Haggai in Lithuanian Yiddish

translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz


 

חגי

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב

           

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום חגי לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]). 

 

בווילנא

 

≡≡ פּרק א ≡≡

 

(א) אינעﬦ צווייטן יאָר פון מלﬤוﬨ דַּרׁיָוֶשׁ⸗הַמֵּלֶכְֿן, ﬡין זעקסטן חוﬢש, אין ערשטן טאָג פון חודש, איז דער דְּבַֿר אֲדֹנָי באַ חַגַּי⸗הַנָָבִֿיאן געווען, אַצו — זְרֻבָּבֶֿל⸗בֶּן⸗שְׁאַלְתִּיאֵלן, ﬢעﬦ נאטשאַלניק פון יהוﬢה; און צו —  יְהֹושֻׁעַ⸗בֶּן⸗יְהֹוצָדָקְן דעם ﬤהן גדול, אַזוי צו זאָגן:

(ב) אָטאַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי צּבָאוֹﬨֿ, אַזוי צו זאָגן:

אָטאָ דער⸗אָ פאָלק, זיי זאָגן: „ס′איז ניט געקומען די צײַט דער בֵּיתֿ⸗אֲדֹנָי זאָל אופגעסטראָיעט ווערן“ — (ג) איז דאַמאָלסט געווען דער דְּבַֿר אֲדֹנָי  באַ חַגַּי⸗הַנָָבִֿיאן, אַזוי צו זאָגן:

(ד) אַוואָזשע, ס′אײַך ﬢען אַ צײַט זיצן⸗זאַך אין די געבעלקעטע הײַזער אײַערע, בעת אָט ד י  ה וֹ י ז  בלײַבט אַ פאַרחרובֿטע? (ה) איז אָט איצטעראָ טוט אָטאַזויאָ זאָגן אֲדֹנָי צְבָאוֹﬨֿ:

„טוט⸗זאַך מיישב זײַן אַפן דרך אײַערן,

(ו)  ﬡיר האָט′אָך אַ פולע פאַרזייט — און ווייניק וואָס אופגעבראַכט,

ﬡיר עסט⸗אָך — און זעטיקט⸗זאַך ניט אָנעט,

ﬡיר טרינקט אוֹיסעט — און ווערן ניט בגילופין,

ﬡיר קליידט⸗זאַך — און ס′וואַרעמט ניט אָנעט,

און דער⸗אָ וואָס מ′צאָלט עﬦ שﬤירוﬨ, —

און ס′קלעקט אַזש אַף אַ געלעﬤערטן זעקל.“

(ז) ﬡיז טאַקע אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָﬡוֹתֿ:

„טוט⸗זאַך מיישב זײַן אַפן דרך ﬡײַערן!

(ח) גייט⸗זש′אַפן באַרג אַרופעט, און ברענגט די האָלץ,

און סטראָיעט אוֹיסעט די הוֹיז.

ל′עך מרוצה און מﬤובﬢ זײַן“ —

אַזוי טוט זאָגן אֲדֹנָי.

(ט) „ﬡיר′ט⸗זאַך אַף אַ פולע געריכט, און אָט איז אַרוֹיס אַ ביסינקע. איר′ט עﬦ אַהיימגעטראָגן און איך האָב אַ בלאָז געטאָן. מחמﬨ וואָס? — זאָגט אֲדֹנָי צְבָאוֹתֿ — מחמﬨ דעם, אַלמאי מײַן הוֹיז שטייט אַ פאַרחרובֿטע, און איר גייט און לויפט, איטלעﬤער צו זיך אין זײַן שטוב! (י) פאַרדערפאַר האָבן פאַרמיטן די הימלען דעם טוֹי, און די ערד האָט פאַרמיטן פון געבן איר פרוכפּער. (יא) און כ′האָב אַרוֹיסגערופן אַ טריקעניש אַף דער ערד, אַף די בערג; אַפן קאָרן, און אַפן ווײַן, און אַפן בוימל, און אַף דעם אַלעמען אַוואָס די ערד ציט אוֹיסעט, אַפן מענטשן, און אַף די בהמוﬨ; אַזש אַף די גאַנצע האָריוואַניע וואָס באַ די הענט זייערע.“

(יב) אַז זיי האָבן דערהערט, זְרֻבָּבֶֿל בֶּן שַׁלְתִּיאֵל און דער ﬤהן גﬢול יהֹושֻׁעַ בֶּן יְהֹוצָדָק, און די גאַנצע שארית הפּליטה פונעם פאָלק, אין קול פון אֲדֹנָיען, זייער גאָט, און די ווערטער פון חַגּי⸗הַנָּבִֿיﬡן, אָטאַזויאָ ווי אֲדֹנָי, זייער גאָט, האָט עם צוגעשיקט, און באַם פאָלק איז געווען אַ מורא פון פאַר אֲדֹנָיען.

(יג) האָט אַ זאָג געטאָן חַגַּי, אֲדֹנָיס שלוח, אין שליחוﬨ פון אֲדֹנָיען, צום פאַָלק, אַזוי צו זאָגן:

„איך בין מיט אײַך!“

— אָט אַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי. 

(יד) האָט אֲדֹנָי אַ וועק געטאָן דעם גײַסט באַ זְרֻבָּבֶֿל⸗בֶּן⸗שַׁלְתִּיאֵלן דעם נאַטשאַלניק אֲוואָס איבער יהודה; און דעם גײַסט באַ יְהֹושֻׁעַ⸗בֶּן⸗יְהֹוצָדָקן דעם כהן גדול, און דעם גײַסט באַ די גאַנצע שאריﬨ הפּליטה פונעﬦ פאָלק, זיי זײַנען געקומען און זאַך⸗גענומען צו מלאכה אינעם הוֹיז פון אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ, זייער גאָט, אינעﬦ צוואַנציק⸗פערטן טאָג אין חוﬢש, אין זעקסטן חודש, אינעם צווייטן יאָר פון מלﬤוﬨ דַרְיָוֶשׁ הַמֵּלֶךְ.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) אין זיבעטן חוﬢש, אין צוואַנציק⸗ערשטן טאָג אַוואָס אין חוﬢש, איז געווען דער דְּבַֿר אֲדֹנָי באַ חַגַּי⸗הַנָבִֿיאן, אַזוי צו זאָגן:

(ב) איז רייד⸗זשע מיט זְרֻבָּבֶֿל⸗בֶּן⸗שַׁלְתִּיאֵלן דעם נאַטשאַלניק אֲוואָס איבער יהוﬢה, און יְהֹושֻׁעַ⸗בֶּן⸗יְהֹוצָדָקן דעם ﬤהן גדול, און מיט די שﬡריﬨ הפּליטה פון פאָלק, אַזוי צו זאָגן:

(ג) „אַווער באַ אײַך איז געבליבן, וואָס האָט נאָך געזען אָטאָ די הוֹיז אין זײַן אַמאָליקן גלאַנץ? און וואָזשע זעט איר באַ עם לעﬨ עﬨה? — וואָסי, אָט אַזאַ מין זאַך אי′ﬢען באַ אײַך סתם אַ גאָרניט?“

(ד) „איז ﬤאָטשע אַזוי, פונﬢעסטוועגן, שטאַרק⸗זאַך, זְרוּבָּבֶֿל! — אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי. און שטאַרק⸗זאַך, אָ יְהֹושֻׁעַ בֶּן יְהֹוצָדָק, ר′ כהן גדול! און שטאַרק⸗זאַך, איר אַלע, אָ פאָלק פונעﬦ לאַנﬢ, — אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי. און פירט ﬡוֹיסעט, ווײַלע איך בין מיט אײַך, אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָֿאוֹת. (ה) אָטאָ די זאַך, אַוואָס איך האָ⸗דאָך מיט אײַך כורﬨ בריﬨ געווען, באַﬦ אַרויסגאַנג ﬡײַערן פון מצריﬦ און מײַן גײַסט, זי שטייט דאָך אינצווישן אײַך גופﬡ, איז האָט קין מורא ניט!“

(ו) ווײַלע אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָֿﬡוֹתֿ:

„ס′עט אַלאַנג ניט געווערן, נאָך אַביסל און ﬤ′ל אַן איבערקערעניש מאַכן, אין די הימלען און אַף דער ערד און דעם ים מיט די יבשה. (ז) און כ′ל צוטרייסלען די אַלע פעלקער, און די פֿײַניקסטע זאַﬤן זייערע וועלן אַהער אָנקומען, און ﬤ′ל אָנפילן אָטאָ די הוֹיז מיט ﬤ ב ו ﬢ,  — זאָגט אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ.

(ח) די זילבער איז מײַנע און די גאָלד איז מײַנע, אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ.

(ט) נאָך גרעסער ′עט זײַן דער ﬤבוד פון אָטאָ די הוֹיז, די נײַע, איידער די ערשטע, אָטאַזויאָ זאָגט אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ.

און אַף אָטאָ דעם⸗אָ אָרט ′עלעך געבן ש ל ו ﬦ, אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ.“

(י) אין צוואַנציק⸗פערטן טאָג, אין נײַנטן חוﬢש, אין צווייטן יאָר פון מלכוﬨ דַּרְיָוֶשׁ, ﬡיז דער דְּבַֿר אֲדֹנָי באַ חַגַּי⸗הַנָבִֿיאן געווען, אַזוי צו זאָגן:

(יא) אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבָֿאוֹתֿ:

פרעג⸗זשע באַ די ﬤהניﬦ אָט אַזאַ מין זאַך פון די ﬨורה, אַזוי צו זאָגן:

(יב) „טאָָמער טראָגט אַ מענטש אַ שטיק אָפּגעשיידטע פלייש אין אַ ווינקל בגﬢ, און מיטן ווינקל ט′ער אַ ריר געטאָן אָן ברויט, צו אָן אַ געקעכץ, צו אָן ווײַן, צי אָן בוימל, צו אַ ליאַדע מאﬤל, ווערט עס דען טרייף?“

האָבן עם אַן ענטפער געטאָן די ﬤהניﬦ, זיי האָבן אַ זאָג געטאָן:

„ניין.“

(יג) איז זאָגט חַגַּי:

„און אויבע אַ טמא פון אָנרירן אַ בר⸗מינה רירט אָנעט אַוואָס זאָל ניט זײַן פון אָטאָ די אַלע, ט′ער פונדערפון טמא ווערן?“

האָבן עם אַן ענטפער געטאָן די ﬤהניﬦ, זיי האָבן אַ זאָג געטאָן:

„טמא ווערט ער!“ 

(יד) האָט זיי אָפּגעענטפערט חַגַּי, אַ זאָג געטאָן:

„אָטאַזויאָ באַ אָט דעם פאָלק, און אָטאַזויאָ באַ אָטאָ די⸗אָ אומה פון פאַר⸗מיר, — אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי — און אָטאַזויאָ די גאַנצע טועכץ פון זייערע הענט, אַוואָס זיי′לן אָדאָרטנאָ קרבנות ברענגען, ט′עס טמא זײַן. (טו) איז איצטעראָ, טוט⸗זאַך מיישב זײַן פונעם הײַנטיקן טאָג און אַווײַטער. נאָך א י י ד ע ר מ′איז געגאַנגען לייגן אַ שטיין אַף אַ שטיין אינעם היכל אֲדֹנָי, (טז) אַזש פון זינט מ′איז געקומען צו אַ הויפן תבואה פון צוואַנציק מאָס און פאַראַן אי′ מערניט — צען; קומט ער צום ווײַן⸗קעלטער אָפּצאַפּן פופציק מאָס ווײַן און פאַראַן איז מערניט — צוואַנציק.“

(יז) „מיט אויסקלאַפּונג, געלבלעכקײַט און האָגל האָבעך אײַך אָנגעשלאָגן די מלאכה פון אײַערע הענט. איר האָט⸗זאַך פונדעסטוועגן אַף מיר ניט געטאָן צוקוקן⸗זאַך — אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי.

(יח) איז טוט⸗זאַך מיישב זײַן פונעם הײַנטיקן טאָג און אַווײַטער, פונעם צוואַנציק⸗פערטן אַוואָס אין נײַנטן חודש — פון זינט דעם טאָג אַווען ס′איז געגרונטפעסט געוואָרן דער היﬤל אֲדֹנָי. זײַט⸗זאַך מיישב: (יט) אַז די זריעה שטייט דאָך נאָך אין שײַער. דער ווײַנשטאָק מיטן פײַגנבויﬦ מיטן מילגרוים⸗בויﬦ מיטן איילבערט⸗בויﬦ האָבן ניט געבליט, קיין פּירוﬨ ניט געטראָגן. איז אָטוואָס: פונעﬦ הײַנטיקן טאָג ′עלעך אײַך בענטשן.“

(כ) ﬡון ס′געווען אַ צווייטן מאָל דער דְְּבַֿר אֲדֹנָי באַ חַגַּין, אין צוואַנציק⸗פערטן טאָג אין חודש, אַזוי צו זאָגן: 

(כא) טו זאָגן זְרוּבָּבֶלְן, דעם נאַטשאַלניק פון יהוﬢה, אַזוי צו זאָגן:

„די הימלען מיט דער ערד ′עלעך ﬡופרודערן, (כב)  און ﬤסא⸗המלﬤותן ′לעך איבערקערן, און איﬤ′ל פאַרטיליקן די קראַפט פון די ממלכוﬨ פון די ﬡומוﬨ העולם — קאַרעטן מיט אָטאָ די וואָס זיי פאָרן ﬢערײַן, ′עלעך איבערקערן, און ס′עלן פאַלן די פערד אינאיינעﬦ מיט זייערע רײַטער, איטלעכער באַם שווערﬢ פון זײַן ברוﬢער.“

(כג) ﬡון אין אָט יענעם טאָג —

אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צׁבַָאותֿ —

ל′עך ד י ר, זְרֻבָּבֶֿל⸗בֶּן⸗שַׁלְתִּיאֵלן, מײַן קנעכט, נעמען —

אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי, —

און דיר שטעלן אָט אַזוי ווי פאַר אַ חוﬨﬦ,

ווײַלע אין ﬢ י ר האָבעך אוֹיסגעקליבן.

אָטאַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי צְבַָﬡותֿ.

חזק


אלול תש″ף

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מעתיק אַליין.