◊
יואל
◊
תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:
געווידמעט ר′ יואל נאָרווילאַ, דעם אומדערמידלעכן ווילנער קעמפער פאַרן אָפּראַטעווען דעם אַלטן ווילנער יידישן בית⸗עלמין אויף פּיראַמאָנט
די פּרקים
א ב ג ד
◊
☜ רות ☜ מלכים א ☜ מלכים ב ☜ הושע ☜ יונה ☜ איכה ☜ אסתר ☜ דניאל ☜ קהלת ☜ שיר השירים
◊
בווילנא
◊
לעין הקורא
אין אָט דעם תרגום יואל לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).◊
◊
◊
- (א) אָדאָס איז דער דְּבַר יי, אַוואָס איז באַ יוֹאֵל⸗בֶּן⸗פְּתֿוּאֵלן געווען:
- (ב) די זקנים — הערט זשע אוֹיסעט,
- און האָרכט⸗זאַך צו, איר אַלע תושבים פונעם לאַנד:
- אי′דען אַזעטקענע זאַכן געווען אין אײַערע טעג?
- צי אין די טעג פון די אבות אײַערע?
- (ג) איז גייט דערציילט אַפדערוף די קינדער אײַערע,
- און ווײַטער די קינדער — זייערע קינדער,
- און נאַכער ז י י ע ר ע קינדער — דעם אַנדערן דור:
- (ד) אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז פונעם היישעריק⸗הַגָּזָם געבליבן, האָט אופגעגעסן דער גרויסער היישעריק;
- און אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז נאָך יענעם היישעריק געבליבן, האָט דאָך אופגעגעסן דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק;
- און אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס איז נאָכן יֶלֶק געבליבן, האָט דאָך אופגעגעסן דער היישעריק⸗הַחָסִיל.
- (ה) איז הייבט⸗זאַך אופעט פון שלאָף, שכורים וואָס איר זײַט און נעמט וויינען,
- און אַ יללה לאָזט אַרוֹיסעט, איר ווײַנטרינקער,
- אַפן זיסן ווײַן, אַלמאי ס′איז פון אײַער מוֹיל אָפּגעשניטן געוואָרן.
- (ו) ווײַלע אָט אַזאַ מין פאָלק איז אופגעגאַנגען אַף מײַן לאַנד,
- אַ שטאַרקער, אַוואָס עם איז גאָר ניט איבערציילן,
- די ציינער זײַנען באַ עם פון אַ לייב די ציינער,
- און באַ עם ווי באַ אַ רײַס⸗לייב די באַַקציינער.
- (ז) ער האָט דעם ווײַנשטאָק מײַנעם פאַר אַ וויסטעניש געמאַכט, און פון מײַן פײַגנבוֹים — שפּענדלעך;
- עם אַ ליידיקן געלאָזן און אַנידערגעוואָרפן, די צווײַגן פאַרווײַסעוועט.
- (ח) איז קלאָגט, אַזוי ווי די יונגפרוֹי אָנגעגורט מיט זאַק,
- ווײַלע זי טרויערט נאָכן מאַן פון די יונגע יאָרן.
- (ט) פאַרשניטן געוואָרן איז דער קרבן מנחה,
- מיטן יין נסך פונעם בֵּית יי,
- ס′פּראַווען אבילות די כהנים, באַדינער פון גאָט.
- (י) דער פעלד — באַרויבט,
- און די לאַנד האָט אבילות געפּראַוועט,
- אַלמאי באַרויבט איז — דער קאָרן,
- דער נײַ⸗ווײַן געפּטרט, און דער בוימל באַאומגליקט.
- (יא) איז שעמט זיך, איר, אַקערלײַט,
- לאָזט אַ יללה, איר ווײַנגערטנערלײַט,
- איבערן ווייץ מיט די גערשטן,
- אַז די שניט פון פעלד איז אַזש קאַלע געוואָרן.
- (יב) דער ווײַנשטאָק איז אוֹיסגעטריקנט, דער פײַגנבוֹים פאַראומגליקט;
- דער מילגרוֹים, אָט אַזוי אויך דער טייטלבוֹים מיטן עפּלבוֹים,
- אַז אַלע ביימער אַוואָס אַפן פעלד זײַנען פאַרוויאַנעט,
- אַז די פרייד פון מענטשנקינדער איז פאַרוויאַנעט.
- (יג) גורט⸗זאַך אָנעט מיט זעק, איר כהנים, און מאַכט אַ הספּד,
- יללות לאָזט אַרוֹיסעט, איר וואָס באַדינען באַם מזבח.
- קומט זשע און אין זעק נעכטיקט איבער,
- איר באַדינער פון גאָט מײַנעם,
- ווײַלע פונעם בית⸗אלהים אײַערן איז פאַרמיטן —
- דער קרבן מנחה מיטן נסך⸗ווײַן.
- (יד) אַ תענית ברייט אָנעט, אַן אײַנזאַמלונג רופט אײַנעט,
- די זקנים רופט צונויפעט — די אַלע תושבים אַוואָס אין לאַנד,
- אינעם בֵּית יי, אײַער גאָט,
- און צו גאָט שרײַט זשע אוֹיסעט:
- (טו) „אַזאָכנוויי דעם טאָג,
- אַוואָס ער לאָקערט נאָענט, אָטאָ דער טאָג פון גאָט.“
- און ווי אַַן אָנפאַל פון אָנפאַלער ′עט עס פון אַלמעכטיקן אָנקומען.
- (טז) אַניט אַזוי — פאַר אונדזערע אויגן ווערן פאַרשניטן די מאכלים,
- די פרייד מיט די גאַנצע גליקן פון הוֹיז פון אונדזער גאָט?
- (יז) אַז זיי זײַנען פאַַרשימלט געוואָרן, די פעסער מיט ווײַן,
- אַוואָס אונטער די שפּונטן,
- פאַרוויסט געוואָרן, די אוצרות פון ווײַן, און פון בוימל,
- און די שײַערס מיט תבואה — זיי זײַנען דען צובראָכן.
- (יח) אַז וואָס פאַראַ זיפצן, זיפצן זיי, די בהמות,
- אַז זיי זײַנען אויכעט צומישט געוואָרן, די סטאַדעס פון רינדער,
- אַז וואואַהין פּאַשען האָבן זיי ניט,
- זײַנען זיי, די שטאַדעס פון רינדער, שוין אויכעט שולדיק געוואָרן.
- (יט) אַז צו דיר, אָ רבונו⸗של⸗עולם, טו איך אוֹיסרופן,
- אַלמאי אַ פײַער האָט דעם גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר אופגעפרעסן,
- און פאַרברענט האָט אַ פלאַם די ביימער וואָס אין פעלד.
- (כ) אַפילו די בהמות פון פעלד זיפצן פאַר דיר,
- אַלמאי זײַנען אוֹיסגעטריקנטע די וואַסערקוואַלן,
- און דעם גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר האָט אַ פײַער אופגעפרעסן.
◊
- (א) אין ציון בלאָזט שופר,
- און טוט שאַלטן אַף מײַן הייליקן באַרג,
- אַז ציטערן זאָלן די תושבים אַוואָס אינעם לאַנד,
- ווײַלע געקומען איז דער טאָג פון גאָט, ער איז נאָענט:
- (ב) אַ טאָג פון חושך און פאַרפינצטערניש,
- אַ פאַרוואָלקנטער, אַ טומאַנעדיקער טאָג,
- ווי אַ שוואַרציקײַט אַף די בערג איבערגעצויגן;
- אַ פאָלק אַ ריזעדיקער און אַ מאַכטיקער,
- אָט אַזאַ איז גאָר אַף דער וועלט ניט געווען,
- און נאַכער ′עט ניט זײַן,
- ביזקל אין די יאָרן פון די דור דורות.
- (ג) אַז פאַר עם האָט אַ פײַער אופגעפרעסן,
- און נאָך עם וועט פלאַמען אַ פלאַַם,
- ע ם ′עט אַזש ווי אַ גן⸗עדן זײַן די ערד וואָס פאַר עם,
- און וואָס נאָכעם: אַ וויסטעניש ווי אין דער מדבר,
- קין שריד⸗פּליט לאָזט ער ניט איבער.
- אַלמאי אַ פײַער האָט די פעלדער אַוואָס אין וויסטעניש אופגעפרעסן,
- און פאַרברענט האָט אַ פלאַם די ביימער וואָס אין פעלד.
- (ד) באַ זיי איז די אוֹיסזעעניש אַזוי ווי די אוֹיסזעעניש פון פערד,
- און טאַקע ווי רײַטער — אָט אַזוי אָ טוען זיי לויפן.
- (ה) אַזוי ווי דער רעש פון קאַרעטן,
- אַוואָס אַף די שפּיץ בערג טוען זיי טאַנצן,
- אַזוי ווי דער רויש באַ אַ פלאַם פון פײַער וואָס עסט אופעט די שטרוי,
- אַזוי ווי אַ מאַכטיקער פאָלק, אָנגעגרייט צו דער מלחמה.
- (ו) פון פאַר זייער פּנים ציטערן די פעלקער,
- אַז דער פּנים פאַרקנייטשט זיך אַזש מיט דאגהניש.
- (ז) זיי לויפן ווי די גיבורים, ווי די חיילות וואָס קריכן אַרוף אַף אַ שטאָט⸗וואַנט,
- און איטלעכער באַ זיי גייט אין זײַן גאַנג⸗וועג,
- און זייערע וועגן פּלאָנטערט זיך ניט איינער מיטן אַנדערן,
- (ח) און איינער דעם אַנדערן טוט ניט קין שטוֹיס,
- נאָר איטלעכער אין זײַן שטעג,
- פאַלן אַדורך די כלי⸗זין — אַזיי ווערן גאָרניט צעקאַלעטשעט.
- (ט) אין שטאָט שפּרינגען זיי אַרײַנעט,
- אַפן שטאָט⸗וואַנט לויפן,
- אין די הײַזער גייען זיי אַרופעט,
- ווי אַ גנב ′לן זיי אין פענצטער אַרײַנקריכן.
- (י) פון פאַר זיי האָט זיך געערדציטערנישט די לאַנד,
- די הימלען שטורעמען אופעט,
- די זון אַף לקוי חמה גייט, די לבנה אַף — לקוי לבנה,
- די שטערן קלײַבן אַזש אַף קאַריק זייער טליאונג.
- (יא) און גאָט ווידער, טוט זײַן קול געבן פון פאַר זײַנע חיילות,
- אַז די מחנה זײַנע איז זייער גרויס,
- ווײַלע אַמשטאַרקסטן איז דער מדַבּר וּמקַיים,
- ווײַלע גרויס איז דער טאָג פון יי —
- ווער′עט עם דען יָכלען אוֹיסשטיין?
- (יב) נאָר וואָדען, אַפילו איצטער אויכעט — דאָס איז דער דְּבַר יי —
- קערט⸗זאַך צו מיר אומעט, מיטן גאַנצן האַרצן, מיט תעניתים, און מיט געוויין, און מיט אבילות,
- (יג) רײַסט קריעה בעסער אײַער האַרץ איידער די מלבושים און —
- קערט⸗זאַך אומעט צו יי אײַער גאָט,
- ר′איז נאָכאַלעמען אַ חנון ורחום,
- אַן אֶרך אפַּיים ורַב חֶסד, ער′ט רחמנות האָבן פון וועגן דער גזירה.
- (יד) ווער ווייס, אפשר ט′ער האָבן אַ ישוב הדעת און אַ רחמים טאָן,
- און לאָזן נאָך⸗זאַך גאָר אַ ברכה,
- אַ קרבן מנחה מיט אַ ווײַן⸗אָפּערונג,
- צו יי אײַער גאָט.
- (טו) אין ציון בלאָזט שופר,
- אַ תענית ברייט אָנעט, אַן אײַנזאַמלונג רופט אײַנעט,
- (טו) דעם פאָלק רופט צונויפעט —
- רופט צונויפעט די זקנים,
- זאַמלט אײַנעט די קינדערלעך און די זייגנדיקע באַם ברוסט,
- לאָזט דעם חתן פון זײַן חדר אַרוֹיסעט,
- די כלה פון אונטער דער חופּה,
- (יז) צווישן דעם אולם מיטן מזבח,
- זאָלן דען די כהנים, די משרתים פון גאָט, זיך צעוויינען; איז זאָלן זיי אַ זאָג טאָן:
-
- „דערבאַרעם⸗זאַך, אָ גאָט, אַף דײַן פאָלק און גיב ניט צו שאַנד די נחלה דײַנע,
- אַז די פעלקער זאָלן דערפון אַ משל אָפּציען;
- אַפאַרוואָס זאָלן זיי צווישן די אומות גיין זאָגן:
- אַוואו איז דען זייער גאָט?“
- (יח) דאַמאָלסט ′עט גאָט ערשט אייפערדיק ווערן פון וועגן זײַן לאַנד,
- און אַף זײַן פאָלק אַ רחמנות האָבן.
- (יט) טוט גאָט אַן ענטפער, אַזוי זאָגנדיק זײַן פאָלק:
-
- „אָט שיק איך אײַך דעם קאָרן, דעם ווײַן, און דעם בוימל,
- און איר′ט זיך מיטדערמיט אָנזעטיקן,
- מער פאַר קין חרפּה פאַר די פעלקער וועלעך אײַך ניט מאַכן;
- (כ) און פון אָט יענעם פון צפון וועלעך אײַך אָפּווײַטערן,
- אין אַ לאַנד אַ וויסט⸗און⸗ליידיקן ′עלעך עם פאַרשטויסן —
- מיטן פּנים צום ים אַוואָס אין מזרח,
- און מיטן הינטערחלק אַזש צום ים וואָס אין מערב;
- און ס′עט זיך הערן מיט זײַן געשטאַנק, און אַווירן מיט זײַן סרָחה;
- ווײַלע גרויסאַרטיק האָט ער עס געמאַכט.“
- (כא) איז האָב קין מורא ניט, דו, ערד, גיי פריי⸗זאַך, און זײַ זשע גליקלעך,
- ווײַלע גרויסאַרטיק האָט ער עס געמאַכט.
- (כב) איז האָט ניט קין מורא, איר בהמות אַוואָס אין די פעלדער,
- ווײַלע דער גאָרטן אַוואָס אין דער מדבר נעמט געבן גראָזן,
- און דער בוים זײַנע פּירות טראָגט,
- דער פײַגנבוֹים מיטן ווײַנשטאָק באַווײַזן זייער גבורה.
- (כג) איז נעמט זיך פרייען און אַזש גליקלעך זײַן, אָ בני ציון,
- אין יי אײַער גאָט,
- אַוואָס ער גיט אײַך דעם לערער צו גערעכטיקײַט,
- און ברענגט אײַך אַראָפּעט דעם רעגן,
- דעם פרי⸗רעגן און דעם שפּעט⸗רעגן — באצײַטנס.
- (כד) ס′עלן פול ווערן די שײַערס מיט תבואה,
- ס′עלן רוישן די קעלטער מיטן ווײַן און מיטן בוימל:
-
- (כה) „אַז אַף די יאָרן וועלעך אײַך באַָצאָלן,
- אַוואָס ס′האָט אופגעפרעסן דער היישעריק —
- דער היישעריק⸗הַיֶּלֶק, מיטן היישעריק⸗הַחָסִיל, מיטן היישעריק הַגָּזָם,
- דער גרויסער חיל מײַנער, אַוואָס כ′האָב אײַך אָנגעשיקט —
- (כו) און איר′ט אָפּעסן, עסן און זאַט זײַן,
- און טאָן לויבן דעם נאָמען פון יי אײַער גאָט,
- וואָס האָט מיט אײַך געמאַכט אַף באַוואונדערן, די נסים,
- און מער קיינמאָל ט′מײַן פאָלק ניט פאַרשעמט ווערן,
- (כז) וועט איר וויסן זײַן, אַז איך בין יי אײַער גאָט — און ווײַטער קיינער,
- און מער קיינמאָל ט′מײַן פאָלק ניט פאַרשעמט ווערן.“
◊
- (א) „ס′וועט אַנאָכדעם זײַן,
- אַז דעם רוח הקודש מײַנעם וועל איך אין איטלעכן בשר⸗ודם צעגיסן,
- אײַערע זין און אײַערע טעכטער וועלן אַזש נביאות זאָגן,
- די זקנים וואָס באַ אײַך וועלן אַזש טרוֹימען⸗חלומות טאָן פאַרחלומען,
- און די יונגע ל′ן אַזש חזיונות טאָן זען.
- (ב) און אַפילו אין שקלאַפן מיט שפחות,
- וועלעך אין אָט⸗יענע טעג מײַן רוח הקודש טאָן צעגיסן,
- (ג) און מופתים אין הימל און אַף דער ערד באַווײַזן,
- דָּם. וָאֵשׁ. וְתִימֲרוֹת עָשָׁן —
- די זון וועט קאַפּויער ווערן צו חושך,
- די לבנה אַף בלוט,
- פאַרן אָנקום פונעם גרויסן און אימהדיקן יום יי,
- און ס′עט זײַן, אַז איטלעכער וואָס′עט אוֹיסרופן,
- אין נאָמען פון יי, אָטאָדעמענען ט′מען אָפּראַטעווען,
- ווײַלע אַפן הר ציון און אין ירושלים,
- ′עט זײַן דער מקלט אַף פּליטה מאַכן, אָט אַזויאָ ווי ס′האָט גאָט געזאָגט,
- און באַם שריד⸗פּליט אַוואָס גאָט רופט זיי אופעט.“
◊
-
- (א) „אָטאָ, אין אָדיאָ טעג, און צו אָט די צײַט, אַווען כ′ל אומקערן דעם גלות פון יהודה און פון ירושלים,
- (ב) און כ′ל אײַנזאַמלען די אַלע פעלקער,
- און כ′ל זיי אַראָפּנידערן צום עמק יהושפט,
- און כ′ל⸗זאך מיט זיי לאָדן אָט אָדאָרטן,
- איבער ישראל — מײַן פאָלק און מײַן נחלה,
- אַוועמען זיי האָבן צווישן די פעלקער פאַרשפּרייט,
- און מײַן לאַנד צווישן זיך צוטיילט;
- (ג) און גורל געוואָרפן איבער מײַן פאָלק,
- אַ אינגל האָבן זיי פאַר אַ זונה געמאַכט,
- אַ מיידל פאַר ווײַן פאַרקויפט, און אוֹיסגעטרונקען.“
-
- (ד) „נאָכמער: וואָס זײַט איר דען פון מײַנטוועגן — צוֹר מיט צִידוֹן,
- מיט די שטחים פון די פּלישתים;
- איר′עט דען פון מײַנטוועגן נקמה⸗געלט באַצאָלן?
- נאָר וואָס: אַז איר′ט נקמה⸗פון⸗מײַנטוועגן צוטיילן האַסטיק און גיך,
- כ′ל איר אַף א ײַ ע ר ע קעפּ אַריבערפירן.
- (ה) וויבאַלד איר האָט די זילבער מײַנע מיט די גאָלד מײַנע צוגענומען,
- און די גוטינקע אוצרות געבראַכט אין אײַערע טעמפּלען,
- (ו) און די בני יהודה מיט די ירושַלמער ט′איר פאַרקויפט די יוונים,
- בכדי זיי דערווײַטערן פון זייערע געמאַרקן,
- (ז) אָט וועלעך זיי מעורער זײַן פון די מקומות,
- אַוואוהין איר′ט זיי אַוועקפאַרקויפט,
- און די נקמה⸗געלט אומקערן אַף א ײַ ע ר ע קעפּ —
- (ח) און פאַרקויפן וועלעך די זין מיט די טעכטער אײַערע,
- אין האַנט אַרײַנעט באַ די בני יהודה,
- און
- זיי′לן זיי ווײַטער פאַרקויפן די שבָֿאער, צו אַ גאָר ווײַטן פאָלק“ —
ווײַלע אָט האָט גערעדט יי.
- (ט) איז אָט וואָס זאָלט איר אין די פעלקער אוֹיסרופן:
- אַף מלחמה גרייט זיך צו,
- די מלחמה העלדן זאָלט איר מעורער זײַן,
- זיי זאָלן צוקומען, אַרופעט,
- די אַלע מלחמהלײַט.
- (י) צושטויסט אײַערע שנײַדמעסערס אַף שווערדן,
- און די אַקעראײַזנס אײַערע אַף שפּיזן.
- זאָל דען זאָגן דער שוואַכינקער: אַ מלחמה⸗העלד בינעך!
- (יא) אײַלט⸗צעך! טאָ קומט, פעלקער, די אַלע,
- פון רונד⸗אַרום און זאַמלט⸗צעך אָנעט,
- אַהינצוצו מאַך, זאָלן אַראָעט, יי, דײַנע גיבורים.
-
- (יב) „זאָל מען די פעלקער מעורער זײַן, זיי זאָלן אַרופעט,
- אינעם עֵמק יהושָפט,
- ווײַלע אָט אָדאָרטן וועלעך טאָן זײַן,
- כדי משפּטן די אַלע פעלקער רונד⸗אַרום.“
- (יג) שיקט זשע דעם אַקעראײַזן,
- ווײַלע צײַטיק איז דער שניט,
- קומט און טוט טרעטן, דער קעלטער איז אָנגעפילט,
- די פעסער גיסן⸗זאַך שוין איבער —
- נאָר וואָס, אַ סך שלעכטיקײַט באַ זיי איז פאַראַן.
- (יד) אַ המון⸗עם, אַ המון⸗עם, אינעם „עמק פונעם פּסק“,
- ווײַלע נאָענט איז דער יום יי אינעם עמק פון פּסק.
- (טו) די זון און די לבנה ווערן פאַרשוואַרצט,
- די שטערן קלײַבן אַזש אַף קאַריק זייער טליאונג.
- (טז) און גאָט וועט פון ציון אַ שרײַ טאָן,
- און זײַן קול פון ירושלים נעמען געבן,
- שטורעמען⸗ציטערן וועלן הימל און ערד;
- יי וועט אַ מקלט זײַן פאָלק זײַן,
- אַ פעסטונג די בני ישראל.
-
- (יז) ט′איר וויסן זײַן, אַז איך, יי אײַער גאָט,
- טו פאַראַן זײַן אין מײַן הייליקן הר ציון,
- דאַמאָלסט ′עט הייליק זײַן ירושלים,
- און די פרעמדע וועלן אָדאָרטן מער ניט אַדורך.
- (יח) און ס′עט זײַן, אין אָט יענעם טאָג,
- אַז די בערג וועלן אַראָפּטריפן מיט זיסן ווײַן,
- און די היגלען מיט מילך וועלן פליסן,
- און ס′עט גיין די וואַסער אין די אַלע וואַסערקוואַלן אַוואָס אין יהודה.
- און אַ וואַסערקוואַל ′עט פונעם בית יי אַרוֹיסעט,
- אַף געבן אָנטרינקען דעם נַחל⸗השִטים.
- (יט) מצרים וועט אַ וויסטיקײַט ווערן,
- און אדום אַ וויסטער מדבר וועט ווערן,
- פון וועגן דער רציחהניש אַף די בני יהודה,
- וואָס די ריינע בלוט זייערע האָבן זיי פאַרגאָסן,
- אַזש אין אייגענעם לאַנד.
- (כ) נאָר וואָדען: אייביק ′עט יהודה באַזעסן ווערן,
- און ירושלים — אַף דור⸗דורות.
- (כא) און כ′ל ריינמאַכן זייער בלוט,
- וואָס כ′האָב פרייער ניט ריינגעמאַכט —
- ווי גאָט טוט אין ציון פאַראַן זײַן!
חזק
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- שבט תש″ף
אַ האַרציקן יישר⸗כח:
מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.
◊