Zephaniah in Lithuanian Yiddish

translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz


צפניה

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג

           

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום צפניה לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]). 

 

בווילנא

 

 

 

≡≡ פּרק א ≡≡

 

(א) ﬢער דְּבַֿר אֲדֹנָי וואָס ﬡיז געווען באַ צְפַנְיָה בֶּן־כּוּשִׁי בֶּן־גְּדַלְיָה בֶּן־אֲמַרְיָה בֶּן־חִזְקִיָּה, אין די יאָרן פון יֹאשִׁיָּהוּ בֶּן אָמוֹן, מלך יהוﬢה:

(ב) „זאַמלען ′עלעך אַלציקעﬢינג אײַנזאַמלען פון אַף דער ערד“, אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי. (ג) „דעם מענטשן און די בהמה ′עלעך אײַנזאַמלען; די פייגל אין הימל און די פיש וואָס אין ים ′עלעך אײַנזאַמלען; די שטרויﬤלשטיינער אינאיינעﬦ מיט די רשעים; און דעם מענטשן ′עלעך ﬤורﬨ זײַן פון אַף דער ערד“. אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי — (ד) און כ′ל די האַנט מײַנע נייגן צו יהודה צו⸗צו, און אַף די אַלע אײַנוואוינער פון ירושלים, און כ′ל אָפּהאַקן די אונטערבוקער אַוואָס אַף די דעכער, צו די חיילוﬨ פונעﬦ הימל, ﬡון דערצו: די ﬡונטערבוקער וואָס שווערן⸗זאַך אונטער אֲדֹנָיען און בשעﬨ מעשה — זייער מוֹלֶךְ געץ. (ו) אןן אָטאָ די וואָס האָבן⸗זאַך אַוועקגערוקט אַף קאַריקצוצו פון אֲדֹנָיען, און אַזעטקענע וואָס האָבן אֲדֹנָיען ניט באַגערט און ניט גענומען אוֹיסזוכן.

 

(ז) שאַשטיל פון אַפאַר אֲדֹנָי אֱלֹהִים,

ווײַלע נאָענט איז דער טאָג פון אֲדֹנָיען,

ווײַלע ער′ט⸗זאַך צוגעגרייט אַ שעﬤטונג,

ער האָט די פאַרבעטענע געטאָן צוגרייטן.

 

(ח) און ס′עט זײַן אינעﬦ טאָג פון אַדֹנָיס שעﬤטונג,

ﬡון כ′ל קומען שטראָפן:

די האַרן מיט די בני⸗מֵלֶךְ,

ﬡון אָטאָ די אַלע וואָס טוען⸗זאַך אָנעט אין די געצישע מלבושים.

(ט) און ﬤ′ל קומען אין אָטאָ דעם טאָג שטראָפן:

ﬡיטלעכן שוועלשפּרינגער,

די אַלע אַוואָס זיי פילן אָנעט זייער באַלעבאָסעס הוֹיז

מיט גוואַלדישע מעשים און מיט פאַלשקײַט.

(י) און ס′עט זײַן אין אָטאָ דעם טאָג —

אָט אַזויאָ טוט אֲדֹנָי זאָגן,

אַ קול פון ווייגעשרייען פון טויער שַער הדָגים,

מיט אַ יללה פון צווייטן קוואַרטאַל,

און אַ גרויסע צעקראַכעניש פון די היגלען.

(יא) טוט קלאָגן, ﬡיר ﬡײַנוואוינער אינעﬦ שטויסל,

ווײַלע נישט⸗געוואָרן זײַנען די גאַנצע סוחרים פון ﬤנען, 

אָפּגעשניטן זײַנען די זילבער⸗טרעגער.

 

(יב) און ס′עט זײַן אין אָטאָ די צײַט, 

ל′עך מיט ליכט אַדורכזוכן ירושלים,

און ﬤ′ל נעמען שטראָפן אָטאָ יענע לײַט,

די וואָס זיצן אָט אַזוי ווי ווײַן אַפן הייוון,

און זאָגן באַ זיך אין האַרצן:

אַז אֲדֹנָי טוט ניט גוט — די גוטע; ניט שלעכט — די שלעכטע.

(יג) און זייער האָב⸗און⸗גוט וועט צו רויב זײַן,

און זייערע הײַזער צו אַ פאַרוויסטעניש,

הײַזער ל′ן זיי סטראָיען און ﬡין זיי ניט וואוינען,

ווײַנגערטנער ל′ן זיי פלאַנצן און דעם ווײַן אַוואָס פון זיי ניט טרינקען.

 

(יד) נאָענט איז דער טאָג, דער גרויסער, פון אֲדֹנָיען,

נאָענט און אײַלט⸗זאַך שטאַרק צו,

אָדאָס איז דער קול פונעם יוֹם אֲדֹנָי,

ווﬡו דער מלחמה העלד נעמט ביטער וויינען.

 

(טו) אַ טאָג פון גרימצאָרן ′עט זײַן אָט יענער טאָג,

אַ טאָג פון צרוﬨ און פּלאָגן,

אַ טאָג פון וויסטונג און פאַרוויסטעניש,

אַ טאָג פון ﬤייסאַך און פינצטערניש,

אַ טאָג פון כמאַרעס מיט טומאַן.

 

(טז) אַ טאָג פון שופרוﬨ מיט ﬨקיעות

אַף די אײַנגעפעסטיקטע שטעט,

און אַף די טורעמﬢיקע ווינקלען פון שטאָט⸗ווענט.

 

(יז) און דעם מענטשן ′עלעך ענג מאַﬤן,

זיי′לן אַזש אַרומגיין ווי די בלינדע,

ווײַלע אַקעגן אֲדֹנָיען האָבן זיי דאָך געזינדיקט,

′עט די בלוט זייערע ווי שטויב געגאָסן ווערן,

זייער לײַב ווי שטיקער אָפּפאַל.

 

(יח) ניט דער זיבלער וואָס באַ זיי, ניט דער גאָלד באַ זיי,

וועט זיי ניט קענען אָפּראַטעווען,

ﬡינעﬦ טאָג פון גרימצאָרן פון אֲדֹנָי,

ﬡון מיטן פײַער פון זײַן קנאה,

′עט אָפּגעגעסן ווערן די גאַנצע ערד,

ווײַלע אַ סוף⸗מאַכונג און אַ בהלה,

ווער ער טאָן מאַכן פאַר די אַלע ﬨושבים פון לאַנד.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) קלײַבט⸗זאַך ווי שײַטלעך און שײַטלט⸗זאַך,

אָ פאָלק אומווערﬢיקער,

(ב) אייﬢער ס′גייט אַרוֹיס די גזירה,

און ס′קומט דער טאָג ווען מ′עט ווי פּלאָווע אָפּפליען,

פאַרדעם ווי ס′זאָל אַף אײַך ניט קומען

דער גרימצאָרן פון אֲדֹנָיען,

פאַרדעם ווי ס′זאָל אַף אײַך ניט קומען,

דער טאָג פון אֲדֹנָיס רוגזﬡ.

 

(ג) זוכט אוֹיסעט אֲדֹנָיען,

איר אַלע בעלי⸗ענווה אַוואָס אין לאַנד,

וואָס האָבן זײַן רעכטפאַרטיקן משפּט אַדורכגעפירט,

געזוכט גערעכטיקײַט, געזוכט ענווה,

ﬡיז קען גרײַלעך זײַן אַז איר′ט⸗זאַך אַרוֹיסדראַפּען,

ﬡינעﬦ טאָג פון אֲדֹנָיס רוגזא.

 

(ד) אַז עַזָּה′ט פאַרוואָרלאָזט זײַן,

און אַשְׁקְלֹון אַף פאַרוויסטעניש,

די אַשְׁדֹּודער ′עט מען אינמיטן טאָג פאַרטרײַבן,

ﬡון עֶקְרֹון ′עט מען עוקר מן השורש זײַן.

 

(ה) אַזאָכנאַזוויי די ﬨושבים באַם ברעג ים:

דער פאָלק פון די כְּרֵתִֿים;

דער דּבֿר אֲדֹנָי איז אַַף אײַך:

ﬤנען, לאַנד פון די פּלישﬨים,

אַז ﬤ′וועל דיר אָנפאַרלאָרענען, גאָר אָן אַ ﬨושב,

(ו) און דער ברעג ים ′עט אַף פּאַשען זײַן,

מיט ﬤאַטעס פון פּאַסטעﬤער און פעלדער מיט שאָף.

 

(ז) נאָר אַ ים⸗ברעג ′עט עס פונדעסטוועגן אויך זײַן,

אַפן שאריﬨ הפּליטה פון ביﬨ יהודה,

מ′זאָל אָטאָ דאָרטנאָ פיטערן,

און די אַוואָס אין די הײַזער אַוואָס אין אשקלון ל′ן⸗זאַך צולייגן אין אָוונט,

ווײַלע אֲדֹנָי זייער גאָט וועט ﬡומקערן זייער געפענקעניש.

 

(ה) האָבעך געהערט די זיג⸗רייד פון די מוֹאָבֿער,

מיט די לעסטערונגען פון די עַמּוֹנער,

אַוואָס זיי האָבן זיג⸗רייד אַף מײַן פאָלק געטאָן זאָגן,

און זאַך⸗אוֹיסגעפײַנט איבער זייערע גרעניצן.

 

(ט) דרום: אָט ווי איך לעב! —

אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי צְבָאֹוﬨ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל:

אַז מואב ′עט ווי סﬢום זײַן,

און ﬢי עַמּוֹנער ווי עֲמוֹרה —

אַ שאָרכעניש פון ﬢערנער מיט אַ גראָבן פון זאַלץ,

אַ פאַרוויסטענישטע ביז אייביק,

די שﬡריﬨ הפּליטה פון מײַן פאָלק וועט זיי אָפּבַּטלען,

דער איבערבלײַב פון פאָלק מײַנעﬦ וועט זיי פאָרט יַרשענען;

 

(י) אָט ′לן זיי האָבן אַפן אָרט פון זייער גﬢלוﬨ,

מיט די אוֹיספײַנערישע זיג⸗רייד,

איבערן סאַמע פאָלק פון אֲדֹנָי צְבָאוֹת.

 

(יא) ﬡימהדיק ﬡיז ﬡיבער זיי אֲדֹנָי,

וואָס ער′ט אוֹײסדאַרן די אַלע געטעלעך אַוואָס אינעﬦ לאַנד,

און צו ע ם ′עט⸗זאַך צובוקן איטלעﬤער, אַ מענטש אַפן אָרט זײַנעﬦ,

פעלקער פון העט ווײַטע אינדזלען.

 

(יב) און איר, כּוּשִׁים — גַּם אַתֶּם!

דערשלאָגענע פון מײַן שווערד ט′איר זײַן!

 

(יג) און ער′ט זײַן האַנט איבערן צפון נייגן,

און ער′ט מאַכן פאַרלאָרן גיין אשור,

נִינְוֵה ′עט′ער פאַר אַ וויסטיקײַט שטעלן,

אַן אוֹיסגעטריקנטע ווי דער מﬢבר.

(יד) ס′עלן אַזש באַ איר הויֹערן אין טשערעדעס,

אַלערלייאיקע חיוﬨ וואָס באַ די ﬡומוﬨ,

דער קָאַﬨ⸗פויגל מיטן קִפּוֹד⸗פויגל,

ביידע ′לן זיי איבערנעכטיקן אין די ﬡייבערשטע לעכער פון זײַלן,

אָט זינגען זיי, די פייגל, פון פענצטער,

מיט וויסטיקײַט איבער די שוועלן,

די טענענבוימשע באַלקנס אַנטפּלעקטע.

(טו) אָט האָסטע די גליקלעﬤע שטאָט,

וואָס זי זיצט⸗זאַך זיﬤערערהייט,

וואָס באַזעך אין האַרצן זאָגט זי:

„אָט בינעך, און אוֹיסער מיר — קיינער ניט!“

איז ווי אַזוי זשע איז זי געוואָרן אַ פאַרוויסטונג,

אַ האַרבערוגנ פאַר חיוﬨ.

 

איטלעﬤער וואָס גייט באַ איר פאַרבײַ

טוט שמוצערן און חידושט⸗זאַך,

מאַכט אַזש אַ מאַך מיטן האַנט.

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) אַזאָכנאַזוויי איר, די וויﬢערשפּעניקע, פאַרבלוטיקטע,

די ירושלמער טויבן⸗שטאָט.

(ב) צו קין קול האָט זי⸗זאַך ניט צוגעהערט,

קין מוסר′ט זי⸗זאַך ניט גענומען,

אין אֲדֹנָיען קין בטחון ניט געהאַט,

צו איר גאָט ט′זי⸗זאַך ניט דערנעענטערט.

) די פּרינצן אירע, וואָס באַ איר, זײַנען שרײַאיקע לייבן,

און די שופטים — נאַﬤטיקע וועלף,

וואָס לאָזן קין ביינﬢל ניט אַף מאָרגן,

) אירע נביאים זײַנען צעווילדעוועטע,

מענטשן פאַררעטער,

די ﬤהנים ירע — מחללי קודש,

האָבן די ﬨורה פאַרקריפּלט.

(ה) נײַערט אֲדֹנָי אַוואָס אין איר גופ, איז אַ צדיק,

טוט ניט קיין עוולה,

אַז אַלע פרימאָרגן אינﬢערפרי,

גיט ער דעם משפּט זײַנעם, ניט אַף פאַרפעלן,

נײַערט דער ﬡומרעכט טוער האָט קיין בושה ניט.

 

(ו) פעלקער האָבעך פאַרשניטן,

זייערע גאַסן⸗ווינקלעך זײַנען פּוסטע,

די גאַסן האָבעך חרוב געמאַכט,

קין פאַרבײַגייער ﬡיז ניטאָ,

זייערע שטעט זײַנען פאַרטיליקט,

אָן אַ מעטשן, קיין ﬨושב ﬡיז ניטאָ.

 

(ז) האָבעך לﬤﬨחילה געהאַלטן:

„אײַ, פונדעסטוועגן,

פאַר מיר ′סטע מורא האָבן און אָפּנעמען אַ מוסר,

זאָל די וואוינונג אירע ניט אָפּגעשניטן ווערן, ניט

קוקנדיק אַף אַלציקעﬢינג וואָס כ′האָב איר געטאָן שטראָפן“ —

נאָר וואָﬢען, זיי האָבן געאײַלט זאַך⸗אופכאַפּן גאָר פרי,

אַף זייערע אַלע טואונגען קאַלע מאַכן.

 

(ח) דרום וואַרט מיר אוֹיסעט, —

אָט אַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי —

אַפן טאָג פון מײַן אופשטיין צו דער באַשטימטער צײַט,

ווײַל דער משפּט איז באַ מיר די פעלקער צונויפקלײַבן,

די מלוﬤוﬨ ופזאַמלען,

אוֹיסגיסן אַף זיי מײַן צאָרן,

דעם גאַנצן גרימצאָרן מײַנעם,

ווײַלע אין פײַער פון מײַן קנאה

וועט געגעסן ווערן די גאַנצע לאַנﬢ.

(ט) ווײַלע יעמאָלט ל′עך אומקערן צו די פעלקער,

אַ לוֹיטערן לשון:

אַלע זאָלן זיי רופן אין נאָמען פון אֲדֹנָי,

עֶﬦ עבוﬢה טאָן ﬡין אַן ﬡיינﬡיינציקע חברוﬨﬡ.

 

(י)  פון העט ווײַט, ﬡיבער די טײַכן פון כּוּש,

′לן זיי מיר גאָר אַ מﬨנה אַוועקטראָגן:

מײַן שיינדל די טאָכטער פון מײַנע אוֹיספאַרשפּרייטע.

(יא) אין אָטאָ דעם טאָג וועסט מער ניט פאַרשעמט זײַן,

פון וועגן דײַנע אַלע טועכצער,

וואָס מיט זיי האָסט אין מיר געטאָן זינדיקן,

ווײַלע יעמאָלט ל′איך צונעמען פון אַצווישן דיר,

אָטאָ די וואָס הוליען פאַר גווה,

און דו אַליין ′עסט שוים ניט גווהנען,

מער אַפן באַרג פון מײַן קדושה.

(יב) און אינצווישן דיר, גופﬡ, ′עלעך איבערלאָזן,

אַ פאָלק אַן אָרעמען אַ בﬢלוﬨﬢיקן,

און זיי′לן אַ מקלט טרעפן אינעﬦ נאָמען פון אֲדֹנָיען.

 

(יג) מער ′עט דער שאריﬨ ישראל קין אומרעכט ניט אָפּטאָן,

קין ﬤזב ושקר ′לן זיי ניט רייﬢן,

און באַ זיי אין מוֹיל ט′מען קיין פאַלשקײַט ניט טרעפן,

אַז זיי וועלן צו דער זעט אָפּעסן ון זאַך⸗אָפּרוען,

ﬡון קיינער ′עט קין פּחﬢ אַף זיי ניט אָנוואַרפן.

 

(יד) ﬡיז זינג⸗זשע בﬨ ציון,

רוף⸗זשע אוֹיסעט, ישרﬡל,

זײַ גליקלעך און פריי⸗זאַך מיט די גאַנצע האַרץ,

אָ בﬨ ירושלים.

 

(טו) אַז אֲדֹנָי′עט אַראָפּנעמען אַיעדן פּסק,

דײַן שונא ט′ער פאַרטריבן. אַז

דער מלך ישראל — אֲדֹנָי, איז באַ דיר גופﬡ,

וועסט מער פאַר קיין שלעכטיקײַט ניט דאַרפן האָבן קין מורﬡ.

(טז) אין אָטאָ דעם טאָג ′עט געזאָגט ווערן:

„האָב קין מורא ניט, אָ ירושלים,

לאָז ניט פאַרשלאַפן די הענט, אָ ציון.

(יז) אַז אֲדֹנָי דײַן גאָט איז אָ⸗דאָ באַ דיר,

דער גיבור וואָס′עט קומען אָפּראַטעווען,

ער′ט⸗זאַך מיט דיר דערפרייען, בשמחה,

אין זײַן האָלטשאַפט ′עט ער שטומען,

און גליקן איבער דיר — מיט שירה.

(יח) און אָטאָ די וואָס זײַנען דערווײַטערט פון יום⸗טובים האַלטן,

און זײַנען אָבער פאָרט פון דיר,

ל′ן זיי מער קין חרפּה ניט טראָגן.

(יט  אָט ′עלעך⸗זאַך יעמאָלט אָפּגעבן,

מיט אָט די וואָס טשעפּענען⸗זאַך צו דיר,

און די קאַליקע ′עלעך אָפּראַטעווען,

און צוקלײַבן די פאַרשיקטע,

כ′ל זיי שטעלן פאַר אַ שבח און אַ שם,

וואָס געווען זײַנען זיי צו שאַנד פאַרדעם אין גאַנצן לאַנד.

 

(כ)  אין יענע צײַט ′עלעך אײַך ברענגען,

ﬡון בשעﬨ מעשה ′עלעך אײַך צונויפקלײַבן,

ﬡײַך פאַר אַ שם און אַ שבח שטעלן,

באַ די אלע פעלקער וואָס אַף דער וועלט,

באַם אומקערן אײַער געפענקעניש,

פאַר אײַך אין ﬢי אויגן,

זאָגט אֲדֹנָי.

 

 

חזק


אלול תש″ף

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מעתיק אַליין.