translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz
◊
נחום
◊
תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:
הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס
◊
די פּרקים
א ב ג
◊
◊
בווילנא◊
◊
לעין הקורא
אין אָט דעם תרגום נחום לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).
◊
◊
≡≡ פּרק א ≡≡◊
(א) „ﬢער עול הנבואה פון נִינוֵה“ — אָּﬢאָס איז ﬢער ספר חזיונוﬨ פון נָחוּﬦ ﬢעם אֶלְקוֹשׁער:
(ב) אַ בעל⸗קנאה ﬡון אַ בעל⸗נקמה איז אֲדֹנָי,
אַ נוקם און אַ גרימצאָרנדיקער,
אַ נוקם איז אֲדֹנָי אַף זײַנע קעגנער,
אַזאַ וואָס היט אוף אַ כעס אַף די שונאיﬦ זײַנע.
(ג) ﬢערלענגערט ער דעם צאָרן זײַנעם, אֲדֹנָי, ר′איז דאָך אַ גדול אין כח,
נאָר ריינוואַשן ט′ער קין שולדיקע ניט ריינוואַשן,
דער גאַנג באַ עם איז אַ שטורעם, אַ זאַווערוﬤע,
עﬦ ﬡיז אַ וואָלקן מערניט דער שטויב וואָס באַ די פיס.
(ד) טוט ער אַפן יﬦ אַ שרײַ⸗אוֹיסעט — איז מאַכט ער עם פאַר טרוקן,
און די אַלע טײַכן מאַכט ער פון זיי קאַליע;
אומגליקלעך איז דער בָּשָׁן מיטן כַּרְמֶל,
און די בלימל פון לבנון — אויכעט אומגליקלעך.
(ה) אַז בערג טוען פאַר עﬦ ציטערן,
און היגלען צעגייען⸗זאַך,
די ערﬢ הייבט⸗זאַך פון אַפאַר⸗עﬦ,
די וועלט אַזש, מיט די אַלע וואָס אין איר טוען וואוינען.
(ו) ווער קען דען אוֹיסשטיין פון פאַר זײַן רוגזא?
און ווער′ט⸗זאַך קענען אַ הייב טאָן פון פאַר זײַן רוגז,
אַז די חמה ﬡיז ווי פון פײַער געגאָסן,
אַז די שטיינער ווערן דאָך צושטויסן פון אַפאַר⸗עﬦ.
(ז) אָ גוט איז אֲדֹנָי,
אַף אַ פעסטונג אין אַן עﬨ צרה,
און ווייס ווער אין עם דעם מקלט זוכט⸗זאַך.
(ח ווײַלע מיט אַ מבול וואָס פלייצט איבער,
′עט ער אַ סוף מאַכן מיטן סאַמע אָרט אירן,
און אַ כייסאַך ′עט די שונאיﬦ זײַנע פאַרכאַפּן.
(ט) איז וואָס′ט איר דען אַף אֲדֹנָיען צוקלערן, אַ?
אַז דעם ריכטיקן סוף גייט ער מאַכן,
און די צרה אָדאָרטן ′עט קין צווייטן מאָל ניט אופשטיין,
(י) ווײַלע ווי פאַרטשעפּעטע ﬢערנער,
ﬡון באַגילופנטע מיטן גילופין זייערן,
′עלן זיי אופגעפרעסן ווערן ווי אַ קופּע אוֹיסגעטריקנטע שטרוי.
(יא) אַז גראָד פון דיר איז אַרוֹיסעט,
אָטאָ דער⸗אָ, אַוואָס שלעכטיקײַט אַף אֲדֹנָיען קלערט ער צו,
אַן עצה⸗געבער פון — הוילע ווערטלאָזיקײַן.
(יב) איז אָטאַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי:
זאָלן זיי אַפילו באַ די גאַנצע ﬤוחוﬨ זײַן, און גאָר אַ פולע זייערע,
ט′מען זיי פונדעסטוועגן אַ שנײַד⸗אָפּעט טאָן, און זיי′לן אַדורך;
און טאָמער האָב איך דיר געמוטשעט, ל′עך אַווײַטער מער ניט מוטשען.
(יג ) איז איצטערטאָ ל′עך דעם יאָך זײַנעם אַפון דיר אָ′ברעﬤן,
און דײַנע בינד⸗רימען צעשמעטערן.
(יד) ﬡון אַף דיר האָט אֲדֹנָי געפּסקנט:
אַז פון דײַן נאָמען ′עט מער קין זרע ניט זײַן;
פונעם הוֹיז פון דײַנע געטער,
′עלעך ﬤורﬨ זײַן די פּסיליﬦ מיט די געגאָסענע בילדעﬤצער,
זיי וועלן דען דײַן קבר זײַן,
ווײַלע דו ביסט צו אַ גאָרנישניט געוואָרן.
◊
≡≡ פּרק ב ≡≡
(א) אָט! איבער די בערג — טריט
פון מבשר, גיט ער הערן — שלוﬦ:
„גיי פּראַווע, יהוﬢה, די יוﬦ⸗טוביﬦ דײַנע,
די נﬢריﬦ צאָל אָפּעט,
ווײַלע אַווײַטער ט′ער, דער גאָרנישﬢיקער,
ניט מערן באַ דיר אַדורך,
אַז אַ פאַרשניטענער ט′ער פאַרבלײַבן.
(ב) אָ⸗דער האַמער איז פון פאַרן פּנים דײַנעﬦ אַרוף,
ﬡיז פעסטיק⸗זאַך צו, די פעסטונגען,
קוק⸗זאַך אומעט אַפן וועג, די לענדן פאַרשטאַרק⸗זאַך,
מיט ﬤח, א פולע, פאַרשטאַרק⸗זאַך.
(ג) ווײַלע אומקערן ′עט אֲדֹנָי דעﬦ ﬤבוﬢ פון יעֲנקבֿן,
אָט ווי דעם ﬤבוד ישראל,
אַז די אוֹיסליידיקער האָבן זיי דאָך שוין אוֹיסגעליידיקט,
זייערע ווײַנטרוֹיב⸗צווײַגן געפּטרט.
(ד) ווײַלע דער פּאַנצער פון די גיבוריﬦ זײַנע ווערט אַזש רויט,
די מלחמהלײַט — אין ווערמל⸗פאַרב;
די קאַרעטן ווערן פון אײַזן⸗פײַער אין טאָג פון צוגרייט;
און די שפּיזן זײַנען אָנגעפאַרסמטע.
(ה) ווילדעווען קאַרעטן איבער גאַסן,
צעשפּוזען זיך אַף פּראָספּעקטן,
זייער אוֹיסזען ווי האַנט⸗פלאַמען,
אַ שפּרונג⸗טאָנדיק, באַלד אַהער באַלד אַהין.
(ו) דערמאָנט ער⸗זאַך אין זײַנע אﬢיריﬦ,
זיי ווידער שטאָמפּערן אין סאַמע מאַרש,
זיי לויפן צום וואַנט צוצו,
אונטערן געגרייטן געהילץ⸗שטיבל.
(ז) די טויערן פון די טײַכן טוען⸗זאַך אַן עפן⸗אוף,
ﬡון דער פּאַלאַץ נעמט צעגיין,
ﬡון הוּצבֿ⸗המלﬤהן, אַ נאַקעטע אופגעדעקט, טראָגט מען אַוועקעט,
ﬡירע באַדינערקעס ﬤליפּען מיט אַ טוֹיבישן קֶלﬤל,
אַזאַ וואָס טוט אַפן האַרצן קלאַפּן.
(ט) אַז נִינְוֵה שטייט⸗זאַך פון ﬨמיﬢ ווי אַ סאַדזיווקע,
ﬡון פונדעסטוועגן נעמט מען פּליטה מאַכן –
„בלײַבט⸗זשע, בלײַבט⸗זשע!“
און פאָרט ניטאָ קין איינער וואָס קערט⸗זאַך אַף קאַריק אומעט.
(י) ﬡיז: גַזְלט די זילבער און גַזְלט די גאָלד!
אַקי′ סוף איז ניטאָ מיט די סקלאַדן,
גייט, נעמט די וואָג פון די אַלע ﬤלי חמדה.
(יא) וויסט און ליידיק און אוֹיסגעליידיקט,
די האַרץ צוגייט און די קני באַנאַנﬢ קנאַקן⸗זאַך,
ﬡון ﬡין די לענדן אַ ציטערניש.
און באַ איטלעכן דער פּנים — מיט פינצטערניש קלײַבט⸗זאַך אָנעט.
(יב) אַווﬡו איז דען די נאָרע פון די לייבן,
אַווﬡו ס′האָבן די לייבעלעך געפּאַשעט,
אַווﬡו ס′זײַנען אַרומגעגאַנגען דער לייב מיט די לייביכע אָטאָדאָרטן,
דער עופעלע⸗לייבעלע לעבט⸗זאַך,
און ניטאָ ווער ס′זאָל עﬦ דען אָנשרעקן.
(יג) האָט דאָך דער לייב פאַר די קינדערלעך גענוג אַף פּיצלעך צוריסן,
און פאַר זײַנע לייביﬤעס ניט געזשאַלעוועט דערשטיקן,
און זײַן הייל מיט נבילוﬨ אָנגעפילט
און מיט טרפוﬨ זײַן נאָרע.
(יד) איז אָט קומעך אַף די דײַניקע,
אָטאַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי דער גאָט פון צבאוﬨ:
אירע קאַרעטן ל′עך אין רוֹיך פאַרברענען,
און די שווערד ′עט אופעסן דײַנע יונגע לייבן,
און דײַן טרפוﬨ ′עלעך פון דער וועלט אָפּהאַקן,
און מער ט′מען ניט הערן דעם קול פון די סאַמעראָדנע משולחיﬦ דײַנע.
◊
≡≡ פּרק ג ≡≡
(א) וויי צו די בלוטיקע שטאָט!
זי איז אינגאַנצן שקרנוﬨ, מיט גוואַלד⸗מעשיﬦ פול.
דער רויב רירט זיך ניט אַוועקעט פון אָרט.
(ב) אָט: „נאָ⸗אָ!“ מיטן בײַטש,
אָט: „בראַזג“ פון ראָד,
שפּרינגעדיקע פערד מיט טאַנצעדיקע קאַרעטן.
(ב) אַ רײַטער שטורעמט אָנעט,
די שווערד טוט גליען, די שפּיז בלישטשעט,
אַ פולע געפאַלענע מיט אָנגעוואָרפענע פּגריﬦ,
ניטאָ קין סוף צו די גופיﬦ,
ווערן זיי, די גופיﬦ, פאַרזעך אַ מﬤשול.
(ד) פון די אַלע זנוﬨערײַען פון די זונה,
זי איז דאָך אַ גוט⸗חנעוודיקע, זי קען פאַרﬤישופן,
אַזש פעלקער פאַרקויפט זי מיטן זנוﬨעﬤץ,
און מיטן ﬤישוף משפּחוﬨ.
(ה) פאַלעך אַף אײַך אָנעט! — אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי צבאוﬨ,
מיט די קליידל איבערן פּניﬦ ′עלעך דיר אַנטפּלעקן,
דײַן נאַקיטקײַט ל′עך פאַר די פעלקער באַווײַזן,
און די קיניגרײַﬤן — דײַן שאַנד.
(ו) און כ′ל אַף דיר אָנשיקן:
פּאַסקודסטוועס, ′עסטע⸗זאַך פּאַסקודיען,
און דיר אַוועקשטעלן ווי אַ שטיק טינוף.
(ז) און ווער ס′עט דיר אָנקוקן וועט פון דיר אַ לויף טאָן,
אַזאָגנדיק: אַז פאַרחָרובֿט איז נִינְוֵה,
ווער′ט אַף איר קלאָגן,
פון וואַנענט ′עלעך גיין זוכן אַ בעל⸗מנחﬦ?
(ח) דיר ′עט דען בעסער זײַן ווי די שטאָט נוֹא⸗אָמוֹן,
וואָס איז באַ די טײַכן פון מצריﬦ געווען,
אַרומענאַרומעט — וואַסערן,
וואָס די וואַסערן זײַנען איר חַיִל, איר שטאָט⸗וואַנט?
(ט) אַז דער גאַנצער כח דײַנער איז געווען כּוש, מיט מצרים, אָן אַן עק,
מיט פּוט און לוּבִֿים — דײַנע באַהעלפער,
(י) ﬡון דאָך ט′מען איר אין גלוﬨ געפירט, אין געפענקעניש,
און די קינדערלעך אירע האָט מען
אַף פּיצלעך צעריסן באַם הויפּט⸗ראָג פון די אַלע גאַסן;
איבער די נﬤבﬢיﬦ ט′מען גורל געוואָרפן,
און אירע גדוליﬦ ט′מען אין קייטן פאַרשפּאַרט.
(יא) ﬡויך דו ′עסט⸗זאַך אָנשיﬤורן,
ביזן אַוועקחלשן,
אויך דו ′עסט⸗זאַך בעטן אַ פעסטעניש פון פאַרן פײַנט.
(יב) דײַנע אַלע אײַנגעפעסטיקטע שטעט
ל′ן ווי פײַגנביימער מיט ערשט צײַטיקע פײַגן —
אַ שאָקל טאָן דאַרף מען מערניט, און אָט פאַלן זיי צוﬦ עסער אַרײַנעט.
(יג) אָט דער פאָלק וואָס באַ דיר — פרוֹיען!
פאַר די שונאיﬦ זײַנען אָפן אופגעעפנט דײַנע טויערן,
ווײַלע דער פײַער האָט שוים די אײַזערנע שטאַנגען געגעסן.
(יד) איז שעפּ⸗זאַך אָנעט באַלאַגער⸗וואַסער,
און פאַרשטאַרק דײַנע געפעסטיקטע שטעט,
גיי קריך אַרײַנעט אינעﬦ לייﬦ, גיי און צוטרעט די וואַפּנע,
האַלט זיך אָנעט אָנעﬦ ציגל⸗פורעﬦ.
(טו) אָדאָרטן גופא ′עט דיר דער פײַער פרעסן,
די שווערד ′עט דיר אָפּהאַקן,
ס′עט דיר פרעסן ווי דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק,
גיי און מער⸗זאַך ווי דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק,
גיי און מער⸗זאַך גלאַט ווי די היישריקעס.
(טז) האָסט דאָך געמערט די סוחריﬦ וואָס באַ דיר,
מער וויפל די שטערן אַפן הימל —
נעמט טאַקע דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק, שפּרייט זיך אוֹיסעט די פליגלען, פליט אָפּעט.
(יז) דײַנע האַרן זײַנען ווי די היישערקעס,
דײַנע ממונים אַזוי ווי דער גרעסטער מין היישעריק,
וואָס זיי שטעלן⸗זאַך אַוועקעט אַף די צאַמען מיט די ווענט,
אין אַ טאָג פון קרירה,
נאָר ווען די זון שײַנט ﬡופעט, פליען זיי אָפּעט,
ﬡון זייער אָרט איז ניט באַקאַנט — גיי זוך.
(יח) מלך אַשור! די פּאַסטעכער באַ דיר שלאָפן⸗זאַך אײַנעט,
דײַנע אדירים זײַנען שוין אין זייער רו,
צוזייט איז דײַן פאָלק איבער די בערג,
ניטאָ ווער זאָל זיי נעמען זאַמלען.
(יט) צו דײַן בראָך ﬡיז קין לינדערונג ניטאָ,
די מﬤּה באַ דיר קרענקט,
די אַלע צוהערער פון די נײַעס
פּאַטשן ﬡיבער דיר מיט די הענט —
ווײַלע אַף וועמען איז דען ניט אַרוף די שלעﬤטיקײַט דײַנע —
אַזש פון ﬨמיﬢ.