) ערבות⸗שפּרינגערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) ערבות⸗שפּרינגערקע (ל″ר: -ס);

{מיט איראָניע צי שפּאַסיקײַט אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) בעיל⸗שפּרינגער, ל″נ: (די) בעיל⸗שפּרינגערקע.

 

bail: out on bail

באַפרײַט אויף ערבות [frày-af-órvəs], דרומדיק: [frà:-of-órvəs];

באַפרײַט אויף גאַראַנטיע⸗געלט;

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} פרײַ אויף (\אויפן) בעיל (⸗געלט) (אויך: בייל).

 

bailiff

(דער) געריכטס⸗שליח [shlíəkh] (ל″ר: …⸗שליחים [shlíkhəm]);

{בייגעוודיק:} (דער\די) געריכטס⸗באַאַמטע(ר);

{ארַכעאיש און ליטעראַריש:} (דער) קאָמאָרניק (ל″ר: -עס);

(אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן:}

(דער) שליח בית⸗דין [shlìyəgh-béz(d)m]; אויך: (דער) שב″ד [shabád] (ל″ר: שליחי בית⸗דין [shlìykhey-béz(d)m]; שב″דים [shabádəm]);

{מער אין זין פון די באַאַמטע וואָס פירן אויס, ברייטער גערעדט, אין דער פּראַקטיק, אָדאָס וואָס ווערט יורידיש („העכער“) באשלאָסן, מיטן טראָפּ  מער אויף מעשים איידער אויף דער שליחות גופא:}

(דער) יורודישער (\געריכטס⸗) אויספירער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

(דער) יורודישער (\געריכטס⸗) עקזעקוטאָר [ègzəkútər] (ל″ר: ⸗עקזעקוטאָרן [ègzəkutórn]).

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:}

(דער) אויספירער; (דער) עקזעקוטאָר; {בייגעוודיק:} (דער) באַאַמטער; (דער) באַפולמעכטיקטער.

 

bailiff service

(די) געריכטס⸗שליח דינסט [gəríkhts-shlìyəgh|dìnst]; (די) געריכטס⸗שליחים אָפּטיילונג [shlíkhəm];

(אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן:}

דעם בית⸗דינס שליחישאַפט [dem-bézd(i)ns|shlíkhə-shàft]; אויך: דעם בית⸗דינס שלוחימשאַפט [dem-bézd(i)ns|shlúkhəm-shàft], דרומדיק: [dem-bézd(i)ns|shlí:khəm-shàft];

{מער אין זין פון די באַאַמטע וואָס פירן אויס, ברייטער גערעדט, אין דער פּראַקטיק, אָדאָס וואָס ווערט יורידיש („העכער“) באשלאָסן, מיטן טראָפּ מער אויף מעשים איידער אויף דער שליחות גופא:}

(די) יורודישע (\געריכטלעכע) אויספירונגס⸗דינסט; (די) אָפּטיילונג פאַרן דורכפירן יורידישע (\געריכטס⸗) באַשלוסן;

(די) יורודישע (\געריכטלעכע) עקזעקוטאָרן⸗דינסט.

 

bailout (rescue package)

(די) רעטונגס⸗אַקציע (ל″ר: -ס); {אַרכעאיש:} (די) ראַטירונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש, אויך צומאָל איראָניש צי הומאָריסטיש:} (די) הצלה⸗אַקציע  [hatsólə], דרומדיק: [h)atsú:lə)] (ל″ר: -ס);

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער, דער עיקר וועגן גרעסערע סומעס:} (דער) בעילאַוט (אויך: ביילאַוט; בעילויט);

{פראַזע, איראָניש:} די אויסראַטעוואונג פון אַ שוואַרצן סוף [sof].

 

(.bait (n

(דאָס\דער) רייץ⸗ווערעמל (אויך: ⸗ווערימל); (די) אַרײַננאַרעכץ; (דער) אַרײַננאַר⸗שפּײַז.

 

(bait (harass/degrade

זיך טשעפּענען (צו); העצן; צאַפּן די (\דאָס) בלוט (בײַ).

 

bake

באַקן (ל″ע: געבאַקט, אויך: געבאַקן);

{טאָמער טראַנזיטיוו וועגן אַ געבעקס וואָס איז דערפירט געוואָרן צו אַ גמר:} אָפּבאַקן [ób(b)àkn]; („באַקן קען ער דאָך, אָקערשט האָט ער אָפּגעבאַקט אָט די צען בייגל“).

 

baked potato

(די) געבאַקטע (\געבאַקענע) בולבע (ל″ר: -ס); (דער\דאָס) געבאַקטע (\געבאַקענע) קאַרטאָפל (ø; אויך: -עך; -עס);

בולבעס (\קאַרטאָפל) מיט די שאָלן (\שאָלעכצער).

 

baker

(דער) בעקער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בעקערין (ל″ר: -ס).

 

(Baker, Shane (b. 1968

שיין בייקער.

 

bakery

(די) בעקערײַ [bekəráy]; {אין מזרח, אויך אַרכעאיש און דיאַלעקטיש אַנדערשוואו:} (די) פּעקאַרניע [pəkárnyə].

 

(.baking (n

(דאָס\דער) באַקן.

 

baking oven

(דער) באַק⸗אויוון (ל″ר: -ס);

  {הערה: די ראַדיקאַלע שרײַבונג „באַקאויוון“ איז סײַ שטאַרק שווער צו פאַרשטיין אויפן ערשטן בליק, סײַ אויסטערליש פאַרן אויג פון יידישן לייענער, ס′וואַקסט פון דער דורכגעפאַלענער שיטה פון ציילן טראַפן אויף צו באַשטימען. אַגב, אין חרדישע קהילות היט זיך אויף די טראַדיציע פון דור דורות — שרײַבן באַזונדער}.

 

baksheesh

(דער) כאַבאַר [khabár]; (דער) באַקשיש [bakshísh]; (דאָס\די) אָנשמיר⸗געלט; אַ שטיקעלע שוחד [shóykhəd], צפונדיק: [shéykhəd];

{סלענגיש:} (די\דאָס) שמירעכץ (ל″ר: -ער; אויך: -ן).

 

Bal Harbour

באַל האַרבאָר (אויך: באַל⸗האַרבאָר).

 

(.Balaam (bibl

בלעם [bíləm], מער פאָרמעל: [bílom].

 

(.Balak (bibl 

בלק [bólək], דרומדיק: [bú:lik];

{ווערטל:} לערנען (מיט עמעצן) בלק (′אַזוי ריכטיק אַרײַנזאָגן′).

 

balance (n.)

(דער) באַלאַנץ (אויך: באַלאַנס); (די) גלײַכוואָג;

{אַ קאַפּ מער אין אַלגעמיין:} (די) (די\דאָס\דער) גלײַכגעוויכט; (די) גלײַכוואָגיקײַט;

{אַרכעאיש; אין עקאָנאָמיע:} (דער) בילאַנץ.

 

balance (v.)

באַלאַנצירן (אויך: באַלאַנסירן);

{פּערפעקטיוו:} אויסבאַלאַנצירן (אויך: אויסבאַלאַנסירן);

{פיגוראַטיוו:} געבן (\ברענגען) גלײַכוואָגיקײַט (\גלײַכגעוויכט).

 

balance each other out

אַקעגנזײַן איינער דעם אַנדערן (\איינס דאָס אַנדערע); זיך אויסבאַלאַנצירן (אויך: זיך אויסבאַלאַנסירן);

זיך צווישנאַנאַנד אויסגלײַכן; קומען איינער דעם אַנדערן (\איינס דאָס אַנדערע) אויסגלײַכן.

 

balance of forces agreement (mil.)

(דער) מיליטערישער גלײַכגעוויכט⸗הסכם [héskəm] (ל”ר: -ס, אָפטמאָל: [héskəmz]; {שטאַרק לומדיש אויך:} הסכמים [heskéyməm], דרומדיק: [heskáyməm]).

 

balance of power

(דער) באַלאַנץ (אויך: באַלאַנס) פון די כוחות [kóykhəs], צפונדיק: [kéykhəs];

(דער) מאַכט⸗באַלאַנץ; (די\דער) קראַפטן⸗געוויכט;

{לומדיש:} (דער) משקל הכוחות [mìshkl-(h)akóykhəs], צפונדיק: [mìshkl-(h)akéykhəs].

 

balance of trade

(די\דער) האַנדלס⸗געוויכט; (די) (אינטערנאַציאָנאַלע) האַנדלס⸗אויסגלײַכעניש; (דער) (אינטערנאַציאָנאַלער) האַנדלס⸗באַלאַנץ (אויך: ⸗באַלאַנס);

{לומדיש:} (דער\די) מידת חילופים [mìdəs-khilúfəm], דרומדיק: [mìdəs-khilí:fəm].

 

balance out

אויסבאַלאַנצירן (אויך: אויסבאַלאַנסירן);

מאַכן (אַ) גלײַכוואָג (\גלײַכוואָגיקײַט).

 

balance the books

אויסגלײַכן די חשבונות [khezh-bóynəs], צפונדיק: [khezh-béynəs].

 

balance the budget

אויסבאַלאַנצירן (אויך: אויסבאַלאַנסירן) דעם בודזשעט; פאַראײַנשטימיקן דעם בודזשעט;

{פראַזע}: אויסגלײַכן די הוצאות מיט די הכנסות [hoytsóəs|mid(d)ə-(h)akhnósəs], דרומדיק: [hoytsú:əs|mid(d)ə-(h)akhnú:səs], צפונדיק: [heytsó(y)əs|mid(d)ə-h)akhnósəs)].

 

balance sheet

(דער) חשבון⸗בלאַט [khézhbm-blàt] (ל″ר: ⸗בלעטער); (בער) באַלאַנץ⸗בלאַט (ל″ר: ⸗בלעטער);

(דער) הוצאה⸗הכנסה בלאַט [hətsòə-hakhnósə|blàt], דרומדיק: [hətsù:ə-(h)akhnú:sə|blàt] (ל″ר: ⸗בלעטער);

{פראַזע:} (די) רשימה הוצאות און הכנסות [rəshí(y)mə|hətsòəs-un-hakhnósəs], דרומדיק: [rəshí:mə|hətsù:əs-in-(h)akhnú:səs].

 

balance: hang in the balance

הוידען (\הענגען [héyng(ə)n]) אויף משקולת [mishkóyləs], צפונדיק: [mishkéyləs];

{אַוואו מ′וויל אויסדריקן אַז ס′האַלט שמאָל:} האַלטן זיך אויף משקולת.

 

balance: lose one’s balance

פאַרלירן (\אָנווערן) די (\דאָס) גלײַכגעוויכט (\באַלאַנץ, אויך: באַלאַנס).

 

balance: out of balance

אָן דער געהעריקער גלײַכגעוויכט; אָנעם נייטיקן באַלאַנץ (אויך: באַלאַנס);

אומבאַלאַנצירט (אויך: אומבאַלאַנסירט); ני(ש)ט אין גלײַכוואָג; אויסער דער גלײַכוואָגיקײַט.

 

balanced

(אויס)באַלאַנצירט (אויך: …באַלאַנסירט); אין גלײַכגעוויכט; אין אַ גלײַכגעוויכטיקײַט.

 

balancing act

(דער) באַלאַנצירונגס⸗אַקט (אויך: באַלאַנצירונגס…); אַ באַלאַנץ⸗קונץ (אויך: באַלאַנס…);

אַ קונציקע אויסבאַלאַנצירונג (אויך: אויסבאַלאַנסירונג).

 

balcony

(דער) באַלקאָן (ל″ר: -ען; אויך: -עס); (די) וועראַנדע (ל″ר: -ס).

 

bald(ing) (hairless or suffering hairloss)

פּליכעוואַטע(ר); ליסע(ר);

{פראַזע:} וואָס ס′קריכט בײַ אים אַרויס(עט) די האָר; וואָס בײַ אים איז אַרויסגעקראָכן די האָר.

 

bald(ing) man

{בייגעוודיק:} (דער) פּליכעוואַטער;

{פראַזע:} וואָס ס′קריכן בײַ אים אַרויס די האָר [ba-ém], דרומדיק: [ba-éym], אויך: [ba-í:m].

 

bald eagle

(דער) אמעריקאַנער אָדלער (ל″ר: -ס).

 

bald faced liar

אַ ריינער (\דורכאויסיקער \פולשטענדיקער) ליגנער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: אַ ריינע (\דורכאויסיקע \פולשטענדיקע) ליגנערין (ל″ר: -ס).

 

bald faced lie

אַ ריינער ליגן (ל″ר: -ס); דורכאויס אַ ליגן; דורכאונדורך (\דורך⸗און⸗דורך) אַ ליגן;

{אַ קאַפּ לומדיש:} אַ כזב ושקר [akòzəv-(v)əshékər], דרומדיק: [(akùzəv-(v)əshéykə(r].

 

bald tire

(דער\די) אויסגעריבענע(ר) רייף (ל″ר: -ן).

 

bald truth

דער ריינער (\הוילער \דורכאויסיקער \פולשטענדיקער) אמת [éməs].

 

baldness (condition)

(די) האָרלאָזיקײַט; (די) הוילקעפּיקײַט

{עמאָטיוו:} (די) פּליכעוואַטע(די)קײַט; (די) ליסעוואַטע(די)קײַט.

 

Balkan (adj.)

באַלקאַניש; באַלקאַנען⸗.

 

Balkanization

{גיכער וועגן דעם פּראָצעס בכלל:} (די) באַלקאַניזאַציע;

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) באַלקאַניזירונג (ל″ר: -ען).

 

Balkanize

באַלקאַניזירן.

 

Balkans

(די) באַלקאַנעס; (די) באַלקאַנען.

 

ball (of string, cord, etc)

(דער) קנויל (ל″ר: -ן).

 

ball (round object for games)

(דער) באָל (ל″ר: -ס; אויך: -ן); (דער) באַל (ל″ר: -ן); (דער) באַלעם (ל″ר: -ס; (די) פּילקע (ל″ר: -ס).

 

(ball (social event

(דער) באַל (ל″ר: בעלער).

 

ball of string

(דער) קנויל (ל″ר: -ן).

 

ball: be on the ball

וויסן ווי אַזוי צו האַנדלען; וויסן וואָס מ′דאַרף טאָן (\{דרומדיק:} טון [tí:(ə)n]); זײַן אַ געניטע(ר); זײַן אַ (געשיקטע) בריה [béryə].

 

ball: get the ball rolling

לאָזן (די זאַך) אין וועג אַרײַן; אין וועג אַרײַן לאָזן; מאַכן אַ (ריכטיקן \אמתן [éməsn]) אָנהייב.

 

ballad

(די) באַלאַדע (ל″ר: -ס).

 

ballerina

(די) באַלערינע (ל″ר: -ס).

 

ballet

(דער) באַלעט (ל″ר: -ן); (דער) באַלע [(balé(y] (ל″ר: -ען).

 

ballet dancer

(דער) באַלע(ט)⸗טענצער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַלע(ט)⸗טענצערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) באַלע(ט)⸗טענצערקע (ל″ר: -ס).

 

ballfield

(דאָס\דע)\דער) שפּיל⸗פעלד (ל″ר: -ער); באַל⸗פעלד (ל″ר: -ער); מאַטש⸗פעלד (ל″ר: -ער).

 

ballgame

(די) באַל⸗שפּיל (ל″ר: -ן); (דער) באַל⸗מאַטש (ל″ר: -ן);

{אין אַמעריקע אָפטמאָל:} (דער) באָלגעים (\באָלגיים).

 

ballgame: That’s a different ballgame!

(אָ)דאָס איז שוין גאָר אַן אַנדער(ע) מעשה! [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə]; (אָ)דאָס איז אינגאַנצן עפּעס אַנדערש!.

 

ballistic

באַליסטיש.

 

ballistic missile

(דער) באַליסטישער ראַקעט (ל″ר: -ן; אויך: -עס); (דער) באַליסטישער מיסיל (ל″ר: -ן; אויך: -ס).

 

ballistic: go ballistic (fig.)

ווערן ווילד אין כעס [in-ká(y)(ə)s]; ווערן שרעקלעך בייז;

{פראַזעס:} אַרויס(גיין) פון די כלים [kéyləm], דרומדיק: [káyləm]; זיך אָנרוגזן, אַ שרעק [ón-ròygəzn], דרומדיק: [ú:(ə)n-ròygəzn], צפונדיק: [ón-rèygəzn].

 

ballistics

(די) באַליסטישע וויסנשאַפט; (די) באַליסטיק.

 

balloon (n.)

(דער) באַלאָן (ל″ר: -ען; אויך: -עס);

{טאאָמער אַ גרויסער, אַשטייגער מיט פּאַסאַזשירן): (דער) לופט⸗באַלאָן (ל″ר: -ען; אויך: -עס).

 

balloon (v.)

זיך אויפבלאָזן; אויפגעבלאָזן ווערן;

{מער אַלגעמיין:} זיך גיך פאַרגרעסערן אויף אַ גרויסאַרטיקן פאַרנעם;

{דער עיקר נעגאַטיוו, צי וועגן אַ בויך צי אַ בודזשעט:} (שטאַרק) געשוואָלן ווערן; (שיער ני(ש)ט) עקספּלאָדירן; זיך צעבלאָזן; זיך פונאַנדערבלאָזן.

 

balloonist

(דער) באַלאָניסט (ל″ר: -ן); (דער) באַלאָן⸗פליער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ (אויך): (די) באַלאָן⸗פליערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) באַלאָן⸗פליערקע (ל″ר: -ס).

 

(.ballot (n

{אין אַלעמיינעם זין} (די) אָפּשטימונג (ל″ר: -ען); (די) וואַלן (ל″ר);

[אין ספּעציפישן זין פון אַן איינציקער אויפגעהיטער שטימע, דעיר עיקר אַז ס′איז אַ שטיקל פּאַפּיר:} (דער\די\דאָס) שטים⸗פּאַפּיר (ל″ר: -ן); (דער)\דאָס) שטים⸗צעטל (ל″ר: -עך); (דער) אויסווייל⸗בלאַנק (ל″ר: -ען); (דער) וואַל⸗בלאַנק (ל″ר: -ען).

 

ballot (v.)

אָרגאַניזירן מ′זאָל שטימען; פרעגן ביים עולם דורכן אָפּשטימען [óyləm], צפונדיק: [éylom]; פונאַנדערשיקן שטים⸗פּאַפּירן (\שטים⸗בלאַנקען); באַלאָטירן.

 

ballot booth

(די) שטים⸗בודקע (ל″ר: -ס).

 

ballot box

(דאָס\דער) שטים⸗קעסטל (ל″ר: -עך); (דאָס\דער) וואַל⸗קעסטל (ל″ר: -עך).

 

ballot: in the first and second ballots

צו דער ערשטער און צווייטער אָפּשטימונג;

צו די ערשטע און צווייטע אָפּשטימונעגען.

 

ballpark figure

אַ ממש בערכדיקע אָפּשאַצונג [amàməsh-bəérəgh-dikə|óp-shàtsung], דרומדיק: [amàməsh-bəéyrəgh-dikə|úp-shàtsink] (ל″ר: -ען);

אַ ני(ש)ט⸗פּינקטלעכע(ר) פאַראַלגעמיינערטע(ר) ציפער (ל″ר: -ן);

{פראַזע:} אַ ציפער ני(ש)ט אויף פּינקלטעכקײַט, נאָר אויף (צו) האָבן אַן אַנונג (\אַן השגה [ànasógə], דרומדיק: [ànasúgə] \אַ השגה [ahasógə], דרומדיק: [ahasúgə]).

 

ballpoint pen

(די) מאָדערנע פּען (\פּענע) (ל″ר: פּענעס; אויך: פּענען); (די) ביליקע פּען (ל″ר: פּענעס; אויך: פּענען);

(די) באָלפּאָינט⸗פּען; (די) פאַבריק⸗פּען; (די) ביק⸗פּען; (דער) ביק (ל″ר: -עס).

 

balls (‘courage’ slng.)

{ניט⸗פאָרמעל, טיילמאָל שפּאַסיק, בײַ טראַדיציאָנעלע קרײַזן פאַררעכנט וואולגאַר:} בצים [béytsəm], דרומדיק: [báytsəm];

{סטיליסטיש נייטראַלע וואַריאַנטן:} מוט, באַהאַרצטקײַט, קוראַזש, בראַווקײַט.

 

balm

(דער) באַלזאַם (ל″ר: -ען); (דער) זאַלב (ל″ר: -ן);

{גײַסטיק; פּסיכאָלאָגיש:} זאַלב (באַלזאַם \טרייסט) צו דער נשמה [nəshómə], דרומדיק: [nəshúmə].

 

(Bal-Makhshoves / Isidor Eliashev (1873–1924

בעל⸗מחשבות [bál-makh|shóvəs], דרומדיק: [bál-məkh|shúvis];

ד″ר איסידאָר (ישראל) הן שלמה זאַלקינד עליאַשעוו (\אלישוב);

געבאָרן און געשטאָרבן: קאָוונע.

 

Baloney! (interj.)

אַ פאַלשע מעשה! [afálshə-máysə]; אַ ליגן די מעשה!אַ באָבע⸗מעשה [bóbə-màyse], דרומדיק: [búbə-má:nsə]; כזב ושקר! [kózəv|(v)əshékər], דרומדיק: [(kú:zəf|(v)əshé(y)kə(r]; שקר וכזב [shékər|(v)əkózəv], דרומדיק: [shéykə(r)|(v)əkú:zəf];  אַ ליגן די מעשה!; ס′הייבט זיך ניט אָנעט! [s-héybdzakh-nitónit], דרומדיק: [s-háyptsakh-nishtúnit];

{פראַזעס:} אַ נעכטיקער טאָג!דעם קאָפּ געדרייט! ליטוויש: די קאָפּ געדרייט!; ני(ש)ט געשטויגן ני(ש)ט געפלויגן [ni(sh)t-gishtóyn ni(sh)t-giflóygn],  ליטוויש: [nìgishtéygn-nìgifléygn]; אין תמוז גייט אַ שניי! [intáməz geyt-ashnéy]; באָבקעס!.

{לומדיש:) דברים בטלים! [dvórəm|bətéyləm], דרומדיק: [dvú:rəm|bətáyləm]; לא דובים ולא יער [loy-dúbəm vloy-yáər], דרומדיק: [loy-dí:bm vloy yá:r] (′ניט ס′איז דאָ בערן, ניט ס′איז דאָ אַ וואַלד′); להד″ם! [l-hódəm] ,[lahadám] = לא היו דברים מעולם [loy-hóyu dvórəm meyóyləm], דרומדיק: [loy-húyə dvú:rəm mayóyləm].

 

(.ban (n

{מער וועגן אַקט:} (די) פאַרווערונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרבאָטונג (ל″ר: -ען);

{מער וועגן רעזולטאַט:} (דער) פאַרווער (ל″ר: -ן); (דער) פאַרבאָט (ל″ר: -ן);

{מער היימיש:} (די) פאַרווערעניש (ל″ר: -ן); (די) פאַרבאָטעניש (ל″ר: -ן);

{טאָמער וועגן יידישן דין, צי בפירוש, צי פיגוראַטיוו וועגן אַוועלכן ניט פאַל:}

(דער) איסור [í(y)sər] (ל″ר: איסורים [isúrəm], דרומדיק: [isí:rəm]).

{דער עיקר לגבי אַ יידיש⸗רעליגיעזער רבנישער פאַרווערונג, קען אָבער באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט מיט איראָניע:}

(דער) איסור [ísər] (ל″ר: איסורים [isúrəm], דרומדיק: [isí:rəm]);

{אין זין פון אַן איזאָלירנדיקן עדיקט אַקעגן אַ מענטש אָדער גרופּע, דער עיקר מצד רבנים, קען אָבער באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט:}

(דער) חרם [khéyrəm], דרומדיק: [kháyrəm] (ל″ר: חרמס [khéyrəms], דרומדיק: [kháyrəms]) {≠ „חרמות“ וואָס איז טײַטש ′קללות′).

 

(.ban (v

פאַרווערן; פאַרבאָטן;

{לומדיש:} אסרן [ásərn];

{וועגן רבנישן איסור אויף האָבן צו טאָן מיט אַ געוויסן מענטשן אָדער גרופּע; קען באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט וועגן ניט⸗רעליגיעזע און ניט⸗יידישע פאַלן:} לייגן (\שטעלן) אין חרם [in-khéyrəm], דרומדיק: [in-kháyrəm].

 

banal

באַנאַל; אויסגעדראָשן; איבערגעדראָשן; אַלטגעדראָשן; סקאַרבאָוועקאַזיאָנע(ר)טומפּיקאָפּגעטעמפּט.

 

banality

(די) באַנאַל(יש)קײַט (ל″ר: -ן); (די\דער) באַנאַליטעט (ל″ר: -ן).

 

banana

(די) באַנאַנע (ל″ר: -ס).

 

banana republic

(די) באַנאַנסקע רעפּובליק (ל″ר: -ן); (די) באַנאַנישע רעפּובליק (ל″ר: -ן).

 

banana tree

(דער) באַנאַנבוים [banán-bòym] (ל″ר: באַנאַנביימער).

 

band (strip)

(די\דער) באַנד (ל″ר: בענדער; אויך: בענדלעך.

 

(band (n.) (group of people, referred to disrespectfully

(די) באַנדע (ל″ר: -ס); (די) כאַליאַסטרע (ל″ר: -ס); (די) כאָפּטע (ל″ר: -ס).

 

(band (n.) (musical

(די) קאפּעליע [kapél(y)ə] (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) אָרקעסטערל (ל″ר: -עך); (דער) אַנסאַמבל (ל″ר: -ען);

{ווייניקער פאָרמעל, מער היימיש:} אַ גרופּע קלעזמאָרים (כלי⸗זמרים).

 

band of thieves

אַ באַנדע גנבים [abándə|ganóv(ə)m], דרומדיק: [abándə|ganúv(ə)m]; אַ כאָפּטע גזלנים [gazlónəm], דרומדיק: [gazlú:nəm].

 

band leader

(דער) קאַפּעלמײַסטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

{אומפאָרמעל:} (דער) ראש הקלעזמאָרים (אויך: כלי⸗זמרים) [ròsh-(h)aklèzmórəm].

 

band together

זיך צונויפקלײַבן אַרבעטן צוזאַמען; זיך צונויפרופן.

 

(.bandage (n

(דער) באַנדאַזש (ל″ר: -ן).

 

 (.bandage (v. trans

באַנדאַזשירן; פאַרבאַנדאַזשירן; איבערבינדן (אַ וואונד \ ראַנע).

 

bandaid

(דאָס\דער) פּלאַסטערל (ל″ר: -עך); אַ באַנדאַזשעלע (ל″ר: -ך)

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} (דער) בענדעיד (אויך: בענדייד) (ל″ר: -ן; אויף: -ס).

 

bandit

(דער) רויבער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) פאַרברעכער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש: -ס); (דער) קרימינאַל (ל″ר: -ן); (דער) גענגסטער (ל″ר: ø; אויך: -ס).

 

banditry

(די\דאָס) רויבערײַ; (די) פאַרברעכערישקײַט; (די\דער) קרימינאַליטעט; (די\דאָס) גענגסטערײַ.

 

bandleader

(דער) קאַפּעלמײַסטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

bandwidth

(די\דער) באַנדוויט; (די) אינטערנעטישע קראַפט; (די) מעגאַבײַט פּער סעקונדע; (די) (פּראַקטישע) אינטערנעטישע גיכקײַט.

 

bandy about an idea

זיך אַרומוואַרפן (\שפּילן) מיט אַן אײַנפאַל (\אַ געדאַנק).

 

bang (n.)

(דער) קלאַפּ (ל″ר: קלעפּ); (דער) בראַזג (ל″ר: -ען; אויך: -עס); (דער) קנאַק (ל″ר: -ן).

 

bang (v.) (make loud noise)

טראַסקען; בראַזגען; טומלעןקלאַפּן; האַקן.

 

bang (v.) (have sex with, slng., vlgr.) (→make love)

אָפּקלאַפּן; אָפּהאַקן; אָפּוואַשן

{מער וואולגאַריש:} אָפּשטופּן; אָפּיענצן; אָפּפיקן.

 

bang on the door (aggressively)

באַראַבאַנעווען (\פּויקן \אַ סך אָנקלאַפּן [asákh]) אין טיר.

 

Bangladesh

{אָן אַן אַרטיקל:} באַנגלאַדעש.

 

Bangladeshi (n.)

(דער) באַנגלאַדעשער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) באַנגלאַדעשערין (ל″ר: -ס).

 

Bangladeshi (adj)

{אומבייגעוודיק:} באַנגלאַדעשער.

 

banish

פאַרשיקן (אין גלות אַרײַן) [góləs], דרומדיק: [gú:ləs];

אַרויסטרײַבן; פאַרטרײַבן;

{לומדיש:} מגרש זײַן [məgárəzh-zayn].

 

banishment

(די) פאַרטרײַבונג (ל″ר: -ען); (די) אַרויסטרײַבונג (ל″ר: -ען);

{לומדיש:} (דאָס\דער) מגרשמגרש זײַן [məgárəzh-zayn].

 

banister, railing

(דער) פּאַרענטש [paréntsh] (ל″ר: -עס \ -ן); (דער) אָנהאַלט (ל″ר: -ן);

{אַרכעאיש דיאַלעקטיש:} (די) פּאַרענציע (ל″ר: -ס).

 

(bank (of a river

(דער) ברעג (טײַך).

 

bank (n.) (financial institution)

(די\דער) באַנק (ל″ר: בענק [béynk]).

 

bank (v. trans.)

אַרײַנלייגן (\אַרײַנשטעלן) אין באַנק (אַרײַן).

 

bank account

(די\דער) קאָנטאָ (אין באַנק) (אויך: קאָנטע).

 

(bank at (certain bank

נוצן אַלץ באַנק; פירן די באַנק⸗געשעפטן בײַ.

 

bank draft

(דער) באַנק⸗טשעק (ל″ר: -ן; אויך: -ס).

 

Bank of England

דער ענגלענדער באַנק [éyngləndər]; דער באַנק ענגלאַנד [éyngland].

 

bank on

פאַרלאָזן זיך אויף;

{לומדיש:} זיך סומך זײַן אויף [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn];.

 

bank regulations

(די) באַנק⸗רעגולאַציעס (ל″ר).

 

bank regulator

(דער) באַנק⸗רעגולאַטאָר [règulátər] (ל″ר: -ן [règulatórn]).

 

bank run

(דער) באַנקראָן [bànk-rón] (ל″ר: -ען); (די) באַנק⸗צעלויפונג (ל″ר: -ען); (די) געלטער⸗צעכאַפּונג אין די בענק.

 

bank statement

(דער) באַנק⸗חשבון [khézhbm] (ל″ר: ⸗חשבונות [khezh-bóynəs], צפונדיק: [khezh-béynəs]).

 

bank: You can bank on it!

קענסט זיך (\איר קענט זיך) אויף דעם (\דערויף) פאַרלאָזן!; מעגסט (\איר מעגט) זײַן (דערמיט) זיכער!.

 

banker

(דער) באַנקירער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

(.banking (n

באַנק⸗געשעפטן (ל″ר); 

{אָפטמאָל אָפּלאַכעריש:} (די) באַנקערײַ;

{אָפּלאַכעריש:} באַנקערײַ שמאַַנקערײַ.

 

banking hours

(די) באַנק⸗שעהן [bánk-shòən], דרומדיק: [bánk-shù:ən].

 

banknote

(דער) באַנקנאָט [banknót] (ל″ר: -ן);

{סלענגיש, דער עיקר ל″ר:} די פּאַּפּירלעך; (די\דאָס) פּאַפּירענע געלט.

 

bankrupt (n.) (person who has gone bankrupt)

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַנקראָטירטע(ר); (די\דער) פּליטה⸗געגאַנגענע(ר) [pléytə], דרומדיק: [pláytə];

(דער) באַנקראָט (ל″ר: -ן); (דער) אָנזעצער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש: -ס), ל″נ (אויך): (די) אָנזעצערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) אָנזעצערקע (ל″ר: -ס);

{עמאָטיוו:} (דער) באַנקראָטשיק (ל″ר: -עס); (דער) באַנקרטאָטניק (ל″ר: -עס), ל″ר: (די) באַנקראָטניצע (ל″ר: -ס); (דער) פּליטהניק [pléytə-nik], דרומדיק: [pláytə-nik], (די) פּליטהניצע [pléytə-nitsə], דרומדיק: [pláytə-nitsə];

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; פאָרמעל לעגאַליסטיש צי איראָניש:} (דער) בורח [bəréyəkh], דרומדיק: [bəráyəkh] (ל″ר: בורחים [bórkhəm]).

 

bankrupt (adj.)

באַנקראָט; אָנגעזעצט.

 

bankrupt: morally bankrupt

מאָראַליש באַנקראָטירט; מאָראַליש קאָרופּטירט.

 

bankruptcy

(דער) באַנקראָט; (די) באַנקראָטקײַט; (דער) אָנזעץ.

 

bankruptcy court

(דער\די\דאָס) באַנקראָט⸗געריכט (ל″ר: -ן); (דער\די\דאָס) אָנזעץ⸗געריכט (ל″ר: -ן);

 

 

banner

(די) פאָן (ל″ר: פענער; אויך: -ען);

{טאָמער אין טיפּאָגראַפיע, זשורנאַליזם, אינטערנעטישע זײַטלעך וכו′:}

(דער\די) קאָפּ (ל″ר: קעפּ); (דאָס\דער\די) קעפּל (ל″ר: -עך); (דער) באַנער (ל″ר: -ס); (דער) אויבנאָן (ל″ר: -ען);

{טאָמער דווקא אינטערנעטיש:}

(דער) באַנער (ל″ר: -ס).

 

banner headline (esp. on page one of newspaper)

(דער) הויפּט⸗קאָפּ פון בלאַט (\פון דער צײַטונג).

 

bannister → banister

 

banquet

(דער) באַנקעט [bankét] (ל″ר: -ן); (די) סעודה [s(ə)údə], דרומדיק: [s(ə)í:də].

 

(.banter (n

סתם⸗רייד [stám-rèyd], דרומדיק: [stám-ràyt]; (דער\דאָס) געפּלאַפּל; (דער\דאָס) געפּילדער; (דער\דאָס) געפּלוידער;

{פראַזעס:} סתם אין דער וועלט אַרײַן גערעדט; זיך אַרומגעקיבעצט; גלאַט געפּלאַפּלט.

 

banter (v.)

סתם (גוטמוטיק \חבריש [khávərish]) שמועסן (\פּלוידערן \ריידן אין דער וועלט אַרײַן) [stam];

אַזוי אַ שמועס כאַפּן; פרײַנדלעך (\פרײַנטלעך) האַקן אַ טשײַניק

{לומדיש:} ריידן (\רעדן) דברים קלים סתם [dvòrəm-káləm|stám], דרומדיק: [dvù:rəm-káləm|stám].

 

baptism

(די) טויפונג (ל″ר: -ען); (די) קריסטלעכע אײַנטונקונג (ל″ר: -ען); (די) קריסטלעכע טבילה [tvílə] (ל″ר: טבילות);

{ביטולדיק, וועגן אַ ייד וואָס מאַכט אַּדורך די אײַנטונקונגס⸗צערעמאָניע אויף צו ווערן אַ קריסט:} (די\דער) שמד [shmád]; (דאָס\דער) טויפן זיך; (דאָס\דער) טובלען זיך [tóyvlən], צפונדיק: [téyvlən]; (די) גויאישקע טבילה [góyishkə|tvílə].

 

Baptism

(דער) באַפּטיזם

 

baptismal

טויפונגס⸗; טויף⸗; פאַרקריסטנדיק; קריסטנדיק.

 

baptismal water

(דאָס\די) טויפונגס⸗וואַסער; (דאָס\די) פאַרקריסטנדיקע וואַסער.

 

(.Baptist (n

(דער) באַפּטיסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) באַפּטיסטין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) באַפּטיסטקע (ל″ר: -ס).

 

(.Baptist (adj

באַפּטיסטיש; באַפּטיסטן⸗.

 

baptize (v. trans.)

טויפן; (די) מאַכן (עמעצן) די קריסטלעכע אײַנטונקונג (\טבילה [tvílə]);

{ביטולדיק, וועגן אַ ייד וואָס מאַכט אַּדורך די אײַנטונקונגס⸗צערעמאָניע אויף צו ווערן אַ קריסט:}

אָפּשמדן [óp-shmàdn], דרומדיק: [úp-shmàdn].

 

baptize: get baptized

זיך טויפן; זיך מאַכן די קריסטלעכע אײַנטונקונג (\טבילה [tvílə]);

{ביטולדיק, וועגן אַ ייד וואָס מאַכט אַּדורך די אײַנטונקונגס⸗צערעמאָניע אויף צו ווערן אַ קריסט:}

זיך לאָזן (אָפּ)טויפן; זיך אָפּשמדן [óp-shmàdn], דרומדיק: [úp-shmàdn].

 

bar (n.) (metal)

(די)  קראַטע (ל″ר: -ס); (די) גראַטע (ל″ר: -ס).

 

(bar (n.) (place to buy drinks

(דער) באַר (ל″ר: -ן, אויך: -ס); (די) שענק [shéynk] (ל″ר: -ען [shéynk(ə)n]); {אַרכעאיש:} (די) קנײַפּע (ל″ר: -ס);

{טאָמער וועגן אַמאָליקע צײַטן, ווען ס′האָט אָפטמאָל באַדײַט אַן אָרט וואו סײַ מ′קען איבערנעכטיקן סײַ מ′קען אַרײַן און כאַפּן אַ טרונק), צי עמאָטיוו (צומאָל מיט וואַרעמקײַט) וועגן אַ הײַנטצײַטיקן:} (די) קרעטשמע (ל″ר: -ס).

 

bar (n.) (of chocolate etc)

(דאָס\די) טעוועלע (ל″ר: -עך); (דאָס\דער) באַרל (ל″ר: -עך); (דער) באַר (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) קלעצל (ל″ר: -עך);

{טאָמער דווקא שאָָקאָלאַד אויך:} אַ שאָקאָלאַדל; אַ שאָקאָלאַדעלע (ל″ר: -ך).

 

bar (n.) (prohibition)

{מער וועגן אַקט:} (די) פאַרווערונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרבאָטונג (ל″ר: -ען);

{מער וועגן רעזולטאַט:} (דער) פאַרווער (ל″ר: -ן); (דער) פאַרבאָט (ל″ר: -ן);

{מער היימיש:} (די) פאַרווערעניש (ל″ר: -ן); (די) פאַרבאָטעניש (ל″ר: -ן);

{טאָמער וועגן יידישן דין, צי בפירוש, צי פיגוראַטיוו וועגן אַוועלכן ניט פאַל:}

(דער) איסור [í(y)sər] (ל″ר: איסורים [isúrəm], דרומדיק: [isí:rəm]).

 

(.bar (v

אויסשליסן; פאַרווערןבלאָקירן; {לס″נ:} ני(ש)ט צולאָזן;

{טאָמער דווקא וועגן פיזיש ניט אַרײַנלאָזן:} פאַרשפּאַרן דעם וועג (צפונדיק: די וועג}; ני(ש)ט אַרײַנלאָזן.

 

bar song

(דאָס\די) קרעטשמע⸗ליד (ל″ר: ער); (דאָס\די) טרינק⸗ליד (ל″ר: -ער);

{פראַזע:} אַ ליד צו די לחיימס [ləkháyəmz].

 

bar: (be) behind bars

(זײַן) פון הינטער די (טורמעדיקע) גראַטעס;

(זײַן) אין טורמע; (זײַן) אין תפיסה [tfí(y)sə].

 

bar: put behind bars

אַרײַנזעצן (\שטעלן \פאַרשיקן) הינטער די (טורמעדיקע) גראַטעס;

אַרײַנזעצן (\שטעלן \פאַרשיקן) אין טורמע; (\אין תפיסה [tfí(y)sə]).

 

bar graph

(די) באַר⸗דיאַגראַמע (ל″ר: -ס); (די) סלופּן⸗טאַבעלע (ל″ר: -ס).

 

barbarian

(דער) באַרבאַר (ל″ר: -ן);

{בייגעוודיק, צומאָל איראָניש:} (די\דער) באַרבאַרישע(ר);

{אזהרה: בײַ הײַנטיקן טאָג פאַרבלײַבן ניט נאָר אַרכעאיש נאָר בפירוש ראַסיסטיש און אַנטי⸗הומאַניסטיש די פאַרשיידענע עטניש צי פעלקעריש באַזירטע אַמאָליקע עפּיטעטן, בתוכם: „אַזיאַט“}.

 

barbaric

באַרבאַריש; פּרימיטיוו⸗אכזריותדיק [agh-zóryəz-dik].

 

barbarically

באַרבאַרמעסיק; אויף אַ באַרבאַרישן אופן [óyfn], צפונדיק: [éyfn];

אויף אַ פּרימיטיוו⸗אכזריותדיקן אופן [agh-zóryəz-dikn|óyfn], צפונדיק: [agh-zóryəz-dikn|éyfn].

 

barbarity

(די) באַרבאַרישקײַט; (די\דער) באַרבאַריטעט;

(די) פּרימיטיוו⸗אכזריותדיקײַט [agh-zóryəz-dəkàyt],

 

barbecue (n.)

(דער) באַרבעקיו [bárb(ə)kyu] (ל″ר: -ס).

 

barbecue (v.)

מאַכן א‏ַ (\דעם) באַרבעקיו [bárb(ə)kyu]; („נו, מ′עט מאַכן אַ באַרבעקיו?“).

 

barber

{דער עיקר פאַר מענער, אויף אַ מער פּשטותדיקן בעל⸗מלאכה, וועמענס הויפּט⸗אויפגאַבע איז טאַקע אָפּשערן:}

(דער) שערער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: שערערקע (ל″ר: -ס); (דער) פּאַריקמאַכער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); {אַרכעאיש:} (דער) צירולניק (ל″ר: -עס);

{דער עיקר פאַר פרויען, וואָסאַמאָל מער פאר אַלעמען, וואָס איז כולל אויסצוואָגן, פאַרבן וכו′:}

(דער) פריזירער [frizírər] (ל″ר: ø, אויך: -ס); ל″נ: פריזירערקע\פריזירערין (ל″ר: -ס); (דער) פריזער [frizér] (ל″ר: -ן).

 

barber: go to the barber(‘s) 

{בכלל:} (גיין) מאַכן די האָר;

{דווקא אויף אָפּשערן זיך:} (גיין) זיך אָפּשערן;

{דווקא אויף קאָליר:} (גיין) זיך (אָפּ)פאַרבן די האָר.

 

barber’s trade

(די) אָפּשער⸗מלאכה [m(ə)lókhə], דרומדיק: [m(ə)lúkhə]; (די\דאָס) שערערײַ.

 

barbershop

(די\דאָס\דער) שערער⸗געשעפט (ל″ר: -ן); (דער) (מענערשער) סאַלאָן (ל″ר: -ען; אויך: -עס);

{אין טייל דיאַלעקטן נייטראַל; בײַ טייל עמאָטיוו:} (די) שערערײַ (ל″ר: -ען).

 

barbershop: at the barbershop

בײַם שערער;

{דיאַלעקטיש:} בײַם צירולניק;

{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} בײַם פּאַריקמאַכער.

 

Barcelona

{אָן אַן אַרטיקל, ל″נ) באַרצעלאָנע (אויך: באַרצעלאָנאַ).

 

barcode

(דער) באַרקאָד (ל″ר: -ן; אויך: -ס); (דער) אָפּסקאַן⸗קאָד (ל″ר: -ן; אויך: -ס).

 

bard

(דער) פאָלקס⸗פּאָעט (ל″ר: -ן); (דער) פאָלקסשילדערישער פּאָעט (ל″ר: -ן);

{לומדיש; דער עיקר אין דער יידישער געשיכטע, קען אָבער אויסגעברייטערט ווערן:}

(דער) פּייטן [páytn], דרומדיק: [pá:(y)tn] (ל″ר: פּייטנים [paytónəm], דרומדיק: [pa:(y)tú:nəm]).

 

bare (v.)

אַנטבלויזן; אויפדעקן; אַנטפּלעקן.

 

bare (naked, uncovered)

הויל; נאַקעט; אַנטבלויזט; אַנטפּלעקט.

 

barebreasted

מיט אַנטבלויזטע (\הוילע) בריסט(ן).

 

barechested

העמדלאָז; אָן אַ העמד.

 

barefaced (shameless)

בושהלאָז [búshə-lòz], דרומדיק: [bí:shə-los]; חרפּהלאָז [khárpə-lòz];

אומפאַרשעמט.

 

bareheaded

היטללאָז; מיט אַן אויפגעדעקטן (\בלויזן \הוילן) קאָפּ;

{טאָמער דווקא אין יידישן רעליגיעזן זין:}

בגלוי ראש [bəgìlə-rósh]; אָן אַ יאַרמלקע; אָן אַ קאַפּל.

 

barelegged

זאָקנלאָז; מיט אַנטבלויזטע (\אַנטפּלעקטע \הוילע) פיס; {קיוטיש:} …פיסלעך.

 

(Bar-El, Joseph (1930–2003

בר⸗אל [barél]

יוסף בר⸗אל [yó(y)səf-barél];

פּראָפעסאָר יוסף (גאָטעסמאַן) בר⸗אל.

 

barefoot (adj.)

באָרוועס (אויך: באָרוויס);

 

barefoot (adv.)

באָרוועס; באָרוועסערהייט (אויך: באָרוויס, באָרוויסערהייט).

 

Bar Kokhba (Bar-Kochba), Simon (?—135 AD)

בר⸗כוכבא [bàr-kóghbə];

שמעון בר כוכבא.

 

barefoot

באָרוועס (אויך: באָרוויס).

 

barely

קאַם; עלטערע שרײַבונג: קוים; קאַם⸗קאַם (\קוים⸗קוים) [kám|kám], דרומדיק: [kó:m|ko:m];

קאַם מיט צרות [kám|mit-tsórəs], דרומדיק: [kám|mit-tsórəs];

מיט כמה צרות [mit-kámə|tsórəs], דרומדיק: [mit-kámə|tsú:rəs].

 

bargain (n.) (an agreement)

אַן אָפּרייד; אַן אָפּגערעדטע זאַך; אַן אָפּמאַך;

{לומדיש:} אַ מדובר [amdúbər], דרומדיק: [(amdíbə(r]; אַ הסכם [ahéskəm].

 

bargain (n.) (something achieved at low price)

 (די) מציאה [mətsíyə] (ל″ר: מציאות).

 

!bargain: What a bargain

{ערנסט⸗באַוואונדערנדיק צי אָפּלאַכעריש⸗סאַרקאַסטיש געווענדט אין דער אינטאָנאַציע:} אָט אַ מציאה! [mətsíyə]; אַזא מציאה!; וואָס פאראַ מציאה!;

{אָפּלאַכעריש און ביטולדיק:} יענע מציאה!; אויך מיר אַ מציאה! [óykh-mir-am(ə)tsìyə], צפונדיק: [éykh-mir-am(ə)tsìyə].

 

(.bargain (v

זיך דינגען; האַנדלען; פאַרהאַנדלען;

{סלענגיש:} שאַכערן.

 

bargain basement (low-cost and low-quality)

ביליקע סחורה [skhóyrə], צפונדיק: [skhéyrə]; ביליקע באַוול⸗סחורה;

{מער ביטולדיק:} שמאַטעס מיט שמאָנצעס.

 

bargain down

אַראָפּדינגען; אַראָפּסחרענען [aróp-sàkhrənən], דרומדיק: [arúp-sàkhrənən]; אַראָפּהאַקן (דעם פּרײַז);

{סוחריש; בײַ טייל אַרכעאיש:} אַראָפּשלאָגן.

 

(bargain for (expect

זיך ריכטן אויף; אַרויסקוקן אויף; דערוואַרטן; זײַן גרייט אויף.

 

bargain in good faith

פאַרהאַנדלען ווי אַ סוחר [asóykhər], צפונדיק: [aséykhər].

 

bargain: drive a hard bargain

האַרט פאַרהאַנדלען; אויספירן אַ האַרטן משא (ו)מתן [màsə-mátn];

{פראַזע:} פאַרהאַנדלען ווי לבן הארמי [lòvn-ho-arámə], דרומדיק: [lùvn-(h)u:-arámə] (< בראשית כ″ט: ט″ו—ל″ה).

 

bargaining (n.)

(דער) משא (ו)מתן [màsə-mátn]; (די) פאַרהאַנדלונגען (ל″ר);

{לומדיש:} (די) שקלא וטריא [shàklə-ftáryə].

 

bargaining chip

אַ האַנדלס⸗קאָרט (ל″ר: -ן); אַ האַנדלס⸗משכונדל [máshk(ə)ndl] (ל″ר: -עך [máshk(ə)ndləkh]);

{מיט ביטול:} אַ האַנדלס⸗צאַצקע (ל″ר: -ס); אַ האַנדלס⸗שפּיל(ע)כל (ל″ר: -עך).

 

bargaining table

(דער) פאַרהאַנדלונגס⸗טיש (ל″ר: -ן); (דער) פאַרהאַנדל⸗טיש (ל″ר: -ן).

 

barge

(די) באַרזשע (ל″ר: -ס); (די) באַרקע (ל″ר: -ס); (דער\די) פּליט (ל″ר: -ן).

 

(bark (n.) (of tree

(די) קאָרע.

 

(bark (n.) (of dog

(די) האַווקע [háfkə] (ל″ר: -ס); (דער) ביל (ל″ר: -ן); (דער) ביל⸗טאָן.

 

(.bark (v

בילן; האַווקען [háfkən].

 

(.barking (n

(די) בילערײַ (ל″ר: -ען); (די) האַווקערײַ (ל″ר: -ען).

 

barley (n.)

גערשטן (ל″ר); פּערלגרויפּן (ל″ר).

 

barley (adj.)

גערשטענע(ר); פּערלגרויּענע(ר).

 

barmaid

(די) באַר⸗מויד (ל″ר: -ן); (די) משקאות⸗קעלנערין [mash-kóəs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר: -ס);

{מיט אַ קאַפּ הומאָר:}

(די) שענקערין [shéynkər(i)n] (ל″ר: -ס) {עמאָטיוו:} (די) שענקערקע (ל″ר: -ס);

(די) בעל⸗משקאותטע [bàl-mash-kóəs-tə], דרומדיק: [bàl-mash-kú:əs-tə] (ל″ר: -ס).

 

(bar-mitzvah (celebration of a boy’s reaching the age of 13

(די) בר⸗מצווה [bar-mítsvə]; (די) בעל⸗מצווה [bal-mítsvə]; 

{פראַזעס:} ווערן בר⸗מצווה \ בעל⸗מצווהבר⸗מצווה \ בעל⸗מצווה געוואָרן.

  {הערה: וואָס מער מען האָט אין שפּעטערדיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אָנגעפרעגט בײַ זקנים פון גאָר פאַרשיידענע יידישע דיאַלעקטן, סײַ דרומדיקע סײַ צפונדיקע, וועגן דעם וואַריאַנט פון  ז י י ע ר  יוגנט, און נאָכמער וועגן דעם ווי אַזוי זייערע טאַטע⸗מאַמע און באָבע⸗זיידע האָבן עס אָנגערופן, אַלץ מער איז קלאָר געוואָרן, אַז דער הויפּט נוסח אויף יידיש איז גראָד געווען: „בעל⸗מצווה“, און די פאָרם איז שיער ניט „אומבאַוואוסטזיניקערהייט“ פאַרביטן געוואָרן דורך דער סטאַנדאַרדער העברעאישער פאָרמע, בפרט אין די אַלע אימיגראַציע לענדער פון יידיש ריידנדיקן פאָלק. צי מען וויל פּרובירן אויפלעבן די ספּעציפיש יידישע פאָרמע צי ניט, קען ניט שאַטן דעם קולטור⸗היסטאָרישן מהלך צו פאַרגעדענקען}.

 

barn

(דער) שײַער (ל″ר: -ן); (דער) bargשפּײַכלער (ל″ר: -ס).

 

barometer

(דער) באַראָמעטער (ל″ר: -ס).

 

baron

(דער) באַראָן (ל″ר: -ען).

 

baroness

(די) באַראָנעסע [baronésə] (ל″ר: -ס).

 

baroque (n.)

(דער) באַראָק.

 

baroque (adj.)

באַראָקיש.

 

barracks

(די) באַראַקן (ל″ר);

{בײַ טייל בלויז אויף אַ היסטאָרישן באַנוץ:} (די) קאַזאַרמע (ל″ר: -ס).

 

barrel

(דער) פאַס (ל″ר: פעסער).

 

barren

וויסט; פּוסט; ליידיק;

{פראַזע:} וויסט און לער; וויסט און ליידיק.

 

barren land

(דאָס\די) פּוסטלאַנד; (דאָס\די) פּוסטע לאַנד;

{לומדיש:} אומזריעהדיקע קרקע [ùm-zríyədikə|kárkə], דרומדיק: [ìm-zrí:yədikə|kárkə].

 

barren man

(דער) עקר [ókər], דרומדיק: [(úkə(r] (ל″ר: -ים [akórəm], דרומדיק: [akú:rəm]).

{בייגעוודיק:} (אַן\דער) אומפרוכפּערדיקער;

{לומדיש, בייגעוודיק:} (אַן\דער) אומזרעדיקער [ùm-zérədikər], דרומדיק: [(ìm-zéyrədikə(r].

 

barren woman

(די) עקרה [akórə] דרומדיק: [akú:rə] (ל″ר: עקרות);

{ע″ט און ליטעראַריש:} (די) אומטראַכטערין (ל″ר: -ס).

 

barrenness

(די) וויסט⸗און⸗לערקײַט; (די) פּוסטקײַט; (די) ליידיקײַט.

 

barricade (n.)

(די) באַריקאַדע (ל″ר: -ס).

 

barricade (v.)

שטעלן (לייגן) אַ באַריקאַדע; (פאַר)באַריקאַדירן.

 

barrier (n.)

{פיזיש צי פיגוראַטיוו:} (דער) באַריער (ל″ר: -ן); (די) בלאָקאַדע (ל″ר: -ס); (די) אָפּשטעל⸗וואַנט (ל″ר: ⸗ווענט);

{אין מענטשלעכן זין פון אַן אָפּשטעל לגבי אַ דערגרייכונג:} אַ מניעה [am(ə)níyə] (ל″ר: מניעות); (דער) שטרויכלשטיין (ל″ר: -ער); (דער) מכשול [míkhsh(ə)l] (ל″ר: מכשולים [mikh-shóyləm], צפונדיק: [mikh-shéyləm]);

 

barring (excluding)

אויסשליסנדיק; אַרויסנעמענדיק פונעם חשבון [khézhbm]; אויסער; אַחוץ [akhúts], דרומדיק: [akhíts].

 

barrister

(דער) באַריסטער⸗אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן); (דער) משפּט⸗אַדוואָקאַט [míshpət] (ל″ר: -ן); (דער) געריכטס⸗אַדוואָקאַט;

  {הערה: דאָ גייט די רייד וועגן דער בריטאַנישער סיסטעם און אַנדערע וואו דער אַדוואָקאַט וואָס קומט אַרגומענטירן אין געריכט בעל⸗פּה און בפרהסיא, איז אַן אַנדערער פון דעם וואָס גרייט צו אַלצדינג אַפריער}.

 

barrister’s chambers

(די) באַריסטער⸗קאַמערן (ל″ר).

 

bartender

(דער) באַר⸗מאַן (ל″ר: באַרלײַט); (דער) משקאות⸗קעלנער [mash-kóəs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

{מיט אַ קאַפּ הומאָר:}

(דער) שענקער [shéynkər] (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס) 

(דער) בעל⸗משקאות [bàl-mash-kóəs-tə] (ל″ר: -ס).

 

barter (n.)

(דער) אויסבײַט⸗מסחר [mískhər]; (דער) אויסטויש⸗מסחר; (דער) חילוף⸗מסחר [khíləf-mìskhər];

{אין לשון פון עקאָנאָמיסטן אויך:} (דער) באַרטער.

 

barter (v.)

אויסבײַטן סחורות [skhóyrəs], צפונדיק: [skhéyrəs]; אויסבײַטן חפצים [kh(ə)féytsəm], דרומדיק: [kh(ə)fáytsəm];

{אין לשון פון עקאָנאָמיסטן אויך:} באַרטערן.

 

bas mitzvah → bat mitzvah

 

bas relief

(דער) באַרעל(י)עף (ל″ר: -ן).

 

(.base (n

{טאָמער דווקא אַ געבוי, אַ פיזישער יש, צי מיליטעריש צי ניט:}

(די) באַזע (ל″ר: -ס);

{טאָמער אין זין פון אַ פיזישן יש סאַמע אונטן אויף וועלכן ס′שפּאַרט זיך אָן אָדאָס וואָס איבער דעם, אויך:}

(דער) פונדאַמענט [fundámənt] (ל″ר: -ן);

{טאָמער פיגוראַטיוו אָדער אין אינטעלעקטועלן זין, אויך:}

(דער) יסוד [yəsód] (ל″ר: יסודות [yəsóydəs], צפונדיק: [yəséydəs]).

 

base (uncouth, common)

געמיין; פּראָסטאַקיש; אומבתרבותדיק [ùm|bətárbəz-dik], דרומדיק: [ìm|bətárbəz-dik].

 

(.base (on) (v. trans

באַזירן אויף; באַגרינדעט אויףזיך שטיצן אויף; זיך אָנשפּאַרן אָן (\אויף); בויען אויף;

{ליטעראַריש:} זיך גרונטפעסטיקן אויף;

{לומדיש) זיך סומך זײַן אויף [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn].

 

base camp

(דער) הויפּט⸗קעמפּ (ל″ר: -ן; אויך: -ס); (דער) הויפּט⸗לאַגער (ל″ר: -ן).

 

base of operations

(די) אויפגאַבן⸗באַזע (ל″ר: -ס); (די) אַרבעטס⸗באַזע (ל″ר: -ס); (די) פּראָיעקטן⸗באַזע (ל″ר: -ס).

 

base: be way off base

זײַן (זייער) ווײַט פונעם אמת [éməs]; ני(ש)ט טרעפן אויף אַ וויאָרסט (\קילאָמעטער \מײַל);

האָבן אַ (זייער) גרויסן טעות [tóəs], דרומדיק: [tú:əs];

{לומדיש:} זיך (זייער) שטאַרק טועה זײַן [tóyə-zayn], צפונדיק: [téyə-zayn].

 

baseball

(דער) בייסבאָל (אויך: בעיסבאָל) [béyz-bòl], אויך: [béyz-b)ə(l];

{פראַזע:} (דער\די) (אַמעריקאַנער) מיאַטשיק.

 

baseball: play baseball

שפּילן (אין) בייסבאָל (אויך: בעיסבאָל) [béyz-bòl];

{צומאָל שפּאַסיק צי איראָניש:} שפּילן אין (אַמעריקאַנער) מיאַטשיק.

 

based in

באַזירט אין; מיטן הויפּט⸗אַמט (\⸗ביוראָ) אין; וואוינענדיק (דער עיקר [dəríkər]) אין.

 

based on

באַזירט אויף; געבויט אויףבאַגרינדעט אויף;

{ליטעראַריש:} געגרונטפעסטיקט אויף.

 

baseless

גרונטלאָז; אָן אַ יסוד [yəsód]; אומבאַגרינדעט;

{פראַזעס:} סתם (אין דער וועלט אַרײַן) [stám] גלאַט אַזוי; {עמאָטיוו:} אַרויסגעזויגן פון פינגער; אַרויסגעשאָקלט פון אַרבל.

 

baseless hatred

(דער) אומזיסטער האַס; (די) גרונטלאָזע שנאה [sínə]; (די) פײַנטשאַפט אָן אַ פאַרוואָס (אויך: פײַנדשאַפט);

{אַ קאַפּ לומדיש:} (די\דער) שנאת חינם [sìnəs-khínəm]; 

 

baseline (n.) (in argumentation)

(דער) אויסגאַנגפּונקט; (די) גרונט⸗פּאָזיציע (ל″ר: -ס); (די) תחילתדיקע ליניע [tkhíləz-dikə];

{ליטעראַריש, אַלץ קאָנטראַסט מיט: „די אונטערשטע שורה“:} די אייבערשטע שורה [shúrə], דרומדיק: [shí:rə].

 

baseline (adj.) (in argumentation)

תחילתדיק [tkhíləz-dik]; ערשטיק;

{לומדיש:} התחלהדיק [haskhólə-dik], דרומדיק: [haskhúlə-dik].

 

baseman (sports)

(דער) בייסמאַן (ל″ר: בייסמענער; אויך {עמאָטיוו:} בייסלײַט); (אויך: בעיסמאַן וכו′).

 

basement

(דער) קעלער (ל″ר: -ס);

{אין מזרח:} (דער) פּאָדוואַל (ל″ר: -ן)

{טאָמער דווקא אַן אויסגעפּוצטער, אויך:} (דער) בייסמענט (ל″ר: -ס).

 

(bash (n.) (loud celebration

(די) הוליאַנקע (ל″ר: -ס); (די) גרויסע מסיבה [məsíbə] (ל″ר: מסיבות).

 

(bash (v.) (attack with words

אַראָפּרײַסן (ל″ע: אַראָפּגעריסן); אַרײַנזאָגןאַטאַקירן; {אַרכעאיש:} אָנגרײַפן;

{פראַזעס:} דערלאַנגען איבערן קאָפּ; מאַכן פּיפּקע (פון עמעצן); מאַכן אַ תל [tél] (פון עמעצן);

{ליטעראַריש:} מכבד זײַן מיט שמיץ [məkhábəd-zayn].

 

bashful

שעמעוודיק;

{לומדיש:} ביישנותדיק [bayshónəz-dik], דרומדיק: [ba:shú:nəz-dik].

 

bashful person

{בייגעוודיק:} אַ שעמעוודיקע(ר); אַ ביישנותדיקע(ר) [(abayshónəz-dikə(r], דרומדיק: [(aba:shú:nəz-dikə(r]; אַ בושת⸗פּנימדיקע(ר) [(abòyshəs-pónəm-dikə(r], דרומדיק: [(abòyshəs-pú:nəm-dikə(r], צפונדיק: [(abèyshəs-pónəm-dikə(r];

אַ ביישן [abáyshn], דרומדיק: [abá:shn] (ל″ר: ביישנים [bayshónəm], דרומדיק: [ba:shú:nəm]), ל″נ: אַ ביישנטע [abáyshn-tə], דרומדיק: [abá:shn-tə] (ל″ר: -ס);

{ווערטל:} ולא הביישן למד [vlòy-(h)abáyshn|lóməd], דרומדיק: [vlòy-(h)abáyshn|lúməd], צפונדיק: [vlèy-(h)abáyshn|lóməd] (′אַז אָטאָ דער וואָס האָט זיך געשעמט האָט דאָך ניט געלערנט′ < פּרק, ב′: ה′);

 

bashfully

מיט שעמעוודיקײַט; שעמע(וו)דיקערהייט;

 

bashfulness

(די) שעמע(וו)דיקײַט; (די\דאָס) ביישנות [bayshónəs], דרומדיק: [ba:shú:nəs].

 

basic

פונדאַמענטאַל; יסודותדיק [yəsóydəz-dik], צפונדיק: [yəséydəz-dik].

 

basic services

(די) גרונט⸗באַדינונגען (ל″ר).

 

basic training

(די) גרונט⸗אויסשולונג; (די) גרונט⸗לערנונג; (די) גרונט⸗צוגרייטונג; (די\דער) גרונט⸗טריינינג (\טרעינינג);

  {אזהרה: צוליב דער נאָענטקײַט (און בײַ טייל — פאַרבײַטלעכקײַט ממש) מיטן סלענגישן שטאַרק⸗פאַרשפּרייטן סעקסועלן טערמין „טרענען“ (און זײַנע מקורבים „טרענעכץ“, „טרענונג“, „(אָפּ)טרענירונג“ וכו′) איז קלאָר אַז דער באַנוץ דאָ פון „טרענירונג“ איז ניט צוגעפּאַסט אין הײַנטצײַטיקן און דערהײַנטיקטן לשון}.

 

basic truths

די יסודותדיקע אמתן [yəsóydəz-dikə|éməsn], צפונדיק: [yəséydəz-dikə|éməsn] (ל″ר);

די גרונט⸗אמתן;

{מער פילאָסאָפיש:} די יסודותדיקע אָנגענומענקײַטן (\אַקסיאָמען).

 

basic vowel

(דער) גרונט⸗וואָקאַל (ל″ר: -ן); (דער) יסודותדיקער וואָקאַל [yəsóydəz-dikər], צפונדיק: [yəséydəz-dikər].

 

basically

אין גרונט גענומען; ריידנדיק צו דער זאַך גופא [gúfə], דרומדיק: [gífə];

{אַ קאַפּ לומדיש:} בעצם [b(ə)étsəm] דרומדיק: [b(ə)éytsəm]; אין תוך אַרײַן [tókh];

{נאָכמער לומדיש:} ביסודו של דבר [biy(ə)sòydoy-shəl-dóvər], דרומדיק: [(biy(ə)sòydoy-shəl-dúvə(r], צפונדיק: [biy(ə)sèydey-shəl-dóvər].

 

basin

{אַ קליינינקער אין שטוב:} (דער) בעקן (ל″ר: -ס);

{אַ גרעסערער, אינדרויסן:} (דער) באַסיין (ל″ר: -ען);

{אין דער נאַטור, אַשטייגער בײַ אַ טײַך:} (דער) טײַך⸗טאָל (ל″ר: -ן); (די\דער) טײַך⸗לאַנד.

 

basics

יסודותדיקע זאַכן [yəsóydəzdikə zákhn]; יסודותדיקײַטן [yəsóydékáytn]; וואָס ס′איז אַ יסוד [y(ə)sód]; פונדאַמענטאַלקײַטן [fundamèntálkaytn]; דער פונדאַמענט [fundamént] ,[fundámənt]. 

 

!basics: Back to basics

צוריק צום עיקר! [íkər]; לאָמיר בעסער ריידן וועגן דעם עיקר!; וואָס איז אָבער דער יסוד? [yəsód].

 

(basil (n.) (spice

(די) באַזיליע.

 

(basis (back-up for the argument

(דער) סמך [smákh]; (דער) אָנשפּאַר; (די) ראיה [ráyə];

{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) באַגרינדונג.

 

(basis (conceptual foundation

(דער) גרונט; (דער) יסוד [yəsód]; (דער) פונדאַמענט [fundáment]; (דער) באַזיס.

 

bask in the glow of

אַרויסשטראַלן מיט; אַרויסגליען מיט; זיך אָנקוועלן פון.

 

basket

(דער) קאָשיק (ל″ר: -עס); (דער) קאָרב (ל″ר: קערב; אויך: קערבלעך); (דער) קויבער (ל″ר: -ס; אויך: -לעך).

 

basket case (of a person)

{בייגעוודיק:} (די\דער) האָפענונגס⸗לאָזע(ר); (די\דער) פאַרלאָרענע(ר); אויך: פאַרלוירענע(ר);

אַ מענטש פאַר וועמען מ′קען שוין קיין זאַך ני(ש)ט מאַכן (\טאָן).

 

basketball

(דער) קוישבאַל; (דער) באַסקעטבאָל.

 

basketball player

(דער) קוישבאַליסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קוישבאַליסטקע (ל″ר: -ס);

(דער) באַסקעטבאָליסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) באַסקעטבאָליסטקע (ל″ר: -ס);

(דער) קוישבאָל שפּילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) באַסקעטבאָל שפּילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

Basque (n.) (person)

(דער) באַסק (ל″ר: -ער).

 

Basque (adj.)

באַסקיש; באַסק⸗.

{אומבייגעוודיק:} באַסקער.

 

Basque independence movement

(די) באַסקער אומאָפּהענגיקײַט (\זעלבשטענדיקײַט) באַוועגונג.

 

bass (n.) (musical instrument)

(דער) באַס (ל″ר: בעסער).

 

bass (n.) (of voice and/or person with such voice)

(דער) באַס (ל″ר: בעסער); 

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַסאָווע(ר).

 

bastard

{פאָרמעל נייטראַל:} אַן אומגעזעצלעכע(ר) קינד (ל″ר: -ער); אַ ני(ש)ט⸗כשרע(ר) [(anì(sh)t-kóshərə(r], דרומדיק: [(anìsh(t)-kú:shərə(r];

{היסטאָריש ביטולדיק, קען אָבער נייטראַליזירט ווערן מיטן צוגאָב פון „נעבעך“, „פאַר קיינעם ניט געדאַכט“ וכדומה:} (דער) ממזר [mámzər] (ל″ר: ממזרים [mamzéyrəm], דרומדיק: [mamzáyrəm]), ל″נ: ממזרטע [mámzərtə] (ל″ר: -ס); ל″נ אויך: ממזרת(טע) [(mamzérəs(tə], דרומדיק: [(mamzéyrəs(tə] (ל″ר: ממזרתטעס [mamzérəstəs], דרומדיק: [mamzéyrəstəs]; מער לומדישער ל″ר: ממזרות [mamzéyrəs], דרומדיק: [mamzáyrəs]);

{דווקא אַלץ באַליידיקונג, בײַ פאַרשיידענע וואולגאַריש:} אַ הורן⸗זון (ניטאָ קיין ל″נ); אַ ממזר בן הנידה [amàmzər-ben-(h)anídə] (ל″ר: ממזרים בני נידה [mamzèyrəm-bney-nídə], דרומדיק: [mamzàyrəm-bnay-nídə]); {זע אויך אין קומעדיקן סימן}.

 

!bastard: What a bastard

ס′אַ נידערטרעכטיקער יונג!; ס′אַ מיאוסער מענטש (\טיפּ) [míyəsər]; 

ס′אַ פּאַסקודניאַק! (ל″ר: -עס); ל″נ: ס′אַ פּאַסקודניצע (ל″ר: -ס); אויף ביידע מינים אויך: ס′אַ (שטיק) פּאַסקודסטווע [paskútsvə];

ס′אַ כאָלער(י)ע

ס′אַ מנוול [m(ə)núvl], דרומדיק: [m(ə)nívl] (ל″ר: מנוולים [m(ə)nuvóləm], דרומדיק: [m(ə)nivú:ləm], ל″נ: מנוולטע [m(ə)núvl-tə], דרומדיק: [m(ə)nívl-tə], אויך: מנוולת(טע) [(m(ə)nuvéləs(tə], דרומדיק: [(m(ə)nivéyləs(tə];

ס′אַ אויסוואָרף! (אויך: אויסוואורף); ס′אַ סוואָליטש (ל″ר: -עס);

ס′אַ ממזר בן הנידה [amàmzər-ben-(h)anídə] (ל″ר: ממזרים בני נידה [mamzèyrəm-bney-nídə], דרומדיק: [mamzàyrəm-bnay-nídə]).

 

bastard: What bastards!

סאַראַ כאָלעריעס!; אַזעלכע כאָלעריעס!; אַזעלכע פּאַסקודניאַקעס!; אַזעלכע פּאַסקוטסוועס!;

{לומדיש און צומאָל איראָניש און מיט אַ מאָס גוטמוטיקײַט בײַ זיך:} רשעים ערורים! [rəshó(y)əm-arúrəm]; דרומדיק: [rəshú:əm-arí:rəm].

 

 

bastardization

(די) באַסטאַרדיזירונג; (די) פאַרדאַרבונג; (די) (פאַר)קאָרופּטירונג; (די) פאַרביליקערונג; (די) וואָדעוויליזירונג.  

 

bastardize

באַסטאַרדיזירן; פאַרדאַרבן; (פאַר)קאָרופּטירן; פאַרביליקערן; וואָדעוויליזירן.  

 

Bastille: Storming of the Bastille

דער איבערפאַל אויפן באַסטיל.

 

Bastille Day

(דער) באַסטיל⸗טאָג; דער פערצעטער יולי (אויך: פערצנטער).

 

bastion

(די) פעסטונג (ל″ר: -ען); (די) אײַנפעסטיקונג (ל″ר: -ען); (דער) באַסטיאָן (ל″ר: -ען).

 

(bat (bird

(די) פלעדערמויז (ל″ר: פלעדערמײַז);

{ע″ט:} (די) נאַכטשוואַלב (ל″ר: -ן);

{לומדיש, דער עיקר פיגוראַטיוו, אַשטייגער אין וויכוחים איבער דער ראָלע פון ראיה אין דער פילאָסאָפיע:}

(דער) עטלף [átləf] (ל″ר: עטלפים [atléyfəm], דרומדיק: [atláyfəm]).

 

(bat (for baseball

(די) דובינקע [dubínkə] (ל″ר: -ס); דער שטאָק (ל″ר: -ן); (די) הילקע (ל″ר: -ס); (דער) שלאָגער (ל″ר: -ס);

{נוסח אַמעריקע:} (דער) באַט (ל″ר: -ס).

 

(bat mitzvah (celebration of a girl’s reaching the age of 12

(די) בת⸗מצווה [bas-mítsvə]; 

{פראַזעס:} ווערן בת⸗מצווה (ל″ע: בת⸗מצווה געוואָרן);

  {הערה: צומאָל טרעפט מען גראַדע בײַ חרדים, בײַ וועמען בת⸗מצווה ווערט ניט געפּראַוועט, די אָפּלאַכערישע פאָרמעס [bat-mítsvə], צי [bat-mítsva], צי אַפילו [bat-mitsvá], וואָס קומען באַווײַזן דעם צוגאַנג, אַז דאָס איז אַ גאַנג בײַ מאָדערניסטישע, ציונים, וכו′}.

 

batch

אַ בינטל (ל″ר: -עך; אַ פּאַרטיע (ל″ר: -ס); אַ קאָמפּלעט (ל″ר: -ן); אַ פּעקל (ל″ר: -עך).

 

(bath(tub

(די) וואַנע (ל″ר: -ס).

 

bath: take a bath

מאַכן אַ וואַנע; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} נעמען אַ וואַנע;

{ווען ס′איז קלאָר אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ שטוביקער וואַנע:} זיך אויסוואַשן; זיך אַרומוואַשן; זיך אויסבאָדן;

{פראַזעס: דעם וואָס קומט פון באָדן זיך באַגריסט מען מיט:} צו רפואה! [tsu-rəfú(y)ə], דרומדיק: [tsə-rəfíyə].

 

bath house

(די) באָד (ל″ר: בעדער); (די) עפנטלעכע וואַנע (ל″ר: -ס);

{איידעלער:} (דער) מרחץ [mérkhəts], דרומדיק אויך: [márkhəts]; (ל″ר: מרחצאות [mèrkhətsóəs], דרומדיק: [mèrkhətsú:əs]; אויך: מרחצן [mérkhətsn]);

  {הערה: אויך אינעם מאָדערנערם וועלטלעכן לשון איז פאַרבליבן אַ שמץ, צי מער ווי אַ שמץ, פון אומאיידלקײַט אינעם וואָרט „באָד“, צומאָל פאַרוואַנדלט אין סתם אַ שמייכעלע צי אַן אָנוואונק אויף „אַמאָליקער“ אומאיידלקײַט — אַכלל, פאָרט ניט⸗נייטראַל}.

 

(bath house: go to (bathe in) a bath house (or sauna

גיין אין באָד {≠ „גיין אין באָד אַרײַן“ וואָס איז באַליידיקנדיק};

{ווען ס′איז קלאָר אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ באָד ממש:} זיך אויסבאָדן;

{פראַזעס: דעם וואָס קומט פון באָדן זיך באַגריסט מען מיט:} צו רפואה! [tsu-rəfú(y)ə], דרומדיק: [tsə-rəfíyə].

 

bath house attendant

(דער) מרחץ⸗באַדינער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

{עמאָטיוו, צי ביטולדיק צי סתם מיט הומאָר:}

(דער) בעדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) באָד⸗באַדינער (ל (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

  {הערה: בײַ הײַנטיקן טאָג ווערט „באָד⸗יונג“ באַנוצט בלויז אין אַ באַליידיקנדיקן טאָן, וועגן אַ גראָביאַנסקן, קולטורלאָזן טיפּ}.

 

bathe (v. intrans.)

זיך באָדן; זיך אויסבאָדן;

 

bathe (v. trans.)

מאַכן אַ באָד (פאַר); אָפּבאָדן; אויסבאָדן.

 

bathing cap

(דאָס\די) קאָפּ⸗היטל (ל″ר: -עך; אויך: -ען).

 

bathing suit

(דער) באָד⸗קאָסטיום (ל″ר: -ען); (דער) שווים⸗קאָסטיום (ל″ר: -ען);

{אָפּלאַכעריש, איראָניש:} (דער) באַדע⸗קאָסטיום (ל″ר: -ען);

{טאָמער דווקא הייזלעך:} (די) באָד⸗הייזלעך (ל″ר); (די) שווים⸗הייזלעך (ל″ר);

  {אזהרה: די המצאה „שווימקעס“ קען אויסקומען סײַ לעכערלעך, סײַ אומפאַרשטענדלעך, בײַ די וואָס ריידן אויף דער שפּראַך נאַטירלעך, הגם ס′פּאַסט זיך אַ סברא אַרײַנעט אינעם „קיוט⸗יידיש פאַרן קלוב“ — להיפּוך צו אַ לשון גופא}.

 

bathrobe

(דער) כאַלאַט (ל″ר: -ן); (דער) שלאָפראָק (ל″ר: שלאָפרעק).

 

bathroom

(דער) וואַשצימער [vásh-tsìmər] (ל″ר: -ן);

{טאָמער וויל מען באַטאָנען אַז מ′איז אויסן דאָרטן וואו מ′טוט אַ מענטשלעכן געברויך:}

(דער) קלאָזעט (ל″ר: -ן); (דער) טואַלעט [twalét] (ל″ר: -ן); (דער) בית⸗כסא [bèys-kísə], דרומדיק: [bàys-kí:sə] (ל″ר: -ס);

{פראַזעס:} אַוואו דער קיסר גייט אַליין [kéysər], דרומדיק: [káysər];

{טאָמער איז מען דווקא אויסן דעם צימער מיט אַ וואַנע:}

(דער) וואַנע⸗צימער (ל″ר: -ן).

 

(.Bathsheba (bibl

בת⸗שבע [ba(s)-shévə], דרומדיק: [ba(s)-shéyvə];

{אַלץ מאָדערנער נאָמען צומאָל פאַרקירצט אויף:} [shévə], דרומדיק: [shéyvə].

 

Bath-Tovim, Sarah

שרה בת⸗טובים [sòrə-bas-tóyvəm], דרומדיק: [sù:rə-bas-tóyvəm], צפונדיק: [sòrə-bas-téyv(ə)m];

שרה בת מרדכי?; שרה בת יצחק?; שרה בת יעקב?.

 

bathtub

(די) וואַנע (ל″ר: -ס).

 

baton: pass the baton

איבערגעבן די מלוכה [m(ə)lúkhə], דרומדיק: [m(ə)lí:khə];

איבערגעבן דאָס (\דעם) שטעקן; איבערגעבן די לייצעס.

 

battalion

(דער) באַטאַליאָן (ל″ר: -ען).

 

batter (n.) (dough)

(די\דאָס\דער) טייג.

 

batter (v.)

{טאָמער דווקא פיזיש:} צעשלאָגן; צעממיתן [tsəméyməsn], דרומדיק: [tsəmáyməsn]; אַזוי ריכטיק דערלאַנגען;

{מער פיגוראַטיוו:} אַ תל מאַכן [atél-màkhn]; אַטאַקירן שטאַרק (\פון אַלע זײַטן); 

 

battery

(די) באַטערייקע [batəréykə] (ל″ר: -ס); (די) באַטעריע (ל″ר: -ס).

 

battery life

(דער\דאָס\די) באַטעריע⸗געדויער.

 

battery operated

באַטערייאיש; אויף באַטעריע(ס).

 

battery power

(די) באַטעריע⸗קראַפט.

 

battle (n.)

{אין גאַנג פון מלחמה:} (דער) שלאַכט (ל″ר: -ן);

{אויך ברייטער:} (דער) קאַמף (ל″ר: -ן); (דער\דאָס) געראַנגל (ל″ר: -ען).

 

battle (v.)

גיין אין מלחמה [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; גיין אין קאַמף; גיין אין שלאַכט; קעמפן.

 

battle cry

(דער\דאָס\די) קאַמפס⸗געשריי (ל″ר: -ען); (דער) קאַמפס⸗רוף (ל″ר: -ן).

 

battle fatigue

(די) מלחמה⸗מידקײַט [m(ə)lkhómə], דרומדיק: [m(ə)lkhúmə]; (די) אויסגעשעפּטקײַט פון קאַמף;

(די) קעמפערישע אויסגעמאַטערטקײַט.

 

battle hardened person

{בייגעוודיק:} אַ דורכגעטריבענע(ר); אַ דורכגעמלחמהוועטע(ר) [(adú(r)kh-gəm(ə)(l)khòməvətə(r], דרומדיק: [(adór(ə)kh-gəm(ə)(l)khùməvətə(r];

אַן אַלטער קעמפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: אַן אַלטע קעמפערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} …קעמפערקע (ל″ר: -ס).

 

battle of the giants

אַ מלחמה פון (די) ריזן (\גיגאַנטן) [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə];

אַ מלחמה פון גוג ומגוג [góg-məgòg]; אויך: [gòg-(v)əmógəg], דרומדיק: [gòg-(v)əmúgik].

 

battle of the sexes

דער מאַן⸗און⸗פרוי קאַמף;

{לומדיש; אָן אַן אַרטיקל:} מלחמת איש ואשה [məlkhèməs|ìsh-v(ə)íyshə], דרומדיק: [məlkhèyməs|ì:sh-v(ə)í:yshə].

 

battlefield

(דער\דאָס\די) שלאַכטפעלד (ל″ר: -ער).

 

battleground

(דער) קאַמפס⸗שטח [kámfs-shètəkh], דרומדיק: [kámfs-shètəkh] (ל″ר: [kámfs-shtókhəm], דרומדיק: [kámfs-shtùkhəm]); (דאָס\דער) שלאַכטס⸗אָרט (ל″ר: ⸗ערטער).

 

battleground states (in U.S. elections)

די (אַמעריקאַנער) באַשליסנדיקע שטאַטן (ל″ר); די „גורלדיקע“ שטאַטן [góyrl-dikə], צפונדיק: [géyrl-dikə];

{לומדיש:} די מכריעדיקע שטאַטן [makh-ríyədikə].

 

battleship

(די) קריג(ס)⸗שיף (ל″ר: -ן).

 

(.bay (n

(דער) ים⸗צווײַג [yám-tsvàyg] (ל″ר: -ן); (דער) ים⸗טײַך [yám-tàykh] (ל″ר: -ן);

{מער טעכניש:} (דער) ים⸗אײַנגאָס (ל″ר: -ן).

 

bay window

(דער\דאָס) אַרויסשטאַרצנדיקע(ר) פענצטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

(.bayonet (n

(דער) באַיאָנעט (ל″ר: -ן).

 

(.bayonet (v

שטעכן מיטן באַיאָנעט (ל″ע: געשטאָכן).

 

bazaar

(דער) באַזאַר (ל″ר: -ן);

(דער) שוק (ל″ר: -ן; {לומדיש:} שווקים [shvókəm], דרומדיק: [shvúkəm]).

 

BC

פאַר קריסטוסן (= פ.ק); פאַרן איצטיקן קאַלענדאַר; פאַר דער אַלגעמיינער צײַט⸗רעכענונג;

{בײַ יידן, איידעלערהייט געבנדיק צו פאַרשטיין אַז ס′איז „פאָרט ניט אונדזער לוח“:}

לפני מספּרם [lìfney|mispórom], דרומדיק: [lìfnay|mispú:rom]; אויך: [lìfney|misp(ə)róm];

{לומדיש:} לפני מנין הנוצרים [lìfney|mìnyən-(h)anóytsrəm], דרומדיק: [lìfnay|mìnyən-(h)anóytsrəm], צפונדיק: [lìfney|mìnyən-(h)anéytsrəm].

 

BCE

פאַרן איצטיקן קאַלענדאַר; פאַר דער אַלגעמיינער צײַט⸗רעכענונג;

{בײַ יידן, איידעלערהייט געבנדיק צו פאַרשטיין אַז ס′איז „פאָרט ניט אונדזער לוח“:}

לפני מספּרם [lìfney|mispórom], דרומדיק: [lìfnay|mispú:rom]; אויך: [lìfney|misp(ə)róm];

{לומדיש:} לפני מנין הנוצרים [lìfney|mìnyən-(h)anóytsrəm], דרומדיק: [lìfnay|mìnyən-(h)anóytsrəm], צפונדיק: [lìfney|mìnyən-(h)anéytsrəm].

  {הערה: בײַ טייל נוצט מען דאָ פאַר קריסטוסן (=  פ.ק.), ניט קוקנדיק וואָס דאָס איז פאַקטיש די איבערזעצונג פון AD}.

 

(be (present tense

זײַן:

איך בין (כ′בין);

דו ביסט (צפונדיק דיאַלעקטיש: בינסט);

ער איז (ר′איז);

זי איז (זי′ז);

מ′איז \ מען איז \ [באַליבט אין ד″מ:] מע איז;

ס′איז \ עס איז \ [באַליבט אין ד″מ:] סע איז;

צפונדיק: מיר זײַנען; דרומדיק: מיר זענען (דרומדיק דיאַלעקטיש: אונדז זע′מיר [(ìnz(z)émə(r]);

צפונדיק: איר זײַט; דרומדיק: איר זענט (דרומדיק דיאַלעקטיש: עץ זענט; צפונדיק דיאַלעקטיש: איר זײַנט);

צפונדיק: זיי זײַנען; דרומדיק: זיי זענען [zay-zènən].

(be (past tense

זײַן:

איך בין געווען (כ′בין געווען);

דו ביסט געווען (צפונדיק דיאַלעקטיש: בינסט געווען);

ער איז געווען (ר′איז געווען);

זי איז געווען (זי′ז געווען);

מ′איז (\ מען איז \ [באַליבט אין ד″מ:] מע איז) געווען;

ס′איז (\ עס איז \ [באַליבט אין ד″מ:] סע איז) געווען;

צפונדיק: מיר זײַנען געווען; דרומדיק: מיר זענען געווען [zènə(n)-g(ə)véyn]; דרומדיק דיאַלעקטיש: אונדז זע′מיר געווען [ìnzémə-g(ə)véyn];

צפונדיק: איר זײַט געווען; דרומדיק: איר זענט געווען (דרומדיק דיאַלעקטיש: עץ זענט געווען).

צפונדיק: זיי זײַנען געווען; דרומדיק: זיי זענען געווען.

(be (future tense

זײַן:

איך וועל זײַן (איכ′ל זײַן; כ′ל זײַן);

דו וועסט זײַן (דו′סט זײַן; דו′עסט זײַן; ס′ט זײַן);

ער וועט זײַן (ער′ט זײַן; ר′ט זײַן);

זי וועט זײַן (זי′ט זײַן; זי′עט זײַן);

מ′וועט זײַן (מען וועט \ [באַליבט אין ד″מ:] מע וועט) זײַן; (מ′עט זײַן);

ס′וועט (עס וועט \ [באַליבט אין ד″מ:] סע וועט) זײַן; (מ′עט זײַן);

מיר וועלן זײַן (מיר′ן זײַן; צפונדיק דיאַלעקטיש: מיל′ן זײַן);

איר וועט זײַן (איר′ט זײַן; איר′עט זײַן);

זיי וועלן (זיי′לן זײַן; זיי′עלן זײַן).

 

beach (n.)

(די) פּלאַזשע; (דער) ברעג; (דער) ברעג וואַסער;

{טאָמער בײַם ים:} (דער) ברעג ים [brèg|yám], דרומדיק: [brèyk|yám];

{טאָמער בײַ אַ טײַך:} (דער) ברעג טײַך.

 

beach: at the beach

בײַם (ברעג) ים [yam]; אויף דער פּלאַזשע.

 

beach: go to the beach

גיין צום ים [yam].

 

beachhead

(דאָס\די) ערשטע געווינס אויף ווײַטערגיין; (דער) געוואונענער אויסגאַנג⸗פּונקט (ל″ר: -ן); (די) אײַנגענומענע בריק (אויף…); (דער) פאָרשריט וואָס איז אַ באַזע אויף ווײַטער.

 

beacon of light (fig.)

אַ ליכט⸗טורעם; אַ ליכט⸗געבער; אַן אַרויסשטראַלנדיק(ע) ליכט.

 

beadle (in synagogue)

(דער) שמש [sháməs] (ל″ר: שמשים [shamós(h)əm], דרומדיק: [shamú:s(h)əm]).

 

beadle (in non-Jewish institution)

(דער) באַדינער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַדינערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) באַדינערקע (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} (די\דער) אָנגעשטעלטע(ר);

{לומדיש:} (דער) משמש [məsháməsh] (ל″ר: משמשים [məshámshəm]).

 

beak

(דער) שנאָבל (ל″ר: -ען).

 

(.beam (n

(דער) באַלקן (ל″ר: -ס); (די) באַלקע (ל″ר: -ס); (די) בערווענע (ל″ר: -ס); (דער) קלאָץ (ל″ר: קלעצער).

 

(beam (v.) (shine

שטראַלן; שײַנען.

 

(beam (v.) (with pride/joy

קוועלן.

 

beam down

אַראָפּבליצן.

 

beam up

אַרויפבליצן.

 

beans

בעבלעך, באָנדלעך; באָבעס, פאַסאָליעס.

 

(.bear (n

(דער) בער (ל″ר: -ן), ל″נ אויך {עמאָטיוו; גוטמוטיק}: (די) בעריכע (ל″ר: -ס);

{וועגן אַ קליינינקן:} (דאָס\דער) בערעלע (ל″ר: -ך);

  {הערה: פאַרשטייט זיך אַז מ′קען נוצן אויך דעם ערשטן דימינוטיוו, „בערל“ אויף אַ קלענערן אָדער מיטלוואוקסיקן בער; אַ סברא זייער זעלטן צוליב דער אָפטקײַט פונעם יידישן מאַנסבילשן נאָמען „בערל“ (< דב⸗בער).

 

(bear (v.) (carry

טראָגן; האַלטן בײַ זיך.

 

(bear (v.) (put up with

אויסהאַלטן; אויסשטיין; פאַרלײַדן;

{לומדיש:} סובל זײַן [sóyvl-zayn], צפונדיק: [séyvl-zayn].

 

bear arms

טראָגן געווער; גיין מיט געווער.

 

bear a grudge

טראָגן אַ האַרץ (אויף); טראָגן אַמאָליקע קריוודעס; אויפהיטן דעם (אַמאָליקן) פאַראיבל; פאַרגעדענקען זיך די (אַמאָליקע) טענות ומענות [tàynəz-umáynəs], דרומדיק: [tà:nəs-imá:nəs].

 

bear children

געבאָרן (\געבוירן); געווינען; האָבן.

 

bear fruit

{וועגן אַ פרוכטבוים:} געבן (\ברענגען) פרוכט;

{ע″ט און ליטעראַריש; אויך וועגן דעם מענטשנס געבאָרן קינדער:} פרוכפּערן; זײַן פרוכפּער(ד)יק;

{טאָמער פיגוראַטיוו:}

זײַן פּראָדוקטיוו; ברענגען גוטע (\געוואונטשענע) רעזולטאַטן.

 

bear in silence

שטילערהייט אויסשטיין (\דורכלײַדן);

{לומדיש:} אויסשטיין בשתיקה [bəshtíkə];

{פראַזע:} אויסשטיין ווי באָנטשע שווײַג.

 

bear responsibility

אָננעמען (אויף זיך) די (פולע) פאַראַנטוואָרטלעכקײַט [farántfər(t)ləkh-kayt] (\אחריות [akhráyəs]).

 

bear scrutiny

אויסהאַלטן דעם (\אַן) עקזאַמען; (קענען) אויסשטיין אַ בדיקה [b(ə)díkə].

 

bear witness

זאָגן עדות [zògn-éydəs], דרומדיק: [zùgn-áydəs]; זײַן אַן עדות דערויף (אַז); 

 

bearable

צום פאַרטראָגן; צום אויסהאַלטן;

אויף צו פאַרטראָגן; אויף אויסצוהאַלטן;

{פראַזע:} קוים מיט רחמים אויסהאַלטן (\פאַרטראָגן) [rákhməm].

 

beard

{אויף אַ ריכטיקער לאַנגער באָרד:} (די) באָרד (ל″ר: בערד); 

{טאָמער אַ קורצלעכע:} (דאָס\די) בערדל (ל″ר: -עך);

{טאָמער אַ גאָר קורצע:} (דאָס\די) בערדעלע (ל″ר: -ך);

{טאָמער געשאָרן אין דער פאָרמע פון אַ קמץ:} (דאָס\די) קמץ⸗בערדל (ל″ר: -עך);

{טאָמער ווי בײַ אַ ציג:} (דאָס\די) ציגן⸗בערדל (ל″ר: -עך).

 

bearded

באַבערדלט;

{טאָמער דווקא אַ ממש לאַנגע באָרד:} באַבאָרדיקט.

 

bearing (relevance): have (a) bearing on

האָבן אַ שייכות מיט (\צו) [sháykhəs], דרומדיק: [shá:khəs]; זײַן רעלעוואַנט; האָבן אַ רעלעוואַנץ מיט (\צו);

{אַ קאַפּ לומדיש:} זײַן שייך [sháyəkh], דרומדיק: [shá:(y)əkh].

 

(beast (wild animal

(די) ווילדע חיה [kháyə] (ל″ר: …חיות [kháyəs]); (די) בעסטיע (ל″ר: -ס);

{אַ קאַפּ לומדיש:} (די) חיה רעה [khàyə-róə], דרומדיק: [khàyə-rú:ə] (ל″ר: חיות רעות [khàyes-róəs], דרומדיק: [khàyəs-rú:əs]).

 

beast of prey

אַ רויב⸗חיה [aróyp-khàyə].

 

beastly

חיהש [kháyish]; ווי אַ חיה [vì-akháyə]; גרויזאַם.

 

(beat (hit

דערלאַנגען קלעפּ; שלאָגן

{טאָמער מיט אַ סך און גאָר שטאַרקע קלעפּ:} צעהרגענען [tsə-hárgənən]; צעשלאָגן; צעממיתן [tsə-méyməsn], דרומדיק: [tsə-máyməsn].

 

(beat (defeat

באַזיגן; בײַקומען;

{לומדיש און בדרך כלל גראַדע ניט וועגן ספּאָרט נאָר וואָדען, לעבנס⸗ענינים, אַרײַנגערעכנט אינעווייניקסטע פּסיכאָלאָגישע אויפטוען:} גובר זײַן (איבער) [góyvər-zayn], צפונדיק: [géyvər-zayn];

{לומדיש, אַמאָפטסטן וועגן מיליטערישע און אַנדערע וויכטיקע ענינים:} מנצח זײַן <+דירעקטער אָביעקט>; [m(ə)natséyəkh-zayn], דרומדיק: [m(ə)natsáyəkh-za:n].

 

(beat around the bush (prevaricate

פּלאָנטערן מיט דער צונג; טאַלאַפּעטשען; ניט ריידן צו דער זאַך.

 

beat into someone’s head

אַרײַנהאַקן בײַ… אין קאָפּ אַרײַן.

 

beat the system

זײַן קליגער פאַר פאָניע(ן); זײַן קליגער פאַר (\איידער) פאָניע גנב [gánəv];

{פראַזע:} אַ מענטש קעגן אַ גולם איז פאָרט אַ מענטש [góyləm], צפונדיק: [géylom].

 

(beat up (physically

צעהרגענען [tsə-hárgənən]; צעשלאָגן; צעממיתן [tsə-méyməsn], דרומדיק: [tsə-máyməsn];

{לומדיש:} צענהרגן [tsə-nérəgn], דרומדיק: [tsə-néyrəgn].

 

(beat up on (with words

אַראָפּרײַסן; אַרונטעררײַסן; אַרײַנזאָגן; אַטאַקירן; באַפאַלן; טאַדלען; אויסזידלען;

{מיט מער קאָלאָריט:} מאַכן פּיפּקע (פון); אויספײַפן

 

beat your head against a wall

זיך שלאָגן מיטן קאָפּ אין וואַנט (אַרײַן).

 

beatification

{אין דער קאֲַטוילישער רעליגיע:} בעאַטיפיקאַציע;

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} בעאַטיפיצירונג.

 

beatify

{אין דער קאֲַטוילישער רעליגיע:} בעאַטיפיצירן.

 

beating

(די) צעשלאָגונג (ל″ר: -ען);

{פראַזעס:} עמעצן (גוט \ אַזוי ריכטיק) צעשלאָגןעמעצן (אַזוי ריכטיק) דערלאַנגען קלעפּ (\מכות [mákəs]).

 

Beatles

די ביטלס [də-bíytlz] (ל″ר).

 

beatnik

(דער) ביטניק (ל″ר: -עס), ל″נ: {מער עמאָטיוו; אויך:} (די) ביטניצע (ל″ר: -ס).

 

Beats me!

פון וואַנעט (\וואַנען) זאָל איך וויסן?; זאָל איך אַזוי וויסן פון צרות! [tsórəs], דרומדיק: [tsú:rəs];

זאָל איך אַזוי וויסן פון אַ בייזן וואָלף!; ווי קום איף צו וויסן?;

{אַ קאַפּ מער עלעגאַנט:} פרעג(ט) מיך (\מיר) בחרם! [bəkhéyrəm], דרומדיק: [bəkháyrəm].

 

beautician

(די\דער) קאָסמעטיק (ל″ר: -עס);

(דער) קאָסמעטיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) קאָסמעטיקערין (ל″ר: -ס);

{אָפּלאַכעריש:} (דער) שמאָסמעטיקער (וכו′).

 

beautification

(די) פאַרשענערונג (ל″ר: -ען).

 

beautiful

שיין; פּראַכטפול; פּרעכטיק; הערלעך;

{לומדיש:} מהודרדיק [m(ə)húdər-dik], דרומדיק: [m(ə)hídə(r)-dik]; תפארתדיק [təférəz-dik], דרומדיק: [təféyrəz-dik];

{פראַזעס, אַ סברא איבערגענוצט:} שיין ווי די וועלט; שיין ווי די לבנה [ləvónə], דרומדיק: [ləvú:nə];

{מער יידישלעך:} שיין ווי אסתר המלכה [èstər-(h)amálkə]; שיין ווי די מוטער רחל [rókhl], דרומדיק: [rúkhl]; שיין ווי אַ יאַנאָווער אתרוג [ésrəg]; שיין ווי אַ בערשאַדער טלית [táləs];

{פראַזעס; זעלטענער; מער ליטעראַריש:} שיין ווי די מלכה שבא [dəmálkə|shvó]; שיין ווי די זון אין תמוז [táməz]; שיין ווי געמאָלן און געטאָקט;

{בײַ טייל דרומדיקע:} שיין ווי אין זאַקאָפּאַנע;

{בײַ טייל צפונדיקע:} שיין ווי סאַלאָקער לבנה [ləvónə], דרומדיק: [ləvú:nə].

 

beautiful man → handsome man

 

beautiful woman → beauty

 

beautify
פאַרשענערן; שענער מאַכן.

 

beauty

(די) שיינקײַט; (די\דער) פּראַכט; (די) פּראַכטפולקײַט; (די) פּרעכטיקײַט; (די) הערלעכקײַט

{לומדיש:} (די) מהודרדיקײַט [m(ə)húdər-dəkàyt], דרומדיק: [m(ə)hídə(r)-dəkàyt]; (די) תפארתדיקײַט [təférəz-dəkàyt], דרומדיק: [təféyrəz-dəkàyt];

{קאַבאַליסטיש:} הוד [hód];

{ווערטל:} שיינקײַט פאַרגייט, חכמה באַשטייט [khókhmə].

 

(beauty (beautiful woman

אַ קראַסאַוויצע (ל″ר: -ס); אַ שיינהײַט (ל″ר: -ן); אַ יפהפיה [yəféyf(i)yə], דרומדיק: [yəfáyf(i)yə] (ל″ר: יפהפיות);

{לומדיש:} אַ יפת תואר [ay(ə)fàs-tóyər], צפונדיק: [ay(ə)fàs-téyər] (ל″ר: -ס); אַ יפת מראה [ay(ə)fàs-márə] (ל″ר: -ס);

{אָפטמאָל סאַטיריש:} אַ פּאַרשיין [parshéyn]; אַ צורקע (ל″ר: -ס); אַ מיס⸗אַמעריקע (ל″ר: -ס).

 

!(beaut(y) (ridiculous assertion/error): That’s a beaut(y

אָט האָט איר (\האָסטו) אַ פּערל! (\אַ שיינדל!).

 

beauty contest

(דער) שיינקײַט⸗קאָנקורס (ל″ר: -ן); (דער) שיינקײַט⸗פאַרמעסט (ל″ר: -ן).

 

beauty mark

(דאָס\דער) חן⸗פּינטעלע (ל″ר: -ך).

 

beauty parlour

(דער) סאַלאָן (ל″ר: -ען; אויך: -עס).

 

beauty products

(די) קאָסמעטישע פּראָדוקטן (ל″ר).

 

beaver

(דער) ביבער (ל″ר: -ס);

{אַרכעאיש; דיאַלעקטיש:} (דער) באָבער (ל″ר: -ס);

{פראַזעס:} וויינען ווי אַ ביבער; שוויצן ווי אַ ביבער; אַנטלאָפן ווערן ווי אַ ביבער.

 

because

ווײַל; {מער שמועסשפּראַכיק:} ווײַלע;

צוליב דעם וואָס; מחמת [mákhməs] דעם וואָס; איבער דעם וואָס;

{אַ קאַפּ לומדיש אָדער גענייגט גענוצט ווערט איבער א ערנסטן ענין:} אַלמאי [àləmáy], דרומדיק: [(àləmá:(y];

{ע″ט, דיאַלעקטיש, אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע סטילן:} וואָרעם [vórəm]; וואָרן.

 

because of

{אין אַלע פאַלן: +דאַטיוו:} צוליב; מחמת [mákhməs]; אַדאַנק; איבער;

{ליטעראַריש:} פון וועגן.

 

become

ווערן (ל″ע: איז געוואָרן \ זײַנען [\זענען] געוואָרן).

 

become: became

איז (\זײַנען \זענען) געוואָרן;

{פראַזע:} איז אַוועק…; („די געשעפטן זײַנען בײַ זיי אַוועק שלעכט“).

 

become: What became of her/him?

וואָס איז פון איר (\אים) געוואָרן?; וואו(אַ)הין איז זי (\ער) פאַרשוואונדן (\נעלם) געוואָרן? [néləm], דרומדיק: [néyləm].

 

becoming (proper, appropriate)

פּאַסיק; פּאַסנדיק;

{פראַזע:} ס′פּאַסט {+דאַטיוו רעפלעקסיוו}.

 

(.bed (n

(די\דאָס) בעט (ל″ר: -ן); (דער) געלעגער (ל″ר: -ן אויך: -ס);

  {הערה: בײַ טייל היט זיך אויף דער חילוק פון (אַשטייגער) „אינדערפרי בין איך אַראָפּ פון געלעגער, און זיך דערמאָנט אַז איך דאַרף זיך שוין קויפן אַ נײַע בעט!“ — דער ערשטער בײַשפּיל איז דער אָרט אַוואו מען שלאָפט, דער צווייטער איז דער פיזישער מעבל גופא}.

 

(.bed (v

{מיט אַ סעקסועלן פּשט:} באַשלאָפן; שלאָפן מיט; גיין שלאָפן מיט.

 

bed of flowers

(דער) בייט (מיט בלומען \קווייטן) (ל″ר: -ן).

 

bed sheet

(דער) לײַלעך (ל″ר: -ער).

 

bed: double bed

(די\דאָס) טאָפּלטע בעט (ל″ר: -ן); (די\דאָס) צווייאיקע בעט (ל″ר: -ן); (די\דאָס) פּאָרל⸗בעט (ל″ר: -ן).

 

bed: four poster bed

(די\דאָס) הימל⸗בעט (ל″ר -ן);

{עמאָטיוו, אָפטמאָל אַָפּלאַכעריש:} אַ בעט ווי אַ חופּה [akhúpə], דרומדיק: [akhípə];

{ביטולדיק ממש:} אַ בעט אויף פיר קוליעס.

 

bed: get someone into bed (for sex)

פאַרפירן; פאַרריידן (פאַרנאַרן \אַרײַנריידן) אין בעט אַרײַן;

{לומדיש:} מפתה זײַן [məfátə-zayn].

 

bed: go to bed

זיך לייגן שלאָפן; זיך לייגן אין בעט (אַרײַן).

 

bed: king size bed

(די\דאָס) מלכמעסיקע בעט [méləkh-mèsikə], דרומדיק: [méyləkh-mèsikə] (ל″ר: -ן); (די\דאָס) קיניגלעכע (\קעניגלעכע [kéynigləkhə]) בעט (ל″ר: -ן);

 

bed: queen size bed

(די\דאָס) מלכהמעסיקע בעט [málkə-mèsikə] (ל″ר: -ן); (די\דאָס) קיניגין⸗בעט (\קעניגין⸗בעט [kéynəgn]) (ל″ר: -ן).

 

bed: single bed

(די\דאָס) איינצל⸗בעט (ל″ר: -ן); (די\דאָס) איינצלנע בעט (ל″ר: -ן);

{פראַזע, הומאָריסטיש:} אַ בעט פאַר זיך אַליין און ווײַטער קיינעם.

 

bedding

(די\דאָס) בעטגעוואַנט.

 

(Bedersi, Jedaiah ben Abraham (±1270 – ±1340

דער בחינת עולם [dər-pkhìnəs-óyləm], אויך: [dər-bəkhìnəs-óyləm]; צפונדיק: [dər-pkhìnəs-éylom], אויך: [dər-bəkhìnəs-éylom];

ידעיה הפּניני (בן אברהם) הבדרש″י.

 

bedbug

(דער) וואַנץ (ל″ר: וואַנצן; אויך: ווענץ; {שפּאַסיק און גענייגט גענוצט ווערן אויף באַליידיקן פיגוראַטיוו מענטשן:} ווענץ).

 

bedevil

באַדיבוקן [badíbəkn]; פאַרטײַוולען; באַווירקן ווי אַ שד [shéd]; פאַרשטערן מעשה שד [màyse-shéd];

{פראַזע:} עלעהיי ס′וואָלט אים אַ שד גענומען פאַרדרייען אַ קאָפּ; ווי ס′וואָלט אים אַ כאַפּ געטאָן דער שטן אַליין [sótn], דרומדיק: [sú:tn]; ווי ס′וואָלט אין אים אַרײַן אַ דיבוק [díbək].

 

bedfellow: politics makes strange bedfellows

צוליב פּאָליטיק לייגן זיך אין בעט אַרײַן גאָר פאַרשיידנאַרטיקע; אין דער פּאָליטיק טרעפט מען אומגעריכטע געליבטע.

 

bedlam

אַ סומאַטאָכע; אַ בהלה [ab(ə)hólə], דרומדיק: [ab(ə)hú:lə];

{אַ קאַפּ לומדיש:} אַ ויתרוצצו [avàyisróytsətsù], דרומדיק: :[avàyisróytsətsì],  צפונדיק: [avàyisréytsətsù]; אַ ויצעקו [avàyitsákù], דרומדיק: [:avàyitsákì].

 

Bedouin

(דער) בעדואינער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) בעדואינערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בעדואינערקע (ל″ר: -ס).

 

bedpan

(דער) חולאים⸗כלי [khoylóəm-kèylə], דרומדיק: [khoylú:əm-kàylə], צפונדיק: [kheyló(y)əm-kèylə] (ל″ר: ⸗כלים [kèyləm], דרומדיק: [kàyləm];

{שמועסשפּראַכיק, בײַ טייל וואולגאַריש:} (דער) פּיש⸗טאָפּ (ל″ר: פּיש⸗טעפּ).

 

bedrock

(דער) גרונדלאָג (ל″ר: -ן); (דער) שטיינערנער אונטערלאָג (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (די) אבני יסוד [àvney-y(ə)sód], דרומדיק: [àvnay-y(ə)sót] (ל″ר).

 

bedroom

(דער) שלאָפצימער (ל″ר: -ן); (די) שלאָפשטוב (ל″ר: שלאָפשטיבער).

 

bedroom furniture

(די) שלאָפצימער מעבל.

 

bedroom: two bedroom flat (/apartment)

אַ צוויי⸗שלאָפצימער דירה [díyre] (ל″ר: דירות [díyrəs]).

 

bedsheet

(דער) לײַלעך (ל″ר: -ער).

 

bedsores

(די) ליג⸗וואונדן (ל″ר); (די) בעט⸗וואונדן (ל″ר).

 

bedspread

(דער) צודעק (ל″ר: -ן); (דער) איבערדעק (ל″ר: -ס).

 

bedtime story

(די) בײַנאַכטיקע מעשה [máysə], דרומדיק: [má:sə]; די מעשה צום לייגן זיך שלאָפן; (די) שלאָף⸗מעשה.

 

bedwetting (n.)

(די) נאַכטיקע באַנעצונג (ל″ר: -ען).

 

bee

(די) בין (ל″ר: -ען).

 

(.beef (n

(דאָס\די) רינדפלייש; רינדע(ר)נע פלייש.

 

beef up

פאַרשטאַרקן; שטאַרקער מאַכן; פאַרפעסטיקן; מערן.

 

beehive

(דער) בינשטאָק (ל″ר: -ן).

 

beekeeper

(דער) בינענציער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

been: has been

איז געווען; איז געוועזן.

 

been: have been

{דרומדיק:} זענען געווען (\געוועזן); {צפונדיק:} זײַנען געווען (\געוועזן); 

{הערה: וועגן „זײַנען“ ∼ „זענען“ זע אויבן}.

 

beer

(די\דאָס\דער) ביר.

 

(Beersheba (Be’er Sheva

 באר⸗שבע [bərshévə], דרומדיק: [bərshéyvə].

 

beeswax

(דער) בינענוואַקס;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט, אָדער אָדאָרטן וואו ס′רעדט זיך וועגן קאָנטראַסט מיט חלבנע וואַקס:} (דער) וואַקס.

 

beet

(דער) בוריק (ל″ר: -עס).

 

beetle

(דער) זשוק (ל″ר: -עס).

 

befitting: for whom it is befitting

וועמען ס′פּאַסט; וועמען ס′איז פּאַסיק;

{אַוואו ס′גייט די רייד אויך וועגן כבוד פונעם בעל⸗דבר:} וועמען ס′שטייט אָן (\אָנעט).

 

(.before (adv

{נאָכן אַדווערב דרייט מען איבער דעם סוביעקט מיטן פּרעדיקאַט:} פריער; אַפריער [a)fríyər)], טייל צפונדיק אויך: [a)fréyər)]; פריער צו

 

(.before (conj

{נאָך דער קאָניונקציע דרייט מען ניט איבער דעם סוביעקט מיטן פּרעדיקאַט:} פאַר דעם ווי; איידער.

 

(.before (prep

פאַר.

 

before you know it

{אַדווערביאַל:} איידער⸗וואָס⸗ווען; איידער מ′קוקט זיך אַרומ(עט); איידער מ′טוט זיך אַ קער.

 

(before: just before (adv.) (a little while ago

מיט אַ ווײַלע (\ווײַלינקע) צוריק; דאָ ניט לאַנג.

 

(before: just before (prep.) (just prior to / on the eve of 

האַרט פאַר; פּונקט פאַר;

{ליטעראַריש:} ערב [érəv], דרומדיק: [éyrif].

 

beforehand

אַפריער (נאָך); נאָך פאַר דעם; פריער צו צו;

{לומדיש:} קודם המעשה [kòydəm-(h)amáysə], דרומדיק: [kòydəm-amá:(n)sə], צפונדיק: [kèydəm-(h)amáysə]; קודם למעשה [kòydəm-ləmáysə], דרומדיק: [kòydəm-ləmá:(n)sə], צפונדיק: [kèydəm-ləmáysə].

 

beg

{ַאַלץ מלאכה פון אַ בעטלער, בעטנדיק דער עיקר מטבעות אָדער געלט:} בעטלען; שנאָרען; גיין איבער די הײַזער; גיין מיט דער טאָרבע;

{בכלל גענומען, שטאַרק און אונטערטעניק בעטן אַוואָס⸗ניט⸗איז:} זיך בעטן (להיפּוך צו „בעטן“ סתם).

 

beg: I beg your pardon

זײַ(ט) מוחל [móykhl], צפונדיק: [méykhl]; האָב (\האָט) ני(ש)ט קיין פאַראיבל;

איך בעט איבער דײַן (\אײַער) כבוד [kóvəd], דרומדיק: [kúvət].

 

began

האָט אָנגעהויבן (ל″י); האָבן אָנגעהויבן (ל″ר);

האָט גענומען (ל″י); האָבן גענומען (ל″ר); {דרומדיק אויך:} גענעמען;

{אַרכעאיש אין מערסטע סביבות, ווײַטער גענוצט בײַ טייל חרדים:} (האָט\האָבן) אָנגעפאַנגען;

{לומדיש:} (האָט\האָבן) געמאַכט אַן אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə].

 

beggar

(דער) בעטלער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש: -ס);

  {הערה: טייל וואָלטן אפשר שטעלן דאָ אויך „שנאָרער“; בדרך כלל קען שנאָרערײַ זײַן אַ טבע בײַ אַלערלייאיקע מענטשן מיט פאַרשיידענע מלאכות; אַזויאַרומעט באַקומט זיך, אַז „שנאָרער“ איז אַ גנאי⸗וואָרט דער עיקר אויף אַזאַ איינעם וואָס איז לויט דער מלאכה לחלוטין ניט קיין בעטלער}.

 

begging: go begging

גיין בעטלען; גיין איבער די הײַזער.

 

begin

אָנהייבן (עלטערע שרײַבונג: אָנהויבן) (ל″ע: אָנגעהויבן); נעמען (ל″ע: גענומען, דרומדיק אויך: גענעמען);

{מיט אָנצוהערעניש אויפן מאָמענט פון אָנהייבן אַוואָס⸗ניט⸗איז:} זיך אַ נעם טאָן צו;

{אַרכעאיש אין טייל סביבות, ווײַטער גענוצט בײַ טייל חרדים:} אָנפאַנגען;

{לומדיש:} מאַכן אַן אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə].

 

(Begin, Menachem (1913–1992

בעגין [béygin];

מנחם בעגין [mənákhəm|béygin];

געבאָרן: בריסק; געשטאָרבן: תל אביב.

 

beginner (elementary student)

(דער) אָנהייבער [ónhèybər], דרומדיק: [ún(h)àybər]  (ל″ר: ø בײַם רוב; אויך -ס דיאַלעקטיש און אין נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן; ביידע זײַנען אָנגענומען) {גילט פאַר ביידע מינים, מען קען אָבער מפרט זײַן: (די) אָנהייבערין (ל″ר: -ס);

עלטערע שרײַבונג און אויך פּאָפּולערער אַרויסרייד אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט: אָנהויבער.

{אויך:} עלעמענטאַר סטודענט; {שפּאַסיק אין טייל יידישע שפּראַך קורסן:} אַ ←דרדקי שילער [dárdəkə]; {אַרכעאיש דײַטשמעריש:} אָנפאַנגער;

{אָפּלאַכעריש:} די אלף⸗בית נודניקעס [áləv-bèyz], דרומדיק: [áləv-bàyz].

 

(.beginning (n

(דער) אָנהייב [ón-hèyb], דרומדיק: [ún-(h)àyp] (ל″ר: -ן); (מען טרעפט אין חרדישע סביבות אויך די עלטערע שרײַבונג: אָנהויב);

(די) אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə] (ל″ר: אתחלות); (אויך: די התחלה; ל″ר: התחלות);

{אַרכעאיש, טרעפט זיך נאָך אין טייל חרדישע סביבות:} (דער) אָנפאַנג (ל″ר: -ען);

{עמאָטיווע סלאַוויזמען באַליבט אין טייל מזרחדיקע סביבות:} (דער) פּאָטשאַטיק (ל″ר: -עס); (דער) פּאָטשאָנטיק (ל″ר: -עס;

{ווערטל:} כל אתחלות קשות [kòl-as-khóləs|kóshəs], דרומדיק: [kòl-as-khú:ləs|kú:shəs] (′אלע אָנהייבן זײַנען שווער′). 

 

(.beginning of the redemption (kabb

די אתחלתא דגאולה [dəàs-kháltə|dəg(ə)úlə], דרומדיק: [dəàs-kháltə|dəg(ə)ílə].

 

beginning: at the beginning

לכתחילה [ləkhat-khílə]; צום ערשטן; צום ערשטנס; בײַם אָנהייב;

  {הערה וועגן „לכתחיחה“: ווען ס′איז אַ לאָגישער פּרעדיקאַט צו דעם וואָס וועט דערנאָכדעם קומען, ניט סתם אַ רשימה איינסן; („לכתחילה דאַרף מען צו דעם צוגיין אָפּטימיסטיש, נאָר מען דאַרף זיך פאָרט היטן“); דער אָפטסטער באַנוץ פון „לכתחילה“ איז פונדעסטוועגן ל″ע, ווען מען גרייט צו אויף אַ קאָנטראַסט: „לכתחילה איז דאָס געווען אַ געלונגענער שידוך, ערשט שפּעטער האָבן זיך גענומען אין וועג אַרײַן די צרות“}.

 

beginning: from beginning to end

פון אָנהייב ביזן סוף [funónheyb|bìzn-sóf], דרומדיק: [finú:nhayb|bìzn-sóf];

פון א′ ביז ת′ [funáləf|bìs-tóf], דרומדיק: [fináləf|bìs-túf];

{לומדיש:} פון בראשית ביז דברי הימים [fun-bréyshəs|biz-dìvrey-hayóməm], דרומדיק: [fin-bráyshəs|biz-dìvrey-hayúməm] (′פון ערשטן ספר פון תנ″ך, „בראשית“, ביזן לעצטן ספר, „דברי הימים“).

 

beginning: from the beginning

פון (סאַמע) אָנהייב; פון אָנהייב אָן (\אָנעט); 

 

begrudge

ני(ש)ט פאַרגינען (ל″ע: …פאַרגונען; אויך: …פאַרגינט); ני(ש)ט זשאַלעווען;

  {הערה א: „ני(ש)ט פאַרגינען“, צי לגבי זיך אַליין צי (אין מערסטע פאַלן) אַן אַנדערן, בלײַבט צווישן די סאַמע עמאָטיווסטע אויסדרוקן אינעם לשון עד היום הזה. ס′נעמט אַרײַנעט דאָס גובר זײַן דעם יצר הקנאה צו יענעם (דער עיקר ווען יענעם טרעפט אַוואָס⸗ניט⸗איז גוטס), און פון אַוועלכער ניט איז מאָס אומפאַרגינונג לגבי זיך אַליין (אַז אַ מענטשן קומט אָן שווער זיך ניט שפּירן שולדיק איבער אַ הנאה, איבער אַוועלכע⸗ניט⸗איז גוטיקײַטן אינעם לעבן). אַז מ′קומט אָנוואָרענען אַ חבר וועגן זינד פון יענעם ניט⸗פאַרגינען, איז נהוג, אַז דער חבר טוט זיך אַ לאַנגן טראַכט און טוט אַ זאָג, אַשטייגער: „איך פאַרגין אים!“ [fargínèm], שיער ניט אַלץ זעלבסט⸗טעראַפּיע אַלץ סגולה צו דער צרה};

  {הערה ב: פון יידיש איז דער וואָרט⸗שורש מיט דער עמאָטיווקײַט צום טייל אַריבער אין איווריט (דער ווערב „לפרגן“ [ləfargén], דער שם⸗דבר „פירגון“ [firgún]) און פאַרשיידענע נוסחאות פון ענגליש (און אַנדערע לשונות), צי אַהינצוצו פון יידיש, צי שוין שני⸗בשלישי פון איווריט}.

 

begrudge: person who begrudges others

(דער) ני(ש)ט⸗פאַרגינער; {מער ליטעראַריש:} (דער) אומפאַרגינער; (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) …⸗פאַרגינערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) …⸗פאַרגינערקע (ל″ר: -ס).

 

begrudging (n.)

(די\דאָס) ני(ש)ט⸗פאַרגינערײַ (ל″ר: -ען); (די\דאָס) אומפאַרגינערײַ (ל″ר: -ען);

(דאָס\דער) ני(ש)ט⸗פאַרגינען; (די) ני(ש)ט⸗פאַרגינונג; (די) אומפאַרגינונג;

(דאָס\דער) ני(ש)טזשאַלעווען; (די) ני(ש)טזשאַלעוואונג; (די) אומזשאַלעוואונג.

 

begrudgingly

ני(ש)ט⸗פאַרגינענדיק; אומפאַרגינערישזשאַלעווענדיק.

 

behalf: on behalf of (in someone’s name)

אין נאָמען פון; פון …ס וועגן.

 

behalf: on behalf of (for the advantage of)

לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs]; פון …ס וועגן.

 

behave

זיך אויפפירן [zəkh-úf-fìrn], דרומדיק: [zəkh-ó:(u)(ə)f-fìrn], טייל ד″מ: [zəkh-íf-fìrn]; האַנדלען.

 

Behave yourself!

זײַ(ט) אַ מענטש!; פיר(ט) זיך אויף ווי אַ מענטש!; פיר(ט) זיך אויף (\האַלט זיך) לײַטיש!.

 

behaved badly

זיך שלעכט אויפגעפירט; שלעכט געהאַנדלט;

 

behav

נed (very) unkindly

זיך מיאוס אויפגעפירט [míyəs]; (האָט\האָבן זיך) מיאוס געהאַנדלט.

 

behaved poorly

זיך שלעכט אויפגעפירט.

 

behavior

(די) אויפפירונג (ל″ר: -ען);

{מער פאָרמעל, אַקאַדעמיש:} (דער) אויפפיר (ל″ר: -ן)

 

behavior: bad behavior

(די) אומלײַטישע אויפפירונג (\אויפפירעכץ);

(די) ני(ש)ט⸗אָנשטענדיקע האַנדלונג;

{לומדיש:] (די) הנהגה רעה [hanhògə-róə], דרומדיק: [h)an(h)ùgə-rú:ə)].

 

behavior: good behavior

(די) גוטע (\לײַטישע) אויפפירונג; (דער) גוטער (\לײַטישער) אויפפיר;

{לומדיש:] (די) הנהגה טובה [hanhògə-tóyvə], דרומדיק: [h)an(h)ùgə-tóyvə)], צפונדיק: [h)anhògə-téyvə(].

 

behavioral

אויפפירע(וו)דיק

{לומדיש:} הנהגהדיק [hanhógədik], דרומדיק: [h)an(h)úgədik)].

 

behavioral sciences

די הנהגהדיקע וויסנשאַפטן [hanhógə-dikə], דרומדיק: [h)an(h)úgə-dikə)].

 

behead

אָפּהאַקן דעם קאָפּ; {צפונדיק:} אָפּהאַקן די קאָפּ; קעפּן [képm]; דעקאַפּיטירן;

{שמועסשפּראַכיק:} אַראָפּנעמען דעם (\{צפונדיק:} די) קאָפּ.

 

beheading

(די) קעפּונג (ל″ר: -ען); (די) קאָפּ⸗אָפּהאַקונג (ל″ר: -ען); (די) דעקאַפּיטירונג (ל″ר: -ען).

 

behest: at the behest of

לויטן (\אויפן) פאַרלאַנג (\באַפעל) פון.

 

behind (n.) (backside)

(דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [híntə(r)-khàylik]; (דער) הינטן; (דער\דאָס) געזעס;

{לס″נ:} (דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(úkhə(r];

{מיט אַ צוגעגעבענעם הומאָר:}

(די) אחוריים [akhəráyəm] (ל″ר {בעצם דער אַמאָליקער לשון⸗קודשדיקער דואַל, עלעהיי אין „ידיים“, „רגליים“});

{וואולגאַריש:}

(דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [túkhəs] (ל″ר: תחתער [tékhsər], דרומדיק: [(téykhəsə(r]);

{אייפעמיסטיש, בשעת מעשה הומאָריסטיש:}

(דער) פּרשדון [párzhd(ə)n] (ל″ר: פּרשדונים [parzhdóynəm], צפונדיק: [parzhdéynəm]) (< שופטים ג′: כ″ד);

{סלענגיש; אויך סעקסועל צי אינטים צי וועגן אַ קליין קינד:}

(דאָס\דער) תחתל [tékhəsl], דרומדיק: [téykhəsl] (ל″ר: -עך); (דאָס\די) געזעסל (ל″ר: -עך).

 

(.behind (prep

הינטער.

 

behind closed doors

הינטער פאַרמאַכטע טירן; אינעם פאַרשלאָסענעם קאַמער;

{פראַזע:} הינטער זיבן שלעסער.

 

behind enemy lines

פון הינטערן פראָנט; פון יענער זײַט פראָנט; (אַ)הינטער דער ליניע;

 

behind it (quietly pulling the strings)

(איז) שטילערהייט דער אמתער באַלעבאָס [éməsər]; (איז) דער פאַקטישער בעל⸗דעה [bàl-déyə], דרומדיק: [bàl-dáyə]; (איז) די\דער וואָס באַשליסט.

 

behind somebody’s back

הינטעראויגיק; היטער די אויגן; הינטער די פּלייצעס;

באַהאַלטענערהייט; זיך באַהאַלטנדיק.

 

behind the curve

(געבליבן) ני(ש)ט אין קורס; הינטערשטעליק; ני(ש)ט מיטהאַלטנדיק מיט די (אַלע) נײַאיקײַטן; אַ קאַפּ אין דער פאַרגאַנגענהײַט.

 

behind the scenes

פון הינטער די קוליסן; אָדאָרטן, קיינער זאָל ני(ש)ט זען; אָדאָרטן, וואו קיינער זעט ני(ש)ט.

 

 behind the times

געבליבן הינטערשטעליק; שטיין געבליבן אין דער פאַרגאַנגענהײַט

{ליטעראַריש:} אומדערהײַנטיקט; ני(ש)ט⸗דערהײַנטיקט.

 

(behind: be behind (in a task

אונטערהינקען; זײַן הינטערשטעליק; הינקען אין דער אַרבעט; זיך נאָכשלעפּן אין דער אַרבעט.

 

behind: come from behind

קומען פון הינטן; קומען פון יענער זײַט.

 

beige (color)

בעזש; בעזשעווע(ר).

 

(Beinfeld, Solon (b. 1934

שלום ביינפעלד [shóləm|béynfeld], דרומדיק: [shú:ləm|báynfelt], ד″מ: [shúləm|béynfeld];

ביינפעלד פון ווערטערבוך;

געבאָרן: בראָנקס, ניו⸗יאָרק.

 

(Beinfeld & Bochner’s Yiddish-English Dictionary (2013

ביינפעלד⸗באָכנערס ווערטערבוך;

{פון קיצור וועגן:} ביינפעלד⸗באָכנער.

 

(being (n.) (existence

(דאָס\דער) זײַן; (די) פאַראַנענקײַט; (דאָס\דער) פאַראַן זײַן; (דער) עקסיסטענץ (אויך: עקזיסטענץ); (דער) קיום [kíyəm];

{לומדיש:} (דאָס\דער) בנמצא זײַן [bənímtsə-zayn]; (דאָס\דער) במציאות זײַן [bəmtsíyəa].

 

(being (n.) (life form

(די) בריאה [bríyə] (ל″ר: ברואים [brú(y)əm], דרומדיק: [brí:(y)əm]; אויך: בריות [bríyəs]); (די) באַשעפעניש (ל″ר: -ן);

{טאָמער דווקא ניט קיין מענטש:} (דער) בעל⸗חי [bàl-kháy] (ל″ר: בעלי⸗חיים [bàlə-kháyəm]);

{טאָמער באַלעבט צי ניט:} (דער) וועזן (ל″ר: -ס).

 

being (n.) (essence, thing existing)

אַ יש [ayésh] (ל″ר: -ן); אַ וועזן (ל″ר: -ס); אַ פאַראַנענקײַט (ל″ר: -ן).

 

(being (v. present participle

זײַענדיק.

 

being that

נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז; היות ווי ס′איז דער פאַל, אַז [heyóys], צפונדיק: [heyéys].

 

being: come into being

ווערן; אויפקומען; אַ יש ווערן [ayésh]; אַ תמצית באַקומען [atámtsəs]; בנמצא ווערן [bənímtsə].

 

Belarus

רײַסן, ווײַסרוסלאַנד, בעלאַרוס

  (א) פאַראַן אַ שיטה, אַז פּונקט אַזוי ווי בײַ אַ סך מלוכות, לענדער און קולטורן, זאָל מען דעם הײַנטיקן אָפיציעלן און אויך ברייט⸗באַנוצטן נאָמען פונעם לאַנד, בעלאַרוס [belarús] אויסשפּרייטן רעטראָספּעקטיוו אין דער דור⸗דורותדיקער פאַרגאַנגענהײַט אַרײַן.

  (ב) פאַראַן אויך אַ צווייטע מיינונג, אַז דער נאָמען בעלאַרוס פּאַסט זיך אַמבעסטנס צו דער איצטיקער, נאָכסאָוועטישער תקופה, פון אָפיציעלער אומאָפּהענגיקײַט, פון 1991טן יאָר און ווײַטער, בעת ווען אין דער סאָוועטישער תקופה איז מער שייך די בעלאַרוסישע (אָדער: בעלאָרוסישע) רעפּובליק, אָדער פון קיצור וועגן: בעלאַרוסיע (אָדער: בעלאָרוסיע) [belarúsyə]. אונטערשפּאַרנדיק אָט די פּאָזיציע, ווײַזט מען אָנעט, אַז די (אויף⸗אַ⸗סך גרעסערע) גרענעצן פון הײַנטיקן בעלאַרוס וואַקסן פון דעם כיבוש און ליקווידירונג מצד דער סאָוועטישער מאַכט פון דער צווישנמלחמהדיקער פּוילישער רעפּובליק אין סעפּטעמבער 1939. ביז דעמאָלט איז די „קלאַסישע“ בעלאַרוסישע רעפּובליק באַשטאַנען בלויז פון מזרחדיקן סעקטאָר מיט דער הויפּטשטאָט מינסק שיער ניט בײַ דער מערבדיקער גרענעץ. דאָס איז געווען די רעפּובליק פון די שטעט וויטעבסק, מאָלעוו (מאָהילעוו), האָמלע (גאָמעל), באַברויסק, פּאָלאָצק וכו′ וואָס איז באַקאַנט געווען איבער דער וועלט ווי די ווײַסרוסישע (אָדער בעלאַרוסישע) רעפּובליק פון סאָוועטנפאַרבאַנד (אין פאַרשיידענע לשונות האָט מען אָדער גענומען דעם סלאַווישן שורש און אַדאַפּטירט, אָדער מען האָט לויטן פּשט („ווײַסער רוסלאַנד“) פאַרטײַטשט. ערשט נאָכן כיבוש פּוילן, האָט די סאָוועטישע מאַכט אַנעקסירט און אַרײַנגענומען אין אָט דער רעפּובליק די שטעט אויף צו מערב: פּינסק, בריסק (ברעסט), גראָדנע, סלאָנים, באַראַנאָוויטש, נאַוואַרעדאָק (נאָוואָגרודעק) און אַ גרויסע צאָל שטעטלעך צווישן מינסק און ווילנע, ביז ווײַטער אויף צפון, וואָס היסטאָריש איז „זייער שטאָט געווען ווילנע“ און אַזוי אויך אין צווישנמלחמהדיקן פּוילן; — ווילנע, וואָס די סאָוועטן האָבן אָקטאָבער 1939 אַוועקגעגעבן דער ליטווישער רעפּובליק אַ טראָיאַנישע מתנה. לויט אָטאָ דער שיטה באַקומט זיך, אַז די צוויי תקופות פון דער בעלאַרוסישער רעפּובליק ווי טייל פון סאָוועטנפאַרבאַנד געהערן דער געשיכטע פון דער „בעלאַרוסישער (ווײַס⸗רוסישער) רעפּובליק“ — פון קיצור וועגן: ווײַסרוסלאַנד —

בעת ווען די פאַקטישע געשיכטע פון „בעלאַרוס“ נעמט זיך אין וועג אַרײַן ערשט אין 1991 מיטן צונויפפאַל פון סאָוועטנפאַרבאַנד און די דעקלאַרירונג פון אומאָפּהענגיקײַט. טיילמאָל הערט מען די טענה, אַז ס′איז שווער צו געפינען אין דער גאַנצער געשיכטע ביז דער ערשטער וועלט מלחמה אַ תקופה מיט אַ מלוכה וואָס זאָל הייסן אין אַוועלכן ניט איז גלגול דער ווײַסער רוסלאַנד. אָבער ווידער פאַרקערט: עטנאָגראַפן און פילאָלאָגן ווײַזן אָבער אָן אויף די אַלע הונדערטער יאָרן פון אַ בעלאַרוסישער שפּראַך און ליטעראַטור און קולטור, ניט שייך וואָס עס איז ניט געווען קיין פּאָליטישע זעלבשטענדיקײַט; מה⸗דאָך יידיש איז פאַר⸗זיך אַ זעלטענער מוסטער פון די אויפטוען און כוחות פון די מלוכהלאָזע לשונות און קולטורן וואָס אויף דער וועלט.

  (ג) בײַ אַמאָליקע יידן, אויף יידיש, אין אָט דער גאַנצער טעריטאָריע פון צפון⸗מזרחדיקן יידיש, האָט מען די טעריטאָריעס גערופן: רײַסן (אין גאָר אַמאָליקן אויסלייג אָפטמאָל: רייסין), טאַקע ווי אין משה קולבאַקס באַוואוסטער פּאָעמע רײַסן. דעם נאָמען טרעפט מען אין די מקורות שוין הונדערטער יאָרן, און ער איז לעבעדיק געווען אין מויל פון אַ סך יידן ביזן חורבן, און בײַ דער שארית הפּליטה שיער ניט ביז איצטער אויב אַפילו אין זכרון פון באָבע⸗זיידעס באַנוץ איידער אין אייגענעם באַנוץ. אין אַמאָליקע ווילנער אויסגאַבעס פון סליחות און אַנדערע ספרים האָט מען אָנגעגעבן דעם נוסח בזה הלשון: ליטא, זאמיט, רייסין, ווי די דרײַ שטחים פון די צפונדיקע יידן וואָס זײַנען אין ברייטערן קולטור⸗היסטאָרישן און דיאַלעקטאָלאָגישן זין אַלע ליטוואַקעס און זייערע לענדער, די לענדער וואָס שטאַמען אָפּעט אין אַַ גרויסער מאָס פון געוויסע גאָראַמאָלעדיקע גרענעצן פון ליטווישן גרויס⸗פירשטנטום.

  (ד) אין די יאָרן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען די בעלאַרוסישע רעפּובליק איז באַשטאַנען בלויז פון מזרחדיקן סעקטאָר, מיט מינסק (כמעט האַרט בײַ זײַן מערבדיקער גרענעץ) אַלץ הויפּטשטאָט, איז יענע רעפּובליק געווען אַ זייער וויכטיקער צענטער פון יידיש, און פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור, נאַטירלעך לויטן סאָוועטישן שטייגער. אין אָט דער צײַט, בתוכה די אַלע יאָרן ווען יידיש איז געווען איינע פון די אָפיציעלע שפּראַכן, און עס זײַנען אַרויס אַ סך זשורנאַלן, ביכער, דאָקומענטן אויף יידיש, איז דער יידישער נאָמען פון לאַנד נאָר און בלויז געווען: ווײַסרוסלאַנד [váys-rùsland]. אין אַ סך פּובליקאַציעס זעט זיך אויך דער אַדיעקטיוו פונדערפון: ווײַסרוסלענדיש; פאַר יידישע לינגוויסטן און ליטעראַטור היסטאָריקער, למשל, וועלן אייביק וויכטיק בלײַבן פאַרשיידענע וויסנשאַפטלעכע בענד אויף יידיש, בתוכם דער „מינסקער צײַטשריפט“, וואו מען זעט בולט אַז זיי זײַנען בכלל אויף דער וועלט געקומען אַדאַנק — „דער יידישער אָפּטיילונג בײַם אינסטיטוט פאַר ווײַסרוסלענדישע קולטור“. „ווײַסרוסלאַנד“ איז געווען בשעת מעשה דער יידישער נאָמען פון לאַנד אין מויל פון זײַן אָנזעעוודיקער יידישער באַפעלקערונג, אַ נאָמען וואָס איז געבליבן פעסט בײַ די וואָס שטאַמען פון אָט די שטחים איבער גאָר דער וועלט און נוצן נאָך יידיש, אַזוי ווי בײַ יידיש ריידנדיקע אין אָטאָ די מקומות גופא. דאָס הייסט, אַז סײַ אָפיציעל אין אַ לאַנד וואו יידיש האָט געהאַט אַ ממשותדיקן מלוכהשן סטאַטוס מיט אָן אַ שיעור לעבעדיקן באַנוץ (ניט סתם סימבאָליק), און במילא אַ שלל מיט פּובליקאַציעס און אינסטיטוציעס, איז דער איינציקער נאָמען פון דער צווישנמלחמהדיקער רעפּובליק אויף דער יידישער שפּראַך געווען: ווײַסרוסלאַנד. פאַראַן מיינונגען, אַז פּונקט ווי „בעלאַרוס“ בײַ בעלאַרוסן, קען „ווײַסרוסלאַנד“ אויף יידיש אויסגעשפּרייט ווערן, סײַ רעטראָספּעקטיוו (בדיעבד) סײַ פּראָספּעקטיוו (אויף להבא).

  (ה) פונדעסטוועגן בלײַבט אַן אויסנאַם און אַ פּאָטענציעלע מניעה. אינעם לשון פון יידן פון יענע טיילן פון צווישנמלחמהדיקן צפון⸗מזרחדיקן פּוילן וואָס זײַנען אַרײַן אין דער בעלאַרוסישער רעפּובליק ערשט פון 1939 (פּינסק, בריסק, גראָדנע, סלאָנים, באַראַנאָוויטש, נאַוואַרעדאָק, און די אַלע שטעטלעך אין צפון⸗מערבדיקן בעלאַרוס פּאַזע דער ליטווישער און לעטישער גרענעץ) האָט דער טערמין ווײַסרוסלאַנד זיך גראַדע ניט אײַנגעפונדעוועט אויף יידיש. ספּעציעל בײַ יידן פון אַ מער טראַדיציאָנעלער אָריענטירונג, האָט זיך דער נאָמען „ווײַסרוסלאַנד“ ניט געפּאָרט נאַטירלעך מיט די היסטאָרישע (און ביזן חורבן) ישיבהשע שטעט מיר, קלעצק, וואַלאָזשין, באַראַנאָוויטש, סלאָנים. אַז די „ליטווישע ישיבה שטעט“ זאָלן זײַן „אין פּוילן“ איז שוין איינמאָל געווען אַ שפּראַכיקע און פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש; און איצט ווידער — ווײַסרוסלאַנד? אין גאַנג פון אונדזערע עקספּעדיציעס אויף אויסזוכן די לעצטע יידיש ריידנדיקע זקנים אין יענע מקומות, האָבן מיר אַ סך מאָל פאַרצייכנט בײַ זקנים, אינעם לעצטן יאָרצענדליק פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אָט אַן ערך אַזאַ מין פאָרמולירונג: „פון אַמאָל⸗אַמאָל זײַנען מיר דאָך ליטוואַקעס, די געגנטן ט′מען אַמאָל גערופן רײַסן, נאָר פאַר דער מלחמה זײַנען מיר געווען פּוילישע בירגער און אונדזער וויכטיקסטע שטאָט איז געווען ווילנע וואָס איז דאָך אויך געווען אין פּוילן. יע, אין 1939טן יאָר האָט מען אונדז דאָ אַרײַנגענומען אין ווײַסרוסלאַנד, נאָר אויף יידיש האָט מען זיך ניט גערופן אַזוי. פאַרקערט, אַז דאָ לעבט איצטער אַ ייד וואָס איז אַרײַנגעפאָרן פון אַ שטעטל ערגעץ ניט ווײַט פון באַברויסק, זאָגן מיר אויף אים: ער איז פון יענע ווײַסרוסלאַנד [yénə|vàys-rúsland]. נאָך היטלערן, אַז ס′זײַנען דאָ געבליבן אַזוי ווייניק יידן, זײַנען מיר געווען סאָוועטישע בירגער, אויף וואָס איז ווײַטער געווען צו טראַכטן. אַהאַ, און איצטער זײַנען מיר בירגער פון בעלאַרוס. איז וואָס נאָך ווילט איר וויסן?“ {אגב איז דאָס בדרך כלל בײַ אָטאָ די יידן געווען אַרויסגערעדט דווקא [vàys-rúsland]; ניט [váys-rùsland] — דער נוסח וואָס אָפטער בײַ יידן פון מזרחדיקן ווײַסרוסלאַנד\בעלאַרוס גופא, אין וועלכן ס′ווערט גראַדע באַטאָנט, ניט קוקנדיק אויף דער קלענערער דיסטאַנץ ביז רוסלאַנד געאָגראַפיש גערעדט: „מער ווײַס“ און „ווייניקער רוסלאַנד“…}.

  (ו) אויפן פאָרשערישן געביט פון דער יידישער פילאָלאָגיע און קולטור געשיכטע שטעלן מיט זיך פאָר אָט די מקומות די היסטאָריש⸗גערעדט מזרחדיקע שטחים פון צפון⸗מזרח יידיש און במילא פון די צפון⸗מזרחדיקע אשכזנים. פאָלקלאָריסטיש און אין דער טראַדיציאָנעלער טערמינאָלאָגיע זײַנען דאָס אַלץ די מזרחדיקע ליטוואַקעס און די ערטער די מזרחדיקע טיילן פון ליטע אין ברייטערן קולטור⸗היסטאָרישן זין, וואָס האָט ניט קיין דווקאדיקן שייכות מיט די אַלע פּאָליטישע איבערקערענישן אין גאַנג פון דור⸗דורות, און בפרט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

 

belated

פאַרשפּעטיקט;

{לומדיש; פּרעדיקאַטיוו:} (ס′איז) לאחר הזמן [l(ə)àkhər-(h)azmán].

 

belatedly

פאַרשפּעטיקטערהייט; מיט אַ פאַרשפּעטיקונג;

{לומדיש:} שוין לאחר הזמן [l(ə)àkhər-(h)azmán].

 

belch (v.)

געבן אַ גרעפּץ; אָפּגרעפּצן.

 

Belfast

{אָן אַן אַרטיקל:} בעלפאַסט.

 

belfry

(דער) גלעקל⸗טורעם (ל″ר: -ס);

{באַטאָנענדיק די קריסטלעכקײַט פונדערפון:} (דער) קלויסטער⸗גלאָק (ל″ר: ⸗גלעקער).

 

(.Belgian (adj

בעלגיש.

 

Belgian person

(דער) בעלגיער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) בעלגיערין (ל″ר: -ס);

{מער אינטים; בייגעוודיק:} (די\דער) בעלגישע(ר).

 

Belgium

(אָן אַן אַרטיקל) בעלגיע [bélgyə].

 

belie (fail to match up with expectation)

זײַן בסתירה מיט [bəstíyrə]; זײַן אַ ווידערשפּרוך מיט; ני(ש)ט שטימען מיט;

{לומדיש}: סותר זײַן [sóysər-zayn], צפונדיק: [séysər-zayn].

 

belies (gives an incorrect impression)

גיט אַ פאַלשן (\ני(ש)ט⸗ריכטיקן) אײַנדרוק; שטעלט מיט זיך פאָר אַ ני(ש)ט⸗אַקוראַטן אָנווײַז.

 

belief

{אוניווערסאַל, אויך אוניווערסאַל רעליגיעז:}

(דער\דאָס) גלויבן [gloybm], צפונדיק: [gleybm];

{בדרך כלל בנוגע וואָס⸗ניט⸗איז וויכטיק דעם מענטשן אויסערן תחום פון רעליגיע:}

(די) איבערצײַגונג; (די) גלייביקײַט;

{אין תחום פון דער טראַדיציאָנעלער יידישער רעליגיע:}

(די) אמונה [əmúnə], דרומדיק: [əmínə]; יראת שמים [yìrəs-sh(ə)máyəm] (′אַ מורא האָבן פאַר [גאָט אין] הימל′); {עמפאַטיש:) (די) אמונה שלימה [əmùnə-shléymə], דרומדיק: [əmìnə-shláymə] (′פולשטענדיקער גלויבן′);

{אין טראַדיציאָנעלן יידישן טראַכטן איז ניט אָפּצוטיילן די אמונה פון דער אָפּטימיסטישער אײַנגעגלייבטקײַט אַז דער רבונו של עולם וועט ווירקן לטובה, וואָס רופט זיך:}

(דער) בטחון [bətókhn], דרומדיק: [bətúkhn].

 

belief: in the belief that

האַלטנדיק, אַז; גלייבנדיק, אַז; זײַענדיק בײַ דער מיינונג, אַז.

 

believability

(די) גלייבעדיקײַט; (די) גלייבלעכקײַט; {אַרכעאיש:} (די) גלייבווערדיקײַט.

{פראַזעס:} די פראַגע צי מען קען דערײַן גלייבן (\צי מען קען זיך דערויף סומך זײַן [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn]).

 

believable

(וואָס) לאָזט זיך גלייבן; (וואָס) ס′גלייבט זיך [zgléybdzakh], דרומדיק: [zgláyptsəkh]; (וואָס) לייגט זיך אויפן שכל [lèygdzakh|afn-séykhl], דרומדיק: [làyktsəkh|o(u)(ə)fn-sáykhl]; (וואָס) מ′קען גלייבן; (וואָס) מ′קען זיך פאָרשטעלן; גלייבלעך.

 

 believe

גלייבן [gleybm], דרומדיק: [glaybm];

{די עלטערע אָרטאָגראַפישע פאָרם, אין גײַסט פון ליטעראַרישער יידישער אינטערדיאַלעקטישקײַט און בבת אחת אונטער דער דעמאָלטיקער דײַטשמערישער השפּעה, וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַן איינאיינציקן אַרויסרייד (גלײַך אין אַלע דיאַלעקטן) וואָס איז געבליבן אויך אין לעבעדיקן באַנוץ אין טייל קרײַזן:}

גלויבן [gloybm];

{אין זין פון ′האָבן די מיינונג′ (ַאַז…), אויך:}

מיינען; האַלטן; טראַכטן; בײַ מיר (\דיר וכו′) קומט אויס(עט); {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, סובסטאַנדאַרדער אַמעריקאַנער באַנוץ:} דענקען

  {הערה: „דענקען“ בלײַבט פונדעסטוועגן ליטעראַריש אָנגענומען אין זין פון אַ טיפן פילאָסאָפירנדיקן טראַכטן};

{אין זין פון אַוועלכער ניט איז טיפער, ערנסטער גלייבונג:}

גלייבן בלב ונפש [gléybm|blèvənéfəsh], דרומדיק: [gláybm|blèvənéyfəsh]; גלייבן מיטן גאַנצן האַרצן.

{אין זין פון אַ טיפערער יידישער רעליגיעזער איבערצײַגונג:}

האָבן אמונה [əmúnə], דרומדיק: [əmínə]; האָבן יראת שמים [yìrəs-sh(ə)máyəm]; {אין טראַדיציאָנעלן יידישן טראַכטן איז ניט אָפּצוטיילן די אמונה פון דער אָפּטימיסטישער אײַנגעגלייבטקײַט, אַז דער רבונו של עולם וועט ווירקן לטובה, וואָס רופט זיך: האָבן בטחון [hòbm-bətókhn], דרומדיק: [h)ùbm-bətúkhn)].

 

believe in (have faith or confidence in something or someone)

האַלטן פון; האָבן (אַ) צוטרוי צו.

 

believe in (religiously)

גלייבן אין.

 

believe it or not

צי מ′גלייבט צי ניט; גלייב(ט) יאָ אָדער גלייבט ני(ש)ט;

{פראַזעס:} אַ קשיא אויף אַ מעשה [akáshəf|amáysə], דרומדיק: [akáshəf|amá:(n)sə]; מאַלע וואָס ס′לייגט זיך אויפן שכל [afn-séykhl], דרומדיק: [ofn-sáykhl].

 

!Believe (you) me

אויף מײַן ערן וואָרט! [af-màyn|érn-vórt], {מער עמפאַטיש:} [af-máyn|èrn-vòrt];

מעגסט (\איר מעגט) מיר גלייבן! {דיאַלעקטיש, אַרכעאיש: מיך};

קענסט זיך (\איר קענט זיך) אויף מיר פאַרלאָזן (אַז).

 

believe: make believe

מאַכן זיך; מאַכן אַן (\דעם) אָנשטעל

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} מאַכן גלייבן.

 

believer

{בײַ יידן, רעליגיעז; בייגעוודיק:} (דער) גלייביקער, ל″נ: גלייביקע (ל″ר בײַ ביידע: גלייביקע);

{לומדיש:} דער בעל⸗אמונה [bal-əmúnə], דרומדיק: [bal-əmínə] (ל″ר: בעלי אמונה [bàlə-əmúnə]); (דער) בעל מאמין [bal-máymən], דרומדיק: [bal-má:mən] (ל″ר: -ס); (דער) מאמין [máymən], ל″נ מאמינטע [máyməntə], ל″ר מאמינים [mamínəm] {נאָכמער לומדיש:} [maymínim];

{אוניווערסאַל, רעליגיעז:} גלייבער אין גאָט (ל″ר: ø), ל″נ: גלייבערין אין גאָט (ל″ר: -ס); וואָס \ זיי גלייבן אין גאָט;

{וועגן גלייבן אין אַ זאַך סתם, שטאַרק האַלטן פון אַוואָס⸗ניט⸗איז צי אַוועמען⸗ניט⸗איז:} (דער) גלייבער (ל″ר: ø)\ ל.נ. (די) גלייבערין (ל″ר: -ס), {אָפטמאָל מיט אַ קאַפּ איראָניע:} (די) גלייבערקע (ל″ר: -ס); {פראַזעס:} (אַ מענטש) וואָס האַלט פעסט (פון\אַז); (דער) נאָכפאָלגער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און פּוריסטיש: -ס), ל″נ: (די) נאָגפאָלגערין (ל″ר: -ס); {אַ קאַפּ פיגוראַטיוו:} אַ חסיד (פון) [khósəd], דרומדיק: [khúsəd].

 

belittle

מאַכן צו גאָרני(ש)ט; מאַכן צו קליינגעלט; מאַכן מיט דער ערד (צו)גלײַך;

{סלענגיש, עמאָטיוו:} מאַכן פּיפּקע פון; מאַכן אַש און בלאָטע פון; אָפּהאַקן דעם קאָפּ (צפונדיק: די קאָפּ);

{לומדיש:} מזלזל זײַן [məzálzl-zayn];

{לומדיש; עמפאַטיש פאַרשטאַרקט:} מאַכן כעפרא דארעא [k(ə)áfrə|d(ə)árə]; (′צוגלײַך מיטן שבויב וואָס אויף דער ערד′).

 

bell

{קלענער, למשל צו אַ דירה:} (דאָס\דער) גלעקל (ל″ר: -עך);

{גרעסער, למשל אין אַ קלויסטער אָדער שטאָט⸗זייגער:} (דער) גלאָק (ל″ר: גלעקער).

 

bellboy

(דער\דאָס) האָטעל⸗יינגל (ל″ר: -עך).

 

belles lettres

(די) בעלעטריסטיק; די שיינע ליטעראַטור.

 

bellicose

קריגעריש געשטימט; מלחמהדיק [mə(l)khómə-dik], דרומדיק: [mə(l)khúmə-dik].

 

belligerence

(די) קריגמעסיקע אַגרעסיווקײַט; (די) נייגונג צו פירן מלחמות [mə(l)khóməs], דרומדיק: [mə(l)khúməs].

 

belligerent

קריגעריש געשטימט; גענייגט צו מלחמה [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə].

 

belly

(דער) בויך (ל″ר: בײַכער);

{צאַרטלעך, אויך איראָניש וועגן אַ בויך וואָס איז צו גרויס:} (דער\דאָס) בײַכל (ל″ר: -עך).

 

belly button

(דער) נאָפּל (ל″ר: -ען); (דער) בויך⸗נאָפּל (ל″ר: -ען);

{עמאָטיוו; בײַ טייל סלענגיש צי שפּאַסיק:} (דער) פּופּיק (ל″ר: -עס).

 

belly dancing

(די\דאָס) בויך⸗טאַנצערײַ (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) בײַכלדיקע(ר) טאַנצן;

(דאָס\דער) עגיפּטישע(ר) טאַנצן.

 

belly dancer (f.)

(די) בײַכל⸗טענצערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) בײַכל⸗טענצערקע (ל″ר: -ס);

(די) עגיפּטישע טענצערין (ל″ר: -ס).

 

bellyache

(דער) בויכווייטיק (אויך: בויכווייטאָג).

 

belong

{מיט דאַטיוו:} געהערן;

באַלאַנגען (צו).

 

belonging: sense of belonging

אַן אײַנגעהיימישטקײַט; אַ געפיל אַז מ′פּאַסט זיך אַרײַנעט; אַ געפיל פון אָנגעהעריקײַט.

 

beloved

באַליבט; וואָס געפינט בײַ לײַט חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn];

{ליטעראַריש:} לײַטזעליק.

 

beloved of God

באַליבט בײַ גאָט;

{ליטעראַריש:} גאָטזעליק (אויך: גאָטזעליג).

 

beloved: my beloved

 {בייגעוודיק:} מײַן געליבטע(ר);

{אינטים:} מײַן סערצע; מײַן סערצעניו;

{טאָמער פּלאַטאָניש; בייגעוודיק:} מײַן באַליבטע(ר).

 

below (adv.)

אונטן; אַראָפּצוצו.

 

below (prep.)

אונטער;

{לומדיש הומאָריסטיש:} מתחת (ל…) [mitákhəs], מער פאָרמעל: [mitákhas].

 

below the belt

אונטערן פּאַסיקל (\רימען \גאַרטל); {הומאָריסטיש:} אונטערן פּופּיק;

{פיגוראַטיוו:} ממש ני(ש)ט אָנשטענדיק [máməsh]; איבער דער מאָס דערלאַנגט.

 

below: from below

פון אונטן.

 

belt (n.)

(דער\דאָס) פּאַסיקל; (דער) פּאַסיק; (דער) רימען;

{בײַ טייל סתם, בײַ טייל נאָר וועגן אַ ספּעציעלן פּאַסיקל, אַמאָפטסטן פון ווייכן שטאָף, וואָס אַ חסידישער מאַנסביל טוט זיך אָנעט צום דאַוונען:)

(דער\דאָס) גאַרטל (ל″ר: -ען, -עך).

 

belt (v.)

אַ שלאָג טאָן (עמעצן); אַ קלאַפּ געבן (עמעצן);

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} דערלאַנגען.

 

Belt and Road Initiative

{כינעס} גאַרטל⸗און⸗וועג איניציאַטיוו; (דער) (כינעזישער) גאַרטל⸗און⸗וועג פּראָיעקט;

{ביטולדיק:} די כינעזישע גאַרטל⸗מאַכאַרײַקע.

 

belt: safety belt

(דער) פּאַס (ל″ר: -ן); (דער) •מאַשין⸗פּאַס {אין אַן אויטאָמאָביל, אויטאָבוס, עראָפּלאַן, כו′} (ל″ר: -ן); (דער) שוץ⸗פּאַס [shúts-pàs] (ל″ר: -ן).

 

bemused

געפּלעפט; געבליפט; פאַרחידושט [far-khídəsht].

 

(bench (for sitting

(די) באַנק (ל″ר: בענק [béynk]).

 

(bench (position in the judiciary

(די) ריכטער⸗באַנק; (די) שופטים⸗באַנק [shóftəm];

דעם ריכטערס טיש; דער ריכטערשער טיש.

 

benchmark

(דער) סטאַנדאַרד (ל″ר: -ן); (דער) גרונט⸗פּונקט (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} דער בר⸗סמכאדיקער פּונקט [bar-sámkhə-dikər] (ל″ר: -ן).

 

(.bend (n

(דער) אויסבייג (ל″ר: -ן); (דער) דריי (ל″ר: -ען).

 

bend (v. trans.)

אײַנבייגן (אויך: אײַנבויגן);

 

bend down

זיך אײַנבייגן (אויך: אײַנבויגן); (ל″ע: אײַנגעבויגן).

 

bend over backwards

קערן וועלטן; טאָן אַלצדינג אויף דער וועלט; זיך לייגן אין דער לענג און אין דער ברייט.

 

beneath

אונטער; פון אונטער;

{לומדיש הומאָריסטיש:} מתחת (ל…) [mitákhəs], מער פאָרמעל: [mitákhas].

 

beneath: It’s beneath my dignity

ס′איז אונטער מײַן ווערדע (\כבוד [kóvəd], דרומדיק: [kúvit]); ס′פּאַסט מיר ני(ש)ט.

 

benediction

{אין דער קאַטוילישער רעליגיע:}

(די) בענעדיקציע (ל″ר: -ס); (די) קאַטוילישע בענטשונג (ל″ר: -ען);

{אוניווערסאַל:}

(די) בענטשונג; (די\דאָס\דער) בענטשונגס⸗געבעט (ל″ר: -ן);

  {הערה: בײַ אידעאָלאָגישע סעקולאַריסטן טרעפט מען אויך „ברכה“ דאָ, אויסגעברייטערט אויף אוניווערסאַלן באַנוץ; איז מהכא תיתי, נאָר וואָס, דעם תלמיד דאַרף מען געבן צו פאַרשטיין אַז אינעם טראַדיציאָנעלן באַנוץ שטעלט מיט זיך פאָר „ברכה“ אַ ספּעציפישן יידישן הלכהשן טעקסט; פאַרקערט אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ מענטשנס אַ פּריוואַטער אָנווינטשונג אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז, קען גילטן „ברכה“ אוניווערסאַליסטיש („דער אַלטער זיידע האָט געגעבן זײַנע אייניקלעך אַ ברכה, זיי זאָלן מצליח זײַן“}.

 

benefaction

{דער עיקר אין זין פון פינאַנציעלער הילף אויף ערנסטע פּראָיעקטן און אינסטיטוציעס:}

(די\דער) סובווענץ (ל″ר: -ן); (די) סובסידיע (ל″ר: -ס); (די) בײַשטײַערונג (ל″ר: -ען); (דער) בײַשטײַער (ל″ר: -ן); (די) אונטערשטיצונגס⸗מתנה [matónə], דרומדיק: [matú:nə] (ל″ר: ⸗מתנות);

{אין טראַדיציאָנעלע סביבות; אַנדערשוואו צומאָל מיט איראָניע:}

(די) נדבה [nədóvə], דרומדיק: [nədúvə] (ל″ר: נדבות);

{דער עיקר אויף הילף פאַר אָרעמעלײַט און נויטבאַדערפטיקע אַלץ חסד און מיט רחמנות:}

(די) צדקה [dzdókə], דרומדיק: [dzdúkə]; אויך: [tsədókə], דרומדיק: [tsədúkə]; (די) נדבה [nədóvə], דרומדיק: [nədúvə] (ל″ר: נדבות);

{לומדיש:} (די\דער) מתנת חסד [màtnas-khésəd], דרומדיק: [màtnas-khéysət]; (די\דער) מעשה חסד [màysə-khésəd], דרומדיק: [mà:sə-khéysət].

 

benefactor

{דער עיקר אין זין פון פינאַנציעלער הילף אויף ערנסטע פּראָיעקטן און אינסטיטוציעס:}

(דער) מעצענאַט [metsə-nát] (ל″ר: -ן), ל″ר אויך: (די) מעצענאַטקע (ל″ר: -ס);

{אין טראַדיציאָנעלע סביבות; אַנדערשוואו צומאָל מיט איראָניע:}

(דער) נדבן [nádvən] (ל″ר: נדבנים [nadvónəm], דרומדיק: [nadvúnəm]), ל″נ: (די) נדבנטע [nádvən-tə] (ל″ר: -ס);

{דער עיקר אויף הילף פאַר יחידים, אָרעמעלײַט און נויטבאַדערפטיקע אַלץ חסד און מיט רחמנות:}

(דער) בעל⸗חסד [bal-khésəd], דרומדיק: [bal-khéysət] (ל″ר {לומדיש:} בעלי⸗חסדים [bàlə-khsódəm], דרומדיק: [bàlə-khsú:dəm]);

{צומאָל איראָניש:} (דער) בעל⸗טובה [bal-tóyvə], צפונדיק: [bal-téyvə] (ל″ר: -ס; אויך: בעלי⸗טובה [bàlə-tóyvə], צפונדיק: [bàlə-téyvə]).

 

beneficiary

{בכלל גענומען:}

(דער) געניסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) געניסערין (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַגנעדיקטע(ר);

{אַז ס′האַנדלט זיך אין אַ צוואה:}

(דער) ירשן [yárshən] (ל″ר: ירשנים [yarshónəm], דרומדיק: [yarshú:nəm]; (דער) ירשענער [yárshənər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

{טאָמער וועגן אַ הויפּט, עיקרדיקן צי ממש ממשותדיקן ירשן, אויך מער נוטה צו פיגוראַטיווער אויסשפּרייטנג:} (דער) יורש [yóyrəsh], צפונדיק: [yéyrəsh] (ל″ר: יורשים [yórshəm]).

 

(benefit (n.) (advantage

(די) מעלה [máylə], דרומדיק: [má:lə]; 

{לומדיש:} (דער\די) תועלת [toyéləs], דרומדיק: [toyéyləs], צפונדיק: [teyéləs];

{לומדיש, אַרגומענטאַטיוו:} (די) רבותא [rəvúsə], דרומדיק: [reví:sə].

 

(benefit(s) (n.) (government/employer’s grants

(דער\די) מלוכה⸗גאָב [m(ə)lúkhə], דרומדיק: [m(ə)lí:khə]; (דער\די) אַרבעטס⸗גאָב (ל″ר: -ן);

די בענעפיטן [bènəfítn] (ל″ר; ל″י: דער בענעפיט).

 

benefit (v. intrans.)

געניסן (פון) (ל″ע: גענאָסן); האָבן (פונ)דערפון;

{לומדיש:} האָבן (אַ) תועלת (פונ)דערפון [təéləs], דרומדיק: [təéyləs].

 

benefit (v. trans.) 

{מיט דאַטיוו:} קומען צו הילף; קומען צו ניץ; קומען לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə].

 

benefit: in benefit of

לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs].

 

benefit: give (someone) the benefit of the doubt

בעסער (\גיכער) באַטראַכטן צום גוטן; משפּטן צום גוטן [míshpətn];

{אַ קאַפּ לומדיש:} דן זײַן לכף זכות [dán-zayn|ləkàf-skhús], דרומדיק: [dán-za:n|ləkàf-skhís]; {מער לומדיש:} […ləkhìf…];

{דעמאָלט אַז ס′גייט שוין אַ דיסקוסיע:} מלמד זכות זײַן אויף… [m(ə)làməd-zghúz-zayn|af], דרומדיק: [m(ə)làməd-zghíz-za:n|of].

 

benevolent

גוטהאַרציק; גוטוויליק; חסדימדיק [khsódəm-dik], דרומדיק: [khsú:dəm-dik];

{טאָמער מיט אַן אָנצוהערעניש אויך אויף פינאַנציעלער הילף:} ברייטהאַרציק; באַהילפיק; אונטערשטיצעריש.

 

Bengal

{אָן אַן אַרטיקל} בענגאַל.

 

Bengali (n.)

(דער) בענגאַלער (ל″ר: ø), ל″נ (אויך) (די) בענגאַלערין;

{בייגעוודיק:} (די\דער) בענגאַלישע(ר).

 

Bengali (adj.)

בענגאַליש;

{אומבייגעוודיק:} בענגאַלער.

 

(Ben-Gurion, David (1886–1973

בן⸗גוריון [bèn-gúryin], אויך: [ben-gùryón];

דוד בן⸗גוריון [dóvid|ben-gúryon], אויך: [dóvid|ben-guryón]; דרומדיק: [dúvid|ben-gúryon]; אויך: [dúvid|ben-guryón];

{בײַ קעגנער:} דער דודל גרין פון פּלאָנסק [dóvidl|grín], דרומדיק: [dúvidl|grí:n];

געבאָרן: פּלאָנסק; געשטאָרבן: רמת גן.

 

(Ben-Yehuda, Eliezer (1858–1922

בן⸗יהודה [bèn|yəhúdə]; {חוזקדיק:} [bèn-yəhudá];

אליעזר בן⸗יהודה [eləézər-|ben-yehúdə], דרומדיק: [eləéyzər-|ben-yehí:də];

לייזער⸗איציק (\לייזער⸗איצע) פּערלמאַן; אליעזר⸗יצחק פּערלמאַן; לייזערקע פּערלמאַן;

געבאָרן: לוזשיק (לוזשקע), ווילנער גובערניע; געשטאָרבן: ירושלים.

 

benign (med.)

ני(ש)ט⸗ראַקיק; אומראַקיק;

ני(ש)ט⸗געפערלעך; אומגעפערלעך; געפאַרלאָז;

{אַ קאפּ פאַראיידלט און מער דיפּלאָמאַטיש:} אומפאַרדעכטיק; ני(ש)ט⸗פאַרדעכטיק.

 

benign

גוטאַרטיק; גוטמוטיק; גוט⸗מאָטיווירט; פּאָזיטיוו געשטימט.

 

benign neglect

(די) אומנעגאַטיווע פאַרנאַכלעסיקונג; (די) אומבייזוויליקע פאַרנאַכלעסיקונג;

{מרמז זײַענדיק אויף אַמעריקאַנער געשיכטע:} (די) ניקסאָנישע פאַרנאַכלעסיקונג.

 

bent

געבויגן; אײַנגעבויגן; פאַרבויגן.

 

bequest

(די) ירושה⸗מתנה [yərúshə-matònə], דרומדיק: [yərí(:)shə-matùnə] (ל″ר: ⸗מתנות); 

(די) עולמות⸗מתנה [óyləməs-matònə], דרומדיק: [óyləməs-matù:nə], צפונדיק: [éyləməs-matònə];

(די) אָפּשרײַבונג (ל″ר: -ען).

 

bequeath

{אין אַ פּערזענלעכער צוואה, פאַר די יורשים:}

אָפּשרײַבן (עמעצן) אין דער צוואה [tsavóə], דרומדיק: [tsavú:ə], צפונדיק: [tsavó(y)ə];

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} איבערלאָזן (עמעצן) אין דער צוואה;

{פאַר אַ מוסד, אינסטיטוציע, וואוילטעטיקן צוועק:}

אָפּשרייבן (\שענקען) אויף עולמות [óyləməs], צפונדיק: [éyləməs].

 

berate (verbally)

אַראָפּרײַסן; צוני(ש)טמאַכן; (שאַרף) אַרײַנזאָגן

{פראַזעס:} דערלאַנגען אין דער זיבעטער ריפּ; מאַכן פּיפּקע (פון); מאַכן אַש און בלאָטע (פון).

 

Berdichev

{אָן אַן אַרטיקל} בערדיטשעוו;

{עלטערע, לאָקאַלע פאָרמע, אויפגעלעבט ליטעראַריש צי הומאָריסטיש:} באַרדיטשעוו.

 

bereaved

פאַראבלט [faróvlt], דרומדיק: [farúvlt]; באַטרויערט;

{פּרעדיקאַטיוו:} אין אבילות [avéyləs], דרומדיק: [aváyləs]; אין טרויער.

 

bereaved person (in mourning)

(דער) אבל (ל″ר: אבילים [avéyləm], דרומדיק: [aváyləm]), ל″נ: (די) אבלטע [óvltə], דרומדיק: [úvltə] (ל″ר: -ס), אויך: (די) אבילתטע [avéyləstə], דרומדיק: [aváyləstə] (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק:} (די\דער) פאראבלטע(ר) [(faróvltə(r]; (די\דער) טרויערנדיקע(ר).

 

bereavement

(די\דאָס\דער) אבילות (אויך: אבלות) [avéyləs], דרומדיק: [aváyləs];

(די) טרויער⸗צײַט.

 

bereavement group

(די) אבילות⸗גרופּע (אויך: אבלות⸗) [avéyləs], דרומדיק: [aváyləs];

(די) טרויער⸗גרופּע (ל″ר: -ס);

{צומאָל מיט אַ מין שוואַרצן הומאָר:} (דער) טרויער⸗קלוב (ל″ר: -ן).

 

bereft of

אינגאַנצן (\לחלוטין) אָן [lakhlútn], דרומדיק: [lakhlítn]; אָן אַ שמץ [ashéməts], דרומדיק: [ashéyməts].

 

(Bergelson, Dovid (1884–1952

בערגלסאָן [bérgl-son];

דוד בערגלסאָן [dòvəd-bérgl-son], דרומדיק: [dùvit-bérgl-zon];

דוד בן רפאל בערגעלסאָן;

געבאָרן: אָגרימאָווע, קיעווער גובערניע; אומגעקומען: לוביאַנקער טורמע, מאָסקווע.

 

(Berinsky, Lev (b. 1939

בערינסקי [bərínski];

לעוו בערינסקי;

געבאָרן: קושאַן.

 

Berlin (n.)

{אָן אַן אַרטיקל} בערלין.

 

Berlin (adj.)

{אומבייגעוודיק:} בערלינער;

{בייגעוודיק, מער אין זין פון ′אויפן בערלינגער שטייגער′} בערליניש.

 

Berlin, Naftoli Tsvi Yehuda (1816–1893)

דער נצי″ב [der-n(ə)tsív];

דער נצי″ב פון וואַלאָזשין;

ר′ נפתלי צבי יהודה בן יעקב בערלין;

געבאָרן: מיר (מינסקער גובערניע); געשטאָרבן: וואַרשע.

 

Bermuda

בערמודאַ; (אויך) בערמודע.

 

Bermudan (person)

(דער) בערמודער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) בערמודערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) בערמודערקע (ל″ר: -ס).

 

Bermudan (adj.)

בערמודיש.

{אומבייגעוודיק:} בערמודער.

 

Bernstein, Rachel (Rokhl) (1869–?)

יהודית [yəhúdis], אויך: [yúdis]; דרומדיק: [yehí:dəs], אויך: [yí:dəs];

רחל בערנשטיין;

געבאָרן: מינסק; געשטאָרבן [אומגעקומען?]: ?.

 

berry

(די) יאַגעדע (אויך: יאַגדע) (ל″ר: -ס).

 

beseech

זיך אײַנבעטן (בײַ).

 

(beside (near

לעבן [lèbm], דרומדיק: [lèybm]; בײַ; {דיאַלעקטיש:} נעבן

 

(beside oneself (with anger

אויסער זיך [óysər-zəkh]; {מער עמפאַטיש:} [òysər-zíkh].

 

beside the point

ני(ש)ט צום ענין [í(n)yən]; ני(ש)ט צו דער זאַך;

{אַ קאַפּ שטאַרקער אין זין פון אַפילו ניט צו דער טעמע:} ני(ש)ט שייך [nì(sh)t-sháyəkh].

 

(besides (in addition to that

אַחוץ דעם [akhúts|dém], אויך: [akhùdz-dém]; דרומדיק: [akhíts|déym], אויך: [akhìdz-déym]; אויסער דעם;

{מער פאָרמעל:} אין צוגאָב דערצו.

 

besides all that

אַחוץ דעם אַלעמען [akhúts|dèm-áləmən], אויך: [akhùdz-dèm-áləmən]; דרומדיק: [akhíts|dèym-áləmən], אויך: [akhìdz-dèym-áləmən];

איבעריקנס.

 

besiege

באַלאַגערן; אַרומלאַגערן; אַרומרינגלעך און פאַרשליסן.

 

besmirch

באַשמוצן; פאַרשמוצן; באַשמירן; באַפלעקן.

 

besotted

אַנטציקט און אַנטבאָקט; פאַרכאַפּט און פאַרליאַפּעט; תמעוואַטע פאַרכישופט [taməvátə|far-kíshəft];

{סלענגיש וואוגלאַריש:} תמעוואַטע פאַרפּישופט [taməvátə|far-píshəft].

 

bespectacled

באַברילט; ברילן⸗טראָגעדיק; מיט ברילן.

 

best

{בייגעוודיק:} בעסטע(ר).

 

best man (at wedding)

(דער) „בעסטער מאַן“ (אויף אַ חתונה) [akhásənə].

 

best of all

אַמסאַמע בעסטן; צום בעסטן; אַמבעסטן; בעסער פון אַלצדינג; דאָס סאַמע בעסטע;

{מער אויף עמאָטיוו אינטענציפיצירן איידער וועגן קוואַליטעט:} צו דעם אַלעמען; מער פון דעם אַלעמען;

{לומדיש:} ועל כולם [v(ə)al-kúləm], דרומדיק: [v(ə)al-kíləm].

 

Best of luck!

זאָל זײַן מיט מזל! [mázl]; מיטן רעכטן פוס!

{בײַ מער טראַדיציאָנעלע אויך:} זײַ(ט) געבענטשט!; זאָל דער אייבערשטער זײַן מיט דיר (\אײַך)!.

 

best of the best

די בעסטע פון די בעסטע; דאָס (\די) בעסטע וואָס ס′קען נאָר זײַן;

{לומדיש:} שופרא דשופרא [shúfrə|dəshúfrə], דרומדיק: [shífrə|dəshífrə].

 

best: at best

אין (סאַמע) בעסטן פאַל

 

best: Give them (/her/him) my best!

מײַנע בעסטע גרוסן!; מײַנע בעסטע וואונטשן!;

גיב (\גיט) איבער פון מײַנ(ע)טוועגן דעם בעסטן גרוס!.

 

best: I did the best I could!

(אַלץ) וואָס כ′האָב געקענט האָב איך געמאַכט (\געטאָן)!.

 

best: I’ll do the best I can!

איכ′ל זיך סטאַרען, אַמבעסטן וואָס איך קען! [stár(ə)n]; וואָס מ′קען, ′עט מען מאַכן (\טאָן)!;

בעסער קען איך ני(ש)ט!; אַלצדינג וואָס מ′קען ′עט מען מאַכן (\טאָן)!.

 

best: (even) in the best of times

אַפילו אין די בעסטע צײַטן [afílə]; אויך אין די סאַמע בעסטע יאָרן.

 

best: It’s all for the best! (said upon a setback)

גם זו לטובה! [gam-zù|l(ə)tóyvə], דרומדיק: [gam-zì:|l(ə)tóyvə], צפונדיק: [gam-zù|l(ə)téyvə];

(נו,) זאָל עס זײַן (\אַרויס) צום גוטן!.

 

 best: May the best person/man/woman win (wishing all participants well)!

מיט הצלחה! [hatslókhə], דרומדיק: [h)atslúkhə)]; מיטן רעכטן פוס!; מיט מזל! [mit-mázl];

זאָל דער בעסטער (\די בעסטע) מצליח זײַן! [matslíyəgh-zayn] (\געווינען!).

 

best: make the best of it

זיך באַנוגענען דערמיט; מאַכן דאָס בעסטע פונדערפון;

{פראַזע:} זיך אַן עצה געבן [anéytsə-gèbm], דרומדיק: [anáytsə-gèybm].

 

best: The best is yet to come!

דאָס בעסטע איז נאָך אויף להבא [af-l(ə)hábə], דרומדיק: [of-l(ə)hábə]; 

{פראַזע:} (און) דאָס איז נאָך גאָרני(ש)ט!.

 

best: to the best of my ability

לויט מײַנע (בעסטע) כוחות (און מעגלעכקײַטן) [kóykhəs], צפונדיק: [kéykhəs];

 

best: to the best of my knowledge

אויף וויפל איך ווייס; אויף וויפל מיר איז באַקאַנט

{פראַזע; מיט הומאָר:} אויף וויפל איך פאַרשטיי מעדיצין; אויף וויפל איך בין דערויף אַ מבין [améyvn], דרומדיק: [amáyvn].

 

best: to the best of my memory (/recollection)

אויף וויפל איך געדענק [gədéynk]; אויף וויפל ס′דינט מיר דער זכרון [zikórn], דרומדיק: [zikú:rn].

 

best: with the best of intentions

מיט די בעסטע כוונות [kavónəs], דרומדיק: [kavúnəs]; מיטן גאַנצן גוטן ווילן; מיטן בעסטן ווילן.

 

(bestiality (animal like behavior

(די) חיהשקײַט [kháyəsh-kàyt]; (די) ווילדע⸗חיהשקײַט;

{לומדיש:} די חיה⸗רעהדיקײַט [khàye-róə-dəkàyt], דרומדיק: [khàye-rú:ə-dəkàyt]; (די) בהמיות [bahám(i)yəs].

 

(bestiality (sexual

(די) זאָאָפיליע; (די) שוכב⸗עם⸗בהמה קרענק [shóykhəv-im-b(ə)héymə], דרומדיק: [shóykhəv-im-b(ə)háymə], צפונדיק [shéykhəv-im-b(ə)héymə];

{לומדיש:} (די) בהמיות [bahám(i)yəs];

{דער מענטש וואָס טוט דאָס:} אַ שוכב עם בהמה [ashòykhəv-im-bəhéymə], דרומדיק: [ashòykhəv-im-bəháymə], צפונדיק: [ashèykhəv-im-bəhéymə].

 

bestow

רעכט געבן; איבעררשענקען; באַפולמעכטיקן; באַקרעפטיקן.

 

bestseller

(דער) בעסטסעלער (ל″ר: -ס).

 

(.bet (n

(דער\די\דאָס) געוועט [gəvét]; {דיאַלעקטיש:} (די) שפּאַרעניש.

 

(.bet (v

גיין אין געוועט [géyn|in-gəvét]: „איך גיי מיט דיר אין געוועט אויף אַ פלאַש משקה!“ [máshkə]; וועטן זיך.

 

bet: I’ll bet you a tenner!

לאָמיר גיין אין געוועט (\לאָמיר זיך וועטן) אויף אַ צענערל!.

 

!bet: You bet

אַ שאלה! [sháylə], דרומדיק: [shá:lə]; אַלץ הייסט!; אַוודאי! [avádə]; פאַרשטייט זיך! [farshtéydzəkh] אָדער [farshéytsakh]; 

{אַביסל מער לומדיש:] פאַרוואָר!; אַפּשיטא! [apshítə]; לחלוטין! [lakhlútn].

 

bet: all bets are off

אַז מ′קען קיין זאַך ני(ש)ט וויסן!; ווער ווייס(ט) דען וואָס ′עט זײַן?

 

beta blocker

(דער) בעטאַבלאָקער (ל″ר: -ס).

 

beta particle

(דער) בעטאַפּאַרטיקל (ל″ר: -עך).

 

(.beta test (n

(דער) בעטאַ⸗טעסט (ל″ר: -ן).

 

(.beta test (v

מאַכן אַ (\דעם) בעטאַ⸗טעסט.

 

Betar (Beitar, Bethar)

{וועגן שטעטל אין ארץ ישראל, אין תלמוד און אין דער יידישער געשיכטע, צומאָל אַלץ סימבאָל:}

ביתר [bétər];

{וועגן דער מאָדערנער ציוניסטיער באַוועגונג:}

ביתר [beytár];

  {הערה: ס′קומט דעם מחבר פון „לעקסיקאָן פון ליטווישן אידיש“, יונתן פעלענדלערן, אַ יישר כח פאַרן דערגרונטעווען זיך צום טראַדיציאָנעלן יידישן אַרויסרייד פונעם נאָמען פון אוראַלטן שטעטל אין ארץ ישראל}.

 

(beth din (rabbinic court

(דער) בית⸗דין [bézdn], {דיאַלעקטיש אויך:} [bézn]; {לומדיש:} [béz-dìn]; {נאָכמער לומדיש:} [béyz|dìn], דרומדיק: [báyz|dìn];

{סײַ די אינסטיטוציע סײַ אַ סטאַבילער בנין אָדער צימער געווידמעט דעם צוועק}; ל″ר: בתי⸗דין [bòtə-dín], אויך: בית⸗דינס [bézd(i)nz]; 

(דער\די) דין⸗תורה [dìn-tóyrə], צפונדיק: [dìn-téyrə], ל″ר: דין⸗תורהס; {ענג גערעדט איז דער „דין תורה“ דער אָדער אַן אַנדער פּראָצעס, אָדער משפּט, וואָס ס′קומט פאָר אינעם בית⸗דין; אויף דער וואָר אָבער נוצט מען די פראַזע „רופן אויף אַ דין תורה“ אָנשטאָט „רופן אין בית⸗דין“ און אין פאַל פון קומען צו גיין אויף אַ געוויסן משפּט אָדער פאַרהער אינעם בית⸗דין, איז גלײַכער צו נוצן די קאָנסטרוקציעס מיט „דין תורה“, אַשטייגער: „מיר וועלן זיך זען אויף דער דין⸗תורה“}.

{לומדיש, ליטעראַריש:} דער בית⸗דין של מעלה [dər-bèzdn|shəl-máylə] אין זין פון הימלישן געריכט וואָס שטייט העכער איבער די מענטשלעכע, צי איצטער צי לויט דער יידישער טראַדיציע בײַ גאָטס אָפּמשפּטן אַ מענטשן וואָס שטאַרבט אַוועקעט און קומט אָנעט אויף יענער וועלט}.

 

beth midrash

(דער) בית⸗מדרש [bəs-médrəsh] (ל″ר: בתי⸗מדרשים [bòtə-mədróshəm], דרומדיק: [bù:tə-mədrú:shəm];

{דער עיקר דרומדיק:} (דאָס\די) שטיבל (ל″ר: שטיבלעך);

{דער עיקר צפונדיק:} (די\דער) קלויז (ל″ר: -ן);

  {הערה: פאַראַן א סך וואַריאַציע אינעם באַנוץ; למשל אין טייל שטעטלעך איז אַ „שטיבל“ (דער עיקר אין דרום), צי אַ „קלויז“ (דער עיקר איו צפון), געווען קלענער (און צומאָל בלויז אַ טייל פון אַ הויז) איידער אַ „בית⸗מדרש“ וואָס איז אַמאָפטסן אַ באַזונדערער בנין, וואָס איז פונדעסטוועגן אַ סך קלענער ווי אַ „שול“. אין אַ סך מקומות איז די „(גרויסע) שול“ געווען צום דאַוונען אין די וואַרעמע חדשים, פון פּסח ביז שמחת תורה, בעת ווען אַ בית⸗מדרש איז געווען ניט נאָר צום דאַוונען נאָר אויכעט צום לערנען, אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, און במילא דאַרף עס אין די קאַלטע חדשים געהייצט ווערן (להיפּוך צו דער „קאַלטער שול“)}.

 

Bethlehem

{אָן אַן אַרטיקל:} בית לחם [bèys-lékhəm], דרומדיק: [bàys-léykhəm].

 

betray

פאַרראַטן [farátn]; בוגד זײַן (אין) [bóygəd]; {דיאַלעקטיש, צומאָל אַרכעאיש אין אָט דעם זין:} פאַרנאַרן;

  {הערה: אַז ס′גייט אין אומגעטרײַשאַפט צו אַ מלוכה אָדער אַן אַנדער מאַכט גילטן ביידע עיקרדיקע ווערטער אויפן באַגריף — „פאַרראַטן“ (מער עמאָציע) און „בוגד זײַן“ (מער אַ פאָרמעלע אָדער לעגאַליסטישע בגידה); אַז ס′דייט אין טיף⸗פּערזענלכע ענינים, אַשטייגער בנוגע דער ווײַב אָדער דעם מאַן, איז אויפן אָרט: „פאַרראַטין“};

{אין ספּעציישן זין פון גורם זײַן די כאַפּונג צי אַרעסטירן פון אַ יחיד:} אַרויסגעבן;

{ע″ט, דיאַלעקטיש, ליטעראַריש:} פעלשן (אין\אָן).

 

betrayal

(דער) פאַרראַט [farát]; 

{בפרט אין אַן אידעאַל, וועזן, גלויבן אָדער אין אַ מלך אָדער אַנדער הערשער:} (די) בגידה (אין) [b(ə)gídə];

{ע″ט, דיאַלעקטיש, ליטעראַריש:} (די) פעלשונג (אין\אָן);

{אין ספּעציפישן זין פון איבערגעבונג פון שלעכטס⸗גורמדיקע אינפאָרמאַציע וועגן עמעצן צו דער מאַכט:} (די) פאַרמסרונג [far-másərung]; (די) מסירה [məsírə];

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) איבערגעבונג; (די) אַרויסגעבונג; (דאָס\[דער) אַרויסגעבן.

 

betrayal of one’s homeland (/country)

 (דער) מלוכה⸗פאַרראַט (ל″ר: -ן);

{לומדיש און מיט היסטאָרישע אַסאָציאַציעס:} (די) בגידה במלכות [b(ə)gì(y)də-b(ə)málkhəs]; {נאָכמער לומדיש:} [b(ə)gì(y)də-b(ə)málkhus], דרומדיק: [b(ə)gì:də-b(ə)málkhis].

 

betrayer

(דער) פאַררעטער (ל″ר: ø; בײַ טייל פּוריסטן: -ס), ל″נ: (די) פאַררעטערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) פאַררעטערקע (ל″ר: -ס);

{דער עיקר אַזאַ וואָס אינפאָרמירט צו דער מלוכה:} (דער) מסור [mósər], דרומדיק: [(músə(r], (ל″ר: מוסרים [mósrəm]);

{לומדיש, אין זין פון אַ פּאָליטישן פאַררערטער פון אייגענעם לאַנד:} (דער) בוגד [bóygəd], צפונדיק: [béygəd] (ל″ר: בוגדים [bógdəm]), ל″נ (אויך): (די) בוגדת [boygédəs], דרומדיק: [boygéydəs], צפונדיק: [beygédəs].

 

betrothal

{לויט יידישע טראַדיציעס:}

(די) פאַרקנסונג [far-knásung] (ל″ר: -ען); די תנאים [də-tnóyəm] (ל″ר: -ס);

{פראַזע:} געמאַכט אַ וואָרט;

{איניווערסאַל (אויך בײַ יידן):}

(דאָס\דער) ווערן חתן⸗כלה [vèrn|khòsn-kálə], דרומדיק: [vè(y)rn|khù:sn-kálə];

{ליטעראַריש, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) אַנטשפּויזונג (ל″ר: -ען);

{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) פאַרלאָבונג (ל″ר: -ען).

 

betrothed to (be engaged to)

{לויט יידישע טראַדיציעס:}

(זײַן) פאַרקנסט מיט (\פאַר) [farknást];

{פראַזעס:} מ′האָט געמאַכט אַ וואָרט; מ′האָט געשריבן תנאים [tnóyəm];

{איניווערסאַל (אויך בײַ יידן):}

זײַן חתן⸗כלה [khòsn-kálə], דרומדיק: [khù:sn-kálə];

{ליטעראַריש, בײַ טייל אַרכעאיש:} אַנטשפּויזט זײַן;

פאַרלאָבט (מיט); {לומדיש:} זיך מתחייב געווען אויף חתונה האָבן [zəkh-məskháyəv-gəvèn|khásənə-hòbm], דרומדיק: [zəkh-məskhá:(y)əv-gəvèy(z)n|khásənə-(h)ùbm].

 

better

{קאָניונקציעס, נאָך וועלכע מען בלײַבט אין נאָמינאַטיוו:}

בעסער ווי; בעסער איידער; („איר ערשטער ראָמאַן איז דאַכט זיך בעסער ווי דער צווייטער“);

{פּרעפּאָזיציעס, נאָך וועלכע מ′איז אינעם דאַטיוו:}

בעסער פון; בעסער פאַר;  („איר ערשטער ראָמאַן איז דאַכט זיך בעסער פון דעם צווייטן“).

 

better late(r) than never

בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל ני(ש)ט; שפּעטלעך איז בעסער ווי אינגאַנצן ני(ש)ט.

 

better now than later

בעסער איצטער איידער שפּעטער.

 

better to know beforehand

בעסער וויסן אַפריער.

 

better: be better at

זיך בעסער אויסטויגן אויף.

 

better: be better off

לעבן אין בעסערע אומשטענדן; האָבן שוין אַ בעסערן לעבן.

 

better: be better off without

ספּראַווען זיך בעסער אָן; זיך בעסער באַגיין אָן; וואָלט בעסער זײַן אָן.

 

better: for better

צום גוטן; פון טובה וועגן [tóyvə], צפונדיק: [téyvə];

{אַ קאַפּ לומדיש:} לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə].

 

better: for better or for worse

{טאָמער וועגן דווקא ממש ערנסטע זאַַכן:}

אויף בעסערס צי אויף ערגערס; אין פריידן און אין לײַדן; {אַ קאַפּ לומדיש:} לטובה צי לרעה [lətóyvə|tsì-l(ə)róə], דרומדיק: [lətóyvə|tsì:-l(ə)rú:ə], צפונדיק: [lətéyvə|tsu-l(ə)ró(y)ə];

{טאָמער אין טאָגטעגלעכע ענינים:}

ווי ס’זאָל ני(ש)ט זײַן; ווי ס’זאָל ני(ש)ט אויסקומען; ווי ס’זאָל ני(ש)ט באַשערט זײַן; צי באַשערט צום מצליח זײַן צי ני(ש)ט [matslíyəkh-zayn].

 

(better: get better (recover health

קומען צו זיך; געזונט ווערן; שפּירן זיך בעסער; גענעזן ווערן.

 

!better: Get better soon

אַ רפואה שלימה! [ar(ə)fùə-shléymə], דרומדיק: [ar(ə)fì:yə-shláymə].

 

!better: The sooner the better

וואָס פריער אַלץ בעסער!.

 

!better: You better know what you’re doing

איך האָף אַז איר ווייסט וואָס איר טוט! (\…אַז דו ווייסט וואָס דו טוסט!).

 

!better: You better not

איר זאָלט ני(ש)ט וואַגן! (\דו זאָלסט ני(ש)ט וואַגן!);

איר זאָלט זיך ניט דערוועגן! (\דו זאָלסט זיך ני(ש)ט דערוועגן!);

בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt].

 

betterment

(די) פאַרבעסערונג (ל″ר: -ען); (די) אויסבעסערונג (ל″ר: -ען).

 

betting (n.)

(דאָס\דער) וועטן זיך; (דאָס\דער) גיין אין געוועט; (די\דאָס) געוועטערײַ.

 

between

צווישן;

{דיאַלעקיש דרומדיק:} צישן; צעווישן;

{דיאַלעקטיש צפונדיק:} צואווישן.

 

between heaven and earth

צווישן הימל און ערד.

 

between you, me and the lamp post

צווישן אונדז און דעם קאָטער.

 

beverage

(די\דאָס\דער) געטראַנק (ל″ר: -ען).

 

bewilder

צעפּלעפן; פאַרוואונדערן; שאַפן פאַרוואונדערונג; ברענגען צעטומלונג; צעמישן; איבערלאָזן אין אַ ני(ש)ט⸗קלאָרקײַט.

 

bewildered: be bewildered

פאַרבלײַבן צעמישט; מבוהל ווערן [məvúəl], דרומדיק: [məvíy(ə)l]; צעחושט.

 

bewildering

פּלעפנדיק; צעמישנדיק; צעזינענדיק; צעחושנדיק.

 

beyond (prep.)

ווײַטער פון; אויף יענער זײַט;

{לומדיש:} מעבר (פון) [məéyvər], דרומדיק: [(məáyvə(r].

 

beyond comprehension

ני(ש)ט צום באַנעמען (\באַגרײַפן); 

{לומדיש:} ני(ש)ט צום תופס זײַן [tóyfəz-zayn], צפונדיק: []téyfəz-zayn; למעלה פונעם שכל [ləmáylə|fùnəm-séykhl], דרומדיק: [ləmá:lə|fìnəm-sáykhl].

 

beyond repair

וואָס מ′קען (שוין) ני(ש)ט פאַרריכטן; וואָס לאָזט זיך ניט פאַרריכטן (\צורעכטמאַכן);

 

beyond the pale

שוין איבער אַיעדן גבול [gvúl], דרומדיק: [gvíl]; אינגאַנצן איבער דער מאָס; שוין ני(ש)ט צום דערלײַדן.

 

beyz (beys, beis, bais, bet, beth, etc.)

ב: (בית, בֵּית) [beyz] (געשריבן אויך: בּ) — דער צווייטער אות פון יידישן אלף⸗בית וואָס צייכנט אָפּ דעם קאָנסאָנאַנט [b]; = צוויי (2) אין דער יידישער סיסטעם נומעראַציע. 

  ווערט אָבער אָנגערופן [véyz], און טיילמאָל געשריבן בֿ, ווען ער שטעלט מיט זיך פאָר אַ [v] קלאַנג אין סעמיטיש⸗שטאַמיקע ווערטער.

  אין דער פאָנעטישער סיסטעם אַלעמאָל [b], למשל „בוים“, „אָבער“, „טויב“; אין ווערטער פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט קען זײַן [b] (בדרך כלל אָנהייב וואָרט און טראַף), אָדער [v] (אַמאָפטסטן נאָך אַ וואָקאַל): בהמה [b(ə)héymə], קרבן [kórbm] ∼ אבר(ה)ם [avróm], חוב [khóyv].

  ווען ס′איז אַ סימן אויף אַ [v] הייסט דער אות: [veyz]. פונדעסטוועגן רעכנט זיך עס מערסטנטייל ווי אַ היסטאָרישער וואַריאַנט פון בית, אַשטייגער בײַם אויסרעכענען די אותיות: א, ב, ג, ד. אין טייל יידישיסטישע שולן און קורסן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מען דווקא געפאָדערט די סעקווענץ: אַלף, בּית, בית, גימל וכו′.

  שרײַבונג: אין מערסטע יידישע טעקסטן דיפערענצירט מען ניט אָרטאָגראַפיש מחמת דעם [v] טרעפט מען דאָך נאָר אין סעמיטיש⸗שטאַמיקע ווערטער, וואו מען דאַרף במילא וויסן דעם אַרויסרייד פון וואָרט. פונדעסטוועגן זײַנען פאַראַן צוויי אַלע טראַדיציעס מבחין זיין: פון אַלטן לשון⸗קודש און אַראַמיש ממש: בּ מיטן היסטאָרישן דגש (אָדער: אַ פּינטל) אַקעגן ב; פון אַלט יידיש און ווײַטער מיט אַ רפה (אָדער: דעכעלע) איבערן ספּיראַנטיזירטן בֿ: בּ (אָדער סתם) ב אַקעגן בֿ.

  ניט שייך צי מען נוצט אַ פּינטעלע (דגש) אין ב = b צי ניט; צי מען נוצט אַ דעכעלע (רפה) אין ב = v, איז מען מבחין אינעם לשון, בײַם ריידן אָדער שרײַבן וועגן דעם ענין, מיטן אָנרופן דעם b קלאַנג אַמפּשוטסטן [beyz], אָדער, אַז מ′וויל דווקא מפרט זײַן [bèyz mit a píntl], אָדער [bèyz mit a dógəsh]; דעם v קלאַנג ווידער רופט מען אָנעט אַמפּשוטסטן [veyz], נאָר (זעלטענער) איז מען ווײַטער מפרט: [vèyz mit a dékhalə] אָדער [vèyz mit a rófə].

 

(Biadula, Źmitrok (1886-1941

זמיטראָק ביאַדולע;

שמואל⸗נחום פּלאַווניק;

געבאָרן: פּאָסאָצק (מינסקער גובערניע); אומגעקומען: אוקראַינע.

 

(Bialik, Chaim Nachman (1873–1934

ביאַליק [byálik];

חיים נחמן ביאַליק [khàyəm|nàkhmən|byálik];

געבאָרן: ראַדי (וואָלין); געשטאָרבן: ווין (צו קבורה געבראַכט: תל אביב).

 

bialy

(די) ביאַלע (אויך: ביאַלי); אַמעריקאַנער פּלעצל (אויפן נאָמען פון ביאַליסטאָק).

 

biannual (every two years)

אַלע צוויי יאָר; צוויי⸗יאָריק.

 

bias (n.)

(דער) פאָראורטייל (ל″ר: -ן); (די) נעגאַטיווע אײַנגעשטעלטקײַט; (די) נעגאַטיווע נייגונג (ל″ר: -ען); (די) פאַראַנענע סתם⸗שנאה [stám-sìnə]; (די) נטיה אַקעגן [nətíyə];

{אין חרדישן לשון אויך:} די נגיעות [nəgíyəs] (ל″ר).

 

bias (v.)

אַרײַנגעבן (צוטראָגן \ ברענגען) פאָראורטייל; שאַפן אַ פאָראורטייל; אײַנפלאַנצן (\אַרײַנגעבן) אַ נעגאַטיווקײַט); פירן צו אַ דיסקרימינירונג.

 

bias crime

אַ שנאה⸗פאַרברעכן (ל″ר: -ס); אַ פאָראורטייל⸗פאַרברעכן (ל″ר: -ס);

 

biased (prejudiced)

פאָראורטיילט; פון פריער (שוין) צום שלעכטן געשטימט; מיט אַ נעגאַטיוון פּסק פון פאָראויס.

 

biased (due to personal interests)

פּניותדיק [pníyəz-dik]; נגיעותדיק [nəgíyəz-dik];

מיט אייגענע אינטערעסן; מיט נגיעות [nəgíyəs];

{לומדיש:} זײַענדיק אַ נוגע בדבר [anəgéyə-b(ə)dóvər], דרומדיק: [(anəgáyə-b(ə)dúvə(r].

 

bib (n.)

(דאָס\דער) קינדער⸗פאַרטעכל (ל″ר: -עך); (דאָס\דער) עס⸗טיכל

{אין מזרח:} (דער) נאַגרודניק (ל″ר: -עס).

 

Bible (Jewish)

{אין דער טראַדיציאָנעלער יידישער סביבה:}

תנ″ך [tanákh] מאַכט: תורה [tóyrə], נביאים [n(e)ví(y)əm], כתובים [ksúvəm];

אויך: עשרים וארבע [èsrey-v(ə)árbə], דרומדיק: [èsray-v(ə)árbə],  צי  — [svárbə]; {די פיר⸗און⸗צוואַנציק ספרים פונען תנ″ך, כדלהלן:}

תורה; {אין געדרוקטע אויסגאַבעס מיט ניקוד און טראָפּ:} דער חומש [khúməsh], די פינף חומשים [khumóshəm]: בראשית [bréyshəs], שמות [shmóys], ויקרא [vayíkrə], במדבר [bamídbor], דברים [dvórəm].

נביאים [nevíyəm]: די נביאים ראשונים [nevìyəm rishóynəm] — יהושע [yəhəshúə], שופטים [shó(y)ftəm], שמואל א′ [shmúəl áləf] און שמואל ב′ [shmúəl béyz], מלכים א′ [mlókhəm áləf] און מלכים ב′ [mlókhəm béyz]; נביאים אחרונים  [nevìyəm akhróynəm]  — ישעיה [yəsháyə], ירמיהו [yirmiyóhu], יחזקאל [yəkhézkl], תרי עשר [trèyósər] (די צוועלף נביאים): הושע [həshéyə], יואל [yóy(ə)l], עמוס [óməs], עובדיה [oyvádyə], יונה [yóynə], מיכה [míkhə], נחום [nókhəm], חבקוק [khavəkuk], צפניה [tsfányə], חגי [khágay], זכריה [zəkháryə] \ [skháryə], מלאכי [malákhə]).

כתובים {דווקא אָן דעם באַשטימטן אַרטיקל:}: תהלים [tíləm], משלי [míshlə], איוב [íyəv]. די פינף מגילות: שיר השירים [shìrashírəm], רות [rus], איכה [éykhə] , קהלת [kehéləs], אסתר [éstər]. דניאל [d(e)níy(ə)l], עזרא [ézrə], נחמיה [n(ə)khémyə], דברי הימים א′ [dìvreyayóməm áləf] און דברי הימים ב′ [dìvreyayóməm béyz].

 

Bible (nondenominational, interdenominational)

(די) ביבל: דער תנ″ך [tanákh] (דער אַלטער טעסטאַמענט) {פּלוס} דער נײַער טעסטאַמענט (די קריסטלעכע ביבל \ דער ברית חדשה [brìs-khadóshə]).

 

(Bible (Christian / New Testament

דער נײַער טעסטאַמענט; די עוואַנגעליע; דער ברית חדשה [bris khadóshə], דרומדיק: [brìs-khadú:shə].

  {הערה: בײַ טייל מאָדערניסטן און סעקולאַריסטן איז דער טערמין „ברית חדשה“ געוואָרן נייטראַל, אָן קיין שום קריסטאָלאָגישע צי מיסיאָנערישע כוונות; בײַ אַנדערע ווידער שמעקט עס פאָרט מיט ריח פון מיסיאָנערן און מען נוצט דעם מער נייטראַלן: „דער נײַער טעסטאַמענט“. בײַ טראַדיציאָנעל געשטימטע יידיש ריידנדיקע זעען זיך אָן פאַרשיידנאַרטיקײַטן אינעם באַנוץ. בײַ טייל איז כשר וישר „דער נײַער טעסטאַמענט“ און אין פּאָלעמישן באַנוץ „די אַזוי אָנגערופענע ברית חדשה“; בײַ אַנדערע ווידער איז עס אויך: „דער אַזוי אָנגערופענער נײַער טעסטאַמענט“ און מען באַנוגנט זיך מיט צונויפהעפטן מיטן וואָרט „גויאיש“, עלעהיי: די גויאיש(ק)ע ביבל; (צומאָל מיט הומאָר צי איראָניע:} דער גויאיש(ק)ער תנ″ך; און מיט פאַרשיידענע (ס′רוב אַמאָליקע) בפירושדיקע זלזולים, צווישן זיי: די עוון⸗געליע (פון לשון „עוון“ = ′זינד′); דער עוון⸗גליון; יעזוסעס מעשיות; שאול התרסיס שטותים, און אַנדערע}.

  

biblical

{וועגן יידישן תנ″ך:}

תנ″כיש [tanákhish]; {בײַ טייל באַנוצער אין אַקאַדעמישע, סעקולערע און ליטעראַרישע  קרײַזן, אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} ביבליש („אַזוי איז געווען אין די ביבלישע צײַטן, בײַ שלמה⸗המלכן“);

{וועגן דער קריסטלעכער ביבל, ד.ה. וועגן אַלטן פּלוס דעם נײַעם טעסטאַמענט:}

ביבליש;

{אין אַקאַדעמישן באַנוץ, אַז מ′איז מבחין:}

{אויפן תנ″ך:} תנ″כיש; אַלט⸗טעסטאַמענטיש

{אויפן נײַעם טעסטאַמענט:} נײַ⸗טעסטאַמענטיש; {בײַ טייל, פאַרשיידנאַרטיק נואַנסירט:} ברית⸗חדשהדיק [brìs-khadóshə-dik], דרומדיק: [brìs-khadú:shə-dik].

 

bibliographer

(דער) ביבליאָגראַף (ל″ר: -ן).

 

bibliographical 

ביבליאָגראַפיש.

 

bibliography

ביבליאָגראַפיע.

 

bicycle

{בײַ טייל חרדים:}

(דער\די) בײַזיק; בײַזיקל (ל″ר: -עך);

{אין דער יידישער קולטור פון 20טן יאָרהונדערט:}

(דער) וועלאָסיפּעד (צי: וועליסאָפּעד) [vəlòsipéd] (ל″ר: -ן); {בײַ טייל פאַרקירצטערהייט:} וועלאָ;

{דער עיקר בײַ אָפּשטאַמיקע פון צווישנמלחמהדיקן פּוילן, בתוכם די ליטוויש⸗יידישע געביטן:}

(דער) ראָווער (ל″ר: -ס);

{אין מערב:}

(דער) בײַסיקל (ל″ר: בײַסיקלעך צי בײַסיקלס [báysəklz]);

{בײַ טייל נאָרמאַטיוויסטן אין קלובן און קלאַסן:}

(דער) ביציקל [bítsikl] (ל″ר: -ען); (דער) ביציקלעט [bitsiklét] (ל″ר: -ן).

 

bicycle lane

(דער) בײַזיקל⸗וועג; (דער) וועלאָ⸗וועג; (דער) ראָווער⸗וועג;

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) בײַסיקל⸗ליין (אויך: לעין).

 

bicycle pouch

 (דער) בײַזיק(ל)⸗בײַטל (ל″ר: -עך); (דער) וועלאָ⸗זעקל (ל″ר: -עך); (דער) ראָווער⸗זעקל (ל″ר: -עך).

 

bid (n.)

(דער) אָנבאָט (ל″ר: -ן).

 

bid (v.)

אַן אָנבאָט געבן; אַרײַנגעבן אַן אָנבאָט.

 

bidder

(דער) אָנבאָטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

bidding (n.)

(די) אָנגעבונגען אויף דער לעציטאַציע (\אויפן אָקציאָן) (ל″ר); (די) אָנבאָטן (ל″ר); די פאַרהעכערנדיקע סומעס (ל″ר).

 

bidding: do someone else’s bidding

אויספירן יענעמס אַ שליחות [ashlíkhəs]; טאָן דאָס וואָס אַ צווייטער האָט געהייסן; אויספאָלגן אַ צווייטנס אַ בקשה [abakóshə], דרומדיק: [abakú:shə].

 

bide one’s time

זיך ני(ש)ט אײַלן; נעמען זיך צײַט;

צואוואַרטן ביז צו דער אָנגעמאָסטענער (\אויסגערעכנטער) צײַטבאַרעכנטערהייט צואוואַרטן.

 

bidialectal

צוויי⸗דיאַלעקטיש; בי⸗דיאַלעקטיש.

 

bidialectism

(די) צוויי⸗דיאַלעקטישקײַט; (די) בי⸗דיאַלעקטישקײַט.

 

Bieliauskiene, Roza (1946-2023)

ראָזאַ ביעלאַוסקיענע [ròze-byeláusk(y)ənə]

ראָזע (\רייזל) ביעלאַוסקיענע;

געבאָרן: ווילנע; געשטאָרבן: ווילנע.

 

biennial

אַלע צוויי יאָר; צוויי⸗יאָריק; צוויי⸗יעריק.

 

bifurcation

(די) צעצווײַגונג (ל″ר: -ען); (די) צעגאָפּלונג (ל″ר: -ען); (די) צעצווייאונג (ל″ר: -ען).

 

big

{וועגן דער מאָס גופא} גרויס;

{טאָמער גאַנץ גרויס, ניט זייער גרויס:} גרויסלעך;

{טאָמער אין פיגוראַטיוון זין פון מענטשלעכן באַנעם:} גרויסאַרטיק;

{אין זין פון אַן אויסגעוואַקסענעם מענטשן:} דערוואַקסן; {לומדיש:} בגרותדיק [bágrəz-dik];

{אין זין פון פאַרנעמען אַ גרויסן אָרט אין דער חשיבות:} וויכטיק; אָנגעזען; גרויסאַרטיק; וואַזשנע; צענטראַל.

 

big bang

דער גרויסער בראַזג.

 

Big Bang theory of the universe

די טעאָריע פון „גרויסן בום“; די „ביג באַנג“ טעאָריע (פון קאָסמאָס).

 

Big Brother

דער „גרויסער ברודער“; דער „ביג⸗ברודער“.

 

big bucks

(די\דאָס) ערנסטע (\סעריאָזנע) געלט

(די) ערנסטע (\סעריאָזנע) ממתקים [mamtákəm].

 

big business

(דער) גרויסביזנעס [gróyz-bìznəs], צפונדיק: [gréyz-bìznəs]; (די) „גרויסע ביזנעס“ (ל″י און ל″ר); (דער) גרויסהאַנדל.

 

(big deal (seriously so

{מיט איראָנישער אָדער פרעגערישער אינטאָנאַציע:} אַ קלייניקײַט! איין קלייניקײַט!;

{ש″ש:} או⸗אַ!.

 

big deal: make a big deal out of something

מאַכן אַ (גאַנצן\גרויסן)  — טראַסקוועזן; צימעסטאַראַראַם.

 

(?Big deal! (What’s the big deal

ס′איז גאָרני(ש)ט מיט גאָרני(ש)ט!; גאָרנישט מיט נישט!; איז מה רעש? [má|rá(ə)sh];

{מיט סאַרקאַסטישער אינטאָנאַציע:} אַ גרויסע מעשה!; אַנטדעקט אַמעריקע!;

{ש″ש:} טאָ איז וואָס?!; אַך!.

 

Big Dipper

דער גרויסער בער (וואָס אין\אויפן הימל);

{לומדיש:} הדוב הגדול [hadòyv-(h)agódl], דרומדיק: [hadòyv-(h)agú:dl], צפונדיק: [hadèyv-(h)agódl].

 

big gun (major/top player in one’s field, slng.)

אַ גאַנצער קנאַקער (\מאַכער) (אויפן געביט); אַ גרויסע שישקע.

 

(big name (well-known person

אַ שם⸗דבר [ashèm-dóvər], אויך: [ashém-dòvər] דרומדיק: [(ashèm-dúvə(r], אויך: [(ashém-dùvə(r] (ל″ר: -ס);

אַזאַ מיט אַ גרויסן שם [shém]; 

{בייגעוודיק:} אַן אמת באַוואוסטע(ר) [anéməs]; אַן אמת באַרימטע(ר).

 

big shot

אַ גאַנצער קנאַקער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ גאַנצער מאַכער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ סאַמע ראש וראשון [ròsh-vəríshn];

{טאָמער דעם אויספײַנער אַוועמען מען זאָגט אַרײַנעט מאַכט זיך פאַר אַ (שטיקל) געלערנטן:} אַ גאַנצער תנא קמא [tàne-kámə]; אַ גאַנצער תנא ברא [tànə-bárə];

{אַ סברא אַרכעאיש:} אַ כל⸗ולך [akólv(ə)lòkh] (ל″ר: -ס, אויך: -עס); אַ העכט; אַ יאַ⸗טיביע⸗דאַם (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} אַ גאַנצער מר בר רב אשי [már|b(ə)rèbáshə].

 

big: think big

טראַכטן גרויסאַרטיק; האָבן אַ ברייטערע השגה [hasógə], דרומדיק: [h)asúgə)];

האָבן אַ גרויסאַרטיקן באַנעם; האָבן אַ רחבותדיקן קוק [arákhvəz-dikn].

 

bigamist

(דער) ביגאַמיסט (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (דער) רבוי⸗נשימניק [rìbə-nóshəm-nik], דרומדיק: [rìbə-nú:shəm-nik] (ל″ר: עס).

 

bigamy

(די) ביגאַמיע;

{לומדיש:} (דער) רבוי נשים [rìbə-nóshəm], דרומדיק: [rìbə-nú:shəm].

 

bigmouth

{בייגעוודיק:} (די\דער) באַריידנדיקע(ר) (\באַרעדנדיקע(ר));

אַזאַ וואָס דערציילט אַלצדינג!; אַזאַ וואָס ווייס(ט) ני(ש)ט, ווען מ′דאַרף האַלטן דאָס (\די) מויל;

{אומאיידל, און מיטן טראָפּ מער אויף ניבול פּה איידער רכילות:} אַ פּיסק!; {בייגעוודיק:} אַ פּיסקעוואַטע(ר).

 

bigness

(די) גרויסאַרטיקײַט; די גרויסמאָסיקײַט;

{טאָמער וועגן מענטשלעכן כאַראַקטער:}

(די) ברייטהאַרציקײַט; (די) גרויסהאַרציקײַט.

 

bigot

{בייגעוודיק:} (די\דער) פאָראורטיילטע(ר); (די\דער) האַסנדיקע(ר); {אַ קאַפּ לומדיש:} (די\דער) בעל⸗שנאהדיקע(ר) [(bàl-sínədikə(r]; {מער לומדיש:} (די\דער) מלא⸗שנאהדיקע(ר) [(mòlə-sínədikə(r], דרומדיק: [(mù:lə-sínədikə(r];

(דער) ביגאָט (ל″ר: -ן); (דער) מענטשן⸗עקסטרעמיסט (ל″ר: -ן).

 

bigotry

(די) פאָראורטיילטקײַט; (דער) (פאַרשפּרייטער \פאַראַלגעמיינערטער) פאָראורטייל;

(די) ביגאָטישע שנאה [sínə].

 

bikini

(די\דער) ביקיני (ל″ר: -ס); (אויך): ביקינע [bikínə] (ל″ר: -ס);

{(כלומרשט) פאָרמאַליזירט:} (דער) ביקיני⸗קאָסטיום (צום ים [yám]).

 

bikini bottom (slng.)

(די) אונטערשטע ביקינע (\ביקיני) (ל″ר: -ס); (די) ביקינישע הייזעלעך (ל″ר);

 

bikini top (slng.)

(די) אייבערשטע ביקינע (\ביקיני) (ל″ר: -ס); (דער) ביקינישער סטאַניק (ל″ר: -עס).

 

bilateral (interpersonal, social, political affairs)

ביידע⸗צדדימדיק [bèydə-zdódəm-dik], דרומדיק: [bàydə-zdú:dəm-dik]; צוויי⸗צדדימדיק [tsvèy-zdódəm-dik], דרומדיק: [tsvày-zdú:dəm-dik];

מיט די ביידע צדדים [dzdódəm], דרומדיק: [dzdú:dəm].

 

bile

(די) גאַל.

 

bile: full of bile

פאַרביסן; פאַרביטערט; פאַרכעסט [far-ká(ə)st]; מיט גאַל אָנגעפילט;

{אַ קאַפּ לומדיש:} מלא כעס [mòlə-ká(ə)s], דרומדיק: [mù:lə-ká:(ə)s]; מלא רוגזא [mòlə-rúgzə], דרומדיק: [mù:lə-rígzə]; מלא שנאה [mòlə-sínə], דרומדיק: [mù:lə-sínə];

{מער לומדיש:} מלא חמה [mòlə-khéymə], דרומדיק: [mù:lə-kháymə].

 

bill (n.) (document demanding payment)

(דער) חשבון [khézhbm]; ל″ר: חשבונות [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbéynəs]; (דער) אָפּצאָל⸗צעטל; (די) מאָנונג, דרומדיק: [mú:nink].

 

bill (n.) (legislative document)

(דער) געזעץ⸗ביל (ל″ר: -ן); (דער) געזעץ⸗באַשלוס (ל″ר: -ן);

{לומדיש:} (דער) שטר דין [shtàr-dín] (ל″ר: שטרי דין [shtàrə-dín]).

 

bill (piece of paper currency)

(דער) באַנקנאָט (ל″ר: -ן).

 

bill (v.)

אַרײַנשיקן דעם חשבון [khézhbm]; דערלאַנגען דעם חשבון; מאָנען.

 

bill of exchange

(דער\דאָס) וועקסל (ל″ר: -ען; אויך: -עך).

 

bill of rights

(דער\דאָס) צעטל פון מענטשרעכט.

 

bill of sale

(דער\די) שטר מכירה [shtàr-m(ə)khíyrə] (ל″ר: -ס); (דער) פאַרקויפונגס⸗דאָקומענט (ל″ר).

 

bill: pay the bills

זיך צעצאָלן מיט די חשבונות [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbéynəs]; זיך אַרומצאָלן.

 

billboard

(דער) בילבאָרד (ל″ר: -ן; אויך: -ס); (די\דער) פּלאַקאַקטן⸗ברעט (ל″ר: -ער; אויך: -לעך).

 

billfold (wallet)

(דער) טײַסטער (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) טײַסטערל (ל″ר: -עך).

 

billing

(די) חשבון⸗שיקונג [khézhbm] (ל″ר: -ען); (די) חשבונות⸗שיקונג [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbéynəs];

{אין אינטערנעטישע קרײַזן און ווײַטער:} (דער\די) בילינג.

 

billion

(דער) ביליאָן (ל″ר: -ען); {אין מזרח אויך:} (דער) מיליאַרד (ל″ר: -ן).

 

billionaire

(דער) ביליאָנער (ל″ר: -ן); {אין מזרח:} (דער) מיליאַרדער (ל″ר: -ן).

 

bimbo (slng., pej. or ‘male banter lang.’)

אַ פּוסטע שיינע כלי [kéylə], דרומדיק: [káylə]; אַ תמעוואַטע יפת תואר [atàməvátə|yəfàs-tóyər], צפונדיק: [atàməvátə|yəfàs-téyər]; אַ הייסע, נאַרישע נקבה [nəkéyvə], דרומדיק: [nəkáyvə]; אַ רייצנדיקע פּוסטאַטשקע; אַ בימבאָ ממש [máməsh];

{בייגעוודיק:} אַ בימבאָדיקע; אַ סעקסועלע (און) ני(ש)ט⸗איבערגעשפּיצטע

 

bimonthly (n.) (that appears every two months)

(דער) צוויי⸗חודשניק [khóydəsh-nik], צפונדיק: [khéydəsh-nik] (ל″ר: -עס); (דער) צוויי⸗חדשימדיקער זשורנאַל [tsvèy-khadóshəm-dikər], דרומדיק: [(tsvày-khadú:shəm-dikə(r]; (די) צוויי⸗חודשלעכטע אויסגאַבע (ל″ר: -ס);

(דער) צוויי⸗מאָנאַטלעכער זשורנאַל; (די) צוויי⸗מאָנאַטלעכע אויסגאַבע (ל″ר: -ס).

 

bimonthly (adj.) (that appears every two months)

צוויי⸗חדשימדיק [tsvèy-khadóshəm-dik], דרומדיק: [tsvày-khadú:shəm-dik]; צוויי⸗מאָנאַטלעך.

 

bimonthly (n.) (that appears twice a month)

(דער) צוויימאָל⸗אַ⸗חודש זשורנאַל [akhóydəsh], צפונדיק: [akhéydəsh] (ל″ר: -ן); (די) צוויימאָל⸗אַ⸗חודש אויסגאַבע (ל″ר: -ס).

 

bimonthly (adj.) (that appears twice a month)

(דער) צוויימאָל⸗אַ⸗חודש [akhóydəsh], צפונדיק: [akhéydəsh].

 

(bin (for rubbish

(דער) מיסטקאַסטן (ל″ר: -ס);

{טאָמער דווקא אַ גרעסערער וואָס אינדרויסן:} (דער) דרויסנדיקער מיסטקאַסטן.

 

bin man

(דער) מיסט⸗קלײַבער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) מיסט⸗קלײַבערין (ל″ר: -ס);

 

binary

צווייעדיק; צווייאיק; בינאַריש.

 

(binary (one or the other with no transitional nuancing

{פראַזעס:} אַהין אָדער אַהער; אָדער יאָ אָדער ניין; אַזוי צי אַזוי

{ענטפער אויף דעם וואָס זוכט מדרגות אין אַ פאַל פון יאָ צי ניין:} אַ קליין ביסעלע טראָגעדיק!; אַ קאַפּ מעוברת [m(ə)ubérəs], דרומדיק: [m(ə)ibéyrəs].

 

binational

צוויינאַציאָנאַלצוויינאַציאָנאַלעדיק; בינאַציאָנאַל.

 

(bind (v.) (publications

{די אַרבעט גופא:} אײַנבינדן;

{וועגן באַשטעלן די אַרבעט:} לאָזן אײַנבינדן.

 

(bind (v.) (obligate

פאַרפליכטן; אָבליגירן;

{לומדיש; סוחריש:} מחייב זײַן [m(ə)kháyəv-zayn].

 

bind: in a bind

אין אַ (שטיקל) קלעם (\קלעמעניש \פאַרלעגנהײַט).

 

binding: be binding

זײַן מחייב [məkháyəv]; זײַן פאַרפליכטנדיק; האָבן לעגאַלע קראַפט (\גילטיקײַט).

 

(binding agreement (/contract

אַ פאַרפליכטנדיקער (\מחייבדיקער [m(ə)kháyəv-dikər]) דאָקומענט (\קאָנטראַקט);

{לומדיש; סוחריש:} אַ שטר המחייב [ashtàr-(h)am(ə)kháy(ə)v].

 

binding commitment

אַ פאַרפליכטנדיקע התחייבות [həskháyvəs], דרומדיק: həskhá:vəs[] (ל″ר: -ן).

 

binge (v.)

זיך אָנפרעסן; פרעסן ווי אַ חזיר [akházər]; פרעסן און זויפן; אָנפרעסן און אָנזשל(י)אָקען זיך;

{לומדיש:} זולל וסובא זײַן [zòyləl-v(ə)sóyvə-zayn], צפונדיק: [zèyləl-v(ə)séyvə-zayn].

 

binging (n.)

(די) (אָנ)פרעסעכץ (ל″ר: -ער; אויך: -ן); (די) (אָנ)פרעסערײַ (ל″ר: -ען);

(די) (אָנ)פרעסעכץ און (אָנ)טרינקעכץ (\אָנזשל(י)אָקעכץ); (די) פרעסערײַ⸗טרינקערײַ (ל″ר: -ען).

 

bingo

(דער)\די) בינגאָ.

 

Bingo!

אָט אַזוי!; טאַקע!; טאַקע אַזוי!; פּונקט אַזוי!; געטראָפן!; אמת! [éməs]; אויף דער וואָר!;

{לומדיש:} אמת ויציב! [èməs-v(ə)yátsəv]; אמת ויציב ונכון! [èməs-v(ə)yàtsəv|v(ə)nókhn], דרומדיק: [èməs-v(ə)yàtsəv|v(ə)núkhn]; כן דברת! [kéyn|dibárto], דרומדיק: [:káyn|dibártu].

 

binoculars

(דער) בינאָקל (ל″ר: -ען; אויך: -עך); (דער) שפּאַקטיוו (ל″ר: -ן).

 

bio thief (biography plagiarist / copycat)

(דער) לעבנס⸗גנב [lébms-gànəv], ל″ר: לעבנס⸗גנבים [lébms-ganòvəm]; ביאָגראַפישער אָפּקאָפּירער; נאָך⸗מאַלפּעווער [nókh-màlpəvər].

 

biochemical

ביאָכעמיש.

 

biochemistry

(די) ביאָכעמיע.

 

biodegradability

(די) ביאָ⸗צעפּיצלדיקײַט; (די) ביאָ⸗צעקרישלדיקײַט.

 

biodegradable

ביאָ⸗צעפּיצלדיק; ביאָ⸗צעקרישלדיק.

 

biodiversity

(די\דער) ביאָ⸗דיווערסיטעט; (די) ביאָ⸗פאַרשיידנאַרטיקײַט.

 

biographer

(דער) ביאָגראַף (ל″ר: -ן);

{לומדיש מיט איראָניע צי הומאָר:} (דער) מספּר תולדות אדם [məsàpər|tòldəs-ódəm], דרומדיק: [məsàpər|tòldəs-ú:dəm].

 

biographical

ביאָגראַפיש.

 

biography

(די) ביאָגראַפיע [byográfyə] (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} (דער) תולדות אדם [tòldəs-ódəm], דרומדיק: [tòldəs-ú:dəm].

 

biographical

ביאָגראַפיש.

 

biohazard

(די) ביאָ⸗געפאַר (ל″ר: -ן); (די) ביאָ⸗געפאַריקײַט.

 

biological

ביאָלאָגיש [byológish].

 

biological father

{מער פאָרמעל:} (דער) ביאָלאָגישער פאָטער (ל″ר: -ס);

{מער היימיש:} (דער) לײַבלעכער טאַטע (\פאָטער) (ל″ר: -ס).

 

biological mother

{מער פאָרמעל:} (די) ביאָלאָגישע מוטער (ל″ר: -ס).

{מער היימיש:} (די) לײַבלעכע מאַמע (\מוטער) (ל″ר: -ס).

 

biological warfare

(די) ביאָלאָגישע מלחמה⸗פירונג [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; (די) ביאָלאָגישע קריגס⸗פירונג;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) ביאָ⸗מלחמה.

 

biology

ביאָלאָגיע [byológyə].

 

biomass

(די) ביאָ⸗מאַַסע.

 

biometric(al)

ביאָמעטריש.

 

biopsy

(די) ביאָפּסיע [byópsyə].

 

bioterrorism

(דער) ביאָ⸗טעראָריזם.

 

bioterrorist

(דער) ביאָ⸗טעראָריסט (ל″ר: -ן).

 

biowarfare

(די) ביאָלאָגישע מלחמה⸗פירונג [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; (די) ביאָלאָגישע קריגס⸗פירונג;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) ביאָ⸗מלחמה.

 

bipartisan

איבערפּאַרטייאיש; מולטיפּאַרטייאיש; אייבערפּאָליטיש;

{טאָמער דווקא באַטאָנענדיק די צווייאיקײַט:} צווייפּאַרטייאיש; ביפּאַרטייאיש.

 

bipartisanship

(די) איבערפּאַרטייאישקײַט; (די) מולטיפּאַרטייאישקײַט; (די) אייבערפּאָליטישקײַט;

{טאָמער דווקא באַטאָנענדיק די צווייאיקײַט:} (די) צווייפּאַרטייאישקײַט; (די) ביפּאַרטייאישקײַט.

 

bipolar

ביפּאָלאַריש; צווייפּאָלאַריש;

מאַניש⸗דעפּרעסיוו.

 

bipolar disorder

(די) ביפּאָלאַרישע (\צווייפּאָלאַרישע) קרענק;

(די) מאַניש⸗דעפּרעסיווע קרנעק; (דער) מאַניש⸗דעפּרעסיווער סינדראָם.

 

birch tree

(די) בער(י)אָזע (ל″ר: -ס);

(דימינוטיוו, אויך צאַרטלעך:} (די ) בער(י)אָזקע (ל″ר: ס);

(צווייטער דימינוטיוו, נאָכמער צאַרטלעך:} (די) בער(י)אָזקעלע (ל″ר: -ך).

 

bird

(דער) פויגל (ל″ר: פייגל; אויך: פייגלעך: פייגלען);

{אַ קליינינקער:} (דאָס\דער) פייגעלע (ל″ר: -ך);

{ווערטל:} „פייגל פליען אין טשערעדעס, דער אָדלער פליט אַליין“ (—אברהם⸗משה דילאָן).

  {הערה א: בשעת ווען אין ל″י איז מאָרפאָלאָגיש אידענטיש די גרונט⸗פאָרמע מיטן ערשטן דימינוטיוו, איז דער חילוק פאַרבליבן, געווענדט אין דעם צי דער וואָרטאויסיקער ל′ ווערט באַטראַכט ווי טייל פון שורש (היסטאָריש) צי איז ער אויך ניט בשעת מעשה אַ דימינוטיוו פּסיכאלאָגיש); והראיה, בײַם רבים, בײַ אַ ט י י ל, איז פאַרליבן דער חילוק פון „פייגל“ (ערטערווײַז „פייגלען“) אַלץ גרונט⸗פאָרמע קעגנאיבער „פייגלעך“ אַלץ ערשטער דימינוטיוו}.

  {הערה ב: דער באַנוץ פון „פייגעלע“ אין זין פון אַ האָמאָסעקסועלן מאַנבסיל (סלענגיש עמאָטיוו, צומאָל פּאָזיטיוו, צומאָל נעגאַטיוו), שטערט גאָרנישט דעם ווײַטערדיקן באַנוץ פון „פייגעלע“ אין זין פון אַ פויגל (צי וועגן דער קליינקײַט צי סתם צאַרטלעך}.

 

bird droppings

(דער) פויגלשער אָפּפאַל

 

bird of prey

(דער) רויבפויגל (ל″ר: רויבפייגל; אויך: רויפפייגלעך).

 

birdbrain: be a birdbrain

האָבן אַ הינער(י)שן שכל [séykhl], דרומדיק: [sáykhl]; האָבן אַ מח פונעם קאָטער [móyəkh], צפונדיק: [méyəkh].br

 

birdwatcher

(דער) פייגל⸗קוקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);

(דער) פייגל⸗אָבזערוואַטער (ל″ר: אָבזערוואַטאָרן).

 

birdwatching

(די\דאָס) פייגלקוקערײַ; (דאָס\דער) אָבזערווירן די פייגל.

 

Birkat Hamazon

(דאָס\דער) בענטשן; ברכת המזון [bìrkes-(h)amózn], דרומדיק: [bìrkəs-(h)amú:zn].

 

Birkat Hamazon booklet

(דער) בענטשער (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) בענטשערל (ל″ר: -על).

 

Birkat Hamazon: Let’s do Birkat Hamazon!

נו, לאָמיר בענטשן!; מ′עט (אָפּ)בענטשן?; רבותי, לאָמיר בענטשן? [rabóysay], צפונדיק: [rabéysay];

{הערה: בײַ טייל זײַנען אָט די פראַזעס דווקא אַנדערש איידער דאָס טראַדיציאָנעל⸗יידישע הדקמה⸗וואָרט צום בענטשן גופא: „רבותי מיר וועלן בענטשן“}.

 

Birkenau

{אָן אַן אַרטיקל:} בירקענאַו;

{עלטערע שרײַבונג:} בירקענוי.

 

(Birnbaum, Nathan (1864–1937

נתן בירנבוים [nósn|bírnboym]; דרומדיק: [nú:sn|bí:r(ə)nbo:(u)m];

מתתיהו אחר [mátyəs|ákhər];

געבאָרן: ווין; געשטאָרבן: וואַסענאַר (בײַם האַג, האָלאַנד).

 

 (Birnbaum, Solomom A. (1891–1989

בירנבוים;

שלמה בירנבוים [shlóymə|bírnboym]; דרומדיק: [shlóymə|bí:r(ə)nbo:(u)m];

פּראָפעסאָר שלמה אשר בירנבוים;

געבאָרן: ווין; געשטאָרבן: טאָראָנטאָ.

 

Birobidjan (Birobidzhan)

{אָן אַן אַרטיקל} ביראָבידזשאַן.

 

Birobidjan born person

(דער) ביראָבידזשאַנער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) ביראָבידזשאַנערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) ביראָבידזשאַנערקע (ל″ר: -ס);

{בייגעוודיק; בשעת מעשה מיט מער וואַרעמקײַט צי אינטימקײַט:} (די\דער) ביראָבידזשאַנישע(ר).

 

Birobidjan (adj.)

ביראָבידזשאַניש;

{אומבייגעוודיק; דער עיקר וועגן מענטשן, קולטור, וכדומה:} ביראָבידזשאַנער.

 

birth

(די\דאָס) געבורט [gəbúrt]; (דאָס\דער) געבאָרן (\געבוירן) ווערן.

 

birth announcement

(די) געבורטס⸗מודעה [mədóə], דרומדיק: [mədú:ə] (ל″ר: ⸗מודעות); (דער) געבורטס⸗אַנאָנס (ל″ר: -ן).

 

birth certificate

(די) מעטריקע (ל″ר: -ס); (דער\די) געבורט⸗שײַן (ל″ר: -ען); (דער) געבאָרן⸗צערטיפיקאַט (ל″ר: -ן).

 

birth control

(דער) געבורט⸗קאָנטראָל; (די) גובורט(ס)⸗פאַרהיטונג; (די) קאָנטראַ⸗שוואַנגערשאַפט מיטלען (ל″ר); (די) מיטלען קעגן שוואַנגערן (ל″ר).

 

birth control pill

„דער פּיל“; (דער) געבורט⸗קאָנטראָל פּיל (ל″ר: -ן); (דער) אַנטי⸗שוואַנגער פּיל (ל″ר: -ן).

 

birth defect

(דער) געבורטס⸗מום [mum], דרומדיק: [mim] (ל″ר: -ען; אויך: מומים [múməm], דרומדיק: [mí(:)məm]);

(דער) געבורטס⸗פּגם [bgam], אויך: [pəgám] (ל″ר: -ען; אויך: פּגמים [pgóməm], דרומדיק: [pgúməm]);

(דער) געבורטס⸗פעלער (ל″ר: -ען; אויך: ø);

{לומדיש:} אַ פּגימת הלידה [abgìməs-(h)aléydə], דרומדיק: [abgì:məs-(h)aláydə] (ל″ר: פּגימות הלידה [pəgìmoys-(h)aléydə], דרומדיק: [pəgìmoys-(h)aláydə], צפונדיק: [pəgìmeys-(h)aléydə]).

 

birth of a Jewish baby girl

(די) בריתיצע [brísətsə].

 

birth pangs

(די) חבלי לידה [khàvlə-léydə], דרומדיק: [khàvlə-láydə] (ל″ר);

(די) געבורט⸗ווייען (ל″ר); דער געווינערינס ווייען.

 

(Birth Pangs of Messiah (/of the messianic era

(די) חבלי משיח [khàvlə-məshíəkh] (ל″ר).

 

birth: date of birth

(די) געבורט(ס)⸗דאַטע (ל″ר: -ס); די דאַטע פון געבאָרן (\געבוירן) ווערן;

{לומדיש:} (דער) יום הלידה [yòm-(h)aléydə], דרומדיק: [yòm-(h)aláydə].

 

birth: give birth

געבאָרן (\געבוירן), {דיאַלעקטיש:} געבערן; האָבן (ל″ר: געהאַט);

{עמאָטיוו, דער עיקר פּאָזיטיוו און אין טראַדיציאָנעלן גײַסט:} געווינען (ל″ע: געוואונען);

{אַרכעאיש אין איינצלפאַלן, באַנוצט מער וועגן בכלל אָדער אַ צאָל קינדער אין משך פון יאָרן:} קינדלען.

 

birthday

(דער) געבאָרנטאָג {צפונדיק גענייגט}; געבוירנטאָג; (דער) געבורטסטאָג;

{דרומדיק דיאַלעקטיש; פראַזע:} (דאָס) יערן זיך;

{אַרכעאיש:} די אימענינעס; די מענינע.

 

birthday: (adult) person whose birthday (or anniversary) it is

(דער) בעל⸗יובל [bal-yóyvl], צפונדיק: [bal-yéyvl] (ל″ר: -ס; אויך: בעלי⸗יובל);

(די) בעל⸗יובלטע [bal-yóyvltə], צפונדיק: [bal-yéyvltə] (ל″ר: -ס).

 

birthday boy

(דער\דאָס) יינגל דער בעל⸗יובל [bàl-yóyvl], צפונדיק: [bàl-yéyvl].

 

birthday card

(דער\דאָס) געבאָרנטאָג⸗קאַרטל (ל″ר: -עך); (דער\דאָס) געבורטסטאָג⸗קאַרטל (ל″ר: -עך).

 

birthday girl

(די\דאָס) מיידל די בעל⸗יובלטע [bàl-yóvl-tə], צפונדיק: [bàl-yéyvl-tə].

 

birthday party

(די) געבאָרנטאָג הוליאַנקע; (די) געבאָרנטאָג שמחה [símkhə];

{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) געבורטסטאָג פײַערונג.

 

!birthday: Happy birthday

מזל⸗טוב, ביז הונדערט⸗צוואַנציק [mázltof|biz-hùndərt-tsvántsik]; דרומדיק: [mázltof|bis-hìndə(r)t-tsvóntsik];

אַ פריילעכן (\ליכטיקן \גליקלעכן) געבאָרנטאָג! (\געבוירנטאָג \געבורטסטאָג);

{דיאַלעקטיש אַרכעאיש, אָבער אויפגעלעבט אין טייל קרײַזן:} מיט מזל זיך געיערט!;

  {הערה א: די עכטע יידישע באַגריסונג „מיט מזל זיך געיערט“ (מיט וואַריאַציעס אַרום דעם באַנוץ פון „יערן זיך“) איז געווען ענג דיאַלעקטיש און אומבאַקאַנט בײַם ווײַט גרעסטן רוב יידיש ריידנדיקע (בײַ וועמען „יערן זיך“ איז לחלוטין אומבאַקאַנט). אויפלעבן הײַנט איז מהיכא תיתי; דער תלמיד דאַרף אָבער אינפאָרמירט ווערן בשעת מעשה (א) אַז ס′איז אומבאַקאַנט דעם רוב וואָס רעדט אויף דער שפּראַך נאַטירלעך; (ב) אַז ס′איז בײַ ה ײַ נ ט י ק ן טאָג באַקאַנט אַלץ איינער פון די סימני היריד פון די פּוריסטישע, נאָרמאַטיוויסטישע, אויסבויאיסטישע קרײַזן פאַר וועמען „אַ פריילעכן געבאָרנטאָג“ (\…געבוירנטאָג \…געבורטסאָג) איז רחמנא לצלן טרייף⸗פּסול „דײַטשמעריש“; און אחרון אחרון: (ג), דער עיקר, אַז ביי אַלע יידיש ריידנדיקע פון אַלע קרײַזן אויסער דעם פּוריסטישן הערט מען נאָר און בלויז (מיט די אָנגעוויזענע וואַריאַציעס אין נוסח): אַ פריילעכן געבאָרנטאָג!};

  {הערה ב: ווי ס′מאַכט זיך ניט זעלטן אין דער שפּרודלדיק⸗רײַכער קולטור געשיכטע פון יידיש, שטעלן מיט זיך פאָר אויך חילופי נוסחאות פון די לעצטע (לאָמיר אָנכאַפּן) צוויי הונדערט יאָר ניט ווייניק אייגנס און זאַפטיקס. צי מ′ווינטשט עמעצן אַ „פריילעכן“, צי אַ „ליכטיקן“ צי אַ „גליקלעכן“ (אַנדערע ווערטער אויך פאַראַן) געבאָרנטאָג קען קומען אָנווײַזן אויף די גענויע געפילן און מענטשלעכע באַציאונגען צווישן דעם אָנווינטשער און דעם בעל היובל. אַנדערש איז אָבער מיט די וואַריאַנטן פונעם באַגריף ′געבאָרנטאָג′. איז ערשטנס גייט אין אָנווײַזן (מיט שטאָלץ, פרייד און גוטמוטיקײַט) אויפן אייגענעם שורש: בשעת ווען „געבאָרנטאָג“ איז משמע: צפונדיק און אַ היפּשן חלק דרום⸗מזרח (מיט די רגילותדיקע אַרויסריידן: צפונדיק [gəbórn-tòg] און (טייל) דרום⸗מזרחדיק [gəbúrn-tùg]), איז דערקעגן „געבוירנטאָג“ אַן אָנווײַז אויפן גרויסן דרומדיקן בלאָק (ווי אויך טייל דרום⸗מזרח). איז וואָס איז משמע „געבורטסטאָג“? אָט דער יינגערער וואַריאַנט האָט דעם טעם און ריח פון דער מאָדערנער וועלטלעכער יידישער קולטור און ליטעראַטור וועלט (פאַראיינען, פאַרזאַמלונגען, פּרעסע, שולן וכו′). אַנדערש געזאָגט געוואָרן: עס שטעקן ניט ווייניק נואַנסירטע קנייטשעלעך און אַסאָציאַצעס בײַ אַלע דרײַ גוטע יידישע ווערטער — „געבאָרנטאָג“, „געבוירנטאָג“, „געבורטסטאָג“…}.

 

birther

געבורט לייקענער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (′דער וואָס טענהט אַז אַ צווייטנס געבוירנשאַפט פּרטים זײַנען געפעלשט′, פּאָפּולאַריזירט אין די יאָרן פון אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַן).

 

birthmark

(דער) געבורט⸗צייכן (ל″ר: -ס); (דער) מוטער⸗צייכן (ל″ר: -ס).

 

birthplace

(דאָס\דער) געבאָרן⸗אָרט (ל″ר: ⸗ערטער); (דער) געבורטס⸗אָרט (ל″ר: ⸗ערטער);

{לומדיש:} (דער) מקום לידה [mòkəm-léydə], דרומדיק: [mùkəm-láydə].

 

birthrate

(דער) פּראָצענט געבורטיקײַט; דער פּראָצענט נײַ⸗געבאָרענע (\נײַ⸗געבוירענע).

 

birthright

(די) ירושה⸗רעכט [yərúshə-rèkht], דרומדיק: [yəríshə-rèkht] (ל″ר);

{בײַ יידן בפרט, אָבער קען גענוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט צו די רעכט פונעם עלטסטן קינד פון געזינד:}

(די) בכורה⸗רעכט [pkhóyrə-rèkht], צפונדיק: [pkhéyrə-rèkht] (ל″ר);

{אין ספּציפיש יידישן זין וועגן דעם מעמד פון עלטסטן זון פון געזינד:}

די בכורה [dəpkhóyrə], צפונדיק: [dəpkhéyrə].

 

bisexual

ביסעקסועל.

 

bisexual person

{בייגעוודיק:} (די\דער) ביסעקסועלע(ר);

{סלענגיש; צומאָל שפּאַסיק; צי וואַרעם צי שלעכט געשטימט געווענדט אינעם באַנוצער:} (דער) ביסעקסועלניק (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) ביסעקסועלניצע (ל″ר: -ס).

 

(.bishop (Chris

(דער) ביסקופּ (ל″ר: -ן); (דער) בישאָף (ל″ר: -ן); (דער) אייבער⸗גלח [éybər-gàləkh], דרומדיק: [áybə(r)-gàləkh] (ל″ר: ⸗גלחים [galòkhəm], דרומדיק: [galúkhəm]);

{היסטאָריש לומדיש; אויך: עמאָטיוו — צי סימפּאַטיש צי הומאָריסטיש צי נעגאַטיוו:} (דער) הגמון [hégmən] (ל″ר: הגמונים [hegmóynəm], צפונדיק: [hegméynəm]).

 

(bishop (chess

(דער) לאַפער (ל″ר: -ס); (דער) לויפער (ל″ר: -ס); (דער) הגמון [hégmən] (ל″ר: [hegmóynəm], צפונדיק: [hegméynəm]).

 

bison

(דער) ביזאָן [bizón] (ל″ר: -ען; אויך: -עס).

 

bit (n.)

אַ ביסל; אַ קאַַפּ

(לומדיש:} אַ כל⸗שהוא [akól-sh(əh)ù], דרומדיק: [:akól-sh(əh)ì] (ל″ר: -ס);

{אין פאַל פון צעטיילעוודיקע ממשותדיקע זאַכן, למשל טאָרט:} אַ שטיקל (ל″ר: -עך); אַ ברעקל (ל″ר: -עך).

 

(bit (n.) (for a drill

(דאָס\דער) אײַזנדל (ל″ר: -עך).

 

bit (n.) (data unit)

(דער) ביט (ל″ר: -ן; אויך: -ס).

 

bit by bit

צו ביסלעך; ביסלעכווײַז; איינע(ר) אויפאַמאָל [àfamól], דרומדיק: [òfamú:l].

 

bit of a

אַ שטיקל; אַביסל אַ.

 

bit part

אַ פּיצינקע ראָלע; אַ (גאָר) קליינינקער אָנטייל.

 

bit: a (little) bit

אַ קליין ביסל; אַ קליין ביסעלע; אַ קאַפּ; אַ קאפּיטשקע; אַ פּיצעלע.

 

bit: a bit of alright

אַן אַטראַקטיווע(ר) פּאַרשוין (ל″ר: ען); אַ שיינע(ר) און אַ ריייצנדיקע(ר);

אַ יצר⸗הרע וועקעדיקע(ר) [ayèytsər-hórə], דרומדיק: [ayàytsər-(h)ú:rə].

 

bit: a bit player

{וועגן אַ מענטשנס ראָלע צי חשיבות פון דער ראָלע:} אַ קליינינקער בײַטראָגער; אַ קנאַפּער אָנטיילנעמער; אַן אומוויכטיקע כלי [kéylə], דרומדיק: [káylə].

 

bit: bits and pieces

שטיקלעך און ברעקלעך; פּיצלעך און שטיקלעך;

{לומדיש: בשעת מעשה אָפטמאָל הומאָריסטיש אין אָט דעם זין:} שברי כלים [shívrey|kéyləm], דרומדיק: [shívray|káyləm].

 

bit: do one’s bit

(אַ)דורכפירן דעם אייגענעם טייל.

 

bit: every bit as

פּונקט אַזויפל ווי; אויף קיין האָר ני(ש)ט ווייניקער (\ווינציקער) ווי.

 

bit: I’ll be back in a bit!

אַ רגע, איך קום באַלד! [arégə], דרומדיק: [aréygə]; איך קום באַלד צוריק!; איכ′ל באַלד זײַן צוריק

 

bit: not a bit

בכלל ני(ש)ט [bəkhlál]; אינגאַנצן ני(ש)ט; גאָרנישניט; קיין ביסעלע אויך ני(ש)ט.

 

bit: not in the least bit

אויף קיין האָר אויך ני(ש)ט; אויפן קלענסטן הערעלע אויך ני(ש)ט

{לומדיש:} אויף קיין כל שהוא אויך ני(ש)ט [àfkən|kól-shəhù], דרומדיק: [:òfkən|kól-shəhì]; אויף קיין בטל בששים אויך ני(ש)ט [bótl|bəshíshəm], דרומדיק: [bú:tl|bəshíyshəm].

 

bit: to bits

דורך און דורך; אינגאַנצן; דורכאויס; אָן אַ שיעור [ón|ashí(y)ər], דרומדיק: [(ún|ashí:(y)ə(r].

 

bitch (n.) (female dog)

(די) הינטיכע (ל″ר: -ס); (די) צויג (ל″ר: -ן; אויך: -עס; {דיאַלעקטיש אויך:} צײַג).

 

bitch (n.) (fig., emot.) (evil woman)

(די) כלבטע (אויך: כלבתא; קלאַפטע) [kláftə] (ל″ר: -ס; {כלומרשט לומדיש פון הומאָר אָדער פאַרשטאַרקונג וועגן:} כלבתאות [klaftóəs], דרומדיק: [klaftú:əs], צפונדיק: [klaftó(y)əs]);

{שטאַרקער:} (די) פּאַסקודניצע (ל″ר: -ס);

{נאָך שטאַרקער, בײַ טייל אַפילו וואולגאַריש:} (די) פּאַסקודסטווע [paskútsvə] (ל″ר: -ס); (די) כאָלער(י)ע (ל″ר: -ס); אַ שטיק טינוף [tínəf];

{ווייניקער עמאָטיוו; מער (כלומרשט) ערנסט:} (די) מרשעת [marshá(ə)s]; (די) מנוולטע [mənúvltə], דרומדיק: [mənívltə] (ל″ר: -ס).

 

bitch (v.) (complain bitterly) (slng.)

פאַרביסענערהייט באַקלאָגן זיך; אַרויסלאָזן בייזע טענות [táynəs], דרומדיק: [tá:nəs] (\תרעומות [tarúməs], דרומדיק: [tarí:məs]);

{פראַזעס:} באַקלאָגן זיך אויף וואָס די וועלט שטייט; שרײַען מיט טענות און מענות [táynəs|un-máynəs], דרומדיק: [tá:nəs|in-má:nəs].

 

bitcher (incessant complainer)

אַן אייביקער באַקלאָגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: …באַקלאָגערין (ל″ר: -ס) {מיט צומאָל לינדערנדיקער (צי אינטימער) עמאָטיווקײַט:} …באַקלאָגערקע (ל″ר: -ס);

{פראַזעס:} רק [rak] ער (\זי) האָט טענות און מענות [táynəs|un-máynəs], דרומדיק: [tá:nəs|in-má:nəs].

 

bitcoin (crypto-currency)

(דער) ביטקאָין (אויך: ביטקוין); „אינוועסטירן אין ביטקאָין“; (די\דאָס) אינטערנעטישע געלט;

{סקעפּטיש:} (די\דאָס) לופט⸗געלט;

יטולדיק:} ביטקאָין⸗שמיטקאָין.

 

(bite (n.) (act of biting

(דער) ביס (ל″ר: -ן); (דער) אײַנביס (ל″ר: -ן).

 

(bite (n.) (bit of food

(דער) ביסן; (דאָס\דער) ביסל עסן;

{פראַזע:} עפּעס (אַ)וואָס איבער(צו)כאַפּן; עפּעס (אַ)וואָס אַרײַנלייגן אין מויל (אַרײַן).

 

(.bite (v

בײַסן (ל″ע: געביסן); אײַנבײַסן (ל″ע: אײַנגעביסן).

 

bite off

אָפּבײַסן [ób-bàysn], דרומדיק: [úb-bà:sn].

 

!Bite your tongue

בײַס(ט) זיך אָפּ(עט) די צונג!; שפּײַ(ט) אויס(עט)!.

 

bite: get a bite of food

עפּעס איבערכאַפּן [íbər-khàpm]; עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן; כאַפּן אַ נאַש.

 

(.biting (n

(דאָס\דער) בײַסן; (די) בײַסעניש.

 

(biting (adj.) (painful, sharp

בײַסעדיק; בײַסיק; שאַרף; ביטער.

 

bitmap

(דער) ביטמאַפּ (ל″ר: -ן); (דאָס\די) פּינטל⸗בילד (ל″ר: -ער); (דער) פּינטל⸗מאַטריץ.

 

bitmap printer

(דער) פּינטל⸗דרוקער (ל″ר: -ס).

 

bitter

ביטער;

{פיגוראַטיוו אויך:} גאַליק;

{פראַזעס:} ביטער ווי דער טויט; ביטער ווי גאַל; {לומדיש:} מר ממות [már|məmóvəs], דרומדיק: [már|məmúvəs] (′נאָך ביטערער פונעם טויט′);

 

bitter cold

ביטער קאַלט; קאַלט, אַ שרעק

{פראַזעס:} קאַלט ווי (אין) סיביר; קאַלט ווי אַלאַסקע.

 

bitter end: to the bitter end

ביזן לעצטן סוף; [sóf] ביזן (סאַמע) ביטערן סוף;

{לומדיש, פראַזע:} ביז ס′איז כלו כל הקיצין [kòlu|kòlakítsn], דרומדיק: [kù:li:|kòlakítsn].

 

bitter person

{בייגעוודיק:} אַ פאַרביסענע(ר); אַ פאַרביטערטע(ר); אַן אײַנגעביטערטע(ר);

{לומדיש:} אַ מר נפש [amàr-néfəsh], דרומדיק: [amàr-néyfəsh].

 

bitter truth

(דער) ביטערער אמת [éməs];

{ליטעראַריש:} די האַרבע וואָר.

 

bitterness

(די) פאַרביסנקײַט; (די) פאַרביטערטקײַט.

 

Bitterroot

{אָן אַן אַרטיקל:} ביטערוט (זשורנאַל).

 

bittersweet

ביטער⸗זיס.

 

biweekly (n.)

(דער) צווייוואָכיקער זשורנאַל (ל″ר: -ן); (די) צוויי⸗וואָכן שריפט (ל″ר: -ן).

 

biweekly (adj.)

אַלע צוויי וואָכן; איינמאָל אין צוויי וואָכן; צווייוואָכעדיק; צווייוואָכיק.

 

bizarre

אויסטערליש; מאָדנע⸗אויסעראָרדנטלעך; גאָר מאָדנע; שטאַרק מאָדנע; משונהדיק [məshúnədik], דרומדיק: [məshínədik]; מאָדנע⸗משונהדיק; ווילד⸗אַנדערשדיק; מאָדנע יוצא⸗דופנדיק [yòytsə-dóyfndik], צפונדיק: [yèytsə-déyfndik]; ביזאַר(יש);

{דיאַלעקטיש, ליטעראַריש, אַרכעאיש:} טשודנע; טשודאַקיש.

 

bizarre nature (/character) of something

(די) אויסטערלישקײַט; (די) מאָדנע⸗אויסעראָרדנטלעכקײַט; (די) שטאַרק⸗מאָדנעקײַט; (די) משונהדיקײַט [məshúnə-dəkàyt], דרומדיק: [məshínə-dəkàyt]; (די) מאָדנע⸗משונהדיקײַט; (די) ווילד⸗אַנדערש(די)קײַט; (די) מאָדנע יוצא⸗דופנדיקײַט [yòytsə-dóyfn-dəkàyt], צפונדיק: [yèytsə-déyfn-dəkàyt]; (די) ביזאַר(יש)קײַט;

{דיאַלעקטיש, ליטעראַריש, אַרכעאיש:} (די) טשודנעקײַט; (די) טשודאַקישקײַט.

 

blabber out

אַרויספּלוידערן; אַרויספּלאַפּלען; אויסבאָלבען;

{מער עמאָטיוו:} אַרויסדברענען [aróys-dàbrənən]; אַרויסלאמרן [aróys-lèymərn], דרומדיק: [aró:(u)(ə)s-làymərn].

 

blabbermouth

אַ פּלוידערזאַק (ל″ר: ⸗זעק); אַ פּלאַפּלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: פּלאַפּלערקע (ל″ר: -ס); אַ באָלבעטון (ל″ר: -עס); אַ גראַמאָפאָן (ל″ר: -עס; {אַז ס′גייט אָבער אינעם מכשיר איז דער ל″ר געוויינטלעך אויף: -ען});

{פראַזע:} אַ מאַרק⸗יידענע (ל″ר: -ס).

 

black

שוואַרץ;

{פראַזעס:} שוואַרץ ווי די נאַכט; שוואַרץ ווי קוילן;

{אין סודותדיקן לשון:} (זײַן) שחור [shókhər], דרומדיק: [(shúkhə(r].

 

(.Black (n

(דער) אַפראָ⸗ {+נאָמען פון לאַנד נאָמינאַליזירט:}, אַשטייגער: אַפראָאַמעריקאַנער, אַפראָבריטאַניער, אַפראָקאַנאַדער וכו′); 

{בייגעוודיק:} (דער) שוואַרצהויטיקער, (די) שוואַרצהויטיקע (ל″ר בײַ די ביידע: שוואַרצהויטיקע);

{אַרכעאיש:} (דער) נעגער (ל″ר: ø, אויך: -ס), ל″נ: נעגערין;  {מער עמאָטיוו:} (די) נעגערטע (ל″ר: -ס);

{הערה: היות ווי בײַ ט י י ל ווערן „אַ שוואַרצער“, „די שוואַרצע“, „אַ נעגער“ בײַ הײַנטיקן טאָג אָנגעווענדט ראַסיסטיש נעגאַטיוו איז כדאי זיי אויסמײַסן א י נ ג אַ נ צ ן}.

 

(.Black (adj

אַפריקאַניש; אַפראָ {+נאָמען פון לאַנד אַדיעקטיוויזירט, אַשטייגער: אַפראָאַמעריקאַניש, אַפראָבריטאַניש, אַפראָקאַנאַדיש וכו′; ס′גילטן אויך די אומבייגעוודיקע וואַריאַנטן: אַפראָאַמעריקאַנער, אַפראָבריטאַניער, אַפראָקאַנאַדער וכו′). 

 

Black (American) culture

 (די) אַפראָאַמעריקאַנישע קולטור; (די) אַפראָאַמעריקאַנער קולטור;

  {הערה: ווי ס′איז דער שטייגער, איז „אַפראָאַמעריקאַניש“ בייגעוודיק; „אַפראָאַמעריקאַנער“ — אומבייגעוודיק}.

 

black and blue mark

(דער) סיניאַק (ל″ר: -עס); (דער) בלויער (\בלאָער) וואונד (ל″ר: -ן).

 

black and white movie

(דער) שוואַרץ⸗ווײַסער פילם.

 

black block (adj.)

אינשוואַרצן⸗פאַרשטעלט; אינשוואַרצן⸗גיעקליידט.

 

black box

דאָס שוואַרצע קעסטל \ דער שוואַרצער קעסטל; (דאָס\דער) עראָפּלאַן⸗קעסטל;

(די) אָפּפלי⸗רעקאָרדירונג (ל″ר: -ען).

 

Black Death

די שוואַרצע מגיפה [magéyfə], דרומדיק: [magáyfə]; דער שוואַרצער טויט;

{ווי אַ יידישער היסטאָרישער באַגריף:} גזירות ק″ח וק″ט (5108–5109 \ 1348–1349) [gzèyrəs|kàkh-vəkát], דרומדיק: [gzàyrəs|kàkh-vəkát].  

 

Black Earth (of Ukraine)

די שוואַרצע (אוקראַינישע) ערד; די גוט⸗שוואַרצע ערד.

 

(Black Hundred (in early 20th century Russia

די שוואַרצע מאה [méyə], דרומדיק: [máyə].

 

(Black Hundred: member (/supporter 

(דער) שוואַרצעמאהניק [shvàrtsə-méyə-nik], דרומדיק: [shvàrtsə-máyə-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) שוואַרצעמאהניצע [shvàrtsə-méyə-nitsə], דרומדיק: [shvàrtsə-máyə-nitsə] (ל″ר: -עס).

 

(Black Lives Matter (movement

די „בלעק לײַווס מאַטער“ באַוועגונג; די שוואַרצע⸗לעבנס באַוועגונג.

 

black magic

די מכשפהשע שטיק [makhashéyfishə], דרומדיק: [makhasháyfishə]; דער שוואַרצער כישוף [kíshəf].

 

black market: on the black market

אויפן שוואַרצן מאַרק;

{פראַזעס:} אויף שוואַרץ; אויף בלאַט [àv-blát], דרומדיק: [òv-blát]; מיטן לינקן משא⸗מתן [màsə-mátn].

 

black out (v.) (faint)

חלשן [kháləshn]; אַוועקחלשן [avék-khàləshn];

(אַוועק)פאַלן אין חלשות [khalóshəs], דרומדיק: [khalú:shəs].

 

Black Sea

דער שוואַרצער ים [yam].

 

black tie (dress code)

שוואַרצשניפּסישע אָנטועכץ.

 

(.blackball (v

פאַרחרמען [far-khéyrəmən], דרומדיק: [far-kháyrəmən]. פאַרגאַלקעווען [fargálkəv(ə)n]; אסרן [ásərn].

 

(.blackballing (n

(דאָס\דער) פאַרגאַלקעווען [fargálkəv(ə)n]; (דאָס\דער) אסרן [ásərn];

{מער פאָרמעל:} (די) פאַרגאַלקונג; (די) אסרונג [ásərung].

 

blackboard

(דער) טאָוול (ל″ר: -ען).

 

(blacken (reputation

פאַרשוואַרצן; פאַרשמוצן; פאַרפלעקן; פאַרפינצטערן דעם נאָמען; באַשמוצן דעם שם [shém];

{פראַזעס:} (עמעצן) מאַכן צו קויט און צו בלאָטע; אויסמישן מיט דער בלאָטע; מאַכן צו דער ערד גלײַך; אָפּגיסן מיט אַ פּאָמויניצע.

 

(.blacklist (n

די שוואַרצע ליסטע (ל″ר: -ס); דער שוואַרצער צעטל (ל″ר: -עך);

{מער פאָרמעל:} די רשימה פאַרחרמטע [də-r(ə)shímə|far-khéyrəmtə], דרומדיק: [də-r(ə)shímə|far-kháyrəmtə].

 

(.blacklist (v

(אַרויפ)שטעלן אויף דער שוואַרצער ליסטע (\אויפן שוואַרצן צעטל);

{לומדיש, צומאָל הומאָריסטיש:} אַרײַנגעבן אין אַ רשימה מוחרמים [ar(ə)shímə|mukhróməm], דרומדיק: [ar(ə)shí:mə|mikhrúməm].

 

blacklisted

(זײַן) אויף דער שוואַרצער ליסטע; אויפן שוואַרצן צעטל;

{לומדיש, צומאָל הומאָריסטיש:} אויף דער רשימה מוחרמים [àv-dər-r(ə)shímə|mukhróməm], דרומדיק: [òv-də(r)-r(ə)shí:mə|mikhrúməm].

 

(.blackmail(ing) (n

(דער) שאַנטאַזש [shantázh];

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) שאַנטאַזשירונג (ל″ר: -ען);

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; סלענגיש; מיט אַ קאַפּ איראָניע:}

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) אויספּרעסונג;

{גיכער וועגן דעם גאַנג בכלל:} (די) אויספּרעסערײַ.

 

(.blackmail (v

שאַנטאַזשירן [shantazhírn];

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; סלענגיש, מיט אַ קאַפּ איראָניע:} אויספּרעסן.

 

blackmailer

(דער) שאַנטאַזשיסט [shantazhíst] (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: שאַנטאַזשיסטקע (ל″ר: -ס);

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט; מיט אַ קאַפּ איראָניע:} (דער) אויספּרעסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אויספּרעסערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) אויספּרעסערקע (ל″ר: -ס).

 

blackness

(די) פינצטערניש; (די) טונקלקײַט; (די) שוואַרצקײַט.

 

(blackout (electrical

(די) פאַרטונקלונג; (די) עלעקטרישע אויסלעשונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּפינצטערונג (ל″ר: -ען).

 

(blackout (media

(די) פּרעסע בלאָקאַדע (ל″ר: -ס).

 

(blackout (medical 

(דאָס\דער) חלשן [kháləshn]; (די) חלשונג [kháləsh-ung], דרומדיק: [kháləsh-ink] (ל″ר: -ען);

{פראַזע:} פאַלן אין חלשות [khalóshəs], דרומדיק: [khalú:shəs].

 

blacksmith

(דער) שמיד (ל″ר: -ן); (דער) קאָוו(ע)ל [kóv(ə)l] (ל″ר: קאָוואַלעס [kováləs]).

 

bladder

(דער) פּענכער (ל″ר: -ס); (דער) אורין⸗זאַק (ל″ר: -ן).

 

blade (of knife)

(די) שאַרף (ל″ר: -ן); (דאָס\דער\די) קלינגל (ל″ר: -עך).

 

blame (n.)

(די) שולד; (די) שולדיקײַט.

 

blame (v.)

באַשולדיקן; האַלטן פאַר שולדיק; אויפוואַרפן; אַרויפוואַרפן די שולד.

 

blame: be to blame

זײַן שולדיק;

{בייגעוודיק:} זײַן די\דער שולדיקע(ר).

 

blame: play the blame game

{פראַזעס:} נעמען זוכן ווער איז שולדיק; געפינען אַ שולדיקן;

{מער קריטיש:} אַבי געפינען אַ קרבן [akórbm].

 

blameless

אינגאַנצן אומשולדיק; לחלוטין שולדלאָז [lakhlútn].

 

blameworthy

טראָגן אַ מאָס שולדיקײַט; טראָגן אחרblog

יות [akhráyəs]; זײַן אויסגעשטעלט אויף באַשולדיקט צו ווערן;

{אַטריבוטיוו:} שולד⸗טראָגנדיקשולד⸗פאַרדינענדיק.

 

bland

פלאַך; טעמלאָז [támloz]; חנלאָז [khéynloz], דרומדיק: [kháynloz];

{פראַזע} אומגעזאַלצן און אומגעפעפערט; אָן אַ טעם [atám] און אָן אַ ריח [aréyəkh], דרומדיק: [aráyəkh].

 

(.blank (n

(דער) בלויז (ל″ר: -ן).

 

(.blank (adj

פּוסט; ליידיק; בלויז.

 

blank check

(דער) בלאַנקער טשעק (ל″ר: -ן).

 

blank round

(די) ליידיקע קוילן (ל″ר).

 

blank slate (fig.)

אַ פּוסטער טאָוול; אַ ליידיקער בלאַט; אַ נײַ זײַטל.

 

(.blanket (n

(די) קאָלדרע; {דרומדיק דיאַלעקטיש:} (דער) צודעק, דרומדיק: [tsí-dèk]; (דער) קאָץ.

 

(.blanket (v

באַדעקן; צודעקן; איבערדעקן; איבערציען (איבער) (ל″ע: איבערגעצויגן).

 

(.blanket (adj

פולשטענדיק; דורכאויסיק; דורך⸗און⸗דורכ(עד)יק; אַרומנעמיק.

 

blasé

ני(ש)ט שטאַרק איבערגענומען (\באַגײַסטערט; באַאײַנדרוקט; נתפּעל [nəspó(ə)l], דרומדיק: [nəspú:(ə)l], צפונדיק: [nəspó(y)(ə)l]);

(בלײַבן) אומבאַגײַסטערט; אומבאַאײַנדרוקט; אומנײַגעריק; גלײַכגילטיק; ני(ש)ט זײַן געלעגן;

{פראַזעס:} ני(ש)ט מאַכן זיך פון; ני(ש)ט מאַכן קיין וועזן; ני(ש)ט געבן אַפילו אַ פּינטל מיט אַן אויג;

{פּלוס דאַטיוו רעפלעקסיוו:} ליגן אין דער לינקער פּאה [péyə], דרומדיק: [páyə]; {דער עיקר בײַ מתנגדים:} ליגן אין דער לינקער פּיאַטע [pyátə]; אַרן ווי דער פאַראַיאָריקער שניי; אַרן ווי די וואַנט; אַרן ווי די קאַץ.

 

blaspheme

{אין דער יידישער רעליגיע:}

מחלל ה′ זײַן [məkhàləl-(h)ashém-zayn];

{לומדיש:} מחרף ומגדף זײַן [məkhàrəf-um(ə)gádəv-zayn]; מחלל זײַן שם שמים בפרהסיא [məkhàləl-zayn|shèm-shəmáyəm|bəfrésyə]; מקלל ה′ זײַן [məkàləl-(h)ashém-zayn];

{אוניווערסאַליסטיש:}

לעסטערן; פאַרשוועכן; פּראָפאַנירן.

 

blasphemer

{אין דער יידישער רעליגיע:}

 (דער) מחלל ה′ [məkhàləl-(h)ashém];

{לומדיש:} (דער) מחרף ומגדף [məkhàrəf-um(ə)gádəf]; (דער) מחלל שם שמים בפרהסיא [məkhàləl|shèm-shəmáyəm|bəfrésyə]; (דער) מקלל ה′ [məkàləl-(h)ashém];

{אוניווערסאַליסטיש:}

(דער) לעסטערער; (דער) פאַרשוועכער; (דער) פּראָפאַנירער.

 

blasphemy

{אין דער יידישער רעליגיע:}

(דאָס\דער) מחלל ה′ זײַן [məkhàləl-(h)ashém-zayn];

{לומדיש:} (דאָס\דער) מחרף ומגדף זײַן [məkhàrəf-um(ə)gádəv-zayn]; (דאָס\דער) מחלל שם שמים זײַן בפרהסיא [məkhàləl|shèm-shəmáyəm-zayn|bəfrésyə]; (דאָס\דער) מקלל ה′ זײַן [məkàləl-(h)ashém-zayn];

{אוניווערסאַליסטיש:}

(די) לעסטערונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרשוועכונג (ל″ר: -ען); (די) פּראָפאַנירונג (ל″ר: -ען); (די) פּראָפאַנאַציע (ל″ר: -ס).

 

(blast (explosion

(דער) אויפרײַס (ל″ר: -ן);

{בַטאָנענדיק אַן איינצלפאַל:} (די) אויפרײַסונג (ל″ר: -ען).

 

blast of (swift, forceful manifestation)

(דער) אויסשאָס פון (\מיט); (דער) שאָס פון (\מיט).

 

(blast (v.) (to attack with words

אַרײַנזאָגן (אַזוי ריכטיק); מאַכן אַש און בלאָטע (פון); מאַכן אַ שוואַרצן סוף [sóf]; דערלאַנגען (איבערן קאָפּ).

 

blast from the past

אַ גרוס פון (ווײַטן) אַמאָל.

 

blasted (darned)

באַדויערלעך; אומגעוואונטשענע(ר); אינגאַנצן ני(ש)ט נייטיקע(ר).

 

blatant

בוֹלט [bóylət], צפונדיק: [béylət]; בוֹלט⸗קלאָר

{טאָמער דווקא וועגן רייד צי לשון:} אויסגעשפּראָכענע(ר); ממש שרײַע(נ)דיק [máməsh].

 

(.blaze (n

(די) שריפה [sréyfə], דרומדיק: [sráyfə];

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) פײַער (ל″ר: -ס).

 

(.blaze (v

ברענען; פלאַמען; פלאַקערן; שרפענען [sárfənən]; שרפען [sárf(ə)n].

 

blazer

(דאָס\דער) רעקל (ל″ר: -עך); (דאָס\דער) ספּאָרט⸗רעקל (ל″ר: עך); (דאָס\דער) נאָכמיטיק⸗רעקל (ל″ר: -עך).

 

(.bleach (n

(די) כלאָרקע; (די\דאָס) בלייכעכץ.

 

(.bleach (v

בלייכן; בליאַקעווען;

{פּערפעקטיוו:} אויסבלייכן; אויסבליאַקעווען.

 

(bleachers (stacked seating stands

(די) אָנגעמויערטע בענקלעך (ל″ר); (די) בליטשער בענקלעך (ל″ר).

(די) ספּאָרט⸗בענקלעך (ל″ר); (די) געטרעפּלטע בענקלעך (ל″ר).

{מצד קעגנער:}

(די) מלאך⸗המות בענקלעך [màləkh-(h)amóvəs], דרומדיק: [màləkh-(h)amúvəs] (ל″ר).

 

bleak

שיער ני(ש)ט האָפענונגסלאָז [shíyər]; מיט אַ קנאַפּן אויסזיכט; שיער ני(ש)ט אויסזיכטלאָז; אומגינציק;

פינצטער און וויסט; טונקל און וויסט.

 

bleakness

(די) וויסטקײַט; (די) גרויקײַט; (די) אומגינציקײַט; (די) האָפענונגסלאָזיקײַט.

 

bleary eyed

מיט מידע (\פאַרמאַטערטע) און וואַסערדיקע אויגן;

מיד⸗אויגיק; וואַסער⸗אויגעדיק.

 

bleat (n.)

(דער\די) מעקע; (דער\די) בעקע.

 

bleat (v.)

מעקען; בעקען;

{איינמאָליק:} אַ מעקע טאָן; אַ בעקע טאָן.

 

bleating (n.)

(די\דאָס) מעקעניש (ל″ר: -ן); (די\דאָס) מעקערײַ (ל″ר: -ען).

 

bleed

בלוטיקן; גיסן מיט בלוט.

 

bleeding: there’s heavy bleading

ס′גיסט זיך מיט בלוטס′בלוטיקט (זיך) אומעטום.

 

bleeding heart liberal

אַ וויינענדיקער ליבעראַל (ל″ר: -ן); אַ קלאָגעדיקער ליבעראַל (ל″ר: -ן);

{פראַזע:} אַ תמעוואַטער בעל⸗רחמים [atàməvátər|bàl-rákhməm].

 

bleep bleep

הוזש⸗הוזש; פּיפּ⸗פּיפּבליף⸗בליף.

 

bleep out

{וועגן אַודיאָ:} פאַרדעקן מיט אַ הוזשע (\פּיפּ \בליף).

 

blemish (n.)

(דער) פּגם [bgám], אויך: [pəgám] (ל″ר: פּגמים [bgóməm], דרומדיק: [bgúməm], אויך: [pəgóməm], דרומדיק: [pəgúməm]);

(די) פּגימה [bgímə], אויך: [pəgímə] (ל″ר: פּגימות [bgíməs], דרומדיק: [pəgíməs]);

{טאָמער מאָראַליש גערעדט, אויך:} (דער) פלעק (ל″ר: -ן).

 

blemish (v.)

(אָנ)מאַכן אַ פּגם [abgám], אויך: [apəgám]; (אָנ)מאַכן אַ פּגימה [abgímə], אויך: [apəgímə];

{טאָמער מאָראַליש גערעדט, אויך:} באַפלעקן.

 

blend (n.)

אַ צוזאַמענשטעל (ל″ר: -ן); אַ צונויפשמעלץ (ל″ר: -ן); 

{צומאָל מיט אַ קאַפּ ביטול:} אַ צונויפמיש (ל″ר: -ן); אַ מישונג (ל″ר: -ן); אַן אויסמישונג (ל″ר: -ן);

{מיט אַ בפירושדיקן ביטול:} אַ צונויפמישעכץ (ל″ר: -ן; אויך: -ער).

 

blend (v. trans.)

צוזאַמענשטעלן; צונויפשמעלצן

{צומאָל מיט אַ קאַפּ ביטול:}  צונויפמישן; מאַכן אַ מישונג; אויסמישן;

{מיט אַ בפירושדיקן ביטול:} מאַכן אַ צונויפמישעכץ.

 

blend in with

זיך אַרײַנפּאַסן מיט; זיך אײַנגלידערן מיט; זיך צונויפגלידערן מיט;

אַרײַנגעגלידערט ווערן אין; צונויפגעדלידערט ווערן אין.

 

blender (kitchen device)

(דער) מישער (ל″ר: -ס); (דער) אויסמישער (ל″ר: -ס);

{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} (דער) בלענדער (ל″ר: -ס); (דער) מיקסער (ל″ר: -ס).

 

bless

בענטשן; אָנבענטשן;

{בײַ יידן, מער פּערזענלעך:}

געבן אַ ברכה [gébm|abrókhə], דרומדיק: [géybm|abrúkhə];

{אוניווערסאַליסטיש:}

געבן (\מאַכן) אַ בענטשונג.

 

(Bless you! (upon sneezing

צו געזונט! [!tsú|gəzúnt], דרומדיק: [!tsí:|gəzínt], אויך: צום געזונט [!tsím|gəzínt]; אסותא! [!asúsə], דרומדיק: [!asísə]; אתו! [!ósə], דרומדיק: [!ú:sə];

{אין אַמעריקאַנער יידיש, אויך אַנדערשוואו:} געזונטהײַט!.

 

!bless: God bless you

{יידישלעך:}

זאָל אײַך (\דיר\דיך) דער אייבערשטער (\גאָט) בענטשן!;

זײַ(ט) געבענטשט!;

דער רבונו של עולם זאָל אײַך בענטשן! [rəbòynə-shəlóyləm], צפונדיק: [rəbèynə-shəléylom];

{אוניווערסאַליסטיש:}

זאָל אײַך (\דיר) גאָט בענטשן!.

 

blessing

{בײַ יידן:}

(די) ברכה [brókhə], דרומדיק: [brúkhə] (ל″ר: ברכות);

{אוניווערסאַליסטיש:}

(די) בענטשונג (ל″ר: -ען); (די) בענטשעניש (ל″ר: -ן).

 

blessing: make the traditional blessing on bread (or before any meal that includes the Jewish legal minimum of bread)

מאַכן המוציא [mákhn|(h)amóytsə], צפונדיק: [mákhn|(h)améytsə];

{אויך ברייטער, טאָמער גייט אין אַ באַזונדערער ברכה פאַר אַשטייגער בלויז פּירות, ווײַן וכו′ מיט דער כוונה אויף דער שייכותדיקער ברכה:}

מאַכן די ברכה; זאָגן די ברכה.

 

blessing: make the traditional blessing on fruit

מאַכן אַ בורא פּרי העץ [abóyrə|prìy-ho-éyts], דרומדיק: [abóyrə|prì:y-(h)u:-éyts], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ho-éyts].

 

blessing: make the traditional blessing on an inspiring event of renewal 

מאַכן אַ שהחינו [ash(əh)èkh(i)ónu], דרומדיק: [:ash(əh)èkh(i)ú:ni].

 

blessing: make the traditional blessing on miscellaneous grains and wheat products (other than bread)

מאַכן אַ (בורא מיני) מזונות [bòyrə-mínə-)m(ə)zóynəs)], צפונדיק: [[bèyrə-mínə-)m(ə)zéynəs)]].

 

blessing: make the traditional blessing after rescue from some peril

בענטשן גומל [góyml], צפונדיק: [géyml]; 

{אומפאָרמעל:} בענטשן ג′ (\גימל) [gíml].

 

blessing: make the traditional blessing on vegetables

מאַכן אַ בורא פּרי האדמה [abóyrə|prìy-ho-àdómə], דרומדיק: [abóyrə|prìy-(h)u:-àdúmə], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ho-àdómə].

 

blessing: make the traditional blessing on wine

מאַכן אַ בורא פּרי הגפן [abóyrə|prìy-ha-góf(e)n], דרומדיק: [abóyrə|prìy-(h)a-gúf(e)n], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ha-góf(e)n].

 

blessing: make the traditional blessing on miscellaneous foods (that do not come from the earth) and beverages (other than wine)

מאַכן אַ שהכל [ashə(h)ákl],

 

blind

בלינד.

 

blind alley

(דאָס\די) פאַרמאַכטע געסל (ל″ר: -עך);

(דער) קול⸗דע⸗זאַק (ל″ר: -ן); (דאָס\די) זאַקישע געסל (ל″ר: -עך); (דאָס\די) ענד⸗געסל (ל″ר: -עך).

 

blind copy (bcc)

(די) בלינדע קאָפּיע (ל″ר: -ס).

 

blind date

(די) מיסטעריעזע ראַנדקע (ל″ר: -ס); (דער) בלינדער ראַנדעוואו (ל″ר: -ען) (דער) בלינדער דייט (אויך: …דעיט).

 

blind luck

(ממש) סתם אַ מזל [màməsh|stám-amàzl]; (ממש) גלאַט אַ מזל;

{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} יענער מזל; {טאָמער דווקא צום גוטן:} אַ גויאישקער מזל.

 

blind person

{בייגעוודיק:} (אַ\דער) בלינדער; (אַ\די) בלינדע (ל″ר בײַ דח ביידע:) בלינדע;

{לס″נ:} אַ ני(ש)ט⸗זעעוודיקע(ר); אַ ני(ש)ט⸗זעענדיקע(ר); …וואָס זעט ני(ש)ט;

{לומדיש לס″נ:} אַ סגי נהור [sàgə-nóhər], דרומדיק: ([sàgə-nú:(h)ə(r] (ל″ר: -ס) (′אַ סך ליכט′).

 

blind spot (visibility)

(דער) בלינדער פּונקט (ל″ר: -ן); (דער) אומגעזעענער פּונקט (ל″ר: -ן).

 

blind spot (morality)

אַ (פּערזענלעכע) שוואַכקײַט; (דער) פּערזענלעכער בלינד⸗פּונקט (ל″ר: -ן).

 

blind: like a blind man

 בלינדערהייט; ווי אַ בלינדעראין דער פינצטער;

{לומדיש:} כסומא בארובה [k(ə)súmə| b(o)-arúbə], דרומדיק: [k(ə)sí:mə| b(u)-aríbə] (′ווי אַ בלינדער טאַפּט אין פענצטער′).

 

blind: turn a blind eye

זיך מאַכן ני(ש)ט⸗וויסנדיק; זיך מאַכן אַז מ′ווייס(ט) ני(ש)ט;

{לומדיש:} זיך מאַכן כלא ידע [k(ə)lòy-yódə], דרומדיק: [k(ə)lòy-yú:də], צפונדיק: [k(ə)lèy-yódə];

{סלענגיש; בײַ טייל אַ קאַפּ וואולגאַריש:} זיך מאַכן געפּגרט [gəpéygərt], דרומדיק: [gəpáygərt].

 

blindly

בלינדערהייט.

 

blindfold

(דער) אויגן⸗בונד (ל″ר: -ן); 

 

blindfolded

מיט (אַן) אויגנבונד.

 

blinding light

(דאָס\די) (פאַר)בלענדנדיקע ליכט;

{פּאָעטיש:} (דאָס\די) בלענד⸗ליכט.

 

blinding snow

(דער) (פאַר)בלענדנדיקער שניי (ל″ר: -ען);

{פּאָעטיש:} (דער) בלענד⸗שניי (ל″ר: -ען).

 

blindness

(די) בלינדקײַט;

{לומדיש:} (די) סגי⸗נהורדיקײַט [sàgə-nóhər-dəkàyt], דרומדיק: [sàgə-nú:hə(r)-dəkàyt];

{ע″ט און ליטעראַריש:} (די) בלינדיקײַט.

 

(blinds (n.) (for window

 (די) רולעטן (ל″ר); (די) שטאָרעס (ל″ר).

 

bling

{שפּאַסיק אָבער אָפטמאָל גוטמוטיק, אָפּלאַכעריש אָבער לאו דווקא מיט ביטול צום מענטשן וואָס גייט אַרומעט מיט צופיל צירונג:} שמאָנצעס; בלעכוואַַרג; בלינג;

{פראַזע:} ס′הענגט [s-héynkt] פון אים\איר מיט בלעך;

{פון אַמאָליקן גנבים לשון:} טשוועקעס.

 

blink (v.)

פּינטלען (מיט די אויגן);

{ליטעראַריש:} זשמורען (מיט די אויגן).

 

blink: in the blink of an eye

;אין אַן אויגנבליק

{לומדיש:} אין אַ הרף עין [ina-hèrəf-áyən], דרומדיק: [ina-hèyrəf-á:yən];

{נאָכמער לומדיש:} אין אַ כל⸗שהוא פון אַ רגע [ina-kól-shehù|funa-régə], דרומדיק: [ina-kól-she(h)i:|fina-réygə].

 

blintzes

(די) בלינצעס (אויך: בלינטשעס; בלינטשיקעס) (ל″ר).

 

blip

סתם אַן אויסנאַם [stám-anòysnam] (ל″ר: סתם אויסנאַמען); אַ זעלטענער אויסנאַם (ל″ר: -ען).

 

bliss

{אָן אַ אַרטיקל} פרייד ממש [máməsh]; ממש פרייד

אַן אמתע גליקלעכקײַט (\צופרידנקײַט) [anéməsə].

 

blissful

ממש פול מיט פרייד [máməsh]; פול מיט אמתער פרייד [éməsər].

 

blister

(דער) בלאָטער (ל″ר: -ס); (די\דער) בלאָז (ל″ר: -ן). (דער) פּוכיר [pukhír] (ל″ר: -עס); (דער) פּענכיר [penkhír] (ל″ר: -עס)/ 

 

Blitz: The London (/U.K.) Blitz (1940-1941)

(דער) (לאָנדאָנער) בליץ; (דער) דײַטשישער (\נאַצישער) בליץ איבער ענגלאַנד.

 

blitzkrieg

(די\דער) בליצקריג.

 

blizzard

(די) זאַווערוכע (ל″ר: -ס).

 

bloated

אויפגעבלאָזן [úv-gəblòzn], דרומדיק: [úv-gəblù:zn], טייל ד″מ: [ív-gəblùzn];

אָנגעבלאָזן.

 

bloating (n.)

(די) אָנגעבלאָזנקײַט.

 

(block (of wood

אַ קלאָץ (ל″ר: קלעצער).

 

(block (mental

אַן עיכוב אין מח (אויך: מוח) [aníkəv|in-móyəkh], צפונדיק: [aníkəv|in-méyəkh].

 

(.block (v. trans

אָפּהאַלטן; אָפּשטעלן; פאַרשטעלן דעם וועג (צפונדיק: …די וועג); 

{לומדיש:} מעכב זײַן [məákəv-zayn].

 

block lettering

{וועגן יידישן אלף⸗בית:}

געכתיבהטע אותיות [gə-ksí(y)vətə|óysyəz], צפונדיק: [gə-ksí(y)vətə|éysyəs]; כתיבה [ksí(y)və].

{אוניווערסאַליש:}

(די) גרויסהאַנטיקע שריפט; (די) בלאָק⸗שריפט.

 

block letters: write in block letters

{וועגן יידישן אלף⸗בית:}

אויסכתיבהן [óys-ksì(y)v(ə)n], אויך: אויסכתיבענען [óys-ksì(y)v(ə)nən].

{אוניווערסאַליש:}

שרײַבן מיט גרויסהאַנטיקע(ר) שריפט; שרײַבן מיט בלאָק⸗שריפט.

 

block out (of memory)

רעפּרעסירן (\פאַרבראַקירן \אויסבלאָקירן) (פונעם זכרון) [zəkórn], דרומדיק: [zəkú:rn].

 

block vote

(דער) שטים⸗בלאָק; דער עולם וואָס שטימט אַלץ בלאָק [óyləm], צפונדיק: [éylom];

(די) בלאָק⸗שטימענדיקע גרופּע; אַן אינאיינעם שטימענדיקער עולם.

 

(.blockade (n

(די) בלאָקאַדע (ל″ר: -ס).

 

(.blockade (v

מאַכן אַ בלאָקאַדע; בלאָקאַדעווען; בלאָקירן.

 

blockage

(די) אָפּהאַלטונג (ל″ר: -ען); (די) בלאָקירונג (ל″ר: -ען);

{טאָמער מעדיציניש:} (די) פאַרשטאָפּונג (ל″ר: -ען).

 

blockbuster

(דער) בלאַקבאָסטער (ל″ר: -ס).

 

blocked

פאַרשטעלט; אָפּגעהאַלטן; בלאָקירט;

{טאָמער מעדיציניש:} פאַרשטאָפּט.

 

blockhead → fool

 

blog (n.)

(דער) בלאָג, ל″ר: בלאָגס [blógz].

 

blog (v.)

 שרײַבן אויפן בלאָג; לאָזן וויסן אויפן בלאָג;

{עמאָטיוו צי איראָניש:} בלאָגן; בלאָגעווען; בלאָגירן;

{קריטיש וועגן בלאָגן צופיל אָדער ניט צו דער זאַך:} אָנבלאָגעווען; האַקן (\קלאַפּן) אויפן בלאָג.

  

blogger

(דער) בלאָגער (ל″ר: ø, אויך: -ס), ל″נ בלאָגערין (ל″ר: -ס), {איראָניש צי בייזוויליק:} בלאָגערקע (ל″ר: -ס).

 

blogosphere

(די) בלאָגאָספערע; (די) בלאָגן⸗וועלט;

{לומדיש מיט איראָניע צי הומאָר:} דער עולם הבלאָגים [òyləm-(h)ablógəm], צפונדיק: [èylom-(h)ablógəm].

 

bloke (guy)

(דער) יאַט (ל″ר: -ן);

{בלויז ל″ר:} חברה [khévrə].

 

blond

בלאָנד.

 

blond person

{בייגעוודיק:} (די\דער) בלאָנדע(ר).

 

blond woman

(די) בלאָנדינקע (ל″ר: -ס).

 

blood

(דאָס\די) בלוט.

 

blood bank

(די) בלוט⸗באַנק (ל″ר: ⸗בענק [beynk]).

 

blood cell

(דער) בלוט⸗צעל (ל″ר: -ן).

 

blood clot

(דער) בלוט⸗טראָמב (ל″ר: -ן); (דער) בלוט⸗קלומפּ (ל″ר: -ן); (דער) בלוט⸗קלאָט (ל″ר: -ן); 

 

blood count

(די) בלוט⸗צאָל (ל″ר: -ן); (די) העמאָ⸗צאָל (ל″ר: -ן).

 

blood donor

(דער) בלוט⸗שענקער [blút-shèynkər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).

 

blood drive

(דער) בלוט קאַמפּיין (ל″ר: -ען).

 

blood libel

{אין דער יידישער געשיכטע:}

עלילת דם [alìləz-dám] (ל″ר {מער לומדיש:} עלילות דם [alìloyz-dám], צפונדיק: [alìloyz-dám];

{אויך אוניווערסאַליסטיש:}

בלוט בלבול [blúd-bìlbl], דרומדיק: [blíd-bìlbl] (ל″ר: בלוט בלבולים [blúd-bilbùləm], דרומדיק: [blíd-bilbì(:)ləm]).

 

blood pressure

(דער) בלוטדרוק;

{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (די) דאַוולעניע.

 

blood pressure: measure one’s blood pressure

מעסטן דעם בלוטדרוק;

{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} אָפּמעסטן דעם בלוטדרוק.

 

blood pressure: high blood pressure

(דער) הויכער בלוטדרוק.

 

blood pressure: high blood pressure medicine

(די) מעדיצין צום הויכן בלוטדרוק; (די) בלוטדרוק מעדיצין.

 

blood relative

אַ ריכטיקער (\לײַבלעכער) קרוב [kórəv], דרומדיק: [kú:rəf] (ל″ר: קרובים [króyvəm], צפונדיק: [kréyvəm]), ל″ר: קרובה [króyvə], צפונדיק: [kréyvə] (ל″ר: קרובות) צי קרובטע [kórəf-tə], דרומדיק: [kú:rəf-tə] (ל″ר: -ס);

{לומדיש:} אַ שאר בשר [ashèyr-bósər], דרומדיק: [(ashàyr-bú:sə(r];

{טיילמאָל מיט איראָנישע נואַנסן:} אַ בשר מבשרי [abòsər-mipsórə], דרומדיק: [abù:sə(r)-mipsú:rə] (ל″ר: -ס).

 

blood sample

(די) בלוט⸗פּראָבע (ל″ר: -ס).

 

blood test

(דער) בלוט⸗אַנאַליז [análiz], אויך: [analíz] (ל″ר: -ן).

 

blood test: take a blood test

מאַכן אַן אַנאַליז פון בלוט [análiz].

 

blood transfusion

(די) בלוט⸗טראַנספוזיע (ל″ר: -ס).

 

blood sugar (level)

(דער) בלוט⸗צוקער.

 

blood sugar meter

(דער) בלוט⸗צוקער מעסטער (ל″ר: -ס).

 

(blood type (/group

(די) בלוט⸗גרופּע (ל″ר: -ס); (דער) בלוט⸗טיפּ (ל″ר: -ן).

 

blood vessel

(דער) אָדער [ódər, דרומדיק: [(ú:də(r] (ל″ר: -ן).

 

bloodbath

(די) בלוט⸗באָד (ל″ר: ⸗בעדער).

 

bloodhound

(דער) בלוט⸗הונט (ל″ר: ⸗הינט); (דער) שפּירונגס⸗הונט (ל″ר: ⸗הינט).

 

bloodless revolution

(די) בלוטלאָזע רעוואָלוציע (ל″ר: -ס); (די) שלאַכטלאָזע רעוואָלוציע (ל″ר: -ס); (די) רעוואָלוציע אָן בלוט⸗פאַרגיסונג.

 

bloodlust

(די) בלוטדאָרשטיקײַט (אויך: בלוטדורשטיקײַט);

 

bloodlust: person with bloodlust

(דער) בלוטדאָרשטיקער מענטש  (אויך: בלוטדורשטיקער);

{בייגעוודיק:} (די\דער) בלוטדאָרשטיקע(ר) (אויך: בלוטדורשטיקע(ר));

 

bloodshed

(די) בלוטפאַרגיסונג; (די) פאַרגיסונג פון בלוט;

{לומדיש:} אַ שפיכת דמים [shfìykhəz-dóməm], דרומדיק: [shfì:(y)khəz-dúməm].

 

bloodshot eyes

(די) פאַראָדערטע אויגן (ל″ר); (די) בלוט⸗אונטערלאָפענע אויגן (ל″ר); (די) רויט

ע אויגן (ל″ר); (די) פאַררויטלטע אויגן (ל″ר).

 

bloodstained

פאַרבלוטיקט; באַבלוטיקט; באַפלעקט מיט בלוט.

 

(.bloodsucker (fig

(דער) בלוט⸗זויגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלוט⸗זויגערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בלוט⸗זויגערקע (ל″ר: -ס);

(דער) בלוט⸗צאַפּער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלוט⸗צאַפּערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בלוט⸗צאַפּערקע (ל″ר: