Habakkuk in Lithuanian Yiddish

translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz


חבקוק

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג

           

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום חבקוק לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

 

בווילנא

 

 

 

≡≡ פּרק א ≡≡

 

(א) ﬢער עול הנבוﬡה אַוואָס ס′האָט חזיון געהאַט חֲבַֿקּוּק הַנָּבִיﬡ:

 

(ב) „ﬡוי ביז ווי לאַנג, אֲדֹנָי, זאָלעך שרײַען: ′ראַטעווע′ — און הערסט⸗זאַך צו מיר ניט צו? שרײַעך דיר אוֹיסעט: ′גוואַלﬢ′ און דו — קומסטע ניט אָפּראַטעווען. (ג) פאַרוואָזשע ווײַזטע מיר אַף די אומרעכט אָנעט, און דו קוקסט⸗זאַך צו די נידערטרעכטיקײַטן צו, און בשעﬨ מעשה — איבערקערעניש און גזילה פון פאַר מיר, ס′גייען אופעט קריגערײַען מיט אַמפּערנישן. (ד) פונדערפון ווערט דאָך ﬢי ﬨורה אָפּגעבליאַקעוועט, קין רעכטפאַרטיקער משפּט ′עט קיינמאָל ניט אַרוֹיסעט, דער רשע רינגלט אַזש דעם צדיק אַרומעט, ﬡיז במילﬡ גייט דער משפּט אַ פאַרקרימטער אַרוֹיס.“(ה) „טוט⸗זשע קוקן באַ די ﬡומוﬨ ﬡון זעט ﬡײַנעט, און איר′ט די וואונﬢייריﬦ באַוואונﬢערן, אַף אַ פּעולה וואָס′עט אוֹיסגעפּועלט ווערן, נאָך פאַר אײַערע טעג, וואָס איר′ט דערײַן ניט גלייבן, אַז ס′איז לא יאומן כי יסופּר! (ו) ווײַלע אָט גייעך הייבן ﬢי כַּשְֹדִּיﬦ, אַ פאָלק וואָס איז פאַרביסן און פאַראײַלט וואָס גייט אין אַלע מרחקים אָפּירשענען שטחיﬦ וואָס זײַנען — ניט זײַנע. (ז) ער איז אימהדיק, וואַרפט אָנעט אַ פּחﬢ, פון עﬦ אַליין גייט זײַן משפּט מיט זײַן פירעכץ. (ח) אַז די פערד זײַנע זײַנען פלינקער ווי לעמפּערטן און שאַרפער ווי נאַכטיקע וועלף. די רײַטער מערן זיך פונדערווײַטנס אָנקומען, קומען צו פליען ווי אַן אָדלער וואָס חלשט זיך אָנעסן. (ט) אַלע קומען זיי פון גזילה וועגן, די שלינגערישע פּנימער ווי דער מזרח⸗ווינט, און זאַמלט געפאַנגענע ווי זאַמד. (י) מלכים זײַנען עם אַ קינדערשפּיל, פון פּרינצן לאַכט ער זיך אוֹיסעט, הויפנט אָן ערד בײַ אַ פעסטיקונג און נעמט איר אײַנעט. (יא) דאַמאָלסט איז ער אַן אָנגעבלאָזענער געוואָרן, געזינדיקט און שולדיק געוואָרן, אַזוי אי′ דאָס באַ אָטאָ די וואָס נעמען זייער כח פון די געצערײַען זייערע.“

(יב) „אֲדֹנָי! גאָטעניו הייליקער! דו ביסטאָך פון סאַמע בראשיﬨ! אֲדֹנָי! לאָז ניט, מיר זאָלן אַוועקשטאַרבן! צום משפּט אונדזערן האָסטע זיי געשטעלט, אַף שטראָפן האָסטע זיי געגרונדפעסטיקט. (יג) ריינאויגעדיקער — פון זען שאַלקהאַפטיקײַט, פון אָנקוקן ﬡומרעכט. איז וואָזשע קוקסט⸗זאַך אַף די פאַררעטער אומעט, און בלײַבסט שאַ⸗שטיל, אַז דער רשע טוט אײַנשלינגען אָטאָ דעם וואָס מער⸗צדיק פון עﬦ? (יד) און מאַכסט דעם מענטשן ווי די פיש אַוואָס אין ים און די קריכנדיקע ווידמונג, אַוואו קין געוועלטיקער איז ניטאָ. (טו) די אַלע לײַט ט′ער געהייבן מיט אַ ווענטקע אַף כאַפּן פיש, פאַרכאַפּט אין נעץ אַרײַן, געזאַמלט אין זײַן כאַפּונג⸗זאַק. דרום טוט ער זיך פרייען און לוסטיקן. (טז) דרוﬦ טוט ער קרבנות קוילען צו זײַן נעץ און דעמפּן צו זײַן כאַפּונג⸗זאַק, ווײַלע דערײַן איז פעט זײַן חלק און שמאַַלציק זײַנע מאכליﬦ. —  (יז) איז דעריבער ט′ער זײַן נעץ ניט אוֹיסליידיקן, תמיד ﬡוֹיסהרגענען פעלקער, — ﬡון ניט דערבאַרעמען⸗זאַך.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) „כ′ל אַף מײַן היטונג שטיין, און זאַך⸗אופשטעלן אַפן טורעﬦ, און כ′ל אַרוֹיסקוקן זען אַוואָס ט′ ע ר מיט מיר ריידן, און וואָס זאָלעך אָפּענטפערן אַז מ′עט קומען צו מיר מיט די ﬨוכחה.“

 

(ס) האָט מיר אֲדֹנָי אַן ענטפער געגעבן, אַזאָגטאָנדיק:

 

„נעם שרײַב אָנעט דעﬦ חזיון, ﬡופגעקלאָרטערהייט, אַף לוחוﬨ, מ′זאָל אַזש קומען צו לויפן לייענען וואָס דערײַן:

(ג) צום חזיון ′עט נאָך קומען די צײַט

ס′ﬡײַלט⸗זאַך צו צום קץ, ס′עט ניט אָפּנאַרן

טאָמער הײַעט⸗זאַך, איז וואַרט זש′עﬦ אוֹיסעט

ווײַלע קומען ט′ער קומען, ﬡון זיך ניט פאַרשפּעטיקן.“

(ד) אָט איז אופגעבלאָזן, באַ עם, ניט⸗גלײַכעדיק, די נשמה, וועט אָבער דער צדיק לעבן מיט זײַן אמונה. (ה) ניט קוקנדיק וואָס דער ווײַן אי′דאָך אַ פאַררעטער, ′עט⸗זאַך דער בעל⸗גאווה ניט צאַמען, וואָס די נשמה באַ עם איז אַף גיהנום אוֹיסגעצויגן, און ער ווערט צום טויט דען געגליכן — לאָזט⸗זאַך ניט אָנזעטיקן, און קלײַבט פאַרזעך די אַלע אומוﬨ, זאַמלט פאַרזעך אַלע פעלקער. (ו) אַוועלן זיי ניט אַלע אַף עם אַ משל ניט זאָגן, אַ מליצהדיקע גערעטעניש אַף עם? — זאָגנדיק: אַזאָכנוויי אָ⸗דעם וואָס מערט⸗זאַך דאָס אַלציקעדינג וואָס איז דאָך ניט די זײַניקע! ער מאַכט זיך אַליין שווער ווי מיט פאַרמשכונטע חובוﬨ, (ז) איז וועלן זיי דען ניט פּלוצלונג אַנטלאָפן ווערן, די פּראָצענטן⸗פאָדערער, און אַ וועק טאָן דײַנע אופטרייסלער, און דו אַליין ′סט⸗עם פאַר זאַקרויב זײַן. (ח) אַז דו האָסט⸗זאַך געוואָרפן מיט אַ פולע פעלקער, ′עט דיר פאַרוואַרפן דער שאריﬨ הפּליטה פון די פעלקער, איבערן מענטשנבלוט און איבער די פּחיזה אַף אַ שטאָט און אַף אָטאָ די אַלע וואָס אין איר וואוינען.

(ט) אַזאָנכוויי אָ⸗דעם וואָס גַזלְט⸗זאַך אײַנעט גזֵילהכץ צו זיך אין שטוב, אַף זײַן נעסט שטעלן אינדערהייך, זיך אוֹיסראַטעווען פון בייזן. (י) אַז בושה האָסט זיך אַף דײַן הוֹיזגעזינד פאַרקלערט, אָפּגעשניטן אַ פולע פעקלער און — מיט אַ זינדיקע נשמה. (יא) אַז דער שטיין וועט פון וואַנט אַרוֹיס טאָן שרײַען, און דער שפּאָן פון באַלקן וועט אָטאַזויאָ עם אָפּענטפערן. (יב) עט  וויי זײַן אָ⸗דעם, אַוואָס ער בוֹיט⸗זאַך אַ שטאָט מיט בלוט, און שטעלט אופעט אַ שטאָט מיט באַעוולונג.

(יג) צי איז אָט דען ניט פון אֲדֹנָי צבאוﬨ, וואָס די פעלקער האָרעווען זאַך⸗אָנעט מערניט פאַרן פײַער, און די אומוﬨ פאַר וויסטנליידיקײַט מוטשען זאַך⸗אָנעט?

(יד) אַ′די לאַנד ′עט⸗זאַך אָנפילן

מיטן וויסן דעﬦ כבוד פון אֲדֹנָיען,

אַזוי ווי די וואַסערן וואָס דעקן צו די ימען.

(טו) אַזאָכנוויי איז דעם וואָס טרינקט אָנעט זײַן שכן, גיסט עם אָנעט דײַן גיפטיקײַט; און פאַרשיכורסט עם דערצו, זאָלסט⸗זאַך איבער זײַן נאַקעדיקײַט אוֹיספײַנען. (טז) נאָר פול ביסטע גראָד מיט שאַנד, ניט מיט כבוד, איז טרינק דו אויכעט און גיי ווער פאַרסמט. דער כוס פון יְמִין אֲדֹנָי ′עט⸗זאַך אין דײַן זײַט אַ דריי טאָן, און אַף דײַן כבוד ′עט זײַן מערניט קויטיקײַט. (יו) אַ′ די באַגַזלונג פון לבנון וועט דיר צודעקן, און די רויב פון בהמוﬨ, וואָס האָט אָנגעשראָקן;  פון מענטשנבלוט און לאַנד⸗גזילה, אַ שטאָט און אָטאָ די אַלע וואָס אין איר וואוינען.

(יח) אַוואָס העלפט דער פֶּסל, וואָס זײַן באַשאַפער האָט עם ﬡוֹיסגעפֶּסלְט, די אוֹיסגיסונג וואָס קומט לערנען שקרנות, אַלמאַי דער באַגיסער טוט⸗זאַך פאַרזיכערן וואָס ער מאַכט זיך נאַרישע געצן? (יט) אַזאָכנוויי דעם וואָס ער זאָגט אַ שטיק האָלץ: „שטיי אופעט!“; צום שטומען שטיין: „כאַפּ⸗זאַך אופעט!“; אָ⸗דאָס ′עט דען קומען לערנען? אָט ﬡיז ער איבערגעשלאָגן מיט גאָלד און זילבער, און אַוואָס⸗ניט⸗איז פאַראַ רוח איז באַ עﬦ ניטאָ.

(כ) נײַערט אֲדֹנָי איז אין זײַן הֵיכל הקוﬢש,

און ﬢי גאַנצע וועלט בלײַבט פון פאַר עﬦ — שטיל.

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) ﬢי ﬨפילה פון חֲבֲקוק הנביﬡ, אַפן משקל פון שגיונוﬨ:

(ב) אָ אֲדֹנָי! געהערט האָבעך דײַן אָנהערעניש, און באַ מיר איז יראﬨ המקוﬦ,

אָ אֲדֹנָי! נעﬦ לעב אופעט דײַנע ווערק פון אָ⸗די אַלע יאָרן,

אין גאַנג פון די יאָרן גיב⸗זשע צו וויסן,

אין סאַמע ברוגז נעﬦ ﬢערמאָן⸗זשע — אין רחמנוﬨ.

(ג) פון תֵּימָן טוט דאָך גאָט קומען,

פון הַר פָּארָן דער קﬢוש ברוך הוא. סֶלָה.

 

זײַן פּראַכט באַדעקט די הימלען,

און מיט זײַן לויבגעזאַנג איז פול די ערﬢ.

(ד) ווײַטער די גלאַנצליכט פאַר ליכט ′עט⸗זאַך יאַווען,

ליכטשטראַלן פון זײַן האַנט באַ עם זײַנען פאַראַן —

אָטאָ דאָרטן איז די באַהעלטעניש פון זײַן גבורה.

(ה) פון פאַר עﬦ — די מגיפה,

און באַ זײַנע פיס בליציקע שפּיזן.

(ו) שטייט ער — און מעסט אָפּעט די ערד,

קוקט⸗זאַך אומעט און מאַכט די פעלקער אַ שפּרונג טאָן,

און די בערג אַוואָס פון אייביק ווערן צוקלאַפּט,

און די גאָראַמאָלעדיקע היגלען נעמען אײַנגעזונקען ווערן:

אַז די גענג פון דער וועלט זײַנען — זײַנע.

 

(ז) געזען האָבעך די געצעלטן פון כּוּשָׁן אין אַ צרה,

די אומהענג פון אֶרֶץ מִדְיָן ציטערנדיקע.

 

(ח) צי טאַקע אַף די טײַכן איז אֲדֹנָי אין כעס,

ממש אַף די טײַכן די רוגזﬡ?

אַפן יﬦ דײַן חימה?

אַוואָס דו טוסט אַף דײַנע פערד רײַטן

אַף די קאַרעטן פון די ישועה.

 

(ט) אַנטפּלעקט איז דײַן בויגן אַנטפּלעקט,

[שבועות. מטות. אמור], סֶלָה.

מיט טײַכן שפּאַלסטע אײַנעט די ערד.

 

(י) דערזען דיר די בערג, האָבן זיי זיך צעציטערט,

דער שטראָﬦ פון די וואַסערן איז אַדורך,

דער ﬨהוﬦ האָט זײַן שטיﬦ געגעבן,

און אינדערהייך די הענט דערהויבן.

 

(יא) די זון מיט די לבנה בלײַבן שטיין אין זייער האַרבעריק,

זיי נעמען גיין צום טאַקט פונעם ליכט פון דײַנע פײַלן,

צום גלאַנצליכט פון דײַן בלישטשענדיקע שווערד.

 

(יב) מיט גרימצאָרן טרעטסטע ﬡיבער דער ערד,

מיט כעס צעדרעשעסטע די פעלקער.

 

(יג) בינסטע אַרוֹיסעט אַף ישועה דײַן פאָלק ברענגען,

אַף ישועה דײַן באַזאַלבטן,

דעם הויפּט פון אַ הוֹיז פון רשעיﬦ פאַרווﬡונדיקסטו,

אַנטפּלעקנדיק די גרונטפעסטן אַזש ביזן האַלדז. סֶלָה.

 

(יד) מיט זײַנע אייגענע ריטער האָסט די קאָפּ באַ זײַנע מנהיגיﬦ געלעכערט,

מיר פונאַנדערגעשפּרייט מיט אַ ווירבלווינט,

ﬢי פרייﬢ אַוואָס באַ זיי ווי דעם אָרעמאַן אופפרעסן —

סוﬢוﬨדיקערהייט.

 

(טו) דעם ים האָסט צעטראָטן מיט דײַנע פערד,

מיט אַ שוים פון אַ פולע וואַסערן.

(טז) געהערט האָבעך און ס′האָט אַזש אין בוֹיך אופגערוﬢערט באַﬦ קול,

אַ קלינגעניש אין די ליפּן,

אַ פאַרפוילעניש ﬡין די ביינער,

איך טו אַפן אָרט ציטערן,

דעם פאָלק ﬡומקערן אין לאַנﬢ אַפונוואַנענט מ′האָט עﬦ — פאַרטריבן.

 

(יז) אַז דער פײַגנבוֹיﬦ טוט ניט בליען,

ניטאָ קיין שפּראָץ פון אַ פֵּרי אינעﬦ ווײַנשטאָק,

דער אײַלבערט אַנטזאָגט⸗זאַך געבן אײַלבערט,

די ﬨבואה פעלדער קיין שפּײַז דערלאַנגען ניט,

די שאָף פון שטאַל איז פאַרשניטן,

אין די רינדשטראַלן ﬡיז קין רינדער — ניטאָ.

(יח) ﬡון פאָרט ′עלעך⸗זאַך ﬡין אֲדֹנָי ﬢערפרייען,

באַגליקן⸗זאַך אינעם גאָט פון מײַן ישועה,

(יט) אַז אֲדֹנָי אֱלֹהִים איז מײַן כח,

ﬡון ער די פיס מײַנע מאַכט גרינג ווי באַ די הינﬢן,

ﬡון ער ווײַזט מיר אָנעט די וועג צום סאַמע שפּיץ.

צוﬦ קאַפּעלמײַנסטער! מיט ﬢי ניגוניﬦ!

 

 

חזק


אלול תש″ף

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מעתיק אַליין.