for the 21st Century
הילע געצייכנט פון גיעדרע בעצאָניטע | Cover illustration by Giedrė Beconytė
AN ENGLISH-YIDDISH DICTIONARY
ווילנער יידישער ווערטערבוך
„יידיש ואידיש בלשון אחת“
(A WORK IN PROGRESS IN VILNIUS, LITHUANIA (DRAFT ONLY
A B C D E F G H I J K L M
N O P Q R S T U V W X Y Z
LIST OF ABBREVIATIONS AND SYMBOLS
Tip for Beginners: head to just the bold type words in any entry
by
Dovid Katz
בווילנא
ווילנא תש″ף ווילנע 2020
Vilnius 2020
◊
(COMMITTEE OF FOUNDERS (2018-2019
VIVIAN FELSEN
LEONARD SACHS
JACOB SYSSER
S. CHIC WOLK
❊
2020:
Support from World Jewish Congress Yiddish Center (Vilnius)
◊
◊
◊Compiled with reference to the author’s earlier work in Yiddish stylistics (digitized), grammar, sociology, history, dialectology (& in-situ expeditions), orthography (digitized), editing of journals & academic anthologies, original fiction, Bible translation, and other fields of Yiddish; current and recent projects
◊
How do you say it in Yiddish? Please type in your word in the search box at your left, or, if you prefer [COMMAND+f+your word]. When keying in Yiddish diacritics, best to use unicode’s right-Alt(Gr) for correct universal display. If the word you are looking for is not yet in the Yiddish Cultural Dictionary (©2020), please email it to us at: info-{a}-YiddishCulturalDictionary.org. Thanks also for corrections and suggestions.
This is a project looking for a grant, built to be permanently improving and permanently available online free
Please donate the amount of your choice, writing in “for Yiddish dictionary” — donations in the US are tax-deductible
Acknowledgments: Many works are consulted in the course of the project, including those by Paul Abelson; Alexander Astravukh, Solon Beinfeld & Harry Bochner; Aaron Bergman & Itche Goldberg; Solomon A. Birnbaum; Ignaz Bernstein; Raphael Finkel; Alexander Harkavy; Miriam Hoffman; Judah A. Joffe & Yudel Mark; Y.M. Lifschitz; Yudel Mark; Wolf Moskovich; Yitskhok Niborski & Simon Neuberg; Niborski, Vaisbrot, & Neuberg; Nehemiah Pereferkovich; Zalmen Reyzen; A. Roth; Mordkhe Schaechter; Gitl Schaechter-Viswanath & Paul Glasser; Yisroel Shteynberg (Israel Steinberg); Nokhem Stutchkoff; Mordechai Tsanin; Max Weinreich; Uriel Weinreich; and Yehoash & Spivak.
The project was inspired, over half a century, by Shimon Alperovich, Stanley H. Barkan, Hartog Beem, Solomon A. Birnbaum, Milan Chersonski, Donald Cohen, David Crystal, David Djanogly, Yoni Fain, Vivian Felsen, William J. Fishman, Itche Goldberg, Troim Handler, Benjamin Harshav (Hrushovski), Marvin I. Herzog, Miriam Hoffman, Gershon Jacobson, Y.Y. Jacobson, Harriet Jasper, Edward M. Katz, Blumke (Bliuma) Katz, Menke Katz, Kh. Sh. Kazhdan, Kalmen Kovl (Carl Cowl), Chatskel Lemchen, Yisroel Lempert, I.A. Lisky, Raphael Loewe, Shlomo Noble, David Patterson, Leyzer Ran, Aryeh Rohn, Mordkhe Schaechter, Meir Shub, Abraham Shulman, Sheine Sideraite, Harry Smith, Avrom-Nokhem Stencl, Abraham Sutzkever, Gershon Winer, Chic Wolk, and Wolf Younin.
Special thanks to colleagues who have read earlier drafts and generously offered numerous suggestions: Leyzer Burko (Yiddish Dialect Dictionary, N.Y.); Jonathan Felendler (Kiryath Sefer); Randi Hacker; Stanley (Shimke) Levine (Oberlin); Chaim Levy; Michael Masarsky (N.Y.); Julia Rets (St. Petersburg); Albert Rosenblatt (NY); Philip Schwartz (Wrocław); Mr. Felendler’s extensive critiques, assistance and suggestions merit special appreciation. None is responsible for errors or opinions in YCD.
YCD’s primary font is Frank Ruhl Curled Lamed by Maxim Iorsh with modifications by Yoram Gnat via the generous help of Aharon Varady at the Open Siddur Project.
Primary Dialect Designations
דרומדיק
(SOUTHERN (Polish & Hungarian lands
❊
צפונדיק
(NORTHERN (Lithuanian & Belarusian lands
❊
ד″מ (דרום⸗מזרח)
(SOUTHEASTERN (Ukrainian & neighboring
English-Yiddish Dictionary
A
A B C D E F G H I J K L M
N O P Q R S T U V W X Y Z
A
(דער) אַ (ערשטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [ey].
a(n)
אַ {אומבאַשטימטער אַרטיקל; פאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָנעט מיט אַ וואָקאַַל:} אַן;
{הערה: אין עלטערע מזרח⸗אייראָפּעאישע טעקסטן מיטן פולן ניקוד, דער עיקר פון נײַנצעטן יאָרהונדערט, האָט מען דעם „אַ“ אָפטמאָל געשריבן אינאיינעם מיטן שם⸗דבר (אַשטייגער: „אַצִימֶער“ צי „אַצִימעֶר“); בכלל אין עלטערן לשון, צי מערבדיק צי מזרחדיק, טרעפט מען „איין“, אויך אין צײַטן און מקומות אַוואו מען ווייס אַז מ′האָט אין לעבעדיקן לשון גענוצט (און אַ סברא געלייענט) ניט אַנדערש: „אַ“ צי „אַן“}.
(Aaron (biblical
אהרן הכהן [árn|(h)akóy(ə)n], צפונדיק: [árn|(h)akéy(ə)n];
{מער פאָרמעל:} [ahárn-(h)akóyhən], צפונדיק: [ahárn-(h)akéyhən];
{בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אהרן⸗הכהנען}.
(Aaronite (from the priestly lineage
מזרע אהרן הכהן [mizérə|àrn-(h)akóy(ə)n], דרומדיק: [məzéyrə|àrn-akóy(ə)n], צפונדיק: [mizérə|àrn-(h)akéy(ə)n] (′אָפּשטאַמענדיק פון אהרן הכהן′).
Aaronites (in the 21st century Satmar hasidic movement)
אהרונים [a(hə)róynim], צפונדיק: [a(hə)réynim];
{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער} אַריס;
{שפּאַסיק:} די בני⸗אהרן [bney-árn]; זע אויך: ←זלמנים.
abandon (v.)
איבערלאָזן אויף הפקר [af héfkər]; אָפּלאָזן (אינגאַנצן);
{לומדיש:} מפקיר זײַן [máfkər-zayn];
{פראַזע:} איבערלאָזן אויף גאָטס באַראָט.
(abandon (an idea, opinion, cause
זיך אָפּלאָזן פון; אַוועק(גיין) פון; פאַרלאָזן;
{עמאָטיוו:} זיך אָפּטרייסלען פון; זיך באַפרײַען פון; פּטור ווערן פון [pótər-vèrn-fun], דרומדיק: [pú:tə(r)-vèyrn-fin];
{פראַזע:} אַרויס(גיין) פונעם געשעפט; אָפּלאָזן דעם עסק [éysək], דרומדיק: [áysik].
abate
אַראָפּלאָזן זיך; אײַנגעשטילט ווערן.
abbreviate
מאַכן בקיצור [màkhn|bəkítsər]; אָפּקירצן; פאַרקירצן;
{לומדיש:} מקצר זײַן [məkátsər-zayn];
{טאָמער וועגן שרײַבן טראַדיציאָנעלע קיצורים מיט די ערשטע אותיות פון יעדן וואָרט און צוויי⸗שטריכעלעך פאַרן לעצטן אות:} שרײַבן מיט (\נוצן) ראשי תיבות [ròshe-téyvəs], דרומדיק: [rùshə-táyvəs];
{בײַשפּילן בײַם שם⸗דבר}.
abbreviation
(דער) קיצור [kítsər]; (ל″ר: קיצורים [kətsúrəm], דרומדיק: [kətsí:rəm]); (די) פאַרקירצונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּקירצונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער וועגן טראַדיציאָנעלע קיצורים, וואָס שטאַמען אָפּ בדרך כלל פון לשון קודש אָדער אַראַמיש און ווערן געשריבן מיט צוויי⸗שטריכעלעך פאַרן לעצטן אות:} ראשי⸗תיבות [ròshə-téyvəs], דרומדיק: [rù:shə-táyvəs]; {פאַראַן אַ גלײַכבאַרעכטיקטער וואַריאַנט מיטן פּלוראַליזירנדיקן -ן:} ראשי⸗תיבותן;
{דער ל″י „אַ ראשי⸗תיבה“ איז זייער זעלטן, מ′נוצט בדרך כלל דעם רבים ווי אַ יחיד: „דאָס איז אַ ראשי⸗תיבות“; „וואָס מיינט אָטאָ דער ראשי⸗תיבות?“; אָט דער באַנוץ פּאַסט זיך גענוי מיטן רבים „ראשי⸗תיבותן“ — איין ראשי⸗תיבות, צוויי ראשי⸗תיבותן};
{אַ קיצור פון אַן איינאיינציקן וואָרט שרײַבט מען מיט איין שטריכעלע (′), און ס′רופט זיך ניט אַ ראשי⸗תיבות, למשל: ר′ אויף רֶבּ [reb]; וכו′ אויף וכולי [fkhúlə] (′און אַזוי ווײַטער′)};
{ראשי⸗תיבותן שטאַמען פון לשון קודש, למשל: „ב″ה“ = ברוך השם [borkhashém]; „ע″ה“ = עליו השלום [òləv-hashóləm], און די ראשי⸗תיבות שטריכעלעך קענען בלײַבן אויך דאָרטן וואו ס′איז שוין לאַנג אַ וואָרט פאַר⸗זיך, למשל: „(דער) תנ″ך“ [dər-tanákh], „(דער) ש″ס“ [dər-shás], וכדומה. דאָס איז (מיט געוויסע אויסנאַמען, למשל קיצורים פון נעמען פון מחברים און זייערע ספרים) ניט קיין פּראָדוקטיווע פּאַראַדיגמע, דאָס זײַנען געירשנטע קיצורים פון דור⸗דורות, וואו די צוויי⸗שטריכעלעך זײַנען דעם לייענער אַ סיגנאַל פון דער טראַדיציאָנעלער יידישקײַט וואָס איז אינעם יידישן לשון טיף אײַנגעגלידערט. פאַרקערט ווערן מאָדערנע קיצורים געשריבן מיט פּינטעלעך, למשל: „א.א.וו.“ (און אַזוי ווײַטער), „א.א.“ (און אַנדערע).
אַזויאַרומעט ווערט דיפערענצירט למשל „נ.י.“ (ניו⸗יאָרק) פון „נ″י“ (נרו יאיר — ′זאָל זײַן ליכטיקײַט לײַכטן′, געשריבן נאָכן נאָמען פון אַ לעבעדיקן מענטשן אַוועמען מען גיט אָפּ כבוד). בײַ טייל סעקולערע יידישיסטן איז געוואָרן אַ פּרינציפּיעלער ענין אַלע מאָדערנע קיצורים אויך שרײַבן עלעהיי זיי וואָלטן ראשי⸗תיבותן געווען („אאַז″וו“; „א″א“; אויך אַזעלכע פּנים חדשות ווי „שנ″פ“ טײַטש: „שיער ני(ש)ט פאַרגעסן“. פאַר⸗זיך איז מה רעש. למעשה איז דאָס אָבער געוואָרן, פּונקט ווי די דרײַ⸗וואָוון און די דרײַ⸗יודן, אַ פּערמאַנענטער וויזועלער סימבאָל פון אַנטי⸗טראַדיציאָנעלער (און במילא אַנטי⸗רעליגיעזער) אידעאָלאָגיע וואָס האָט, אינאיינעם גענומען מיט אַ שלל אַנדערע „חידושים“ אונדז געבראַכט צום שוועל פון אָפּזונדערונג און אָפּפרעמדונג, מיט דער גרויסער איראָניע אַז די שפּראַך פון דער „ניט⸗יידישיסטישער“ חרדישער סביבה שטעלט מיט זיך פאָר דעם אמת⸗היסטאָרישן לינגוויסטישן המשך פונעם לשון פון די וועלטלעכע יידישע קלאַסיקער פון נײַנצעטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, בעת די פּוריסטיש⸗נאָרמאַטיוויסטישע מחנה איז פאַרבליבן אַ שיינער קלוב. לסוף דאַרף מען נאָר באַטאָנען, אַז דאָ גייט ניט אין אַוועלכער ניט איז הײַנטצײַטיקער בכיוונדיקער באַעוולונג ח″ו (חס ושלום); עס גייט אין דעם קולטור⸗היסטאָרישן פאַקט, אַז די סעקולאַריסטישע, אַנטי⸗פרומע אײַנפירונגען פון די דרײַסיקער יאָרן פון לעצטן יאָרהונדערט (אין אַ סך פאַלן אינספּירירט פונעם סאָוועטישן באַנוץ) האָבן געשאַפן שריפטלעכע בילדער וואָס קענען קיינמאָל ניט אָנגענומען ווערן בײַ די חרדישע קהילות אַוואו יידיש לעבט און שפּרודלט. צווישן די ערשטע אויפגאַבעס בכדי פאַראייניקן „יידיש מיט אידיש“ איז אָפּלאָזן די אַנטי⸗טראַדיציאָנעלע שרײַבונגען וואָס שטערן דעם פּראָגרעס פון יידיש כולה}.
פאַראַן אַלעמאָל אויסנאַמען — אַ הײַפעלע פאַלן, אַוואו מען נוצט צוויי⸗שטריכעלעך (אָנשטאָט אַן איינציקן, און אָנשטאָט אַ פּינטל), און וואו די צוויי⸗שטריכעלעך זײַנען אָנגענומען בײַ אַ וואָרט פון ניט⸗סעמיטישן אָפּשטאַם; למשל דער טיטל „דאָקטער“ פאַר אַ פאַמיליע נאָמען; („אָט קומט ד″ר וואַטסאָן אינאיינעם מיט ד″ר גרינבערגן“). און אַזוי אויך בײַ געוויסע קיצורים פון נעמען פון שטעט, למשל פּ″ב (פּעטערבורג) וכדומה.
abdicate
אַבדיקירן {בײַ אַ מלך אָדער מלכה}; אָפּלאָזן; אויפגעבן [úvgebm]; אָפּזאָגן זיך (פון); צוריקציען זיך (פון); אַנטזאַגן זיך (פון).
abdication
(די) אַבדיקאַציע (ל″ר: -ס);
{גיכער וועגן אַן איינצלפאַל:} (די) אַבדיקירונג (ל″ר: -ען);
{ליטעראַריש, אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) אָפּזאָגונג (ל″ר: -ען).
abdomen
(דער) בויך (ל″ר: בײַכער); (דער) בויך⸗קאַסטן (ל″ר: -ס).
abdominal cavity
(דער) בויך⸗חלל [bóykh-khòləl], דרומדיק: [bó:(u)(ə)kh-khù:ləl] (ל″ר: -ס).
Abel (bibl.)
הבל [hévl], דרומדיק: [h)éyvl)];
{פראַזעס:} הבל, נעבעך; קַינס ברודער, נעבעך [káyənz|brúdər], דרומדיק: [(ká:(y)ənz|brí:də(r];
{איראָניש:} אַ הבל בן אדם [ahévl|bènódəm], דרומדיק: [ahéyvl|bènú:dəm];
{הערה: וואָרטשפּיל פון נאָמען „הבל“ מיטן „הבל“ פון „הבל הבלים“ (′נישטיקײַט און נאַרישקײַט′) < קהלת א′: ב′ — און בעת מעשה פונעם תנ″כישן נאָמען פון אדם⸗הראשונען (הבלס טאַטע) מיט ′אדם, אַ מענטש′; גענוצט וועגן אַ נידעריקן צי אַ נידערטרעכטיקן מענטשן}.
aberration
(דער) אָפּגאַנג (ל″ר: -ען); (די) אָפּווײַכונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּנייגונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּווענדונג (ל″ר: -ען); (די) אַבעראַציע (ל″ר: -ס);
{אין מער וויסנשאַפטלעכן סטיל:} (דער) אָפּנייג (ל″ר: -ן); (דער) אָפּווײַך (ל″ר: -ן);
{פראַזע:} אַן אָפּגאַנג פונעם דרך המלך [dèr(ə)kh-(h)améləkh], דרומדיק: [dè(y)r(ə)kh-(h)améyləkh].
abhor
{פאַרשטאַרקונגען פון „פײַנט האָבן“ און „האַסן“:} שרעקלעך (\שטאַרק\זייער\ממש [máməsh]) פײַנט האָבן [fáynt-hobm], דרומדיק: [fá:nt-ubm] (\האַסן);
{פראַזעס, בדרך כלל אָדאָרטן אַוואו דער אָביעקט איז אַ מענטש:} פײַנט האָבן (\האַסן) +: ווי אַ שפּין; שנאת מות [sìnəs-móvəs], דרומדיק: [sìnəs-múvəs]; {לומדיש:} בתכלית השנאה [bətàkhləs-(h)asínə];
{טאָמער מער אין זין פון עקל איידער מענטשלעכע שנאה, אין די אַלע פאַלן — <+דאַטיוו>:} עקלען; מיגלען; קערן די גאַל (פון); {לומדיש:} מיאוס ומאוס זײַן [míyəs|umó(y)əz-zayn], דרומדיק: [míyəs|əmú:əz-za:n].
ability
(די) פעאיקײַט [féy(i)kayt]; (די) געניטקײַט [gənítkayt] {אויף אַ ספּעציפישן געביט};
{לומדיש}: (דער) יכולת [y(ə)khóyləs];
{אָפטמאָל נעגאַטיוו איראָניש:} (די) קראַפט: „די קראַפט אַלצדינג קאַליע מאַכן האָט ער דווקא יאָ“.
ablaze
ברענענדיק(ערהייט); פלאַמענדיק(ערהייט); אין גאַנג פון ברענען; אין פלאַמען; צעפלאַקערט; בעתן סאַמע [sámə] ברענען.
able
פעאיק [féy(i)k]; בכח (זײַן) {אויך: בכוח} [pkóyəkh] ,[bəkóyəkh], צפונדיק: [bəkéyəkh] צי [pkéyəkh]; מסוגל [m(ə)súgl], דרומדיק: [m(ə)sígl]; אין שטאַנד {אַרכעאיש דיאַלעקטיש}; {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} אימשטאַנד.
abolish
אָפּשאַפן; בטל מאַכן [bótl-màkhn], דרומדיק: [bú:tl-màkhn].
abolition
(די) אָפּשאפונג (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) אָפשאַפן;
{לומדיש:} (די) בטל⸗מאַכונג [bótl], דרומדיק: [bú:tl]; (דאָס\דער) בטל מאַכן.
(Abolition (of Slavery
(די) אַבאָליציע (פון שקלאַפערײַ) [abolítsyə].
abominable
דערווידערדיק; ווידערוויליק; עקלהאַפטיק; עקלדיק;
{עמאָטיוו:} פּאַסקודנע; כאָלער(י)עדיק.
abomination
אַ פאַרדאָרבעניש (ל″ר: -ן); אַ פאַרדאָרבנקײַט (ל″ר: -ן); אַ פאַרמיאוסנג [afàr-míy(ə)sùng] (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} אַ מיאוס⸗ומאוס [amìyəs-umó-us], דרומדיק: [amìyəs-imú:-is];
{פראַזע:} אַ שקץ תשקצנו כי חרם הוא [ashàkəts-təshaktsénu|kì-khèyrəm-hú],
דרומדיק: [:ashàkəts-təshaktséyni:|kì:-khàyrəm-(h)í].
abort (v.)
{מעדיציניש:} אַבאָרטירן; מעדיציניש מפּיל⸗מאַכן [mápl-màkhn];
{בכלל:} אַוועקלאָזן; אַָּפּלאָזן; וואַרפן; אָפּהאַקן; מיטאַמאָל אָפּשטעלן.
abortion
(דער) אַבאָרט [abórt] (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) מעדיציניש מפּיל⸗מאַכן [mápl-màkhn];
{פאָרמעל, פאַראיידלטערהייט:} (די) טערמינירונג פון שוואַנגערשאַפט.
about (concerning)
{אויף אַ בערכדיקן מהלך פון טאָגטעגלעך ביז לומדיש:} וועגן; וואָס (איז) שייך [sháyəkh]; אין שייכות מיט [sháykhəs]; מכח [mikóyəkh]; בנוגע [b(ə)nəgéyə].
(about (approximately
אַרום; אומגעפער; מער⸗ווייניקער; מער⸗ווינציקער; פּלוס⸗מינוס;
{אַ קאַפּ לומדיש:} בערך [b(ə)érəkh], דרומדיק: [b(ə)éyrəkh].
!About time
שוין צײַט!; גענוג געוואַרט!; אַנו זשע!;
{פראַזעס:} דערלעבט יאָרן!; מ′דאַרף מאַכן אַ שהחיינו! [shèkh(ə)yónu], דרומדיק: [:shèkh(ə)yú:ni].
?about what
וועגן וואָס?; איבער וואָס?; מכח וואָס? [mikòyəkh-vós], דרומדיק: [mikòyəkh-vú:(ə)s], צפונדיק: [mikèyəkh-vós];
{לומדיש:} בנוגע וואָס [bən(ə)gèyə-vós], דרומדיק: [bən(ə)gàyə-vú:(ə)s].
(.above (adv
אויבן [óybm], צפונדיק: [éybm]; פון (\אויף) אויבן;
{דרומדיק דיאַלעקטיש:} אויוון.
above (prep.)
איבער;
העכער (+פּרעפּאָזיציע) פון\פאַר — (אָדער: קאָניונקציע) איידער\ווי).
above all
מער פון אַלצדינג; דער עיקר [dəríkər]; {דיאַלעקטיש:} דערעיקרשט [dəríkərsht];
{לומדיש:} ועל כולם [vàlkúləm], דרומדיק: [vàlkíləm], {מער לומדיש:} [vəàl-kúlom], דרומדיק: [vəàl-kílom].
abracadabra
אַברעקעדאַברע! {ווערטער פון אַ כישופדיקן שפּרוך}; עָבְרָא כְּדַבְּרָא! [óvro kədábro] {לויט אַ געוויסער (אַ סברא, אַ פאָלקס⸗עטימאָלאָגישער) השערה וואָס האַלט פון אַ יידיש⸗אַראַמישן, קאַבאַליסטישן מקור};
ענגע בענגע! [éyngə béyngə] {אָנהייב פון פאַרשיידענע יידישע שפּרוכן און קינדער⸗שפּרוכן}; לאָקש⸗כאָטש⸗שאָך! {און אַ סך אַנדערע…}.
(Abraham (biblical
אברהם אבינו [avrò(ə)m-ovínu], דרומדיק: [avrù:(ə)m-uví:ni]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אברהם⸗אבינון}.
(Abraham ben Azriel of Bohemia (13th century
דער ערוגת הבושם [dər-arùgəs-(h)abóysəm], דרומדיק: [dər-arì:gəs-(h)abóysəm], צפונדיק: [dər-arùgəs-(h)abéysəm];
ר′ אברהם בן עזריאל בעל ערוגת הבושם.
Abraham ben David of Posquières (±1125–1198)
דער ראב″ד [dər-ráyvəd], דרומדיק: [dər-rá:vət];
רבינו אברהם בן דוד.
Abrahamic
אַבראַמיש;
{הערה: מען ק ע ן פאַרשטייט זיך שרײַבן „אברהמיש“ און מען קען דעמאָלט אַרויסריידן לויטן יידישן שטייגער — צפונדיק [avrómish], דרומדיק [avrúmish]; אָבער דער עצם באַגריף, אַ גרופּירונג פון יודאַאיזם, קריסלעכקײַט און איסלאַם איז אַ מאָדערן⸗אינטערנאַציאָנאַלער, ניט קיין יידישער, אַזויאַרומעט, אַז בילכער איז, אַ סברא, די פאָנעטישע שרײַבונג}.
Abramovitsh (Abramovich), Sholoem Yankev → Mendele Moykher Sforim
abroad
אין אויסלאַנד;
{לויטן פּירוש המילות ′איבערן ים′ אָבער ווערט אויך היימיש גענוצט אין זין פון ′העט ווײַט אין אַן אַנדער לאַנד′:} מעבר לים [məéyvər|l(ə)yám], דרומדיק: [məáyvər|l(ə)yám]; {פאַראַן פאַרשיידענע הײַנטצײַטיקע שפּאַסיקע וואַריאַנטן:} מעבר לעראָפּלאַן ′פון יענער זײַט עראָפּלאַן′; מעבר למדבר [məéyvər|lamídbər] ′פון יענער זײַט מדבר′};
{אייגנטלעך אַ העברעאיזם פון מדינת ישראל, מיטן טײַטש ′אויסער ישראל′ אָבער ווערט ווען⸗ניט⸗ווען באַנוצט אויך אַנדערשוואו אין פּשוטן זין פון ′אין אויסלאַנד′:} אין חוץ לארץ [in-khúts-l(ə)òrets].
(Absalom (biblical
אבשלום [afshóləm], דרומדיק: [afshú:lim];
{ווערטלעך:} ער איז דעם טאַטן געטרײַ ווי אבשלום דוד⸗המלכן (′שטאַרק ניט געטרײַ′, ′פאַררעטעריש אינגאַנצן′); {אַ קללה, עמעצן זאָל טרעפן אַ מיתה משונה:} אין אבשלומס בוים זאָלן אים די האָר פאַרטשעפּעט ווערן (לויט שמואל ב′, י″ח: ט).
abscess
(די\דאָס) געשוויר (ל″ר: -ן).
…absence: in the absence of
בײַם אויספעלן פון; אַז ס′איז (ס′זײַנען) ני(ש)טאָ (קיין);
{טאָמער דווקא וועגן אַ מענטשן וואָס איז ניטאָ דערבײַ:}
ני(ש)ט אינעם בײַזײַן פון; אָנעם בײַזײַן פון; ני(ש)ט אין דער אָנוועזנהײַט פון;
{פראַזעס:} בשעת (זי\ער) איז ני(ש)טאָ; בעתן פעלן אויפן אָרט פון.
(absent (not present
ני(ש)ט(אָ) אויפן אָרט; ני(ש)ט פאַראַן אופן אָרט; ני(ש)ט⸗אָנוועזנדיק.
absent minded
פאַרקלערט (מיט אַנדערע זאַכן); צעפלויגן; ני(ש)ט⸗קאָנצענטרירט.
absentee
{בייגעוודיק:} (אַ\די\דער) פעלנדיקע(ר).
absentee ballot
(די) צוגעשיקטע שטים⸗פּאַפּיר (ל″ר: ן); (די) צוגעשיקטע שטימע (ל″ר: -ן); אַ שטימע פונדערווײַטנס;
{פראַזע:} די שטימען פון ני(ש)ט אויפן אָרט.
absenteeism
(דאָס\דער) ני(ש)ט קומען אויף דער אַרבעט; (דאָס\דער) ני(ש)ט יאַווען זיך; (די) •אומבאַווײַזונג;
(absolute (complete
פולשטענדיק; טאָטאַל; {אין טייל פאַלן:} ריין;
{ניט בייגעוודיק, פאַרן סוביעקט:} דורך און דורך (אַ); לחלוטין [làkh-lútn] אַ: „ער איז דורך און דורך אַן אידיאָט, לחלוטין אַ נאַר צווישן נאַראָנים“.
absolute monarchy
(די) טאָטאַלישע מאָנאַרכיע (ל″ר: -ס).
(absolutely (totally/clearly
דורכאויס; דורך און דורך; לחלוטין [làkh-lútn], דרומדיק: [làkh-lítn];
{לומדיש:} לגמרי [ləgámrə].
!Absolutely
לחלוטין! [lakhlútn]; פולשטענדיק! [fúlshtèndik]; אַבסאָלוט אַזוי! [apsolút|azóy];
{בתורת ענטפער אויף אַ פראַגע, אָפטמאָל אַ פאַרבעטונג אויף עפּעס, אַז מ′וויל ענטפערן מיט אַן ענטוזיאַסטישן „יאָ“; טאָמער איז אַפריער אפשר געווען אַ ספק אין דעם, איז דער קלאַסישער ענטפער וואָס דריקט אויסעט די פרייד אין אָננעמען, נאָכדעם ווי ס′איז געווען אַ השערה אַז ניט, איז:} אדרבא! [Áderàbə] {מיט אַ זעלטן שטאַרקן טראָפּ אויפן ערשטן טראַף: „נו, מ′עט גיין דארטן מאָרגן? אדרבא!!};
{אויך אַנדערע ווערטער אויף „יאָ“ נעמען אָן אַ פאַרשטאַרקטע פאָרם מיט אַקצענטירונג איבער דער געוויינטלעכער מאָס, וואָס ווערט דאָ געצייכנט מיט גרויסהאַנטיקע אותיות אין דער טראַנסקריפּציע פון באַטאָנטן וואָקאַל:} געוויס! [givÍs]; אַוודאי! [avÁdə]; זיכער! [zÍkhər]; ס′אַ שאלה! [sa-shÁYlə]; אומבאַדינגט! [úmbadÍngt];
{פראַזעס:} וואָדען? [?vó|dÉn]; וואָס פאַראַ פראַגע! [vÓs-fara-fràgə]; קיין פראַגע ניט! [ki-frÁgə-nit]; הונדערט מיט צוואַנציק פּראָצענט! [hùndert-mit-tsvántsik|protsént];
מהיכא תיתי! [makh(ə)téysə]; {זייער באַליבט און פאַרשפּרייט; נאָר וואָס, בײַ טייל איז דער מיין גלאַט ′גוט!′, ′אָקיי!′, ′פאַרוואָס ניט?′ אָן דער שטאַרקערער עמאָציע}.
!Absolutely not
בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt]; אויף קיין פאַל ני(ש)ט!;
(פראַזעס:} לא מיט אַן אלף! [lóy|mitanáləf], צפונדיק: [léy|mitanáləf];
{לומדיש:} לא ולא [lóy-vlóy], צפונדיק: [léy-vléy]; באין אופן ני(ש)ט [b(ə)éyn|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(b(ə)áyn|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [b(ə)éyn|éyfm-nìt].
absolution (of sins) (Chris.)
{אין קריסטלעכן גלויבן:} (די) אַבסאָלוציע פון זינד.
absorb
אײַנזאַפּן; אַבזאָרבירן;
{פיגוראַטיוו, אין זין פון קענען געפינען פאַר וואָס ניט איז אַן אָרט:} זיך באַגיין (מיט); זיך אַן עצה טאָן (מיט); קענען צונעמען.
(abstain (from voting
אַבסטינירן; דווקא ני(ש)ט⸗שטימען [dáfkə].
(abstain (from sex
אַבסטינירן (\זיך צוריקהאַלטן) פון סעקס.
abstainer
(דער) אַבסטינענט (ל″ר: -ן), ל″ה: (די) אַבסטינענטקע (ל″ר: -ס);
{טאָמער דווקא וועגן שטימען, אַשטייגער אין פּאַרלאַמענט; בייגעוודיק:} (די\דער) בפירוש ני(ש)ט שטימענדיקע(ר) [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh].
abstinence
(די) אַבסטינענץ; (די) צוריקהאַלטונג;
{פראַזע, אין זין פון א ַמענטש וואָס האַלט זיך צוריק פון סעקס, משקה וכדומה:}
זײַן) אַ כובש את יצרו [akòyvəsh-es-yítsroy], צפונדיק: [akèyvəsh-es-yítsrey]; {צי מיט מאָראַלישער אָפּשאַצערישקײַט:} איזהו גיבור? הכובש את יצרו! [!èyzəhù-gíber?|hakòyvəsh-es-yítsroy],
דרומדיק: [!àyzəhì:-gíbe(r)?|(h)akòyvəsh-es-yítsroy], צפונדיק: [!èyzəhù-gíber?|hakèyvəsh-es-yítsrey] (′ווער איז דען אַ גיבור? דער וואָס קען בײַקומען דעם יצר!′ < פּרקי אבות ד′: א′).
abundance
(די) שפע [shéfə], דרומדיק: [shéyfə] (ל″ר: -ס).
(.abuse (n
שלעכטע באַהאַנדלונג (פון א מענטשן); (די) אומעטישע (אומבאַרעכטיקטע \ מיאוסע \ ניט⸗ריכטיקע) באַהאַנדלונג.
abuse (n.) (insulting speech)
(די) זידלערײַ (ל″ר: -ען); מיאוסע דיבורים [míy(ə)sə|dəbúrəm], דרומדיק: [mí:y(ə)sə|dəbí:rəm]; (די) מיאוסע רייד (ל″ר).
(.abuse (v
שלעכט \ מיאוס [míyəs] \ ני(ש)ט עטיש \ ני(ש)ט ריכטיק \ — באַהאַנדלען {דער עיקר אַ מענטשן; מעגלעך אויך אַ בעל⸗חי אָדער אינסטרומענט}.
abuse of power
(דער) קרומער באַנוץ (פון מאַכט, אויטאָריטעט, וכו′) (ל″ר: -ן); (דער) קרומבאַנוץ [krúm-banùts], דרומדיק: [krím-banìts] (ל″ר: -ן);
{בײַ טייל אַרכעאיש:} (דער) מיסברויך [míz-bròykh], דרומדיק: [mìz-brò(:)u(ə)kh] (ל″ר: -ן); {מער ליטעראַריש:} (דער) מיסגעברויך [míz-gəbròykh], דרומדיק: [mìz-gəbrò(:)u(ə)kh] (ל″ר: -ן).
abyss
(דער) תהום [tóm], אויך: [təhóm] (ל″ר: -ען); (דער) אָפּגרונט (ל″ר: -ן).
(.academic (n
אַקאַדעמיקער (ל″ר: ø); אָנגעשטעלטע(ר) געלערנטע(ר) אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אינסטיטוט;
{הערה: פאַראַן אַן אָפטע מיספאַרשטענדעניש צווישן מערבדיקע וועמען דער טײַטש איז, אַז דער מענטש האָט אַ פּאָסטן אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אינסטיטוט פאַר געלערנטע און פאָרשונג, און אַז פון דעם שטאַמט די פּרנסה; און צווישן דעם זין בײַ אַ סך מזרחדיקע, אַז ס′גייט אין אַרײַנגענומען ווערן אין אַ צענטראַלער מלוכהשער אַקאַדעמיע פון געלערנטע, וואָס אין טייל לענדער איז דאָס מער אַן אָפּגעבונג פון כבוד איידער אַ שטעלע ממש}.
(.academic (adj
אַקאַדעמיש;
{טאָמער וועגן ניוואָ, לאו דווקא וועגן פאָרמעלער פאַרבונדנקײַט מיט אַן אינסטיטוציע:}
געלערנט;
{טאָמער גייט אין טראַדיציאָנעלער יידישער געלערנטקײַט:}
לומדיש [lómdish];
{און טאָמער מיטן טראָפּ אויפן געלערנטן גופא:}
למדניש [lamdónish], דרומדיק: [lamdú:nish].
academic integrity
(די) אַקאַדעמישע אָרנטלעכקײַט; (די) אַקאַדעמישע באַגלייבטקײַט.
academically speaking
אַקאַדעמיש גערעדט; אויב ריידן (\רעדן) פון אַקאַדעמישן שטאַנדפּונקט;
{פראַזעס:} ווי ס′זאָגט זיך (\ס′רעדט זיך) בײַ די פּראָפעסאָרן;
{לומדיש, וועגן טראַדיציאָנעל יידישע טעמעס, קען אויך אויסגעברייטערט ווערן פיגוראַטיוו:} ווי ס′הייסט בײַ תלמידי חכמים [ba-talmìdey-khakhóməm], דרומדיק: [ba-talmìday-khakhúməm].
academy
(די) אַקאַדעמיע (ל″ר: -ס);
{טאָמער אַ טראַדיציאָנעל יידישע רבנישע:} (די) ישיבה [yəshíyvə] (ל″ר: ישיבות).
(accent (stress on syllable
(דער) טראָפּ; (די) באַטאָנונג; (די) אַקצענטירונג;
{הערה: פאַראַן אַ דיאַלעקטיזם, „דער קוועטש“, אָבער בעסער אויסמײַדן צוליבן פאַראַן זײַן פון אַנדערע טײַטשן פונדערפון אין שייכות מיטן בית⸗כסא}.
(accent (emphasis
(די) אונטערשטרײַכונג; (די) אַרויסהייבונג; (דער) טראָפּ; (די) באַטאָנונג.
(accent (in speaking
(דער) אַקצענט [aktsént]; (דער) אַרויסרייד; (די) אויסשפּראַך;
{טאָמער דווקא וועגן דעם ענין אשכנזיש כנגד ספרדיש בנוגע צו העברעאיש:}
(די) הברה [havórə], דרומדיק: [h)avú:rə)].
(.accent (v
אַקצענטירן; אַרויסהייבן; אונטערשטרײַכן; לייגן דעם טראָפּ.
(Accents (Masoretic stress-marking/musical diacritics
דער טראָפּ (קאָלעקטיווער ל″ר);
{לומדיש:} די טעמים [də-táyməm], דרומדיק: [də-tá:məm]; די טעמי המקרא [də-tàymə-(h)amíkrə], דרומדיק: [də-tà:mə-amíkrə].
accentuate
באַטאָנען; אונטערשטרײַכן (ל″ע: אונטערגעשטראָכן); אַרויסהייבן;
{לומדיש:} מדגיש זײַן [mádgəzh-zayn] (ל″ע: האָט\האָבן מדגיש געווען);
{נאָכמער לומדיש:} שטעלן דעם דגש (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז) [dógəsh], דרומדיק: [dúgəsh];
{פראַזעס:} לייגן (\שטעלן) דעם טראָפּ (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז).
accentuation
(די) באַטאָנונג; (די) אונטערשטרײַכונג; (דאָס\דער) לייגן (\שטעלן) דעם טראָפּ (אויף אַוואָס⸗ניט⸗איז);
{לומדיש:} (דאָס\דער) מדגיש זײַן [mádgəzh-zayn];
{נאָכמער לומדיש:} (דער) דגש [dógəsh], דרומדיק: [dúgəsh]; (די) הדגשה [hadgóshə], דרומדיק: [adgú:shə].
(accept (receive
אָננעמען; אַקצעפּטירן;
{טאָמער וועגן מענטשלעכן אָננעמען אַ שווערע זאַך אין לעבן:} מקבל זײַן באהבה [m(ə)kàbl-zayn bəávə], אויך: [b(ə)ahávə] צי [b(ə)áyvə];
{טאָמער דווקא פיזיש:} (וויליקערהייט) באַקומען.
acceptance
(די) אָננעמונג (ל″ר: -ען); (דער) אָננעם (בײַם רוב ניטאָ קיין ל″ר); (די) אַקצעפּטירונג (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} (דאָס\דער) מקבל זײַן [məkábl-zayn];
{לומדיש, שטאַרק פאָרמעל אין דעם זין:} (די) קבלה [kabólə], דרומדיק: [kabú:lə];
{לומדיש, מיטן פּשט, אַז מ′נעמט אָן מיט גוטן אַוואָס⸗ניט⸗איז אַ שווערע זאַך:} (די) קבלה באהבה [kabòlə-b(ə)áyvə] צי [kabòlə-b(ə)ahávə]; דרומדיק: [kabù:lə-b(ə)á:və] צי [kabù:lə-b(ə)ahávə].
acceptance speech
(די) אָננעם⸗רעדע (ל″ר: -ס); (די) אַקצעפּטירונס⸗רעדע (ל″ר: -ס).
(accept (concede the point
מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; אָננעמען; צוגעבן; נאָכגעבן.
(accept (receive
אָננעמען; אַקצעפּטירן; אײַנשטימען צו נעמען;
{לומדיש:} מקבל זײַן [məkábl-zayn].
(accept (one’s fate elegantly or stoically
{לומדיש:} מקבל באהבה זײַן [məkàbl-b(ə)ahávə-zayn]; {„באהבה“ ווערט אויכעט אַרויסגערעדט:} [b(ə)ávə] צי [b(ə)áyvə] צי [b(ə)aháyvə].
acceptable
לאָזט זיך אָננעמען; וואָס מ′קען אָננעמען;
{אין מער טעכנישן צי געשעפטלעכן באַנוץ:} אָננעמעדיק [ó(n)-nèmə-dik], דרומדיק: [ú:(ə)n-nèmə-dik]; אָננעמלעך.
accepted
אָנגענומען;
{לומדיש, דער עיקר וועגן אַ יחיד:} מוחזק [múkhzək], דרומדיק: [míkhzək]; („ס′איז מוחזק, אַז זי איז אַ זייער גוטע לערערין“).
(.access (n
צוטריט; רעכט פון אַרײַנגאַנג; {פיגוראַטיוו:} (דאָס\דער) האָבן אַ (\דעם) שליסל;
{לומדיש, אַמאָפטסטן גענוצט נעגאַטיוו:} (דער) דריסת הרגל [drìsəs-(h)orégl], דרומדיק: [drì:səs-u:réygl]; („שוין עטלעכע יאָר, וואָס ער האָט דאָרטן קיין דריסת הרגל ניט“).
(.access (v
צוקומען (צום\צו דער).
accessible
צוטריטלעך; צוגענגלעך; וואָס מ′קען דערצו צוקומען.
(.accessory (n
(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן);
{וואָס שייך מאָדע און שיין אָנטאָן זיך:} (דאָס\די) צאַצקעלע (ל″ר: -ך); {איראָניש, אָפטמאָל מיט פּשוט גוטמוטיקן הומאָר: (די) שמאָנצעס (ל″ר).
(accessory (n.) (in law, esp. to a crime
(דער) שותף צו דער זאַך [shútəf] דרומדיק: [shítəf].
accessory after the fact
{בייגעוודיק:} (די\דער) באַטייליקטע(ר) לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə].
accident
{דער עיקר אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (די) אָוואַריע;
{דער עיקר אין מערב:} (דער) אַקצידענט [aktsidént];
{טאָמער זייער ערנסט\טראַגיש:} (דער) אומגליק(ס)פאַל;
{טראַדיציאָנעלער יידיש וואָרט, הײַנט שיער ניט אַרכעאיש אין אָט דעם זין, פונדעסטוועגן ליטעראַריש באַנוצט און באַליבט בײַ יודעי חן אין דער יידישער לינגוויסטיק}: (ַדי) סיבה [síbə] (ל″ר: סיבות);
{לומדיש, דער עיקר אין ל″ר:} מקרים רעים [mìkrəm-ró(y)əm], דרומדיק: [mìkrəm-rú:əm] (ל″ר).
(accidental (unintentional
צופעליק; אומוויליק; טעותדיק [tóəz-dik], דרומדיק: [tú:əz-dik];
{טאָמער וועגן אַ זינד ממש:} בשגגהדיק [bəzhgógə-dik], דרומדיק: [bəzhgúgə-dik].
accidentally
אומגעוואונטשענערהייט [ùmgəvùntshnərhéyt]; צופעליק; על⸗פּי צופאַל [àlpə-tsúfal]; דורך אַ צופאַל; ווי ס′האָט זיך [sódzakh] \ [sótsəkh] (ניט ווילנדיק) געמאַכט;
{טאָמער צוליב אַ טעות:} דורך אַ טעות [tóəs], דרומדיק: [tú:əs]; {לומדיש:} על⸗פּי טעות [àlpə-tóəs]; דרומדיק: [àlpə-tú:əs];
{אין טאָגטעגלעכן לעבן, פראַזעס:} ניט⸗ווילנדיק האָט זיך געמאַכט; ניט געוואונטשענערהייט;
{טאָמער וועגן אַ פאַרברעכן אָדער באמת שלעכטער טואונג וואָס האָט געבראַכט צו אַ היזק ממש:} בשגגה [bəzhgógə], דרומדיק: [bəzhgúgə].
accompany
באַגלייטן; {צופוס:} מיטגיין; {פאָרנדיק:} מיטפאָרן;
{מוזיקאַליש:} אַקאָמפּאַנירן; מיטשפּילן;
אונטערפירן {בײַ אַ טייל נוצט מען „אונטערפירן“ אין טאָגטעגלעכן לעבן מכח באַגלייטן עמעצן צופוס, למשל ביז אויפן וואָקזאַל; אָבער בײַ אַ סך איז עס אַ ספּעציפיש יידישער טערמין אויף דער צערעמאָניע פון אונטערפירן די כלה אויף דער חופּה, אויף אַ יידישער חתונה; דרומדיק, ווי געוויינטלעך [íntərfirn]; פונדערפון שטאַמען פאַרשיידענע וואָרט⸗שפּילן אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער וואָס בויען זיך אויף דער ענלעכקײַט מיטן ענגלישן וואָרט וואָס איז טײַטש ′מישן זיך′, אַמאָפטסטן: „איך וועל ניט אינטערפירן!“}.
accomplish
אויפטאָן [úftòn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)ftì:(ə)n]; דערגרייכן; אויספּועלן [óyspòy(ə)ln], דרומדיק: [ó:(u)(ə)spòy(ə)ln], צפונדיק: [óyspèy(ə)ln].
accomplished person
אַ מושלם [amúshləm], דרומדיק: [amíshləm]; (ל″ר: מושלמים [mushlóməm], דרומדיק: [mishlúməm];
ל″נ: אַ מושלמת [amushléməs], דרומדיק: [amishléyməs]; (ל″ר: -טעס);
{מער לומדיש, די לענגערע פאָרם:} אַ מושלם בכל המעלות [amúshləm|pkhol-hamáyləs], דרומדיק: [amíshləm|pkhol-hamá:ləs];
ל″נ: אַ מושלמת בכל המעלות [amushléməs|pkhol-hamáyləs], דרומדיק: [amishléyməs|pkhol-hamá:ləs].
accomplishment
(די) דערגרייכונ; (דער) אויפטו [úftù], דרומדיק: [:óftì] צי [:ó:(u)(ə)ftì], ד″מ אויך [:ífti].
accord (n.)
(דער) הסכם [héskəm]; (דער) אָפּרייד; (דער) אָפּמאַך.
according to
לויט (לויט+דעם ← לויטן \ לויט דעם);
{דיאַלעקטיש, הײַנט: ליטעראַריש, דער עיקר אין געשריבענעם לשון:} וועדליק;
{לומדיש:} ע″פּ \ על פּי [álpi] צי [álpə], מער פאָרמעל: [alpí].
accordingly
איז באַקומט זיך; פון דעם קומט אַרויס;
{מער פאָרמעל:} אין אײַנקלאַנג מיט דעם; בהסכם [bhéskəm] דערמיט (\מיט דעם).
accordion
(דער) אַקאָרדיאָן [akòr-dyón] (ל″ר: -ען); (די) האַרמאָניע [harmónyə] (ל″ר: -ס).
(account (in bank
(דער) קאָנטאָ (ל″ר: -ס).
(account (narrative
(די) שילדערונג (ל″ר: -ען); (דער) באַריכט (ל″ר: -ן); (די) באַשרײַבונג (ל″ר: -ען);
{מער פאָרמעל:} (דער) נאַראַטיוו (ל″ר: -ן);
{טאָמער אונטערשטרײַכנדיק די עיקרדיקע עלעמענטן פון דעם „וואָס ס′האָט פּאַסירט“:} (דער) סיפּור המעשה [sìpər-(h)amáysə], דרומדיק: [sìpə(r)-(h)amá:(n)sə] (ל″ר: סיפּור⸗המעשהס צי סיפּורי מעשיות [sìpərə-máysəs]; ≠ (אין אַרויסרייד) „סיפּורי מעשיות“ [səpùrə-máysəs], דרומדיק: [səpì:rə-má:(n)səs] — נאָמען פון קלאַסישן חסידישן ווערק פון ר′ נחמן ברעסלעווער).
(account for (explain
דערקלערן; געבן צו פאַרשטיין;
{לומדיש:} מסביר זיין [mázbər].
(account for (provide records
אָפּגעבן חשבון (פאַר) [óbgèbm|khézhbm], דרומדיק: [úbgèybm|khézhbm];
{טאָמער דווקא וועגן געלט:} אָפּגעבן די חשבונות [khəzh-bóynəs], צפונדיק: [khəzh-béynəs];
{טאָמער ניט וועגן געלט נאָר אַ סך⸗הכל פון וואָס⸗ניט⸗איז, בפרט אין ברייטערע אָדער מאָראַלישע ענינים:} אָפּגעבן דין וחשבון [dìn|v(ə)-khézhbm].
account: on account of
צוליב [tsulíb]; מחמת [mákhməs]; איבער.
accountability
די נייטיקײַט אָפּגעבן אַ חשבון [óp-gèbm|akhézhbm], דרומדיק: [úp-gèybm|akhézhbm].
accountable
מחויב אׁפּגעבן אַ חשבון [məkhúyəv|óp-gèbm-akhézhbm], דרומדיק: [məkhíyəf|úp-gèybm-akhézhbm].
accountable: hold accountable
מאָנען (בײַ עמעצן) אַ דין וחשבון [adìn-vəkhézhbm]; מאָנען אחריות [akhráyəs].
accountancy
{דער עיקר אין אַ קאָנקרעטן פאַל:} (די) חשבון פירונג; (די) חשבון פירערײַ; (די) בוכהאַלטעריע;
{דער עיקר אַלץ מלאכה:} (די) בוכהאַלטערײַ;
{לומדיש, מיטן טראָפּ אויף דער זאַך⸗קענטעניש צו דעם פאַך:} (דער) חכמת החשבון [khòkhməs-(h)akhézhbm].
accountant
(דער) בוכהאַלטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש: -ס); ל″נ: (די) בוכהאַלטערשע \ בוכהאַלטערין (ל″ר: -ס).
accounts: do (submit) the accounts
אָפּגעבן די חשבונות [ób-gèbm|də-khezhbóynəs], דרומדיק: [úb-gèybm|də-khezhbóynəs]; צפונדיק: [ó(b)-gèbm|də-khezhbéynəs];
זיך אויסחשבונען [óys-khèzhbənən].
accuracy
(די) גענויאיקײַט; (די) אַקוראַטקײַט; (די) פּינקטלעכקײַט.
accurate
אמתדיק [éməzdik]; ריכטיק; פאַקטיש⸗ריכטיק;
[עמפאַטיש ′ריכטיק אין אַלע פּיטשעווקעס′:} גענוי; פּינקטלעך.
accusation
(די) באַשולדיקונג (ל″ר: -ען); {טאָמער אין יורידישן זין:} (די) אָנקלאַגע (ל″ר: אָנקלאַגן); (די) קלאַגע (אַז\פאַר); {ל″ר: אָפטער -ס, אַז ס′גייט אין באַשולדיקונגען סתם: „קלאַגעס“; אָפטער -ן, אַז ס′גייט אין אַ פאָרמעלער רשימה פון פּראָקוראַטור: „די קלאַגן“};
{טאָמער אַ טאָגטגלעכער, מענטשלעכער, פּערזענלעכער אַרויסזאָג פון אַ מענטשן לגבי אַ צווייטן וואָס האָט (\זאָל האָבן) באַעוולט, מער אַ טענה איידער אַ באַשולדיקונג ממש, נאָר צומאָל מיט דער עמאָציאָנעלער אָנלאָדונג פון אַ באַשולדיקונג:} (די) קלאָג (ל″ר: -ן); („הײַנטיקע קינדער האָבן ניט צו די עלטערן דעם זעלביקן דרך⸗ארץ וואָס אַמאָל, זיי זוכן כסדר קלאָגן אויף די אייגענע טאַטע⸗מאַמע“);
{לומדיש: (די) תביעה [tvíyə] (ל″ר: תביעות); (דער) קיטרוג [kítrəg] (ל″ר: קיטרוגים [kətrúgəm], דרומדיק: [kətrígəm]);
(.accusative (n.) (gram
(דער) אַקוזאַטיוו (ל″ר: -ן); דער בייגפאַל פון דירעקטן אָביעקט.
accuse
באַשולדיקן (אין); {טאָמער אין יורידישן זין:} אָנקלאָגן (אַז\פאַר).
(accused (person accused of something
{בייגעוודיק:} (די\דער) באַשולדיקטע(ר);
{טאָמער אין זין פון דעם וועמען מ′האָט גענומען אין געריכט אויף אַ קלענערן פאַרברעכן אָדער אין אַ ציווילן משפּט, בייגעוודיק:} (די\דער) אָנגעקלאָגטע(ר).
accuser
{גאָר ערנסט:} (דער) באַשולדיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַשולדיקערין (ל″ר: -ס);
{ווייניקער ערנסט און אין אַ ציווילן משפּט:} (דער) אָנקלאָגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אָנקלאָגערין (ל″ר: -ס); {אַרכעאיש; דיאַלעקטיש:} (דער) אָנקלעגער;
{לומדיש פאָרמעל, אויך ווען דעם הימלישן באַשולדיקער פון אונדזערע זינד אויף יענער וועלט לויט דער יידישער טראַדיציע:} (דער) מקטרג [məkátrəg] (ל″ר: [məkatréygəm], דרומדיק: [məkatráygəm]).
(accustom oneself (get accustomed
זיך צוגעוואוינען; זיך אײַנגעוואוינען; זיך אײַנרגילותן [áyn-rəgìləsn], דרומדיק: [á:n-rəgì:ləsn];
{פראַזע:} זיך אַרײַנטאָן אין דער זאַך.
(accustomed (used to
אײַנגעוואוינט; צוגעוואוינט.
Acharonim
די אחרונים [də-àkh(ə)róynəm], צפונדיק: [də-àkh(ə)réynəm].
(.ache (n
(דער) ווייטיק (ל″ר: -ן); אויך: ווייטאָג (ל″ר: -ן)
(דער) שמערץ (ל″ר: -ן; אויך: שמאַרץ (ל″ר: -ן).
ache: it aches
ס′טוט וויי.
achieve
אויפטאָן [ֹúf-tòn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)ftì:(ə)n], טייל ד″מ: [íftì:n] (ל″ע: אויפגעטאָן); דערגרייכן;
{אין זין פון מצליח זײַן אַ ספּעציפישן ציל דערגרייכן:} אויספירן; פּועלן [póyəln], צפונדיק: [péyəln]; {מיט אַן אָנצוהערעניש אויף אַ מער קאָמפּליצירטן ענין און מיטן טראָפּ אויף פאַרענדיקונג פון דער טואונג:} אויספּועלן.
achievement
(די) דערגרייכונג (ל″ר: -ען); (דער) אויפטו [úftu], דרומדיק: [:ó(:)ftì], טייל ד″מ: [:íftì] (ל″ר: -ען);
{פראַזע:} דאָס (אַלץ) וואָס מ′האָט אויסגעפּועלט [óyz-gipòyəlt], צפונדיק: [óyz-gipèyəlt].
achiever: high achiever
{מיט אַ טאָפּלטער באַטאָנונג אויפן ערשטן טראַף:} (אַן) אויפטוער [úftùər], דרומדיק: [(ó:(u)ftì:ə(r], טייל ד″מ: [íftì:ər] (ל″ר: ø, אויך: -ס); ל″נ: (אַן) אויפטוערין (ל″ר: -ס); („טו אַ קוק, אָדאָס איז אַן אויפטוער! שוין איינמאָל!“).
אַ מושלם [múshləm], דרומדיק: [míshləm]; ל″נ: אַ מושלמת [mushléməs], דרומדיק: [mishléyməs];
achiever: low achiever, underachiever
אַ קנאַפּער אויפטוער [úftùər], דרומדיק: [óftùər]; אַ לא⸗יוצלח [àlə-yútsləkh], דרומדיק: [àlə-yítsləkh];
{פראַזעס:} ער\זי האָט קיין סך ני(ש)ט געפּועלט [kin-sákh|ni(sh)t|gipóyəlt], צפונדיק: [ki-sákh|nit|gipéyəlt];
אַ שלימזלניק [shlìməzálnik], (ל″ר: -עס); ל″נ: שלימזלניצע [shlìməzálnitsə] (ל″ר: -ס).
achy
מיט פאַרשיידענע ווייטיקן;
{פראַזעס:} אַז ס′טוט וויי דא און דאָרטן; אַז ס′טוט וויי אומעטום.
acknowledge
{אײַנזען אַז בײַ וואָס, צי בײַ וועמען, איז דאָ וואָס גוטס:} אָנערקענען; שאַצן;
{מיט אָנצוהערעניש, אַז אַפריער האָט מען פון וואָס⸗ניט⸗איז ווייניקער געהאַלטן:} מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; („איך בין מודה, אַז זיי זײַנען פאָרט ערנסטע קינסטלער“);
{פּשוט, אַז מען איז מודיע בכתב, אַז וואָס⸗ניט⸗איז איז אָנגקומען בשלום אָדער געטאָן געוואָרן:} באַשטעטיקן; חתמענען (אַז) [khásmənən].
acknowledgment
אָנערקענונג; באַשטעטיקונג;
{אין אַ בוך, פילם אָדער אַנדער ווערק, אָנערקענענדיק עמעצנס הילף אָדער בײַטראָג:} דאַנק⸗וואָרט.
acquire
אײַנשאַפן זיך; באַקומען; קריגן;
{טאָמער וועגן וואָס⸗ניט⸗איז מער אַבסטראַקט, ניט קיין חפץ:} (זיך) קונה זײַן [kóynə-zayn], צפונדיק: [kéynə-zayn]; („זי האָט זיך קונה געווען אַ גרויסן שם מיט אירע סקולפּטורן“).
(acquisition(s
{וועגן דער טואונג:} (די) אײַנשאַפונג (ל″ר: -ען);
{וועגן דעם באַקומענעם חפץ:} (דער) קנין [kí(n)yən]; די נײַבאַקומענע זאַכן (\חפצים\סחורה, וכו′) (ל″ר).
acquit
באַפרײַען (פון שולדיקײַט); דערקלערן (פאַר) אומשולדיק; ריינוואַשן;
{לומדיש:} מפטר זײַן [məfátər-zayn];
{פראַזע:} געפינען פאַר פּטור אין דער מעשה [pótər], דרומדיק: [(pú:tə(r];
{אַרכעאיש:} פרײַשפּרעכן.
acquittal
(די) באַפרײַאונג פון שולדיקײַט; (די) באַשטימונג פאַר אומשולדיק; (די) ריינוואַשונג;
{אויסדריקנדיק ביטול צום פּסק:} (די) ריינוואַשעניש;
דער פּסק פון פּטורדיקײַט [pótər-dəkàyt], דרומדיק: [pu:tə(r)-dəkàyt];
{אַרכעאיש:} (די) פרײַשפּרעכונג.
acre
(דער) אַקער; (ל″ר: ø) אויך: אַן אַקערלאַנד (ל″ר: ø).
across
{אַלץ אַדווערב:} אַריבער; איבער;
{אַלץ פּרעפּאָזיציע:} פון יענער זײַט.
across the ocean
איבערן ים [yam]; פון (\אויף) יענער זײַט ים.
across the street
איבערן גאַס; פון (\אויף) יענער זײַט גאַס; איבערן וועג; {אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} אַקעגנאיבער.
acrostic
(די) אַקראָסטיק;
{טאָמער אין טראַדיציאָנעל יידישן לעבן, צי בײַם אויסזוכן פאַרבאָרגענע באַדײַטן אין סעקווענצן פון ערשטע אותיות⸗פון⸗ווערטער אין דער תורה און אַנדערע הייליקע ספרים, צי אויף משמח זײַן דעם עולם אויף חתונות און אַנדערע שמחות, דער עיקר דורכן קאָמבינירן גמטריות מיט אַן אַקראָסטיק:} נוטריקון [nutríkn], דרומדיק: [nitríkn].
(.act (n
{דאָס עיקרדיקע וואָרט איז נאָר אין ל″ר:} מעשים [máysəm], דרומדיק: [má:səm]; {אַז דער היסטאָרישער ל″י, „מעשה“ איז טײַטש „נאַראַטיוו פון אַ פּאַסירונג“, „דערציילונג“, „נאָוועלע“; פאַרבליבן איז אָבער דער ל″י אין אַ סעריע פראַזעס: „בשעת מעשה“, „בעת מעשה“; „פאַר דער מעשה“; „לאחר המעשה“, „שוין נאָך דער מעשה“).
(די) טואונג [tú-ung] (ל″ר: -ען); (דער) אַקט (ל″ר: -ן);
{קאַפּיטל פון אַ פּיעסע אָדער אויפפירונג אויף דער בינע:}
(דער) אויפצי [úf-tsì], דרומדיק: [:ó(:)f-tsì], טייל ד″מ: [:íf-tsì]; (ל″ר: -ען).
(act (take action
אויספירן; אַדורכפירן; טאַקע טאָן;
טאָן בפּועל ממש [tón|bəpòy(ə)l-máməsh], דרומדיק: [tí:(ə)n|bəpòy(ə)l-máməsh], צפונדיק: [tón|bəpèy(ə)l-máməsh];
(act (behave
אויפפירן זיך;
{אַז ס′גייט אין אַ געוואוינהײַט צי אַ שטענדיקער נטיה, לומדיש:} זיך נוהג זײַן [zəkh-nóy(h)əg-zayn], צפונדיק: [zəkh-néy(h)əg-zayn].
(act (in play or film
שפּילן;
{אין אַ ספּעציפישן ספּעקטאַקל אָדער פילם:} אויפטרעטן; שפּילן אַ ראָלע (\די ראָלע פון…).
act of God
אַן אצבע אלהים [anétsb(ə)èləhím]; {בײַ אָפּגעהיטע פרומלײַט:} אַן אצבע אלקים [anétsb(ə)èləkím]; („דאָס איז שוין ניט קיין צופאַל, ס′איז אַן אצבע אלהים ממש!“; „אַז אַן ערד⸗ציטערניש זאָל חרוב מאַכן דעם בנין, דאָס הייסט בײַ די פאַרסטראַכירער אַן אצבע אלקים“).
{טאָמער וועגן וואָס⸗ניט⸗איז מער אינטים:} אַ גאָט⸗זאַך [agód-zakh]; (מ′גיט אים דאָרטן די בעסטע רפואות, די דאָקטוירים זײַנען די בעסטע, נאָר וואָס′עט מיט אים זײַן, דאָס איז שוין אַ גאָט⸗זאַך).
(acting (working/performing as actor
(דאָס\דער) שפּילן (אויף דער בינע \ אין פילמען); (די) אויפטרעטונג.
(acting (temporary
אַמטירנדיקע(ר); פּראָוויזאָרישע(ר); צײַטווײַליקע(ר); דערווײַליקע(ר).
(action (act, deed
(די) טואונג (ל″ר: ען); (די) אויספירונג (ל″ר: ען); (די) אַקציע [áktsyə] (ל″ר: -ס).
(action (dynamic quality
(די) לעבהאַפטיקע קראַפט; (די) לעבעדיקע באַוועגונג; (די) ענערגיע פון דער זאַך.
!Action
שוין!; געגאַנגען!; אין וועג (אַרײַן)!.
active
אַקטיוו; טועריש; טעטיק.
activism
(דער) אַקטיוויזם; {אַרכעאיש אין אָט דעם זין:} (די) טעטיקײַט;
{טאָמער דווקא מער אין געזעלשאַפטלעכע ענינים איידער פּאָליטישע:} (די) טוערישקײַט; (די) טעטיקײַט;
{טאָמער גערעדט געוואָרן וועגן טראַדיציאָנעל יידישע סביבות:} (די) עסקנות [askónəs], דרומדיק: [askú:nəs].
activist
(דער) אַקטיוויסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַקטיוויסטקע (ל″ר: -ס);
(דער) טוער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און בײַ פּוריסטן: -ס), ל″נ: (די) טוערין (ל″ר: -ס); {טאָמער וועגן אַזאַ וואָס איז טעטיק בײַ פאַרשיידענע וואוילטעטיקײַטן:} (דער) כלל⸗טוער [klál-tùər], דרומדיק: ([klál-tì:yə(r] (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און בײַ פּוריסטן: -ס), ל″נ: (די) טוערין (ל″ר: -ס);
{צום שילדערן אַ טראַדיציאָנעלן י י ד י ש ן טיפּ טוער, אַשטייגער וואָס שייך וואוילטעטיקע צי קהלשע אָרגאַניזאַציעס:} (דער) עסקן [áskən] (ל″ר (זייער אָפט): עסקנים [askónəm], דרומדיק: [askú:nəm]); ל″נ (זעלטן): (די) עסקנטע [áskəntə] (ל″ר: -ס);
{עמאָטיוו צי איראָניש צי וועגן אַזאַ וואָס איז שטאַרק אַקטיוו בײַ אַ סך זאַכן: אַ קאָכלעפל;
{מיט ביטול:} אַן אַרומלויפער (ל″ר: ø, אויך: -ס).
activity
{אָרגאַניזירטע פּראָגראַם:} (די) אַקטיוויטעט [àktivətét] (אַמאָפטסטן אין ל″ר: -ן); (די) פּראָגראַם (ל″ר: -ען); {אין טייל קרײַזן אַרכעאיש:} (די) טעטיקײַט (ל″ר: -ן);
{טואונג להיפּוך צו ניט⸗טואונג:} (די) טועניש (ל″ר: -ן); (די) טואונג (ל″ר: -ען);
actor
(דער) אַקטיאָר [aktyór] (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַקטריסע [aktrísə] (ל″ר: -ס); {דיאַלעקטיש, אויך איראָניש:} (די) אַקטיאָרקע (ל″ר: -ס);
{דער עיקר אין מזרח אייראָפּע:} (דער) אַרטיסט (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַרטיסטקע (ל″ר: -ס);
{אַרכעאיש:} (דער) שוישפּילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש און בײַ טייל פּוריסטן: -ס); ל″נ: שוישפּילערין (ל″ר: -ס).
(Acts of the Apostles (Christian biblical
אַקטן פון די אַפּאָסטאָלן;
{אזהרה: די המצאה „מעשים פון די שליחים“, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פאַר מיסיאָנערישע שריפטן און תרגומים, און טרעפט זיך אַפילו אין געוויסע ווערטערביכער, טוט אַ שטאָך אין האַרצן אַ סך טראַדיציאָנעלע יידן}.
actual
{קאָנטראַסטירנדיק מיט ניט⸗פאַקטישע:} אמתדיק [éməzdik]; רעאַליש;
{לומדיש:} בפּועל⸗ממשדיק [bəpòy(ə)l-máməshdik], צפונדיק: [bəpèy(ə)l-máməshdik];
{פּשוט פאַראַן; דורך אינטאָנאַציע קען אָננעמען אַ קאָנטראַסטיווע קראַפט:} פאַראַנען; עקזיסטירנדיק;
{לומדיש:} בנמצאדיק [bənímtsədik].
actually
ריכטיק זאָגנדיק; ריכטיק געזאָגט געוואָרן; אייגנטלעך; פאַקטיש;
{טאָמער אַלץ תשובה צי רעאַקציע:} אויב(ע) זאָגן דעם אמת [éməs]; ס′איז אָבער פאָרט אַ פאַקט, אַז; פונדעסטוועגן איז דער אמת\פאַקט דערפון \ אַז;
{טאָמער פאַרריכטנדיק זיך אַליין, ריידנדיק וועגן דעם אויסלאָז:} ווײַזט זיך אַרויס; לאָזט זיך (גאָר) אַרויס(עט); סוף⸗כל⸗סוף [sófkl|sóf];
{טאָמער ענטפערנדיק עמעצן, שאַרף און פאָרט העפלעך:} אינדעראמתן אָבער [ìnderéməsn]; פאַקטיש; אויב ריידן (\רעדן) אינגאַנצן ריכטיק; {טאָמער וועגן אַן איידעלן ענין:} טאָמער ריידן (\רעדן) אויפריכטיק.
ad → advertisement
אדם הראשון [òdəm-əríshn], דרומדיק: [ù:d(ə)m-ərí:shn]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: אדם⸗הראשונען}.
Adam’s apple
(דער) גאָרגל⸗קנאָפּ (ל″ר: -קנעפּ).
(Adam and Eve (biblical
אדם און חווה [ódəmən-khávə], דרומדיק: [ú:dəmən-khávə];
{מער לומדיש:} אדם וחווה [ódəm-və-khávə], דרומדיק: [ú:dəm-və-khávə];
adapt
צופּאַסן; אַדאַפּטירן; באַאַרבעטן.
Adar (Jewish month)
אדר [ódər], דרומדיק [údər]: דער זעקסטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער צוועלפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינטלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט דרײַסיק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים {אַחוץ אין עיבור⸗יאָרן ווען ער ווערט אָנגערופן אדר א′ [òdər-áləf] ←אדר ב′}.
Adar 2 (Jewish month in leap years only)
ואדר [véy-òdər] (דרומדיק: [váy-ùdər]), אָדער אדר ב′ [ódər-béyz] (דרומדיק: [údər-báys]), דער צוגעגעבענער דרײַצעטער חודש פון יידישן לוח (רעכענענדיק פון ניסן, אין אַן עיבור⸗יאָר), דער זיבעטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי אין אַן עיבור⸗יאָר). געוויינטלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים (אין אַן עיבור⸗יאָר).
add
צוגעבן [tsú-gèbm], דרומדיק: [tsí:-gèybm]; צולייגן [tsú-lèygn], דרומדיק: [tsí:-làygn];
{לומדיש:} מוסיף זײַן [móysəf-zayn], צפונדיק: [méysəf-zayn];
{מאַטעמאַטיש:} צוחיבורן [tsú-khìbərn], דרומדיק: [tsí:-khìbərn].
add: It doesn’t add or subtract anything
ס′גיט ני(ש)ט צו, און ס′נעמט ני(ש)ט אַראָפּ(עט).
ס′איז ני(ש)ט מעלה און ני(ש)ט מוריד [nì(sh)t-máylə|unì(sh)t-móyrəd], דרומדיק: [nìsh(t)-má:lə|inìsh(t)-móyrət], צפונדיק: [nìt-máylə|unìt-méyrəd].
(.add-on (n
(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן); (דער) צולאָג (ל″ר: -ן);
{ביטולדיק:} (די) צוטשעפּעניש (ל″ר: ן).
(.add on (v
צוטשוקעווען; צוגעבן;
{לומדיש:} מוסיף זײַן [móysəv-zayn], צפונדיק: [méysəv-zayn].
addition
(דער) צוגאָב (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) צוגעגעבענע [tsú-gə-gèbənə], דרומדיק: [tsí:-gə-gèybənə]; (דער) צולאָג (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (די) הוספה [həsófə], דרומדיק: [h)əsúfə)];
{מאַטעמאַטיש:} (דער) חיבור [khìbər].
additional
צוגעגעבענע(ר); צוגאָבלעכע(ר); ווײַטערדיקע(ר).
additionally
דערצו נאָך; צו דעם אַלעמען; צודערצו; נאָכמער [nóghmər]; נאָך מער [nòkh-mér]; אַחוץ דעם [akhùdz|dém], דרומדיק: [akhìdz|déym].
addict
(דער) אַדיקט [ádikt] (ל″ר: -ס).
addiction
(די) אַדיקציע [adíktsyə] (ל″ר: -ס).
(address (postal or internet
(דער) אַדרעס [ádrəs] צי [adrés] (ל″ר: -ן [adrésn]).
(.address (v
{וועגן אָנשרײַבן דעם אַדרעס:} אַדרעסירן;
{וועגן קאָמוניקירן מיט עמעצן:} עפנטלעך ריידן (פאָרמעל); זיך ווענדן; {זע הערה אין קומעדיקן סימן}.
address the nation
עפנטלעך ריידן (\רעדן) מיטן פאָלק (\מיט דער באַפעלקערונג); אַדרעסירן דעם פאָלק; זיך ווענדן צום פאָלק;
{הערה: פאָרט פאַראַן אַ שטיקל חילוק צווישן „עפנטלעכן ריידן“ און „אַדרעסירן“ פון איין זײַט און פון דער אַנדערער זײַט — „זיך ווענדן“, וואָס איז משמע אַז מ′ווענדט זיך ניט בכלל, נאָר דווקא וועגן אַ ספּעציפישן עיקרדיקן ענין אָדער קריזיס}.
adequate
טויגעדיק; גוט גענוג; אַדעקוואַט;
{טאָמער אין כמות:} קלעקנדיק \ קלעקע(וו)דיק; סטײַענדיק; גענוגנדיק.
adequate: be adequate
טויגן; גוט גענוג זײַן; אַדעקוואַט זײַן;
{טאָמער אין כמות:} קלעקן; סטײַען, סטײַענען; גענוג זײַן.
adequate: seen to be adequate
גילטן; האָבן אַ פּנים [pónəm], דרומדיק: [pú:nəm].
adherence
(דאָס\דער) האַלטן זיך בײַ; (די) אָנהענגערישקײַט; (די) נאָכפאָלגערישקײַט;
{טיילמאָל מיט וואַרעמקײַט צי איראָניע:}
(דאָס\דער) זײַן אַ חסיד (פון) [akhósəd], דרומדיק: [akhú:sət].
adherent
אַן אָנהענגער (פון) (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ נאָכפאָלגער (פון); (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{טיילמאָל מיט וואַרעמקײַט צי איראָניע:}
אַ חסיד (פון) [akhósəd], דרומדיק: [akhú:sət].
adjust
רעגולירן; צופּאַסן.
adjustable
וואָס מ′קען (אַליין) רעגולירן.
adjustment
(די) צופּאַסונג (ל″ר: -ען); (די) רעגולירונג (-ען).
administer the oath
משביע [mazh-bíyə] זײַן די אַמט⸗שבועה [ámt-shvùə], דרומדיק: [ámt-shvì:yə].
administration
(די) אַדמיניסטראַציע; (די) אָנפירערשאַפט; (די) אָנפירונג;
{אין אַן אַנשטאַלט אָדער פירמע, אויך:}
(די) פאַרוואַלטונג;
{אין אַ טראַדיציאָנעל יידישן מוסד:}
(די) הנהלה [hanhólə], דרומדיק: [h)an(h)ú:lə)].
administrator
(דער) אַדמיניסטראַטאָר [admìnəstrátər] (ל″ר: -ן [admìnəstratórn]); ל″נ: (די) אַדמיניסטראַטאָרשע [admìnəstratórshə] (ל″ר: -ס).
admiration
(די) באַוואונדערונג; (די) הויכהאַלטונג; (דאָס\די) אַרויפקוקונג;
{פראַזעס:} מ′האַלט פון (אים\איר\עמעצן) {מיט פאַרשטאַרקונג:} אַ סך [asákh], אַ וועלט, וכו′ {זע נאָך, אין קומעדיקן סימן}.
admire
האַלטן פון; באַוואונדערן; אַרויפקוקן [arúfkukn]; הויך האַלטן; פאַרערן;
{מיט פאַרשטאַרקונג:} האַלטן שטאַרק פון; האַלטן אַ וועלט פון;
{לומדיש:} האַלטן אַן עולם ומלואו פון [óyləm|umlóyə], צפונדיק: [éylom|umléyey]; האַלטן הרים וגבעות פון [hòrəm-ugvó(y)əs], דרומדיק: [h)ú:rəm-igvú:əs)].
admirer
(דער) באַוואונדערער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) פאַרערער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) פאַרערערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיו; אָפּלאַכעריש:} (די) פאַרערערקע (ל″ר: -ס).
(admission (confession
(דאָס\דער) זיך מודה זײַן [zəkh-móydə-zayn], צפונדיק: [zəkh-méydə-zayn] (ל″ע: האָט זיך מודה געווען);
{אַוואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר:} (די) צוגעבונג; אָננעמונג.
(admission (entry
(דער) אַרײַנגאַנג; (דער) אײַנטריט;
{מער אַבסטראַקטיש, ניט וועגן אַן איינציקן באַזוך:} (דער) צולאָז.
(admit (confess
(דאָס\דער) זיך מודה זײַן [zəkh-móydə-zayn], צפונדיק: [zəkh-méydə-zayn] (ל″ע: האָט זיך מודה געווען);
{אַוואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר:} צוגעבן; אָננעמען.
(admit (give entry
אַרײַנלאָזן; געבן אַרײַנגיין; געבן אײַנטרעטן;
{אין אַ מאַשין, באַן, עראָפּלאַן — אויך:} אַרויפלאָזן;
{מער אַבסטראַקטיש, ניט וועגן אַן איינציקן באַזוך:} צולאָזן; („אין אָט דעם פאַך האָט מען זיי ניט צוגעלאָזן“).
admonish
{בכלל:} אָנוואָרענען; {לומדיש:} מזהיר זײַן [máz(h)ər-zayn];
{דווקא עטיש⸗מאָראַליש:} מוסרן [músərn], דרומדיק: [mísərn]; אָנמוסרן [ón-mùsərn], דרומדיק: [ú(:)n-mìsərn]; {לומדיש:} מתרה זײַן [másrə-zayn].
(.adolescent (n
טיניידזשער; אַ נאָכני(ש)ט דערוואַקסענע(ר); אַן אונטערוואַקסנדיקע(ר);
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) בחור [bókhər], דרומדיק: [búkhər], ל″נ: (די) בחורטע [bókhərtə], דרומדיק: [búkhərtə] ; (דער) יונגערמאַנטשיק (ל″ר: -עס), ניטאָ קיין ל″נ {הערה: אין טייל חרדישע קרײַזן נוצט מען „יונגערמאַנטשיק“ בלויז אויף אַ יונגנמאַן וואָס האָט לעצטנס חתונה געהאַט}.
(.adolescent (adj
טיניידזשעריש; נאָכני(ש)ט דערוואַקסן; נאָכני(ש)ט דערבאַקן; אונטערוואַקסנדיק; בחוריש [bókhərish], דרומדיק: [búkhərish]; אין די בחורשע יאָרן [bókhərshə|yórn], דרומדיק: [búkhərshə|yú:(ə)rn].
adopt
{וועגן אַ קינד:} אַדאָפּטירן; ארײַננעמען צו זיך ווי אַן אייגן קינד;
{וועגן אַ געדאַנק, פּלאַן, רעזאָלוציע וכו′:} אָננעמען.
adoption
{וועגן אַ קינד:} (די) אַדאָפּטירונג; (דאָס\דער) אַדאָפּטירן; (דאָס\דער) ארײַננעמען צו זיך ווי אַן אייגן קינד;
{וועגן אַ געדאַנק, פּלאַן, רעזאָלוציע וכו′:} (די) אָננעמונג; (דער) אָננעם.
adore
{אין זין פון שטאַרק ליב האָבן:} ליב האָבן ווי דאָס (\דעם) לעבן; משוגע ליב האָבן [məshúgə], דרומדיק: [məshígə]; זײַן ווילד פאַר;
{אין זין פון האַלטן פאַר זייער געהויבן:} האַלטן אַ וועלט פון; פאַרגעטערן; {לומדיש:} האַלטן אַן עולם ומלואו פון [óyləm|umlóyə], צפונדיק: [éylom|umléyə] (′האַלטן אַ וועלט און אַלדאָסגוטס וואָס אין דער וועלן פון…).
adrenaline
(דער) אַדרענאַלין [adrènəlín];
{אין קאָלאָקוויאַלן צפונדיקן באַנוץ, ערטערווײַז, אַז ס′גייט די רייד וועגן דעם כח וואָס מען „טרעפט בײַ זיך“ דעמאָלט אַז מען איז אינגאַנצן אויסגעמאַטערט:} (די) צנאָטע; („ער איז געווען שרעקלעך מיד, נאָר די צנאָטע איז בײַ אים [ba-ém] געגאַנגען“).
(.adult (n
{בייגעוודיק:} (דער) דערוואַַקסענער; ל″נ: (די) דערוואַקסענע (ל″ר בײַ ביידע: דערוואַקסענע);
{אין קינדערשן לשון; בייגעוודיק:} (דער) גרויסער; ל″נ: (די) גרויסע (ל″ר בײַ ביידע: דערוואַקסענע);
(.adult (adj
פאַר דערוואַקסענע.
adultery
(דער) ניאוף [níyəf]; (דאָס\דער) עובר זײַן אויפן לא תנאף [òyvər-zayn-afn|lòy-sínəf], דרומדיק: [òyvər-za:n-ofn|lòy-sínəf], צפונדיק: [èyvər-zayn-afn|lèy-sínəf];
{ס′ווערן אויך גענוצט אויף ניאוף ווערטער אויף פּראָסטיטוציע, וועמענס באַדײַט ווערט מיט ביטול אויסגעשפּרייט אויף פאַרווערטע סעקסועלע באַציאונגען מיט חתונה⸗געהאַטע מענטשן:}
(דער) זנות [znús], דרומדיק: [znís]};
{אזהרה: די פאָרגעלייגטע המצאה „חילול הזיווג“ קען אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס קענען די שפּראַך נאַטירלעך. בעת מעשה קענען געמאָלט זײַן פאַרשיידענע פראַזעס פון לס″נ וועגן, אַשטייגער:} „ניט געטרײַ געווען דער ווײַב \ דעם מאַן“ און „געפירט אַ ראָמאַן מיט יענעמס ווײַב\מאַן“}.
(advance (n.) (making of progress
(די) פּראָגרעסירונג; (דער) פּראָגרעס; (דאָס\דער) פאָראויסגיין; (דער) פאָראויסגאַנג.
(advance (n.) (payment
(דער) אַדערויף [adərúf]; (די\דאָס) האַנטגעלט; (דער) אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) דעפּאָזיט [dəpózit].
(advance (v.) (payment
(צאָלן) אַדערוף (אויך: אַדערויף) [adərúf], דרומדיק: [adəróf], טייל ד″מ: [adəríf]; געבן אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} געבן אַ דעפּאָזיט [dəpózit];
{אין ספּעציעלע פאַלן:} (די\דאָס) האַנט⸗געלט; {וועגן דינגען אַן אָרט:} (די\דאָס) שליסל⸗געלט.
(advance (v.) (academically, in studies
{אין אַ ישיבה, מתיבתא, כולל (דאָס הייסט, אין אַ מוסד פון לערנען אין דער חרדישער וועלט):} שטײַגן [shtáygn], דרומדיק: [shtá:gn]; ל″ע: געשטיגן; גוט לערנען [gút|lérnən].
{אין אַ וועלטלעכער אינסטיטוציע, זאָל זי אַפילו זײַן אַ יידישע און אַ פרומע:} פּראָגרעסירן אין די לימודים; גוט שטודירן; גוט לערנען זיך.
(advanced (academic level
אַוואַנסירט; העכערע(ר);
{בײַ טייל אַרכעאיש:} פאָרגעשריטענע(ר).
(advanced (late-stage
ווײַט⸗דערגאַנגענע(ר); אין אַ שפּעטיקן שטאַנד.
advancement
(די) אַוואַנסירונג; (די) פּראָגרעסירונג; (די) פאָראויסרוקונג.
(.advantage (n
(די) מעלה [máylə], דרומדיק: [má:lə] (ל″ר: מעלות [máyləs], דרומדיק: [má:ləs]); (דער) פּלוס (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (די) רבותא [rəvúsə], דרומדיק: [rəví:sə].
(advantage: take advantage of (put to good use, enjoy
געניסן פון (ל″ע: גענאָסן); אויסנוצן די געלעגנהײַט;
{אָדאָרטן אַוואו ס′איז דאָ אויך אַן עלעמענט פון הנאה:}
הנאה האָבן פון [hanóə], דרומדיק: [h)anú:ə)], צפונדיק: [hanó(y)ə];
{לומדיש:} נהנה זײַן [nə(h)énə-zayn], אויך: [né(ə)nə-zayn]; דרומדיק: [nə(h)éynə-za:n], אויך: [néy(ə)nə-za:n].
(advantage: take advantage of (exploit, abuse
אויסנוצן; עקספּלואָטירן;
{פראַזע:} יענעם אויסנוצן לטובת עצמו [lətòyvəs-átsmoy], צפונדיק: [lətèyvəs-átsmey].
advantage: to the advantage/benefit of
{פאַרן סוביעקט:} לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs]; („לטובת דעם טאַטן“);
{נאָכן סוביעקט:} לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə]; („דעם טאַטן לטובה“);
(.advantage (v
קומען צום גוטן <+דאַטיוו>.
adventure
(די) אַוואַנטורע (ל″ר: -ס); (די) אמתע [éməsə] איבערלעבונג (ל″ר: -ען).
advertise
{בכלל:} מאַכן רעקלאַמע; רעקלאַמירן; אַנאָנסירן; {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער, צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר צי זעלבסט⸗איראָניע:} אַדווערטײַזן [édvər-tàyzn], {מער גענייגט צו איראָניע:} [àdvər-táyzn];
{בנוגע שטעלן אַ ספּעציפישע שריפטלעכע רעקלאַמע:} געבן (\שטעלן) אַן אַנאָנס; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} געבן (\שטעלן) אַן אַדווערטײַזמענט [èdvərtáyz-mìnt].
{בכלל:} (די) רעקלאַמע (ל″ר: -ס); (דער) אַנאָנס (ל″ר: -ן); {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער, צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר צי זעלבסט⸗איראָניע:} (דער) אַדווערטײַזמענט [èdvərtáyz-mìnt];
advice
{איינע, און מער וואָס מען קען ציילן:} (די) עצה [éytsə], דרומדיק: [áytsə]; (ל″ר: עצות [éytsəs], דרומדיק: [áytsəs]);
{מער כוללדיק און אַלגעמיין, אָן אַן אַרטיקל:} עצות („אַ דאַנק, אָבער עצות האָב איך שוין גענוג“).
advice: ask advice
זיך אַן עצה האַלטן (מיט) [zəkh-anéytsə-hàltn]; אַן עצה פרעגן (בײַ); באַראַטן זיך (מיט);
{לומדיש:} זיך שואל עצה זײַן (בײַ) [zəkh-shòy(ə)l-éytsə-zayn].
advise
עצהן [éytsn], דרומדיק: [áytsn]; {פּאַראַלעלע און גלײַכבאַרעכטיקטע פאָרמע:} עצהנען [éytsənən], דרומדיק: [áytsənən];
(ל″ע: געעצהט [gəéytsət], דרומדיק: [giáytsət]);
אַן עצה געבן [anéytsə-gèbm], דרומדיק: [anáytsə-gèybm]; ראַטן.
advisable
ממש כדאי [máməsh|kədáy];
{פראַזעס:} אַ גוטע עצה (אַז\מ′זאָל\וכו′) [a-gútə|éytsə], דרומדיק: [a-gítə|áytsə];
{לומדיש:} אַן עצה טובה (אַז\מ′זאָל\וכו′) [anéytsə|tóyvə], דרומדיק: [anáytsə|tóyvə], צפונדיק: [anéytsə|téyvə];
{אַלטמאָדישע צײַטונגס⸗דײַטשמעריזמען וואָס ווערן נאָך גענוצט צומאָל אין חרדישע סביבות; אויך בײַ אַנדערע, מיט אַ נואַנסירונג פון אַן אַרײַנגעטראָגענער איראָנישקײַט וואָס איז שייך דעם אַרומגערעדטן ענין:} ראַטזאַם, ווינטשענסווערט.
advisor
עצה⸗געבער [éytsə-gèbər], דרומדיק: [(áytsə-gèybə(r] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); בעל⸗עצה [bal-éytsə], דרומדיק: [bal-áytsə] (ל″ר: בעלי⸗עצה [bàlə-éytsə], דרומדיק: [bàlə-áytsə];).
{טאָמער פאָרמעל, אָפיציעל, צי ווי אַ שטעלע:} (דער) קאָנסולטאַנט (ל″ר: -ן); בעל⸗יועץ [bal-yóyəts], צפונדיק: [bal-yéyəts] (ל″ר: בעלי⸗עצה [bàlə-éytsə], דרומדיק: [bàlə-áytsə]; אויך: בעלי⸗יועצים [bàlə-yəéytsəm], דרומדיק: [bàlə-yəáytsəm]);
{פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} ראַטגעבער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
(affair (episode; matter
דער ענין [í(n)yən]; די מעשה [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə];
{טאָמער מער פאַרוויקלט:} די פּרשה [párshə]/
(affair (secret romance
(דער) ראָמאַן [román]: „זיי האָבן געפירט אַ ראָמאַן“; אַ געהיימע ליבע; אַ סודותדיקע ליבע [sóydəzdikə-líbə];
{מיט אַ שמץ הומאָר:} אַ לינקע ליבע; אַ ליבע פון אפיקומן [afikóym(ə)n];
{לס″נ, כלומרשט איידל און דעריבער אָפט מיט נאָך מער הומאָר אָדער אַרײַנזאָגעניש:} (האָבן) עסקים [asókəm], דרומדיק: [asúkəm]; („יענע יאָרן ט′מען געשמועסט אַז זיי האָבן געהאַט עסקים \ אַז צווישן זיי איז געווען עסקים“) {פונעם אייגנטלעכן באַדײַט פון „עסקים“ — געשעפטן, ביזנעסער, האַנדלונגען, טראַנסאַקציעס, טועכצער}.
{הומאָריסטיש, דעמאָלט אַז די געליבטע גלייבן אַז קיינער ווייס ניט, בשעת ווען אַלע ווייסן און אַלע ריידן:} אַ „קיינער ווייס ניט“ („שוין דרײַ יאָר וואָס בײַ זיי דרייט זיך ווײַטער אַ „קיינער ווייס ניט“).
(affect (have an impact on
ווירקן (אויף); באַווירקן; האָבן אַ(ן) השפּעה אויף [h)ashpó(y)ə)], דרומדיק: [h)ashpú:ə)];
{לומדיש:} משפּיע זײַן אויף [mashpíyə].
(affect (feign
מאַכן זיך (אַז\ווי); מאַכן דעם אָנשטעל (אַז\פון).
affectation
(די) פּאָזע (ל″ר: -ס); (דער) אָנשטעל (ל″ר: -ן).
affection
(די) ליבע(וו)דיקײַט; (די) צערטלעכקײַט.
affirm
{אין זין פון אַ במקום אויף אַ שבועה:} אַפירמירן.
affirmative action
(די) „אַפירמאַטיווע אַקציע“ [áktsyə]; (די) פּראָגראַם פאַרן אויסקלײַבן מיעוטים [mə(y)útəm], דרומדיק: [mə(y)í:təm];
{מער אַלגעמיין:} (די) אויסגלײַכונגס⸗פּאָליטיק.
affluence
(די) פאַרמעגלעכקײַט; דער גוטער שטייגער לעבן;
{טאָמער בפירוש רײַך:} (די) גבירישאַפט [gvírəshaft]; (די) רײַכקײַט;
{טאָמער דווקא בײַ אַ יחיד אָדער משפּחה אָדער ספּעציפישע גרופּע:} (די) עשירות [ashírəs]; {און אויב זייער רײַך:} נגידותקײַט [n(ə)gídəs-kàyt].
affluent
פאַרמעגלעך;
{טאָמער ממש רײַך:} גביריש [gvírish]; עשירותדיק [ashírəz-dik];
{פראַזעס:} ני(ש)ט קיין אָרעמאַן [òrəmán], דרומדיק: [ù:rəmán] (ל″ר: …אָרעמעלײַט [òrəmə-láyt], דרומדיק: [ù:rəmə-lá:t]); {מיט קאָלאָריט:} (זײַן) נישקשה אַן אָלרײַטניק [nìsh-kóshə], דרומדיק: [nìsh-kú:shə].
affluent person
{בייגעוודיק:} אַ פאַרמעגלעכע(ר); אַ רײַכלעכע(ר);
{מיט קאָלאָריט:} אַן אָלרײַטניק (ל″ר: -עס);
{טאָמער ממש רײַך:} אַ גביר [agví:r] (ל″ר: גבירים [gví:rəm]), ל″נ: אַ גבירנטע [agví:rn-tə] (ל″ר: -ס), אויך: אַ גבירה [agví:rə] (ל″ר {זעלטן}: גבירות);
{מיט עמאָציע:} אַן עושר [anóyshər], צפונדיק: [anéyshər] (ל″ר: עשירים [ashí:rəm]), ל″נ: אַן עושרטע [anóyshər-tə], צפונדיק: [anéyshər-tə] (ל″ר: -ס);
{מיט פּערסאָנאַזשן, טאָמער זייער רײַך:} אַ ראָטשילד; אַ ראָקעפעלער;
{צווישן פאַרשיידענע אַנדערע:} {אין קיעוו:} אַ בראָדסקי; {אין וואַרשע:} אַ זביטקאָווער; {אין ווילנע:} אַן אָפּאַטאָוו;
{פראַזעס:} ני(ש)ט קיין אָרעמאַן [òrəmán], דרומדיק: [ù:rəmán] (ל″ר: …אָרעמעלײַט [òrəmə-láyt], דרומדיק: [ù:rəmə-lá:t]).
afford
קענען זיך פאַרגינען; („נאָך אַ יאָר אַרבעט דאָרטן, און ער וועט זיך קענען פאַרגינען קויפן אַ מאַשין“).
afikoman
דער אפיקומן [der-af(ə)kóymən], צפונדיק: [der-af(ə)kéymən];
{הערה: פאַראַןן פאַרשיידענע דיאַלעקטישע וואַריאַנטן, בתוכם די צפונדיקע:} (דער) אויפן⸗קוימען [àfn-kéymən], (דער) אפיקוימעס {àf(ə)kéyməs], א.א.
afraid: be afraid
מורא האָבן [móyrə hobm] (דרומדיק: [móyrə ubm], ליטוויש: [méyrə hobm]) שרעקן זיך (פאַר \ פון).
afraid of one’s own shadow → tremble with fear
(.African (n
(דער) אַפריקאַנער (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַפריקאַנערין (ל″ר: -ס).
(.African (adj
{בייגעוודיק:} אַפריקאַניש; {אומבייגעוודיק:} אַפריקאַנער.
African American (n.)
(דער) אַפראָאַמעריקאַנער, ל″ר: Ø, ל″נ: Ø אָדער: (די) אַפראָאַמעריקאַנערין, ל″ר: אַפראָאַמעריקאַנערינס;
{אַרכעאיש און בײַ הײַנטיקן טאָג מיטן גוטן ווילן מוטל בספק:} (דער) נעגער, ל″ר: Ø; ל″נ: נעגערינס; (דער) שוואַרצער, ל″נ: (די) שוואַרצע; ל″ר: די שוואַרצע.
African American (adj.)
אַפראָאַמעריקאַנער {אומבייגעוודיק}; אַפראָאַמעריקאַניש {בייגעוודיק}.
(Afrikaner (Afrikaaner
(דער) אַפריקאַנסער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) אַפריקאַנסערין (ל″ר: -ס);
{סלענגיש אינעם יידיש פון דרום אַפריקע:} (דער) חטאת (אויך: כאַטעס) [khátəs] (ל″ר: -ים [khatéysəm]), ל″נ: (די) חטאתטע [khátəs-tə] (ל″ר: -ס).
after
נאָך [nokh], דרומדיק: [nukh].
(after all (but it is in fact the case that
{אַדווערבן, אָנהייב צי אינמיטן אַ פראַזע:} נאָכאַלעמען (\נאָך אַלעמען) [nokháləmən]; פונדעסטוועגן [fundéstvegn];
{בלויז אינמיטן אַ פראַזע צי אַלץ אויסרופן:} דאָך; פאָרט.
after dark
אַז ס′איז שוין פינצטער.
after we eat
נאָכן אָפּעסן.
afterlife
{בײַ יידן:}
יענע וועלט [yénə-vèlt]; („שלום מאַכן וועלן זיי מסתמא שוין אויף יענע(ר) וועלט“);
עולם⸗הבא [òyləm-hábə], צפונדיק: [èylom-hábə]; („זי האָט גענוג מצוות געטאָן, זי זאָל זיך שפּירן זיכער מיט איר חלק עולם⸗הבא“; „ער האָט זײַנע חברים פאַרזיכערט, אַז ער האָט זיי ליב ווי זײַן חלק עולם⸗הבא“);
{מיט דער האָפענונג אויף גוטס נאָכן טויט לגבי זיך אָדער אַ ליבן מענטשן:} (אין) גן⸗עדן [ganéydəm] \ [ganéydn], דרומדיק: [gənáydəm] \ [gənáydn];
{מיט דער קללה פון שלעכטס נאָכן טויט בדרך כלל לגבי אַ געהאַסטן מענטשן:} (אין) גיהנום [génəm] צי [gəhénəm];
{אוניווערסאַל:}
(דער (\דאָס) גלויבן אין אַ לעבן נאָכן טויט.
afternoon (n.)
נאָכמיטיק (⸗צײַט); {עלטערער סטיל וואָס האָט אַ געוויסע עלעגאַנטישקײַט:} נאָכמיטאָג (⸗צײַט);
{אין טראַדיציאָנעלע סביבות, זעלטן:} מנחה⸗צײַט [mínkhə-tsàyt];
{אַרכעאיש דרומדיק דיאַלעקטיש:} נאָכוואַר(ע)מעס.
afternoon: in the afternoon
נאָכמיטיק (⸗צײַט), אויף: נאָך מיטיק; {עלטערער סטיל וואָס האָט אַ געוויסע עלעגאַנטישקײַט:} נאָכמיטאָג (⸗צײַט);
{אפשר דער סאַמע פאַרשפּרייטסטער וואַריאַנט אַז ס′גייט די רייד וועגן הײַנטיקן טאָג, הגם ניט טעכניש ספּעציפיצירט:} הײַנט בײַטאָג [hàynt|batóg], דרומדיק: [hàynt|batóg]; {לאָזט זיך אויסשפּרייטן אויף אַווען⸗ניט⸗איז:} נעכטן בײַטאָג; מאָרגן בײַטאָג; פאַראַיאָרן דעם 11טן יאַנואַר בײַטאָג, וכו′};
{אין טייל דיאַלעקטן בפירוש, אין אַנדערע לויטן קאָנטעקסט:} בײַטאָג [batóg], דרומדיק: [batúk];
{אין טראַדיציאָנעלע סביבות, געוואָרן זעלטן:} מנחה⸗צײַט [mínkhə-tsàyt];
{אַרכעאיש דרומדיק דיאַלעקטיש:} נאכוואַר(ע)מעס.
afternoon (adj.)
נאָכמיטעדיק; נאָכמיטאָגדיק; {אַוואו ס′איז קלאָר פון קאָנטעקסט:} בײַטאָגעדיק; בײַטאָגיק.
afternoon: Good Afternoon!
{ניטאָ אויף יידיש; מען נוצט אַנדערע באַגריסונגען; טאָמער פרי נאָכמיטיק איז נאָך מעגלעך בײַם טרעפן זיך:} גוט מאָרגן! {טאָמער שפּעטלעך נאָכמיטיק איז מעגלעך בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן אָוונט!;
{בײַם געזעגענען זיך ווען ס′זאָל ניט זײַן בײַטאָג איז אַמפּשוטסטן:} אַ גוטן טאָג!
{באַוואָרעניש: אויף יידיש קלינגט ווי אַ גרילצנדיקער גרײַז דער באַנוץ פון „אַ גוטן טאָג“ בײַם באַגעגענען זיך};
{ס′איז אַלעמאָל מעגלעך באַנוצן זיך מיט די „פרײַע באַגריסונגען“: בײַם טרעפן זיך אַשטייגער:} שלום⸗עליכם מיטן ענטפער עליכם⸗שלום {אַז מען גיט אַ האַנט}; האַלאָ! א.א.; {און בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן, אַ גוטן תמיד, זײַ(ט) געזונט, א.א.
{אין טייל ישיבהשע קרײַזן קען מען גראַדע טרעפן נאָכמיטיק:} אַ גוטע מנחה! {מנחה איז דאָך די טעגלעכע נאָכמיטאָגדיקע תפילה).
aftershock
(דער) צוגאָב⸗שאָק;
{דווקא וועגן אַן ערדציטערניש:} (דער) נאָכטרייסל; (די) נאָכטרייסלעניש;
{פיגוראַטיוו:} די נאָכווייען (ל″ר).
afterwards
נאָך דעם; דערנאָך; דערנאָכדעם;
{מיט אָנצוהערעניש אַז ס′האָט געדאַפרט טרעפן פריער:}
לאחר המעשה [l(ə)àkhər-amáysə], דרומדיק: [l(ə)àkhər-amá:sə].
again
נאָכאַמאָל [nókhamòl], בײַם גיכן ריידן: [nókhaml]; ווידעראַמאָל [vídəramòl]; ווידער; ווײַטער.
again and again
ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל [vídər-amòl-un|óbər-amòl]; נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל [nókh-amòl-un|nókh-amòl]; ווײַטער און ווײַטער;
{פראַזעס:} אַ מעשה אָן אַ סוף [amáysə|òn-asóf], דרומדיק: [amá:(n)sə|ùn-asóf]; אַ מעשה אָן אַן עק; אַוויפל קען מען.
again: then again
פון דער אַנדערער זײַט; צוריקגערעדט; צוריקגעטראַכט;
{לומדיש:} מאידך [m(ə)ídəkh].
against
קעגן; אַקעגן; אַנטקעגן; {עלטערע פאָרמע:} געגן;
{לומדיש:} כנגד [k(ə)négəd], דרומדיק: [k(ə)néygət].
{בלויז אין זין פון פאַרגלײַכנדיק צוויי אַנדערשדיקע זאַכן, ניט התנגדות:} קעגנאיבער; אַקעגנאיבער.
(age (of person or thing
(דער) עלטער; די יאָרן.
?age: What’s your age
{אין מערב:} ווי אַלט זײַט איר?; {אין מזרח:} וויפל יאָר איז אײַך?.
(age (period in history
(די) תקופה [tkúfə], דרומדיק: [t(ə)kí:fə] (ל″ר: תקופות); (די) עפּאָכע (ל″ר: -ס);
(דער) פּעריאָד (ל″ר: -ן); {אין חרדישן באַנוץ דער עיקר:} (די) פּעריאָדע (ל″ר: פּעריאָדן).
age: in old age
אויף דער עלטער [àvdər-éltər], דרומדיק: [(òvdər-éltə(r]; אין די הויכע יאָרן;
{לומדיש:} בײַ דער זיקנה [bàdər-zíknə].
(‘age: of marriageable age (‘time to get married
(ער\זי) שטייט אין שידוכים [shidúkhəm], דרומדיק: [shədí:khəm];
{מיט אַ רמז אויף דעם אַז ס′האַלט שוין שפּעטלעך און מ′קען פאַרזעסן ווערן:} אַ בחור אין די יאָרן [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r]; אַ מיידל אין די יאָרן.
(.age (v
עלטערן זיך; ווערן עלטער;
{אין זין פון ווערן טאַקע אַלט:} פאַרעלטערט ווערן; פאַרעלטערן זיך.
agency
(די) אַגענטור (ל″ר: -ן); (די\דער) אינסטאַנץ (ל″ר: -ן).
agency: The Jewish Agency
די יידישע אַגענץ; דער סוכנות [sòkh-nút].
agenda
(א) {רשימה ענינים אויף צום באַהאַנדלען, אַשטייגער אויף אַ זיצונג, אין אַ (דער עיקר — פאָרמעלן) שמועס אָדער אַן אויסבײַט פון שריפטלעכע קאָמוניקאַציעס:} (דער) סדר היום [sèydər (h)ayóm]; ל″ר: סדר היום רשימות. {אַרכעאיש, פאָרמעל, נאָר בײַ זיצונגען, קאָנגרעסן און אַנדערע פיזישע טרעפונגען:} (די) טאָג אָרדענונג [tóg-òrdenung].
(ב) סעריע, קאָמפּלעקס, אָדער סיסטעם פון פּלענער, געוואונטשענע אויפטוען, אָדער אויפגעשטעלטע אויפגאַבן.
(ג) {ניט בפירוש אַרויסגעזאָגטע כוונות און צילן, (טיילווײַז) כיטרע פאַרבאַהאַלטענע}: ניט⸗אַרויסגעזאָגטע כוונה [kavónə] \ ציל \ פּראָגראַם:} אַ פאַרבאַהאַלטענער סדר היום; וואָס האָט \ מיט פּניות [pní(y)əs].
agender
מינלאָז; געשלעכטלאָז.
agent
(דער) אַגענט (ל″ר: -ן); ל″נ: די אַגענטין; {מער עמאָטיוו:} אַגענטקע (ל″ר: -ס).
(.agentive (ling
(דער) אַגענטיוו.
ages: the ages
(די) דור דורות [dòr-dóyrəs], צפונדיק: [dòr-déyrəs] (ל″ר); די אַלע עפּאָכעס (ל″ר).
ages: It’s been ages
(שוין) אַ שאָק מיט יאָרן (וואָס\זינט).
Aggadah
(די) די אגדה [di-agódə], דרומדיק: [di-agú:də].
Aggadah: In the Aggadah
אין דער אגדה [ìn-dər-agódə], דרומדיק: [ìn-dər-agú:də];
{ש″ש און וואָסאַמאָל מער פאַרשפּרייט:} אין די אגדה [ìn-di-agódə], דרומדיק: [ìn-di-agú:də];
{אַקאַדעמיש, פאָרמעל:} אגדהש (אויך: אגדיש) (גערעדט) [agódish], דרומדיק: [agú:dish].
aggressive
אַגרעסיוו; קריגעריש; קריגס⸗הונגעריק; אָנגרײַפעריש;
{פראַזעס:} רײַסט זיך צו מלחמה [mi(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; להוט [ló(h)ət], דרומדיק: [lú:(h)it] אויף אַ קריג.
aggressor
(דער) אַגרעסאָר [agrésər] (ל″ר: -אָרן [agrəsórn]); (דער) אָנגרײַפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
agile
פלינק.
agility
(די) פלינקײַט; (די) געשיקטקײַט.
agitated
צערודערט; אויפגערודערט; צעקאָכט; צעהיצט; אויפגערעגט; צעשרויפט; צעטומלט;
{אַ קאַפּ מילדער:} אומרואיק [úm-rùy(ə)k], דרומדיק: [ím-rìy(ə)k]; באַאומרואיקט.
ago
מיט – – – צוריק; {דיאַלעקטיש אויך:} – – – קאַריק \ קעריק , קריק};
{למשל:} מיט אַ מינוט (\שעה \חודש \יאָרצענדליק) צוריק;
{אַזהרה: אָדאָרטן אַוואו ס′גילטן אָנגעמאָסטענע טערמינען איז בילכער זיך מיט זיי באַנוצן, דער עיקר „נעכטן“, „אייערנעכטן“, „פאַראַכטאָגן“, „פאַראַיאָרן“}.
agree
מסכים זײַן [máskəm-zayn]; אײַנשטימען.
agree: come to agreement
אָפּמאַכן; קומען צו אַן אָפּמאַך; דערריידן (\דעררעדן) זיך (ל″ע: דעררעדט זיך); זיך פאַרשטענדיקן; אָפּשמועסן.
{אַ קאַפּ לומדיש:} קומען צו אַ הסכם [héskəm];
{פראַזע:} קומען צום טיש.
(agree to something (accept
צושטימען; זיך אײַנפאַרשטיין; אָננעמען.
agree to disagree
מסכים זײַן אַז מ′איז ני(ש)ט מסכים [máskəm]; אײַנשטימען אַז מ′שטימט ני(ש)ט אײַן; אָננעמען אַַז ס′זײַנען פאַראַן חילוקי דעות [khəlùkə-déyəs], דרומדיק: [khəlìkə-dáyəs].
!agree: I agree
מסכים! [máskəm]; איך שטים אײַנעט!.
(agreed (that
אָפּגערעדט (אַז); אָפּגעשמועסט (אַז); אײַנגעשטימט (אַז);
מוסכם ווערן (אַז) [múskəm], דרומדיק: [mískəm] (ל″ע: מוסכם געוואָרן).
!Agreed
{טאָמער פּנים אל פּנים, איז אָפטמאָל בײַ אַ תקיעת כף:} אָפּגערעדט! [ób||gərèt], דרומדיק: [úb||gərèt], צפונדיק: [ó||gərèt];
געמאַכט!; שוין!; אַראָפּ פון מאַרק!; פאַרטיק אַ געשעפט!;
{מער פאָרמעל, אַשטייגער וועגן אַ געשעפטלעכן אָדער פּאָליטישן הסכם:} מוסכם! [múskəm], דרומדיק: [mískəm]; כתוב וחתום! [kòsəv|(v)(ə)khósəm], דרומדיק: [kú:si:v|(v)(ə)khú:səm].
{באַזונדערס אין דימענט האַנדל:} מזל ברכה! [màzl|brókhə], דרומדיק: [màzl-brúkhə].
agreement
{פאַראַנענקײַט פון אַ בשותפותדיקן פאַרשטאַנד:} (דאָס\דער) מסכים זײַן; (דאָס\דער) אײַנשטימען; (דער) אײַנפאַרשטאַנד;
{ספּעציפישע דערריידעניש:} (די) אײַנשטימונג (ל″ר: -ען); (די) הסכמה [haskómə], דרומדיק: [h)askúmə)] (ל″ר: הסכמות); (די) דערריידעניש;
{טאָמער בכתב צי פאָרמעל:} (דער) הסכם [héskəm] (ל″ר: -ס); (דער) אָפּמאַך (ל″ר: -ן);
{וועגן לענדער אָדער גרעסערע איינסן:} (דער) פּאַקט (ל″ר: -ן).
agreement: according to the agreement
לויטן אָפּמאַך; לויטן מדובר [mədúbər], דרומדיק: [(mədíbə(r]; לויט דעם וואָס מ′האָט אָפּגערעדט;
{אַ קאַפּ לומדיש:} לויטן הסכם [héskəm];
{מער לומדיש:} על⸗פּי הסכם [àlpə-héskəm].
agreement: come to an agreement
דערריידן (\דעררעדן) זיך; קומען צום טיש; דערגיין אַ טאָלק; קומען צו (\מאַכן) אַן אָפּמאַך.
agreement: have an agreement
האָבן אַ מדובר [am(ə)dúbər], דרומדיק: [(am(ə)díbə(r]; האָבן אַן אָפּמאַך;
{אַ קאַפּ לומדיש:} האָבן אַ הסכם [ahéskəm], אויך: [anéskəm].
agricultural
(די) לאַנד⸗ווירטשאַפטלעך; (די) אַגריקולטורעל;
agriculture
(די) לאַנד⸗ווירטשאַפט; (די) אַגריקולטור;
{לומדיש, צומאָל מיט איראָניע:} הלכות עבודת אדמה [hílkhəs|avòydəs-adómə], דרומדיק: [hílkhəs|avòydəs-adúmə], צפונדיק: [hílkhəs|avèydəs-adómə];
{הערה: „ערד⸗אַרבעט“ איז טאַקע דער יסוד אויף וועלכער ס′בויט זיך די לאַנד⸗ווירטשאַפט (\אַגריקולטור), זיי זײַנען פאָרט ניט די זעלביקע זאַך: „ערד⸗אַרבעט“ באַציט זיך אויך אויפן יחידס מלאכה, בעת ווען דאָ גייט אין סיסטעמאַטיזירטער אָבזערוואַציע, שטודיע און רעגולירונג פון אַ שטח, תקופה, אָדער עקאָנאָמישער סיסטעם}.
Agudath Israel
{פון קיצור וועגן:} די אגודה [di-agúdə], דרומדיק: [di-agídə];
{דער פולער נאָמען:} אגודת ישראל [agùdəs-(y)isró(y)əl], דרומדיק: [agìdəs-yisrú:(ə)l].
Ahad Ha’Am (1856–1927)
אחד העם [akhád|hò-óm], דרומדיק: [akhát|(h)ù:-óm]; אויך ספרדיזירט: [akhát|ha-ám];
אשר גינבצערג;
אשר צבי⸗הירש בן ישעיה גינצבערג;
געבאָרן: סקווער (קיעווער גובערניע); געשטאָרבן: תל אביב.
Ahasuerus
אחשוורוש [àkhəsh-véyrəsh], דרומדיק: [àkhəsh-váyrəsh];
דער מלך אחשוורוש [dər-mèyləkh-àkhəsh-véyrəsh], דרומדיק: [dər-màyləkh-àkhəsh-váyrəsh];
{פראַזעס:} דער נאַרישער קעניג [kéynik]; {שפּאַסיק איראָניש:} דער קלוגער קעניג.
ahead
פאָראויס (פון); ווײַטערהאַלטנדיק (איידער).
ahead of
פאַר; פריער פון.
(.aid (n
(די) הילף; {טאָמער אין אַן אָרגאַניזירטער פראָגראַם:} (די) צוהעלפונג;
{דער עיקר פינאַנציעל אָדער פּאָליטיש:} (די) שטיצונג; (די) אונטערשטיצונג; (די) שטיצע.
aide
(דער) געהילף (ל″ר: -ן); (דער) אסיסטענט (ל″ר: -ן); ל″נ: (די) אַסיסטענטקע (ל″ר: -ס).
AIDS
(דער) איידס; {אין מזרח אייראָפּע אויך:} (דער) ספּיד.
(.aim (n
(דער) ציל (ל″ר: -ן); (דער) תכלית [tákhləs] (ל″ר {לומדיש:} תכליתים [takhléysəm], דרומדיק: [takhláysəm]);
{מער ספּעציפיש וועגן אַ גענויען פּראָיעקט אַשטייגער:} (די) אויפגאַבע [úv-gàbə], דרומדיק: [óv-gàbə]; (ל″ר: -ן; אויך: -ס); {הערה: אַמאָפטסטן באַציט זיך דער ל″ר „אויפגאַבעס“ אויף היימאַרבעט און אַנדערע פליכטן אין בילדונגס⸗אַנשטאַלטן, אָבער לאו דווקא};
(.aim (v
{בכלל:} צילן; האָבן ווי אַ (\אַלץ) תכלית [tákhləs];
{מער ספּעציפיש:} אָנצילן; אָנצילעווען (אויף\צו).
(.air (n
(די) לופט;
{אין געוויסע לומדישע פראַזעס, טרעפט מען דעם אַראַמיש שטאַמיקן: אוירא (אווירא), אויף יידיש [avírə], אַמסאַמע באַוואוסטנס: אוירא דארץ ישראל מחכים [avìre-d(ə)|èr(ə)ts(y)isrò(ə)l|mákh-kəm] ′די (בלויזע) לופט פון ארץ ישראל מאַכט קלוג′ וואָס בלײַבט פּראָדוקטיוו אין יידיש ריידנדיקע לומדישע קרײַזן מיטן פאַרבײַטן „ארץ ישראל“ אויף אַ היינטיקן אָרט (למשל: „אווירא דלייקוואוד מחכים“);
{אזהרה: דעם העברעאיש שטאַמיקן „אוויר“ [ávər] קען מען ניט אָנווענדן אויף לופט סתם, מחמת דעם וואָס אויף יידיש איז דאָס טײַטש: ′געשטאַנק′}.
(air (v.) (broadcast
{טאָמער דורך טעלעוויזיע, צי דורכן אינטערנעט מיט ווידעאָ:}
באַווײַזן (אויף דער טעלעוויזע \דורכן אינטערנעט \דורך אַ לעבעדיקן שטראָם);
{טאָמער אויף דער ראַדיאָ:}
טראַנסמיטירן; איבערגעבן (אויף ראַדיאָ).
air conditioner
{וואָס מאַכט קיל:} (דער) קאָנדיציאָנער;{וואָס רעגולירט די טעמפּעראַטור, אי אויף אָנוואַרעמען, אי אויף אָפּקילן:} (די) לופט⸗מאַשין;
{אין טייל חסידישע קרײַזן:} (דער\די) ער⸗קאָנדישן [é(y)r|k(ə)ndìshn].
air flow
(דער) לופט⸗שטראָם.
air force
(דיא) לופטפלאָט.
air mail
(דער) לופטפּאָסט.
air out
אויסלופטערן.
airing (n.) broadcasting
{טאָמער דורך טעלעוויזיע, צי דורכן אינטערנעט מיט ווידעאָ:}
(די) באַווײַזונג (אויף דער טעלעוויזע \דורכן אינטערנעט \דורך אַ לעבעדיקן שטראָם);
{טאָמער אויף דער ראַדיאָ:}
(די) טראַנסמיסיע [trànz-mísyə]; (די) איבערגעבונג (אויף ראַדיאָ).
(airing (public presentation of positions and views
(דאָס\דער) ברענגען פאַרן עולם [óyləm], צפונדיק: [éylom]; …פאַר דער געזעלשאַפט (\עפנטלעכקײַט).
(airing of grievances (/difficult issues
(אַן\דער) אויפריכטיקער שמועס; אָפענע דבורים [dəbúrəm], דרומדיק: [dəbí:rəm]
{פראַזע:} זיך אַראָפּריידן (\אַראָפּרעדן) פון האַרצן.
airline
(די) עראָפּלאַן⸗פירמע (ל″ר: -ס); (די) לופט⸗ליניע (ל″ר: -ס);
(אין מזרח אייראָפּע:} (די) אַוויאַליניע (ל″ר: -ס).
airplane
(דער) עראָפּלאַן [èroplán] ,[èrəplán] (ל″ר: -ען);
{אין טייל חרדישע קרײַזן:} (דער) פליגער (ל″ר: -ס);
{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (דער) סאַמאַלאָט [samalót].
airfare
(די\דאָס) אָפּפלי⸗געלט; (די) רײַזע⸗געלט (צום פליען); (דער) שכר נסיעה [skhar-nesíyə] (צום פליען); וויפל ס′קאָסט דער בילעט;
airport
(דער) עראָפּאָרט (ל″ר: -ן); (דאָס\די) לופטפעלד (ל″ר: -ער).
(Akiva ben Joseph (±50 – 135 CE
רבי עקיבא [ràb(ə)-akívə]; אויך: ר′ עקיבא [rebakívə].
(Aksenfeld, Israel (1787–1866
אַקסענפעלד [áks(ə)n-fèld];
ישראל אַקסענפעלד [yisró(ə)l|áks(ə)n-fèld], דרומדיק: [yisrú:(ə)l|áks(ə)n-fèld];
געבאָרן: נעמיראָוו (פּאָדאָליע); געשטאָרבן: פּאַריז.
(.alarm (n
(די) צעשראָקנקײַט; (דער) פּחד [pákhəd], דרומדיק: [pá:khət];
{לומדיש:} אַן אימת מות [anéyməs|móvəs], דרומדיק: [anáyməs|múvəs].
(.alarm (v
אָנוואַרפן אַ פּחד [apákhəd], דרומדיק: [apá:khət]; (\אַ שרעק \אַ מורא [amóyrə], צפונדיק: [améyrə]);
צערודערן; אַזוי ריכטיק אָנשרעקן.
alarm clock
(דער) וועק⸗זייגער (ל″ר: -ס); (דער) וועקער (ל″ר: -ס).
alas
צום באַדויערן; צום אומגליק; ליידער; צו אונדזער פאַרדרוס (\פאַרדראָס);
{לומדיש:} מעשה שטן [màysə-sótn], דרומדיק: [mà:sə-sú:tn].
album
(דער) אַלבאָם [albóm] (ל″ר: -ען);
{הערה: אין מערב דער עיקר אַ היימישער זאַמלבוך פון אייגענע און משפּחהשע פאָטאָגראַפיעס; אין מזרח אויך וועגן אַ בוך אין גרויס⸗פאָרמאַט, אָפטמאָל אַ פּראַכט⸗אויסגאַבע, מיט אַ סך בילדער צי אילוסטראַציעס}.
alcohol
(דער) אַלקאָהאָל;
{טאָמער אין זין פון ′אַלקאָההאָלישע געטראַנקען′:}
{אָן אַן אַרטיקל:} משקה [máshkə]; לחיימס [ləkháyəmz], דרומדיק: [ləkhá:(y)əms] (ל″ר);
{אין מזרח אויך:} הונדערט גראַם;
{פאָרמעל צי אייפעמיסטיש:} שטאַרקע(רע) געטראַנקען.
(.alcoholic (n
(דער) אַלקאָהאָליקער (ל″ר: ø; בײַ טייל פּוריסטן: -ס);
{בייגעוודיק:} (די\דער) שכרותדיקע(ר) [shíkrəz-dik].
(.alcoholic (adj
אָלקאָהאָליש; מיט אַלקאָהאָל.
alcoholic drinks
(די) משקה [máshkə] (ל″ר {באַציענדיק זיך לגבי אַ ריי פאַרשיידענע אַלקאָהאָלישע געטראַנקען:} (די) משקאות [mash-kó(y)əs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר).
alef, aleph
א: (אלף, אַלֶף) [áləf] — דער ערשטער אות פון יידישן אלף⸗בית; = איינס (1) אין דער סיסטעם יידישע נומעראַציע.
מען קען אײַנטיילן דעם יידישן אלף אין פינף קאַטעגאָריעס:
(א) קמץ אלף: געשריבן „אָ“, וואָס ווערט אַרויסגערעדט: אין צפונדיקן (ליטווישן) יידיש און אין דער סטאַנדאַרדער שפּראַך („כלל יידיש“) — אַלעמאָל [o] (קורצער אָפענער /o/, דער טעכנישער סימבאָל: [ɔ]); אין די דרומדיקע דיאַלעקטן: אָדער [o] אָדער [u] (און דעמאָלט ערשט מיט צוויי מעגלעכקײַטן, קורץ ([u]) צי לאַנג ([:u]), למשל אין פּוילישן יידיש: זאָקן [zókn], אָבער: זאָגן [zúgn], זאָטל [zú:tl], זכרון [zəkú:rn]};
(ב) פּתח אלף: געשריבן „אַ“, וואָס ווערט אַרויסגערעדט: אַלעמאָל [a] אין גאַנצן צפון און אין ווײַטגרעסטן טייל דרום — אַחוץ אין פּאָדאָלער⸗בעסאַראַבער דיאַלעקט („טאָטע⸗מאָמע לשון“) וואו ס′איז [o] אין אַ סך פאָנעטישע שכנותן, למשל: „האַנט“ [ónt], „מכה“ [mókə].
(ג) דער שטומער אלף (מיטן מחיצה אלף אַרײַנגערעכנט):
(1) וואָס קומט בײַם אָנהייב וואָרט פאַר: ו, וי, י, יי, ײַ, למשל: און, אויב, אין, איי, אײַז {אין אַ ל ע וואַריאַנטן פון יידישן אויסלייג; די ווײַטערדיקע צוויי מינים שטומער אלף זײַנען פאַרווערט געוואָרן אין דער סאָוועטיש⸗יידישער אָרטאָגראַפיע פון די סטאַלינישע יאָרן און דערנאָכדעם באַזײַטיקט געוואָרן אין דער ראַדיקאַלער ייוואָ אָרטאָגראַפיע פון די סוף דרײַסיקער יאָרן (אין ביידע פאַלן מיט דער פונקציע דערפילט דורך דיאַקריטישע צייכנס גענומען פונעם העברעאישן ניקוד};
(2) אָנהייב טראַף (זילב) פאַר די אייגענע וואָקאַלן, למשל: באַציאונג; פריאיק; און
(3) אין דער טויזנטיאָריקער פונקציע פון אָפּטיילן צוויי וואָוון (דער קאָנסאָנאַנט [v]) פונעם וואָקאַלישן ו ([u]), למשל: וואו, וואונדער, פּרואוון; אין זעלטענע פאַלן אויף אָפּצוטיילן פיר וואָוון, למשל: פּרואוואונג. דעם אלף פון (2) און (3) רופט מען אָנעט: דער מחיצה אלף.
(ד) לשון⸗קודשדיקער אלף: אין סעמיטישן קאָמפּאָנענט איז דער אָרטאָגראַפישער אלף עלול זיך באַווײַזן אַרום פאַרשיידענע וואָקאַלן, למשל: אפשר [éfshər], גאולה [g(ə)úlə], גאון [gó(y)ən], דאגה [dáygə]; סוף וואָרט, איז דאָס בדרך כלל דער אומבאַטאָנטער רעדוצירטער שווא וואָקאַל געירשנט פון אַראַמיש, למשל: אכסניא [akhsányə], אדרבא [ádərabə], מסתמא [mistámə], שקלא וטריא [sháklə-v(ə)táryə]; דאָס איז פּאַראַלעל מיטן סוף⸗וואָרטיקן עין (ע) פון דער נײַער אָרטאָגראַפיע און מיטן סוף⸗וואָרטיקן יוד (י) פון דער עלטערער פאַר⸗משכילישער אָרטאָגראַפיע.
(ה) עיר⸗ואם אלף: אין די נעמען פון שטעט און שטעטלעך, סײַ אין אַמאָליקן אשכנז, סײַ איבערן שטח פונעם גאַנצן מזרח⸗אייראָפּעאישן יידנטום ביזן חורבן, איז צוגעקומען אַ מיסטיק פון דערהייבנקײַט איבער אַ שטאָט אָדער אַ שטעטל מיט אַ לאַנגער יידישער טראַדיציע — אַן עיר ואם בישראל — וועמענס נאָמען ס′ענדיקט זיך אויפן אומבאַטאָנטן שוָא וואָקאַל, אָט דעם נאָמען צו שרײַבן דווקא מיט אַן אַלף, אַן אלף וואָס טראָגט מיט זיך פאָר אַ געפיל, שיער ניט אַזאַ וואָס כישופט אַזש אײַנעט, אַז דער יידישער מהות פון שטאָט אָדער שטעטל איז אַ המשך פון דער אַראַמיש ריידנדיקער גמרא תקופה מיט אירע שטעט נהרדעא און פּומבדיתא (מיט אַן אוראַלטער טראַדיציע אַז דער אלף איז פאַר יידישע שטעט אין גלות, להיפּך צום הא פון די ארץ ישראלדיקע שטעט). אויף אַזאַ אופן האָט זיך דער עיר⸗ואם אלף פעסט אײַנגעפונדעוועט אין טראַדיצאָנעלן יידיש, און אין יידישן באַוואוסטזײַן, אַפילו נאָכדעם ווי די יידישיסטישע באַוועגונג האָט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט גענומען איבערגיין אויפן סוף⸗וואָרטיקן ע — אויב אַפילו נאָר פון די שער⸗בלעטער און די אַמאָליקע אשכנזישע ירושה וואָס שפּאַנט דעם וואַנדער⸗וועג פון מערבדיקן ביזן מזרחדיקן אשכנז; די שטאָט נעמען מיטן אלף וואָרט⸗אויס שטעלן מיט זיך פאָר אַ לעבעדיקן גליד פון יידיש⸗טראַכטנדיקן מענטשן, ניט שייך צי אַליין שרײַבט מען מיטן מאָדערנעם, נייטראַלן ע. למשל:
אייזנא (איסני), אלטונא (אַלטאָנע), ברונא (ברין), הוראדנא (גראָדנע), ווילנא, ווארשא, וורמייזא (ווערמײַזע, וואָרמס); טארנא, מאגנצא (מאַגענצע, מײַנץ), נייטרא, סארנא, סלאבאדקא (סלאַבאָדקע [וויליאַמפּאָל, בײַ קאָוונע), פיורדא, קאוונא, קראקא, ראוונא, ריגא, רישא (ריישע), שפּירא (שאַפּיראָ, שפּײַער).
(Aleinu (name of prayer
(אָן אַן אַרטיקל) עלינו [òléynu], דרומדיק: [:ù:láyni], ד″מ: [:ùléyni];
{מער פאָרמעל:} עלינו לשבח [olèynu-ləshabéyəkh], דרומדיק: [u:làyni:-ləshabáyəkh], ד″מ: [ulèyni:-ləshabéyəkh];
{פראַזעס:} קומען צו עלינו (אין זין פון ′האַלטן בײַם סוף′ — צי פון דאַוונען צי פון אַוואָס⸗ניט⸗איז — ווײַל עלינו איז האַרט בײַם אויסלאָז); {הומאָריסטיש:} קומען צום אויסשפּײַען {צוליב דער אַמאָליקער טראַדיציע פון אויסשפּײַען בײַ די ווערטער „ככל המונם“ וואָס אין דער תפילה גופא}.
(.alert (n
{נייטראַליש:}
אַן אַנאָנס (ל″ר: -ן); אַן איבערגעבונג (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} אַ מודעה [amədóə], דרומדיק: [amədú:ə] (ל″ר: מודעות);
{מיט מער דרינגעדיקײַט צי אַן אָנצוהערעניש אַז דאָ גיין אין וואָרענען, ניט גלאַט איבערגעבן:}
(די) אָנוואָרענונג (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} אַן אזהרה [anaz(h)órə], דרומדיק: [anaz(h)ú:rə]; {מער לומדיש, צי וועגן אַ מער סכנותפולן ענין:} אַן התראה [anasróə], דרומדיק: [anasrú:ə].
(.alert (adj
וואַכיק; וואַכזאַם; אויפמערקזאַם;
{מער וועגן פאַרשטאַנד איידער די חושים:} אָנגעשפּיצט.
(.alert (v
{נייטראַליש:}
אַנאָנסירן;
{לומדיש:} מוסר מודעה זײַן [mòysər-mə(y)dóə-zayn], דרומדיק: [mòysər-mə(y)dú:ə-za:n], צפונדיק: [mèysər-mə(y)dóə-zayn];
{מיט מער דרינגעדיקײַט צי אַן אָנצוהערעניש אַז דאָ גיין אין וואָרענען, ניט גלאַט איבערגעבן:}
אָנוואָרענען; באַוואָרענען;
{לומדיש:} מזהיר זײַן [máz(h)ər-zayn]; {מער לומדיש, צי וועגן אַ מער סכנותפולן ענין:} מתרה זײַן [másrə-zayn].
alertness
(די) וואַכזאַמקײַט; (די) אויפגעוואַכטקײַט; (די) וואַכעדיקײַט.
(Alexander the Great (356 BCE – 323 BCE
אלכסנדר מוקדון [aləksándər|múgdin].
(Alexander Susskind of Grodno (? – 1794
דער יסוד ושורש [dər-yəsód|v(ə)shóyrəsh], צפונדיק: [dər-yəsód|v(ə)shéyrəsh];
ר′ אלכסנדר זוסקינד בן משה מהוראדנא.
(Alfasi, Isaac (1013–1103
דער רי″ף [dər-ríf];
ר′ יצחק אלפסי.
alive
בײַם לעבן; אַ לעבעדיקע(ר).
alive and well
{פראַזעס:} געזונט און שטאַרק; פריש און געזונט;
{מיט חברישער איראָניע:} זײַן חי וקים [khàyv(ə)káyəm]; קערט נאָך אַ וועלט.
(.all (pron
אַלע [álə]; די אַלע; {עמאָטיוו:} אַלדי; טיילן ד″מ: [ólə], אויך: אילע;
(.all (adv
אינגאַנצן; דורכאויס; גאָר.
all along
די גאַנצע צײַט; פון אָנהייב אָן;
{לומדיש:} מדלכתחילה [məd(ə)lkhàt-khílə].
(.all day (adj
{דער יידישער סטיל נוצט דאָ אַן אַדווערביאַלע פראַזע אָנשטאָט אַן אַדיעקטיוו: (פון\אויף) אַ גאַנצן טאָג („סעמינאַר אויף אַ גאַנצן טאָג“);
{בײַ טייל נאָרמאַטיוויסטן גילט אָבער די אמונה, אַז אויב אויף ענגליש אַן אַדיעקטיוו מוז דאָך זײַן אַן אַדיעקטיוו אויף יידיש, איז אויסגעוואַקן צומאָל:} גאַנצטאָגיקע(ר) {וואָס רופט אַרויס אַ געוויסע שפּראַכיקע רחמנות בײַ די וואָס קענען די שפּראַך נאַטירלעך; בעת ווען אַ מער נייטראַלע און ווייניקער אויפפאַלנדיקע פּאָזיציע פאַרנעמט:} אַ⸗גאַנצן⸗טאָגעדיקער („גיין אויף יענעם אַ⸗גאַנצן⸗טאָגעדיקן סעמינאַר“).
(.all day (adv
אַ גאַנצן טאָג;
{פראַזע:} פון אינדערפרי ביז בײַנאַכט [banákht].
all kinds of
אַלערליי; אַלערלייאיקע [álə(r)-léy(i)kə], דרומדיק: [álə(r)-láy(i)kə]; כלערליי [kòlə(r)léy], דרומדיק: [kòlə(r)láy]; כלערלייאיקע [kòlə(r)léy(i)kə], דרומדיק: [kòlə(r)láy(i)kə]; פאַרשיידענערליי; אַלע מיני [álə|mínə] {לומדיש: [álə|míney], דרומדיק: [álə|mínay]).
all my days
אַלע מײַנע יאָרן;
{לומדיש:} כל ימי [kòl|yómày], דרומדיק: [(kòl|yúmà:(y].
(all or nothing (not a spectral issue
אָדער גאָר אָדער גאָרני(ש)ט; אָדער אַהין אָדער אַהער;
{פראַזע; סאַרקאַסטישער ענטפער אויף דעם וואָס האַלט פון אַ מהלך ווען ס′איז בפירוש אַן ענין פון גאָר צי גאָרניט:} אַ קליין ביסעלע טראָגעדיק!; אַ ביסל שוואַנגערדיק; {לומדיש:} אַ קאַפּ מעוברת [akáp|m(ə)ubérəs], דרומדיק: [akáp|m(ə)i:béyrəs].
!All right
גוט!; מסכים! [máskəm]; אין אָרדענונג!; מהיכא תיתי! [màkhə|téysə], דרומדיק: [màkhə|táysə];
{מיט אַ קאַפּ ווינציקער ענטוזיאַזם:} גאַנץ גוט!; זאָל זײַן (אַזוי)!; פאַרוואָס ני(ש)ט?.
all right: be all right
{אין פּערזענלעכן צושטאַנד:} זײַן אין אָרדענונג; זײַן געזונט; {שמועס⸗שפּראך:} זײַן אָלרײַט; זײַן אָקיי (\אָקעי);
{וואָס שייך פּאַסיקײַט}: אין אָרדענונג; צוגעפּאַסט; פּאַסן; טויגן.
(all risk insurance (guarantee
(די) אַלגאַראַנטיע [algarántyə]; „אַלע ריזיקעס“.
all the same
אַלצאיינס; אַזוי צי אַזוי.
{טאָמער אין רשות הרבים און פאָרט ברייט גענוג אויף אַ פור (בײַ הײַינטיקן טאָג — אויף אַ טיפּישן אויטאָמאָביל), ניט שייך צי מען קען דערמיט אַדורך צו דער ווײַטערדיקער פּאַראַלעלער גאַס צי ניט:} (דאָס\די) געסעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\די) געסל (ל″ר: -עך); (דער) זאַוואוליק (\זאַוואולעק) (ל″ר: -עס; אויך: זאַוואולקעס);
{צי אין רשות היחיד צי אין רשות הרבים, אָבער ברייט גענוג נאָר צו פוסגייער:} (די) סטעזשקע (ל″ר: -ס); (דאָס\די\דער) וועגעלע (ל″ר: -ך); (דאָס\די\דער\) וועגל (ל″ר: -עך); {טאָמער קען מען אַדורך ביז צו דער פּאַראַלעער גאַס: (דער) דורכגאַנג (ל″ר: דורכגענג, אויך: דורכגאַנגען); (אין עלטערן לשון אויך:) דורכגאַנג⸗הויף (ל″ר: -ן);
{טאָמער אַפילו אַ ספק לגבי רשות (למשל „רשות הסטאָראָזש“, ד.ד. בדרך כלל פאַר אַלעמען אָפן בײַטאָג), בדרך כלל ניט (גאַנצערהייט באַנומען) ברייט גענוג אויף אַ פור (צי אויף אַ הײַנטצײַטיקער מאַשין), אָבער כאָטש בײַטאָג שאַפנדיק אַ פרײַען דורכגאַנג צווישן צוויי (מערסטנטייל פּאַראַלעלע) גאַסן (מעגלעך אויך מיט טרעפּלעך דאָ און דאָרט:} (דער) דורכהויף (ל″ר: -ן).
alliance
די אַליאירטע (ל″ר); (דער) פאַרבאַנד (ל″ר: -ן); (די\דער) אַליאַנץ (ל″ר: -ן); (דער) יד אחת [yadákhəs].
{הערה: דער באַנוץ פון „בונד“ אין דעם זין איז אַרכעאיש; אויף יידיש איז עס געבליבן דער פאַרקירצטער נאָמען פון „יידישן אַרבעטער בונד“}.
(allow (permit
דערלויבן [dərlóybm], אויך: [dalóybm], צפונדיק: [daléybm]; לאָזן; דערלאָזן;
{אַ קאַפּ לומדיש:} געבן רשות [gèbm|r(ə)shús], דרומדיק: [gèybm|r(ə)shís];
{לומדיש, דער עיקר וועגן פראַגן פון יידישן דין צי מען מעג צי מ′טאָר ניט, אָבער אויך (צומאָל מיט אַ קאַפּ הומאָר) וועגן גאָר אַנדערע זאַכן וואו אַן אויטאָריטעט גיט אַ דערלויבעניש וואָס ווערט געגליכן צו אַ מין לעגאַליסטישן היתר:} מתיר זײַן [mátər-zayn].
(allow (concede the point
צוגעבן; נאָכגעבן; מודה זײַן (אַז) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn].
(allowance (regular sum of money
{טאָמער וועגן אַ רעולערער (אָפטמאָל באַשיידענער) סומע:} (דאָס\די) קעשענע⸗געלט;
{טאָמער לויטן טאָג:} טעגלעכע קעשענע⸗געלט;
{טאָמער אַלע וואָך:} וועכנטלעכע קעשענע⸗געלט; וואָכן⸗געלט.
allude to
געבן אָנצוהערעניש (אויף\אַז); פאַררופן זיך (אויף); געבן אַן אָנוואונק (אַז); קאַם דערמאָנען (אַז);
{לומדיש:} מרמז זײַן (אויף\אַז) [m(ə)ráməz-zayn].
(.allure (n
(דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; (דער) צוצי⸗כח; (די) אַטראַקציע; (דער) גלאַנץ; דער כח (אויף צו) פאַרכישופן [farkíshəfn];
{לומדיש:} (דער) כח המושך [kòyəkh-(h)amóyshəkh], צפונדיק: [kèyəkh-(h)améyshəkh].
alluring
צוציענדיק; צוציאיק; אַטראַקטיוו; פאַרכאַפּנדיק; פאַרכישופנדיק [far-kíshəfn-dik].
allusion
אַן אָנצוהערעניש (ל″ר: -ן); אַן אָנוואונק (ל″ר: -ען); אַן אַלוזיע (ל″ר: -ס);
{לומדיש:} אַ מרומז [m(ə)rúməz], דרומדיק: [m(ə)rí:məs] (ל″ר: מרומזים [m(ə)rumózəm], דרומדיק: [m(ə)ri:mú:zəm]).
(.ally (n
{בכלל:} מיטקעמפער (ל″ר: ø); איינער אויף זײַן (\איר\זייער) צד [tsad]; חבר אין דער מחלוקה [khàvər-ndər-makhlóykə];
{אין אַ פאָרמעלן מיליטערישן אָפּמאַך:} אַליאירטע(ר).
The Almighty
{בייגעוודיק:} דער אייבערשטער („בײַם אייבערשטן האָט ער געבעטן רחמים“); דער רבונו של עולם [dər-rəbòyne-shəlóyləm], צפונדיק: [dər-rəbèyne-shəléyləm];
{ע″ט און ליטעראַריש, בייגעוודיק:} דער אַלמעכטיקער;
{לומדיש:} דער רבונא דעלמא [dər-rəbòynə-d(ə)álmə], צפונדיק: [dər-rəbèynə-d(ə)álmə]; דער כביכול [dər-kavyókhl], דרומדיק: [dər-kavyúkhl].
!Almighty God
רבונו של עולם! [rəbóyne|shəlóyləm], צפונדיק: [rəbéyne|shəléyləm]; גאָט אין הימל!;
{אינטים:} גאָטעניו טײַערינקער!; טאַטעניו זיסינקער! [tát(ə)nyu]; אַלמעכטיקער!; דערבאַרעמדיקער!;
{לומדיש:} רבונא דעלמא! [rəbóynə|d(ə)álmə], צפונדיק: [rəbéynə|d(ə)álmə].
Almighty’s providence
(די) השגחה עליונה [h)azh-gòkhə-elyóynə)], דרומדיק: [h)azh-gùkhə-elyóynə)], צפונדיק: [h)azh-gòkhə-elyéynə)];
{טאָמער וועגן אַ געוויסן פאַל:} אַן השגחה עליונה.
(Almighty’s providence (regarding an individual
(די) השגחה פּרטית [h)azh-gòkhə-prótəs)], דרומדיק: [h)azh-gùkhə-prú:təs)];
{טאָמער וועגן אַ געוויסן פאַל:} אַן השגחה פּרטית.
almond
(די\דער) מאַנדל (ל″ר: -ען).
almost
כמעט [k(ə)mát] (דיאַלעקטיש אויך [kamát]); שיער ני(ש)ט [shí(ə)r-nit], באַלד; קרוב [kórəv], דרומדיק: קרוב [kú:rif].
alms
{דער עיקר בײַ יידן:}
{מער אין אַלגעמיין, אָן אַן אַרטיקל:} צדקה [dzdókə], דרומדיק: [dzdúkə];
{וועגן אַ קאָנקרעטער געבונג:} אַ נדבה [an(ə)dóvə], דרומדיק: [an(ə)dúvə];
{אוניווערסאַל:}
אַן אָרעם⸗געשאַנק (ל″ר: -ען; דיאַלעקטיש אויך: ⸗געשענק);
{לומדיש:} אַ מתן אביונים [amàtn-evyóynəm], צפונדיק: [amàtn-evyéynəm].
alms box
{דער עיקר בײַ יידן:}
(די) צדקה⸗פּושקע [dzdókə-pùshkə], דרומדיק: [dzdúkə-pìshkə] (ל″ר: -ס);
{אוניווערסאַל:}
אַ געשאַנק⸗פּושקע (ל″ר: -ס); אַ קעסטעלע פאַר די אָרעמעלײַט.
alone
איינע(ר) אַליין; פאַר⸗זיך [fárzəkh]; („זי לעבט אין פּאַריז אַליין פון זינט דעם גט“; „דער מויער שטייט אַליין, אַרום און אַרום איז מדבר“; „טויבן פליען אין טשערעדעס, דער אָדלער פליט אַליין“);
{טאָמער איז דאָ אַן אָנוואונק אויף פּלאַנירטקײַט אָדער בכיוונדיקײַט:} אָפּגעזונדערט; אָפּגעזונדערטערהייט;
{טאָמער אין גײַסטיקן זין, וועגן אַ מענטש וואָס פון שעפערישקײַט אָדער גײַסטיקײַט וועגן זונדערט זיך אָפּ פון אַנדערע מענטשן און פון די עניני דיומא; ליטעראַריש:} אין התבודדות [in-hizbóydədəs], צפונדיק: [in-hizbéydədus]; {מער לומדיש:} בהתבודדות
{דאָס זעלביקע בײַ ט י י ל, אָבער בײַ טייל חסידים גענוצט וועגן אַ פּריוואַטער באַגעגעניש מיטן רבין:} אין יחידות [in-yəkhídəs]; {פאַראַן אויך טייל, וואָס זײַנען מבחין צווישן „אין יחידות“ (מיטן רבין) און אויף אַ מער אַלגעמיינעם באַנוץ נעענטער מיט „בהתבודדות“:} ביחידות [bə-y(ə)khídəs] צי [biykhídəs].
alone: all alone
איינע(ר) אַליין; עלנט; איינזאַם.
along
לענגאויס [léyng-òys], אויך: [lèyng-óys]; פּאַזע.
along the lines of
אויפן שטייגער פון; לויטן מוסטער פון.
along with
מיט; אינאיינעם מיט; צוזאַמען מיט.
alpaca
(די) אַלפּאַקע (ל″ר: -ס).
(.alpha test (n
(דער אַלפאַ⸗טעסט (ל″ר: -ן).
(.alpha test (v
מאַכן אַ (\דעם) אַלפאַ⸗טעסט.
alphabet
(דער) אַלפאַבעט [alfabét];
{בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש און אַנדערע לשונות געשריבענע מיט דער יידישער שריפט:}
(דער) אלף⸗בית [áləv-bèyz], דרומדיק: [áləv-bàys]; (דער) יידישער אַלפאַבעט.
alphabetize
אַלפאַבעטיזירן; {בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש:} מאַכן \ (אויס)שטעלן לויטן אלף⸗בית [áləvbeyz].
{היימיש:} אלף⸗ביתעווען [àləvbéyzəvn]. {היימיש שפּאַסיק (דורכן צונויפקלאַנג מיט „בייז“, „בייזערן“:} אַלעפבייזערן [àləvbéyzərn].
already
שוין [shoyn], צפונדיק: [sheyn], טייל מזרחדיקע מקומות אין צפון: [sheym].
alright → all right
also
אויך; אויכעט [óykhət], צפונדיק: [éykhət]; („איך וויל אויכעט דערמאָנען, אַז….“; „דאָס איז אויכעט אמת“); {„אויכעט“ איז סײַ מער היימיש און מער עכט⸗ליטעראַריש, בעת „אויך“ געוועלטיקט אין פאָרמעלע סיטואַציעס; מען קען אגב נוצן ביידע וואַריאַנטן אין זעלביקן טעקסט לויט ריטעם און פּרעפערענץ};
דערצו [dertsú] צי [datsú]; דרומדיק: [:dertsí] צי [:datsí];
צודערצו [tsùdertsú] צי [tsùdatsú]; דרומדיק: [:tsi:dertsí] צי [:tsì:datsí]; („דאָס איז נאָר איין פּונקט. צודערצו איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז…“);
אין צוגאָב צו דעם; דערצו נאָך.
{הערה: דאָס אָפטסטע וואָרט, „אויך“ (\„אויכעט“) קומט בדרך כלל אינמיטן זאַץ, בשעת ווען די אַנדערע קענען קומען אויך אָנהייב זאַץ, בײַ אַ זאַץ וואָס קומט מוסיף זײַן צום געדאַנק פון פריערדיקן זאַץ; („מיר דאַרפן נאָך צען מענטשן צום כאָר. דערצו איז וויכטיק אַז זיי זאָלן זײַן פון געגנט, מען זאָל ניט דאַרפן גיין זוכן קיין טראַנספּאָרט“).
{דער לשון⸗קודש שטאַמיקער „גם“ [gam], וואָס האָט אַנדערע (זעלטענע) באַנוצן אין יידיש, טרעפט זיך אין אַ צאָל פראַזעס, צווישן זיי: „גם אתם“ [gamátem] (′אײַך אויכעט′, ענטפערנדיק אויף אַ באַגריסונג אָדער גוטן וואונטש); „גם זו לטובה“ [gamzú|lətóyvə], דרומדיק: [gamzí:|lətóyvə], צפונדיק: [gamzú:|lətóyvə] (′דאָס איז אויכעט צום גוטן′ אַז מען טרייסט זיך צי יענעם איבער אַ שלעכטער געשעעניש); „הגם שאול בנביאים?“ [hagàm-shó(ə)l|banvíyəm] (′אויך שאול איז אַרײַן צווישן די נביאים?!′ < שמואל א′, י′: י″א), אין זין פון: ′וואָס טוט איר \ וואָס טוט יענער מיטאַמאָל אין אָטאָ דער גרופּע?!′).
ניט צום פאַרמישן מיט דער קאָניונקציע „הגם“ [hagám], וואָס איז אַ וואָרט אינעם לומדישן, עסייאיסטישן סטיל אין זין פון ′כאָטש′}.
also-ran (n.)
(דער) פאַרשפּילטער (\ני(ש)ט⸗דערגאַנענער) קאַנדידאַט (ל″ר: -ן), ל“ר: …קאַנדידאַטקע (ל″ר: -ס).
altar
{בײַ יידן, אין תנ″ך; ליטעראַריש; פיגוראַטיוו:}
(דער) מזבח [məzbéyəkh], דרומדיק: [məzbáyəkh] (ל″ר: -ות [məzbéykhəs], דרומדיק: [məzbáykhəs];
{אוניווערסאַל:}
(דער) אַלטאַר (ל″ר: -ן);
{ע″ט און ליטעראַריש; אויך פיגוראַטיוו:} (דער\די) אָפּער⸗שטול (ל″ר: -ן).
alter
בײַטן; איבערבײַטן;
{לומדיש:} אַרײַנפירן אַ שינוי [(ashínə(y];
{נאָכמער לומדיש:} משנה זײַן [məshánə-zayn]
alternative
(די) ברירה [bréyrə], דרומדיק: [bráyrə], ל″ר: ברירות [bréyriz]; (די\דער) אַלטערנאַטיוו [altèrnatív] (ל″ר: -ן);
{אַז ס′גייט אין אויסזוכן אַביסל אַ מער „שעפערישע“ ברירה:} (דער) אויסוועג [óyzvèg], דרומדיק: [ó:(u)(ə)zvèyk];
{לומדיש, אַז ס′גייט אין געפינען אַן אויסוועג נאָכדעם ווי מען איז שוין אַדורך די „ביידע ברירות“: (דער) כתוב השלישי [kòsəv-hashlíshə], דרומדיק: [kù:sif-(h)ashlí:shə] ′דער דריטער טעקסט′: „איז לאָמיר זיך מיישב זײַן, אפשר איז פאָרט פאַראַן אַ כתוב השלישי, וואָס מיר האָבן גלאַט פאַרזען?″}.
כאָטש {דיאַלעקטיש אויך: כאָטשע, כאָטשיק, כאָטשבע); ניט קוקנדיק וואָס – – –; ניט געקוקט אויף דעם [avdém] וואָס – – –;
{לומדיש:} הגם [hagám]
{דיאַלעקטיש און ליטעראַריש:} וויוואויל; {דיאַלעקטיש און אויך אַרכעאישער דײַטשמערישער און צײַטונגס⸗שפּראַכיקער באַנוץ}: טראָץ (דעם וואָס).
altogether (adv.)
אַרום און אַרום; אַרומענאַרומעט; אינגאַנצן (גענומען); בסך⸗הכל [bəsakhákl].
always
אַלעמאָל [álemòl], דרומדיק: [álemùl]; תמיד [tóməd], דרומדיק: [túmət];
{מיטן צוגאָבלעכן נואַנס „אָן איבעררײַסן“:} כסדר [k(ə)séydər], דרומדיק: [k(ə)sáydər]; די גאַנצע צײַט.
am: I am
איך בין [ígh-bín], דרומדיק אויך: [égh-bín], וואַרשעווער לשון: [yágh-bín];
{פאַרקירצט, סײַ בײַם ריידן און בײַם שרײַבן:} כ′בין [kh-bín] צי [gh-bín];
{איבערגעדרייט נאָך אַן אַדווערביאַל, צי אויף נאַראַטיווער המשכדיקײַט: בין איך [bínəkh] צי [bín-ìkh], דרומדיק אויך: [bín-èkh].
!Am I an idiot
בין איך אַ נאַר!; בין איך אַן אידיאָט!.
!Am I a shmuck
אומפאָרמעל, אינטים, בײַ טייל וואולגאַריש:} בין איך אַ שמאָק!; בין איך אַ פּאָץ!.
amateur
(דער) אַמאַטאָר [amatór] (ל″ר: -ן), ל″נ: אַמאַטאָרשע (ל″ר: -ס); {בייגעוודיק:} ני(ש)ט⸗קיין פּראָפעסיאָנעלער.
{אין זין פון אַ ניט⸗פּרעטענציעזן אַמאַטאָר וואָס אָנערקענט די אמתע פּראָפעסיאָנאַלן און איז פאַר זיי אַ נאָכפאָלגער:} (דער) ליבהאָבער.
amazing (adj.)
נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəm-vənifló(y)ə(z)dik]; אויסערגעוויינ(ט)לעך; פאַנטאַסטיש; וואונדערלעך; וואונדער איבער וואונדער.
{אין באַוואונדערונג:} נסים ונפלאות! [nìsəmvənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés minashomáyəm]; או⸗וואַ! וואַ!;
{לומדיש:} אַ דבר נפלא! [adòvər-níflə], דרומדיק: [adùvə(r)-níflə].
{בײַם אײַנזען אַז אַ „ניט מעגלעכע זאַך“ איז פאָרט וואָרהאַפטיק:} טויזנט⸗איין נאַכט!; אַ קשיא אויף אַ מעשה! [akáshəf-amáysə]; ניט צום גלייבן!; {פראַזע:} אַז גאָט וויל שיסט אַ בעזעם [bézm].
Amazon
{וועגן דעם טײַך און זײַן געגנט:} (דער) אַמאַזאָן;
{וועגן דער פירמע:} אַמאַזאָן;
{וועגן אַ הויכן מענטשן, בייגעוודיק:} אַן אַמאַזאָנעדיקע(ר);
אַ לאָקש; אַן עוג מלך הבשן [anóg|mèləkh-(h)abóshn], דרומדיק: [anók|mèyləkh-(h)abú:shn] (ל″ר: -ס);
{וועגן אַ הויכער פרוי:} אַן אַמאַזאָנקע (ל″ר: -ס).
ambassador
(דער) אַמבאַסאַדאָר [àmbasádər], אויך: [àmbasədór] (ל″ר: -ן [àmbasədórn]), ל″נ אויך: (די) אַמבאַסאַדאָרשע (ל″ר: -ן).
ambidextrous
(זײַן) אַמבידעקס; (וואָס) שרײַבט מיט ביידע הענט;
{פראַזע:} אַ געלינקטע(ר) און אַ גערעכטע(ר).
ambiguity
(די) צווייטײַטשיקײַט; (די) צוויידײַטיקײַט;
(די) טאָפּלטײַטשיקײַט; (די) טאָפּלדײַטיקײַט;
(די) פילטײַטשיקײַט; (די) פילדײַטיקײַט.
ambiguous
צווייטײַטשיק; צוויידײַטיק;
טאָפּלטײַטשיק; טאָפּלדײַטיק;
פילטײַטשיק; פילדײַטיק.
ambition
(די) אַמביציע (ל″ר: -ס);
{מער אַלגעמיין:} (די) אַמביציעזקײַט.
ambitious
אַמביציעז.
!Amen
{דער ענטפער אויף יידישע ברכות:} אמן [oméyn], דרומדיק: [umáyn];
{ריידנדיק ו ו ע ג ן די ווערטער (זע למשל אין קומעדיקן סימן), ווערן זיי נאָמינאַליזירט אַלץ שמות⸗דברים און ס′גילט דער מלעיל מיט דער פאַרטונקלונג פונעם וואָקאַל נאָכן טראָפּ:} [ómən], דרומדיק: [úmən]; {מער פאָרמעלע פאָרמעס, אָן דער פאַרטונקלונג:} [ómeyn], דרומדיק: [úmayn].
!Amen to that
הלוואי! [hal(ə)váy], דרומדיק אויך: [:h)al(ə)vá)];
מירצעשעם! [mírtsə-shèm], מער עמפאַטיש: [mìrtsə-shém], דרומדיק אויך: [mértsə-shèm], מער עמפאַטיש: [mèrtsə-shém];
אם ירצה ה′! [im(y)írtsə-shèm], דרומדיק אויך: [im(y)értsə-shèm]; מירטשעם, דרומדיק אויך: מערטשעם, {אַרכעאיש?} מאַרטשעם;
מירצעשעם בקרוב! [mírtsə-shèm|bəkórəv], דרומדיק: [mértsə-shèm|bəkú:rif];
זאָל גאָט געבן! [zòl-gót|gébm], דרומדיק: [zòl-gót|géybm]; מיטן אייבערשטנס הילף!;
אמן! [oméyn] צי [ómən], דרומדיק: [u:máyn] צי [úmən];
{לומדיש:} כן יהי רצון! [kén|yehì-rótsn], דרומדיק: [kén|yehì-rú:tsn]; בסיעתא דשמיא [bəsyàtə-dəshmáyə];
{מער לומדיש:} בעגלא בזמן קריב! [bo-agólə|bizmàn-kórəv], דרומדיק: [bu:-agú:lə|bizmàn-kú:rif];
{נאָכמער לומדיש:} יהא רעוא! [yəhèy-rávə], דרומדיק: [yəhày-rávə].
{פראַזעס:} פון דײַן (\אײַער) מויל אין גאָטס אויער!.
amen corner
{בײַ קריסטלעכע געבעטן, אַן אָרט וואו ס′זיצט דער וואָס פירט אָן מיטן זאָגן „אַמען“ (און אַנדערע ליטורגישע אָפּרופן), אָבער אין ברייטערן ענגלישן באַנוץ געזאָגט געוואָרן אויף אַ גרופּע אומקריטישע נאָכפאָלגער:} די אמן זאָגער [di-ómən-zògər], דרומדיק: [di:-úmən-zùgər]; די בלינדע נאָכפאָלגער.
amend
אַמענדירן; אַרײַנפירן ענדערונגען;
{לומדיש:} אַרײַנפירן שינויים [shənú(y)əm], דרומדיק: [shəní:əm];
amendment
(די) אַמענדירונג (ל″ר: -ען);
{אַמאָפטסטן אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן אָבער לאו דווקא:}
(די) תקנות [takónəs], דרומדיק: [takú:nəs] (ל″ר).
(Amendments (to the American constitution
(די) קאָנסטיטוציע אַמענדירונגען (ל″ר); (די) קאָנסטיטוציע תקנות [takónəs], דרומדיק: [takú:nəs] (ל″ר);
(„די ערשטע אַמענדירונג“ (\תקנה); „די פערצעטע (\פערצנטע) אַמענדירונג“ (\תקנה); וכו′).
amends: make amends
פאַרגיטיקן; גוט מאַכן די עוולה [ávlə];
{לומדיש:} מטיב זײַן [méytəv-zayn], דרומדיק: [máytəv-za:n].
America
אַמעריקע; (די) פאַראייניקטע שטאַטן {ל″ר};
{שפּאַסיק גוטמוטיק:} אַמעריקע גנב [amérikə|gánəv] {בפרט בײַם באַוואונדערן אַ נסימדיקן אַמעריקאַנער טעכנאָלאָגישן אויפטו}; אַמעריטשקע; אַמעריטשקע גנב [améritshkə|gánəv].
{פראַזעס:} די גאָלדענע מדינה [góldənə m(ə)dínə]; קאָלומבוסעס מדינה [kəlúmbəs(əz)|m(ə)dínə].
(.American (adj
{אומבייגעוודיק:} אַמעריקאַנער; {בייגעוודיק:} אַמעריקאַניש.
(American (person
(דער) אַמעריקאַנער (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַמעריקאַנערין (ל″ר: -ס), {איראָניש, אָפטמאָל מיט גוטמוטיקן הומאָר:} (די) אַמעריקאַנקע (ל″ר: -ס).
{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} (דער) אַמעריקאַניץ, אויך: אַמעריקאַנעץ (ל″ר: אַמעריקאַנצעס);
{סלענגיש גוטמוטיק:} יענקי [yé(y)nkə] (ל″ר: -ס).
The Americans
{סתם:} די אַמעריקאַנער;
{זעלטענער, דער עיקר ווען שילדערן אַזאַ אָדער אַן אַנדער שטריך:} די אַמעריקאַנישע;
{מיט ווארעמען, גוטמוטיקן הומאָר:} די אַמעריקאַנצעס;
{סלענגיש:} די יענקיס.
amiable
צוגעלאָזן; פרײַנדלעך (אויך: פריינטלעך); ליבלעך; ליבהאַרציק;
{ליטעראַריש:} לײַטזעליק.
amiable person
{בייגעוודיק:} אַ ציגעלאָזענע(ר); אַ פרײַנדלעכע(ר) (אויך: פרײַמטלעכער); אַ ליבלעכע(ר); אַ ליבהאַרציקע(ר);
{ליטעראַריש:} אַ לײַטזעליקע(ר);
{לומדיש:} אַ נאה לבריות [anòə-labríyəs]; דרומדיק: [anù:ə-labríyəs]
{נאָכמער לומדיש:} [anòə-labríyoys], דרומדיק: [anù:ə-labríyoys], צפונדיק: [anò(y)ə-labríyeys].
amicable
גוטברודעריש; גוטוויליק; שווה⸗בשווהדיק [shòvə-b(ə)shóvə-dik], דרומדיק: [shùvə-b(ə)shúvə-dik];
amicably
מיט גוטן; גוטברודעריש; בשלומדיק [bəshóləm-dik], דרומדיק: [bəshú:ləm-dik]; חברמעסיק [khávər-mèsik]; פרײַנדלעך (אויך: פרײַנטלעך).
amicably: not amicably
ני(ש)ט מיט גוטן; ני(ש)ט גוטברודעריש; ני(ש)ט חבר⸗מעסיק [nì(sh)t|khávər-mèsik];
אָן אַ גוטן ווילן; מיט בייזן; מיט שלעכטע געפילן;
{לומדיש:} כרעיה⸗דאבוהידיק [kàrə-d(ə)abúhə-dik], דרומדיק: [kàrə-d(ə)abí:(h)ə-dik].
(amid(st
אינמיטן; צווישן; אינצווישן.
(Amidah (prayer
{אָן אַן אַרטיקל:} שמונה עשרה [shmòyn(ə)ésrə], צפונדיק: [shmèyn(ə)ésrə]; {פאָלקיש:} [shìmənésrə], אויך [shàmənésrə];
{פאָרמעל:} די עמידה [di-amídə].
Amidah: say the Amidah during prayer service
שטיין שמונה עשרה (ל″ע: איז געשטאַנען); אויסשטיין שמונה עשרה (ל″ע: איז אויסגעשטאַנען).
ammunition
(די) אַמוניציע.
amnesty
(די) אַמנעסטיע (ל“ר: -ס).
Amnesty International
(די) „אַמנעסטי אינטערנאַציאָנאַל“ אָרגאַניזאַציע.
among
צווישן [tsvíshn] צי [tsəvíshn]; (אויך: צעווישן);
{דרומדיק דיאַלעקטיש}: צישן; {צפונדיק דיאַלעקטיש:} [tsuvíshn];
<among the <+ superlative
פון די; צווישן די; („זיי זײַנען צווישן די סאַמע בעסטע פאָרשער אויף אָט דעם געביט“).
among others
צווישן אַנדערע; צ.א.
among them
צווישן זיי; בתוכם [psóykhəm] צי [bəsóykhəm], {מער לומדיש:} [bəsóykhom];
צפונדיק: [pséykhəm] צי [bəséykhəm], {מער לומדיש:} [bəséykhom].
(.Amos (bibl
עמוס הנביא [òməs-(h)anóvə], דרומדיק: [ùməs-(h)anúvə]; {מער פאָרמעל:} [òmus-(h)anóvi], דרומדיק: [ùmis-(h)anúvi]; {נאָכמער פאָרמעל:} [òmoys-(h)anóvi], דרומדיק: [ùmoys-(h)anúvi], צפונדיק: [òmeys-(h)anóvi]; {בייגט זיך ווי אַ פּרט⸗נאָמען אַלץ אָביעקטיוו: עמוס⸗הנביאן}.
(Amos (bibl. book
(אָן אַן אַרטיקל:} עמוס [òməs], דרומדיק: [ùməs]; {מער פאָרמעל:} [ómus], דרומדיק: [úmis];{נאָכמער פאָרמעל:} [ómoys], דרומדיק: [úmoys], צפונדיק: [ómeys];
{מער פאָרמעל:} (דער) ספר עמוס [sèyfər-óməs], דרומדיק: [sàyfər-úməs]; {מער פאָרמעל:} [sèyfər-ómus], דרומדיק: [sàyfə(r)-úmis]; {נאָכמער פאָרמעל:} [sèyfər-ómoys], דרומדיק: [sàyfər-úmoys], צפונדיק: [sàyfər-ómeys];
{היימיש}: עמוס פון תרי עשר [treyósər], דרומדיק: [(tràyúsə(r].
(amount (n.) (sum
(דער) סך⸗הכל [sakhákl] (ל″ר: -ען [sakháklən]); (דער) באַטרעף (ל″ר: -ן); {לומדיש:} (דער) כמות [káməs];
{טאָמער דווקא געלט און ענלעכע ציילעוודיקע:} (די) סומע (ל″ר: -ס); (דער) סכום (ל″ר: -ען).
(amount (n.) (quantity
(דער) סכום [skhúm], דרומדיק: [skhím] (ל″ר: -ען); (דער) פאַרנעם (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} {דער\די) כמות [káməs].
amount to
דערגרייכן; באַטרעפן; אויסקומען {אַמאָפטסטן אין דריטער פּערזאָן ל″י: „מען באַמערקט ניט, אָבער לסוף קומט עס אויס צו גאָר אַ סך“).
Amsterdam
אַמסטערדאַם [ámstərdam] (ל″ז).
{אין אַמאָליקן האָלענדישן יידיש און אין היינטיקן האָלענדיש, און צווישן קענער פון יידיש:} מקום א′ [mò:kəm áləf] ,[mó:kəm óləf]; העט מקום [het mó:kəm].
amulet
{טאָמער אַ יידיש קאַבאַליסטישע:} (די) קמיע [kaméyə], דרומדיק: [k(ə)máyə] (ל″ר: קמיעות);
{אוניווערסאַל:} (דער) אַמולעט [amulét]; (ל″ר: -ן).
(amuse (bring amusement
אַמוזירן; פאַרווײַלן; פאַרשאַפן פאַרגעניגן;
ברענגען שמחה וששון [brèyngn|sìmkhə-fsósn], דרומדיק: [brèyngn|sìmkhə-fsú:sn];
{לומדיש:} משמח זײַן [məsaméyəgh-zayn].
amuse: be amused
זיך אַמוזירן; זיך פאַרווײַלן.
!amuse: I am not amused
מיר איז דאָס ני(ש)ט קיין געלעכטער (\שפּאַס \שפּיל).
amusement
(די) פאַרווײַלונג (ל″ר: -ען); (די) אַמוזירונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער וועגן אַ געפיל, אַ שטימונג:} (די) אַמוזירטקײַט.
amusement park
(דער) לונאַ⸗פּאַרק;
{פיגוראַט7יוו:} (דער) קוני⸗אײַלענד [kun(ə)áylənd] (ל“ר: -ס).
an
{אומבאַשטימטער אַרטיקל, פאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָנעט מיט אַ וואָקאַַל:} אַן.
analogically
אַנאַלאָגיש; על⸗פּי אַנאַלאָגיע; על⸗פּי גזירה שווה [àlpə gzèyre-shóvə].
analogy
(די) אַנאַלאָגיע [analógyə]; (די) גזירה שווה [gzéyre shóvə].
analogy: false analogy
אַ פאַלשע גזירה שווה [gzéyre shóvə]; פאַלשע אַנאַלאָגיע [analógyə]; {איידעלערהייט:} ניט⸗געלונגענע גזירה שווה (\ אַנאַלאָגיע).
{מיט ביטול, אָפּלאַכעריש:} אַ גזירה שווה פון כעלמער רבין; י ע נ ע גזירה שווה…
analysis
(דער) אַנאַליז [analíz]; {אָבער ווען מעדיציניש, למשל איבערן פּאַציענטס בלוט, איז עס בדרך כלל:} [análiz].
analyst
(דער) אַנאַליסט (ל″ר: -ן), ל″נ: אַנאַליסטקע; {טאָמער פּסיכאָאַנאַליטיש:} (דער) (פּסיכאָ⸗)אַנאַליסט [psìkhanálist], צי: [psìkh-analíst].
analyze
אַנאַליזירן; אַדורכשטודירן; (גרינטלעך) פונאַנדערקלײַבן זיך;
{פיגוראַטיוו:} אַדורכאַקערן;
{לומדיש:} חוקר ודורש זײַן [khòykər-v(ə)dóyrəsh-zayn], צפונדיק: [khèykər-v(ə)déyrəsh-zayn].
(Anan ben David (±715 – ±795 CE
ענן בן דוד [ònən-bèn-dóvəd], דרומדיק: [ù:nən-bèn-dúvit]; {בייגט זיך אַלץ אָביעקט: „ענן⸗בן⸗דודן“}.
(.ancient (adj
{אין יידישן באַוואוסטזײַן איז דער באַגריף אַמאָפטסטנס שייך פון סאַמע בראשית ביז צום סוף פון דער תקופה פון די גאונים און בבל, און פ אַ ר ן אויפקום פון אשכנז, ספרד וכו′:} אוראַלט; אוראַלטיש; •גאָראַמאָלעדיק [goramólədik];
{לומדיש:} קדמוניותדיק [kadmóyn(ə)yizdik]; קדמוניש [kadmóynish];
{פראַזעס:} גאָר⸗גאָר אַמאָל; פון גאָר אַמאָליקע יאָרן; (לומדיש:} פון די שנים קדמוניות [shónəm|kadmóyn(ə)yəs]; פון די ימי עולם [fundə-y(ə)mèy-óylom].
(?Ancient history! (Who cares what happened back then
אַמאָליקע מעשיות! [amólikə|máysəz], דרומדיק: [amú:ligə-má:(n)səs]; מאַלע וואָס איז אַמאָל געווען!; אַ פאַראַיאָריקער שניי!; פון דעמאָלט, ווען נאַפּאָלעאָן איז געווען אַ יונגער!; פון ששת ימי בראשית [fun-shèyshəs-y(ə)mèy-bréyshəs], דרומדיק: [fin-shàyshəs-y(ə)mày-bráyshəs], (′פון די צײַטן פון די זעקס טעג פון באַשאַפונג′).
and
און {אין אַמאָליקן לשון אַמאָפטסטן געשריבן:} אונ′;
{צווישן צוויי שמות דברים, אויך:} מיט.
androgynous
אַנדראָגיניש; טומטומדיק [túmtəm-dik], דרומדיק: [tímtəm-dik].
anew
אויפסנײַ [af-snáy], דרומדיק: [:of-sná]; פונסנײַ [fun-snáy], דרומדיק: [:fin-sná]; {עלטערע\לענגערע פאָרמעס:} אויפדאָסנײַ, פונדאָסנײַ; איבעראַנײַס.
angel
(דער) מלאך [máləkh], ל″ר: מלאכים [malókh(ə)m], דרומדיק: [malúkh(ə)m]; (די) מלאכטע [máləkhtə], ל″ר: מלאכטעס;
{מעטאַפאָריש אויך ← צדיק}.
angel of death
{בײַ יידן:} (דער) מלאך המות [màləkh-(h)amóvəs], דרומדיק: [màl(əkh-amúvis];
{טאָמער וועגן מלאך וואָס נעמט אויף דעם נפטר אין יענער וועלט:} (דער) מלאך דומה [màləkh-dóymə], צפונדיק: [màləkh-déymə];
{אוניווערסאַל:} דער מלאך פונעם טויט.
angelic
מלאכים⸗; מלאכימדיק [malókhəm-dik], דרומדיק: [malúkhəm-dik]; ווי אַ מלאך [máləkh];
(ליטעראַריש:} מעשה מלאך [máyse|máləkh];
{פראַזע; דער עיקר וועגן חסדים:} אַזש ווי אַ מלאך;
{פראַזע; דער עיקר וועגן זעלטענער שיינקײַט:} אַזש ווי בײַ די מלאכים.
anger (n.)
(דער) כעס [káəs], דיאַלעקטיש אויך [káyəs]; (די) בייזקײַט; {ליטעראַריש:} (די) רוגזא [rúgzə]; {לומדיש, בפרט וועגן כעס פון גאָט אָדער פון אַ זייער חשובן מענטשן:} ירגזון [yirgózn];
{ע″ט; בײַ הײַנטיקן טאָג — ליטעראַריש, פּאָעטיש, עסייאיסטיש, הומאָריסטיש:} (דער) גרימצאָרן.
{דער בײַנאַנדיקער כעס צווישן צוויי מענטשן צי צדדים:} (דער) ברוגז [b(ə)róygiz].
anger management
(דער) •כעס⸗קאָנטראָל [káəs-kəntròl].
anger (v.)
אין כעס מאַכן [inká(y)(ə)s-màkhn]; אויפבייזערן [úvbeyzərn]; אַרײַנפירן אין אַ כעס \ רוגזא [rúgzə]; {מיט אַַ באַזונדערער כוונה יענעם אַרײַנפירן אין אַ כעס: אָנדרודלען [óndrùdlən].
(angle (geometry
(דער\די) שיפּוע [shəpúə] (ל″ר: שיפּועים [shəpúəm]); (דער) ווינקל (ל″ר: -עך; אויך: -ען).
(angle (viewpoint
(דער) שטאַנדפּונקט; (דער) שטייגער טראַכטן; (דער) באַנעם; (די) אויפפאַסונג; (די) פּאָזיציע [pəzítsyə].
angry
אין כעס [inká(ə)s], צפונדיק: [inká(y)əs]; ברוגז [b(ə)róygəz], צפונדיק: [b(ə)réygəz]; בייז;
{ליטעראַריש:} ברוגזא, ברוגזאדיק [b(ə)rúgzədik]}.
animal
(די) חיה [kháyə] (ל″ר: חיות [kháyəs]);
{מער פאָרמעל:} (דער) בעל⸗חי [bal-kháy] (ל″ר: בעלי⸗חיים [bàlə-kháyəm]);
animal: wild (dangerous) animal
אַ ווילדע חיה [kháyə] (ל″ר: חיות [kháyəs]);
{לומדיש:} אַ חיה רעה [akhàyə-róə], דרומדיק: [akhàyə-rú:ə] (ל″ר: חיות רעות [khàyəs-róəs], דרומדיק: [khàyəs-rú:əs]).
animal welfare
(דער) צער בעלי⸗חיים [tsár|bàlə-kháyəm].
animal welfare advocate
(דער) צער⸗בעלי⸗חיימניק [tsár|bàlə-kháyəm-nik] (ל″ר: -עס); ל″נ: (די) צער⸗בעלי⸗חיימניצע [tsár|bàlə-kháyəm-nitsə] (ל″ר: -ס);
ankle
(דאָס\דער) קנעכל (ל″ר: עך).
ankle bracelet
(דאָס\דער) פוס⸗רינגל (ל″ר: -עך).
ankle: twist one’s ankle
אויסשרויפן אַ פוס.
annihilate
חרוב מאַכן אינגאַנצן [khórəv], דרומדיק: [khú:rəf]; פאַרטיליקן; פאַרניכטן; {בײַ טייל חרדים:} אויסניכטן;
{ליטעראַריש:} פאַרלענדן;
{לומדיש:} עוקר מן השורש זײַן [òykər-min-(h)ashóyrəsh-zayn], צפונדיק: [èykər-min-(h)ashèyrəsh-zayn].
annihilation
(די) פולשטענדיקע חרוב⸗מאַכונג [khórəv], דרומדיק: [khú:rəf]; (די) פאַרטיליקונג; (די) פאַרניכטונג; {בײַ טייל חרדים:} (די) אויסניכטונג;
{ליטעראַריש:} (די) פאַרלענדונג;
{לומדיש:} (די) השמדה גמורה [hashmòdə-gmúrə], דרומדיק: [h)ashmù:də-gmí:rə)].
(anniversary (any
(דער) יאָרטאָג [yòr-tóg], אויך: [yór-tòg], דרומדיק: [yùə(r)-túk], אויך: [yúə(r)-tùk] (ל″ר: יאָרטעג).
(anniversary (of happy event, esp. round-numbered
(דער) יוביליי [yùbəléy] (ל″ר: -ען); {בײַ טייל אַרכעאיש:} (דער) יובילעאום [yùbəléyəm] (ל″ר: -ס);
(דער) יובל [yóyvl], צפונדיק: [yéyvl] (ל″ר: -ען [yóyvlən], צפונדיק: [yéyvlən]; לומדישער ל″ר: [yóyvləs], צפונדיק: [yéyvləs]).
(anniversary of a death (according to Jewish calendar
(דער\די) יאָרצײַט [yór-tsàyt], דרומדיק: [yúə(r)-tsà:t] (ל″ר: -ן).
announce
{פּשוט:} געבן צו וויסן; לאָזן וויסן;
{אָפיציעל:} אַנאָנסירן; {מער לומדיש:} מודיע זײַן [m(ə)dí(y)ə-zayn];
{לומדיש, מיט אַ חן וואָס נעמט אַרײַן די אָפיציעלקײַט אינאיינעם מיט דער פּערזענלעכער איבערגעבונג:} מוסר מודעה זײַן [mòysər-mədóə-zayn]; דרומדיק: [mòysər-m(ə)dú:ə-za:n]; צפונדיק [mèysər-m(ə)dóyə-zayn];
{אַרכעאיש:} אָנקונדיקן.
announcement
(די) מעלדונג (ל″ר: -ען); (די) מודעה [mədóə], דרומדיק: [mədú:ə].
annoy
דערגיין (עמעצן) די יאָרן; זײַן (עמעצן) אַ נודניק; פאַרנודיען (\פאַרנודזשען); זײַן (עמעצן) אַן אָנשיקעניש;
{אַרכעאיש; דיאַלעקטיש:} דערקוטשען (\דאַקוטשען).
annoyance
(די) אָנשיקעניש (ל″ר: -ן); (די) דענערווירונג (ל″ר: -ען); (די) אָנמוטשעניש (ל″ר: -ן).
annoying
וואָס דערגייט די יאָרן; וואָס איז אַן אָנשיקעניש;
{ליטעראַריש; אַרכעאיש:} זלידנע.
annoyingly
אויף צו להכעיס [àftsə-lókhəs], דרומדיק: [òftsə-lúkhəs]; אויף צעפּיקעניש; אויף צעפּלאַצעניש; אויף צעשפּרינגעניש.
(annual (n.) (publication
(די) יערלעכע אויסגאַבע (ל″ר: -ס); (די) יערלעכע פּובליקאַציע (ל″ר: -ס);
{טאָמער אין פאָרמאַט פון אַ בוך:} (דער\דאָס) יאָרבוך (ל″ר: יאָרביכער).
(.annual (adj
יערלעך; יאָריק; אַלעיאָריק.
(.annually (adv
אַלע יאָר; יערלעך; איינמאָל אין יאָר;
{לומדיש:} מימים ימימה [miy(ə)mím|yəmímə].
annual publication in book format
(דער\דאָס) יאָרבוך [yór-bùkh], דרומדיק: [yúə(r)-bì:kh] (ל″ר: יאָרביכער [yór-bìkhər], דרומדיק: [(yúə(r)-bì:khə(r]).
anonymously
אַנאָנים; אַנאָנימיש; אַלץ פּלוני אלמוני [alts-plóynə|almóynə].
(another (different
{טרעפט זיך סײַ בייגעוודיק סײַ אומבייגעוודיק:} אַן אַנדער.
(another (one more
נאָך איינע(ר);
{אין זין פון דער עצם פאַראַנענקײַט פון נאָך אַ ברירה:}
אויך אַ; („דאָנערשטיק איז אויך א טאָג!“, ד.ה. ′מען קען עס אָפּלייגן אויף דאָנערשטיק′).
answer (n.)
(דער) ענטפער; {דיאַלעקטיש:} ענפער [émfər];
{לומדיש:} די תשובה [tshúvə], דרומדיק: [tshí:və];
{אין דער רבנישער טראַדיציע פון אַ תשובה אויף אַ שאלה אין הלכה:} (די) שאלת⸗תשובה [shàyləs-tshúvə]; אַ\די תשובה אויף דער שאלה [tshúvə avdər sháylə].
answer (v.)
ענטפערן; געבן אַ תשובה [tshúvə]; משיב זײַן [méyshəv-zayn] {לומדיש, ליטעראַריש}.
ant
(די) מוראַשקע [muráshkə] (ל″ר: מוראַשקעס);
{ווערטל:} גיי פויליאַק, טו אַ קוק אַ מוראַשקע, און ווער אַזש אַ חכם! (< משלי ו′: ו′).
anteroom
(דאָס\דער\די) פירעס (געשריבן אויף: פירהויז); (דער) פאָדער⸗חדר [khéydər], דרומדיק: [(kháydə(r].
anthologize
מאַכן (\צוגרייטן) אַן אָפּקלײַב; אַנטאָלאָגיזירן.
anthology
(די) אַנטאָלאָגיע [àntəlógyə] (ל″ר: -ס); (די) קאָמפּילאַציע [kòmpəlátsyə] (ל″ר: -ס);
{דער עיקר וועגן העברעאישע און אַראַמישע זאַמלונגען פון אויסגעקליבענע כתבים אויף אַ באַשטימטער טעמאַטיק:} (דער) ילקוט [yálkət], מער פאָרמעל: [yálkut] (ל″ר: ילקוטים [yalkútəm], דרומדיק: [yalkí:təm]).
anthropological
אַנטראָפּאָלאָגיש.
anthropology
(די) אַנטראָפּאָלאָגיע [àntro-pəlógyə].
anti
אַנטי(⸗); קעגן(⸗); אַרכעאיש: געגנ(⸗).
(anti: be anti (something
זײַן קעגן;
זײַן אַן אָפּּאָנענט פון;
{לומדיש און גוטמוטיק⸗הומאָריסטיש:} זײַן אַ מתנגד פון [misnágəd].
antibody
(די) •אַנטיס (ל″ר; ל″י: (דער) אַנטי); (די) •אַקעגענערס (ל″ר; ל″י: (דער) אַקעגענער);
{אין ענגליש ריידנדיקע סביבות:} (דער) אַנטיבאָדי (ל″ר: -ס);
{אין רוסיש ריידנדיקע סביבות:} (די) אַנטיטעלע (ל″ר: -ס).
antibody test
(דער) •אַנטיס⸗טעסט (ל″ר: -ן); (דער) •אַקעגענער⸗טעסט (ל″ר: -ן); (דער) אַנטיבאָדי טעסט (ל″ר: -ן).
anti-missile defense system
(די) אַנטי⸗ראָקעטן פאַרטיידיקונגס⸗סיסטעם (ל″ר: -ען);
{פון קיצור וועגן:} (די) אַנטי⸗ראָקעטן סיסטעם (ל″ר: -ען);
anti-vaxxer
(דער) וואַקצין⸗קעגנער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ אויך: (די) וואַקצין⸗קעגנערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו צי איראָניש:} (די) וואַקצין⸗קעגנערקע (ל″ר: -ס); (דער) אַנטי⸗וואַקציניסט (ל″ר: -ן).
anticipate
אַרויסקוקן (אויף); פאָראויסקוקן; ריכטן זיך (אויף); דערוואַרטן.
antidisestablishmentarianism
(די) קעגנערשאַפט צום בטל מאַכן די מלוכהשע אָפיציעלקײַט פון דער ענגלישער קירך.
antidote
(דער) אַנטידאָט (ל″ר: -ן); (דער) אַנטי⸗סם מיטל [àntə-sám]; (דער) אַנטי⸗גיפט מיטל (ל″ר: -ען);
{פגיגוראַטיוו:} אַ רפואה צו דער מכה [ar(ə)fúə|tsu-dər-mákə], דרומדיק: [ar(ə)fí:yə|tsi:-də(r)-mákə].
(Antiochus Epiphanes (±215 – 164 BCE
אנטיוכוס הרשע [antyókhəs|horóshə], דרומדיק: [antyúkhəs|(h)urú:shə]; {באַקאַנט פון דער מעשה פון חנוכה}.
anthropomorphic
אַנטראָפּאָמאָרפיש.
anthropomorphically speaking
אַנטראָפּאָפאָרמיש גערעדט;
{לומדיש:} כביכול [kavyókhl], דרומדיק: [kavyúkhl]; ריידנדיק (\רעדנדיק) מיטן כביכול.
anthropomorphism
(דער) אַנטראָפּאָמאָרפיזם (ל″ר: -ען);
{לומדיש:} אַ לשון כביכול [alòshn-kavyókhl], דרומדיק: [alù:shn-kavyúkhl].
anthropomorphize
אַנטראָפּאָמאָרפיזירן;
{לומדיש:} ריידן (\רעדן) מיטן לשון כביכול [alòshn-kavyókhl], דרומדיק: [alù:shn-kavyúkhl].
antihistamine
(דער) אַנטיהיסטאַמין (ל″ר: -ען).
antiphrasis
לשון סגי נהור [lòshn|sàgə-nóhər], דרומדיק: [(lù:shn|sàgə-nú:(h)ə(r]; אָפטמאָל געשריבן: לס″נ.
antisemitism
(דער) אַנטיסעמיטיזם;
{אַמאָליקער פאָלקישער טערמין וואָס ווערט נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (די\דאָס) רשעות [ríshəs];
{אַמאָליקע לומדישע טערמינען וואָס ווערן נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (דער) שנאת ישראל [sìnəs-(y)isró(ə)l]; (דער) שנאת ציון [sìnəs-tsíyən] {נאָכמער לומדישע ריידן אַרויס: [-sìnas]};
{אַמאָליקער אַקאַדעמישער און זשורנאַליסטישער טערמין וואָס ווערט נאָך אין פאַרשיידענע סיטואַציעס באַנוצט:} (דער) יידן⸗האַס [yídn-hàs];
Antwerp
אַנטווערפּן [antvérpm]; אויך: [ántvèrpm].
anus
(דער) אַנוס; (די) אַנאַלע עפענונג; {לומדיש אַקאַדעמיש:} (דער) פּי⸗טבעת [pì-təbáəs]; {וואולגאַריש, קען זיך באַציען סײַ אויפן פּי⸗טבעת, סײַ אויפן גאַנצן הינטערחלק:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [tú(:)khəs].
anxiety
(די\דאָס) האַרצקלעמעניש; (דער) אַנגסט; (דער) ציטער; (דער) פלאַטער; (די) פאַרדאגהטקײַט [fardáygət-kayt], דרומדיק: [fardá:gət-kayt]; (די) אומרו; (די\דאָס) באַדרענגעניש.
(anxious (eager
נײַגעריק (צו); האָבן חשק [khéyshək], דרומדיק: [kháyshik] (צו\אויף); שטאַרק וועלן;
{לומדיש:} להוט [ló(h)ət], דרומדיק: [lú:ət] (אויף\נאָך).
(anxious (uneasy
באַזאָרגט; אומרואיק [úm-rùik], דרומדיק: [ím-rì:ək]; באַאומרואיקט; פאַרדאגהט [fardáygət], דרומדיק: [fardá:gət]; נערוועז; צעטומלט.
any
וועלכע(ר) ני(ש)ט איז; וואָסער ני(ש)ט איז; אַבי וועלכע(ר); אַבי וואָסער; וועלכע(ר) ס′זאָל ני(ש)ט זײַן;
{ליטעראַריש:} אַ ליאַדע.
יעדער איינער; יעדערער; איטלעכער;
אַבי ווער; ווער ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; ווער ני(ש)ט איז;
{ליטעראַריש, אַרכעאיש:} (אַ)ליאַדע ווער.
anyhow → anyway
(anymore (any longer
נאָך; נאָך אַלץ; („צי מאַכט מען נאָך אַלץ אַזאַ מאַשין?“);
אויף ווײַטער מער ני(ש)ט [av-váyter|mér-nìt], דרומדיק: [(ov-váyter|méyə(r)-nìsh(t] („לאָמיר אָפּריידן, אַז אויף ווײַטער וועלן מיר זיך מער ניט קריגן“);
שוין ני(ש)ט; („מ′זעט שוין ניט, אַז אַ זומער זאָל אַדורך אָן גרויסע היצן“).
any more
מער קיין [mér|kin]; („שוין גענוג! איך וויל מער פון אים קיין צרות ניט האָבן!“).
anyone → anybody
(anything (something / no matter what
עפּעס; עפּעס וואָס; וואָס זאָל ני(ש)ט זײַן; אַבי וואָס.
(anything (→ nothing at all
גאָרני(ש)ט; קיין זאַך ני(ש)ט; זע ← גאָרני(ש)ט.
anything: and if anything comes up
און ווי נאָר וואָס; און טאָמער וואָס.
anytime
ווען ני(ש)ט איז; ווען ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; אַבי ווען; ווען נאָר; צו יעדער צײַט.
סײַ ווי סײַ; אַזוי צי אַזוי; אין יעדן פאַל; אויף יעדן פאַל; ווי ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; {בײַ טייל אַרכעאיש:} יעדנפאַלס.
(anyway (to sum up
אַכלל [aklál]; אַקיצור [akítsər]; דער סוף איז [dər-sóf|íz]; {אַרכעאיש:} אַלזאָ.
anywhere
וואו⸗ני(ש)ט⸗איז; אַבי וואו; אַוואו ס′זאָל ני(ש)ט זײַן; וואו נאָר.
apart
באַזונדער; אָפּגעזונדערט; אָפּגעשיידט.
(apart from (except
אַחוץ [akhúts], דרומדיק: [akhíts]; אויסער; מיטן אויסנאַם פון;
{לומדיש:} מחוץ [mikhúts], דרומדיק: [mikhíts].
apartheid
(די) אַפּאַרטהײַט.
apartment
(די) דירה [dírə] (ל″ר: דירות); (די) וואוינונג (ל″ר: ען).
apartment house
אַ הויז מיט דירות; אַ בנין מיט דירות [abí(n)yən-mid-dírəs].
Apocrypha
די ספרים חיצוניים [də-sfòrəm-khitsóyn(i)əm], דרומדיק [də-sfú:rəm-khitsóyn(i)əm], צפונדיק: [də-sfórəm-khitséyn(i)əm] (ל″ר);
{נייטראַל אַקאַדעמיש:} די אַפּאָקריפן (ל″ר).
apologetics
(די) אַפּאָלאָגעטיק;
apologist
(דער) אַפּאָלאָגיסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַפּאָלאָגיסטקע (ל″ר: -ס);
{לומדיש:} אַ מצדיק [amádzdik] (ל″ר: מצדיקים [madzdíkəm]).
apologize
{בכלל:} זיך אַנטשולדיקן;
{וועגן אַ טיפערן ענין:} בעטן מחילה; {נאָך טיפער:} בעטן פאַרגעבונג;
{טאָמער מיט אַ פּרואוו בשעת מעשה צו דערקלערן און צום טייל אַפילו באַרעכטיקן די עוולה פאַר וועלכער מען אַנטשולדיקט זיך:} זיך פאַרענטפערן;
{לומדיש:} זיך מתנצל זײַן [misnátsl-zayn];
{הערה: בשעת ווען „בעטן מחילה“ ווערט אַמערסטן גענוצט בנוגע טיפערע ענינים, ווערן פאַרקערט די אימפּעראַטיווישע ווענדונגען „זײַ מוחל!“ און „זײַט מוחל!“ גענוצט אויף סאַמע טאָגטעגלעכע קלייניקײַטן, אַשטייגער בײַם אַ ריר טאָן אַ מענטשן דורך אַ טעות};
{אזהרה: בײַ פּוריסטן וואָס פּסלען „אַנטשולדיקן זיך“ שווימען אויף, בלית ברירה, ניט⸗פּינקטלעכע באַנוצונגען פון „פאַרענטפערן זיך“ און „בעטן מחילה“; שפּראַך איז שוין איינמאָל אַן איידעלע סיסטעם סיסטעמעלעך אַוואו די פּוריסטישע פאַרטשעפּונג בײַ איין פּרט מאַכט בעת מעשה אַ תל פון אַ צווייטן…}.
apology
{בכלל:} (די) אַנטשולדיקונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער אין אַ טיפן ענין, פאַר אַ גרויסער עוולה:} די מחילה⸗בעטונג (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) מחילה בעטן [məkhílə];
{טאָמער מער גענייגט צו אַ תירוץ און באַרעכטיקונג, צי א פּרואוו אויף צו לינדערן די עוולה מיט אַ וואָרט וואָס טראָגט מיט זיך סײַ אַ שמץ אַנטשולדיקונג, סײַ אַ שטיקל באַרעכטיקונג:} (די) פאַרענטפערונג (ל″ר: -ען); (דער) פאַרענטפער (ל″ס);
{לומדיש, בפרט בײַ אַ מחבר וואָס גייט אין אייגענעם ווערק דערציילן דעם לייענער וועגן די בלויזן און מעגלעכע חסרונות וואָס דערײַן, צוצאָל מיט אַ באַזונרערער הקדמה טאַקע מיטן טיטל:} (די) התנצלות [hisnátsləs] (ל″ר: -ן).
apostasy
{אין זין פון אַריבערגיין פון דער יידישער רעליגיע אויף אַן אַנדערער, בפרט אויפן קריסטלעכן גלויבן:}
(דער) שמד [shmád];
{טאָמער דווקא נייטראַל אַקאַדעמיש, אויך וועגן טוישונגען צווישן אַנדערע גלויבנס:} אַפּאָסטאַסיע.
apostate
{אין זין פון אַריבערגיין פון דער יידישער רעליגיע אויף אַן אַנדערער, בפרט אויפן קריסטלעכן גלויבן:}
(דער) משומד [m(ə)shúməd], דרומדיק: [m(ə)shímət]; ל″ר: משומדים [m(ə)shumódəm], דרומדיק: [m(ə)shi:mú:dəm];
ל″נ: (די) משומדת(טע) [(m(ə)shumédəs(tə], דרומדיק: [(m(ə)shi:méydəs(tə];
(דער) מומר [múmər], דרומדיק: [(mí:mə(r] (ל″ר: מומרים [múmrəm]), ל″נ: (די) מומרטע [múmərtə], דרומדיק: [mímərtə] (ל″ר: -ס);
{טאָמער דווקא נייטראַל אַקאַדעמיש, אויך וועגן טוישונגען צווישן אַנדערע גלויבנס:} (דער) אַפּאָסטאַט.
apostrophe
אַ שטריכעלע (ל″ר: -ך); (דער) אַפּאָסטראָף (ל″ר: -ן).
(.app (n
(דער) אַפּ (ל″ר: -ס).
(apparent (seeming
כלומרשטדיק [klóymərzhdik], צפונדיק: [kléymərzhdik]; {אָפּלאַכעריש:} קלאָמפּערשדיק.
apparently
אַפּנים [apónəm], דרומדיק: [apú:nəm]; זעט אויס(עט), אַז; ווײַזט זיך אַרויס(עט), אַז [váyst-tsakh|aróys(ət)-áz], צי [váyzd-dzakh|aróys(ət)-áz]; דרומדיק: [vá:st-tsakh|aró:(u)(ə)s(ət)-ás] צי [vá:zd-dzakh|aró:(u)(ə)s(ət)-ás];
{בײַ טייל אַרכעאיש:} עס שײַנט, אַז;
{לומדיש:} משמעות אַז [mashmóəs-àz], דרומדיק: [mashmú:əs-às].
{מער לומדיש:} לכאורה [ləkh(ə)úrə], דרומדיק: [ləkh(ə)í:rə]; אויך: [ləkh(ə)óyrə], צפונדיק: [ləkh(ə)éyrə].
(appeal (attractiveness
(דער) חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn]; (די) חנעוודיקײַט [khénəvdə-kàyt]; (דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh];
{לומדיש:} נאה⸗לבריאותדיקײַט [nòə-ləbríyəzdi-kàyt], דרומדיק: [nù:ə-ləbríyəzdi-kàyt] (′אָנגענעמקײַט פאַר מענטשן′).
(appeal (legal
(די) אַפּעלאַציע (ל″ר: -ס); (דער) אַפּעל (ל″ר: -ן).
(appeal to (higher court
אַפּעלירן; צושטעלן (\אָנגעבן) די אַפּעלאַציע (\דעם אַפּעל).
(appeal to (ask for help
זיך ווענדן צו; בעטן הילף בײַ; אָנקומען צו (עמעצן).
(appeal to (be liked
אויסנעמען בײַ <+דאַטיוו>; געפעלן (ווערן) <+דאַטיוו>; נושא חן זײַן בײַ [nòysə-khéyn-zayn], דרומדיק: [nòysə-kháyn-za:n], צפונדיק: [nèysə-khéyn-zayn] <+דאַטיוו>; געפינען חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn] בײַ.
(appear (look like
אויסזען; אויסווײַזן זיך.
(appear (show up
זיך באַווײַזן (ל″ע: זיך באַוויזן);
{אינטים חבריש:} זיך אַ ווײַז געבן; זיך יאַווען [zəkh-yáv(ə)n]; {נאָכמער חבריש:} זיך פּאָיאַווען;
{פאָרמעל בײַ אַן אַמט:} זיך מעלדן (ל″ע: זיך געמאָלדן).
(appear (at a public event
אויפטרעטן (ל″ע: אויפגעטראָטן); אַרויסטרעטן (ל″ע: אַרויסגעטראָטן);
appear: it appears that
זעט אויס(עט), אַז; זעט זיך אַרויס(עט), אַז; ווײַזט זיך אַרויס(עט), אַז; {אַרכעאיש אין טייל קרײַזן:} ס′שײַנט, אַז.
(appearance (looks
(דער) אויסזען [óy(z)-zèn], דרומדיק: [ó:(u)(ə)z-zèyn)];
{אַ קאַפּ ליטעראַריש:} (דער) אויסזע;
{דיאַלעקטיש דרומדיק:} (דער) אויסקוק [ó:(u)(ə)s-kì:k].
(appearance (turning up
באַווײַזן זיך;
{אינטים חבריש:} (דאָס\דער) אַ ווײַז געבן זיך; (דאָס\דער) יאַווען זיך [zəkh-yáv(ə)n]; {נאָכמער חבריש:} (דאָס\דער) פּאָיאַווען זיך;
{פאָרמעל בײַ אַן אַמט:} (דאָס\דער) מעלדן זיך.
(appearance (at public event
(דער) אויפטריט (ל″ר: -ן); (די) אויסטרעטונג (ל″ר: -ען); (דער) עפנטלעכער אָנטייל.
appearance: for appearance sake
לפּנים [ləpónəm], דרומדיק: [ləpú:nəm]; פון לײַטוועגן; פאַר לײַט(ן) אין די אויגן.
appearance: to all appearances
ווי ס′זעט אויס(עט) (צו זײַן); לויט די אַלע סימנים [simónəm], דרומדיק: [simú:nəm].
appease
נאָכגעבן; בייגן זיך (פאַר) (ל″ע: געבויגן); מודה זײַן (פאַר) [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn];
{לומדיש:} מפייס זײַן [məfáyəz-zayn]; מפצה זײַן [məfátsə-zayn].
appeasement
(די) נאָכגעבונג פּאָליטיק; (די) אונטערטעניקײַט פּאָליטיק; (די) פּאָליטיק פון מודה זײַן [móydə-zayn], צפונדיק: [méydə-zayn]; (דער) אַפּיזמענט;
{לומדיש:} (די) פּאָליטיק פון מפייס זײַן [məfáyəz-zayn]; (די) פּאָליטיק פון מפצה זײַן [məfátsə-zayn].
apple
(דאָס\דער) עפּעלע (ל″ר: -ך);
{טאָמער אַ גרעסערער:} (דער) עפּל (ל″ר: ø);
{ווערטל:} דאָס עפּעלע פאַלט ניט ווײַט פון ביימעלע.
appliance
(דער) מכשיר [mákh-shər] (ל″ר: -ים [makh-shírəm]); (דער) אַפּאַראַט [àpərát] (ל″ר: -ן).
applicability
(די) שייכותדיקײַט [sháykhəz-dəkàyt], דרומדיק: [shá:khəz-dəkàyt]; (די) אָווענדלעכקײַט; (די) גילטיקונג;
{לומדיש:} (דאָס\דער) חל זײַן [khál-zayn].
applicable
שייכותדיק [sháykhəz-dik], דרומדיק: [shá:khəz-dik]; (די) אָווענדלעך; (די) גילטיק;
{לומדיש:} וואָס איז חל [khál].
(application (computers
(די) (קאָמפּיוטער) אַפּליקאַציע (\פּראָגראַם).
(application (applying of something
(די) אָנווענדונג (ל″ר: -ען); (דער) אויסנוץ (ל″ר: -ן); (די) אויסנוצונג (ל″ר: -ען).
(application (applying for something
(די) אַפּליקאַציע (ל″ר: -ס); (די) פאָרמעלע בקשה [bakóshə], דרומדיק: [bakú:shə] (ל″ר: בקשות).
(application (form
(די) אַפּליקאַציע [àp-ləkátsyə] (ל″ר: -ס); (דער) אַּפּליקאַציע⸗בלאַנק (ל″ר: -ען);
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) בלאַנק (ל″ר: -ען);
(די) פאָרמעלע (\געשריבענע) בקשה [bakóshə], דרומדיק: [bakú:shə] (ל″ר: בקשות).
apply for
צושטעלן אַן אַפּליקאַציע אויף; אָנגעבן אויף [óngèbm-af]; זיך שטעלן אַלץ קאַנדידאַט אויף; {אַרכעאיש:} זיך שטעלן אין קאַנדידאַטור אויף;
{אין מערבדיקע לענדער אויך:} אַפּליקירן אויף;
{אַרכעאיש, צומאָל מיט איראָניע:} דערלאַנגען אַן אַפּליקאַציע אויף.
apply oneself
זיך קאָנצענטרירן (אויף); {אַ ביסל ווייניקער קאָנצענטרירט:} סטאַרען זיך; באַמיען זיך;
{צומאָל מיט אַ נעגאַטיוון באַדײַט:} זיך אַרײַנלאָזן (אין).
(apply to (be relevant to
{טאָמער סתם אַ פאַרבונדנקײַט:} האָבן אַ שייכות [sháykhəs] צו (\מיט); {אַ קאַפּ לומדיש:} שייך זײַן צו [sháyəkh]; {נאָכמער לומדיש:} נוגע זײַן צו [nəgéyə];
{טאָמער אין זין פון האָבן אַ האַפט, זײַן אויטאָריטאַטיוו:} חל זײַן אויף [khál]; גילטיק זײַן; גילטן.
(appoint (a person to something
באַשטימען;
{מער היימיש:} שטעלן;
{אזהרה: בעסער דאָ אויסמײַדן „זעצן“, וואָס האָט אין אַמעריקאַנער לשון (אַ סברא אויך אֲַנדערשוואו) אויך אַ וואולגאַרן סעקסועלן באַדײַט, און קען פאַרשטאַנען ווערן אַלץ גנאי לגבי דעם באַשטימטן מענטשן}.
(appointed to (the position of
באַשטימט ווערן (אַלץ \פאַר אַ \ווי אַ);
{מער היימיש:} געשטעלט ווערן (אַלץ \פאַר אַ \ווי אַ);
{אזהרה: בעסער דאָ אויסמײַדן „געזעצט ווערן“, וואָס האָט אין אַמעריקאַנער לשון (אַ סברא אויך אֲַנדערשוואו) אויך אַ וואולגאַרן סעקסועלן באַדײַט, און קען פאַרשטאַנען ווערן אַלץ גנאי לגבי דעם באַשטימטן מענטשן}.
(appointment (of a person to a position
(די) באַשטימונג; (דאָס\דער) באַשטימען; (דאָס\דער) שטעלן.
(appointment (agreed date and time
אַן אָפּריידעניש (\אָפּרעדעניש) (ל″ר: -ן); (די) באַשטימונג (ל“ר: -ען); (די) באַשטעלונג (ל″ר: -ען);
{פראַזע} אָפּגערעדט אויף (…).
appreciate
אָנערקענען; אָפּשאַצן; זײַן דאַנקפול; זײַן דאַנקבאַר;
{לומדיש:} מכיר טובה זײַן [màkər-tóyvə-zayn], צפונדיק: [màkər-téyvə-zayn].
appreciation
(די) אָנערקענונג; (דאָס\דער) אָנערקענען; (די) (געהעריקע) אָפּשאַצונג; (דאָס\דער) אָפּשאַצן (ווי ס′באַדאַרף צו זײַן \ ווי געהעריק); (די) דאַנקפולקײַט; (די) דאַנקבאַרקײַט;
(דער\די) הכרת הטוב [hakòrəs-(h)atóyv], דרומדיק: [h)akù:rəs-(h)atóyf)], צפונדיק: [hakòrəs-(h)atéyv];
{אַ קאַפּ מער ספּעציפיש, אַשטייגער לגבי אַן איינציקער וואוילער טואונג:} (די) הכרת טובה [hakòrəs-tóyvə], דרומדיק: [h)akù:rəs-tóyvə)], צפונדיק: [hakòrəs-téyvə].
appreciative
וויסן ווי (אַזוי) אָפּ(צו)שאַצן.
apprentice: as an apprentice
אויף דער לער; ווי אַ לער⸗יונג.
(appropriate (assign
דעזיגנירן; אַסיגנירן; באַשטימען.
(.appropriate (adj
פּאַסיק; צוגעפּאַסט; אויפאַנאָרטיק.
appropriately
ווי ס′פּאַסט; ווי ס′איז צוגעפּאַסט; ווי ס′באַדאַרף צו זײַן; ווי ס′געהער(ט) צו זײַן.
April
אַפּריל [apríl].
Aquarius (astrol.)
מזל דלי [màzl-dlí].
(.Arab (n
(דער) אַראַבער [arábər] (ל″ר: ø);
{לומדיש, צומאָל אויך סודותדיק:} (דער) ישמעאלי [yishm(ə)éylə] (ל″ר: -ם [yishm(ə)éyləm], דרומדיק: [yishm(ə)áyləm]);
{לומדיש, וועגן דעם פאָלק גופא:] די בני ישמעאל [də-bnèy-(y)ishmó(ə)l], דרומדיק: [də-bnày-(y)ishmú:(ə)l] (ל″ר);
{פראַזע אויפן פאָלק בכלל, צומאָל מיט איראָניע:} אונדזערע לײַבלעכע שוועסטערקינדער.
(Arab (adj
{בייגעוודיק:} אַראַביש; {אומבייגעוודיק:} אַראַבער⸗.
Arabic
אַראַביש.
Aramaic
אַראַמיש; די אַראַמישע שפּראַך; אַראַמעאיש; {די כוונה איז בדרך כלל די יידישע שפּראַך פון גרויסע טיילן פונעם תלמוד, פון דער קבלה, פון תפילות; ווען ניט ווען דיפערענצירט מען צווישן דעם יידישן אַראַמיש און דעם ניט⸗יידישן קרובהשן לשון כאַלדעאיש, אָדער אין פאַל פון קריסטלעכן לשון — סיריאַקיש};
{ווען ס′גייט די רייד וועגן לשון פון די תרגומים פון תנ“ך (אונקלוס, יונתן בן עוזיאל), צומאָל מיט אַ הומאָריסטישן אָנוואונק אויף דעם אַז דאָס איז אַ האַרבע עברי, קען מען נוצן:} תרגום לשון [tárgəm-lòshn], דרומדיק: [tárgəm-lushn];
{הערה: אין זכות פון מאַקס ווײַנרײַכן איז די המצאה „תרגומיש“ אויפן יידישן אַראַמיש אַרײַן אין זײַן גרויסן ווערק און במילא אינעם אַקאַדעמישן וואָקאַבולאַר איבער די יידישע לשונות, אָבער ניט אין אַוועלכן ניט איז ברייטערן באַנוץ}.
(Arba Kosot (four glasses of wine at Passover seder
די ארבע כוסות [də-àrbə-kóysəs], צפונדיק: [də-àrbə-kéysəs]; די פיר כוסות.
arbitrary
{אָן אַ תוכיקער פאַרבינדונג מיט אַוואָס⸗ניט⸗איז:} אַרביטראַריש;
{אָן אַ געהעריקער לאָגישער צי עטישער מאָטיווירונג:} קאַפּריזנע; קאַפּריזיש⸗אַרביטראַריש.
arbitrary and capricious
אַרביטראַריש און קאַפּריזנע.
arbitration
{אוניווערסאַל:} (דער) אַרביטראַזש;
{אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן, קען פונדעסטוועגן אויסגעשפּרייט ווערן אויף מאָדערנע סיטואַציעס:}
{טאָמער דווקא אין אָדער אַרום אַ בית⸗דין:} (די) בוררות [bórərəs], מער לומדיש: [bórərus];
{מער פאַרשפּרייט אין געשעפטלעכע סיכסוכים:} (די) שלישות [shlíshəs], מער לומדיש: [shlíshus].
arbitrator
{אוניווערסאַל:} (דער) אַרביטרירער (ל″ר: ø; אויך: -ס);
{אין טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן, קען פונדעסטוועגן אויסגעשפּרייט ווערן אויף מאָדערנע סיטואַציעס:}
{טאָמער דווקא אין אָדער אַרום אַ בית⸗דין:} (דער) בורר [bóyrər], צפונדיק: [béyrər]; (ל″ר: בוררים [bórərim]);
{מער פאַרשפּרייט אין געשעפטלעכע סיכסוכים:} (דער) שליש [shóləsh], דרומדיק: [shú:ləsh] (ל″ר: שלישים [shlíshəm]).
Arc de Triomphe
די טריאומף⸗אַרקע; די אַרקע פון טריאומף; (די) פּאַריזער אַרקע (ל″ר: -ס).
arch enemy
(דער) דם⸗שונא [dám-sòynə], צפונדיק: [dám-sèynə]; (ל″ר: דם⸗שונאים [dám-sònəm]);
ל″נ: ø (אָדער): דם⸗שונאטע [dám-sòynətə], צפונדיק: [dám-sèynətə]; (ל″ר: -ס).
are (main v. in present; aux. in past)
{דרומדיק:} זענען (איר זענט); {צפונדיק:} זײַנען (איר זײַט);
{דרומדיק:} זענען; {צפונדיק:} זײַנען;
{הערה א: דיי ביידע פאָרמעס שבכתב זײַנען לחלוטין גלײַכבאַרעכטיקט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך. אין שריפטלעכן לשון איז דאָס אַפילו געוואָרן אַ שבולת וואָס ווײַזט טאַקע אָן צי דער מחבר (צי דער רעדאַקטאָר) אין גענייגט „צפונדיק“ צי „דרומדיק“. בשעת מעשה פאָדערט די יידישע סטיליסטיק אַן אויסגעהאַלטנקײַט אינעם באַנוץ אין אַן איינאיינציקן ווערק};
{הערה ב: בשעת ווען בײַם אינפיניטיוו און ערשטע פּערזאָן רבים זײַנען אָטאָ די פאָרמעס מכריעדיקע סימנים אויף „צפון“ ∼ „דרום“, זײַנען פאַראַן בײַם רבים (און בײַם פאָרמעל) אין צווייטע פּערזאָן אַ ריי דיאַלעקטישע צווישן⸗פאָרמעס צווישן „זענט“ און „זײַט“, דהיינו: „זײַנט“ און „זאַנט“}.
(area (of measurable space
(דער) שטח [shétəkh], דרומדיק: [shéytəkh] {ל″ר: שטחים [shtókhəm], דרומדיק: [shtúkhəm]};
{דער) מעטראַזש; (דער) קילאָמעטראַזש;
{אַוואו ס′איז קלאָר פונען קאָנטעקסט:} (די) גרייס (ל″ר: -ן); (די) מאָס (ל″ר: -ן).
(area (region
(די\דער) געגנט (ל″ר: -ן); (דער) ראַיאָן (ל″ר: -ען);
{אַרכעאיש, אויפגעלעבט ליטעראַריש:} (דער) קרײַז (ל″ר: -ן); (דער) תחום [tkhúm], דרומדיק: [tkhím] (ל″ר: תחומען).
(area (field of work or study
(דער\די) געביט (ל″ר: -ן); (די) ספּעציאַליטעט (ל″ר: -ן); (דער) תחום [tkhúm], דרומדיק: [tkhím] (ל″ר: תחומען);
{הערה: דער באַנוץ דאָ פון „פעלד“, אויפן מוסטער פון ענגליש, בײַ פּוריסטן וואָס זײַנען „קעגן“ באַנוץ פון „געביט“ (רחמנא לצלן „דײַטשמעריש“), מאַכט אַ גאַנץ מאָדנעם אײַנדרוק בײַ אַ ייד פון אַ גאַנץ יאָר וואָס וועט פאַר די אויגן זען „די פעלדער מיט די וועלדער“…}.
area code
(דער) קאָד (ל″ר: -ן); (דער) טעלעפאָנישער קאָד (ל″ר: -ן).
areal
שטחדיק [shétəgh-dik], דרומדיק: [shéytəgh-dik]; געאָגראַפיש.
!Argh
אוי!; אָך!; עך!; אײַ!.
(argue (speak for a position
טענהן (אַז) [táynən], דרומדיק: [tá:nən]; אַרויסזאָגן זיך פאַר דער מיינונג (אַז); אײַנשטעלן זיך פאַר דעם (אַז); זיך אָננעמען פארַ דער דעה (אַז) [déyə] ,דרומדיק: [déyə].
(argue (engage in disputation
אַמפּערן זיך; שפּאַרן זיך; דיסקוטירן;
{לומדיש:} (זיך) נושא⸗ונותן זײַן [nòysəv-nóysn-zayn], צפונדיק: [nèysəv-néysn-zayn]; זיך מתווכח זײַן [mizvə-kéyəkh-zayn], דרומדיק: [mizvə-káyəkh-za:n].
(argue (quarrel
קריגן זיך; רײַסן זיך; (צע)ווערטלען זיך; האָבן אַן איבעררייד.
(argument (point(s) raised in support of an opinion
(די) טענה [táynə], דרומדיק: [tá:nə] (ל″ר: טענות); (דער) אַרגומענט [argumént] (ל″ר: -ן);
{אַַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} (די) באַהויפּטונג (ל″ר: -ען).
(argument (debate
(די) דעבאַטע [dəbátə] (ל″ר: -ס); (די) אַמפּערניש (ל″ר: -ן); (די) שפּאַרעניש (ל″ר: -ן);
{מער פאָרמעל, מער לומדיש, וועגן וויכטיקערע פראַגן:} (די) חילוקי דעות [kh(ə)lùkə-déyəs], דרומדיק: [kh(ə)lìkə-dáyəs] (ל″ר); (דער) ווידעראַנאַנד (ל″ר: -ן); (דער) מחלוקת (ל″ר: -ן; אויך: מחלוקות); (דער) וויכוח [vəkúəkh], דרומדיק: [vəkí:əkh] (ל″ר: וויכוחים [vəkú:khəm], דרומדיק: [vəkí:khəm]); (די) פּלוגתא [plúktə], דרומדיק: [plíktə] (ל″ר: פּלוגתות, מער לומדיש: פּלוגתאות [pluktó(y)əs], דרומדיק: [pliktú:əs]);
{אָפּלאַכעריש:} (די) געשפּאַרערײַ (ל″ר: -ען); (די) אַמפּערײַ (ל″ר: -ען); (די) שפּאַרערײַ (ל″ר: -ן);
{עמפאַטיש, אָפטמאָל וועגן אַ ברייטערער, גרעסערער קריג:} אַ ויתרוצצו [avàyisróytsətsu], צפונדיק: [avàyisréytsətsu] (ל″ר: -ס);
{ליטעראַריש שילדעריש:} (דער) פּירוד הלבבות [pèyrəd-(h)al(ə)vóvəs]; דרומדיק: [pàyrət-(h)al(ə)vúvəs].
(argument (quarrel
{דער עיקר בעל⸗פּה, אפטמאָל בנוגע אַן איינמאָליקער געשעעניש:}
(די) קריג (ל″ר: -ן); (די) טענהרײַ [tàynəráy], דרומדיק: [(tà:nərá:(y]; (די) קריגערײַ (ל″ר: -ען);
{מער לומדיש און מיט אָנצוהערעניש אַז אינאיינעם מיטן קריגן זיך זײַנען פאַראַן דערײַן ערנסטע פראַגן:} (דער) סכסוך [síkhsəkh] (ל″ר: סיכסוכים [səkh-súkhəm], דרומדיק: [səkh-sí:khəm]); (דער) מחלוקת (ל″ר: -ן; אויך: מחלוקות); (די) פּלוגתא [plúktə], דרומדיק: [plíktə] (ל″ר: פּלוגתות, מער לומדיש: פּלוגתאות [pluktó(y)əs], דרומדיק: [pliktú:əs]);
arguer: incessant arguer
אַ מקשן [mákshən] (ל″ר: מקשנים [makshónəm], דרומדיק: [makshú:nəm]);
{פראַזעס:} די גאַנצע צײַט פרעגט ער (\די) קשיות [káshəs]; אַלעמאָל טענהט ער (\זי) זיך אײַן [táynət], דרומדיק: [tá:nət].
Aries (astrol.)
מזל טלה [màzl-tlé], דרומדיק: [màzl-tléy].
Aristotle
אַריסטאָ, בדרך כלל: [arístə]; {צומאָל ווי אין לשון⸗קודשדיקן ספרים געשריבן: אריסטו}; אויך: אַריסטאָטעלעס; אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך: אַריסטאָטל.
{פראַזעס, קענען זײַן ערנסט צי סאַרקאַסטיש, געווענדט אין קאָנטעקסט און אינטאָנאַציע:} אַ קאָפּ פון אַריסטאָ!; וואָס זאָגסטע אויף אַזאַ אַריסטאָ?}.
(ark (for Torah scrolls in a synagogue
(דער) ארון קודש [òrn-kóydəsh], דרומדיק: [ù:r(ə)n-kóydəsh], צפונדיק: [òrn-kéydəsh].
ark of the covenant
(דער) ארון הברית [òrn-(h)abrís], דרומדיק: [ù:rn-(h)abrís].
ark: Noah’s ark
(די) תיבה [téyvə], דרומדיק: [táyvə];
נחס תיבה [nóyəkhs|téyvə], דרומדיק: [nóyəkhs|táyvə], צפונדיק: [néyakhs|téyvə].
(.arm (n
(דער) אָרעם (ל″ר: -ס);
{אַוואו ס′גייט אינעם אָרעם אינאיינעם מיט דער האַנט, אָדער ס′איז ניט וויכטיק דער חילוק, נוצט מען אויך:}
(די) האַנט (ל″ר: הענט).
(arm: hold someone in one’s arms (embrace
אַרומנעמען; זיך צוטוליען צו (עמעצן).
(.arm (v
{אַלץ טראַנזיטיווער ווערב:} באַוואָפענען; באַזאָרגן מיט געווער;
{אַלץ אומטראַנזיטיווער ווערב:} באַוואָפענען זיך; באַזאָרגט ווערן מיט געווער.
arm rest
(דער) אָנלען; (דער) פּאַרענטש.
Armageddon
{אַפּאָקאַליפּטיש⸗עסכאַטאָלאָגישע טראַדיציע אין קריסטלעכן גלויב, לויטן „בוך פון רעוועלאַציעס“ וואָס אין נײַעם טעסטאַמענט:} אַרמאַגעדאָן;
{דער פריערדיקער העברעאישער געאָגראַפישער באַגריף אין תנ″ך:} מגידו (מְגִדּוֹ) [m(ə)gídòy], צפונדיק: [m(ə)gídèy], {מיטן שפּעטערדיקן נאָך⸗תנ″כישן צוגאָב פון:} הר [har] (′באַרג—′) > הר מגידו;
{דער אַפּאָקאַליפּטיש⸗עסכאַטאָלאָגישער פּאַראַלעל בײַ יידן, פון „גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג“ (′גוג פון לאַנד מגוג′, יחזקאל ל″ח: ב′), אין נאָך⸗תנ″כישן זין פון:} גוג⸗ומגוג [gòg-məgóg]; {אָפטמאָל אין דער לענגערער פאָרם:} די מלחמה פון גוג ומגוג [də-mi(l)khómə|fun-gòg-məgóg], דרומדיק: [də-mi(l)khúmə|fin-gòg-məgóg]; {אין דער יידישער טראַדיציע אַ מלחמה צווישן צוויי גיגאַנטישע קעניגן האַרט פאַרן קומען פון משיחן, אַ טייל פון די חבלי משיח};
{הערה: די קירצערע פאָרם, „גוג⸗ומגוג“ (צי: „גוג⸗מגוג“) האָט אין יידיש אַ צווייטן באַדײַט, געזאָגט געוואָרן אויף עפּעס ריזיק⸗גיגאַנטיש}.
armed
באַוואָפנט; מיט געווער.
armed robbery
(די) באַוואָפנטע רויבערײַ; (די) גוואַלד⸗גניבה מיט געווער [gnéyvə], דרומדיק: [gnáyvə].
army
(די) אַרמיי [arméy] (ל″ר: -ען); (די) מיליטער [militér];
{ברייטערער טערמין צום סך⸗הכל פון די אַרמייאישע כוחות פון אַ מלוכה, בדרך כלל אין ל″ר:} די חיילות [khayóləs], דרומדיק: [khayú:ləs]; („די גענעראַלן דאָרטן האָט אַפּנים געמאַכט אַ חשבון, אַז מיט די חיילות פון אַמעריקע איז ניט כדאי זיך אַרײַנלאָזן אין אַ מלחמה“); {זעלטענער אַ סך, און מער לומדיש איז דער ל″י:} (דער) חיל [kháyəl].
(aron hakodesh (synagogue arc for Torah scrolls
(דער) ארון⸗קודש [òrn-kóydəsh], דרומדיק: [ù:rn-kóydəsh], צפונדיק: [òrn-kéydəsh];
{ליטעראַריש פאָרמעל:} (דער) ארון⸗הקודש [òrn-ha-kóydəsh], דרומדיק: [ù:rn-akóydəsh], צפונדיק: [òrn-(h)akéydəsh];
{אמת, בײַ שול⸗גייער טרעפט מען די פאַרקירצונג „דער ארון“ („דער חזן גייט צו צום ארון“), אָבער אין מער פאָרמעלן באַנוץ און בײַם שרײַבן מײַדט מען עס אויסעט, מחמת „דער ארון“ פאַר⸗זיך איז טײַטש ′אַ טרונע פאַרן מת′}.
(arousal (sensual, artistic
(די) תשוקה [tshúkə], דרומדיק: [tshí:ykə].
(arouse (v. trans.) (sensually, artistically
אַ וועק טאָן (עמעצן) די תשוקה [tshúkə], דרומדיק: [tshí:ykə];
{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} אַ וועק טאָן דעם יצר⸗הרע [avék-tòn|dəm-yèytsər-hórə], דרומדיק: [avék-tì:y(ə)n|dəm-yàytsə(r)-(h)ú:rə].
arouse: be aroused
צעוועקט ווערן; צעפלאַמט ווערן; צערייצט ווערן;
{מיט גוטמוטיקן הומאָר:} פאַריֵצר⸗הָרעט ווערן [far-yèytsər-hórət|vèrn],
דרומדיק: [far-yèytsə(r)-(h)ú:rət|vèyrn].
(arouse (from sleep
אויפוועקן.
arraign
אָפיציעל באַשולדיקן אין געריכט (מצד דער מאַכט — פונעם פּראָקוראָר אָדער אַן אַנדער מלוכהשן אינסטאַנץ).
arrange
אַראַנזשירן; פּלאַנירן; אײַנסדרן [áyn-sèydərn], דרומדיק: [á:n-sàydərn]; אײַנאָרדענען.
(arrange (put in order
מאַכן אָרדענונג; אויססדרן [óys-sàdərn]; שטעלן אין אַ סדר [séydər], דרומדיק: [sáydər]; אײַנאָרדענען.
(arrangement (practical agreement
אַ פאַרשטענדעניש (ל″ר: -ן); אַ צונויפריידעניש (ל″ר: -ן); אַ פאַקטישער אָפּמאַך (ל″ר: -ן).
arrangement: come to an arrangement
דערגיין אַ טאָלק (ל″ע: דערגאַנגען); קומען צו אַ הסכם [héskəm]; דערריידן זיך.
arrangements
(די) צוגרייטונגען (ל″ר); (די) פּלענער (ל″ר); (די) אויספּלאַנירונגען (ל″ר); (די) אַראַנזשירונגען (ל″ר).
(.arrest (n
(דער) אַרעסט (ל″ר: -ן).
(.arrest (v
אַרעסטירן.
arrestable offense
אַן אַרעסטירע(וו)דיקער פאַרברעכן (ל″ר: -ס).
arrival
(דער) אָנקום (ל″ר: -ען); (דאָס\דער) אָנקומען.
(arrival: new arrival (of a person
{בייגעוודיק:} אַן אָנגעקומענע(ר).
arrivals hall
(דער) זאַל פאַר די אָנגעקומענע; (דער) אָנקום⸗זאַל (ל″ר: -ן).
arrive
אָנקומען;
{טאָמער דווקא צופוס:} קומען צו גיין;
{טאָמער דווקא מיט אַ מאַשין:} קומען צו פאָרן;
{טאָמער דווקא מיט אַן עראָפּלאַן:} קומען צו פליען.
arrive at a decision
דערגיין אַ טאָלק; קומען צו אַ באַשלוס; דערגרייכן אַן אויספיר;
{לומדיש:} קומען לידי מסקנא (אויף: מסקנה) [lidèy-maskónə], דרומדיק: [lidày-maskú:nə].
arrive at the wedding
אָנקומען אויף דער חתונה [khásənə].
arrive at the (bus) station
אָנקומען אויף דער (אויטאָבוס) סטאַנציע.
arrive at the (train) station
אָנקומען אויפן וואָקזאַל.
arrogance
(בעל⸗)גאווהדיקייט [bàl-)gáyvə-dikàyt)]; דרומדיק: [balgá:və-dikàyt]; (די) גרויסהאַלטערישקײַט; (דער\דאָס,די) עזות [ázəs]; (די) עזותדיקײַט [ázəz-dəkàyt]; (די) חוצפּה [khútspə], דרומדיק: [khítspə].
arrogant
(בעל⸗)גאווהדיק [bàl-)gáyvə-dik)]; דרומדיק: [bal-)gá:və-dik)]; גרויסהאַלטעריש; חוצפּהדיק [khútspə-dik], דרומדיק: [khítspə-dik]; העזהדיק [hózə-dik], דרומדיק: [h)ú:zə-dik)].
arrogant person
אַן עזות⸗פּנים [anàzəs-pónəm], דרומדיק: [anàzəs-pú:nəm] (ל“ר: ⸗פּנימער [pénəmər], דרומדיק: [(péynəmə(r]);
אַ חוצפּהניק [akhútspə-nik], דרומדיק: [akhítspə-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: אַ חוצפּהניצע (ל″ר: -ס);
אַ חצוף [akhótsəf], דרומדיק: [akhú:tsəf] (ל″ר: חצופים [kh(ə)tsúfəm], דרומדיק: [kh(ə)tsí:fəm]), ל″נ: אַ חצופה [kh(ə)tsúfə], דרומדיק: [kh(ə)tsí:fə] (ל″ר: חצופות);
{פראַזעס:} אַ ייד מיט אַ העזה [ahózə], דרומדיק: [a(h)ú:zə]; אַ יאַ⸗טביע⸗דאַם.
arrogant: be arrogant
האָבן אַ חוצפּה [khútspə], דרומדיק: [khítspə]; האָבן אַ העזה [ahózə], דרומדיק: [a(h)úzə]; האַלטן זיך גרויס; האַלטן זיך בגאווה [bəgáyvə], דרומדיק: [bəgá:və].
arrogantly
בעל⸗גאווהדיק [balgáyvə-dik]; דרומדיק: [balgá:və-dik];
{לומדיש:} בגאווה [bəgáyvə], דרומדיק: [bəgá:və].
arrow
(די\דער) פײַל (ל″ר: -ן);
{טאָמער אַ קליינער, אָפטמאָל וועגן אַ געדרוקטן סימבאָל:} (דאָס\די\דער) פײַל(ע)כל (ל″ר: -עך).
arson
(די) אונטערצינדונג; (דער) קרימינאַל⸗בראַנד.
arsonist
(דער) אַרסאָניסט (ל″ר: -ן); (דער) אונטערצינדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) קרימינאַל⸗צינדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
art: creative art
(די) קונסט; (די) קונסט שאַפונג; קינסטלערישע שאַפונגען (ל″ר);
{לומדיש:} די יצירה [yətsírə]; {וויזועלע און בוי⸗קונסט:} מעשה בצלאל [máysə-ptsáləl].
{שטאַרק רעליגיעז נעגאַטיוו לגבי קינסטלעכע (און במילא קינסטלערישע) צורות פון מענטשן וכו′:} פּסל וכל תמונה [pésl|fkhol-tmúnə], דרומדיק: [péysl|fkhol-tmínə] {נאָך די עשרת הדיברות, שמות כ: ד}.
(article (item, thing
(דער) חפץ [khéyfəts], דרומדיק: [kháyfəts] (ל″ר: -ים [khféytsəm], דרומדיק: [khfáytsəm];
אַ זאַך (ל″ר: -ן);
{טאָמער אין אַ געשעפט אָדער אַ רשימה זאַכן אויפן אינטערנעט צום קויפן; שיער ניט אַרכעאיש:} אַ גם [agám] (ל″ר: -ען).
(article (text
(דער) אַרטיקל (ל“ר: -ען; אויך: -עך);
{לומדיש און וועגן אַ לומדישן אַרטיקל, צי איראָניש וועגן אַ שוואַכן:} (דער) מאמר [maymər], דרומדיק: [(má:mə(r] (ל″ר -ים [maymórəm], דרומדיק: [ma:mú:rəm]).
article (text): really bad article
אַ שרײַבעכץ [ashráybakhts], דרומדיק: [ashrá:bakhts]; אויך: [ashráybəkhts], דרומדיק: [ashrá:bəkhts]; אַ שטיק שמאַטע; אַ גראַפאָמאַנסקע(ר) אַרטיקל; אַ כלומרשטער אַרטיקל [klóymərshtər], צפונדיק: [kléymərshtər].
artificial
געקיצנלט; קינסטלעך; האַנט⸗געמאַכט;
{אין קינסטלערישן זין:} נאָכגעמאַכט.
artificial intelligence
(די) געקינצלטע אינטעליגענץ; געמאַכטע אינטעליגענץ; (דער) קאָמפּיוטערשער שכל.
{מיט ביטול:} (די) •קונצעדיקע אינטעליגענץ; {מיט ביטול, שפּאַסיק:} (די) •אויכמיר אינטעליגענץ; {וועגן אַ פּרט⸗פאַל:} דעם קאָמפּיוטערס אַ חכמה; {וועגן דוחק אין מענטשלעכן שכל:} מיט אַ קאָמפּיוטערשן שכל.
artisan
(דער) האַנטווערקער (ל“ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ אויך: (די) האַנטווערקערין (ל″ר: -ס);
(דער) בעל⸗מלאכה [balmlókhə], דרומדיק: [balmlú:khə] (ל″ר: בעלי⸗מלאכות [balmlókhəs], דרומדיק: [balmlúkhəs]; {לומדיש:} {לומדיש:} [bàlə-mlókhəs], דרומדיק: [bàlə-mlúkhəs]). {נאָכמער לומדיש:} [bàley-mlókhəs], דרומדיק: [bàlay-mlúkhəs]).
artist
(דער) קינסטלער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) קינסטלערין (ל″ר: -ס);
{טאָמער דווקא אויף דעם וואָס מאָלט בילדער:} (דער) מאָלער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) מאָלערין (ל″ר: -ס);
{טאָמער אין דער דראַמע, אַלץ שוישפּילער אויף אַ קינסטלערישן ניוואָ:} (דער) אַרטיסט (ל″ר: -ן), ל″נ: אַרטיסטקע; אַרטיסטין (ל″ר: -ס).
artistic
קינסטלעריש; קונסטמעסיק; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} אַרטיסטיש; {הערה:} דער אַנגליציזם ברענגט צו אַ מעגלעכער צווייטײַטשיקײַט אין די מזרחדיקע לענדער וואו „אַרטיסט“ = „אַקטיאָר“ און קען הייסן „אַזוי ווי בײַ אַן אַקטיאָר; אַזויאַרומעט, איז „קינסטלעריש“ דאָ דער פּאַסיקער טערמין}.
arts
(די) קונסטשאַפטן (ל″ר).
arts and crafts
קונסט מיט האַנטאַרבעט.
art(s)y person
אַן אָריגינעלער טיפּ \ פּאַרשוין; אַ באָהעמישער טיפּ;
{אין טייל חסידישע קרײַזן:} אַן אַרטיסט (ל″ר: -ן) {אַמאָפטסטן גענוצט אין ל″ר:} „די אַרטיסטן“.
(Arvit (evening prayer
{אָן אַן אַרטיקל:} מעריב [máyrəv], דרומדיק: [má:rif].
arythmic
אַריטמיש; אומריטמיש; אומריטעמדיק.
(as (like
{′אין דער סיטואַציע (צי: פּאָזיציע) פון′:} אַלץ (עלטערע שרײַבונג:) אַלס;
{לאָזנדיק אָפן די מעגלעכקײַט אַז מ′איז אויסן אַ היפּאָטעטישן פאַרגלײַך; זע הערה:} ווי; אַזוי ווי;
{ליטעראַריש:} מעשה [máysə], דרומדיק: [má:sə];
{לומדיש:} בתורת [bətóyrəs], צפונדיק: [bətéyrəs]; אין דער בחינה פון [pkhínə];
{נאָכמער לומדיש:} בבחינת [bəf-khínəs];
{הערה: אין איצטיקן ווערטערבוך ווערט אויפגעלעבט די אַמאָליקע פאָלקס⸗שרײַבונג „אַלץ“ (טײַטש: ′ווי′) בהסכם מיטן לעבעדיקן באַנוץ אין פאַרשיידענע דיאַלעקטן (סײַ דרומדיקע סײַ צפונדיקע), אויפן אָרט פון „אַלס“, די דאָמינירנדיקע שרײַבונג (אין גאָר אַמאָליקע טעקסטן טרעפט מען: „אלז“, „אַלש“); אַ קשיא אויף אַ מעשה, דאָס וואָרט ווערט בײַ טייל פּוריסטן גלאַט געפּסלט, ניט קוקנדיק אויפן פאַרשפּרייטן באַנוץ};
{אַן אזהרה דערבײַ: ס′בלײַבט צווישן „ווי“ און „אַלץ“ אַ נפקא⸗מינה ממש; ע″פּ יודל מאַרק: אינעם זאַץ „ער רעדט אַלץ ייד“ איז דאָס דווקא אַ ייד, בשעת ווען „ער רעדט ווי אַ ייד“, קען גרײַלעך הייסן אַ ניט⸗ייד וואָס רעדט, לאָמיר אָנכאַפּן, וועגן אַ געוויסן ענין אויפן זעלביקן אופן ווי אַ ייד}.
(as (since
וויבאַלד; נעמענדיק אין חשבון, אַז [khézhbm]; אַזוי ווי;
{לומדיש:} היות ווי [heyóyz-vì], צפונדיק: [heyéyz-vì].
(as far as (… is concerned
וואָס שייך [vò(s)-sháyəkh], דרומדיק: [vù:(s)-shá:(y)əkh]; וואָס איז שייך [vòsə-sháyəkh], דרומדיק: [vù:sə-shá:(y)əkh];
{אַ קאַפּ לומדיש:} וואָס איז נוגע [vòsə-n(ə)géyə], דרומדיק: [vù:sə-n(ə)gáyə]; {אַ קאַפּ מער לומדיש: בנוגע [bən(ə)géyə], דרומדיק: [bən(ə)gáyə].
as for
אַקעגן (אויך:} אַנטקעגן; מכח [məkóyəkh], צפונדיק: [məkéyəkh].
as if
אַזוי ווי; כאילו [k(ə)ílə];
{ליטעראַריש:} עלעהיי.
as it were
ווי ס′רעדט זיך [vì(ə)srétsəkh] צי [vi(ə)srédzəkh]; ווי מ′זאָגט [vìm(ə)zókt], דרומדיק: [vìm(ə)zúkt]; אַזוי צו זאָגן [azóy-tsə-zògn], דרומדיק: [azóy-tsə-zùgn], צפונדיק: [azéy-tsə-zògn].
(as long as (conditional
אַבי [abí]; אויב(ע) נאָר; מיטן תנאי אַז [mitn-tnáy-az]; מיט דער באַדינגונג, אַז.
(as long as (time
כל⸗זמן [kol-zmán]; אַזוי לאַנג ווי; אויף ווי לאַנג [avì-láng].
as many as
אַזש ביז; ני(ש)ט ווייניקער (\ווינציקער) ווי (פון\איידער).
as soon as
וויבאַלד; באַלד ווי; ווי נאָר;
{אין ענגליש ריידנדיקע און געוויסע אַנדערע לענדער:} אַזוי גיך ווי.
as much as one would like to
אַוויפל מ′וויל [avífl|m(ə)víl]; אַוויפל מ′זאָל ני(ש)ט וועלן.
(as sure as heck (/hell
זיכער ווי גאָלד; קלאָר ווי דער טאָג;
❋
{מיט אַ מאָס עמאָטיווקײַט צי איראָניע, געווענדט אינעם באַנוצער:}
ווי איך בין אַ ייד!; ווי איך בין אַ…!;
ווי ס′איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט; ווי ס′איז דאָ אַ בורא עולם [abòyrə-óyləm], צפונדיק: [abèyrə-éylom]; זיכער ווי דער גן⸗עדן [ganéydn], דרומדיק: [ganáydn]; זיכער ווי תחית המתים [tkhìyəs-(h)améysəm], דרומדיק: [tkhìyəs-(h)amáysəm];
{אַ קאַפּ דראַמאַטיש:) זיכער ווי מיטן מלאך המות [mal(ə)khamóvəs], דרומדיק: [mal(ə)khamúvəs]; זיכער ווי מיטן טויט.
as though
אַזוי ווי; כאילו [k(ə)ílə]; ווי אַשטייגער;
{ליטעראַריש:} עלעהיי.
as well as
ווי אויך; (און) דערצו נאָך; (און) (צו)דערצו; (און) אין צוגאָב צו דעם; (און) נאָכמער.
עשרה בטבת [asòrə|b(ə)téyvəs], דרומדיק: [asù:rə|b(ə)táyvəs].
(Ash (Asch), Sholom (1880–1957
אַש;
{בײַ טייל פון זײַנע אָפּאָנענטן:} דער נאַזעראַנער;
שלום אַש [shòləmásh], דרומדיק: [shù:ləmásh];
געבאָרן: קוטנע (פּוילן); געשטאָרבן: לאָנדאָן.
ashamed
פאַרשעמט [far-shémt], דרומדיק: [far-shéymt];
ashamed: be ashamed
שעמען זיך;
{פראַזעס:} שעמען זיך ווי אין באָד; שעמען זיך ווי אַ קאָזאַק פאַרן שפּיגל; שעמען זיך אין ווײַטן האַלדז; שעמען זיך ווי אַ ציג אין גאָרטן.
!ashamed: Be ashamed of yourself
שעמען מעגט איר! \ שעמען מעגסטו! (\מעגסטע [mékstə]);
איר מעגט זיך שעמען \ דו מעגסט זיך שעמען!.
ashamed: be ashamed of
זיך שעמען מיט.
ashes
(דער\דאָס\די) אַש.
Asher: Tribe of Asher
דער שבט אשר [dər-shéyvət|óshər], דרומדיק: [(dər-sháyvət|ú:shə(r].
(Asher ben Yehiel (±1250 – 1327
דער ראש [dər-rósh]; („ער האָט דאָס נאָכגעקוקט בײַם ראש“ [bam|rósh]);
רבינו אשר בן יחיאל [rabéynu|òshər-ben-yekhíy(ə)l], דרומדיק: [rabáyni:|û:shə(r)-ben-yekhíy(ə)l];
געבאָרן: קעלן (?); געשטאָרבן: טאָלעדאָ.
(Asherah (ancient goddess
(די) אשירה [ashéyrə], דרומדיק: [asháyrə].
(א) {דער עיקרדיקער הײַנטיקער באַנוץ בײַ היימישע יידן:} נוסח אשכנז [nùsəkh-áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז [áshkənaz], ′סטאַנדאַרדער טעקסט פון סידורים, מחזורים, סליחות און אַנדערע הייליקע ספרים אויף צום דאַוונען לויטן מנהג אשכנז′ {וואָס שטייט אַקעגנאיבער אַנדערע נוסחאות, דער עיקר נוסח ספרד און נוסח חב″ד; אַשטייגער, אין אַ נוסח אשכנז סידור טרעפט מען ניט אינעם קדיש די ווערטער „יצמח פּורקניה ויקרב משיחיה“ וואָס אין נוסח ספרד}; למשל: „דער סידור אויפן טיש איז אשכנז צי ספרד?“; {דאָ רעדט זיך נאָר און בלויז וועגן גענויען טעקסט, ניט וועגן אַרויסרייד ← אשכנזישע הברה}.
(ב) {דער צווייטער עיקרדיקער הײַנטיקער באַנוץ בײַ היימישע יידן:} מנהג אשכנז [mìn(h)əg-áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז, ווידעראַמאָל אָדאָרטן אַוואו ס′איז פאַראַן אַ קלאָרער חילוק לגבי מנהג ספרד (מנהג חב″ד און אַנדערע), דער עיקר אין הלכה פראַגן, למשל: לויטן מנהג ספרד מעג מען עסן רײַז אום פּסח בשעת ווען ס′איז פאַרווערט בײַ אשכנזים; פאַראַן אויך אָן אַ שיעור טראַדיציעס און מנהגים וואָס זײַנען ניט דווקא „דינים“. פון די קלאַסישע ווערק איז אויפן ערשטן אָרט צום דערמאָנען דעם „אשכנזירנדיקן“ קאָמענטאַר פונעם רמ″א (ר′ משה איסרליש) צום שולחן ערוך פון ספרדישן פּוסק ר′ יוסף קאַראָ (קארו).
(ג) אַרויסשפּרייטנדיק דעם זין פון געדרוקטן נוסח און פאַרשיידענע מנהגים און השגות, אַלץ אין תחום פון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער יידישקײַט, נוצט מען אין היימישע קהילות דעם באַגריף „אשכנז“ ווי אַ לס″נ אויף ′לחלוטין ניט חסידיש′ (צי אין טייל מקומות אַפילו ′אַנטי חסידיש′ וואָס אין דער הײַנטיקער מזרח אייראָפּע איז דאָס פאַר⸗זיך אַ לס″נ אויף: ′אַנטי חב″ד′). איז מען צו דעם אַלעמען מוסיף די (לפי⸗ערך) קליינינקע אונטערשיידן אין תחום פון נוסח (אָדער מנהג) אשכנז גופא, שווימט דעמאָלט אויפעט דער חילוק צווישן „אשכנז“ סתם (וואָס איז כולל אַשטייגער די ניט⸗חסידישע אונגאַרישע קהילות, דײַטשלענדישע יידישע טראַדיציעס און אַנדערע) קעגנאיבער „נוסח ליטא“ וואו דער אַנטי⸗חסידישער עלעמענט ווערט פאַרשטאַרקט דורך דער אידענטיפיצירונג מיטן ליטווישן נוסח וואָס איז דאָך דער מתנגדישער נוסח און מער אַקעגן חסידיזם „אָפענערהייט“. אַכלל: יעדערער וואָס האַלט נוסח ליטא איז במילא נוסח אשכנז, פאַרקערט לאו דווקא;
(ד) די אַמאָליקע גערמאַנישע, דײַטש ריידנדיקע לענדער אַוואו יידן האָבן זיך באַזעצט מיט העכער טויזנט יאָר צוריק, אַרײַנגערעכנט די ישובים בײַם רינוס (רײַן) צו מערב און דאָנײַ (דאָנאַו) צו מזרח: ארץ אשכנז [érəts|áshkənaz], פון קיצור וועגן: אשכנז; (< בראשית י′: ג′);
(ה) {אינעווייניקסטער יידישער זין, וואָס איז בהדרגה אויסגעוואַקסטן אין משך פון יאָרהונדערטער און עקזיסטירט באַנאַנד מיטן ענגערן געאָגראַפישן זין:} די אַלע „צוגעקומענע“ געאָגראַפישע שטחים וואָס ציען זיך ניט⸗איבערגעריסענערהייט פונעם לכתחילהדיקן אשכנז דער עיקר אויף מזרח, אַוואוהין ס′האָבן זיך גענומען מתישב זײַן אשכנזים, אַזויאַרומעט, למשל, אַז פּוילן און ליטא זײַנען אויך „אשכנז“ (אָבער ניט: ארץ אשכנז). מאַקס ווײַנרײַך האָט וויסנשאַפטלעך סיסטעמאַטיזירט די פאָלקישע פּראָגרעסיעס אין באַדײַט לויט זײַן סכעמע פון אשכנז I (אין די דײַטש ריידנדיקע לענדער) קעגנאיבער אשכנז II (אין די סלאַוויש און באַלטיש ריידנדיקע לענדער); בײַ פאַרשיידענע מחברים קומט אויסעט צו קלערן אַז אשכנזישע און יידיש ריידנדיקע ישובים מעבר לים קען מען משיג זײַן אַלץ גלידער פון אַן אשכנז III.
Ashkenaz: Eastern Ashkenaz
מזרח אשכנז [mízrəkh|áshkənaz]; (דער) מזרחדיקער אשכנז.
Ashkenaz: Western Ashkenaz
מערב אשכנז [máyrəv|áshkənaz], דרומדיק: [má:rif|áshkənaz]; (דער) מערבדיקער אשכנז.
(Ashkenazi (person
אַן אשכנזי [ashkənázə]; (ל″ר: אשכנזים [ashkənáz(ə)m], אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [ashkənéyz(ə)m]);
(דער) אשכנזישער; ל″נ: (די) אשכנזישע; אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [(ashkənéyzishə(r].
Ashkenazic (adj.)
אשכנזיש(ע)(ר) [(ashkənázish(ə)(r]: אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: [(ashkənéyzish(ə)(r].
די אשכנזישע הברה [ashkənázishə|havórə], דרומדיק: [ashkenázishə / ashkənéyzishə|(h)avú:rə];
{לומדיש:} די הברה אשכנזית [havòrə-ashkənázis]; {די עיקרדיקע באַנוצן זײַנען כדלהלן:}
(א) די סטאַנדאַרדע מזרח⸗אייראָפּעאישע אשכנזישע הברה וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ ממש פּינקטלעכע אָפּשפּיגלונג פונעם סטאַנדאַרדן יידיש („די אַלע וואָקאַלן ווי בײַ די ליטוואַקעס אויסער ′יענעם ey′, דאָס הייסט: ′חולם oy′);
(ב) די אַמאָליקע דײַטשלענדישע (מערב אשכנזישע) נוסחאות מיט [:o] אָדער [ou] אויפן חולם און די אַמעריקאַנער, בריטאַנישע און אַנדערע וואַריאַנטן פון דער הברה אשכנזית וואָס וואַקסן פון זיי אַרויסעט, בײַ הײַנטיקן טאָג שטאַרק זעלטן;
(ג) די הײַנטיקע אשכנזישע הברות: צפונדיק (ליטוויש⸗ווײַסרוסיש) און סטאַנדאַרד (דער חולם ey איז געוואָרן אַ יקר המציאות וואָס היט זיך אויפעט שיער נאָר אין געוויסע סעקטאָרן פון חב″ד), קעגנאיבער: דרומדיק — דער גרויסער רוב וואָס רעדט אויפן דרומדיקן, „פּויליש⸗אונגאַרישן“ (אַ סך זעלטענער דרום⸗מזרחדיקן, „אוקראַינישן“) יידיש און וואו אין הלכות הברה זײַנען דער דיאַלעקט פון יידיש און דער נוסח אשכנזישע הברה געבליבן פאַרקניפּט און ניט צום צעטיילן); דאָס איז אַלצדינג אין קאָנטראַסט מיט אַ סך יינגערע „ליטווישע חרדים“ אין ארץ ישראל הײַנט וואָס ריידן אויפן ישראלדיקן העברעאיש (איווריט, הברה ספרדית, ניט יידיש), אָבער דאַוונען זיי מיט דער סטאַנדאַרדער אשכנזישער הברה, אַזאַ גאַנג ווי בײַ „מאָדערנערע חב″דניקעס“ און פאַרשיידענע חסידים וואָס שטעלן מיט זיך הײַנט פאָר אַ לינגוויסטישן מיטלפּונקט צווישן ריכטיקע חרדים און כלומרשט מאָדערנע אָרטאָדאָקסן.
(Ashkenazic rite (for prayers and customs
(דער) נוסח אשכנז [nùsəkh-áshkənaz], דרומדיק: [nìsəkh-áshkənaz].
(Ashtoreth (ancient goddess
עשתורת [ashtóyrəs], צפונדיק: [ashtéyrəs].
Asia
אַזיע [ázyə].
Asia Minor
קליין⸗אַזיע.
(.Asian (n
(דער) אַזיער [ázyər] (ל″ר: ø); ל″נ: (די) אַזיערין [ázyərn];
{הערה: די אַרכעאישע פאָרמעס „אַזיאַט“ און „אַזיאַטן“ האָבן בײַ אַ טייל אַ בײַ⸗טעם פון קאָלאָניאַליסטישן ראַסיזם, איז כדאי זיי אויסמײַדן; אַזאַ פּגם איז אָבער ניטאָ בײַם אַדיעקטיוו, זע אין קומעדיקן סימן}.
(.Asian (adj
{בייגעוודיק:} אַזיאַטיש; {אומבייגעוודיק:} אַזיער.
ask
פרעגן;
{טאָמער וועגן אַ פּשוטער אינפאָרמאַציע צי אַ קלייניקײַט:} אַ פרעג טאָן [afrék-ton], דרומדיק [afréyk-tí:(ə)n]; {זעלטענער:} אַ פרעג געבן [afrég-gèbm], דרומדיק: [afréyg-gèybm]; („טו אַ פרעג, וואָס פאַראַ זייגער זיי פאַרמאַכן זיך הײַנט?“).
ask a question
{אין אַ בערכדיקן סדר פון דער פּשוטסטער פראַגע ביז אַן אינטעלעקטועל קאָמפּליצירטן:}
אַ פרעג טאָן; אַ פרעג געבן;
פרעגן;
פרעגן אַ פראַגע; שטעלן אַ פראַגע;
{דער עיקר וועגן אַ פראַגע צי מ′מעג צי מ′טאָר ניט, אַשטייגער בײַ אַ רב:} פרעגן אַ שאלה; ברענגען אַ שאלה [asháylə], דרומדיק: [ashá:lə] (ל″ר: שאלות);
{וועגן אַ העכערן ענין, אָפטמאָל מיט אַ שמץ, צי מער ווי אַ שמץ, פון פּרובירן אָפּפרעגן צי סותר זײַן יענעם:} פרעגן אַ קשיא; קומען מיט אַ קשיא; ברענגען אַ קשיא [akáshə] (ל″ר: קשיות).
asleep: be asleep
שלאָפן (ל″ע: <איז>\<זײַנען> געשלאָפן); „איצטער שלאָפט ער, קלינגט אָנעט, זײַט אַזוי גוט, אַ ביסל שפּעטער“;
{מיט הומאָר:} פּאָפן [pófm]; כראָפּען [khrópm].
asleep: fall asleep
אַנטשלאָפן ווערן; אײַנשלאָפן; אײַנדרעמלען (\אײַנדרימלען);
{אַנגליציזם, בײַ הײַנטיקן טאָג הומאָריסטיש אָנגעווענדט:} פאַלן שלאָפן.
(asleep: fall asleep (of hand or foot
אײַנשלאָפן <+ דאַטיוו>; „איז מיר פּונקט דעמאָלט אײַנגעשלאָפן אַ פוס“.
asleep at the wheel
שלאָפן בײַ די לייצעס; פּאָפן בײַם רודער.
(aspect (n.) (feature, component, characteristic
(דער) פּרט (ניטאָ קיין ל″ר אין דעם גענויען זין {„פּרטים“ איז טײַטש: איינצלהײַטן});
(דער) אַספּעקט (ל″ר: -ן); (דער) קאָמפּאָנענט (ל″ר: -ן).
asphyxiate
אַספיקציאירן; דערשטיקן.
asphyxiate: be asphyxiated
אַקספיקציאירט ווערן; דערשטיקט ווערן.
asphyxiation
(די) אַקספיקציאַציע; (די) אַקספיציאירונג; (די) דערשטיקונג; (דאָס\דער) דערשטיקן.
aspiration
(די) אַספּיראַציע (ל″ר: -ס); (די) שטרעבונג (ל″ר: -ען).
aspire to
שטרעבן (פאַר\צו); פאַרנעמען זיך אויף; צילן זיך.
ass (human anat. slng.)
(דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [híntə(r)-khàylik]; (דער) הינטן; (דער\דאָס) געזעס;
(דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(úkhə(r]; {מיט צוגעגעבענעם הומאָר:} (די) אחוריים [akhəráyəm] (ל″ר {בעצם דער אַמאָליקער לשון⸗קודשדיקער דואַל, עלעהיי אין „ידיים“, „רגליים“});
{וואולגאַריש:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [túkhəs] (ל″ר: תחתער [tékhsər], דרומדיק: [(téykhəsə(r]);
{סעקסועל צי אינטים:} (דאָס\דער) תחתל [tékhəsl], דרומדיק: [téykhəsl] (ל″ר: -עך).
(.ass: Kiss my ass! (vlgr
{וואולגאַריש:} קוש מיר אין תחת! [kúshmər|in-tókhəs], דרומדיק: [kíshmə(r)|in-tú(:)khəs];
{(כלומרשט) פאַראיידלט:} ישקני! [yə)shòkéyni)], דרומדיק: [:yə)shùkáyni)] (< שיר השירים א′: ב′).
(ass (donkey
(דער) אייזל (ל″ר: -ען)
{הומאָריסטיש צי פיגוראַטיוו:} (דער) חמור [khámər] (ל″ר: חמורים [khamóyrəm], צפונדיק: [khaméyrəm], ל″נ: (די) חמורטע [khámər-tə] (ל″ר: -ס).
ass (fool) → fool
(.assault (n
(דער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אַטאַקע (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) באַפאַלן;
{דער עיקר מיליטעריש:} (דער) אָנגריף (ל″ר: -ן); (דער) איבערפאַל (ל″ר: -ן).
(.assault (v
אָנפאַלן (אויף); אַטאַקירן; באַפאַלן;
{דער עיקר מיליטעריש:} אָנגרײַפן; איבערפאַלן (אויף);
{אומפאָרמעל צי סלענגיש:} דערלאַנגען; געבן איבערן קאָפּ; געבן אַ מכה [amákə].
(.assemble (v. intrans
זיך פאַרזאַמלען; זיך אײַנזאַמלען; זיך צונויפקלײַבן; זיך צוזאַמענקלײַבן.
(.assemble (v. trans
אײַנזאַמלען; צונויפזאַמלען; צונויפקלײַבן; צונויפרופן.
assembly
(די) פאַרזאַמלונג (ל″ר: -ען).
(Assmebly (legislative body
(דער\די) אַסעמבלי (ל″ר: -ס).
assembly: right of assembly
(די\דאָס) רעכט זיך פאַרזאַמלען; (די\דאָס) רעכט זיך צונויפקלײַבן.
assemblyman
(דער) אַסעמבלי⸗מאַן (ל″ר: אַסעמבלי⸗לײַט).
assemblywoman
(די) אַסעמבלי⸗פרוי (ל″ר: אַסעמבלי⸗פרויען).
assess
{אויף אַ פּינקטלעכן אופן:} אָפּשאַצן;
{מער אַלגעמיין:} באַטראַכטן; אַרומטראַכטן; אָפּוועגן;
{צום באַטשימען די שטײַערן:} אָפּשאַצן אויף שטײַער;
{און דעם היזק אויף סטראַַכאָווקע:} אָפּשאַצן דעם היזק [hézək].
assessment
{אויף אַ פּינקטלעכן אופן:} (די) אָפּשאַצונג;
{מער אַלגעמיין:} (די) באַטראַכטונג; (די) אַרומטראַכטונג;
{צום באַטשימען די שטײַערן:} (די) שטײַער⸗אָפּשאַצונג;
{און דעם היזק אויף סטראַַכאָווקע:} (די) שעדיקונגס⸗אָפּשאַצונג.
assert
דערקלערן; מאַכן אַ דערקלערונג (אַז); זיך אַרויסזאָגן (אַז);
{מער פאָרמעל:} פעסטשטעלן; קאָנסטאַטירן; {אַרכעאיש:} באַהויפּטן;
{לומדיש, דער עיקר אַז ס′גייט אין מוסר מודעה זײַן פאַרן עולם:} פעסטשטעלן בפרהסיא [bəfrésyə].
assertion
(די) דערקלערונג (ל″ר: -ען); (די) אַרויסזאָגונג (ל″ר: -ען); (די) פעסטשעלונג (ל″ר: -ען); (די) קאָנסטאַטירונג (ל″ר: -ען);
{אַרכעאיש:} (די) באַהויפּטונג (ל″ר: -ען).
assertive
וואָס זאָגט זיך אַרויס; וואָס זאָגט אַרויס זײַן\איר מיינונג;
{פראַזע:} וואָס שעמעט זיך ני(ש)ט (אויפ)עפענען דאָס (\אַ) מויל.
assertive: be assertive
(אויפ)עפענען דאָס (\אַ) מויל;
{פראַזע:} זײַן אַזאַ וואָס זאָגט אַרויס אַ דעה [déyə], דרומדיק: [dáyə].
assertiveness
(די) אַסערטיווקײַט;
{פראַזע:} די טבע זיך אַרויסשטעלן אין דער דיסקוסיע; (דאָס\דער) ני(ש)ט שעמען זיך נעמען אַ וואָרט (\עפענען דאָס מויל).
asshole (anat.) → anus
asshole (fig.) → ‘nasty person’
assignment
{פון לערער:} (די) אויפגאַבע [ֹúvgàbə] (ל″ר: -ס {דיפערענצירט זיך פון ל″ר: אויפגאַבן [úvgàbm] ′(העכערע) צילן′}; (די) היימאַרבעט; (די) קורס⸗אַרבעט;
{בכלל:} שליחות [shlíkhəs] (ל″ר: -ן); אַן אַרבעט אויף דורכצופירן; (די) אויפגאַבע (ל″ר: -ס); (די) קאָמאַנדע (ל″ר: -ס).
assignment book
(דאָס\דער) אויפגאַבע⸗ביכל (ל″ר: -עך);
{אַז ס′גייט דווקא אין היימאַרבעט:} (דאָס\דער) היימאַרבעט⸗ביכל (ל″ר: -עך).
assimilation
(די) אַסימילאַציע;
{ריידנדיק מער ספּעציפיש וועגן אַ גרופּע, צײַט וכו′:}
(די) אַסימילירונג; („טייל האַלטן אַז די אַסימילירונג פון יענע יידן אין שיקאַגאָ איז טייל פון ברייטערן פּראָצעס פון דער אַמעריקאַנער אַסימילאַציע“}.
assimilate: become assimilated
אַסימילירט ווערן; זיך אַסימילירן;
{פראַזע, לומדיש:} ווערן בטל בששים [bòtl-bəshíshəm], דרומדיק: [bù:tl-bəshí:yshəm].
assist
קומען צו הילף; באַהילפיק זײַן [bahílfik]; בײַהילפיק זײַן [báy-hìlfik];
{פראַזע:} צושטעלן אַ פּלייצע.
assistance
(די) הילף; (די) באַהילפיקײַט; (די) מיטהילף.
assistance: be of assistance
קומען צו הילף; באַהילפיק זײַן [bahílfik]; בײַהילפיק זײַן [báy-hìlfik];
{פראַזע:} צושטעלן אַ פּלייצע.
(.assistant (n
(דער) אַסיסטענט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַסיסטענטקע (ל″ר: -ס);
(דער\די) געהילף;
(דער) באַהעלפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) באַהעלפערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) באַהעלפערקע ל″ר: -ס).
assistant to traditional Jewish elementary school teacher
(דער) בעלפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס),
asslicker (fig.)
(דער) אונטערלעקער, (די) אונטערלעקערקע;(דער) חונף [khóynif], (די) חונפטע [khóyniftə]; (דער) חניפהניק [kh(ə)nífənik], (די) חניפהניצע [kh(ə)nífinitsə]; דער חנפן [khánfm], די חנפנטע [khánf(ə)ntə];
{מיט מער ביטול:} (דער) חניפושניק [khànə-fúsh-nik], דרומדיק: [khànə-físh-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) חניפושניצע (ל″ר: -ס);
{וואולגאַריש:} (דער) תחת⸗לעקער, [tókhəs-lèkər], דרומדיק: [túkhəs-lèkər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) תחת⸗לעקערין (ל″ר: -ס); {מער ביטולדיק:} (די) תחת⸗לעקערקע (ל″ר: -ס);
{ווייניקער וואולגאַר אָבער פאָרט:} (דער) צולעקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) צולעקערין (ל″ר: -ס); {מער ביטולדיק:} (די) צולעקערקע (ל″ר: -ס).
(associate (n.) (colleague
{אויף ביידע מינים:} (די\דער) קאָלעגע (ל″ר: ס; אויך: קאָלעגן);
{דיפערענציטן לויטן מין:} (דער) קאָלעג (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קאָלעגין (ל″ר: -ס);
(דער) מיטאַרבעטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש און פּוריסטיש אויך: -ס);
{אָפּלאַכעריש צי אינטים איראָניש:} (די) קאָלעגעלעך (ל″ר; ל″י: (דאָס, צי לויטן מין — די\דער) קאָלעגעלע).
associate professor
(דער) געהילף פּראָפעסאָר (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) (…-ע) פּראָפעסאָרשע (ל″ר: -ס); (דער) אַסאָציאירטער פּראָפעסאָר; (דער) דאָצענט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) דאָצענטין; אויך: דאָצענטקע (ל″ר: -ס).
associate with
האָבן צו טאָן מיט; האָבן באַציאונגען מיט;
{מער לומדיש און בעת מעשה צומאָל אויך איראָניש, אָפטער באַנוצט נעגאַטיוו; צומאָל פאַרדריסעריש לאחר המעשה:}
האָבן מחזקות מיט [makh-zókəs], דרומדיק: [makh-zúkəs]; האָבן עסקים מיט [asókəm], דרומדיק: [asú:kəm]
associated with: be associated with
האָבן אַ שייכות מיט [asháykhəs], דרומדיק: [ashá:(y)khəs]; האָבן צו טאָן מיט; האָבן פאַרבינדונגען מיט;
{טאָמער פאָרמעל פּראַָפעסיאָנעל:} זײַן אַסאָציאירט מיט.
associate professor
(דער) אַסאָציאירטער פּראָפעסאָר [profésər] (ל″ר: -ן [pròfəsórn]), ל″נ אויך: (די) אַסאָציאירטע פּראָפעסאָרשע (ל″ר: -ס); (דער) דאָצענט [dotsént] (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) דאָצענטין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) דאָצענטקע (ל″ר: -ס).
association (connection, bond)
(די) פאַרבינדונג (ל″ר: -ען); (דער\דאָס\די) שייכות [sháykhəs], דרומדיק: [shá:khəs] (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} {דער\דאָס\די) התקשרות [his-káshrəs] (ל″ר: -ן);
{טאָמער פּראָפעסיאָנעל:} (די) אַסאָציאירונג (ל″ר: -ען); (די) אַסאָציאַציע (ל″ר: -ס).
(association (organization
(דער) פאַראיין (ל″ר: -ען); (די) אָרגאַניזאַציע (ל″ר: -ס); (די) אַסאָציאַציע (ל″ר: -ס).
(assume (presume
(זיך) משער זײַן [məshá(y)ər-zayn], דרומדיק: [məshá:ə(r)-za:n]; אָננעמען (אַז); זיך פאָרשטעלן (אַז);
{לומדיש:} זיך מתדמה זײַן (אַז) [mizdámə-zayn].
assume control
ווערן באַלעבאָס; קומען צו דער מאַכט;
{לומדיש:} שליטה נעמען [shlítə];
{פראַזעס:} נעמען די לייצעס אין די הענט אַרײַן.
assumption
(די) הנחה [hanókhə], דרומדיק: [h)anúkhə)] (ל″ר: הנחות); אַן השערה [anashórə], דרומדיק: [anashú:rə] (ל″ר: השערות);
{לומדיש:} (די) הווה⸗אמינא [hávəmìnə] (ל″ר: -ס).
(.Assumption (Chris
(דער) מאַריען⸗טאָג; מאַריאַס אויפנאַמע (בײַ קריסטן).
assurance
(די) פאַרזיכערונג (ל″ר: -ען).
Assyria
אשור [áshər]; {לומדיש:} [áshur];
{מער אַקאַדעמיש, צי באַטאָנענדיק, אַז מען איז ניט אויסן דווקא נאָר דעם תנ″כישן אשור:}
אַסיריע.
Assyrian
אשוריש [ashúrish], דרומדיק: [ashí:rish]; אַסיריש.
(Assyrian Exile (from ±722 BCE
גלות אשור [gòləs-áshər], דרומדיק: [gùləs-áshər]; מער לומדיש: [gòlus-áshur], דרומדיק: [gùlis-áshir].
(‘Assyrian script (‘square Hebrew characters
(דער) כתב אשורי [ksav-ashúri], דרומדיק: [ksaf-ashí:ri]; אותיות מרובעות [óysyəs-m(ə)rubóəs], דרומדיק: [óysyəs-m(ə)ri:bú:əs], צפונדיק: [éysyəz-m(ə)rubó(y)əs] (ל″ר).
astonish
דערשטוינען; פּלעפן.
astonished
דערשטוינט; געפּפלעפט;
{לומדיש:} נשתומם בלײַבן (\ווערן) [nəshtóyməm], צפונדיק: [nishtéyməm]; {שטאַרקער:} נבהל ונשתומם בלײַבן (\ווערן) [nívl|v(ə)nəshtóyməm], צפונדיק: [nívl|v(ə)nishtéyməm];
astonishment
(די) דערשטוינונג (ל″ר: -ען); (די) פּלעפונג (ל″ר: -ען).
(Astraukh, Alexander (b. 1959
אַלעקסאַנדער (אויך: אלכסנדר) אַסטראַאוך [aləksándər|astra(v)úkh];
אַלעקסאַנדער אַסטראַוואוך.
astronaut
אַסטראָנאָט [astronót], ל″נ: ø; (≠ ←אַסטראָנאָם)
{טאָמער אויף ספּעציפיצירן דווקא אַ סאָוועטישן אָדער רוסישן אַסטראָנאָט:} קאָסמאָנאָט [kozmonót].
astronomer
אַסטראָנאָם [astronóm], ל″נ: ø; {די טערמינען „שטערנמײַסטער“, „שטערנקוקער“, און „שטערנזעער“ קען מען אויך אָנווענדן, נאָר וויסן באַדאַרף מען, אַז אַלע האָבן זיי נ אָ ך צוויי באַדײַטן צודערצו: (א) אַ מענטש וואָס זאָגט נביאות לויט די שטערן אָדער אַן אַסטראָלאָג; (ב) אַן אַמאַטאָר וואָס פאַרנעמט זיך מיט אַסטראָנאָמיע אין דער פרײַער צײַט ווי אַ האָבי};
{לומדיש:} בעל חכמת התכונה [bal|khòkhməs-(h)atkhúnə].
astronomy
(די) אַסטראָנאָמיע;
{לומדיש:} חכמת התכונה [khòkhməs-(h)atkhúnə], דרומדיק: [khòkhməs-(h)atkhínə].
asylum
פּליטים⸗רעכט [pléytəm-rekht], דרומדיק: [pláytəm-rekht]; (ל″ר);
(דער) מקום מקלט סטאַטוס [mòkəm-míklət], דרומדיק: [mùkəm-míklət].
asylum seeker
פּליטים⸗רעכט זוכער [pléytəm-rekht], דרומדיק: [pláytəm-rekht]; (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
(דער) מקום מקלט זוכער [mòkəm-míklət], דרומדיק: [mùkəm-míklət] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
at
{טאָמער אינעווייניק אין אַ בנין:} אין; („מיר וועלן זיך זען אין קראָם אַ ביסל שפּעטער; מאָרגן וועט מען זיך טרעפן שוין אין אוניווערסיטעט“);
{טאָמער גייט מען צו אַ מענטשן:} בײַ [ba] (\בײַם [bam]\בײַ דער [badər]); („מיר וועלן זיך זען אַ ביסל שפּעטער בײַ לייזערן“);
{טאָמער בײַ אַ פאָרקומעניש:} אויף [af], דרומדיק: [of] (\אויפן [afn], דרומדיק: []ofn \אויף דער [avdər], דרומדיק: [(avdə(r]); („מיר האָבן זיך דרײַ מאָל געזען אין לעצטן חודש — אויף אַ חתונה, אויף אַ בר⸗מצווה און אויף אַ קאָנפערענץ, איז זאָל אויף ווײַטער אויך נאָר אויף שמחות זײַן“);
{טאָמער וועגן דעם וויפל אַזייגער:} ø; („איז לאָמיר זיך טרעפן נײַן אַזייגער, גוט?“);
{טאָמער עס גייט אין פאַרשיידענע קאָנסטרוקציעס וועגן צײַט:} צו („צו זיבעצן יאָר איז זי שוין געווען אַ סטודענטקע אין אוניווערסיטעט“; „בײַ מיר קענט איר זיך צו יעדער צײַט אַרײַנכאַפּן“).
(at: @ (internet use
(די) מאַלפּע (ל″ר: -ס); (דער) שטרודל (ל″ר: עך).
at all
בכלל [bikhlál]; גאָר; אינגאַנצן.
at any rate
אין (\אויף) יעדן פאַל; יעדנפאַלס;
{אַ קאַפּ לומדיש:} על כל פּנים [àl-kol-pónəm], דרומדיק: [àl-kol-pú:nəm]; אויך: [alkól-pònəm], דרומדיק: [alkól-pù:nəm].
at first
צוערשט; בײַם אָנהייב; לכתחילה [ləkhatkhílə].
at hand
צו דער האַנט; נאָענט; אָטאָ דאָ פאַראַנ(ען).
(at large (in a larger sense
אין גאַנצן גענומען; ברייט גענומען; בכללעדיק [bikhlálədik].
(at large (not captured
אומגעפאַנגען; ני(ש)ט געכאַפּט (דורך דער פּאָליציי).
at last
סוף⸗כל⸗סוף [sófkl|sóf]; ענדלעך; בײַם סוף [bam-sóf];
{לומדיש:} לסוף [ləsóf].
at risk
אין אַ געפאַר; אין אַ סכנה [asakónə], דרומדיק: [asakú:nə].
at stake: be at stake
שטיין אין קאָן.
Atamuk, Solomon (Atamukas, Solomonas) (1918–2014)
שלמה אַטאַמוק
געבאָרן: קיעוו; געשטאָרבן: אשדוד.
atheism
{אוניווערסאַליסטיש:}
(דער) אַטעאיזם [atèy-ízm]; (די) אומגלייבונג;
❊
{וואָס שייך דער יידישער רעליגיע, בײַ אַ יידן:}
(די) כפירה [kfíyrə]; (דער\דאָס\די) אפּיקורסות [àp(ə)kórsəs].
atheist
{אוניווערסאַליסטיש:}
(דער) אַטעאיסט [atèy-íst] (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) אַטעאיסטקע (ל″ר: -ס); {שטאַרק פאָרמעל:} (די) אַטעאיסטין (ל″ר: -ס);
{בייגעוודיק:} (די\דער) אומגלייביקע(ר); (די\דער) ני(ש)ט⸗גלייביקע(ר).
❊
{וואָס שייך דער יידישער רעליגיע, בײַ אַ יידן:}
(דער) כופר בעיקר [kòyfər-b(ə)íkər], צפונדיק: [kèyfər-b(ə)íkər] (ל″ר: כופרים בעיקר [kòfrəm-b(ə)íkər]), ל″נ: (די) כופר⸗בעיקרטע (ל″ר: -ס);
(דער) אפּיקורס [àp(ə)kóyrəs], צפונדיק: [àp(ə)kéyrəs] (ל″ר: אפּיקורסים [àp(ə)kórsəm]), ל″נ: ל″נ: (די) אפּיקורסטע (ל″ר: -ס).
atlas
(דער) אַטלאַס (ל″ר: -ן).
(ATM (cashpoint
(די) געלט⸗מאַשין (ל″ר: -ען));
{פון מזרח⸗אייראָפּעאישע לענדער נעמט זיך פאַרשפּרייטן:} (דער) באַנקאָמאַט.
{פראַזע:} גיין צו דער וואַנט („איך קום באַלד, איך דאַרף גיין צו דער וואַנט נעמען מזומן“);
atmosphere
(די) אַטמאָספערע.
atom
(דער) אַטאָם (ל″ר: -ען).
atom bomb
(די) אַטאָמישע באָמבע (ל″ר: -ס); (די) אַטאָם⸗באָמבע (ל″ר: -ס).
atomic
אַטאָמיש; אַטאָמען⸗.
atomic powered
אַטאָמיש; („דער אַטאָמישער סובמאַרין איז אינמיטן דערינען קאַליע געוואָרן“);
{טאָמער איז נייטיק מער בפרוטרוט:} אַטאָמיש געטריבן; אַטאָמיש באַקראַפטיקט.
atomic reactor
(דער) אַטאָמישער רעאַקטאָר (ל″ר: אַטאָמישע רעאַקטאָרן [rəaktórn]).
atomism
(דער) אַטאָמיזם.
atomist
(דער) אַטאָמיסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) אַטאָמיסטין (ל″ר: -ס), עמאָטיוו: (די) אַטאָמיסטקע (ל″ר: -ס).
atomitstically
אַטאָמיסטיש גערעדט; אַטאָמיסטיש באַנומען.
atrocious
גרויליק; גרויזאַם; שוידערהאַפט(יק); שוידערלעך.
atrocity
(דער) אכזריותדיקער פאַרברעכן [akhzór(y)əz-dik] (ל″ר: -ס); (דער) גרויזאַמער אַקט (ל″ר: -ן); (דער) שוידערלעכער אַקט (ל″ר: -ן).
attach (v. trans.)
צוטשעפּ(ענ)ען; פאַרבינדן;
{מיט מער טראָפּ אויפן בפירושדיקן פיזישן פאַרבינדן:} צופעסטיקן.
attach: become attached (emotionally)
צוגעבונדן ווערן; זיך אײַבאַקן (בײַ יענעם) אין האַרצן;
{טאָמער נעגאַטיוו געשטימט צו דער חברשאַפט:} פאַרטשעפּעט ווערן (מיט).
attachment (emotional)
(די) צוגעבונדנקײַט (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (די) התקשרות [hiskáshrəs] (ל″ר: -ן).
attachment (of document to a communication)
{טאָָמער אַ דאָקומענט צוגעגעבן צו אַן אימייל אויף מיטשיקן עלעקטראָניש:} (דער) צולאָג (צום אימייל) (ל″ר: -ן) (דער) אַטאַטשמענט (ל″ר: -ן);
{טאָמער אַ פּאַפּירענער דאָקומענט אַרײַנגעלייגט אין קאָנווערט אינאיינעם מיטן בריוו:} (די) בײַלאַגע (ל″ר: -ס); {בײַ טייל פּוריסטן:} (דער) בײַלייג (ל″ר: -ן).
(.attack (n
(דער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אַטאַקע (ל″ר: -ס);
{טאָמער דווקא פיזיש צי מיליטעריש, דער עיקר אומגעריכט:} (דער) איבערפאַל (ל″ר: -ן).
(.attack (v
אָנפאַלן אויף; אַטאַקירן;
{טאָמער דווקא פיזיש צי מיליטעריש, דער עיקר אומגעריכט:} איבערפאַלן אויף.
attack: surprise attack
(דער) פּלוצעמדיקער איבערפאַל (ל″ר: -ן); (דער) פּלוצעמדיקער אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) פּלוצעמדיקע אַטאַקע (ל″ר: -ס);
{הערה: אין די אַלע פאַלן גילטן אויך אין דער ליטעראַרישער שפּראַך: „פּלוצלונגדיק(ע)(ר)“, „פּלוצלינגדיק(ע)(ר)“ (און זעלטענער אַ סך): „פּלוצטהאַלב(ע)(ר); אין חרדישע סביבות איז געבליבן פּאָפּולער אויף „פּלוצעם“ די עלטערע שרײַבונג: „פּלוצים“}.
attack: unexpected attack
(דער) אומגעריכטער (\אומדערוואַרטער) איבערפאַל (ל″ר: -ן); (דער) אומגעריכטער (\אומדערוואַרטער) אָנפאַל (ל″ר: -ן); (די) אומגעריכטע (\אומדערוואַרטע) אַטאַקע (ל″ר: -ס).
attain
דערגרייכן; זיך דעראַרבעטן צו.
attainable
צום דערגרייכן; דערגרייכבערלעך; דערגרייכבאַר.
attainment
(דע) דערגרייכונג (ל″ר: -ען).
(.attempt (n
(דער) פּרואוו (ל″ר: -ן); (דער) אויספּרואוו (ל″ר: -ן).
(.attempt (v
פּרואוון; פּרובירן; פאַרמעסטן זיך; מיען זיך; באַמיען זיך; סטאַרען זיך;
{הערה: אין מזרח איז „סטאַרען זיך“ טאָגטעגלעך, פאַר דער מלחמה צומאָל אויסגעמיטן געוואָרן אַלץ סלאַוויזם; אין מערב דאַקעגן איז עס גאָר ליטעראַריש, וואָס קען סטיליסטיש מיט זיך פאָרשטעלן אַ מזרח⸗אייראָפּעאישע היימישקײַט};
{אין טאָגטעגלעכן לעבן; מאַכן אַן איינמאָליקן ספּעציפישן פּרואוו:} אַ פּרואוו טאָן;
{אין חרדישן זשורנאַליסטישן לשון איז געבליבן גילטיק דער דײַטשמעריזם:} פאַרזוכן {≠ דעם אוניווערסאַלן יידישן „פאַרזוכן“ עפּעס צום עסן (′טועם זײַן′)}.
attention
(די) אַכטלייגונג; (דאָס\דער) אַכטלייגן; (די) אויפמערקזאַמקײַט; (דער) אויפמערק.
!Attention please
זײַט אַזוי גוט!; רבותי! [!rabóysay], צפונדיק: [!rabéysay];
{אומפאָרמעלער סטיל:} חברה! [khévrə];
{פראַזע:} איך בעט אײַער אויפמערקזאַמקײַט.
attentive: be attentive
צולייגן קאָפּ; זיך גוט אײַנהערן.
attenuate
אָפּטעמפּן [óp-tèmpm]; אָפּשוואַכן; פאַרלינדערן.
attenuating circumstances
(די) לינדערינדיקע פאַקטאָרן (ל″ר).
attic
(דער) בוידעם (אויך: בוידים) (ל″ר: -ער; אויך: -ס); (דאָס\די) בוידעמשטיבל (ל″ר: -עך).
attitude
(דער) צוגאַנג (ל″ר: -ען); (מײַן\דײַן וכו′) אופן קוקן אויף דעם [òyfm|kúkn-avdèm], דרומדיק: [òyfm|kí:kn-ovdèym], צפונדיק: [èyfm|kúkn-avdèm];
{מער פאָרמעל, אויך בײַ קערפּערשאַפטן און אינסטיטוציעס:} (די) אײַנשטעלונג (ל″ר: -ען); (די) באַציאונג (ל″ר: -ען).
attitude: have a (negative) attitude
לכתחילה נעגאַטיוו געשטימט זײַן [ləkhàt-khílə]; (זײַן) אַגרעסיוולעך.
attorney
(דער) אַדוואָקאַט, ל″ר: אַדוואָקאַטן; ל″נ: ø, אָדער (די) אַדוואָקאַטין, {אַרכעאיש, גוטמוטיק שפּאַסיק:} אַדוואָקאַטעסע; {אַמעריקאַניש:} לאָיער, ל″ר: לאָיערס, ל″נ: לאָיערקע; {בריטאַניש:} דער סאָליסיטאָר {וואָס גרייט אַלצדינג צו} און דער באַריסטער וואָס טוט ריידן עפנטלעך אויפן משפּט גופא};
{ביי יידן, אויף אַ דין תורה:} (דער) מליץ [méylits], מליץ יושר [mèylits-yóyshər]; {מער לומדיש:} סניגור [sánigər]; {צווייטײַטשיק, אין טייל וואַריאַנטן איז דאָס אויך אַ ריכטער וואָס וועט אָפּפּסקענען:} בורר [bóyrər], ל″ר: בוררים [bórərim];
{מער אוניווערסאַל, עסייאיסטיש:} מליץ יושר; (דער) פאַרטיידיקער; (דער) רעפּרעזענטאַנט; גוטזאָגער.
attorney general
(דער) גענעראַל אַדוואָקאַט; (דער) אַמעריקאַנער יוסטיץ דירעקטאָר.
attorney: criminal attorney
(דער) קרימינאַל אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן).
attorney: personal attorney
(דער) פּריוואַטער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן); (דער) פּערזענלעכער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן); (דער) אייגענער אַדוואָקאַט (ל″ר: -ן).
attraction
(די) אַטראַקציע; (דער) צוציאונגס⸗כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; (דער) צוצי⸗כח;
{לומדיש:} דער כח המושך [kòyəkh-(h)amóyshəkh], צפונדיק: [kèyəkh-(h)améyshəkh].
attractive
צוציענדיק; צוציאיק; אַטראַקטיוו; שיין.
attractive boy
אַ שיינ(ער) יינגל (ל″ר: -עך); אַ שיינער בחור [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r] {ל″ר: -ים [bókhərəm], דרומדיק: [búkhərəm]);
{אומפאָרמעל:} אַ שיינער יאַט;
{צאַרטלעך:} אַ שיין יינגעלע (ל″ר: -ך); {צפונדיק:} אַ שיינער יינגעלע [íngalə];
{טאָמער דווקא וועגן אַ ניט⸗יידן:}
אַ שיינער שייגעץ [shéygəts], דרומדיק: [sháygəts] (ל″ר: שקצים [shkótsəm], דרומדיק: [shkú:tsəm]).
attractive girl
אַ שיינ(ע) מיידל (ל″ר: -עך); אַ שיינע בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhə(r)-tə] {ל″ר: -ים [bókhər-təs], דרומדיק: [búkhə(r)-təs]);
{אומפאָרמעל:} אַ שיינע יאַטיכע;
{צאַרטלעך:} אַ שיין מיידעלע (ל″ר: -ך); {צפונדיק:} אַ שיינע מיידעלע;
{טאָמער דווקא וועגן אַ ניט⸗יידישע:}
אַ שיינע שיקסע [shíksə] (ל″ר: -ס; {לומדיש⸗שפּאַסיק:} שיקסאות [shik(t)só(y)əs], דרומדיק: [shik(t)sú:əs]).
attractive man
(דער) קראַסאַוויץ (ל″ר: -ן); (דער) שיינער מאַנסביל [mántsb(i)l];
{בייגעוודיק:} אַ שיינער;
{פראַזע:} אַ ייד אַ הדרת פּנים [ahàdrəs-pónəm], דרומדיק: [ahàdrəs-pú:nəm].
attractive woman
(די) קראַסאַוויצע (ל″ר: -ס); (די) שיינע פרוי;
{בייגעוודיק:} אַ שיינע;
{פראַזע:} אַ פרוי אַ יפת תואר [ay(ə)fàs-tóyər], צפונדיק: [ay(ə)fàs-téyər].
audible
וואָס לאָזט זיך הערן; וואָס מ′קען הערן; הערעוודיק.
augmented reality (cf. virtual reality)
(אַ\די) צוגאָב רעאַלקײַט; (די) באַאַרבעטע רעאַליטעט; אָגמענטירטע רעאַליטעט.
August
אויגוסט [óygust] {אין די מזרחדיקע לענדער:} אַווגוסט;
{די צײַט צווישן תשעה⸗באב און ראש חודש אלול (וואָס פאַלט אויס בדרך כלל מערסנטייל צי אינגאַנצן אין חודש אויגוסט), בײַ טראַדיציאָנעלע יידן אַ צײַט פון וואַקאַציע, אָפּרוען זיך, פאָרן אָטכײַען זיך אין דער נאַטור וכדומה:} יענע דרײַ וואָכן; („לאָמיר זיך טרעפן איבעראַיאָר אין יענע דרײַ וואָכן דאָרטן אויף דאַטשע“).
Auld Lang Syne
אָלד לאַנג סײַן; (דאָס\די) נײַ⸗יאָר ליד; (דאָס\די) סילוועסטער לידל; (דאָס\די) האַלבע נאַכט ליד (צום סילוועסטער);
aunt
(די) מומע (ל″ר: -ס);
{דיאַלעקטיש אָדער דײַטשמעריש:} (די) טאַנטע (ל″ר: -ס);
{אין אַמאָליקן מערבדיקן יידיש:} (די\דאָס) מעמעלע.
Australia
{אָן אַן אַרטיקל:} אויסטראַליע; אין מזרח: אַווסטראַליע.
(.Australian (adj
{אומבייגעוודיק:} אויסטראַליער; אין מזרח: אַווסטראַליער;
{בייגעוודיק:} אַווסטראַליש; אין מזרח: אַווסטראַליש.
Austria
עסטרײַך.
Austrian
{אומבייגעוודיק:} עסטרײַכער;
{בייגעוודיק:} עסטרײַכיש.
Austro-Hungarian Empire
די עסטרײַך⸗אונגאַרישע אימפּעריע;
{אומפאָרמעל, אָפטמאָל מיט וואַרעמקײַט, איראָניע צי נאָסטאַלגיע ביי יידן אַמאָליקע אַוואָס דאָרטן, און עד⸗היום בײַ טייל אָפּשטאַמיקע:} פראַנץ יאָזעפס מדינה [frànts-yózəfs-m(ə)dínə].
(.author (n
(דער) מחבר [m(ə)khábər] (ל″ר: מחברים [m(ə)khábrəm]), ל″נ: (די) מחברטע [m(ə)khábər-tə] (ל″ר: -ס);
{מער פאָרמעל צי לומדיש:} (דער) בעל⸗מחבר [bàl-m(ə)khábər] (ל″ר שטאַרק זעלטן: בעלי⸗מחברים);
{דער עיקר אין מזרח, אויך:} (דער) אַווטאָר [áftor] צי [áftər] (ל″ר: -ס);
{אַרכעאיש, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט איראָניש:} (דער) פאַרפאַסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); ל″נ: (די) פאַרפאַסערין (ל″ר: -ס); {אָפּלאַכעריש:} (די) פאַרפאַסערקע (ל″ר: -ס).
author’s copy (gifted by author’s publisher)
אַ מחברס עקזאמפּלאַר [am(ə)khábərz]; אַן אַווטאָרס עקזעמפּלאַר (ל″ר: -ן).
author’s rights
(די) מחברים⸗רעכט [m(ə)khábrəm] (ל″ר); דעם מחברס רעכט [m(ə)khábərz] (ל″ר); (דער עיקר אין מזרח:} דעם אַווטאָרס רעכט (ל″ר).
(.author (v
מחבר זײַן [məkhábər-zàyn]; {אַרכעאיש:} פאַרפאַסן;
{פראַזעס:} אָנשרײַבן און אַרויסגעבן; זײַן דער מחבר (\אַווטאָר) פון.
authoritative
אויטאָריטאַטיוו;
{לומדיש:} בר⸗סמכאדיק [bar-sámkhə-dik];
{אין ברייטערן זין פון קענען זיך פאַרלאָזן אויף אַוועמען אָדער אַוואָס⸗ניט⸗איז:} פאַרלאָזעלעך; וואָס מ′קען זיך דערויף (אויף אים\איר) פאַרלאָזן.
authoritatively
מיט אויטאָריטעט {אין מזרח אויך:} מיט אַווטאָריטעט;
{לומדיש:} מיט בר⸗סמכאדיקײַט [mit-bàrsámkhə-dəkàyt].
(authority (agency, prestige, power
(די) אויטאָריטעט; {אין מזרח אויך:} (די) אַווטאָריטעט;
(די) מאַכט; (די) קראַפט;
{אַ קאַפּ פיגוראַטיוו, אין זין פון דער מיינונג וואָס גילט:} (האָבן) די דעה [də-déyə], דרומדיק: [də-dáyə];
{לומדיש:} אַ בר⸗סמכאדיקער כח [abàr-sámkhə-dikər|kóyəkh], צפונדיק: [abàr-sámkhə-dikər|kéyəkh];(דער) כח שליטה [kòyəkh-shlítə], צפונדיק: [kèyəkh-shlítə]; {טאָמער דווקא פון דער מלוכה:} כח המלוכה [kòyəkh-(h)am(ə)lúkhə], דרומדיק: [kòyəkh-(h)am(ə)lí:khə], צפונדיק: [kèyəkh-(h)am(ə)lúkhə];
(authority (state agency
(די) מלוכהשע אָפּטיילונג [m(ə)lúkhishə], דרומדיק: [m(ə)lí:khishə] (געשריבן אויך: מלוכישע); (ל″ר: -ען); (די) אינסטאַנץ (ל″ר: -ן); (די) שטאַט⸗אַגענטור (ל″ר: -ן).
(authority (permission, entitlement
אַ רשות [ar(ə)shús], דרומדיק: [ar(ə)shís];
{פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) באַפולמעכטיקונג; (די) באַפולמעכטיקטײַט.
(authority (person
אַן אויטאָריטעט (ל″ר: -ן); {אין מזרח אויך:} אַן אַווטאָריטעט (ל″ר: -ן);
אַ (גרויסער) עקספּערט (ל″ר: -ן); אַ (גרויסער) מומחה [múmkhə], דרומדיק: [mímkhə] (ל″ר: מומחים);
{לומדיש:} אַ בר⸗סמכא [abàr-sámkhə] (ל″ר: -ס);
{אָדאָרטן אַוואו ס′איז קלאָר אַז מ′רעדט וועגן אַ ספּעציפישן געביט:}
אַ בקי [bókə], דרומדיק: [búkə] (אין\אויף); (ל″ר: בקיאים [bəkíyəm] צי [pkíyəm]);
{מיט יראת הכבוד צי גאָר איראָניע:} אַ וועלט⸗חכם [avélt-khòkhəm], דרומדיק: [avélt-khùkhəm] (ל″ר: ⸗חכמים [khakhóməm], דרומדיק: [khakhúməm]);
authority: a higher authority
אַ העכערע אויטאָריטעט; ([אין מזרח אויך:} אַווטאָריטעט.
authority: a Higher Authority
דער פּוסק אחרון [pòysək-ákhrən], צפונדיק: [pèysək-ákhrən];
דער מלך המלכים [mèyləkh-(h)am(ə)lókhəm], דרומדיק: [màyləkh-(h)am(ə)lúkhəm] (′דער קעניג פון [אַלע] קעניגן′); {בייגעוודיק:} דער אַלמעכטיקער;
{מער לומדיש: אבינו שבשמים [ovínu|shèp-shomáyəm], דרומדיק: [ovínu|shèp-shomáyəm] (′אונדזער פאָטער וואָס אין הימל′);
{נאָכמער לומדיש:} אבהתנא דבשמיא [av(ə)həsónə|dəp-shmáyo], דרומדיק: [:av(ə)həsú:nə|dəp-shmáyu] (′אונדער פאָטער וואָס אין הימל′);
{פראַזע, צומאָל מיט אַ קאַפּ איראָניע:} דער וואָס זיצט אויבן און פּורקעט אונטן.
autism
(דער) אויטיזם (אויך: אָטיזם).
autism spectrum
(דער) אויטיזם (\אָטיזם) ספּעקטרום.
autocracy
(די) אויטאָקראַטיע (ל″ר: -ס); (די) זעלבסט⸗הערשאַפט (ל″ר: -ן).
autocrat
(דער) אויטאָקראַט (ל″ר: -ן); (דער) זעלבסט⸗הערשער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) אייינעראַליינעדיקער געוועלטיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
automobile
(די) מאַשין [mashín] (ל″ר: -ען); (דער) אָטאָמאָביל \ אויטאָמאָביל [o(y)təməbíl]; (דער) אויטאָ [óyto].
autonomous
אויטאָנאָם; {אין מזרח:} אַווטאָנאָם.
autonomy
(די) אויטאָנאָמיע; {אין מזרח:} אַווטאָנאָמיע.
autumn (n.)
(דער) האַרבסט [hárpst]; (דער) אָסיען [ós-yən];
{הערה: אין מזרח אייראָפּע איז „האַרבסט“ מער ליטעראַריש (אָדער אַפילו פּאָעטיש), „אָסיען“ מער טאָגטעגלעך — אין מערב פּונקט פאַרקערט}.
autumnal; autumn (adj.)
האַרבסטיק [hárpstik]; אָסיענדיק [ósyəndik];
{הערה: אין מזרח אייראָפּע איז „האַרבסט“ מער ליטעראַריש (אָדער אַפילו פּאָעטיש), „אָסיען“ מער טאָגטעגלעך — אין מערב פּונקט פאַרקערט};
{פּאָעטיש}: חשוונדיק [khéshv(ə)ndik].
(.autumn: early autumn (adj
פרי⸗האַרבסטיק [frí-hàrpstik]; פרי⸗אָסיענדיק [frí-òsyəndik];
{ליטעראַריש, פּאָעטיש:} תשרידיק [tíshrədik].
(.autumn: late autumn (adj
שפּעט⸗האַרבסטיק [shpét-hàrpstik]; שפּעט⸗אָסיענדיק [shpét-òsyən-dik];
{ליטעראַריש, פּאָעטיש:} תשרידיק [tíshrə-dik].
Av (Jewish month)
אב [ov], דרומדיק: [u:f]: דער עלפטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער פינפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינטלעך אין יולי–אויגוסט, האָט דרײַסיק טעג; חודש פון טרויער⸗טאָג תשעה⸗באב [tíshəbov].
(av beth din (head of a rabbinical court
(דער) אב בית⸗דין [àv-bézd(i)n]; {עמפאַטיש:} [áv|bézd(i)n].
avatar
{בכלל:} (דער) אַוואַטאַר [avətár]; סימבאָלישע פיגור וואָס רעפּרעזענטירט אַ ברייטערע אידיי; מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ מוסטער פון אַ באַוועגונג, אידעאָלאָגע, תקופה אָדער אַנדער אַבסטראַקטן ברייטערן יש.
{הינדואיזם:} אַ מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר דאָ אויף דער וועלט אַ מוסטער בזעיר אנפּין פון אַ העכערן געטלעכן וועזן; (דער) רעליגיעזער משולח [religézər m(ə)shúlekh], ל″נ (די) אַוואַטאַריטע [avətáritə]; רעליגיעזע משולחתטע [religézə m(ə)shulákhəstə].
{אויפן עקראַן פון קאָמפּיוטערס, מאָבילנע טעלעפאָנען און אַנדערע מכשירימלעך:} מענטשעלע, איקאָן, בילדעלע — וואָס שטעלט מיט זיך פאָר, אויף גיך⸗גיכער דערקענונג, אַ ספּעציפישן באַנוצער.
avenge
נקמה נעמען (פאַר) [nəkómə], דרומדיק: [nəkúmə];
{לומדיש:} זיך נוקם זײַן (פאַר) [nóykəm-zayn], צפונדיק: [néykəm-zayn].
(.average (n
(דער) דורכשניט (ל″ר: -ן).
(.average out (v
מאַכן אַ דורכשניט; אויסרעכענען דעם דורכשניט.
(.average (adj
מיטלדיק; דורכשניטלעך;
{פראַזע:} ני(ש)ט אַזוי אײַ⸗אײַ⸗אײַ.
aviation
(די) אַוויאַציע.
aviator
(דער) אַוויאַטאָר [àvyátər] (ל″ר: -ן [àvyatórn]; אויך: -ס).
avoid
אויסמײַדן (ל″ע: אויסגעמיטן; {דרומדיק דיאַלעקטיש אויך:} אויסגעמײַדט).
avoidance: for the avoidance of doubt
(ס′)זאָל קיין ספק דערוועגן ני(ש)ט זײַן [sófək], דרומדיק: [súfək].
(Avoth (Aboth, Avot, Pirkei Avot, Mishnah Avot
{בייגעוודיק:} דער פּרק [dər-péyrək], דרומדיק: [dər-páyrik] („דאָס שטייט דאָך אין פּרק!“);
פּרקי אבות [pìrkə-óvəs], דרומדיק: [pìrkə-úvəs];
{הערה: דער פאָרמעלער נאָמען „פּרקי אבות“ בלײַבט שיער ניט אומבאַנוצט אין לעבעדיקן לשון, מען נוצט מערניט: „דער פּרק“; נאָכמער, געבויגענערהייט בלײַבט „פּרק“ אַמאָפטסטן גענוצט אָן אַן אַרטיקל מעשה נאָמען ממש: „ס′שטייט אין פּרק…“; „אין די פּירושים אויף פּרק…“ וכדומה}.
avowed
אַליינדערקלערט; אויסגעשפּראָכן; אָפנבאַרלעך; פולמויליק;
{עמאָטיוו:} פאַרברענט;
{לומדיש, באַטאָנענדיק אַז דער מענטש לייקנט גאָרניט אָדאָס וואָס אַנדערע זײַנען נוטה לייקענען, נאָכמער יענער שרײַט עס ַארויסעט בפני כל עם ועדה:} מוסר⸗מודעהדיק [mòysər-mədó-ədik], דרומדיק: [mòysə(r)-mədú:-ədik]; צפונדיק: [mèysər-mədó(y)-ədik].
(.awake(n) (v. trans
אויפוועקן; וועקן; אַ וועק טאָן.
(awake (not asleep
וואַך.
away
אַוועק; {אינטים; אומפאָרמעל:} אַוועקעט.
awe
(דער) יראת הכבוד [yìrəs-(h)akóvəd], דרומדיק: [yìrəs-(h)akúvit];
{דיאַלעקטיש:} (דער) אָפּשײַ.
awesome! (interj.)
גוואַלדיק!; או⸗וואַ!; וואַ! [va:a:a]; אָהאָ! אײַ אײַ אײַ! [á-yáy-yáy]; אָט (האָסטע) אַ מעשה! [ót (hostə) a màysə];
{מיט גוזמאדיקײַט, אַז אַזאַ גרויסע זאַך איז שוין מסוכן:} געפערלעך! סכנותדיק! [sakónəzdik]; אַ שרעק!
{דווקא יידישלעך:} נסים ונפלאות! [nìsəmvənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés minashomáyəm]; די אַנדערע טעג יום⸗טוב! [yóntəf]; {אין ישיבהשן לשון צומאָל:} ממש! [máməsh].
awesome (adj.)
נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəm-vənifló(y)ə(s)dik]; אויסערגעוויינ(ט)לעך; פאַנטאַסטיש; וואונדערלעך; {פראַזע:} וואונדער איבער וואונדער.
awful
שרעקלעך; געפערלעך.
awful lot of
אָן אַ שיעור [ó|nashíyər], דרומדיק: [(ú:|nashí:yə(r]; (גאָר) אַ סך [asákh]; אַ גוזמא [agúzmə]; דרומדיק: [agízmə]; אַ ים מיט [yám];
{לומדיש:} אַ שלל מיט [ashlál].
awkward
{אין די מענטשלעכע באַציאונגען:} פּריקרע;
{אויך אין פיזישן זין:} אומגעלומפּערט [ùm-gəlúmpərt]; אויך: [úm-gəlùmpərt]; לעפּיש.
AWOL
פאַרשוואונדן אָן דערלויבעניש; „אַוואָל“.
ax
(די) האַק (ל″ר: העק).
Axis powers
די אַקסיס⸗לענדער (ל″ר); די מאַכטן אינעם היטלעריסטישן פאַרבאַנד.
axle
(דער\די) אַקס (ל″ר -ן).
ayin
ע: (עין, עַיִן) [áyən] — דער זעכצעטער אות פון יידישן אלף⸗בית וואָס צייכנט אָפּ דעם באַטאָנטן וואָקאַל [e] (טעכנישער פאָנעטישער סימבאָל [ε]) אין דער פאָנעטעשיר סיסטעם פון יידישן אויסלייג, למשל „עפּל“, „פרעגן“, „קופּע“ (זעלטן סוף וואָרט, אַז מ′זאָל טרעפן אַ באַטאָנטן עין). עין מאַכט זיבעציק (70) אין דער סיסטעם יידישע נומעראַציע.
אין די דרומדיקע דיאַלעקטן צעטיילט זיך אָבער דער באַטאָנטער עין אין צווייערליי קלאַנגען געווענדט אָנעט וואָרט און זײַן געשיכטע: דער קורצער [e] און דער לאַנגער, וואָס ווערט פאַקטיש פאַרוואַנדלט אינעם דיפטאָנג [ey], אַזויאַרומעט, אין דרום, אַז דער רבים פון אַ בעט (צום שלאָפן) איז: „בעטן“ [bétn], בשעת ווען מען גייט „בעטן“ [béytn] אַ טובה. ביים צפונדיקן ליטוואַק איז דאָ מערניט איין קלאַנג. אין דרומדיקן יידיש, ווייס פּשוט דער וואָס רעדט נאַטירלעך אַוועלכן. דאָס איז אגב דאָס אייגענע בײַ אַלטע יידישע ווערטער פון סעמיטישן אָפשטאַם אויך, כאָטש דאָרטן שרײַבן זיך די ווערטער היסטאָריש עטימאָלאָגיש, ניט פאָנעטיש. דער [e] קלאַנג אין דרום איז למשל קורץ אין „אמת“ און „היתר“, און פאַרקערט לאַנג אין „בגד“ און „חסד“. אין טייל פון אוקראַינישן יידיש, אין וואָלין איז געווען אַן אונטערדיאַלעקט פון יידיש אַוואו דער לאַנגער וואַריאַנט פונעם באַטאָנטן עין איז גאָר אַריבער אויף [i], למשל [klípm] אויף „קלעפּן“, [tívə] אויף „טבע“. פון אָט די „חיריק יידן“ (אָדער: „וואָס ריידן אויפן חיריק“), איז שיער ניט קיין שריד ופליט בײַ הײַנטיקן טאָג אויך ניט פאַרבליבן.
ניט⸗באַטאָנטערהייט איז דער עין אַ צייכן אויף אַן אומבאַטאָנטן שווא⸗מעסיקן וואָקאַל, וואָס מען טראַנסקריבירט מיט אַ שווא (ə); פאַקטיש אָבער איז פאַראַן אַ גאַנצער גאַנג פון פאָנעטישע רעאַליזאַציעס, בתוכם אַזעלכע וואָס נייגן צו [i], למשל אין: „בוידעם“, „שלום“ אין טייל דיאַלעקטן, אָדער צו [a] וואו⸗ניט⸗וואו, למשל אין די לשון⸗רבימדיקע ענדונגען פון צווייטן דימינוטיוו, אַשטייגער: „פייגעלעך“, „שטעטעלעך“.
אין ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, קען מען טרעפן געשריבענע עינס וואָס שטעלן מיט זיך פאָר גאָר פאַרשיידענע פאָנעטישע גלגולים, אַשטייגער: „עסק“ [éysik]; „כעס“ [ká(ə)s]; „בנעימות“ [bin(ə)íməs]; טענה [táynə] און נאָך וואָס האָבן ניט קיין שייכות מיטן אַרויסרייד פונעם עין פון דער פ אָ נ ע ט י ש ע ר סיסטעם וואָס גילט אומעטום אויסער בײַ דער לעקסיק וואָס שטאַמט פון לשון⸗קודש און אַראַמיש, וואָס אין דיאָ שפּראַכן איז דער עין גאָר געווען אַ סעמיטישער קאָנסאָנאַנט וואָס איז לאַנג פאַרפאַלן געוואָרן.
English-Yiddish Dictionary
B
A B C D E F G H I J K L M
N O P Q R S T U V W X Y Z
B
(דער) בע (צווייטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:bi].
(Baal Shem Tov (1700-1760
{היימיש:} דער בעל שם טוב [dər|bal-shém-tòv]; דער בעש″ט [dər|bésht]; {ווייניקער היימיש, מער אַקאַדעמיש:} ר′ ישראל בעל שם טוב.
babble
פּלוידערן; פּלאַפּלען;
{פראַזע:} האַקן אַ טשײַניק.
baby
(דאָס \ לויטן מין פון קינד: די\דער): עופעלע [óyfələ], צפונדיק: [éyfalə].
(Baby! (endearing to a woman
מיידעלע!; מיידל מײַנס!, דרומדיק: [máydl-má:ns]; צפונדיק: מיידל מײַנע [méydl-máynə].
baby girl naming ceremony
(דער) האָלעקרייש {מנהג פון עלטערן אשכנז, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט אין פאַרשיידענע קרײַזן].
(Babylon (/Babylonia
בבל [bóvl], דרומדיק: [búvl];
{אַקאַדעמיש, אַז מען וויל דווקא ריידן אויך אויסער אַ תנ″כישער ראַם:} באַבילאָניע.נ
Babylonian Talmud → Talmud
bachelor
(דער) בחור [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r], ל″נ: (די) בחורטע [bókhər-tə], דרומדיק: [búkhə(r)-tə] (ל″ר: -ס);
{בייגעוודיק:} אַ ני(ש)ט חתונה⸗געהאַטע(ר);
{מיטן באַדײַט אַז דער מענטש האָט ניט מצליח געוען חתונה האָבן און האָט פאַרשפּילט:}
{בייגעוודיק:} אַ פאַרזעסענע(ר);
אַן אַלטער בחור; אַן אַלטער באָק, ל″נ: אַן אַלטע מויד; אַן אַלטע מאַד.
(.back (n
(דער) רוקן (ל″ר: -ס);
{הערה: אין טייל דיאַלעקטן גילט „(די) פּלייצע“, וואָס איז אָבער ניט קלאָר מחמת אין אַנדערע דיאַלעקטן איז „פּלייצע“ טײַטש: „(דער) אַקסל“}.
(.back (adv
צוריק [tsərík];
{דיאַלעקטיש און אַרכעאיש, אָבער אויפגעלעבט דאָ און דאָרטן אויף שפּראַכיק⸗דיאַלעקטישער אויטענטישקײַט און אויף אַ ליטעראַרישער שטימונג:} קאַריק [karík], קריק.
!back: Let’s go back
(לאָמיר גיין) אויף צוריק!; (דיאַלעקטיש:} אויף קאַריק!; אומקערן זיך!;
{שפּאַסיק:} השיבנו נאַזאַט! [hashivéynu|nazát], דרומדיק: [h)ashiváyni:-nazát)] {געשריבן אויך: „נאַזאַד“}.
back alley
הינטערגעסל (ל″ר: -עך).
back door
(די) הינטערשטע טיר (ל“ר: -ן);
{מיט הומאָר, וועגן דער צווייטער טיר (אַשטייגער פון קיך) וואָס פירט אויף די טרעפּ אויפן הויףף להיפּוך צו דער פּאַראַדנער טיר וואָס פירט צו די טרעפּ אין גאַס אַרײַן, אין קלאֲַסישע דירות אין פאַרשדייענע שטעט}: די שוואַרצע טיר.
backbone
(די) שדרה [shédrə] (ל″ר: שדרות); (דער) רוקנביין (ל″ר: -ער).
(.backbone: has no backbone (fig
פּחדניש [paghdónish], דרומדיק: [paghdú:nish]; פּחדנותדיק [paghdónəzdik], דרומדיק: [paghdú:nəzdik]; מוטלאָז; טרוסעוואַטע;
{אינטעליגענטיש (צומאָל מיט אַ הומאָריסטישן וואונק:} אָנשדרהדיק [ón|shédrə-dik]; {מיט אַ שאַרפערן קנייטש:} שדרהלאָז [shédrə-loz].
{סלענגיש וואולגאַריש:} האָט ניט קיין בצים [béytsəm], דרומדיק: [báytsəm].
background
(דער) הינטערגרונט;
{פיגוראַטיוו, אויך:}
(דער) קאָנטעקסט;
{אין זין פון די פריערדיקע שטאַפּלען פון אַוואָס ניט⸗איז:}
די (פריערדיקע) געשיכטע; (די) פאָרגעשיכטע;
{אין זין פון דער פראַגע, פון וואַנעט שטאַמט אָפּעט אַוואָס⸗ניט⸗איז:}
(דער) אָפּשטאַם; (דער) שורש (פון אַ זאַך\מענטשן) [shóyrəsh], צפונדיק: [shéyrəsh];
{לומדיש:} די שרשים [shəróshəm], דרומדיק: [shərú:shəm] (ל″ר).
backlash
(דער) קעגנקלאַפּ (ל″ר: קעגנקלעפּ); (דער) צוריקשלאָג (ל″ר: -ן); (דער) קעגנרוף (ל″ר: -ן).
(.backstab (v
שטעכן אין רוקן אַרײַן; דערשטעכן מיטן מעסער אין רוקן (ל″ע: דערשטאָכן); אַרײַנרוקן הינטערווײַלעכץ דעם מעסער.
backstabber
(דער) רוקנשטעכער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) רוקנשטעכערין (ל″ר: -ס).
(.backstabbing (n
(די) גאָרגלשנײַדערײַ; (די) רוקן⸗שטעכערײַ.
backstop
{פיגוראַטיוו, אַז ס′גייט די רייד וועגן מאַכן אַ באַלדיקן סוף צו אַ⸗וואָס⸗ניט⸗איז:} (מאַכן אַן) עד⸗כאן [àt-kán]; {עמאָטיוו:} זאָגן דיינו [zògn|dayéynu], דרומדיק: [zùgn|dayáyni:] (′וואָלט אונדז גענוג געווען′ פונעם פּסחדיקן ליד פון דער הגדה);
{מעכאַניש:} (דער) אָפּהאַלטער (ל″ר: -ס);
{וועגן בריטישן „ברעקסיט“:} דער אָפּהאַלט⸗הסכם; (דער) „בעקסטאָפּ“.
(backward (primitive
אָפּגעשטאַנען; הינטערשטעליק; אומאַנטוויקלט; בלײַבנדיק פון הינטן.
(‘backward(s) (‘back to front
פאַרקערט; קאַפּויער; {בײַ טייל חרדים:} אויף הינטער; אַהינטער.
(.backward(s) (‘in backward direction’) (adv
אויף צוריק [aftsərík]; צוריקצוצו [tsərík|tsə-tsù], דרומדיק: [:tsərík|tsə-tsì]; {דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, ליטעראַריש:} אויף קאַריק [af-karík];
{ליטעראַריש און אין טייל חרדישע סביבות:} אויף הינטערווײַלעכץ;
{אין טייל חרדישע סביבות:} ריקווערטס;
{שפּאַסיק:} (מאַכנדיק\מאַכן) „אַ השיבנו נאַזאַט“ [hashivéynu|nazát], דרומדיק: [h)ashiváyni:-nazát)] {געשריבן אויך: „נאַזאַד“}.
background check
(די) פּערזענלעכע אונטערזוכונג;
{ווי אַן אַמעריקאַנער פּרט⸗באַגריף, צי מיט אַ קאַפּ הומאָר:} (דער) בעקראַונד טשעק.
bad
שלעכט; ני(ש)ט גוט;
{אויף פאַרשטאַרקן:} (אַזוי) ריכטיק שלעכט; גוט שלעכט; טאַקע שלעכט; שטאַרק שלעכט; בפירוש שלעכט [bəféyrəsh], דרומדיק: [bəfáyrəsh].
bad person
אַ שלעכטער מענטש (ל″ר: -ן);
{בייגעוודיק:} אַ שלעכטע(ר); ני(ש)ט קיין גוטע(ר).
(bad things (bad or irksome events, setbacks
אָנשיקענישן (ל″ר; ל″י: אַן אָנשיקעניש [anón|shìkənish], דרומדיק: [anún|shìkənish]);
אָנקלעפּענישן (ל″ר; ל″י: אַן אָנקלעפּעניש); [anón|klèpənish], דרומדיק: [anún|klèpənish];
שלעק (ל″י: שלאַק);
פּעקלעך צרות [péklakh|tsórəs], דרומדיק: [péklakh|tsú:rəs] (ל″ר; ל″י: אַ פּעקל צרות);
{לומדיש:} משלחתן [məsh-lákhəsn] (ל″ר; ל″י: אַ משלחת);
{נאָכמער לומדיש:} מקרים רעים [mìkrəm-ró(y)əm], דרומדיק: [mìkrəm-rú:əm] (ל″ר).
badge
(דער) אַמט⸗צייכן (ל″ר: -ס);
{טאָמער אַ מעטאַלענער, אויך:} (דער\דאָס) בלעכל (ל″ר: -עך).
badge of honor
אַ סימן פון כבוד [sìmən-fun|kóvəd], דרומדיק: [sìmən-fin|kúvət];
{טאָמער דווקא אַן אָפיציעלע אויסצייגענונג:} אַן אויסצייכענונג; אַן ערן⸗צייכן.
badge: badge of shame
אַ שאַנד⸗צייכן (ל″ר: -ס); אַ שאַנד⸗סימן [shánd-sìmən].
אַ קַיִן⸗צייכן [káy(ə)n-tsèykhn], דרומדיק: [ká:y(ə)n-tsàykhn] (< בראשית ד′: ט″ו);
{מער לומדיש:} אַן אות קין [anòs-káy(ə)n].
badge: show one’s (official) badge
(באַ)ווײַזן דעם הערב (ל″ע: געוויזן; באַוויזן); אַרויסנעמען דעם הערב (ל″ע: אַרויסגענומען).
badge: wear a badge signifying employee or official status
טראָגן אַ צייכן; גיין מיט אַ צייכן.
(.badger (v
דערגיין די יאָרן; פאַרנודיען (\פאַרנודזשען); אָנמוטשען; פּלאָגן; {ארכעאיש:} דערקוטשען.
(.bag (n
(דאָס\דער) זעקל (ל″ר: -עך);
{אַ קליינינקער:} (דאָס\דער) זעקעלע (ל″ר: -ך)
{אַ גאָר גרויסער:} (דער) זאַק (ל″ר: זעק).
bag of tricks
אַ גאַנצע ריי שפּיצלעך (\פאָרטלען \שטיקלעך \תחבולות [taghbúləs], דרומדיק: [taghbí:ləs]).
baggage
(דער) באַגאַזש;
{פראַזעס}: די פּעקלעך; די פּעקעלעך; די טשעמאָדאַנעס מיט די וואַליזקעס.
(.Bahya ben Joseph ibn Pakudah (11th cent
רבינו בחיי [rabèynu-b(ə)kháy], דרומדיק: [(rabàyni:-b(ə)khá:(y];
דער חובות הלבבות [dər-khòyvəs-(h)al(ə)vóvəs], דרומדיק: [də(r)-khòyvəs-(h)al(ə)vúvəs], צפונדיק: [dər-khòèyvəs-(h)al(ə)vóvəs] („האָסטו עס דען געפונען בײַם חובות הלבבות?“);
ר′ בחיי בן יוסף אבן פּקודה.
(.bail (n
(די\דאָס) ערבות [órvəs];
{וועגן דער סומע גופא:} (די\דאָס) ערבות געלט;
{אַרכעאיש:} (די) קויציע.
(bail skipper (who flees
(דער) בורח [bəréyəkh], דרומדיק: [bəráyəkh] (ל″ר: בורחים [bórkhəm]), ל″נ: בורחטע (ל″ר: -ס).
(.bait (n
(דאָס\דער) רייץ⸗ווערעמל (אויך: ⸗ווערימל); (די) אַרײַננאַרעכץ; (דער) אַרײַננאַר⸗שפּײַז.
(bait (harass/degrade
זיך טשעפּענען (צו); העצן; צאַפּן די (\דאָס) בלוט (בײַ).
bake
באַקן (ל″ע: געבאַקט, אויך: געבאַקן);
{טאָמער טראַנזיטיוו וועגן אַ געבעקס וואָס איז דערפירט געוואָרן צו אַ גמר:} אָפּבאַקן [ób(b)àkn]; („באַקן קען ער דאָך, אָקערשט האָט ער אָפּגעבאַקט אָט די צען בייגל“).
baker
(דער) בעקער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בעקערין (ל″ר: -ס).
(Baker, Shane (b. 1968
שיין בייקער.
bakery
(די) בעקערײַ [bekəráy]; {אין מזרח, אויך אַרכעאיש און דיאַלעקטיש אַנדערשוואו:} (די) פּעקאַרניע [pəkárnyə].
(.baking (n
(דאָס\דער) באַקן.
baking oven
(דער) באַק⸗אויוון (ל″ר: -ס);
{הערה: די ראַדיקאַלע שרײַבונג „באַקאויוון“ איז סײַ שטאַרק שווער צו פאַרשטיין אויפן ערשטן בליק, סײַ אויסטערליש פאַרן אויג פון יידישן לייענער, ס′וואַקסט פון דער דורכגעפאַלענער שיטה פון ציילן טראַפן אויף צו באַשטימען. אַגב, אין חרדישע קהילות היט זיך אויף די טראַדיציע פון דור דורות — שרײַבן באַזונדער}.
bald
פּליכעוואַטע(ר); ליסע(ר).
bald(ing) man
{בייגעוודיק:} (דער) פּליכעוואַטער;
{פראַזע:} וואָס ס′קריכן בײַ אים אַרויס די האָר [ba-ém], דרומדיק: [ba-éym], אויך: [ba-í:m].
(.Balaam (bibl
בלעם [bíləm], מער פאָרמעל: [bílom].
(.Balak (bibl
בלק [bólək], דרומדיק: [bú:lik];
{ווערטל:} לערנען (מיט עמעצן) בלק (′אַזוי ריכטיק אַרײַנזאָגן′).
ball (of string, cord, etc)
(דער) קנויל (ל″ר: -ן.
ball (round object for games)
(דער) באָל (ל″ר: -ס; אויך: -ן); (דער) באַל (ל″ר: -ן); (דער) באַלעם (ל″ר: -ס; (די) פּילקע (ל″ר: -ס).
(ball (social event
(דער) באַל (ל″ר: בעלער).
ball of string
(דער) קנויל (ל″ר: -ן).
ballad
(די) באַלאַדע (ל″ר: -ס).
(.ballot (n
{אין אַלעמיינעם זין} (די) אָפּשטימונג (ל″ר: -ען); (די) וואַלן (ל″ר);
[אין ספּעציפישן זין פון אַן איינציקער אויפגעהיטער שטימע, דעיר עיקר אַז ס′איז אַ שטיקל פּאַפּיר:} (דער\די\דאָס) שטים⸗פּאַפּיר (ל″ר: -ן); (דער)\דאָס) שטים⸗צעטל (ל″ר: -עך); (דער) אויסווייל⸗בלאַנק (ל″ר: -ען); (דער) וואַל⸗בלאַנק (ל″ר: -ען).
balls (slng. for ‘courage’)
בצים [béytsəm] {ניט⸗פאָרמעל, טיילמאָל שפּאַסיק, בײַ טראַדיציאָנעלע קרײַזן פאַררעכנט וואולגאַר}. סטיליסטיש נייטראַלע וואַריאַנטן: מוט, באַהאַרצטקײַט, קוראַזש, בראַווקײַט.
(Bal-Makhshoves / Isidor Eliashev (1873–1924
בעל⸗מחשבות [bál-makh|shóvəs], דרומדיק: [bál-məkh|shúvis];
ד″ר איסידאָר (ישראל) הן שלמה זאַלקינד עליאַשעוו (\אלישוב);
געבאָרן און געשטאָרבן: קאָוונע.
אַ פאַלשע מעשה! [afálshə-máysə]; אַ ליגן די מעשה!; אַ באָבע⸗מעשה [bóbə-màyse], דרומדיק: [búbə-má:nsə]; כזב ושקר! [kózəv|(v)əshékər], דרומדיק: [(kú:zəf|(v)əshé(y)kə(r]; שקר וכזב [shékər|(v)əkózəv], דרומדיק: [shéykə(r)|(v)əkú:zəf]; אַ ליגן די מעשה!; ס′הייבט זיך ניט אָנעט! [s-héybdzakh-nitónit], דרומדיק: [s-háyptsakh-nishtúnit];
{פראַזעס:} אַ נעכטיקער טאָג!; דעם קאָפּ געדרייט! ליטוויש: די קאָפּ געדרייט!; ני(ש)ט געשטויגן ני(ש)ט געפלויגן [ni(sh)t-gishtóyn ni(sh)t-giflóygn], ליטוויש: [nìgishtéygn-nìgifléygn]; אין תמוז גייט אַ שניי! [intáməz geyt-ashnéy]; באָבקעס!.
{לומדיש:) דברים בטלים! [dvórəm|bətéyləm], דרומדיק: [dvú:rəm|bətáyləm]; לא דובים ולא יער [loy-dúbəm vloy-yáər], דרומדיק: [loy-dí:bm vloy yá:r] (′ניט ס′איז דאָ בערן, ניט ס′איז דאָ אַ וואַלד′); להד″ם! [l-hódəm] ,[lahadám] = לא היו דברים מעולם [loy-hóyu dvórəm meyóyləm], דרומדיק: [loy-húyə dvú:rəm mayóyləm].
(.ban (n
(די) פאַרווערונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרבאָטעניש (ל″ר: -ן);
{דער עיקר לגבי אַ יידיש⸗רעליגיעזער רבנישער פאַרווערונג, קען אָבער באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט מיט איראָניע:} (דער) איסור [ísər] (ל″ר: איסורים [isúrəm], דרומדיק: [isí:rəm]);
{אין זין פון אַן איזאָלירנדיקן עדיקט אַקעגן אַ מענטש אָדער גרופּע, דער עיקר מצד רבנים, קען אָבער באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט:} (דער) חרם [khéyrəm], דרומדיק: [kháyrəm] (ל″ר: חרמס [khéyrəms], דרומדיק: [kháyrəms]) {≠ „חרמות“ וואָס איז טײַטש ′קללות′).
(.ban (v
פאַרווערן; פאַרבאָטן;
{לומדיש:} אסרן [ásərn];
{וועגן רבנישן איסור אויף האָבן צו טאָן מיט אַ געוויסן מענטשן אָדער גרופּע; קען באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט וועגן ניט⸗רעליגיעזע און ניט⸗יידישע פאַלן:} לייגן (\שטעלן) אין חרם [in-khéyrəm], דרומדיק: [in-kháyrəm].
banal
סקאַרבאָווע; באַנאַל; אויסגעדראָשן.
banana
(די) באַנאַנע (ל″ר: -ס).
banana republic
(די) באַנאַנישע רעפּובליק (ל″ר: -ן); (די) באַנאַנסקע רעפּובליק (ל″ר: -ן)
banana tree
(דער) באַנאַנבוים [banán-bòym] (ל″ר: באַנאַנביימער).
(band (n.) (group of people, referred to disrespectfully
(די) באַנדע (ל″ר: -ס); (די) כאַליאַסטרע (ל″ר: -ס); (די) כאָפּטע (ל″ר: -ס).
(band (n.) (musical
(די) קאפּעליע [kapél(y)ə] (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) אָרקעסטערל (ל″ר: -עך); (דער) אַנסאַמבל (ל″ר: -ען);
{ווייניקער פאָרמעל, מער היימיש:} אַ גרופּע קלעזמאָרים (כלי⸗זמרים).
band of thieves
אַ באַנדע גנבים [abándə|ganóv(ə)m], דרומדיק: [abándə|ganúv(ə)m]; אַ כאָפּטע גזלנים [gazlónəm], דרומדיק: [gazlú:nəm].
band leader
(דער) קאַפּעלמײַסטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{אומפאָרמעל:} (דער) ראש הקלעזמאָרים (אויך: כלי⸗זמרים) [ròsh-(h)aklèzmórəm].
band together
זיך צונויפקלײַבן אַרבעטן צוזאַמען; זיך צונויפרופן.
(.bandage (n
(דער) באַנדאַזש (ל″ר: -ן).
(.bandage (v. trans
באַנדאַזשירן; פאַרבאַנדאַזשירן; איבערבינדן (אַ וואונד \ ראַנע).
(bank (of a river
(דער) ברעג (טײַך).
bank (n.) (financial institution)
(די) באַנק (ל″ר: בענק [béynk]).
(bank at (certain bank
נוצן אַלץ באַנק; פירן די באַנק⸗געשעפטן בײַ.
Bank of England
דער ענגלענדער באַנק [éyngləndər].
bank on
פאַרלאָזן זיך אויף;
{לומדיש:} זיך סומך זײַן אויף [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn];.
(.banking (n
באַנק⸗געשעפטן (ל″ר);
{אָפּלאַכעריש:} (די) באַנקערײַ.
banknote
(דער) באַנקנאָט [banknót] (ל″ר: -ן).
banner
(די) פאָן.
bannister, railing
(דער) פּאַרענטש [paréntsh] (ל″ר: -עס \ -ן); {אַרכעאיש:} (די) פּאַרענציע (ל″ר: -ס).
banquet
(דער) באַנקעט [bankét] (ל″ר: -ן); (די) סעודה [s(ə)údə], דרומדיק: [s(ə)í:də].
(.banter (n
סתם⸗רייד [stám-rèyd], דרומדיק: [stám-ràyt]; (דער\דאָס) געפּלאַפּל; (דער\דאָס) געפּילדער; (דער\דאָס) געפּלוידער;
{פראַזעס:} סתם אין דער וועלט אַרײַן גערעדט; זיך אַרומגעקיבעצט; גלאַט געפּלאַפּלט.
baptism
(די) טויפונג (ל″ר: -ען); (די) קריסטלעכע אײַנטונקונג (ל″ר: -ען); (די) קריסטלעכע טבילה [tvílə] (ל″ר: טבילות);
{ביטולדיק, וועגן אַ ייד וואָס מאַכט אַּדורך די אײַנטונקונגס⸗צערעמאָניע אויף צו ווערן אַ קריסט:} (די\דער) שמד [shmád]; (דאָס\דער) טויפן זיך; (דאָס\דער) טובלען זיך [tóyvlən], צפונדיק: [téyvlən]; (די) גויאישקע טבילה [tvílə].
Baptism
(דער) באַפּטיזם.
(.Baptist (n
(דער) באַפּטיסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) באַפּטיסטין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) באַפּטיסטקע (ל″ר: -ס).
(.Baptist (adj
באַפּטיסטיש; באַפּטיסטן⸗.
(bar (place to buy drinks
(דער) באַר (ל″ר: -ן, אויך: -ס); (די) שענק [shéynk] (ל″ר: -ען [shéynk(ə)n]); {אַרכעאיש:} (די) קנײַפּע (ל″ר: -ס);
{טאָמער וועגן אַמאָליקע צײַטן, ווען ס′האָט אָפטמאָל באַדײַט אַן אָרט וואו אי מען קען איבערנעכטיקן אי מען אַרײַן כאַפּן אַ טרונק), צי עמאָטיוו (צומאָל מיט וואַרעמקײַט) וועגן אַ הײַנטצײַטיקן:} (די) קרעטשמע (ל″ר: -ס).
(.bar (v
אויסשליסן; פאַרווערן; בלאָקירן; {לס″נ:} ני(ש)ט צולאָזן;
{טאָמער דווקא וועגן פיזיש ניט אַרײַנלאָזן:} פאַרשפּאַרן דעם וועג (צפונדיק: די וועג}; ני(ש)ט אַרײַנלאָזן.
bar song
(דאָס\די) קרעטשמע⸗ליד (ל″ר: ער); (דאָס\די) טרינק⸗ליד (ל″ר: -ער);
{פראַזע:} אַ ליד צו די לחיימס [ləkháyəmz].
barbecue (n.)
(דער) באַרבעקיו [bárb(ə)kyu] (ל″ר: -ס).
barbecue (v.)
מאַכן אַ (\דעם) באַרבעקיו [bárb(ə)kyu]; („נו, מ′עט מאַכן אַ באַרבעקיו?“).
{דער עיקר פאַר מענער, אויף אַ מער פּשטותדיקן בעל⸗מלאכה, וועמענס הויפּט⸗אויפגאַבע איז טאַקע אָפּשערן:}
(דער) שערער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: שערערקע (ל″ר: -ס); (דער) פּאַריקמאַכער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); {אַרכעאיש:} (דער) צירולניק (ל″ר: -עס);
{דער עיקר פאַר פרויען, וואָסאַמאָל מער פאר אַלעמען, וואָס איז כולל אויסצוואָגן, פאַרבן וכו′:}
(דער) פריזירער [frizírər] (ל″ר: ø, אויך: -ס); ל″נ: פריזירערקע\פריזירערין (ל″ר: -ס); (דער) פריזער [frizér] (ל″ר: -ן).
barber: go to the barber(‘s)
{בכלל:} (גיין) מאַכן די האָר;
{דווקא אויף אָפּשערן זיך:} (גיין) זיך אָפּשערן;
{דווקא אויף קאָליר:} (גיין) זיך (אָפּ)פאַרבן די האָר.
barcode
(דער) באַר⸗קאָד (ל″ר: -ן).
(Bar-El, Joseph (1930–2003
בר⸗אל [barél]
יוסף בר⸗אל [yóysəf-barél];
פּראָפעסאָר יוסף (גאָטעסמאַן) בר⸗אל.
Bar Kokhba (Bar-Kochba), Simon (?—135 AD)
בר⸗כוכבא [bàr-kóghbə];
שמעון בר כוכבא.
(.bare (v
אַנטבלויזן; אַנטפּלעקן.
(.bare (adj
בלויז; נאַקעט; אומבאַדעקט; {דיאַלעקטיש:} הויל.
barefoot
באָרוועס (אויך: באָרוויס).
barely
קאַם; עלטערע שרײַבונג: קוים; קאַם⸗קאַם (\קוים⸗קוים) [kám|kám], דרומדיק: [kó:m|ko:m];
קאַם מיט צרות [kám|mit-tsórəs], דרומדיק: [kám|mit-tsórəs];
מיט כמה צרות [mit-kámə|tsórəs], דרומדיק: [mit-kámə|tsú:rəs].
(.bargain (n
(די) מציאה [mətsíyə] (ל″ר: מציאות).
!bargain: What a bargain
{ערנסט⸗באַוואונדערנדיק צי אָפּלאַכעריש⸗סאַרקאַסטיש געווענדט אין דער אינטאָנאַציע:} אָט אַ מציאה!; אַזא מציאה!; וואָס פאראַ מציאה!;
{אָפּלאַכעריש און ביטולדיק:} יענע מציאה!; אויך מיר אַ מציאה! [óykh-mir-amtsìyə], צפונדיק: [óykh-mir-amtsìyə].
(.bargain (v
זיך דינגען; האַנדלען; פאַרהאַנדלען;
{סלענגיש:} שאַכערן.
(bargain for (expect
ריכטן זיך אויף; אַרויסקוקן אויף; דערוואַרטן; זײַן גרייט אויף.
(bark (of tree
(די) קאָרע.
(bark (of dog
(די) האַווקע [háfkə] (ל″ר: -ס); (דער) ביל (ל″ר: -ן); (דער) ביל⸗טאָן.
(.bark (v
האַווקען [háfkən]; בילן.
(.barking (n
(די) בילערײַ (ל″ר: -ען); (די) האַווקערײַ (ל″ר: -ען).
barmaid
(די) באַר⸗מויד (ל″ר: -ן); (די) משקאות⸗קעלנערין [mash-kóəs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר: -ס);
{מיט אַ קאַפּ הומאָר:}
(די) שענקערין [shéynkər(i)n] (ל″ר: -ס) {עמאָטיוו:} (די) שענקערקע (ל″ר: -ס);
(די) בעל⸗משקאותטע [bàl-mash-kóəs-tə], דרומדיק: [bàl-mash-kú:əs-tə] (ל″ר: -ס).
(bar-mitzvah (celebration of a boy’s reaching the age of 13
(די) בר⸗מצווה [bar-mítsvə]; (די) בעל⸗מצווה [bal-mítsvə];
{פראַזעס:} ווערן בר⸗מצווה \ בעל⸗מצווה; בר⸗מצווה \ בעל⸗מצווה געוואָרן.
{הערה: וואָס מער מען האָט אין שפּעטערדיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אָנגעפרעגט בײַ זקנים פון גאָר פאַרשיידענע יידישע דיאַלעקטן, סײַ דרומדיקע סײַ צפונדיקע, וועגן דעם וואַריאַנט פון ז י י ע ר יוגנט, און נאָכמער וועגן דעם ווי אַזוי זייערע טאַטע⸗מאַמע און באָבע⸗זיידע האָבן עס אָנגערופן, אַלץ מער איז קלאָר געוואָרן, אַז דער הויפּט נוסח אויף יידיש איז גראָד געווען: „בעל⸗מצווה“, און די פאָרם איז שיער ניט „אומבאַוואוסטזיניקערהייט“ פאַרביטן געוואָרן דורך דער סטאַנדאַרדער העברעאישער פאָרמע, בפרט אין די אַלע אימיגראַציע לענדער פון יידיש ריידנדיקן פאָלק. צי מען וויל פּרובירן אויפלעבן די ספּעציפיש יידישע פאָרמע צי ניט, קען ניט שאַטן דעם קולטור⸗היסטאָרישן מהלך צו פאַרגעדענקען}.
barn
(דער) שײַער (ל″ר: -ן); (דער) שפּײַכלער (ל″ר: -ס).
barracks
(די) קאַזאַרמע (ל″ר: -ס).
barrel
(דער) פאַס (ל″ר: פעסער).
barren
וויסט; פּוסט; ליידיק;
{פראַזע:} וויסט און לער; וויסט און ליידיק.
barren land
(דאָס\די) פּוסטלאַנד;
{לומדיש:} אומזריעהדיקע קרקע [ùm-zríyədikə|kárkə], דרומדיק: [ìm-zrí:yədikə|kárkə].
barren man
(דער) עקר [ókər], דרומדיק: [(úkə(r] (ל″ר: -ים [akórəm], דרומדיק: [akú:rəm]).
{בייגעוודיק:} (אַן\דער) אומפרוכפּערדיקער;
{לומדיש, בייגעוודיק:} (אַן\דער) אומזרעדיקער [ùm-zérədikər], דרומדיק: [(ìm-zéyrədikə(r].
barren woman
(די) עקרה [akórə] דרומדיק: [akú:rə] (ל″ר: עקרות);
{מיט וואַרעמקײַט און צאַרטקײַט:} (די) עקרת הבית [akèrəs-(h)abáyəs], דרומדיק: [akèyrəs-(h)abá:(y)əs];
{ע″ט און ליטעראַריש:} (די) אומטראַכטערין (ל″ר: -ס).
bartender
(דער) באַר⸗מאַן (ל″ר: באַרלײַט); (דער) משקאות⸗קעלנער [mash-kóəs], דרומדיק: [mash-kú:əs] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{מיט אַ קאַפּ הומאָר:}
(דער) שענקער [shéynkər] (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס)
(דער) בעל⸗משקאות [bàl-mash-kóəs-tə] (ל″ר: -ס).
(.base (n
{טאָמער דווקא אַ געבוי, אַ פיזישער יש, צי מיליטעריש צי ניט:}
(די) באַזע (ל″ר: -ס);
{טאָמער אין זין פון אַ פיזישן יש סאַמע אונטן אויף וועלכן ס′שפּאַרט זיך אָן אָדאָס וואָס איבער דעם, אויך:}
(דער) פונדאַמענט [fundámənt] (ל″ר: -ן);
{טאָמער פיגוראַטיוו אָדער אין אינטעלעקטועלן זין, אויך:}
(דער) יסוד [yəsód] (ל″ר: יסודות [yəsóydəs], צפונדיק: [yəséydəs]).
(.base (on) (v. trans
באַזירן אויף; באַגרינדעט אויף; זיך שטיצן אויף; זיך אָנשפּאַרן אָן (\אויף); בויען אויף;
{ליטעראַריש:} זיך גרונטפעסטיקן אויף;
{לומדיש) זיך סומך זײַן אויף [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn].
baseball
(דער) בייסבאָל [béyz-bòl].
based in
באַזירט אין; מיטן הויפּט⸗אַמט אין; וואוינענדיק (דער עיקר [dəríkər]) אין.
based on
באַזירט אויף; געבויט אויף; באַגרינדעט אויף;
{ליטעראַריש:} געגרונטפעסטיקט אויף.
baseless
גרונטלאָז; אָן אַ יסוד [yəsód]; אומבאַגרינדעט;
{פראַזעס:} סתם (אין דער וועלט אַרײַן) [stám] גלאַט אַזוי; {עמאָטיוו:} אַרויסגעזויגן פון פינגער; אַרויסגעשאָקלט פון אַרבל.
baseless hatred
(דער) אומזיסטער האַס; (די) גרונטלאָזע שנאה [sínə]; (די) פײַנטשאַפט אָן אַ פאַרוואָס (אויך: פײַנדשאַפט);
{אַ קאַפּ לומדיש:} (די\דער) שנאת חינם [sìnəs-khínəm];
basement
(דער) קעלער (ל″ר: -ס); {אין מזרח:} (דער) פּאָדוואַל (ל″ר: -ן)
{טאָמער דווקא אַן אויסגעפּוצטער, אויך:} (דער) בייסמענט (ל″ר: -ס).
(bash (n.) (loud celebration
(די) הוליאַנקע (ל″ר: -ס); (די) גרויסע מסיבה [məsíbə] (ל″ר: מסיבות).
(bash (v.) (attack with words
אַראָפּרײַסן (ל″ע: אַראָפּגעריסן); אַרײַנזאָגן; אַטאַקירן; {אַרכעאיש:} אָנגרײַפן;
{פראַזעס:} דערלאַנגען איבערן קאָפּ; מאַכן פּיפּקע (פון עמעצן); מאַכן אַ תל [tél] (פון עמעצן);
{ליטעראַריש:} מכבד זײַן מיט שמיץ [məkhábəd-zayn].
bashful
שעמעוודיק;
{לומדיש:} ביישנותדיק [bayshónəz-dik], דרומדיק: [ba:shú:nəz-dik].
bashful person
{בייגעוודיק:} אַ שעמעוודיקע(ר); אַ ביישנותדיקע(ר) [(abayshónəz-dikə(r], דרומדיק: [(aba:shú:nəz-dikə(r]; אַ בושת⸗פּנימדיקע(ר) [(abòyshəs-pónəm-dikə(r], דרומדיק: [(abòyshəs-pú:nəm-dikə(r], צפונדיק: [(abèyshəs-pónəm-dikə(r];
אַ ביישן [abáyshn], דרומדיק: [abá:shn] (ל″ר: ביישנים [bayshónəm], דרומדיק: [ba:shú:nəm]), ל″נ: אַ ביישנטע [abáyshn-tə], דרומדיק: [abá:shn-tə] (ל″ר: -ס);
{ווערטל:} ולא הביישן למד [vlòy-(h)abáyshn|lóməd], דרומדיק: [vlòy-(h)abáyshn|lúməd], צפונדיק: [vlèy-(h)abáyshn|lóməd] (′אַז אָטאָ דער וואָס האָט זיך געשעמט האָט דאָך ניט געלערנט′ < פּרק, ב′: ה′);
bashfully
מיט שעמעוודיקײַט; שעמע(וו)דיקערהייט;
bashfulness
(די) שעמע(וו)דיקײַט; (די\דאָס) ביישנות [bayshónəs], דרומדיק: [ba:shú:nəs].
basic
פונדאַמענטאַל; יסודותדיק [yəsóydəz-dik], צפונדיק: [yəséydəz-dik].
basically
אין גרונט גענומען; בעצם [b(ə)étsəm] דרומדיק: [b(ə)éytsəm];
{אַ קאַפּ לומדיש:} אין תוך אַרײַן [tókh];
{נאָכמער לומדיש:} ביסודו של דבר [biy(ə)sòydoy-shəl-dóvər], דרומדיק: [(biy(ə)sòydoy-shəl-dúvə(r], צפונדיק: [biy(ə)sèydey-shəl-dóvər].
basin
{אַ קליינינקער אין שטוב:} (דער) בעקן (ל″ר: -ס);
{אַ גרעסערער, אינדרויסן:} (דער) באַסיין (ל″ר: -ען).
basics
יסודותדיקע זאַכן [yəsóydəzdikə zákhn]; יסודותדיקײַטן [yəsóydékáytn]; וואָס ס′איז אַ יסוד [y(ə)sód]; פונדאַמענטאַלקײַטן [fundamèntálkaytn]; דער פונדאַמענט [fundamént] ,[fundámənt].
!basics: Back to basics
צוריק צום עיקר! [íkər]; לאָמיר בעסער ריידן וועגן דעם עיקר!; וואָס איז אָבער דער יסוד? [yəsód].
(basil (n.) (spice
(די) באַזיליע.
(basis (back-up for the argument
(דער) סמך [smákh]; (דער) אָנשפּאַר; (די) ראיה [ráyə];
{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) באַדגרינדונג.
(basis (conceptual foundation
(דער) גרונט; (דער) יסוד [yəsód]; (דער) פונדאַמענט [fundáment]; (דער) באַזיס.
bastard
{פאָרמעל נייטראַל:} אַן אומגעזעצלעכע(ר) קינד (ל″ר: -ער); אַ ני(ש)ט⸗כשרע(ר) [(anì(sh)t-kóshərə(r], דרומדיק: [(anìsh(t)-kú:shərə(r];
{היסטאָריש ביטולדיק, קען אָבער נייטראַליזירט ווערן מיטן צוגאָב פון „נעבעך“, „פאַר קיינעם ניט געדאַכט“ וכדומה:} (דער) ממזר [mámzər] (ל″ר: ממזרים [mamzéyrəm], דרומדיק: [mamzáyrəm]), ל″נ: ממזרטע [mámzərtə] (ל″ר: -ס); ל″נ אויך: ממזרת(טע) [(mamzérəs(tə], דרומדיק: [(mamzéyrəs(tə] (ל″ר: ממזרתטעס [mamzérəstəs], דרומדיק: [mamzéyrəstəs]; מער לומדישער ל″ר: ממזרות [mamzéyrəs], דרומדיק: [mamzáyrəs]);
{דווקא אַלץ באַליידיקונג, בײַ פאַרשיידענע וואולגאַריש:} אַ הורן⸗זון (ניטאָ קיין ל″נ); אַ ממזר בן הנידה [amàmzər-ben-(h)anídə] (ל″ר: ממזרים בני נידה [mamzèyrəm-bney-nídə], דרומדיק: [mamzàyrəm-bnay-nídə]); {זע אויך אין קומעדיקן סימן}.
!bastard: What a bastard
ס′אַ פּאַסקודניאַק! (ל″ר: -עס); ל″נ: ס′אַ פּאַסקודניצע (ל″ר: -ס); אויף ביידע מינים אויך: ס′אַ (שטיק) פּאַסקודסטווע [paskútsvə];
ס′אַ כאָלער(י)ע; ס′אַ מיאוסער מענטש [míyəsər];
ס′אַ מנוול [m(ə)núvl], דרומדיק: [m(ə)nívl] (ל″ר: מנוולים [m(ə)nuvóləm], דרומדיק: [m(ə)nivú:ləm], ל″נ: מנוולטע [m(ə)núvl-tə], דרומדיק: [m(ə)nívl-tə], אויך: מנוולת(טע) [(m(ə)nuvéləs(tə], דרומדיק: [(m(ə)nivéyləs(tə];
ס′אַ אויסוואָרף! (אויך: אויסוואורף); ס′אַ סוואָליטש (ל″ר: -עס);
ס′אַ ממזר בן הנידה [amàmzər-ben-(h)anídə] (ל″ר: ממזרים בני נידה [mamzèyrəm-bney-nídə], דרומדיק: [mamzàyrəm-bnay-nídə]).
Bastards! (What bastards!)
סאַראַ כאָלעריעס!; אַזעלכע כאָלעריעס!; אַזעלכע פּאַסקודניאַקעס!; אַזעלכע פּאַסקוטסוועס!;
{לומדיש און צומאָל איראָניש און מיט אַ מאָס גוטמוטיקײַט בײַ זיך:} רשעים ערורים! [rəshó(y)əm-arúrəm]; דרומדיק: [rəshú:əm-arí:rəm].
Bastille: Storming of the Bastille
דער איבערפאַל אויפן באַסטיל.
Bastille Day
(דער) באַסטיל⸗טאָג; דער פערצעטער יולי (אויך: פערצנטער).
(bat (bird
(די) פלעדערמויז (ל″ר: פלעדערמײַז);
{ע″ט:} (די) נאַכטשוואַלב (ל″ר: -ן);
{לומדיש, דער עיקר פיגוראַטיוו, אַשטייגער אין וויכוחים איבער דער ראָלע פון ראיה אין דער פילאָסאָפיע:}
(דער) עטלף [átləf] (ל″ר: עטלפים [atléyfəm], דרומדיק: [atláyfəm]).
(bat (for baseball
(די) דובינקע [dubínkə] (ל″ר: -ס); דער שטאָק (ל″ר: -ן);
{נוסח אַמעריקע:} (דער) באַט (ל″ר: -ס).
(bath(tub
(די) וואַנע (ל″ר: -ס).
bath: take a bath
מאַכן אַ וואַנע; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} נעמען אַ וואַנע;
{ווען ס′איז קלאָר אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ שטוביקער וואַנע:} זיך אויסוואַשן; זיך אַרומוואַשן; זיך אויסבאָדן;
{פראַזעס: דעם וואָס קומט פון באָדן זיך באַגריסט מען מיט:} צו רפואה! [tsu-rəfú(y)ə], דרומדיק: [tsə-rəfíyə].
bath house
(די) באָד;
{איידעלער לשון:} (דער) מרחץ [mérkhəts].
(bath house: go to (bathe in) a bath house (or sauna
גיין אין באָד {≠ „גיין אין באָד אַרײַן“ וואָס איז באַליידיקנדיק};
{ווען ס′איז קלאָר אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ באָד ממש:} זיך אויסבאָדן;
{פראַזעס: דעם וואָס קומט פון באָדן זיך באַגריסט מען מיט:} צו רפואה! [tsu-rəfú(y)ə], דרומדיק: [tsə-rəfíyə].
(bath-mitzvah (celebration of a girl’s reaching the age of 12
(די) בת⸗מצווה [bas-mítsvə];
{פראַזעס:} ווערן בת⸗מצווה (ל″ע: בת⸗מצווה געוואָרן).
bathrobe
(דער) כאַלאַט (ל″ר: -ן); (דער) שלאָפראָק (ל″ר: שלאָפרעק).
bathroom
(דער) וואַשצימער [vásh-tsìmər] (ל″ר: -ן);
{טאָמער וויל מען באַטאָנען אַז מ′איז אויסן דאָרטן וואו מ′טוט אַ מענטשלעכן געברויך:}
(דער) קלאָזעט (ל″ר: -ן); (דער) טואַלעט [twalét] (ל″ר: -ן); (דער) בית⸗כסא [bèys-kísə], דרומדיק: [bàys-kí:sə] (ל“ר: -ס);
{פראַזעס:} אַוואו דער קיסר גייט אַליין [kéysər], דרומדיק: [káysər];
{טאָמער איז מען דווקא אויסן דעם צימער מיט אַ וואַנע:}
(דער) וואַנע⸗צימער (ל″ר: -ן).
(.Bathsheba (bibl
בת⸗שבע [ba(s)-shévə], דרומדיק: [ba(s)-shéyvə];
{אַלץ מאָדערנער נאָמען צומאָל פאַרקירצט אויף:} [shévə], דרומדיק: [shéyvə].
Bath-Tovim, Sarah
שרה בת⸗טובים [sòrə-bas-tóyvəm], דרומדיק: [sù:rə-bas-tóyvəm], צפונדיק: [sòrə-bas-téyv(ə)m];
שרה בת מרדכי?; שרה בת יצחק?; שרה בת יעקב?.
battery
(די) באַטערייקע [batəréykə] (ל″ר: -ס).
battle (n.)
{אין גאַנג פון מלחמה:} (דער) שלאַכט (ל″ר: -ן);
{אויך ברייטער:} (דער) קאַמף (ל″ר: -ן); (דער\דאָס) געראַנגל (ל″ר: -ען).
battle (v.)
גיין אין מלחמה [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə]; גיין אין קאַמף; גיין אין שלאַכט; קעמפן.
battle hardened person
{בייגעוודיק:} אַ דורכגעטריבענע(ר); אַ דורכגעמלחמהוועטע(ר) [(adú(r)kh-gəm(ə)(l)khòməvətə(r], דרומדיק: [(adór(ə)kh-gəm(ə)(l)khùməvətə(r];
אַן אַלטער קעמפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: אַן אַלטע קעמפערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} …קעמפערקע (ל″ר: -ס).
battle of the giants
אַ מלחמה פון (די) ריזן (\גיגאַנטן) [mə(l)khómə], דרומדיק: [mə(l)khúmə];
אַ מלחמה פון גוג ומגוג [góg-məgòg]; אויך: [gòg-(v)əmógəg], דרומדיק: [gòg-(v)əmúgik].
battle of the sexes
דער מאַן⸗און⸗פרוי קאַמף;
{לומדיש; אָן אַן אַרטיקל:} מלחמת איש ואשה [məlkhèməs|ìsh-v(ə)íyshə], דרומדיק: [məlkhèyməs|ì:sh-v(ə)í:yshə].
battlefield
(דער\דאָס\די) שלאַכטפעלד (ל″ר: -ער).
battleground
(דער) קאַמפס⸗שטח [kámfs-shètəkh], דרומדיק: [kámfs-shètəkh] (ל″ר: [kámfs-shtókhəm], דרומדיק: [kámfs-shtùkhəm]); (דאָס\דער) שלאַכטס⸗אָרט (ל″ר: ⸗ערטער).
battleground states (in U.S. elections)
די (אַמעריקאַנער) באַשליסנדיקע שטאַטן (ל″ר); די „גורלדיקע“ שטאַטן [góyrl-dikə], צפונדיק: [géyrl-dikə];
{לומדיש:} די מכריעדיקע שטאַטן [makh-ríyədikə].
battleship
(די) קריגשיף (ל″ר: -ן).
(.bay (n
(דער) ים⸗צווײַג [yám-tsvàyg] (ל″ר: -ן); (דער) ים⸗טײַך [yám-tàykh] (ל″ר: -ן);
{מער טעכניש:} (דער) ים⸗אײַנגאָס (ל″ר: -ן).
(.bayonet (n
(דער) באַיאָנעט (ל″ר: -ן).
(.bayonet (v
שטעכן מיטן באַיאָנעט (ל″ע: געשטאָכן).
(be (present tense
זײַן:
איך בין (כ′בין);
דו ביסט (צפונדיק דיאַלעקטיש: בינסט);
ער איז (ר′איז);
זי איז (זי′ז);
מ′איז \ מען איז \ [באַליבט אין ד″מ:] מע איז;
ס′איז \ עס איז \ [באַליבט אין ד″מ:] סע איז;
צפונדיק: מיר זײַנען; דרומדיק: מיר זענען (דרומדיק דיאַלעקטיש: אונדז זע′מיר [(ìnzémə(r]);
צפונדיק: איר זײַט; דרומדיק: איר זענט (דרומדיק דיאַלעקטיש: עץ זענט; צפונדיק דיאַלעקטיש: איר זײַנט);
צפונדיק: זיי זײַנען; דרומדיק: זיי זענען [zay-zènən].
❊
(be (past tense
זײַן:
איך בין געווען (כ′בין געווען);
דו ביסט געווען (צפונדיק דיאַלעקטיש: בינסט געווען);
ער איז געווען (ר′איז געווען);
זי איז געווען (זי′ז געווען);
מ′איז (\ מען איז \ [באַליבט אין ד″מ:] מע איז) געווען;
ס′איז (\ עס איז \ [באַליבט אין ד″מ:] סע איז) געווען;
צפונדיק: מיר זײַנען געווען; דרומדיק: מיר זענען געווען [zènə(n)-g(ə)véyn]; דרומדיק דיאַלעקטיש: אונדז זע′מיר געווען [ìnzémə-g(ə)véyn];
צפונדיק: איר זײַט געווען; דרומדיק: איר זענט געווען (דרומדיק דיאַלעקטיש: עץ זענט געווען).
צפונדיק: זיי זײַנען געווען; דרומדיק: זיי זענען געווען.
❊
(be (future tense
זײַן:
איך וועל זײַן (איכ′ל זײַן; כ′ל זײַן);
דו וועסט זײַן (דו′סט זײַן; דו′עסט זײַן; ס′ט זײַן);
ער וועט זײַן (ער′ט זײַן; ר′ט זײַן);
זי וועט זײַן (זי′ט זײַן; זי′עט זײַן);
מ′וועט זײַן (מען וועט \ [באַליבט אין ד″מ:] מע וועט) זײַן; (מ′עט זײַן);
ס′וועט (עס וועט \ [באַליבט אין ד″מ:] סע וועט) זײַן; (מ′עט זײַן);
מיר וועלן זײַן (מיר′ן זײַן; צפונדיק דיאַלעקטיש: מיל′ן זײַן);
איר וועט זײַן (איר′ט זײַן; איר′עט זײַן);
זיי וועלן (זיי′לן זײַן; זיי′עלן זײַן).
beach (n.)
(די) פּלאַזשע; (דער) ברעג; (דער) ברעג וואַסער;
{טאָמער בײַם ים:} (דער) ברעג ים [brèg|yám], דרומדיק: [brèyk|yám];
{טאָמער בײַ אַ טײַך:} (דער) ברעג טײַך.
beak
(דער) שנאָבל (ל″ר: -ען).
(.beam (n
(דער) באַלקן (ל″ר: -ס); (די) באַלקע (ל″ר: -ס); (די) בערווענע (ל″ר: -ס); (דער) קלאָץ (ל″ר: קלעצער).
(beam (v.) (shine
שטראַלן; שײַנען.
(beam (v.) (with pride/joy
קוועלן.
(.bear (n
(דער) בער (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: (די) בעריכע (ל″ר: -ס);
{וועגן אַ קליינינקן:} (דאָס\דער) בערעלע (ל″ר: -ך);
{הערה: פאַרשטייט זיך אַז מ′קען נוצן אויך דעם ערשטן דימינוטיוו, „בערל“ אויף אַ קלענערן אָדער מיטלוואוקסיקן בער; אַ סברא זייער זעלטן צוליב דער אָפטקײַט פונעם יידישן מאַנסבילשן נאָמען „בערל“ (< דב⸗בער).
(bear (v.) (carry
טראָגן; האַלטן בײַ זיך.
(bear (v.) (put up with
אויסהאַלטן; אויסשטיין; פאַרלײַדן;
{לומדיש:} סובל זײַן [sóyvl-zayn], צפונדיק: [séyvl-zayn].
bear arms
טראָגן געווער; גיין מיט געווער.
bear a grudge
טראָגן אַ האַרץ (אויף); טראָגן אַמאָליקע קריוודעס; אויפהיטן דעם (אַמאָליקן) פאַראיבל; פאַרגעדענקען זיך די (אַמאָליקע) טענות ומענות [tàynəz-umáynəs], דרומדיק: [tà:nəs-imá:nəs].
bear children
געבאָרן (\געבוירן); געווינען; האָבן.
bear scrutiny
אויסהאַלטן דעם (\אַן) עקזאַמען; (קענען) אויסשטיין אַ בדיקה [b(ə)díkə].
bear witness
זאָגן עדות [zògn-éydəs], דרומדיק: [zùgn-áydəs]; זײַן אַן עדות דערויף (אַז);
beard
{אויף אַ ריכטיקער לאַנגער באָרד:} (די) באָרד (ל″ר: בערד);
{טאָמער אַ קורצלעכע:} (דאָס\די) בערדל (ל″ר: -עך);
{טאָמער אַ גאָר קורצע:} (דאָס\די) בערדעלע (ל″ר: -ך);
{טאָמער געשאָרן אין דער פאָרמע פון אַ קמץ:} (דאָס\די) קמץ⸗בערדל (ל″ר: -עך);
{טאָמער ווי בײַ אַ ציג:} (דאָס\די) ציגן⸗בערדל (ל″ר: -עך).
bearded
באַבערדלט;
{טאָמער דווקא אַ ממש לאַנגע באָרד:} באַבאָרדיקט.
(beast (wild animal
(די) ווילדע חיה [kháyə] (ל″ר: …חיות [kháyəs]); (די) בעסטיע (ל“ר: -ס);
{אַ קאַפּ לומדיש:} (די) חיה רעה [khàyə-róə], דרומדיק: [khàyə-rú:ə] (ל″ר: חיות רעות [khàyes-róəs], דרומדיק: [khàyəs-rú:əs]).
beast of prey
אַ רויב⸗חיה [aróyp-khàyə].
beastly
חיהש [kháyish]; ווי אַ חיה [vì-akháyə]; גרויזאַם.
(beat (hit
דערלאַנגען קלעפּ; שלאָגן;
{טאָמער מיט אַ סך און גאָר שטאַרקע קלעפּ:} צעהרגענען [tsə-hárgənən]; צעשלאָגן; צעממיתן [tsə-méyməsn], דרומדיק: [tsə-máyməsn].
(beat (defeat
באַזיגן; בײַקומען;
{לומדיש און בדרך כלל גראַדע ניט וועגן ספּאָרט נאָר וואָדען, לעבנס⸗ענינים, אַרײַנגערעכנט אינעווייניקסטע פּסיכאָלאָגישע אויפטוען:} גובר זײַן (איבער) [góyvər-zayn], צפונדיק: [géyvər-zayn];
{לומדיש, אַמאָפטסטן וועגן מיליטערישע און אַנדערע וויכטיקע ענינים:} מנצח זײַן <+דירעקטער אָביעקט>; [m(ə)natséyəkh-zayn], דרומדיק: [m(ə)natsáyəkh-za:n].
(beat around the bush (prevaricate
פּלאָנטערן מיט דער צונג; טאַלאַפּעטשען; ניט ריידן צו דער זאַך.
(beat up (physically
צעהרגענען [tsə-hárgənən]; צעשלאָגן; צעממיתן [tsə-méyməsn], דרומדיק: [tsə-máyməsn];
{לומדיש:} צענהרגן [tsə-nérəgn], דרומדיק: [tsə-néyrəgn].
(beat up on (with words
אַראָפּרײַסן; אַרונטעררײַסן; אַרײַנזאָגן; אַטאַקירן; באַפאַלן; טאַדלען; אויסזידלען;
{מיט מער קאָלאָריט:} מאַכן פּיפּקע (פון); אויספײַפן;
beating
(די) צעשלאָגונג (ל″ר: -ען);
{פראַזעס:} עמעצן (גוט \ אַזוי ריכטיק) צעשלאָגן; עמעצן (אַזוי ריכטיק) דערלאַנגען קלעפּ (\מכות [mákəs]).
Beatles
די ביטלס [də-bíytlz] (ל″ר).
beautification
(די) פאַרשענערונג (ל″ר: -ען).
beautiful
שיין; פּראַכטפול; פּרעכטיק; הערלעך;
{לומדיש:} מהודרדיק [m(ə)húdər-dik], דרומדיק: [m(ə)hídə(r)-dik]; תפארתדיק [təférəz-dik], דרומדיק: [təféyrəz-dik].
beautify
פאַרשענערן; שענער מאַכן.
beauty
(די) שיינקײַט; (דער) פּראַכט; (די) פּרעכטיקײַט; (די) הערלעכקײַט;
{לומדיש:} (די) מהודרדיקײַט [m(ə)húdər-dəkàyt], דרומדיק: [m(ə)hídə(r)-dəkàyt]; (די) תפארתדיקײַט [təférəz-dəkàyt], דרומדיק: [təféyrəz-dəkàyt];
{קאַבאַליסטיש:} הוד [hód];
{ווערטל:} שיינקײַט פאַרגייט, חכמה באַשטייט [khókhmə].
(beauty (beautiful woman
אַ קראַסאַוויצע (ל″ר: -ס); אַ שיינהײַט (ל″ר: -ן); אַ יפהפיה [yəféyf(i)yə], דרומדיק: [yəfáyf(i)yə] (ל″ר: יפהפיות);
{לומדיש:} אַ יפת תואר [ay(ə)fàs-tóyər], צפונדיק: [ay(ə)fàs-téyər] (ל″ר: -ס); אַ יפת מראה [ay(ə)fàs-márə] (ל″ר: -ס);
{אָפטמאָל סאַטיריש:} אַ פּאַרשיין [parshéyn]; אַ צורקע (ל″ר: -ס); אַ מיס⸗אַמעריקע (ל″ר: -ס).
!(beaut(y) (ridiculous assertion/error): That’s a beaut(y
אָט האָט איר (\האָסטו) אַ פּערל! (\אַ שיינדל!).
beauty mark
(דאָס\דער) חן⸗פּינטעלע (ל″ר: -ך).
because
ווײַל; {מער שמועסשפּראַכיק:} ווײַלע;
צוליב דעם וואָס; מחמת [mákhməs] דעם וואָס; איבער דעם וואָס;
{אַ קאַפּ לומדיש אָדער גענייגט גענוצט ווערט איבער א ערנסטן ענין:} אַלמאי [àləmáy], דרומדיק: [(àləmá:(y];
{ע″ט, דיאַלעקטיש, אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע סטעלן:} וואָרעם [vórəm]; וואָרן.
because of
{אין אַלע פאַלן: +דאַטיוו:} צוליב; מחמת [mákhməs]; אַדאַנק; איבער;
{ליטעראַריש:} פון וועגן.
become
ווערן (ל″ע: איז געוואָרן \ זײַנען [\זענען] געוואָרן).
(.bed (n
(די) בעט (ל″ר: -ן); (דער) געלעגער (ל″ר: -ן אויך: -ס);
{הערה: בײַ טייל היט זיך אויף דער חילוק פון (אַשטייגער) „אינדערפרי בין איך אַראָפּ פון געלעגער, און זיך דערמאָנט אַז איך דאַרף זיך שוין קויפן אַ נײַע בעט!“ — דער ערשטער בײַשפּיל איז דער אָרט אַוואו מען שלאָפט, דער צווייטער איז דער שטיק מעבל גופא}.
(.bed (v
באַשלאָפן; שלאָפן מיט; גיין שלאָפן מיט.
bed of flowers
(דער) בייט (מיט בלומען \ קווייטן) (ל″ר: -ן).
bed sheet
(דער) לײַלעך (ל″ר: -ער).
bed: go to bed
זיך לייגן שלאָפן; זיך לייגן אין בעט (אַרײַן).
bedding
(די\דאָס) בעטגעוואַנט.
(Bedersi, Jedaiah ben Abraham (±1270 – ±1340
דער בחינת עולם [dər-pkhìnəs-óyləm], אויך: [dər-bəkhìnəs-óyləm]; צפונדיק: [dər-pkhìnəs-éylom], אויך: [dər-bəkhìnəs-éylom];
ידעיה הפּניני (בן אברהם) הבדרש″י.
bedbug
(די\דער) וואַנץ (ל″ר: -ן; אויך: ווענץ).
bedevil
באַדיבוקן [badíbəkn]; פאַרטײַוולען; באַווירקן ווי אַ שד [shéd]; פאַרשטערן מעשה שד [màyse-shéd];
{פראַזע:} עלעהיי ס′וואָלט אים אַ שד גענומען פאַרדרייען אַ קאָפּ; ווי ס′וואָלט אים אַ כאַפּ געטאָן דער שטן אַליין [sótn], דרומדיק: [sú:tn]; ווי ס′וואָלט אין אים אַרײַן אַ דיבוק [díbək].
bedbug
(דער) וואַנץ (ל″ר: וואַנצן); {שפּאַסיק און גענייגט גענוצט ווערן אויף באַליידיקן פיגוראַטיוו מענטשן:} ווענץ.
bedspread
(דער) צודעק (ל″ר: -ן); (דער) איבערדעק (ל″ר: -ס).
bee
(די) בין (ל″ר: -ען).
(.beef (n
(דאָס\די) רינדפלייש; רינדע(ר)נע פלייש.
beef up
פאַרשטאַרקן; שטאַרקער מאַכן; פאַרפעסטיקן; מערן.
beehive
(דער) בינשטאָק (ל″ר: -ן).
been: has been
איז געווען; איז געוועזן.
been: have been
{דרומדיק:} זענען געווען (\געוועזן); {צפונדיק:} זײַנען געווען (\געוועזן);
{הערה: וועגן „זײַנען“ ∼ „זענען“ זע אויבן}.
beer
(די\דאָס\דער) ביר.
(Beersheba (Be’er Sheva
באר⸗שבע [bərshévə], דרומדיק: [bərshéyvə].
beet
(דער) בוריק (ל″ר: -עס).
beetle
(דער) זשוק (ל″ר: -עס).
(.before (adv
{נאָכן אַדווערב דרייט מען איבער דעם סוביעקט מיטן פּרעדיקאַט:} פריער; אַפריער [a)fríyər)], טייל צפונדיק אויך: [a)fréyər)]; פריער צו.
(.before (conj
{נאָך דער קאָניונקציע דרייט מען ניט איבער דעם סוביעקט מיטן פּרעדיקאַט:} פאַר דעם ווי; איידער.
(.before (prep
פאַר.
before you know it
{אַדווערביאַל:} איידער⸗וואָס⸗ווען; איידער מ′קוקט זיך אַרומ(עט); איידער מ′טוט זיך אַ קער.
(before: just before (adv.) (a little while ago
מיט אַ ווײַלע (\ווײַלינקע) צוריק; דאָ ניט לאַנג.
(before: just before (prep.) (just prior to / on the eve of
האַרט פאַר; פּונקט פאַר;
{ליטעראַריש:} ערב [érəv], דרומדיק: [éyrif].
beforehand
אַפריער (נאָך); נאָך פאַר דעם; פריער צו צו;
{לומדיש:} קודם המעשה [kòydəm-(h)amáysə], דרומדיק: [kòydəm-amá:(n)sə], צפונדיק: [kèydəm-(h)amáysə]; קודם למעשה [kòydəm-ləmáysə], דרומדיק: [kòydəm-ləmá:(n)sə], צפונדיק: [kèydəm-ləmáysə].
beg
{ַאַלץ מלאכה פון אַ בעטלער, בעטנדיק דער עיקר מטבעות אָדער געלט:} בעטלען; שנאָרען; גיין איבער די הײַזער; גיין מיט דער טאָרבע;
{בכלל גענומען, שטאַרק און אונטערטעניק בעטן אַוואָס⸗ניט⸗איז:} זיך בעטן (להיפּוך צו „בעטן“ סתם)
began
האָט אָנגעהויבן (ל″י); האָבן אָנגעהויבן (ל″ר);
האָט גענומען (ל″י); האָבן גענומען (ל″ר); {דרומדיק אויך:} גענעמען;
{אַרכעאיש אין מערסטע סביבות, ווײַטער גענוצט בײַ טייל חרדים:} (האָט\האָבן) אָנגעפאַנגען;
{לומדיש:} (האָט\האָבן) געמאַכט אַן אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə].
beggar
(דער) בעטלער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש: -ס);
{הערה: טייל וואָלטן אפשר שטעלן דאָ אויך „שנאָרער“; בדרך כלל קען שנאָרערײַ זײַן אַ טבע בײַ אַלערלייאיקע מענטשן מיט פאַרשיידענע מלאכות; אַזויאַרומעט באַקומט זיך, אַז „שנאָרער“ איז אַ גנאי⸗וואָרט דער עיקר אויף אַזאַ איינעם וואָס איז לויט דער מלאכה לחלוטין ניט קיין בעטלער}.
begin
אָנהייבן (ל″ע: אָנגעהויבן); נעמען (ל″ע: גענומען, דרומדיק אויך: גענעמען);
{אַרכעאיש אין מערסטע סביבות, ווײַטער גענוצט בײַ טייל חרשים:} אָנפאַנגען;
{לומדיש:} מאַכן אַן אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə].
(Begin, Menachem (1913–1992
בעגין [béygin];
מנחם בעגין [mənákhəm|béygin].
beginner (elementary student)
(דער) אָנהייבער [ónhèybər], דרומדיק: [ún(h)àybər] (ל″ר: ø בײַם רוב; אויך -ס דיאַלעקטיש און אין נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן; ביידע זײַנען אָנגענומען) {גילט פאַר ביידע מינים, מען קען אָבער מפרט זײַן: (די) אָנהייבערין (ל″ר: -ס);
עלטערע שרײַבונג און אויך פּאָפּולערער אַרויסרייד אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט: אָנהויבער.
{אויך:} עלעמענטאַר סטודענט; {שפּאַסיק אין טייל יידישע שפּראַך קורסן:} אַ ←דרדקי שילער [dárdəkə]; {אַרכעאיש דײַטשמעריש:} אָנפאַנגער;
{אָפּלאַכעריש:} די אלף⸗בית נודניקעס [áləv-bèyz], דרומדיק: [áləv-bàyz].
(.beginning (n
(דער) אָנהייב [ón-hèyb], דרומדיק: [ún-(h)àyp] (ל″ר: -ן); (מען טרעפט אין חרדישע סביבות אויך די עלטערע שרײַבונג: אָנהויב);
(די) אתחלא [as-khólə], דרומדיק: [as-khú:lə] (ל″ר: אתחלות); (אויך: די התחלה; ל″ר: התחלות);
{אַרכעאיש, טרעפט זיך נאָך אין טייל חרדישע סביבות:} (דער) אָנפאַנג (ל″ר: -ען);
{עמאָטיווע סלאַוויזמען באַליבט אין טייל מזרחדיקע סביבות:} (דער) פּאָטשאַטיק (ל″ר: -עס); (דער) פּאָטשאָנטיק (ל″ר: -עס;
{ווערטל:} כל אתחלות קשות [kòl-as-khóləs|kóshəs], דרומדיק: [kòl-as-khú:ləs|kú:shəs] (′אלע אָנהייבן זײַנען שווער′).
(.beginning of the redemption (kabb
די אתחלתא דגאולה [dəàs-kháltə|dəg(ə)úlə], דרומדיק: [dəàs-kháltə|dəg(ə)ílə].
beginning: at the beginning
לכתחילה [ləkhat-khílə]; צום ערשטן; צום ערשטנס; בײַם אָנהייב;
{הערה וועגן „לכתחיחה“: ווען ס′איז אַ לאָגישער פּרעדיקאַט צו דעם וואָס וועט דערנאָכדעם קומען, ניט סתם אַ רשימה איינסן; („לכתחילה דאַרף מען צו דעם צוגיין אָפּטימיסטיש, נאָר מען דאַרף זיך פאָרט היטן“); דער אָפטסטער באַנוץ פון „לכתחילה“ איז פונדעסטוועגן ל″ע, ווען מען גרייט צו אויף אַ קאָנטראַסט: „לכתחילה איז דאָס געווען אַ געלונגענער שידוך, ערשט שפּעטער האָבן זיך גענומען אין וועג אַרײַן די צרות“}.
beginning: from beginning to end
פון אָנהייב ביזן סוף [funónheyb|bìzn-sóf], דרומדיק: [finú:nhayb|bìzn-sóf];
פון א′ ביז ת′ [funáləf|bìs-tóf], דרומדיק: [fináləf|bìs-túf];
{לומדיש:} פון בראשית ביז דברי הימים [fun-bréyshəs|biz-dìvrey-hayóməm], דרומדיק: [fin-bráyshəs|biz-dìvrey-hayúməm] (′פון ערשטן ספר פון תנ″ך, „בראשית“, ביזן לעצטן ספר, „דברי הימים“).
beginning: from the beginning
פון (סאַמע) אָנהייב; פון אָנהייב אָן (\אָנעט);
begrudge
ני(ש)ט פאַרגינען (ל″ע: פאַרגונען); זשאַלעווען.
begrudgingly
ני(ש)ט⸗פאַרגינענדיק; אומפאַרגינעריש; זשאַלעווענדיק.
behave
זיך אויפפירן [zəkh-úf-fìrn], דרומדיק: [zəkh-ó:(u)(ə)f-fìrn], טייל ד″מ: [zəkh-íf-fìrn]; האַנדלען.
behaved badly
זיך שלעכט אויפגעפירט; שלעכט געהאַנדלט;
behaved (very) unkindly
זיך מיאוס אויפגעפירט [míyəs]; (האָט\האָבן זיך) מיאוס געהאַנדלט.
behavior
(די) אויפפירונג (ל″ר: -ען);
{מער פאָרמעל, אַקאַדעמיש:} (דער) אויפפיר (ל″ר: -ן)
behead
אָפּהאַקן דעם קאָפּ; {צפונדיק:} אָפּהאַקן די קאָפּ; קעפּן [képm]; דעקאַפּיטירן.
beheading
(די) קעפּונג (ל″ר: -ען); (די) קאָפּ⸗אָפּהאַקונג (ל″ר: -ען); (די) דעקאַפּיטירונג (ל″ר: -ען).
(דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [híntə(r)-khàylik]; (דער) הינטן; (דער\דאָס) געזעס;
{לס″נ:} (דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(úkhə(r]; {מיט צוגעגעבענעם הומאָר:} (די) אחוריים [akhəráyəm] (ל″ר {בעצם דער אַמאָליקער לשון⸗קודשדיקער דואַל, עלעהיי אין „ידיים“, „רגליים“});
{וואולגאַריש:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [túkhəs] (ל″ר: תחתער [tékhsər], דרומדיק: [(téykhəsə(r]);
{סלענגיש; אויך סעקסועל צי אינטים:} (דאָס\דער) תחתל [tékhəsl], דרומדיק: [téykhəsl] (ל″ר: -עך).
(.behind (prep
הינטער.
(behind: be behind (in a task
אונטערהינקען; זײַן הינטערשטעליק; הינקען אין דער אַרבעט; זיך נאָכשלעפּן אין דער אַרבעט.
(Beinfeld, Solon (b. 1934
שלום ביינפעלד [shóləm|béynfeld], דרומדיק: [shú:ləm|báynfelt], ד″מ: [shúləm|béynfeld];
ביינפעלד פון ווערטערבוך.
(Beinfeld & Bochner’s Yiddish-English Dictionary (2013
ביינפעלד⸗באָכנערס ווערטערבוך;
{פון קיצור וועגן:} ביינפעלד⸗באָכנער.
(being (n.) (existence
(דאָס\דער) זײַן; (די) פאַראַנענקײַט; (דאָס\דער) פאַראַן זײַן; (דער) עקסיסטענץ (אויך: עקזיסטענץ); (דער) קיום [kíyəm];
{לומדיש:} (דאָס\דער) בנמצא זײַן [bənímtsə-zayn]; (דאָס\דער) במציאות זײַן [bəmtsíyəa].
(being (n.) (life form
(די) בריאה [bríyə] (ל″ר: ברואים [brú(y)əm], דרומדיק: [brí:(y)əm]; אויך: בריות [bríyəs]); (די) באַשעפעניש (ל″ר: -ן);
{טאָמער דווקא ניט קיין מענטש:} (דער) בעל⸗חי [bàl-kháy] (ל″ר: בעלי⸗חיים [bàlə-kháyəm]);
{טאָמער באַלעבט ציט ניט:} (דער) וועזן.
(.being (v
זײַענדיק.
רײַסן, ווײַסרוסלאַנד, בעלאַרוס
(א) פאַראַן אַ שיטה, אַז פּונקט אַזוי ווי בײַ אַ סך מלוכות, לענדער און קולטורן, זאָל מען דעם הײַנטיקן אָפיציעלן און אויך ברייט⸗באַנוצטן נאָמען פונעם לאַנד, בעלאַרוס [belarús] אויסשפּרייטן רעטראָספּעקטיוו אין דער דור⸗דורותדיקער פאַרגאַנגענהײַט אַרײַן.
(ב) פאַראַן אויך אַ צווייטע מיינונג, אַז דער נאָמען בעלאַרוס פּאַסט זיך אַמבעסטנס צו דער איצטיקער, נאָכסאָוועטישער תקופה, פון אָפיציעלער אומאָפּהענגיקײַט, פון 1991טן יאָר און ווײַטער, בעת ווען אין דער סאָוועטישער תקופה איז מער שייך די בעלאַרוסישע (אָדער: בעלאָרוסישע) רעפּובליק, אָדער פון קיצור וועגן: בעלאַרוסיע (אָדער: בעלאָרוסיע) [belarúsyə]. אונטערשפּאַרנדיק אָט די פּאָזיציע, ווײַזט מען אָנעט, אַז די (אויף⸗אַ⸗סך גרעסערע) גרענעצן פון הײַנטיקן בעלאַרוס וואַקסן פון דעם כיבוש און ליקווידירונג מצד דער סאָוועטישער מאַכט פון דער צווישנמלחמהדיקער פּוילישער רעפּובליק אין סעפּטעמבער 1939. ביז דעמאָלט איז די „קלאַסישע“ בעלאַרוסישע רעפּובליק באַשטאַנען בלויז פון מזרחדיקן סעקטאָר מיט דער הויפּטשטאָט מינסק שיער ניט בײַ דער מערבדיקער גרענעץ. דאָס איז געווען די רעפּובליק פון די שטעט וויטעבסק, מאָלעוו (מאָהילעוו), האָמלע (גאָמעל), באַברויסק, פּאָלאָצק וכו′ וואָס איז באַקאַנט געווען איבער דער וועלט ווי די ווײַסרוסישע (אָדער בעלאַרוסישע) רעפּובליק פון סאָוועטנפאַרבאַנד (אין פאַרשיידענע לשונות האָט מען אָדער גענומען דעם סלאַווישן שורש און אַדאַפּטירט, אָדער מען האָט לויטן פּשט („ווײַסער רוסלאַנד“) פאַרטײַטשט. ערשט נאָכן כיבוש פּוילן, האָט די סאָוועטישע מאַכט אַנעקסירט און אַרײַנגענומען אין אָט דער רעפּובליק די שטעט אויף צו מערב: פּינסק, בריסק (ברעסט), גראָדנע, סלאָנים, באַראַנאָוויטש, נאַוואַרעדאָק (נאָוואָגרודעק) און אַ גרויסע צאָל שטעטלעך צווישן מינסק און ווילנע, ביז ווײַטער אויף צפון, וואָס היסטאָריש איז „זייער שטאָט געווען ווילנע“ און אַזוי אויך אין צווישנמלחמהדיקן פּוילן; — ווילנע, וואָס די סאָוועטן האָבן אָקטאָבער 1939 אַוועקגעגעבן דער ליטווישער רעפּובליק אַ טראָיאַנישע מתנה. לויט אָטאָ דער שיטה באַקומט זיך, אַז די צוויי תקופות פון דער בעלאַרוסישער רעפּובליק ווי טייל פון סאָוועטנפאַרבאַנד געהערן דער געשיכטע פון דער „בעלאַרוסישער (ווײַס⸗רוסישער) רעפּובליק“ — פון קיצור וועגן: ווײַסרוסלאַנד —
בעת ווען די פאַקטישע געשיכטע פון „בעלאַרוס“ נעמט זיך אין וועג אַרײַן ערשט אין 1991 מיטן צונויפפאַל פון סאָוועטנפאַרבאַנד און די דעקלאַרירונג פון אומאָפּהענגיקײַט. טיילמאָל הערט מען די טענה, אַז ס′איז שווער צו געפינען אין דער גאַנצער געשיכטע ביז דער ערשטער וועלט מלחמה אַ תקופה מיט אַ מלוכה וואָס זאָל הייסן אין אַוועלכן ניט איז גלגול דער ווײַסער רוסלאַנד. אָבער ווידער פאַרקערט: עטנאָגראַפן און פילאָלאָגן ווײַזן אָבער אָן אויף די אַלע הונדערטער יאָרן פון אַ בעלאַרוסישער שפּראַך און ליטעראַטור און קולטור, ניט שייך וואָס עס איז ניט געווען קיין פּאָליטישע זעלבשטענדיקײַט; מה⸗דאָך יידיש איז פאַר⸗זיך אַ זעלטענער מוסטער פון די אויפטוען און כוחות פון די מלוכהלאָזע לשונות און קולטורן וואָס אויף דער וועלט.
(ג) בײַ אַמאָליקע יידן, אויף יידיש, אין אָט דער גאַנצער טעריטאָריע פון צפון⸗מזרחדיקן יידיש, האָט מען די טעריטאָריעס גערופן: רײַסן (אין גאָר אַמאָליקן אויסלייג אָפטמאָל: רייסין), טאַקע ווי אין משה קולבאַקס באַוואוסטער פּאָעמע רײַסן. דעם נאָמען טרעפט מען אין די מקורות שוין הונדערטער יאָרן, און ער איז לעבעדיק געווען אין מויל פון אַ סך יידן ביזן חורבן, און בײַ דער שארית הפּליטה שיער ניט ביז איצטער אויב אַפילו אין זכרון פון באָבע⸗זיידעס באַנוץ איידער אין אייגענעם באַנוץ. אין אַמאָליקע ווילנער אויסגאַבעס פון סליחות און אַנדערע ספרים האָט מען אָנגעגעבן דעם נוסח בזה הלשון: ליטא, זאמיט, רייסין, ווי די דרײַ שטחים פון די צפונדיקע יידן וואָס זײַנען אין ברייטערן קולטור⸗היסטאָרישן און דיאַלעקטאָלאָגישן זין אַלע ליטוואַקעס און זייערע לענדער, די לענדער וואָס שטאַמען אָפּעט אין אַַ גרויסער מאָס פון געוויסע גאָראַמאָלעדיקע גרענעצן פון ליטווישן גרויס⸗פירשטנטום.
(ד) אין די יאָרן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען די בעלאַרוסישע רעפּובליק איז באַשטאַנען בלויז פון מזרחדיקן סעקטאָר, מיט מינסק (כמעט האַרט בײַ זײַן מערבדיקער גרענעץ) אַלץ הויפּטשטאָט, איז יענע רעפּובליק געווען אַ זייער וויכטיקער צענטער פון יידיש, און פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור, נאַטירלעך לויטן סאָוועטישן שטייגער. אין אָט דער צײַט, בתוכה די אַלע יאָרן ווען יידיש איז געווען איינע פון די אָפיציעלע שפּראַכן, און עס זײַנען אַרויס אַ סך זשורנאַלן, ביכער, דאָקומענטן אויף יידיש, איז דער יידישער נאָמען פון לאַנד נאָר און בלויז געווען: ווײַסרוסלאַנד [váys-rùsland]. אין אַ סך פּובליקאַציעס זעט זיך אויך דער אַדיעקטיוו פונדערפון: ווײַסרוסלענדיש; פאַר יידישע לינגוויסטן און ליטעראַטור היסטאָריקער, למשל, וועלן אייביק וויכטיק בלײַבן פאַרשיידענע וויסנשאַפטלעכע בענד אויף יידיש, בתוכם דער „מינסקער צײַטשריפט“, וואו מען זעט בולט אַז זיי זײַנען בכלל אויף דער וועלט געקומען אַדאַנק — „דער יידישער אָפּטיילונג בײַם אינסטיטוט פאַר ווײַסרוסלענדישע קולטור“. „ווײַסרוסלאַנד“ איז געווען בשעת מעשה דער יידישער נאָמען פון לאַנד אין מויל פון זײַן אָנזעעוודיקער יידישער באַפעלקערונג, אַ נאָמען וואָס איז געבליבן פעסט בײַ די וואָס שטאַמען פון אָט די שטחים איבער גאָר דער וועלט און נוצן נאָך יידיש, אַזוי ווי בײַ יידיש ריידנדיקע אין אָטאָ די מקומות גופא. דאָס הייסט, אַז סײַ אָפיציעל אין אַ לאַנד וואו יידיש האָט געהאַט אַ ממשותדיקן מלוכהשן סטאַטוס מיט אָן אַ שיעור לעבעדיקן באַנוץ (ניט סתם סימבאָליק), און במילא אַ שלל מיט פּובליקאַציעס און אינסטיטוציעס, איז דער איינציקער נאָמען פון דער צווישנמלחמהדיקער רעפּובליק אויף דער יידישער שפּראַך געווען: ווײַסרוסלאַנד. פאַראַן מיינונגען, אַז פּונקט ווי „בעלאַרוס“ בײַ בעלאַרוסן, קען „ווײַסרוסלאַנד“ אויף יידיש אויסגעשפּרייט ווערן, סײַ רעטראָספּעקטיוו (בדיעבד) סײַ פּראָספּעקטיוו (אויף להבא).
(ה) פונדעסטוועגן בלײַבט אַן אויסנאַם און אַ פּאָטענציעלע מניעה. אינעם לשון פון יידן פון יענע טיילן פון צווישנמלחמהדיקן צפון⸗מזרחדיקן פּוילן וואָס זײַנען אַרײַן אין דער בעלאַרוסישער רעפּובליק ערשט פון 1939 (פּינסק, בריסק, גראָדנע, סלאָנים, באַראַנאָוויטש, נאַוואַרעדאָק, און די אַלע שטעטלעך אין צפון⸗מערבידקן בעלאַרוס פּאַזע דער ליטווישער און לעטישער גרענעץ) האָט דער טערמין ווײַסרוסלאַנד זיך גראַדע ניט אײַנגעפונדעוועט אויף יידיש. ספּעציעל בײַ יידן פון אַ מער טראַדיציאָנעלער אָריענטירונג, האָט זיך דער נאָמען „ווײַסרוסלאַנד“ ניט געפּאָרט נאַטירלעך מיט די היסטאָרישע (און ביזן חורבן) ישיבהשע שטעט מיר, קלעצק, וואַלאָזשין, באַראַנאָוויטש, סלאָנים. אַז די „ליטווישע ישיבה שטעט“ זאָלן זײַן „אין פּוילן“ איז שוין איינמאָל געווען אַ שפּראַכיקע און פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש; און איצט ווידער — ווײַסרוסלאַנד? אין גאַנג פון אונדזערע עקספּעדיציעס אויף אויסזוכן די לעצטע יידיש ריידנדיקע זקנים אין יענע מקומות, האָבן מיר אַ סך מאָל פאַרצייכנט בײַ זקנים, אינעם לעצטן יאָרצענדליק פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אָט אַן ערך אַזאַ מין פאָרמולירונג: „פון אַמאָל⸗אַמאָל זײַנען מיר דאָך ליטוואַקעס, די געגנטן ט′מען אַמאָל גערופן רײַסן, נאָר פאַר דער מלחמה זײַנען מיר געווען פּוילישע בירגער און אונדזער וויכטיקסטע שטאָט איז געווען ווילנע וואָס איז דאָך אויך געווען אין פּוילן. יע, אין 1939טן יאָר האָט מען אונדז דאָ אַרײַנגענומען אין ווײַסרוסלאַנד, נאָר אויף יידיש האָט מען זיך ניט גערופן אַזוי. פאַרקערט, אַז דאָ לעבט איצטער אַ ייד וואָס איז אַרײַנגעפאָרן פון אַ שטעטל ערגעץ ניט ווײַט פון באַברויסק, זאָגן מיר אויף אים: ער איז פון יענע ווײַסרוסלאַנד [yénə|vàys-rúsland]. נאָך היטלערן, אַז ס′זײַנען דאָ געבליבן אַזוי ווייניק יידן, זײַנען מיר געווען סאָוועטישע בירגער, אויף וואָס איז ווײַטער געווען צו טראַכטן. אַהאַ, און איצטער זײַנען מיר בירגער פון בעלאַרוס. איז וואָס נאָך ווילט איר וויסן?“ {אגב איז דאָס בדרך כלל בײַ אָטאָ די יידן געווען אַרויסגערעדט דווקא [vàys-rúsland]; ניט [váys-rùsland] — דער נוסח וואָס אָפטער בײַ יידן פון מזרחדיקן ווײַסרוסלאַנד\בעלאַרוס גופא, אין וועלכן ס′ווערט גראַדע באַטאָנט, ניט קוקנדיק אויף דער קלענערער דיסטאַנץ ביז רוסלאַנד געאָגראַפיש גערעדט: „מער ווײַס“ און „ווייניקער רוסלאַנד“…}.
(ו) אויפן פאָרשערישן געביט פון דער יידישער פילאָלאָגיע און קולטור געשיכטע שטעלן מיט זיך פאָר אָט די מקומות די היסטאָריש⸗גערעדט מזרחדיקע שטחים פון צפון⸗מזרח יידיש און במילא פון די צפון⸗מזרחדיקע אשכזנים. פאָלקלאָריסטיש און אין דער טראַדיציאָנעלער טערמינאָלאָגיע זײַנען דאָס אַלץ די מזרחדיקע ליטוואַקעס און די ערטער די מזרחדיקע טיילן פון ליטע אין ברייטערן קולטור⸗היסטאָרישן זין, וואָס האָט ניט קיין דווקאדיקן שייכות מיט די אַלע פּאָליטישע איבערקערענישן אין גאַנג פון דור⸗דורות, און בפרט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
belief
{אוניווערסאַל, אויך אוניווערסאַל רעליגיעז:} (דער\דאָס) גלויבן [gloybm], צפונדיק: [gleybm];
{בדרך כלל בנוגע וואָס⸗ניט⸗איז וויכטיק דעם מענטשן אויסערן תחום פון רעליגיע:} (די) איבערצײַגונג; (די) גלייביקײַט.
{אין תחום פון דער טראַדיציאָנעלער יידישער רעליגיע:} (די) אמונה [əmúnə], דרומדיק: [əmínə]; יראת שמים [yìrəs-sh(ə)máyəm] (′אַ מורא האָבן פאַר [גאָט אין] הימל′); {עמפאַטיש:) (די) אמונה שלימה [əmùnə-shléymə], דרומדיק: [əmìnə-shláymə] (′פולשטענדיקער גלויבן′);
{אין טראַדיציאָנעלן יידישן טראַכטן איז ניט אָפּצוטיילן די אמונה פון דער אָפּטימיסטישער אײַנגעגלייבטקײַט אַז דער רבונו של עולם וועט ווירקן לטובה, וואָס רופט זיך: (דער) בטחון [bətókhn], דרומדיק: [bətúkhn].
believability
(די) גלייבעדיקײַט; (די) גלייבלעכקײַט; {אַרכעאיש:} (די) גלייבווערדיקײַט.
{פראַזעס:} די פראַגע צי מען קען דערײַן גלייבן (\צי מען קען זיך דערויף סומך זײַן [sóyməkh-zayn], צפונדיק: [séyməkh-zayn]).
believable
(וואָס) לאָזט זיך גלייבן; (וואָס) ס′גלייבט זיך [zgléybdzakh], דרומדיק: [zgláyptsəkh]; (וואָס) לייגט זיך אויפן שכל [lèygdzakh|afn-séykhl], דרומדיק: [làyktsəkh|o(u)(ə)fn-sáykhl]; (וואָס) מ′קען גלייבן; (וואָס) מ′קען זיך פאָרשטעלן; גלייבלעך.
believe
גלייבן [gleybm], דרומדיק: [glaybm];
{די עלטערע אָרטאָגראַפישע פאָרם, אין גײַסט פון ליטעראַרישער יידישער אינטערדיאַלעקטישקײַט און בבת אחת אונטער דער דעמאָלטיקער דײַטשמערישער השפּעה, וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַן איינאיינציקן אַרויסרייד (גלײַך אין אַלע דיאַלעקטן) וואָס איז געבליבן אויך אין לעבעדיקן באַנוץ אין טייל קרײַזן:}
גלויבן [gloybm];
{אין זין פון ′האָבן די מיינונג′ (ַאַז…), אויך:}
מיינען; האַלטן; טראַכטן; בײַ מיר (\דיר וכו′) קומט אויס(עט); {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, סובסטאַנדאַרדער אַמעריקאַנער באַנוץ:} דענקען
{הערה: „דענקען“ בלײַבט פונדעסטוועגן ליטעראַריש אָנגענומען אין זין פון אַ טיפן פילאָסאָפירנדיקן טראַכטן};
{אין זין פון אַוועלכער ניט איז טיפער, ערנסטער גלייבונג:}
גלייבן בלב ונפש [gléybm|blèvənéfəsh], דרומדיק: [gláybm|blèvənéyfəsh]; גלייבן מיטן גאַנצן האַרצן.
{אין זין פון אַ טיפערער יידישער רעליגיעזער איבערצײַגונג:}
האָבן אמונה [əmúnə], דרומדיק: [əmínə]; האָבן יראת שמים [yìrəs-sh(ə)máyəm]; {אין טראַדיציאָנעלן יידישן טראַכטן איז ניט אָפּצוטיילן די אמונה פון דער אָפּטימיסטישער אײַנגעגלייבטקײַט, אַז דער רבונו של עולם וועט ווירקן לטובה, וואָס רופט זיך: האָבן בטחון [hòbm-bətókhn], דרומדיק: [h)ùbm-bətúkhn)].
!Believe (you) me
אויף מײַן ערן וואָרט! [af-màyn|érn-vórt], {מער עמפאַטיש:} [af-máyn|èrn-vòrt];
מעגסט (\איר מעגט) מיר גלייבן! {דיאַלעקטיש, אַרכעאיש: מיך};
קענסט זיך (\איר קענט זיך) אויף מיר פאַרלאָזן (אַז).
believer
{בײַ יידן, רעליגיעז; בייגעוודיק:} (דער) גלייביקער, ל″נ: גלייביקע (ל″ר בײַ ביידע: גלייביקע);
{לומדיש:} דער בעל⸗אמונה [bal-əmúnə], דרומדיק: [bal-əmínə] (ל″ר: בעלי אמונה [bàlə-əmúnə]); (דער) בעל מאמין [bal-máymən], דרומדיק: [bal-má:mən] (ל″ר: -ס); (דער) מאמין [máymən], ל″נ מאמינטע [máyməntə], ל″ר מאמינים [mamínəm] {נאָכמער לומדיש:} [maymínim];
{אוניווערסאַל, רעליגיעז:} גלייבער אין גאָט (ל″ר: ø), ל″נ: גלייבערין אין גאָט (ל″ר: -ס); וואָס \ זיי גלייבן אין גאָט;
{וועגן גלייבן אין אַ זאַך סתם, שטאַרק האַלטן פון אַוואָס⸗ניט⸗איז צי אַוועמען⸗ניט⸗איז:} (דער) גלייבער (ל″ר: ø)\ ל.נ. (די) גלייבערין (ל″ר: -ס), {אָפטמאָל מיט אַ קאַפּ איראָניע:} (די) גלייבערקע (ל″ר: -ס); {פראַזעס:} (אַ מענטש) וואָס האַלט פעסט (פון\אַז); (דער) נאָכפאָלגער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש און פּוריסטיש: -ס), ל″נ: (די) נאָגפאָלגערין (ל″ר: -ס); {אַ קאַפּ פיגוראַטיוו:} אַ חסיד (פון) [khósəd], דרומדיק: [khúsəd].
belittle
מאַכן צו גאָרני(ש)ט; מאַכן צו קליינגעלט; מאַכן מיט דער ערד (צו)גלײַך;
{סלענגיש, עמאָטיוו:} מאַכן פּיפּקע פון; מאַכן אַש און בלאָטע פון; אָפּהאַקן דעם קאָפּ (צפונדיק: די קאָפּ);
{לומדיש:} מזלזל זײַן [məzálzl-zayn];
{לומדיש; עמפאַטיש פאַרשטאַרקט:} מאַכן כעפרא דארעא [k(ə)áfrə|d(ə)árə]; (′צוגלײַך מיטן שבויב וואָס אויף דער ערד′).
bell
{קלענער, למשל צו אַ דירה:} (דאָס\דער) גלעקל (ל″ר: -עך);
{גרעסער, למשל אין אַ קלויסטער אָדער שטאָט⸗זייגער:} (דער) גלאָק (ל″ר: גלעקער).
(.Belgian (adj
בעלגיש.
Belgian person
(דער) בעלגיער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) בעלגיערין (ל″ר: -ס);
{מער אינטים; בייגעוודיק:} (די\דער) בעלגישע(ר).
Belgium
(אָן אַן אַרטיקל) בעלגיע [bélgyə].
belles lettres
(די) בעלעטריסטיק; די שיינע ליטעראַטור.
beloved
באַליבט; וואָס געפינט בײַ לײַט חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn];
{ליטעראַריש:} לײַטזעליק.
beloved of God
באַליבט בײַ גאָט;
{ליטעראַריש:} גאָטזעליק (אויך: גאָטזעליג).
beloved: my beloved
{בייגעוודיק:} מײַן געליבטע(ר);
{אינטים:} מײַן סערצע; מײַן סערצעניו;
{טאָמער פּלאַטאָניש; בייגעוודיק:} מײַן באַליבטע(ר).
belly
(דער) בויך (ל″ר: בײַכער);
{צאַרטלעך, אויך איראָניש וועגן אַ בויך וואָס איז צו גרויס:} (דער\דאָס) בײַכל (ל″ר: -עך).
bellyache
(דער) בויכווייטיק (אויך: בויכווייטאָג).
belong
{מיט דאַטיוו:} געהערן;
באַלאַנגען (צו).
belonging: sense of belonging
אַן אײַנגעהיימישטקײַט; אַ געפיל אַז מ′פּאַסט זיך אַרײַנעט; אַ געפיל פון אָנגעהעריקײַט.
belt
(דער\דאָס) פּאַסיקל; (דער) פּאַסיק; (דער) רימען;
{בײַ טייל סתם, בײַ טייל נאָר וועגן אַ ספּעציעלן פּאַסיקל, אַמאָפטסטן פון ווייכן שטאָף, וואָס אַ חסידישער מאַנסביל טוט זיך אָ נעט צום דאַוונען:)
(דער\דאָס) גאַרטל (ל″ר: -ען, -עך).
belt: safety belt
(דער) פּאַס (ל″ר: -ן); (דער) •מאַשין⸗פּאַס {אין אַן אויטאָמאָביל, אויטאָבוס, עראָפּלאַן, כו′} (ל″ר: -ן); (דער) שוץ⸗פּאַס [shúts-pàs] (ל″ר: -ן).
(bench (for sitting
(די) באַנק (ל″ר: בענק [béynk]).
(bench (position in the judiciary
(די) ריכטער⸗באַנק; (די) שופטים⸗באַנק [shóftəm];
דעם ריכטערס טיש; דער ריכטערשער טיש.
benchmark
(דער) סטאַנדאַרד (ל″ר: -ן); (דער) גרונט⸗פּונקט (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} דער בר⸗סמכאדיקער פּונקט [bar-sámkhə-dikər] (ל″ר: -ן).
(.bend (n
(דער) אויסבייג (ל″ר: -ן); (דער) דריי (ל″ר: -ען).
(.bend (v
אײַנבייגן (אויך: אײַנבויגן);
bend down
זיך אײַנבייגן (אויך: אײַהבויגן); (ל″ע: אײַנגעבויגן).
bend over backwards
קערן וועלטן; טאָן אַלצדינג אויף דער וועלט; זיך לייגן אין דער לענג און אין דער ברייט.
beneath
אונטער.
beneath: It’s beneath my dignity
ס′איז אונטער מײַן ווערדע (\כבוד [kóvəd], דרומדיק: [kúvit]); ס′פּאַסט מיר ני(ש)ט.
benefactor
{דער עיקר אין זין פון פינאַנציעלער הילף:}
(דער) מעצענאַט [metsə-nát] (ל″ר: -ן), ל″ר אויך: (די) מעצענאַטקע (ל″ר: -ס);
{אין טראַדיציאָנעלע סביבות; אַנדערשוואו צומאָל מיט איראָניע:} (דער) נדבן [nádvən] (ל″ר: נדבנים [nadvónəm], דרומדיק: [nadvúnəm]), ל″נ: (די) נדבנטע [nádvən-tə] (ל″ר: -ס);
{דער עיקר אויף אַנדערע אופנים:}
(דער) בעל⸗חסד [bal-khésəd], דרומדיק: [bal-khéysət] (ל″ר {לומדיש:} בעלי⸗חסדים [bàlə-khsódəm], דרומדיק: [bàlə-khsú:dəm]);
{צומאָל איראָניש:} (דער) בעל⸗טובה [bal-tóyvə], צפונדיק: [bal-téyvə] (ל″ר: -ס; אויך: בעלי⸗טובה [bàlə-tóyvə], צפונדיק: [bàlə-téyvə]).
(benefit (n.) (advantage
(די) מעלה [máylə], דרומדיק: [má:lə];
{לומדיש:} (דער\די) תועלת [toyéləs], דרומדיק: [toyéyləs], צפונדיק: [teyéləs];
{לומדיש, אַרגומענטאַטיוו:} (די) רבותא [rəvúsə], דרומדיק: [reví:sə].
(benefit(s) (n.) (government/employer’s grants
די בענעפיטן [bènəfítn] (ל″ר).
benefit (v. intrans.)
געניסן (ל″ע: גענאָסן); האָבן (פונ)דערפון;
{לומדיש:} האָבן (אַ) תועלת (פונ)דערפון [təéləs], דרומדיק: [təéyləs].
benefit (v. trans.)
{מיט דאַטיוו:} קומען צו הילף; קומען צו ניץ; קומען לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə].
benefit: in benefit of
לטובת [lətóyvəs], צפונדיק: [lətéyvəs].
(Ben-Gurion, David (1886–1973
בן⸗גוריון [bèn-gúryin], אויך: [ben-gùryón];
דוד גרין.
(Bergelson, Dovid (1884–1952
בערגלסאָן [bérgl-son];
דוד בערגלסאָן [dòvəd-bérgl-son], דרומדיק: [dùvit-bérgl-zon];
דוד בן רפאל הערגעלסאָן.
Berlin, Naftoli Tsvi Yehuda (1816–1893)
דער נצי″ב [der-n(ə)tsív];
דער נצי″ב פון וואַלאָזשין;
ר′ נפתלי צבי יהודה בן יעקב בערלין;
געבאָרן: מיר (מינסקער גובערניע); געשטאָרבן: וואַרשע.
Bernstein, Rachel (Rokhl) (1869–?)
יהודית [yəhúdis], אויך: [yúdis]; דרומדיק: [yehí:dəs], אויך: [yí:dəs];
רחל בערנשטיין;
געבאָרן: מינסק; געשטאָרבן [אומגעקומען?]: ?.
(Berinsky, Lev (b. 1939
בערינסקי [bərínski];
לעוו בערינסקי.
(Ben-Yehuda, Eliezer (1858–1922
בן⸗יהודה [bèn|yəhúdə]; {חוזקדיק:} [bèn-yəhudá];
אליעזר בן⸗יהודה [eləézər-|ben-yehúdə], דרומדיק: [eləéyzər-|ben-yehí:də];
לייזער⸗איציק (\לייזער⸗איצע) פּערלמאַן; אליעזר⸗יצחק פּערלמאַן; לייזערקע פּערלמאַן;
געבאָרן: לוזשיק (לוזשקע), ווילנער גובערניע; געשטאָרבן: ירושלים.
berry
(די) יאַגעדע (אויך: יאַגדע) (ל″ר: -ס).
(beside (near
לעבן [lèbm], דרומדיק: [lèybm]; בײַ; {דיאַלעקטיש:} נעבן;
(beside oneself (with anger
אויסער זיך [óysər-zəkh]; {מער עמפאַטיש:} [òysər-zíkh].
beside the point
ני(ש)ט צום ענין [í(n)yən]; ני(ש)ט צו דער זאַך;
{אַ קאַפּ שטאַרקער אין זין פון אַפילו ניט צו דער טעמע:} ני(ש)ט שייך [nì(sh)t-sháyəkh].
(besides (in addition to that
אַחוץ דעם [akhúts|dém], אויך: [akhùdz-dém]; דרומדיק: [akhíts|déym], אויך: [akhìdz-déym]; אויסער דעם;
{מער פאָרמעל:} אין צוגאָב דערצו.
besides all that
אַחוץ דעם אַלעמען [akhúts|dèm-áləmən], אויך: [akhùdz-dèm-áləmən]; דרומדיק: [akhíts|dèym-áləmən], אויך: [akhìdz-dèym-áləmən];
איבעריקנס.
best
{בייגעוודיק:} בעסטע(ר).
(bestiality (animal like behavior
(די) חיהשקײַט [kháyəsh-kàyt]; (די) ווילדע⸗חיהשקײַט;
{לומדיש:} די חיה⸗רעהדיקײַט [khàye-róə-dəkàyt], דרומדיק: [khàye-rú:ə-dəkàyt]; (די) בהמיות [bahám(i)yəs].
(bestiality (sexual
(די) זאָאָפיליע; (די) שוכב⸗עם⸗בהמה קרענק [shóykhəv-im-b(ə)héymə], דרומדיק: [shóykhəv-im-b(ə)háymə], צפונדיק [shéykhəv-im-b(ə)héymə];
{לומדיש:} (די) בהמיות [bahám(i)yəs];
{דער מענטש וואָס טוט דאָס:} אַ שוכב עם בהמה.
(.bet (n
(דער\די\דאָס) געוועט [gəvét]; {דיאַלעקטיש:} (די) שפּאַרעניש.
(.bet (v
גיין אין געוועט [géyn|in-gəvét]: „איך גיי מיט דיר אין געוועט אויף אַ פלאַש משקה!“ [máshkə]; וועטן זיך.
!bet: You bet
אַ שאלה! [sháylə], דרומדיק: [shá:lə]; אַלץ הייסט!; אַוודאי! [avádə]; פאַרשטייט זיך! [farshtéydzəkh] אָדער [farshéytsakh];
{אַביסל מער לומדיש:] פאַרוואָר!; אַפּשיטא! [apshítə]; לחלוטין! [lakhlútn].
(.beta test (n
(דער) בעטאַ⸗טעסט (ל″ר: -ן).
(.beta test (v
מאַכן אַ (\דעם) בעטאַ⸗טעסט.
(beth din (rabbinic court
(דער) בית⸗דין [bézdn] {סײַ די אינסטיטוציע סײַ אַ סטאַבילער בנין אָדער צימער געווידמעט דעם צוועק}; ל″ר: בתי⸗דין [bòtə-dín], אויך: בית⸗דינס [bézd(i)nz];
(דער\די) דין⸗תורה [dìn-tóyrə], צפונדיק: [dìn-téyrə], ל″ר: דין⸗תורהס; {ענג גערעדט איז דער „דין תורה“ דער אָדער אַן אַנדער פּראָצעס, אָדער משפּט, וואָס ס′קומט פאָר אינעם בית⸗דין; אויף דער וואָר אָבער נוצט מען די פראַזע „רופן אויף אַ דין תורה“ אָנשטאָט „רופן אין בית⸗דין“ און אין פאַל פון קומען צו גיין אויף אַ געוויסן משפּט אָדער פאַרהער אינעם בית⸗דין, איז גלײַכער צו נוצן די קאָנסטרוקציעס מיט „דין תורה“, אַשטייגער: „מיר וועלן זיך זען אויף דער דין⸗תורה“}.
{לומדיש, ליטעראַריש:} דער בית⸗דין של מעלה [dər-bèzdn|shəl-máylə] אין זין פון הימלישן געריכט וואָס שטייט העכער איבער די מענטשלעכע, צי איצטער צי לויט דער יידישער טראַדיציע בײַ גאָטס אָפּמשפּטן אַ מענטשן וואָס שטאַרבט אַוועקעט און קומט אָנעט אויף יענער וועלט}.
beth midrash
(דער) בית⸗מדרש [bəs-médrəsh] (ל″ר: בתי⸗מדרשים [bòtə-mədróshəm], דרומדיק: [bù:tə-mədrú:shəm];
{דער עיקר דרומדיק:} (דאָס\די) שטיבל (ל″ר: שטיבלעך);
{דער עיקר צפונדיק:} (די\דער) קלויז (ל″ר: -ן);
{הערה: פאַראַן א סך וואַריאַציע אינעם באַנוץ; למשל אין טייל שטעטלעך איז אַ „שטיבל“ (דער עיקר אין דרום), צי אַ „קלויז“ (דער עיקר איו צפון), געווען קלענער (און צומאָל בלויז אַ טייל פון אַ הויז) איידער אַ „בית⸗מדרש“ וואָס איז אַמאָפטסן אַ באַזונדערער בנין, וואָס איז פונדעסטוועגן אַ סך קלענער ווי אַ „שול“. אין אַ סך מקומות איז די „(גרויסע) שול“ געווען צום דאַוונען אין די וואַרעמע חדשים, פון פּסח ביז שמחת תורה, בעת ווען אַ בית⸗מדרש איז געווען ניט נאָר צום דאַוונען נאָר אויכעט צום לערנען, אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, און במילא דאַרף עס אין די קאַלטע חדשים געהייצט ווערן (להיפּוך צו דער „קאַלטער שול“)}.
betray
פאַרראַטן [farátn]; בוגד זײַן (אין) [bóygəd]; {דיאַלעקטיש, צומאָל אַרכעאיש אין אָט דעם זין:} פאַרנאַרן;
{הערה: אַז ס′גייט אין אומגעטרײַשאַפט צו אַ מלוכה אָדער אַן אַנדער מאַכט גילטן ביידע עיקרדיקע ווערטער אויפן באַגריף — „פאַרראַטן“ (מער עמאָציע) און „בוגד זײַן“ (מער אַ פאָרמעלע אָדער לעגאַליסטישע בגידה); אַז ס′דייט אין טיף⸗פּערזענלכע ענינים, אַשטייגער בנוגע דער ווײַב אָדער דעם מאַן, איז אויפן אָרט: „פאַרראַטין“};
{אין ספּעציישן זין פון גורם זײַן די כאַפּונג צי אַרעסטירן פון אַ יחיד:} אַרויסגעבן;
{ע″ט, דיאַלעקטיש, ליטעראַריש:} פעלשן (אין\אָן).
betrayal
(דער) פאַרראַט [farát];
{בפרט אין אַן אידעאַל, וועזן, גלויבן אָדער אין אַ מלך אָדער אַנדער הערשער:} (די) בגידה (אין) [b(ə)gídə];
{ע″ט, דיאַלעקטיש, ליטעראַריש:} (די) פעלשונג (אין\אָן);
{אין ספּעציפישן זין פון איבערגעבונג פון שלעכטס⸗גורמדיקע אינפאָרמאַציע וועגן עמעצן צו דער מאַכט:} (די) פאַרמסרונג [far-másərung]; (די) מסירה [məsírə];
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) איבערגעבונג; (די) אַרויסגעבונג; (דאָס\[דער) אַרויסגעבן.
better
{קאניונקציעס, נאָך וועלכע מען בלײַבט אין נאָמינאַטיוו:} בעסער ווי; בעסער איידער; („איר ערשטער ראָמאַן איז דאַכט זיך בעסער ווי דער צווייטער“);
{פּרעפּאָזיציעס, נאָך וועלכע מ′איז אינעם דאַטיוו:} בעסער פון; בעסער פאַר; („איר ערשטער ראָמאַן איז דאַכט זיך בעסער פון דעם צווייטן“).
better later than never
בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל ני(ש)ט.
better now than later
בעסער איצטער איידער שפּעטער.
better to know beforehand
בעסער וויסן אַפריער.
better: be better at
זיך בעסער אויסטויגן אויף.
better: be better off
לעבן אין בעסערע אומשטענדן; האָבן שוין אַ בעסערן לעבן.
better: be better off without
ספּראַווען זיך בעסער אָן; זיך בעסער באַגיין אָן; וואָלט בעסער זײַן אָן.
better: for better
צום גוטן; פון טובה וועגן [tóyvə], צפונדיק: [téyvə];
{אַ קאַפּ לומדיש:} לטובה [lətóyvə], צפונדיק: [lətéyvə].
better: for better or for worse
{טאָמער וועגן דווקא ממש ערנסטע זאַַכן:}
אויף בעסערס צי אויף ערגערס; אין פריידן און אין לײַדן; {אַ קאַפּ לומדיש:} לטובה צי לרעה [lətóyvə|tsì-l(ə)róə], דרומדיק: [lətóyvə|tsì:-l(ə)rú:ə], צפונדיק: [lətéyvə|tsu-l(ə)ró(y)ə];
{טאָמער אין טאָגטעגלעכע ענינים:}
ווי ס’זאָל ני(ש)ט זײַן; ווי ס’זאָל ני(ש)ט אויסקומען; ווי ס’זאָל ני(ש)ט באַשערט זײַן; צי באַשערט צום מצליח זײַן צי ני(ש)ט [matslíyəkh-zayn].
(better: get better (recover health
קומען צו זיך; געזונט ווערן; שפּירן זיך בעסער; גענעזן ווערן.
!better: Get better soon
אַ רפואה שלימה! [ar(ə)fùə-shléymə], דרומדיק: [ar(ə)fì:yə-shláymə].
!better: The sooner the better
וואָס פריער אַלץ בעסער!.
!better: You better know what you’re doing
איך האָף אַז איר ווייסט וואָס איר טוט! (\…אַז דו ווייסט וואָס דו טוסט!).
!better: You better not
איר זאָלט ני(ש)ט וואַגן! (\דו זאָלסט ני(ש)ט וואַגן!);
איר זאָלט זיך ניט דערוועגן! (\דו זאָלסט זיך ני(ש)ט דערוועגן!);
בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt].
between
צווישן; {דיאַלעקיש דרומדיק:} צישן; צעווישן; {דיאַלעקטיש צפונדיק:} צואווישן.
between heaven and earth
צווישן הימל און ערד.
between you, me and the lamp post
צווישן אונדז און דעם קאָטער.
beverage
(די\דאָס\דער) געטראַנק (ל″ר: -ען).
bewilder
שאַפן באַוואונדערונג; ברענגען צעטומלונג; צעמישן; איבערלאָזן אין אַ ני(ש)ט⸗קלאָרקײַט.
bewildered
פאַרבלײַבן צעמישט; מבוהל ווערן [məvúəl], דרומדיק: [məvíy(ə)l].
beyond (prep.)
ווײַטער פון; אויף יענער זײַט;
{לומדיש:} מעבר (פון) [məéyvər], דרומדיק: [(məáyvə(r].
beyond comprehension
ני(ש)ט צום באַנעמען (\באַגרײַפן);
{לומדיש:} ני(ש)ט צום תופס זײַן [tóyfəz-zayn], צפונדיק: []téyfəz-zayn; למעלה פונעם שכל [ləmáylə|fùnəm-séykhl], דרומדיק: [ləmá:lə|fìnəm-sáykhl].
beyond the pale
שוין איבער אַיעדן גבול [gvúl], דרומדיק: [gvíl]; אינגאַנצן איבער דער מאָס; שוין ני(ש)ט צום דערלײַדן.
beyz (beys, beis, bais, bet, beth, etc.)
ב: (בית, בֵּית) [beyz] (געשריבן אויך: בּ) — דער צווייטער אות פון יידישן אלף⸗בית וואָס צייכנט אָפּ דעם קאָנסאָנאַנט [b]; = צוויי (2) אין דער יידישער סיסטעם נומעראַציע.
ווערט אָבער אָנגערופן [véyz], און טיילמאָל געשריבן בֿ, ווען ער שטעלט מיט זיך פאָר אַ [v] קלאַנג אין סעמיטיש⸗שטאַמיקע ווערטער.
אין דער פאָנעטישער סיסטעם אַלעמאָל [b], למשל „בוים“, „אָבער“, „טויב“; אין ווערטער פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט קען זײַן [b] (בדרך כלל אָנהייב וואָרט און טראַף), אָדער [v] (אַמאָפטסטן נאָך אַ וואָקאַל): בהמה [b(ə)héymə], קרבן [kórbm] ∼ אבר(ה)ם [avróm], חוב [khóyv].
ווען ס′איז אַ סימן אויף אַ [v] הייסט דער אות: [veyz]. פונדעסטוועגן רעכנט זיך עס מערסטנטייל ווי אַ היסטאָרישער וואַריאַנט פון בית, אַשטייגער בײַם אויסרעכענען די אותיות: א, ב, ג, ד. אין טייל יידישיסטישע שולן און קורסן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מען דווקא געפאָדערט די סעקווענץ: אַלף, בּית, בית, גימל וכו′.
שרײַבונג: אין מערסטע יידישע טעקסטן דיפערענצירט מען ניט אָרטאָגראַפיש מחמת דעם [v] טרעפט מען דאָך נאָר אין סעמיטיש⸗שטאַמיקע ווערטער, וואו מען דאַרף במילא וויסן דעם אַרויסרייד פון וואָרט. פונדעסטוועגן זײַנען פאַראַן צוויי אַלע טראַדיציעס מבחין זיין: פון אַלטן לשון⸗קודש און אַראַמיש ממש: בּ מיטן היסטאָרישן דגש (אָדער: אַ פּינטל) אַקעגן ב; פון אַלט יידיש און ווײַטער מיט אַ רפה (אָדער: דעכעלע) איבערן ספּיראַנטיזירטן בֿ: בּ (אָדער סתם) ב אַקעגן בֿ.
ניט שייך צי מען נוצט אַ פּינטעלע (דגש) אין ב = b צי ניט; צי מען נוצט אַ דעכעלע (רפה) אין ב = v, איז מען מבחין אינעם לשון, בײַם ריידן אָדער שרײַבן וועגן דעם ענין, מיטן אָנרופן דעם b קלאַנג אַמפּשוטסטן [beyz], אָדער, אַז מ′וויל דווקא מפרט זײַן [bèyz mit a píntl], אָדער [bèyz mit a dógəsh]; דעם v קלאַנג ווידער רופט מען אָנעט אַמפּשוטסטן [veyz], נאָר (זעלטענער) איז מען ווײַטער מפרט: [vèyz mit a dékhalə] אָדער [vèyz mit a rófə].
(Biadula, Źmitrok (1886-1941
זמיטראָק ביאַדולע;
שמואל⸗נחום פּלאַווניק;
געבאָרן: פּאָסאָצק (מינסקער גובערניע); געשטאָרבן: אוקראַינע.
(Bialik, Chaim Nachman (1873–1934
ביאַליק [byálik];
חיים נחמן ביאַליק [khàyəm|nàkhmən|byálik];
געבאָרן: ראַדי (וואָלין); געשטאָרבן: ווין (צו קבורה געבראַכט: תל אביב).
Bible (Jewish)
{אין דער טראַדיציאָנעלער יידישער סביבה:}
תנ″ך [tanákh] מאַכט: תורה [tóyrə], נביאים [n(e)ví(y)əm], כתובים [ksúvəm];
אויך: עשרים וארבע [èsrey-v(ə)árbə], דרומדיק: [èsray-v(ə)árbə], צי — [svárbə]; {די פיר⸗און⸗צוואַנציק ספרים פונען תנ″ך, כדלהלן:}
תורה; {אין געדרוקטע אויסגאַבעס מיט ניקוד און טראָפּ:} דער חומש [khúməsh], די פינף חומשים [khumóshəm]: בראשית [bréyshəs], שמות [shmóys], ויקרא [vayíkrə], במדבר [bamídbor], דברים [dvórəm].
נביאים [nevíyəm]: די נביאים ראשונים [nevìyəm rishóynəm] — יהושע [yəhəshúə], שופטים [shó(y)ftəm], שמואל א′ [shmúəl áləf] און שמואל ב′ [shmúəl béyz], מלכים א′ [mlókhəm áləf] און מלכים ב′ [mlókhəm béyz]; נביאים אחרונים [nevìyəm akhróynəm] — ישעיה [yəsháyə], ירמיהו [yirmiyóhu], יחזקאל [yəkhézkl], תרי עשר [trèyósər] (די צוועלף נביאים): הושע [həshéyə], יואל [yóy(ə)l], עמוס [óməs], עובדיה [oyvádyə], יונה [yóynə], מיכה [míkhə], נחום [nókhəm], חבקוק [khavəkuk], צפניה [tsfányə], חגי [khágay], זכריה [zəkháryə] \ [skháryə], מלאכי [malákhə]).
כתובים {דווקא אָן דעם באַשטימטן אַרטיקל:}: תהלים [tíləm], משלי [míshlə], איוב [íyəv]. די פינף מגילות: שיר השירים [shìrashírəm], רות [rus], איכה [éykhə] , קהלת [kehéləs], אסתר [éstər]. דניאל [d(e)níy(ə)l], עזרא [ézrə], נחמיה [n(ə)khémyə], דברי הימים א′ [dìvreyayóməm áləf] און דברי הימים ב′ [dìvreyayóməm béyz].
Bible (nondenominational, interdenominational)
(די) ביבל: דער תנ″ך [tanákh] (דער אַלטער טעסטאַמענט) {פּלוס} דער נײַער טעסטאַמענט (די קריסטלעכע ביבל \ דער ברית חדשה [brìs-khadóshə]).
(Bible (Christian / New Testament
דער נײַער טעסטאַמענט; די עוואַנגעליע; דער ברית חדשה [bris khadóshə], דרומדיק: [brìs-khadú:shə].
{הערה: בײַ טייל מאָדערניסטן און סעקולאַריסטן איז דער טערמין „ברית חדשה“ געוואָרן נייטראַל, אָן קיין שום קריסטאָלאָגישע צי מיסיאָנערישע כוונות; בײַ אַנדערע ווידער שמעקט עס פאָרט מיט ריח פון מיסיאָנערן און מען נוצט דעם מער נייטראַלן: „דער נײַער טעסטאַמענט“. בײַ טראַדיציאָנעל געשטימטע יידיש ריידנדיקע זעען זיך אָן פאַרשיידנאַרטיקײַטן אינעם באַנוץ. בײַ טייל איז כשר וישר „דער נײַער טעסטאַמענט“ און אין פּאָלעמישן באַנוץ „די אַזוי אָנגערופענע ברית חדשה“; בײַ אַנדערע ווידער איז עס אויך: „דער אַזוי אָנגערופענער נײַער טעסטאַמענט“ און מען באַנוגנט זיך מיט צונויפהעפטן מיטן וואָרט „גויאיש“, עלעהיי: די גויאיש(ק)ע ביבל; (צומאָל מיט הומאָר צי איראָניע:} דער גויאיש(ק)ער תנ″ך; און מיט פאַרשיידענע (ס′רוב אַמאָליקע) בפירושדיקע זלזולים, צווישן זיי: די עוון⸗געליע (פון לשון „עוון“ = ′זינד′); דער עוון⸗גליון; יעזוסעס מעשיות; שאול התרסיס שטותים, און אַנדערע}.
bicycle
(דער) וועלאָסיפּעד (צי: וועליסאָפּעד) [vəlòsipéd] (ל″ר: -ן); {בײַ טייל פאַרקירצטערהייט:} וועלאָ;
{אין מערב:}
(דער) בײַסיקל, ל″ר: בײַסיקלעך צי בײַסיקלס [báysəklz];
{דער עיקר בײַ אָפּשטאַמיקע פון צווישנמלחמהדיקן פּוילן:}
(דער) ראָווער (ל″ר: -ס);
{בײַ טייל נאָרמאַטיוויסטן אין קלובן און קלאַסן:}
(דער) ביציקל [bítsikl] (ל″ר: -ען); (דער) ביציקלעט [bitsiklét] (ל″ר: -ן).
bid (n.)
(דער) אָנבאָט (ל″ר: -ן).
bid (v.)
אַן אָנבאָט געבן; אַרײַנגעבן אַן אָנבאָט.
big
{וועגן דער מאָס גופא} גרויס;
{טאָמער גאַנץ גרויס, ניט זייער גרויס:} גרויסלעך;
{טאָמער אין פיגוראַטיוון זין פון מענטשלעכן באַנעם:} גרויסאַרטיק;
{אין זין פון אַן אויסגעוואַקסן מענטשן:} דערוואַקסן; {לומדיש:} בגרותדיק [bágrəz-dik];
{אין זין פון פאַרנעמען אַ גרויסן אָרט אין דער חשיבות:} וויכטיק; אָנגעזען; גרויסאַרטיק; וואַזשנע; צענטראַל.
big bang
דער גרויסער בראַזג.
Big Brother
דער „גרויסער ברודער“.
big business
(דער) גרויסביזנעס [gróyz-bìznəs], צפונדיק: [gréyz-bìznəs]; (דער) גרויסהאַנדל.
(big deal (seriously so
{מיט איראָנישער אָדער פרעגערישער אינטאָנאַציע:} אַ קלייניקײַט! איין קלייניקײַט!;
{ש″ש:} או⸗אַ!.
big deal: make a big deal out of something
מאַכן אַ (גאַנצן\גרויסן) — טראַסק; וועזן; צימעס; טאַראַראַם.
(?Big deal! (What’s the big deal
ס′איז גאָרני(ש)ט מיט גאָרני(ש)ט!; גאָרנישט מיט נישט!; איז מה רעש? [má|rá(ə)sh];
{מיט סאַרקאַסטישער אינטאָנאַציע:} אַ גרויסע מעשה!; אַנטדעקט אַמעריקע!;
{ש″ש:} טאָ איז וואָס?!; אַך!.
Big Dipper
דער גרויסער בער (וואָס אין\אויפן הימל);
{לומדיש:} הדוב הגדול [hadòyv-(h)agódl], דרומדיק: [hadòyv-(h)agú:dl], צפונדיק: [hadèyv-(h)agódl].
(big name (well-known person
אַ שם⸗דבר [ashèm-dóvər], אויך: [ashém-dòvər] דרומדיק: [(ashèm-dúvə(r], אויך: [(ashém-dùvə(r] (ל″ר: -ס);
אַזאַ מיט אַ גרויסן שם [shém];
{בייגעוודיק:} אַן אמת באַוואוסטע(ר) [anéməs]; אַן אמת באַרימטע(ר).
big shot
אַ גאַנצער קנאַקער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ גאַנצער מאַכער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס); אַ סאַמע ראש וראשון [ròsh-vəríshn];
{טאָמער דעם אויספײַנער אַוועמען מען זאָגט אַרײַנעט מאַכט זיך פאַר אַ (שטיקל) געלערנטן:} אַ גאַנצער תנא קמא [tàne-kámə]; אַ גאַנצער תנא ברא [tànə-bárə];
{אַ סברא אַרכעאיש:} אַ כל⸗ולך [akólv(ə)lòkh] (ל″ר: -ס, אויך: -עס); אַ העכט; אַ יאַ⸗טיביע⸗דאַם (ל″ר: -ס);
{לומדיש:} אַ גאַנצער מר בר רב אשי [már|b(ə)rèbáshə].
bigamist
(דער) ביגאַמיסט (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (דער) רבוי⸗נשימניק [rìbə-nóshəm-nik], דרומדיק: [rìbə-nú:shəm-nik] (ל″ר: עס).
bigamy
(די) ביגאַמיע;
{לומדיש:} (דער) רבוי נשים [rìbə-nóshəm], דרומדיק: [rìbə-nú:shəm].
bigness
(די) גרויסאַרטיקײַט; די גרויסמאָסיקײַט;
{טאָמער וועגן מענטשלעכן כאַראַקטער:}
(די) ברייטהאַרציקײַט; (די) גרויסהאַרציקײַט.
bill (n.) (document demanding payment)
(דער) חשבון [khézhbm]; ל″ר: חשבונות [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbéynəs]; (דער) אָפּצאָל⸗צעטל; (די) מאָנונג, דרומדיק: [mú:nink].
bill (v.)
אַרײַנשיקן דעם חשבון [khézhbm]; דערלאַנגען דעם חשבון; מאָנען.
bill: pay the bills
זיך צעצאָלן מיט די חשבונות [khəzhbóynəs], צפונדיק: [khəzhbéynəs]; זיך אַרומצאָלן.
bill of exchange
(דער\דאָס) וועקסל (ל″ר: -ען; אויך: -עך).
bill of rights
(דער\דאָס) צעטל פון מענטשרעכט.
billion
(דער) ביליאָן (ל″ר: -ען); {אין מזרח אויך:} (דער) מיליאַרד (ל″ר: -ן).
billionaire
(דער) ביליאָנער (ל″ר: -ן); {אין מזרח:} (דער) מיליאַרדער (ל″ר: -ן).
(bin (for rubbish
(דער) מיסטקאַסטן (ל″ר: -ס);
{טאָמער דווקא אַ גרעסערער וואָס אינדרויסן:} (דער) דרויסנדיקער מיסטקאַסטן.
bin man
(דער) מיסט⸗קלײַבער (ל″ר: ø; אויך: -ס); ל″נ: (די) מיסט⸗קלײַבערין (ל″ר: -ס);
(binary (one or the other with no transition
{פראַזעס:} אַהין אָדער אַהער; אָדער יאָ אָדער ניין; אַזוי צי אַזוי;
{ענטפער אויף דעם וואָס זוכט מדרגות אין אַ פאַל פון יאָ צי ניין:} אַ קליין ביסעלע טראָגעדיק!; אַ קאַפּ מעוברת [m(ə)ubérəs], דרומדיק: [m(ə)ibéyrəs].
binational
צוויינאַציאָנאַל; בינאַציאָנאַל.
(bind (v.) (publications
{די אַרבעט גופא:} אײַנבינדן;
{וועגן באַשטעלן די אַרבעט:} לאָזן אײַנבינדן.
(bind (v.) (obligate
פאַרפליכטן; אָבליגירן;
{לומדיש; סוחריש:} מחייב זײַן [m(ə)kháyəv-zayn].
(binding agreement (/contract
אַ פאַרפליכטנדיקער (\מחייבדיקער [m(ə)kháyəv-dikər]) דאָקומענט (\קאָנטראַקט);
{לומדיש; סוחריש:} אַ שטר המחייב [ashtàr-(h)am(ə)kháyəv].
bio thief (biography plagiarist / copycat)
(דער) לעבנס⸗גנב [lébms-gànəv], ל″ר: לעבנס⸗גנבים [lébms-ganòvəm]; ביאָגראַפישער אָפּקאָפּירער; נאָך⸗מאַלפּעווער [nókh-màlpəvər].
biography
(די) ביאָגראַפיע [byográfyə] (ל″ר: -ס);
{לומדיש:} (דער) תולדות אדם [tòldəs-ódəm], דרומדיק: [tòldəs-ú:dəm].
biographical
ביאָגראַפיש.
biological
ביאָלאָגיש [byológish].
biology
ביאָלאָגיע [byológyə].
birch tree
(די) בער(י)אָזע (ל″ר: -ס);
(דימינוטיוו, אויך צאַרטלעך:} (די ) בער(י)אָזקע (ל″ר: ס);
(צווייטער דימינוטיוו, נאָכמער צאַרטלעך:} (די) בער(י)אָזקעלע (ל″ר: -ך).
bird
(דער) פויגל (ל″ר: פייגל; אויך: פייגלעך: פייגלען);
{אַ קליינינקער:} (דאָס\דער) פייגעלע (ל″ר: -ך);
{ווערטל:} „פייגל פליען אין טשערעדעס, דער אָדלער פליט אַליין“ (—אברהם⸗משה דילאָן).
{הערה א: בשעת ווען אין ל″י איז מאָרפאָלאָגיש אידענטיש די גרונט⸗פאָרמע מיטן ערשטן דימינוטיוו, איז דער חילוק פאַרבליבן, געווענדט אין דעם צי דער וואָרטאויסיקער ל′ ווערט באַטראַכט ווי טייל פון שורש (היסטאָריש) צי איז ער אויך ניט בשעת מעשה אַ דימינוטיוו פּסיכאלאָגיש); והראיה, בײַם רבים, בײַ אַ ט י י ל, איז פאַרליבן דער חילוק פון „פייגל“ (ערטערווײַז „פייגלען“) אַלץ גרונט⸗פאָרמע קעגנאיבער „פייגלעך“ אַלץ ערשטער דימינוטיוו}.
{הערה ב: דער באַנוץ פון „פייגעלע“ אין זין פון אַ האָמאָסעקסועלן מאַנבסיל (סלענגיש עמאָטיוו, צומאָל פּאָזיטיוו, צומאָל נעגאַטיוו), שטערט גאָרנישט דעם ווײַטערדיקן באַנוץ פון „פייגעלע“ אין זין פון אַ פויגל (צי וועגן דער קליינקײַט צי סתם צאַרטלעך}.
bird droppings
(דער) פויגלשער אָפּפאַל.
birdbrain: be a birdbrain
האָבן אַ הינער(י)שן שכל [séykhl], דרומדיק: [sáykhl]; האָבן אַ מח פונעם קאָטער [móyəkh], צפונדיק: [méyəkh].
(Birnbaum, Nathan (1864–1937
נתן בירנבוים [nósn|bírnboym]; דרומדיק: [nú:sn|bí:r(ə)nbo:(u)m];
מתתיהו אחר [mátyəs|ákhər];
געבאָרן: ווין; געשטאָרבן: וואַסענאַר (בײַם האַג, האָלאַנד).
(Birnbaum, Solomom A. (1891–1989
בירנבוים;
שלמה בירנבוים [shlóymə|bírnboym]; דרומדיק: [shlóymə|bí:r(ə)nbo:(u)m];
פּראָפעסאָר שלמה אשר בירנבוים;
געבאָרן: ווין; געשטאָרבן: טאָראָנטאָ.
Birkat Hamazon
(דאָס\דער) בענטשן; ברכת המזון [bìrkes-(h)amózn], דרומדיק: [bìrkəs-(h)amú:zn].
Birkat Hamazon booklet
(דער) בענטשער (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) בענטשערל (ל″ר: -על).
Birkat Hamazon: Let’s do Birkat Hamazon!
נו, לאָמיר בענטשן!; מ′עט (אָפּ)בענטשן?; רבותי, לאָמיר בענטשן? [rabóysay], צפונדיק: [rabéysay];
{הערה: בײַ טייל זײַנען אָט די פראַזעס דווקא אַנדערש איידער דאָס טראַדיציאָנעל⸗יידישע הדקמה⸗וואָרט צום בענטשן גופא: „רבותי מיר וועלן בענטשן“}.
birth
(די\דאָס) געבורט [gəbúrt]; (דער\דאָס) געבאָרן (\געבוירן) ווערן.
birth of a Jewish baby girl
(די) בריתיצע [brísətsə].
birth: date of birth
(די) געבורט(ס)⸗דאַטע (ל″ר: -ס); די דאַטע פון געבאָרן (\געבוירן) ווערן;
{לומדיש:} (דער) יום הלידה [yòm-(h)aléydə], דרומדיק: [yòm-(h)aláydə].
birthday
(דער) געבאָרנטאָג {צפונדיק גענייגט}; געבוירנטאָג {(דער) געבורטסטאָג;
{דרמדיק דיאַלעקטישף פראַזע:: (דאָס) יערן זיך;
{אַרכעאיש:} די אימענינעס \ די מענינע.
birthday: (adult) person whose birthday (or anniversary) it is
(דער) בעל⸗יובל [bal-yóyvl], צפונדיק: [bal-yéyvl] (ל″ר: -ס; אויך: בעלי⸗יובל);
(די) בעל⸗יובלטע [bal-yóyvltə], צפונדיק: [bal-yéyvltə] (ל″ר: -ס).
birthday boy
(דער\דאָס) יינגל דער בעל⸗יובל [bàl-yóyvl], צפונדיק: [bàl-yéyvl].
birthday girl
(די\דאָס) מיידל די בעל⸗יובלטע [bàl-yóvl-tə], צפונדיק: [bàl-yéyvl-tə].
birthday party
(די) געבאָרנטאָג הוליאַנקע; (די) געבאָרנטאָג שמחה [símkhə];
{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) געבורטסטאָג פײַערונג.
!birthday: Happy birthday
מזל⸗טוב, ביז הונדערט⸗צוואַנציק [mázltof|biz-hùndərt-tsvántsik]; דרומדיק: [mázltof|bis-hìndə(r)t-tsvóntsik];
אַ פריילעכן (\ליכטיקן) געבאָרנטאָג! (\געבוירנטאָג \געבורטסטאָג);
{דיאַלעקטיש אַרכעאיש, אָבער אויפגעלעבט אין טייל קרײַזן:} מיט מזל זיך געיערט!.
birth pangs
(די) חבלי לידה [khèvlə-léydə], דרומדיק: [khèvlə-láydə] (ל″ר);
(די) געבורט⸗ווייען (ל″ר); דער געווינערינס ווייען.
(Birth Pangs of Messiah (/of the messianic era
(די) חבלי משיח [khèvlə-məshíəkh] (ל″ר).
birther
געבורט לייקענער (ל″ר: ø); (′דער וואָס ענהט אַז אַ צווייטנס געבוירנשאַפט פּרטים זײַנען געפעלשט′, פּאָפּולאַריזירט אין די יאָרו פון אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַן).
birthright
{בכלל:} (די) ירושה⸗רעכט [yərúshə-rèkht], דרומדיק: [yəríshə-rèkht] (ל″ר).
{בײַ יידן בפרט, אָבער קען גענוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט צו די רעכט פונעם עלטסטן קינד פון געזינד:} (די) בכורה⸗רעכט [pkhóyrə-rèkht], צפונדיק: [pkhéyrə-rèkht] (ל″ר);
{אין ספּציפיש יידישן זין וועגן דעם מעמד פון עלטסטן זון פון געזינד:} די בכורה [dəpkhóyrə], צפונדיק: [dəpkhéyrə].
bisexual
ביסעקסועל.
bisexual person
{בייגעוודיק:} (די\דער) ביסעקסועלע(ר).
(.bishop (Chris
(דער) ביסקופּ (ל″ר: -ן); (דער) אייבער⸗גלח [éybər-gàləkh], דרומדיק: [áybə(r)-gàləkh] (ל″ר: ⸗גלחים [galòkhəm], דרומדיק: [galúkhəm]);
{היסטאָריש לומדיש; אויך: עמאָטיוו — צי סימפּאַטיש צי הומאָריסטיש צי נעגאַטיוו:} (דער) הגמון [hégmən] (ל″ר: הגמונים [hegmóynəm], צפונדיק: [hegméynəm]).
(bishop (chess
(דער) לאַפער (ל″ר: -ס); (דער) לויפער (ל″ר: -ס); (דער) הגמון [hégmən] (ל″ר: [hegmóynəm], צפונדיק: [hegméynəm]).
bit
אַ ביסל; אַ קאַַפּ;
(לומדיש:} אַ כל⸗שהוא [akól-sh(əh)ù], דרומדיק: [:akól-sh(əh)ì] (ל″ר: -ס);
{אין פאַל פון צעטיילעוודיקע ממשודיקע זאַכן, למשל טאָרט:} אַ שטיקל (ל″ר: -עך); אַ ברעקל (ל″ר: -עך).
(bit (for a drill
(דאָס\דער) אײַזנדל (ל″ר: -עך).
bit: bits and pieces
שטיקלעך און ברעקלעך; פּיצלעך און שטיקלעך;
{לומדיש: בשעת מעשה אָפטמאָל הומאָריסטיש אין אָט דעם זין:} שברי כלים [shívrey|kéyləm], דרומדיק: [shívray|káyləm].
bit by bit
צו ביסעלעך; ביסלעכווײַז.
bitcoin (→ crypto-currency)
(דער) ביטקאָין; „אינוועסטירן אין ביטקאָין“; (די\דאָס) אינטערנעטישע געלט;
{סקעפּטיש:} (די\דאָס) לופט⸗געלט;
{ביטולדיק:} ביטקאָין⸗שמיטקאָין.
(bite (n.) (act of biting
(דער) ביס (ל″ר: -ן); (דער) אײַנביס (ל″ר: -ן).
(bite (n.) (bit of food
(דער) ביסן; (דאָס\דער) ביסל עסן;
{פראַזע:} עפּעס (אַ)וואָס איבער(צו)כאַפּן; עפּעס (אַ)וואָס אַרײַנלייגן אין מויל (אַרײַן).
(.bite (v
בײַסן (ל″ע: געביסן); אײַנבײַסן (ל″ע: אײַנגעביסן).
bite off
אָפּבײַסן [ób-bàysn], דרומדיק: [úb-bà:sn].
!Bite your tongue
בײַס(ט) זיך אָפּ(עט) די צונג!; שפּײַ(ט) אויס(עט)!.
(.biting (n
(דאָס\דער) בײַסן; (די) בײַסעניש.
(biting (adj.) (painful, sharp
בײַסעדיק; בײַסיק; שאַרף; ביטער.
bitter
ביטער;
{פיגוראַטיוו אויך:} גאַליק;
{פראַזעס:} ביטער ווי דער טויט; ביטער ווי גאַל; {לומדיש:} מר ממות [már|məmóvəs], דרומדיק: [már|məmúvəs] (′נאָך ביטערער פונעם טויט′);
bitter end: to the bitter end
ביזן לעצטן סוף; [sóf] ביזן (סאַמע) ביטערן סוף;
{לומדיש, פראַזע:} ביז ס′איז כלו כל הקיצין [kòlu|kòlakítsn], דרומדיק: [kù:li:|kòlakítsn].
bitter person
{בייגעוודיק:} אַ פאַרביסענע(ר); אַ פאַרביטערטע(ר); אַן אײַנגעביטערטע(ר);
{לומדיש:} אַ מר נפש [amàr-néfəsh], דרומדיק: [amàr-néyfəsh].
bitterness
(די) פאַרביסנקײַט; (די) פאַרביטערטקײַט.
blabbermouth
אַ פּלוידערזאַק (ל″ר: ⸗זעק); אַ פּלאַפּלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: פּלאַפּלערקע (ל″ר: -ס); אַ באָלבעטון (ל″ר: -עס); אַ גראַמאָפאָן (ל″ר: -עס; {אַז ס′גייט אָבער אינעם מכשיר איז דער ל″ר געוויינטלעך אויף: -ען});
{פראַזע:} אַ מאַרק⸗יידענע (ל″ר: -ס).
black
שוואַרץ;
{פראַזעס:} שוואַרץ ווי די נאַכט; שוואַרץ ווי קוילן;
{אין סודותדיקן לשון:} (זײַן) שחור [shókhər], דרומדיק: [(shúkhə(r].
(.Black (n
(דער) אַפראָ⸗ {+נאָמען פון לאַנד נאָמינאַליזירט:}, אַשטייגער: אַפראָאַמעריקאַנער, אַפראָבריטאַניער, אַפראָקאַנאַדער וכו′);
{בייגעוודיק:} (דער) שוואַרצהויטיקער, (די) שוואַרצהויטיקע (ל″ר בײַ די ביידע: שוואַרצהויטיקע);
{אַרכעאיש:} (דער) נעגער (ל″ר: ø, אויך: -ס), ל″נ: נעגערין; {מער עמאָטיוו:} (די) נעגערטע (ל″ר: -ס);
{הערה: היות ווי בײַ ט י י ל ווערן „אַ שוואַרצער“, „די שוואַרצע“, „אַ נעגער“ בײַ הײַנטיקן טאָג אָנגעווענדט ראַסיסטיש נעגאַטיוו איז כדאי זיי אויסמײַסן א י נ ג אַ נ צ ן}.
(.Black (adj
אַפריקאַניש; אַפראָ {+נאָמען פון לאַנד אַדיעקטיוויזירט, אַשטייגער: אַפראָאַמעריקאַניש, אַפראָבריטאַניש, אַפראָקאַנאַדיש וכו′; ס′גילטן אויך די אומבייגעוודיקע וואַריאַנטן: אַפראָאַמעריקאַנער, אַפראָבריטאַניער, אַפראָקאַנאַדער וכו′).
Black (American) culture
(די) אַפראָאַמעריקאַנישע קולטור; (די) אַפראָאַמעריקאַנער קולטור;
{הערה: ווי ס′איז דער שטייגער, איז „אַפראָאַמעריקאַניש“ בייגעוודיק; „אַפראָאַמעריקאַנער“ — אומבייגעוודיק}.
black and white movie
(דער) שוואַרץ⸗ווײַסער פילם.
black box
דאָס שוואַרצע קעסטל \ דער שוואַרצער קעסטל; (דאָס\דער) עראָפּלאַן⸗קעסטל.
Black Death
די שוואַרצע מגיפה [magéyfə], דרומדיק: [magáyfə]; דער שוואַרצער טויט;
{ווי אַ יידישער היסטאָרישער באַגריף:} גזירות ק″ח וק″ט (5108–5109 \ 1348–1349) [gzèyrəs|kàkh-vəkát], דרומדיק: [gzàyrəs|kàkh-vəkát].
(Black Hundred (in early 20th century Russia
די שוואַרצע מאה [méyə], דרומדיק: [máyə].
(Black Hundred: member (/supporter
(דער) שוואַרצעמאהניק [shvàrtsə-méyə-nik], דרומדיק: [shvàrtsə-máyə-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) שוואַרצעמאהניצע [shvàrtsə-méyə-nitsə], דרומדיק: [shvàrtsə-máyə-nitsə] (ל″ר: -עס).
(Black Lives Matter (movement
די „בלעק לײַווס מאַטער“ באַוועגונג.
black magic
די מכשפהשע שטיק [makhashéyfishə], דרומדיק: [makhasháyfishə]; דער שוואַרצער כישוף [kíshəf].
black market: on the black market
אויפן שוואַרצן מאַרק;
{פראַזעס:} אויף שוואַרץ; אויף בלאַט [àv-blát], דרומדיק: [òv-blát]; מיטן לינקן משא⸗מתן [màsə-mátn].
(.blackball (v
פאַרחרמען [far-khéyrəmən], דרומדיק: [far-kháyrəmən]. פאַרגאַלקעווען [fargálkəv(ə)n]; אסרן [ásərn].
(.blackballing (n
(דאָס\דער) פאַרגאַלקעווען [fargálkəv(ə)n]; (דאָס\דער) אסרן [ásərn];
{מער פאָרמעל:} (די) פאַרגאַלקונג; (די) אסרונג [ásərung].
blackboard
(דער) טאָוול (ל″ר: -ען).
(blacken (reputation
פאַרשוואַרצן; פאַרשמוצן; פאַרפלעקן; פאַרפינצטערן דעם נאָמען; באַשמוצן דעם שם [shém];
{פראַזעס:} (עמעצן) מאַכן צו קויט און צו בלאָטע; אויסמישן מיט דער בלאָטע; מאַכן צו דער ערד גלײַך; אָפּגיסן מיט אַ פּאָמויניצע.
(.blacklist (n
די שוואַרצע ליסטע (ל″ר: -ס); דער שוואַרצער צעטל (ל″ר: -עך);
{מער פאָרמעל:} די רשימה פאַרחרמטע [də-r(ə)shímə|far-khéyrəmtə], דרומדיק: [də-r(ə)shímə|far-kháyrəmtə].
(.blacklist (v
(אַרויפ)שטעלן אויף דער שוואַרצער ליסטע (\אויפן שוואַרצן צעטל);
{לומדיש, צומאָל הומאָריסטיש:} אַרײַנגעבן אין אַ רשימה מוחרמים [ar(ə)shímə|mukhróməm], דרומדיק: [ar(ə)shí:mə|mikhrúməm].
blacklisted
(זײַן) אויף דער שוואַרצער ליסטע; אויפן שוואַרצן צעטל;
{לומדיש, צומאָל הומאָריסטיש:} אויף דער רשימה מוחרמים [àv-dər-r(ə)shímə|mukhróməm], דרומדיק: [òv-də(r)-r(ə)shí:mə|mikhrúməm].
(.blackmail (n
(דער) שאַנטאַזש [shantázh].
(.blackmail (v
שאַנטאַזשירן [shantazhírn].
blackmailer
(דער) שאַנטאַזשיסט [shantazhíst] (ל″ר: -ן), ל″נ אויך: שאַנטאַזשיסטקע (ל″ר: -ס).
blackness
(די) פינצטערניש; (די) טונקלקײַט; (די) שוואַרצקײַט.
(blackout (electrical
(די) עלעקטרישע אויסלעשונג (ל″ר: -ען); (די) אָפּפינצטערונג (ל″ר: -ען).
(blackout (media
(די) פּרעסע בלאָקאַדע (ל″ר: -ס).
(blackout (medical
(דאָס\דער) חלשן [kháləshn]; (די) חלשונג [kháləsh-ung], דרומדיק: [kháləsh-ink] (ל″ר: -ען);
{פראַזע:} פאַלן אין חלשות [khalóshəs], דרומדיק: [khalú:shəs].
blacksmith
(דער) שמיד (ל″ר: -ן); (דער) קאָוו(ע)ל [kóv(ə)l] (ל″ר: קאָוואַלעס [kováləs]).
(.blank (n
(דער) בלויז (ל″ר: -ן).
(.blank (adj
פּוסט; ליידיק; בלויז.
(.blanket (n
(די) קאָלדרע; {דרומדיק דיאַלעקטיש:} (דער) צודעק, דרומדיק: [tsí-dèk]; (דער) קאָץ.
(.blanket (v
באַדעקן; צודעקן; איבערדעקן; איבערציען (איבער) (ל″ע: איבערגעצויגן).
(.blanket (adj
פולשטענדיק; דורכאויסיק; דורך⸗און⸗דורכ(עד)יק; אַרומנעמיק.
(blast (explosion
(דער) אויפרײַס (ל″ר: -ן).
(blast (to attack with words
אַרײַנזאָגן (אַזוי ריכטיק); מאַכן אַש און בלאָטע (פון); מאַכן אַ שוואַרצן סוף [sóf]; דערלאַנגען (איבערן קאָפּ).
blast from the past
אַ גרוס פון (ווײַטן) אַמאָל.
(.blaze (n
(די) שריפה [sréyfə], דרומדיק: [sráyfə];
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קקנטעקסט:} (דער) פײַער (ל″ר: -ס).
(.blaze (v
ברענען; פלאַמען; פלאַקערן; שרפענען [sárfənən]; שרפען [sárf(ə)n].
(.bleach (n
(די) כלאָרקע; (די\דאָס) בלייכעכץ.
(.bleach (v
בלייך.
bleed
בלוטיקן; גיסן מיט בלוט.
bless
בענטשן; אָנבענטשן;
{בײַ יידן, מער פּערזענלעך:} געבן אַ ברכה [gébm|abrókhə], דרומדיק: [géybm|abrúkhə].
(Bless you! (upon sneezing
צו געזונט! [!tsú|gəzúnt], דרומדיק: [!tsí:|gəzínt], אויך: צום געזונט [!tsím|gəzínt]; אסותא! [!asúsə], דרומדיק: [!asísə]; אתו! [!ósə], דרומדיק: [!ú:sə];
{אין אַמעריקאַנער יידיש, אויך אַנדערשוואו:} געזונטהײַט!.
!bless: God bless you
זאָל אײַך (\דיר\דיך) דער אייבערשטער (\גאָט) בענטשן!;
זײַ(ט) געבענטשט!;
דער רבונו של עולם זאָל אײַך בענטשן! [rəbòynə-shəlóyləm], צפונדיק: [rəbèynə-shəléylom].
blessing
(די) ברכה [brókhə], דרומדיק: [brúkhə] (ל″ר: ברכות);
{ליטעראַריש; מער אוניווערסאַל:} (די) בענטשונג (ל″ר: -ען); (די) בענטשעניש (ל″ר: -ן).
blessing: make the traditional blessing on bread (or before any meal that includes the Jewish legal minimum of bread)
מאַכן המוציא [mákhn|(h)amóytsə], צפונדיק: [mákhn|(h)améytsə];
{אויך ברייטער, טאָמער גייט אין אַ באַזונדערער ברכה פאַר אַשטייגער בלויז פּירות, ווײַן וכו′ מיט דער כוונה אויף דער שייכותדיקער ברכה:}
מאַכן די ברכה; זאָגן די ברכה.
blessing: make the traditional blessing on fruit
מאַכן אַ בורא פּרי העץ [abóyrə|prìy-ho-éyts], דרומדיק: [abóyrə|prì:y-(h)u:-éyts], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ho-éyts].
blessing: make the traditional blessing on an inspiring event of renewal
מאַכן אַ שהחינו [ash(əh)èkh(i)ónu], דרומדיק: [:ash(əh)èkh(i)ú:ni].
blessing: make the traditional blessing on miscellaneous grains and wheat products (other than bread)
מאַכן אַ (בורא מיני) מזונות [bòyrə-mínə-)m(ə)zóynəs)], צפונדיק: [[bèyrə-mínə-)m(ə)zéynəs)]].
blessing: make the traditional blessing after rescue from some peril
בענטשן גומל [góyml], צפונדיק: [géyml];
{אומפאָרמעל:} בענטשן ג′ (\גימל) [gíml].
blessing: make the traditional blessing on vegetables
מאַכן אַ בורא פּרי האדמה [abóyrə|prìy-ho-àdómə], דרומדיק: [abóyrə|prìy-(h)u:-àdúmə], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ho-àdómə].
blessing: make the traditional blessing on wine
מאַכן אַ בורא פּרי הגפן [abóyrə|prìy-ha-góf(e)n], דרומדיק: [abóyrə|prìy-(h)a-gúf(e)n], צפונדיק: [abéyrə|prìy-ha-góf(e)n].
blessing: make the traditional blessing on miscellaneous foods (that do not come from the earth) and beverages (other than wine)
מאַכן אַ שהכל [ashə(h)ákl],
blind
בלינד.
blind person
{בייגעוודיק:} (אַ\דער) בלינדער; (אַ\די) בלינדע (ל″ר בײַ דח ביידע:) בלינדע;
{לס″נ:} אַ ני(ש)ט⸗זעעוודיקע(ר); אַ ני(ש)ט⸗זעענדיקע(ר); …וואָס זעט ני(ש)ט;
{לומדיש לס″נ:} אַ סגי נהור [sàgə-nóhər], דרומדיק: ([sàgə-nú:(h)ə(r] (ל″ר: -ס) (′אַ סך ליכט′).
blind: like a blind man
בלינדערהייט; ווי אַ בלינדער; אין דער פינצטער;
{לומדיש:} כסומא בארובה [k(ə)súmə| b(o)-arúbə], דרומדיק: [k(ə)sí:mə| b(u)-aríbə] (′ווי אַ בלינדער טאַפּט אין פענצטער′).
blindly
בלינדערהייט.
blindness
(די) בלינדקײַט;
{לומדיש:} (די) סגי⸗נהורדיקײַט [sàgə-nóhər-dəkàyt], דרומדיק: [sàgə-nú:hə(r)-dəkàyt];
{ע″ט און ליטעראַריש:} (די) בלינדיקײַט.
(blinds (n.) (for window
(די) שטאָרעס (ל″ר); (די) רולעטן (ל″ר).
bling
{שפּאַסיק אָבער אָפטמאָל גוטמוטיק, אָפּלאַכעריש אָבער לאו דווקא מיט ביטול צום מענטשן וואָס גייט אַרומעט מיט צופיל צירונג:} שמאָנצעס; בלעכוואַַרג; בלינג;
{פראַזע:} ס′הענגט [s-héynkt] פון אים\איר מיט בלעך;
{פון אַמאָליקן גנבים לשון:} טשוועקעס.
blink (v.)
פּינטלען (מיט די אויגן);
{ליטעראַריש:} זשמורען (מיט די אויגן).
blink: in the blink of an eye
;אין אַן אויגנבליק
{לומדיש:} אין אַ הרף עין [ina-hèrəf-áyən], דרומדיק: [ina-hèyrəf-á:yən];
{נאָכמער לומדיש:} אין אַ כל⸗שהוא פון אַ רגע [ina-kól-shehù|funa-régə], דרומדיק: [ina-kól-she(h)i:|fina-réygə].
blister
(דער) בלאָטער (ל″ר: -ס); (די) בלאָז (ל″ר: -ן).
blizzard
(די) זאַווערוכע (ל″ר: -ס).
bloated
אויפגעבלאָזן [úv-gəblòzn], דרומדיק: [úv-gəblù:zn], טייל ד″מ: [ív-gəblùzn];
אָנגעבלאָזן.
(block (of wood
אַ קלאָץ (ל″ר: קלעצער).
(block (mental
אַן עיכוב אין מח (אויך: מוח) [aníkəv|in-móyəkh], צפונדיק: [aníkəv|in-méyəkh].
(.block (v. trans
אָפּהאַלטן; אָפּשטעלן; פאַרשטעלן דעם וועג (צפונדיק: …די וועג);
{לומדיש:} מעכב זײַן [məákəv-zayn].
block lettering
געכתיבהטע אותיות [gə-ksívətə|óysyəz], צפונדיק: [gə-ksívətə|éysyəs].
block letters: write in block letters
אויסכתיבהן [óys-ksìv(ə)n], אויך: אויסכתיבענען [óys-ksìv(ə)nən].
(.blockade (n
(די) בלאָקאַדע (ל″ר: -ס).
(.blockade (v
מאַכן אַ בלאָקאַדע; בלאָקאַדעווען; בלאָקירן.
blockhead → fool
blog (n.)
(דער) בלאָג, ל″ר: בלאָגס [blógz].
blog (v.)
בלאָגן; {קריטיש וועגן בלאָגן צופיל אָדער ניט צו דער זאַך:} אָנבלאָגעווען; האַקן (\קלאַפּן) אויפן בלאָג.
blogger
(דער) בלאָגער, ל″נ בלאָגערין {\צי וואַרעם⸗היימיש צי מיט אַ קאַפּ איראָניע:} בלאָגערקע.
blond
בלאָנד.
blond person
{בייגעוודיק:} (די\דער) בלאָנדע(ר).
blond woman
(די) בלאָנדינקע (ל″ר: -ס).
blood
(דאָס\די) בלוט.
blood cell
(דער) בלוט⸗צעל (ל″ר: -ן).
blood clot
(דער) בלוט⸗טראָמב (ל″ר: -ן).
blood pressure
(דער) בלוטדרוק;
{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (די) דאַוולעניע.
blood pressure: high blood pressure
(דער) הויכער בלוטדרוק.
blood sample
(דער) בלוט⸗מוסטער (ל″ר: -ן).
blood test
(דער) בלוט⸗אַנאַליז [análiz], אויך: [analíz] (ל″ר: -ן).
blood vessel
(דער) אָדער [ódər, דרומדיק: [(ú:də(r] (ל″ר: -ן).
bloodbath
(די) בלוט⸗באָד (ל″ר: ⸗בעדער).
bloodshed
(די) בלוטפאַרגיסונג;
{לומדיש:} אַ שפיכת דמים [shfìykhəz-dóməm], דרומדיק: [shfì:ykhəz-dúməm].
(.bloodsucker (fig
(דער) בלוט⸗זויגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלוט⸗זויגערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בלוט⸗זויגערקע (ל″ר: -ס);
(דער) בלוט⸗צאַפּער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלוט⸗צאַפּערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בלוט⸗צאַפּערקע (ל″ר: -ס);
אַ פּיאַווקע (אויך: פּיאַפקע) [pyáfkə] (ל″ר: -ס); אַ פּאַראַזיט (ל″ר: -ס).
(.bloom (n
(דער) צוויט (ל″ר: -ן); (די\דאָס) בליעכץ (ל″ר: -ן; אויך: -ער).
(.bloom (v
בליען [blíyən].
(Bloomgarden, Solomon (1872 [1871?]–1927
יהואש [yəhóyəsh], צפונדיק: [yəhéyəsh];
יהואש⸗שלמה בלומגאָרטן (\בלומגאַרטען);
געבאָרן: ווערזשבעלאָווע (ווירבאַלן, ליטע); געשטאָרבן: בראָנקס (נ.י.);
{הערה: אַז מ′רעדט אַשטייגער וועגן „אַ קוק טאָן בײַ יהואשן“ איז די כוונה בדרך כלל זײַן איבערזעצונג פון גאנץ תנ″ך אויף יידיש; וויל מען בקיצור אָנרופן דעם ווערטערבוך פון העברעאישע און אַראַמישע עלעמענטן אין יידיש בשותפות מיט ד″ר חיים ספּיוואַק, איז דער נוסח: „יהואש⸗ספּיוואַק“, צומאָל אויך „יהואשעס העברעאיזמען ווערטערבוך“}.
(.blossom (n
(דער) צוויט (ל″ר: -ן); (די\דאָס) בליעכץ (ל″ר: -ן; אויך: -ער); (דער) בליט (ל″ר: -ן)
{פאַרענגערונגען פון ברייטערן זין פון ′בלום′ בכלל:} (די) בלום (ל″ר: -ען); (דער) קווייט (ל″ר: -ן).
(.blossom (v
בליען [blíyən]; אויפבליען [úv-blìyən], דרומדיק: [óv-blìyən].
(.blossoming (n
{דער עיקר פיגוראַטיוו צי מעטאַפאָריש:} (די) אויפבליאונג; (דער) אויפבלי.
blouse
{די) בלוזקע (ל″ר: -ס); (די) בלוזע ל″ר: -ס).
(.blow (n
אַ קלאַפּ (ל″ר: קלעפּ); אַ טראַסק (ל″ר: -ן; אויך: טרעסק); אַ זעץ.
blow to the head
אַ זעץ איבערן קאָפּ; אַ קלאַפּ אין קאָפּ (אַרײַן).
(.blow (v
בלאָזן.
blow in
אַרײַנבלאָזן.
blow one’s own horn
זיך באַרימען; זיך גרייסן; לויבן זיך אַליין; מאַכן זיך רעקלאַמע; איוסרעכענען די אייגענע שבחים [shvókhəm], דרומדיק: [shvúkhəm]; זיך גדלענען [gádlənən].
blow one’s nose
(זיך) אויסשנײַצן די נאָז (ל″ע: אויסגעשניצן; דיאַלעקטיש אויך: אויסגעשנײַצט).
(.blow job (slng., vlgr
{נייטראַל:} (דער) אָראַלער סעקס; {לומדיש און בעת מעשה הומאָריסטיש:} (דער) תשמיש הפּה [tàshməsh-(h)apé];
{סלענגיש, אינטימיש, בײַ טייל וואולגאַריש:} אַ מויל⸗טרען; {פראַזע:} מיט שלינגען צי מיט אויסשפּײַען;
{מיט ביטול:} אַ מויל⸗טרענעכץ.
(blow up (into a big deal
אויפבלאָזן; צעבלאָזן;
{פראַזע:} מאַכן (דערפון) אַ גאַנצן טראַסק (\וועזן \עסק [éysək], דרומדיק: [áysik]).
(blow up (v. intrans.) (explode
זיך אויפרײַסן (ל″ע: זיך אויפגעריסן); עקספּלאָדרין.
(blow up (v. trans.) (blow something up with explosives
אויפרײַסן (ל″ע אויפגעריסן); אויפעקספּלאָדירן.
(blow up (in anger
זיך אויפקאָכן; אַרויס(גיין) פון די כלים [kéyləm], דרומדיק: [káyləm]; פּלאַצן פאַר כעס [ká(ə)s].
blue
בלאָ [bló], דרומדיק: [blú]; בלוי [blóy], דרומדיק: [(bló:(u];
{דיאַלעקטיש:} בלאָוו [blóv], דרומדיק: [blúv].
blueness
(די) בלאָקײַט; (די) בלויקײַט;
{אַ קאפּ מער אַבסטראַקטיש צי פּאָעטיש:} (די) בלאָאיקײַט; (די) בלויאיקײַט.
(blues (music
(די) בליוז (מוזיק).
(blues (mood
אַ געדריקטע שטימונג; געדריקטע שטימונגען;
אַ שטיקל מרה⸗שחורה [mòrəsh-khóyrə], דרומדיק: [mù:rəsh-khóyrə], צפונדיק: [mòrəsh-khéyrə];
{פראַזעס:} עפּעס אַ ביסל טרויעריק; עפּעס ני(ש)ט מיט אַלעמען; ני(ש)ט דער זעלב(יק)ער (\די זעלב(יק)ע) ווי אַלעמאָל.
bluff (n.) (deception)
(דער) בלאָף (ל″ר: -ן); אַן אָפּנאַרערײַ (ל″ר: -ען); אַ פאַלשע מעשה [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə];
{טאָמער וועגן אַ קלענערן ענין:} אַ פאַרדרייעלע (ל″ר: -ך);
שטיקלעך און דריידלעך; קרומע שטיק (ל″ר);
(.bluff (v
אָפּבלאָפן; אָפּנאַרן; אָפּטאָן אַ שטיקל (\שפּיצל);
{פראַזעס:} אָנדערציילן אַ באָבע⸗מעשה [abóbə-màysə], דרומדיק: [abúbə-mà:(n)sə], אויך: [abábə-mà:(n)sə]; אָפּטאָן אויף טערקיש.
bluffer
(דער) בלאָפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלאָפערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) בלאָפערקע (ל″ר: -ס);
(דער) אָפּנאַרער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אָפּנאַרערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) אָפּנאַרערקע (ל″ר: -ס);
{פראַזעס:} ער (\זי) רעדט סתם! [stám]); ער (\זי) האַקט אַ טשײַניק!; ס′איז ני(ש)ט ווערט קיין שמעק טאַביק!.
bluffing (n.)
(די) בלאָפערײַ; (די) אָפּנאַרערײַ;
{פראַזע, טאָמער דער בלאָפער סטראַשעט:} ער (\זי) סטראַשעט די גענדז!.
bluish
בלאָלעך; בלוילעך;
{דיאַלעקטיש:} בלאָוולעך.
(.blunder (n
אַ מיאוסער (\גראָבער) טעות [amíyəsər|tó(y)əs], דרומדיק: [amí:yəsər|tú:əs], טייל ד″מ: [túvəs]; אַ מיאוסער (\גראָבער) פעלער;
{עמפאַטיש:} י ע נ ע ר טעות!.
(.blunder (v
(טיף) אַרײַנפאַלן; מאַכן אַ פּלאָנטער;
{לס″נ; לומדיש:} זיך בפירוש טועה זײַן [bəféyrəsh|tóyə-zayn], דרומדיק: [bəfáyrəsh|tóyə-za:n], צפונדיק: [bəféyrəsh|téyə-zayn].
(.blush (v
זיך רויטלען (\רייטלען).
(board (n.) (wooden
(די\דאָס) ברעט (ל″ר: -ער); (דאָס\די) ברעטל (ל″ר: -עך).
(board (n.) (committee
(די) קאָמיסיע (ל″ר: -ס); (דער) קאָמיטעט (ל″ר: -ן);
{טאָמער וועגן אַ וויכטיקן, גרעסערן; בײַ יידן:} (דער) ועד [vá(ə)d].
(board (bus, ship, plane
אַרויף אויף [arúf|áf], דרומדיק: [aró:(u)(ə)f|óf]; אַרויפגיין אויף; אַרויפזעצן זיך אין; אַרויפשטײַגן אין.
board of directors
(די) קאָמיסיע דירעקטאָרן; (די) דירעקטאָרן⸗קאָמיסיע (ל″ר: -ס); (דער) דירעקטאָראַט (ל″ר: -ן).
boardwalk
(די) פּראָמינאַדע (ל″ר: -ס); (דער) באָרדוואָק (ל″ר: -ס).
(.boast (n
(סתם) אַ באַרימערײַ [stám];
{מיט מער ביטול:} אַ שטיק באַרימערײַ!; אַ הוילע בלאָזעכץ (פון זיך).
(.boast (v
זיך אויספײַנען; זיך באַרימען; בלאָזן פון זיך.
boaster
(דער) גרויסהאַלטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) גרויסהאַלטערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:}} (די) גרויסהאַלטערקע (ל″ר: -ס);
(דער) בלאָזער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בלאָזערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:}} (די) בלאָזערקע (ל″ר: -ס); אַזאַ וואָס גרייסט זיך מיט זיך (אַליין).
boastful
באַרימעריש; זיך⸗אויספײַנענדיק; מיט⸗זיך בלאָזנדיק.
boat
(די) שיף (ל″ר: -ן); (דאָס\די) שיפל (ל″ר: -עך); (די) לאָדקע [lótkə] (ל″ר: -ס).
boat: be in the same boat
(זײַן) אין זעלביקן טינטער; אויפן אייגענעם טראַמווײַ (\ עראָפּלאַן \ וואָגן \ וכו′)
{לומדיש:} (זײַן) אחים לצרה [ákhəm|lətsórə], דרומדיק: [ákhəm|lətsú:rə].
(.Boaz (bibl
בועז [bóyəz], צפונדיק: [béyəz].
bodily
קערפּערלעך; צום גוף;
{אַוואו ס′’איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} פיזיש.
bodily fluid
(די) קערפּער⸗פליסיקײַט.
body
(דער) קערפּער (ל″ר: -ס); (דער) גוף [gúf], דרומדיק: [gíf] (ל″ר: גופים [gúfəm], דרומדיק: [gífəm];
body and soul
גוף און נשמה [gúf|(u)n-nəshómə], דרומדיק: [gíf|(i)n-nəshúmə].
body bag
(דער) באַרמין⸗זאַק; (דער) מתים⸗זאַק [méysəm-zàk], דרומדיק: [máysəm-zàk] (ל″ר: ⸗זעק).
body count
די צאָל מתים [méysəm], דרומדיק: [máysəm]; די צאָל באַרמענעס [bármənəs].
body: dead body
(דער) בר⸗מינן (ל″ר: -ס); (דער) באַרמען (ל″ר: -ס); (דער\די) באַרמענע (ל″ר -ס);
{אַ קאַּפּ איידעלער אין ל″י}: (דער) מת [més] (ל″ר {בדרך כלל מיט אַ ברייטערן מיין, אַשטייגער די געשטאָרבענע פון אַגעוויסער געשעעניש, אָדער בכלל}: מתים [méysəm], דרומדיק: [máysəm]);
{בייגעוודיק:} (די\דער) טויטע(ר);
{פאַראיידלט; בייגעוודיק:} (די\דער) געשטאָרבענע(ר);
{ניט גרויס ביטול, אָנווענדנדיק דעם טערמין וועגן אַ חיה:} (די) נבילה [nəvéylə], דרומדיק: [nəváylə] (ל″ר: נבילות).
body language
{פראַזעס:} די מינעס מיט די העוויות [haváyəs]; די שפּראַך פון די קערפּערלעכע מינעס;
(דאָס\דער) •לשון הגוף [lòshn-(h)agúf], דרומדיק: [lù:shn-(h)agíf].
(.boil (n
(די\דאָס) געשוויר (ל″ר: -ן); (דער) בלאָטער (ל″ר: -ס).
boil (v. trans.)
קאָכן; בריען; זידן (ל″ע: געזאָטן; אויך: געזידט);
{אַז ס′גייט אין אַ ספּעציפישער טואונג אָדער פאַל:} אויפקאָכן; אויפבריען; אויפזידן.
boil (v. intrans.)
זיך אויפקאָכן; זיך אויפבריען; זיך אויפזידן.
boiler
(דער) טאַנק אויף הייסע (\הייסן) ווואַסער; (ל″ר: -ען); וואַסער⸗הייצער (ל″ר: -ס); (דער) קעסל (ל″ר: -ע);
{טאָמער אויפן דאַך:} (דער) דאַך⸗קעסל (ל″ר: -ען); {ַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) דאַך⸗טאַנק (ל″ר: -ען).
(boilerman (/boilermaker
(דער) קעסלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער, וועגן דעם וואָס פאַרריכט:} (דער) באָילערמאַן (ל″ר: באָילערלײַט).
(.boiling (adj
קאָכעדיק; זודיק
boiling point
(דער) זיד⸗פּונקט (ל″ר: -ן); (דער) קאָך⸗פּונקט (ל″ר: -ן).
bold
געוואַגט; דרייסט; שרעקלאָז; באַהאַרצט; בראַוו; מוטיק.
(bold face type (/bold lettering
שוואַרצע (\פעטע\געדיכטע) אותיות [óysyəs], צפונדיק: [éysyəz].
boldness
(די) געוואַגטקײַט; (די) דרייסטקײַט; (די) שרעקלאָזיקײַט; (דער) קוראַזש; (די) באַהאַרצטקײַט.
(bolt (of door
(דער) ריגל (ל″ר: -ען); (דער) פאַררוקער (ל″ר: -ס).
(bolt (of lightning
אַ בליץ (ל″ר: -ן).
(bolt (v.) (fasten with a bolt
פאַרריגלען.
(.bomb (n
(די) באָמבע (ל″ר: -ס).
(.bomb (v
באָמבאַרדירן; וואַרפן מיט באָמבעס.
(bomb (v.) (flop
אײַננעמען (\האָבן) אַ מפּלה [amapólə], דרומדיק: [amapú:lə]; אַזוי ריכטיק דורכפאַלן;
{אין די פאַרווײַלונגס⸗אינדוסטריעס אויך:} פלאָפּן.
bomb shelter
(דער) (דער) מקלט [míklət] (ל″ר: מקלטים [miklótəm], דרומדיק: [miklú:təm]);
(די) מלחמה באַהעלטעניש [mi(l)khómə-bahèltə-nish], דרומדיק: [mi(l)khúmə-bahèltə-nish] (ל″ר: -ן).
אַ גוטע וועג!; אַ גוטע רײַזע!; אַ גוטע נסיעה! [n(ə)síyə]; באָן וואָיאַזש!;
{מיט אַ ספּעציפיש יידישער ווינטשונג:}
זאָל דער אייבערשטער אײַך (\דיר) בענטשן די (\דעם) וועג!;
{טראַדיציאָנעל, היימיש, וואו⸗ניט⸗וואו לומדיש:}
{צו אַ יחיד, ל″ז:} ה′ יצליח דרכך! [hashèm-yatslíəkh|darkékho], דרומדיק: [:hashèm-yatslíəkh|darkéykhu] (זאָל דער אייבערשטער דיר (\אײַך) אין וועג ברענגען הצלחה);
{צו אַ יחיד, ל″נ:} ה′ יצליח דרכך! [hashèm-yatslíəkh|darkéykh], דרומדיק: [hashèm-yatslíəkh|darkáykh];
{ל″ר:} ה′ יצליח דרככם! [hashèm-yatslíəkh|darkéykhəm], דרומדיק: [hashèm-yatslíəkh|darkáykhəm];
{ל″ר, ל″נ:} ה′ יצליח דרככן! [hashèm-yatslíəkh|darkéykhən], דרומדיק: [hashèm-yatslíəkh|darkáykhən];
❊
{אין דריטער פּערזאָן:}
{וועגן אַ יחיד, ל″ז:} ה′ יצליח דרכו! [hashèm-yatslíəkh|dárkoy], צפונדיק: [hashèm-yatslíəkh|dárkey];
{וועגן אַ יחיד, ל″נ:} ה′ יצליח דרכה! (hashèm-yatslíəkh|dárko);
{ל″ר:} ה′ יצליח דרכם! [hashèm-yatslíəkh|dárkom];
{ל″ר, ל″נ:} ה′ יצליח דרכן! [hashèm-yatslíəkh|dárkon].
(.bone (n
(דער) ביין (ל″ר: -ער);
{טאָמער אַ קלענערער:} (דאָס\דער) ביינדל (ל″ר: -עך).
bone: (someone’s) set of bones
(דער\דאָס) געביין; די ביינער (זײַנע\אירע וכו′).
bone: a mound of bones
(דער) הויפן מיט ביינער;
{ליטעראַריש:} (דער) גל עצמות [gàl-atsóməs], דרומדיק: [gàl-atsú:məs].
(.bone: Valley of the Dry Bones (bibl
יחזקאל הנביאס טאָל פון די טרוקענע ביינער [yəkhéskl|(h)anóvəz], דרומדיק: [yəkhéskl|(h)anúvəs];
{ליטעראַריש:} (דער) טאָל פון די עצמות יבשים [atsòməs-yəvéyshəm], דרומדיק: [atsùməs-yəváyshəm] (′טרוקענע ביינער′ < יחזקאל ל″ז).
!boner (mistake): What a boner
אַזוי נאַריש פאַרשפּילט!; אַזאַ תמעוואַטער טעות [azá|tàməvátər|tó(y)əs]; דרומדיק: [azá|tàməvátə(r)|tú:əs].
(.boner (n.) (slng
{מיט הומאָר:} אַן אויפשטאַנד (פונעם אבר) [éyvər], דרומדיק: [(áyvə(r];
{פראַזע:} אַז ס′שטייט דער קליינער.
bony
ביינערדיק.
book (n.)
{בײַ הייליק יידישע, למשל אַ סידור, חומש, גמרא וכד′:} (דער) ספר [séyfər], ל″ר: ספרים [sfórəm]; אין דרומדיקע דיאַלעקטן: [s(ə)fú:rəm] ,[sáyfər].
{אויסער הייליק יידישע ביכער:} דער\דאָס בוך [bukh], אין די דרומדיקע דיאַלעקטן [bi:kh], ל″ר: ביכער.
{ערשטער דימינוטיוו:} (דאָס\דער) ביכל ′פּאַמפלעט′, ′זייער קורצער בוך′ {אָדער באַליידיקנדיק, ביטולדיק:} ′אַ שלעכטער \ נאַרישער בוך’, וואָס איז דערצו דווקא קורצלעך′.
{צווייטער דימינוטיוו:} (דאָס\דער) ביכעלע ′פּאַמפלעטל′, ′זייער אַ קליינער ביכל′ {אָפטמאָל מיט צאַרטקײַט, ליבשאַפט, אינטימקײַט}.
{אזהרה: דער גאַנג בײַ טייל פּוריסטן צו פּסלען „בוך“, אָנווענדיק נאָר „ביכל“ — אַפילו לאָמיר אָנכאַפּן וועגן אַ ממש וויכטיקן צי אַ ממש פילזײַטיקן באַנד — ברענגט מיט מיט זיך אַ ריי פּראָבלעמען, בתוכם: בײַ מערסטע וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך, נוצט מען „ביכל“ אויף יענעמס אַ בוך אַז מ′איז אויסן באַליידיקן די חשיבות (צי דעם פאַרנעם) פונעם ווערק; בײַם רוב וואָס רעדט יידיש, בלײַבט לעולם „ביכל“ אַ דימינוטיוו וואָס גיט צו וויסן אַז מען רעדט וועגן אַ ווערק וואָס איז אָדער קליין אין איכות, קליין אין כמות, צי די ביידע זאַכן}.
book collector
(דער) ביכער⸗זאַמלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) ביכער⸗זאַמלערין (ל″ר: -ס); (דער) ביכער⸗קאָלעקציאָנער (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) ביכער⸗קאָלעקציאָנערין (ל″ר: ס);
{לומדיש, אויך עמאָטיוו:} א מאסף ספרים [am(ə)àsəf-sfórəm], דרומדיק: [am(ə)àsəf-sfú:rəm]
book cover
(דער) טאָוול (ל″ר: -ען);
{מיטן טראָפּ אויפן אויסזען אָדער דיזײַן פון פאָדערשטן טאָוול:} (די) הילע (ל″ר: -ס).
book design
{וועגן אַ ספּעציפישן בוך: (דער) בוך⸗דיזײַן;
{וועגן פאַך:} (דער) ביכער⸗דיזײַן;
{מער אַרומנעמיק:} (די) ביכער⸗קונסט.
book designer
(דער) ביכער⸗דיזײַנער (ל″ר: ø; בײַ טייל פּוריסטן: -ס), ל″נ: (די) ביכער⸗דיזײַנערין (ל″ר: -ס); {אַ קאַפּ עמאָטיוו:} ביכער⸗דיזײַנערקע (ל″ר: -ס).
book fair
(דער) ביכער⸗יריד [bíkhər-yərìd] (ל″ר: [yərídəm]).
(book launch (event
אַ לחיים פאַרן נײַעם בוך [ləkháyəm]; (דער) בוך⸗אָוונט;
{לומדיש:} (דער) חנוכת הספר [khanùkəs-(h)aséyfər], דרומדיק: [khanìkəs-(h)asáyfər].
book review
(די) רעצענזיע (איבערן בוך).
book: in my book
(לויט) ווי איך קוק אויף דעם; (לויט) ווי איך זע (די זאַך); לויט מײַן אײַנזען; לויט מײַן מיינונג;
{לומדיש:} לפי דעתי [ləfì-dátə];
{לומדיש, מיט (כלומרשדיקער) עניוות:} לפי עניוות דעתי [ləfì|anìvəz-dátə] (′לויט מײַן באַשיידענער מיינונג′).
book: read a good book
לייענען אַ גוט(ן) בוך.
bookbinder
(דער) אײַנבינדער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
bookcase
(דער) ביכער⸗אַלמער (ל″ר: -ס); (די\דער) ביכערשאַנק (ל″ר: ⸗שענק); (די\דער) ביכער⸗שראַנק (ל″ר: ⸗שרענק);
{אָפטער וועגן ארײַנגעמויערטע אין וואַנט, אָבער לאו דווקא:} (די) פּאָליצעס [pólətsəs] (ל″ר);
{בײַ טייל אַרכעאיש:} (די) ביכער⸗שאַפע (ל″ר: -ס);
{הערה א: אין טראַדיציאָנעלע סביבות, אַוואו ס′רעדט זיך דער עיקר אָדער אינגאַנצן וועגן ספרים, גילטן: „ספרים⸗אַלמער“; „ספרים⸗שראַנק“; „ספרים⸗שאַנק“};
{הערה ב: אָדאָרטן אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט, גילטן די קירצערע וואַריאַנטן: „אַלמער“; „שאַנק“; „שראַנק“}.
bookends
(די) ביכער⸗ווענטלעך (ל″ר).
booking
(די) באַשטעלונג (ל″ר: -ען).
bookkeeper
(דער) בוכהאַלטער [búkh-(h)àltər] (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בוכהאַלטערשע [bùkh-(h)áltərshə] (ל″ר: -ס); אויך: (די) בוכהאַלטערקע [bùkh-(h)áltərkə] (ל″ר: -ס).
bookkeeping
(די) בוכהאַלטעריע [búkh-(h)altéryə]; (די) בוכהאַלטערײַ;
(די) חשבון⸗פירונג [khézhbm].
(.bookmark (n
אַ סימן אין ספר [asìmən-in-séyfər], דרומדיק: [(asìmən-in-sáyfə(r]; אַ זײַטל⸗סימן (ל″ר: ⸗סימנים [simónəm], דרומדיק: [simú:nəm]).
bookmaker
(דער) געוועטניק (ל″ר: -עס); (דער) געוועט⸗מעקלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
bookseller
(דער) ביכערהענדלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) בוכהענדלערין (ל″ר: -ס);
{טאָמער פון טראַדיציאָנעלע ספרים, אויך פיגוראַטיוו אויסגעברייטערטערהייט:}
(דער) מוכר ספרים [mòykhər-sfórəm], דרומדיק: [mòykher-sfú:rəm], צפונדיק: [mèykhər-sfórəm]; אויך: מוכר⸗ספרימניק (ל″ר: מוכר⸗ספימניקעס; {לומדיש אויך:} מוכרי ספרים [mòkhrə-sfórəm], דרומדיק: [mòkhrə-sfú:rəm].
bookstore
(די\דאָס) ביכערגעשעפט (ל“ר: -ן); ביכערקראָם (ל″ר: -ען);
{אַרכעאיש, אויפגעלעבט ליטעראַריש:} (די\דער) ביכערקלייט (ל“ר: -ן).
(boor (lout
(דער) כאַם (אויך: חם) (ל″ר: -עס).
booth
(די) בודקע (ל″ר: -ס); (דאָס\די\דער) בײַדל (ל″ר: -עך);
boots
(די) שטיוול (ל″ר; ל″י: שטיוול).
(Boraisha, Menachem (1888-1949
באָריישאָ [boréysho] צי [boráysho], אויך: [bəréyshə] צי [bəráyshə];
מנחם [m(ə)nákhəm];
מנחם בן נח גאָלדבערג;
געבאָרן: בריסק; געשטאָרבן: ניו⸗יאָרק.
(.border (n
(די\דער) גרענעץ (אויך: גרעניץ) (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (דער) גבול [gvúl], דרומדיק: [gvíl] (ל″ר: גבולות; אויך: גבולן);
{ע″ט און ליטעראַריש:} (דער) געמאַרק (ל″ר: -ן).
borders on
גרענעצט זיך מיט; איז אויפן גבול מיט [gvúl], דרומדיק: [gvíl]; איז בײַם געמאַרק פון.
(.bore (n
{שטאַרק באַליידיקנדיק:} (דער) נודניק (ל″ר: -עס); ל″נ: (די) נודניצע (ל″ר: -ס); {פאַרשפּרייטע פּאַראָדיע:} פודניק (נודניק מיט אַ דאָקטאָראַט);
{מער נייטראַל:} אַן אומאינטערעסאַנטער מענטש;
{לומדיש:} אַ מאריך [amáyrəkh], דרומדיק: [amá:rəkh] (ל″ר: מאריכים [màyríkhəm], דרומדיק: [mà:ríkhəm]); ל″נ: מאריכטע [máyrəkhtə], דרומדיק: [má:rəkhtə] (ל″ר: -ס).
bored
פאַרנודזשעט (\פאַרנודיעט);
נמאס [níməs] <+ זײַן\ווערן + דאַטיוו⸗רעפלעקסיוו>; („מיר איז נמאס די לעקציע; וויפל קען מען אויסהאַלטן?“; „ס′ווערט מיר שוין נמאס די מעשה“);
לאַנגווײַליק <+ זײַן + דאַטיוו>.
boredom
(די) נודנעקײַט; (די) לאַנגווײַליקײַט; {מער לעטעראַריש:} (דער) לאַנגווײַל.
boring
נודנע; לאַנגווײַליק;
boring person
{שטאַרק באַליידיקנדיק:} (דער) נודניק (ל″ר: -עס); ל″נ: (די) נודניצע (ל″ר: -ס);
{מער נייטראַל:} אַן אומאינטערעסאַנטער מענטש;
{לומדיש:} אַ מאריך [amáyrəkh], דרומדיק: [amá:rəkh] (ל″ר: מאריכים [màyríkhəm], דרומדיק: [mà:ríkhəm]); ל″נ: מאריכטע [máyrəkhtə], דרומדיק: [má:rəkhtə] (ל″ר: -ס).
!boring: It’s really boring
{פראַזעס:} ס′נודזשעט (\ס′נודיעט); מ′קען שטאַרבן!; מ′קען אויסגיין!; (אַ)וויפל קען מען?;
מ′האַקט אַ טשײַניק!; מ′דרייט אַ קאָפּ!; מ′פּויקט אין די פּערעפּאָנקעס!.
boring: something boring
(די) נודאַדסטווע; (די) נודזשעטאַ;
{פראַזעס:} אַ נודנע מעשה; {מיט כעס:} אַ נודנע כאָלעריע.
born: be born
געבאָרן ווערן (ל″ע: איז געבאָרן געוואָרן; געבוירן ווערן (ל″ע: איז געבוירן געוואָרן);
{הערה א: „געבאָרן“ איז דער עיקר צפונדיק, „געבוירן“ דער עיקר דרומדיק, עלעהיי „זײַנען“ און „זענען“; אויך אין דעם פאַל זײַנען די ביידע פאָרמעס פולשטענדיק גלײַכבאַרעכטיקט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, נאָר וואָס, ס′איז אָנגעומען אַז מ′זאָל זײַן אויסגעהאַלטן בײַ דערײַן לפּחות אין אַן איינאיינציקן אַרטיקן אָדער ווערק};
{הערה ב: אין קלאַסישן לשון האָבן ט י י ל זיך געהיט נוצן „געבאָרן“ בלויז בנוגע מענטשן; אַ קעצעלע איז אויף דער וועלט געקומען דעמאָלט אַז די קאַץ האָט זיך געקעצלט, אַ ציגעלע דעמאָלט אַז די ציג האָט זיך געציקלט, וכו′}.
born and bred
מבטן ולידה [mibètn-v(ə)léydə], דרומדיק: [mibèytn-v(ə)láydə]; („זי אי מבטן ולידה אַ ווילנערין“); {אַ קאַפּ מער פאָרמעל: (מ)בטן⸗ולידהדיק; („זי איז אַ (מ)בטן⸗ולידהדיקע ווילנערין“)
פון געבאָרן (\געבוירן) און ווײַטער;
{טאָמער וועגן טיפער צוגעבונדנקײַט צו אַ שטאָט אָדער לאַנד:}
אומבייגעוודיקער ⸗ער פאָרמע; („אָט האָסטו ריכטיקע אַמעריקאַנער!“);
האָדעוואַניק (ל″ר: האָדעוואַנקעס); („געבליבו שוין ווייניק ווילנער האָדעוואַנקעס“).
born: be born again
{אין קריסטלעכן גלויבן, דער עיקר בײַ די פּראָטעסטאַנטישע עוואַנגעליקער:} ווידערגעבאָרן ווערן;
{פיגוראַטיוו, לאו דווקא קריסטלעך עוואַנגעליש:} אויפסנײַ געבאָרן ווערן.
(Borodulin, Nikolai (Kolya) (b. 1961
קאָליאַ באָראָדולין [kòl(y)ə-borodúlin];
ניקאָלאַי באָראָדולין.
(Borokhov (/Borochov), Ber (1881–1917
באָראָכאָוו [bórə-khòv];
בער באָראָכאָוו [bér|bórəkhòv];
דער פּאָלטאַווער גאון [dər-poltávər|gó(y)ən], דרומדיק: [dər-poltávə(r)|gú:ən];
דב⸗בער ברוכאָוו;
געבאָרן: זאָלאָטאָנאָשע (בײַ פּאָלטאַווע); געשטאָרבן: קיעוו.
(borrow (from
{בכלל:} לײַען (בײַ\פון) (ל″ע: געליען); באָרגן (בײַ\פון);
{בפרט:} אויסלײַען (בײַ\פון); אַנטלײַען; אויסבאָרגן (בײַ\פון).
borrower
(דער) (אויס)באָרגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) אויסלײַער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{לומדיש:} (דער) לווה [lóyvə], צפונדיק: [léyvə] (ל″ר: לווים).
borrower: Neither a borrower nor a lender be
בעסער ני(ש)ט זײַן ני(ש)ט קיין מלווה [málvə] און ני(ש)ט קיין לווה [lóyvə], צפונדיק: [léyvə].
bosom
(דער) בוזעם (אויך: בוזים) (ל″ר: -ס).
boss
(דער) באַלעבאָס (ל″ר: באַלעבאַטים), ל″נ: (די) באַלעבאָסטע (ל″ר: -ס); אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך: (דער) באָס (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) באָסעכע (ל″ר: -ס);
{הערה: אַ סך זײַנען מבחין צווישן „באַלעבאָס“ (ל″ר: באַלעבאַטים) אין זין פון: ′דער וואָס האָט די מאַכט אָנפירן מיט אַוואָס⸗ניט⸗איז′ און „בעל⸗הבית“ [bal-(h)abáyəs] (ל″ר: בעלי⸗בתים [baləbátəm], ד.ה. ל″ר קלינגט דאָס זעלביקע אין די ביידע פאַלן) אין זין פון ′דער אָנפירער פון הויזגעזינד′ אין אַ שטוב און אין פאַל פון ל″נ בעל⸗הביתטע [baləbóstə], דרומדיק: [baləbú:stə], ד.ה. ל″נ אויך דאָס זעלביקע אין די ביידע פאַלן).
(.boss around (v. trans
זײַן באַלעבאָס איבער; באַלעבאַטעווען איבער; שאַפן זיך איבער (\מיט); קאָמאַנדעווען מיט [komándəv(ə)n].
boss everyone around
קאָמאַנדעווען; באַלעבאַטעווען (עלטערע שרײַבונג: בעל⸗הבתעווען).
bossy
{פראַזעס:} געפעלן ווערן (עמעצן) קאָמאַנדעווען (איבער); געפעלן ווערן (עמעצן) זײַן באַלעבאָס (איבער).
(.bot (n
(דער) באָט, ל″ר: באָטן; (דער) פאַלשער באַנוצער (ל″ר ø) {געמיינט אין אינטערנעטישן באַנוץ אַ פֹונקציע וואָס איז אויסן געבן דעם פאַלשן אײַנדרוק אַז דאָס דריקט אויס אַ מענטש בעת ווען ס′איז מערניט אַ טואונג פון אַ מעכאַניזירטער פּראָגראַם}.
(.botanical (n
(די) גראָזן⸗רפואה [rəfúə], דרומדיק: [rəfí:yə], טייל צפונדיק: [rəfúyə]
(.botanical (adj
באָטאַניש.
botanical gardens
(דער) באָטאַנישער גאָרטן (ל″ר: -ס).
botch (v.)
מאַכן אַ פּאַרטאַטשנע אַרבעט; פּאַרטאַטשעווען; מאַכן (אַ) טאַנדייטנע (\טאַנדעטנע) [tandéytnə] אַרבעט;
מאַכן אַ תל [atél].
botched job
אַ פּאַרטאַטשנע אַרבעט; אַ שטיק פּאַרטאַטש; טאַנדייטנע (\טאַנדעטנע) אַרבעט;
מאַכן אַ תל [atél].
(both (of them
{בייגעוודיק:} ביידע; („זיי זײַנען ביידע געשטאַנען אינדרויסן; נאָכדעם האָבן מיר זיי ביידן געזען אינעווייניק“).
both this one and that one
סײַ דער (און) סײַ דער (\יענער); סײַ די (און) סײַ די (\יענע);
{אַלטמאָדיש:} אי דער אי דער (\יענער); אי די אי די (\יענע);
{שטאַרק לומדיש פאָרמעל:} הן דער הן דער (\יענער); הן די הן די (\יענע) [hèn].
(.bother (n
(די) טירחא [tírkhə], דרומדיק אויך: [térkhə]; (ל″ר: טירחות); (די) באַלעסטיקונג; (די) (אָנגעמאַכטע) באַשוועריקונג; (די) קאָפּדרייעניש (ל″ר: -ן); (דער) קלאַפּאָט [klapót].
(.bother (v. trans
טשעפּענען [tshépənən], אויך: טשעפּען [tshépm]; שטערן;
{אַמעריקאַניש אַרכעאיש, ווערט אָבער ווײַטער גענוצט שפּאַסיק און איראָניש:} באַדערן;
{פראַזעס, מיט דאַטיוו:} דערגיין די יאָרן [dagéyn]; (פאַר)דרייען אַ קאָפּ; האַקן אַ טשײַניק; {שפּאַסיק, ש″ש, וואולגאַריש:} דרייען די אייער.
!bother: Stop bothering me
לאָז(ט) מיך (\מיר) צורו!; דריי(ט) מיר ני(ש)ט קיין קאָפּ!; גענוג מיר געדרייט אַ קאָפּ!; טשעפּע(ט) זיך אָפּ(עט)!;
{דיאַלעקטיש:} לאָזט מיך (\מיר) געמאַך!.
(.bottle (n
(דאָס\די) פלעשל (ל″ר: -עך);
{טאָמער גרעסער ווי געוויינטלעך:} (די) פלאַש (ל″ר: פלעשער);
{טאָמער קלענער ווי געוויינטלעך; אויף פּאַרפום, בשמים אָדער וואָס⸗ניט⸗איז וואו פּיצינקע פלעשעלעך זײַנען גלאַט סטאַנדאַרד; מיט צאַרטקײַט, איראָנישקײַט אָדער אַנדערע מיני עמאָציאָנעלקײַט וואָס זײַנען שייך צום צ″ד:} (דאָס\די) פלעשעלע, ל″ר: פלעשעלעך;
{אויף גאָר גרויסע פלעשער, אָפטמאָל מיט שמאָלע העלדזער און קאָרקעס, אַשטייגער אױף הײמישע פרוכט⸗װײַנען:} (דער) בוטל, (די) בוטלען.
(.bottom (n
(דער) אונטערשטער טייל; דער אונטן; (דער) דנאָ; (דער) גרונט.
bottom (n.) (backside) → behind
(.bottom (adj
אונטערשטע(ר).
bottom: the bottom line
די אונטערשטע שורה [di-ùntərshtə|shúrə], דרומדיק: [di:-ìntərshtə|shí:rə].
bought
געקויפט; אָפּגעקויפט; אײַנגעהאַנדלט.
(bought (past tense of → buy
(bounce (n.) (psychological, political etc
אַ שפּרונג אינעם מוט; אַ לעבהאַפטיקײַט; אַ זוואַוועדיקײַט; אַ שוואונג; אַן אויפשוואונג.
(bounce (v.) (a ball
(וואַרפן) אַ שפּרינג⸗באַל; לאָזן שפּרינגען אַ באַל).
(bouncer (at a cluv, bar, event
(דער) פאַרטרײַבער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) פאַרטרײַב⸗סטאָראָזש; (דער) באַונסער (ל″ר: ø בײַ טייל אויך: -ס).
bow down
זיך בוקן;
{טאָמער נאָר מיטן קאָפּ און האַלדז:}
זיך נייגן; זיך פאַרנייגן;
{פיגוראַטיוו, וועגן עמעצנס צו⸗גרויסער אונטערטעניקײַט:}
פאַלן כורעים (פאַר) [kóyrəm], צפונדיק: [kéyrəm] {לויט דער אַסאָציאַציע מיטן יום⸗כיפּורדיקן דאַוונען, אָדאָרטן אַוואו מען לייגט זיך אַראָפּ אויף דר′ערד בעטנדיק מחילה בײַם רבונו של עולם און אויסדריקנדיק פאַרן אייבערשטן אונטערטעניקײַט}.
(.bowl (n
(די) שיסל (ל″ר: -ען; אויך: -עך).
bowl: go bowling
גיין באָלינג; שפּילן אין באָלינג.
(.bowling (n
(דער) באָלינג.
bowtie
(דער) בינדער⸗שניפּס (ל″ר: -ן); (דער) האַלדז⸗קראַוואַט (ל″ר: -ן)
{ַאַרכעאיש:} (די) מושקע (ל″ר: -ס).
(.box (n
(דער\דאָס) קעסטל;
{אַ זעלטן גרויסער:} (דער) קאַסטן;
{אַ קליינינקער, צומאָל מיט צאַרטקײַט:} (דאָס\דער) קעסטעלע.
(box (v.) (put into boxes
אַרײַנלייגן אין קעסטלעך
{טאָמער וועגן אַן איינציקן:} אַרײַנלייגן אין אַ קעסטל.
(box (v.) (participate in boxing
באָקסן; שפּילן אין באָקס; באָקסעווען.
boxed in
אײַנגעקלאַמערט; אײַנגעקלעמט; אַרײַנגעקוועטשט;
{ליטעראַריש:} אײַנגעקעסטלט.
boxer
(דער) באָקסער (ל″ר: ø, אויך: -ס); ל″נ: (די) באָקסערקע (ל″ר: -ס).
boy
(דער) יינגל (ל″ר: -עך);
{מיט צאַרטקײַט, צי וועגן אַ גאָר קליינינקן:}
(דער\דאָס) יינגעלע (ל″ר: -ך);
{הערה: ביי חרדים שרײַבט זיך: אינגל, אינגלעך, אינגעלע; פאָנעטיש גערעדט, דווקא, פעלט דער וואָרט⸗א⸗ניקער [y] דווקא אין די צפונדיקע דיאַלעקטן};
{טאָמער וועגן די בחורשע יאָרן:} (דער) בחור [bókhər], דרומדיק: [(búkhə(r] (ל″ר: בחורים [bókhərim], דרומדיק: [búkhərim]);
{מיט צאַרטקײַט, צי וועגן א קליינינקן:} (דער\דאָס) בחורל [bókhərl], דרומדיק: [búkhərl] (ל″ר: בחורימלעך [bəkhúrəm-ləkh], דרומדיק: [bəkhí:rəm-ləkh];
{גוטמוטיק וועגן אַ בחור (אויך אַ דערוואַקסענעם גוטן⸗מענטשן): (דער) יאַט;
{מיט צאַרטקײַט, דער עיקר אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) באָיטשיק (ל″ר: -עס);
{אָפטמאָל ביטולדיק וועגן אַ ניט⸗איידעלן, קען אָבער זײַן איראָניש עמאָטיוו און דווקא פּאָזיטיוו מכח אַ יינגלשן אויפטו:} (דער) יונג (ל″ר: ען); (דער) יונגאַטש (ל″ר: -ן), (דער) בחורעץ [bòkhəréts].
boyfriend
(דער) חבר [khávər], ל″ר חברים [khavéyrəm] {ווען די נאָענטשאַפט איז קלאָר; אין אַ סך פאַלן איז נייטיק דער פּאָסעסיווער פּראָנאָם, למשל ′מײַן חבר′, ′איר חבר′ וכו′. (דער) ליובאָווניק [l(y)ubóvnik] {בפרט אין פאַלן וואו די ליבע איז אַ נײַע, אַ חידושדיקע אָדער גאָר אַ בסודותדיקע אָדער אין דער בחינה פון אַ לינקער ליבע}. (דער) ליבהאָבער, (דער) געליבטער [gelíptər] {די ביידע קענען אָנווײַזן אויף אַן אַנטוויקלטער סטאַדיע פון די באַציאונגען, און טראָגן ביידע אַ מער ליטערערישן, טיפערן טאָן}. (דער) טרענער {סלענג, ערנסט אָדער שפּאַסיק געווענדט אין קאָנטעקסט}.
bra
(דער) סטאַניק (ל″ר: -עס); (דער) ביוסטהאַלטער (ל″ר: -ס).
(.brace (n
(דער) קלאַמער (ל″ר: -ן);
[אין טייל מעדיצינישע פאַלן:} (דער) אָנשפּאַרער (ל″ר: -ס).
(braces (UK usage for men’s suspenders
(די) שלייקעס (ל″ר).
(braces (for teeth
(די) צאָן⸗דרעטלעך (ל″ר).
brag
זיך אויספײַנען; זיך באַרימען; זיך גרייסן; זיך גרויס מאַכן; לאַבערן; בראַמענען;
{אַ קאַפּ סלענגיש, ערטערווײַז אַרכעאיש:} אַ לאַבער טאָן.
brag: it’s nothing to brag about
ני(ש)טאָ מיט וואָס צו באַרימען זיך; ני(ש)טאָ וואָס אויסצופײַנען זיך.
braggart
(דער) באַרימער (ל″ר: ø, אויך: -ס), ל″נ: (די) באַרימערין; {מער עמאָטיוו:} (די) באַרימערקע (ל″ר: -ס);
{אין ארץ ישראל און צומאָל פאַרשפּרייט אויך אַנדערשוואו:} (דער) שוויצער (ל″ר: ø, אויך: -ס), ל″נ: (די) שוויצערקע (ל″ר: -ס);
(דער) מאַרק⸗שרײַער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) מאַרק⸗שרײַערקע (ל″ר: -ס);
(דער) מויל⸗העלד (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) מויל⸗העלדין (ל″ר: -ס);
{ווערטל:} אַ באַרימער בלײַבט שטיין אין בלאָטע.
(.bragging (n
(די) באַרימערײַ; (די) אויספײַנערײַ; {אין ארץ ישראל אויך:} (די) שוויצערײַ.
brain
(דער) מח (אויך: מוח) [móyəkh], צפונדיק: [méyəkh] (ל″ר: מוחות [móykhəs], צפונדיק: [méykhəs]); (די) געהירן (ל″ר).
(brains (native intelligence
(דער) שכל [séykhl], דרומדיק: [sáykhl]; אַ קאָפּ; (די) אײַנגעבאָרענע חכמה [khókhmə].
brake (n.)
(דער) צאַם (ל″ר: -ען); (דער) אָפּשטעלער (ל″ר: -ס); (דער) האַלטער (ל″ר: -ס);
{אַרכעאיש, סײַדן וועגן אַ פערד⸗און⸗וואָגן:} (דער) צאַם⸗אײַזן (ל″ר: -ס).
brake (v.)
אָפּצאַמען; אָפּשטעלן.
(branch (of tree
(דער\דאָס) צווײַגל, ל″ר: צווײַגלעך;
{אַ גרויסער:} (דער\די) צווײַג [tsváyg], דרומדיק: [tsvá:k]; ל″ר: צווײַגן;
{אַ קליינינקער:} (דאָס\דער) צווײַגעלע, ל″ר: צווײַגעלעך [tsváygalakh];
{ליטעראַריש, סלאַוויש סטיליזירט:} (די) וועטקע (ל″ר: -ס).
(branch (of organization
(דער) צווײַג (ל″ר: -ן); (דער) פיליאַל [filyál] (ל″ר: -ן); (דער) אָפּצווײַג;
(טאָמער וועגן אַ טראַדיציאָנעל⸗פרומער אָרגאַניזאַציע: (דער) סניף (ל″ר: סניפים);
{איראָניש, אָפּלאַכעריש:} (דער\דאָס) צווײַגל; (די) וועטקע.
(branch (out
צעצווײַגן זיך;
{טאָמער אין אַ גרעסערער צאָל אָפּצווײַגונגען:} פונאַנדערצווײַגן זיך;
{איראָניש, שפּאַסיק, אָדער האַלטנדיק, אַז די צעצווײַגונג איז לאו דווקא אַ געלונגענע:} צעוועטקען זיך; צעגאָפּלען זיך; {טאָמער אינגאַנצן אַ דורכפאַל:} צעגאָפּלען און צעלעפלען זיך.
(brand (n.) (identifying name for person, company, etc
{וועגן אַ יחיד:} <פּאָסעסיוו +> „פירמע“; („דאָס איז שוין איר פירמע!“);
{וועגן אַ פירמיע:} (דער) פירמע⸗נאָמען; (דער) •שם⸗הפירמע [shèmafiírmə].
(brand (v.) (cattle, etc
בראַנדן.
(branding (naming of firm, product, etc
(די) באַנאָמענונג (ל″ר: -ען); (די) פאַרשטעמפּלונג (ל″ר: -ען).
brandish
פאָכען מיט [fókh(ə)n].
brassiere
(דער) סטאַניק (ל″ר: -עס); (דער) ביוסטהאַלטער (ל″ר: -ס).
Bratislava
{הײַנטיקע קרוינשטאָט פון סלאָוואַקיע:} בראַטיסלאַווע {אין דער יידישער געשיכטע אייביק לויטן נאָמען אין דער עסטרײַכיש⸗אונגאַרישער אימפּעריע:} פּרעשבורג {מיט אַ ריי פאָלקישע וואַריאַנטן, בתוכם}: פּרעשבערג, פּרעשבאָרג, פּרעשבאָריק.
(Bratslav (Ukraine
ברעסלעוו (\ברעסלאָוו \ ברעסלוב \ בראַצלאַוו וכו′).
Bratslav Hasidim
די ברעסלעווער [brésləvər];
„די טויטע חסידים“ {צוליב דעם וואָס דער רבי איז עד היום געבליבן ר′ נחמן ברעסלעווער, וואָס איז נאָך זײַן הסתלקות קיינמאָל ניט פאַרביטן געוואָרן, בלײַבנדיק דער איינאונאיינציקער רבי בײַ די ברעסלעווער}.
Bravo!
בראַוואָ!; יישר⸗כח! [yìshər-kóyəkh], צפונדיק: [yìshər-kéyəkh]; {פאַרקירצטערהייט:} ש′כח! [shkóyəkh], צפונדיק: [shkéyəkh];
{לומדיש, דער עיקר וועגן אַ ממשותדיקן אינטעלעקטועלן, גײַסטיקן אָדער וואוילטוערישן אויפטו:} אַ יישר⸗כח דאורייתא [ayìshər-kóyəkh|d(ə)oráyse], צפונדיק: [ayìshər-kéyəekh|d(ə)oráyse];
{נאָך אַ רעדע אׁדער פּרעזענטאַציע בעל⸗פּה קען מען גוטמוטיק אַ זאָג טאָן אויך:} גוט געדרש(ע)נט! [gút|gədársh(ə)nt], דרומדיק: [gít|gədársh(ə)nt];
{דעם „בראַוואָ“ קען מען אויך אויסדריקן מיטן אָנרופן דעם בעל⸗הבראַוואָ גופא:} אַ מאַלאַדיעץ! [malad(y)éts] אין זין פון: „אײַ האָסטו זיך פאַרדינט שוין איינמאָל אַ בראַוואָ“.
(.breach (n
(די) ברעכונג (ל″ר: -ען); (דער) אײַנבראָך (ל″ר: -ן).
(.breach (v
אײַנברעכן; איבערברעכן; אײַנרײַסן;
{לעגאַליסטיש:} עובר זײַן [óyvər-zayn], צפונדיק: [éyvər-zayn].
breach of contract
(די) קאָנטראַקט⸗ברעכונג (ל″ר: -ען).
bread
(דאָס\די) ברויט;
{איראָניש, אויך אין ס″ל:} (די) לחמא [lákhmə]; (דער) לחם [lékhəm], דרומדיק: [léykhəm].
(bread (slng.) (money
ממתקים [mamtákəm] (ל″ר); גרינע (ל″ר); מעות [mó(y)əs], דרומדיק: [mú:əs] (ל″ר); קלינגערס (ל″ר);
{כלומרשט לומדיש, פאַקטיש הומאָריסטיש:} מעות חטין [mò(y)əs-khítn], דרומדיק: [mù:əs-khítn]; כסף צרוף [kèsəf-tsórəf], דרומדיק: [kèysəf-tsú:rif]; כספּא [káspə].
bread and butter
ברויט מיט פּוטער.
(bread maker (home applicance
(די) ברויט⸗מאַשינקע (ל″ר: -ס).
bread: a loaf of bread
אַ לאַבן ברויט.
bread: a slice of bread
אַ שטיקעלע ברויט;
{אזהרה: בשעת ווען ס′קען בײַ טייל דאָ גילטן „אַ רעפטל“ איז בײַם רוב „רעפטל“ טײַטש דער געשמאַקער סוף⸗שטעקעלע פון אַ לאַבן, זע אין קומעדיקן סימן}.
bread: crusty (& delicious) end of a loaf
(דאָס\דער) רעפטל [réftl], דרומדיק: [réyftl] (ל″ר: -עך).
(.break (n
(דער) בראָך (ל″ר: -ן); (דער) איבערבראָך (ל″ר: -ן).
(break (n.) (rest period
אַן הפסקה [anafsókə], דרומדיק: [anafsúkə] (ל″ר: הפסקות); אַן איבעררײַס (ל″ר: -ן); אַ פּויזע (ל″ר: -ס).
(.break (v
צעברעכן (ל″ע: צעבראָכן); {צפונדיק אויך:} צוברעכן (ל″ע: צובראָכן).
(break up (romantically
זיך צעשיידן; זיך פונאַנדערגיין;
{פראַזע, לס″נ}: ס′האָבן זיך געביטן (\געענדערט) די באַציאונגען.
(.breakfast (n
(דער) פרישטיק; {דער עיקר צפונדיק:} (דער) אָנבײַסן (ל″ר: -ס);
{אזהרה: „אָנבײַסן“ נוצט מען ווײַטער אין סביבות וואו דער פּשט איז קלאָר, צי פונעם דיאַלעקט צי פונעם קאָנטעקסט. בעת אין טייל (משמעות צפונדיקע) מקומות איז דער טײַטש טאַקע דער פרימאָרגנדיקער מאָלצײַט, קען עס אַנדערשוואו הייסן גלאַט אַ מאָלצײַט, און אין טייל (משמעות דרומדיקע) מקומות דווקא מיטיקצײַט; אַזוי אַרום אַז פאַרן סאַמע אַלגעמיינעם באַנוץ וואו די קלאָרקײַט איז דוחה, איז דער דין: „פרישטיק“ און „מיטיק“ (און אין אָוונט: „וועטשערע“ צי „אָוונט⸗ברויט“}.
breast
(די) ברוסט (ל″ר: די בריסטן, אויך: בריסט);
{וואולגאַר, אינטים, סלענג, דער עיקר ל″ר:) די ציצקעס (ל″י: ציצקע);
{לשון נקיה, פיגוראַטיוו, שפּאַסיק,, אין אומפאָרמעלן מענער⸗לשון:} די אויגן (ל″ר).
breast augmentation
(די) ברוסט⸗פאַרגרעסערונג.
breast cancer
(דער) ראַק אין די בריסטן (\אַ ברוסט); (דער) בריסטן⸗ראַק.
breast fixation
(די) בריסטן⸗פיקסאַציע (ל″ר: -ס); (די) בריסטן⸗מאַניע (ל″ר: -ס); (די) בריסטן⸗תאווה [táyvə], דרומדיק: [tá:və] (ל″ר: תאוות);
{סלענגיש, בײַ טייל וואולגאַריש:} אַ תאווה צו די ציצקעס.
breast implant
(דער) ברוסט⸗אײַנפלאַנץ (ל″ר: -ן).
(.breast man (slng
אַ בריסטנמאַן (ל″ר: בריסטנמענער); אַן אייבערמאַן (ל″ר: אייבערמענער);
{לומדיש סלענגיש איראָניש:} אַן אוהב ציצקעס [anòy(h)əf-tsítskəs], צפונדיק: [anèy(h)əf-tsítskəs] (ל″ר {נאָכמער לומדיש און איראָניש:} אוהבי ציצקעס [əhàvə], מער פאָרמעל [òy(h)avey], דרדומקי: [òy(h)avay], צפונדיק: [èy(h)avey]).
breast pocket
(די) בוזעם⸗קעשענע (ל″ר: -ס).
breast pump
(דער) אָפּצי⸗אַפּאַראַט (ל″ר: -ן); (דער) אָפּציער (ל″ר: -ס).
breast reduction
(די) ברוסט⸗פאַרקלענערונג; (די) ברוסט⸗רעדוצירונג.
breasted: big breasted
מיט אַ הויכן ברוסט; הויכברוסטיק; גרויסברוסטיק.
breasted: small breasted
מיט אַ קליינעם ברוסט; נידערברוסטיק; קליינברוסטיק.
(.breastfeed (v
זייגן; געבן די ברוסט.
breastplate
(דער) ברוסטפּאַנצער (ל″ר: -ס); (דער) ברוסטבלעך (ל″ר: -ן).
(breastplate (of the biblical high priest; of a Scroll of the Torah
(דער) חושן [khóyshn], צפונדיק: [khéyshn] (ל″ר: -ס).
(.breath (n
(דער) אָטעם.
breath: bad breath
אַן אומגעשוואַשן (\אומגעוואַשענע) מויל;
{פראַזע מיט דאַטיוו:} ס′הערט זיך (עמעצן) פון מויל; (אויך} ס′שפּירט זיך…; ס′פילט זיך… .
breath: be out of breath
(זײַן\בלײַבן) אָן אָטעם; (בלײַבן) פאַרסאָפּעט;
{פראַזע:} סאָפּעט ווי אַ גאַנדז.
breath: catch one’s breath
אָפּאָטעמען [óp-òtəmən], דרומדיק: [úp-ù:təmən]; אָפּכאַפּן דעם אָטעם.
breath: in the same breath
נאָך בשעתן ריידן (\רעדן) [bəshásn] צי [pshásn]; שוין בײַם ריידן (\רעדן); נאָך אין האַלטן אין ריידן;
{לומדיש:} תוך כדי דיבור [tókh|gdèy-díbər], דרומדיק: [tókh|gdày-díbər].
breath: not to be mentioned in the same breath
להבדיל [ləhávdl];
{פאַרשטאַרקטערהייט, צווישן אַ בפירושדיקן גוטס און אַ בפירושדיקן שלעכטס:} להבדיל אלף הבדלות [ləhávdl|èləf-havdóləs], דרומדיק: [ləhávdl|èyləf-(h)avdú:ləs] (′אויף אונטערצושיידן מיט טויזנט אונטערשיידונגען′).
breath: someone who is out of breath
{בייגעוודיק:} אַ פאַרסאָפּעטע(ר).
breathe
אָטעמען;
{שטאַרק פאַרשפּרייט דיאַלעקטיש, סײַ דרומדיק סײַ צפונדיק} עטעמען; [étəmən], דרומדיק: [éytəmən]
{טאָגטעגלעך אין מזרח, אין מערב סטיליזירט:} דישען [dísh(ə)n]; דעכען [dékh(ə)n].
breathe heavily
שווער אָטעמען; סאָפּען.
breath: breathe one’s last
אויסהויכן דעם לעצטן אָטעם; אויסהויכן די נשמה [nəshómə], דרומדיק: [nəshúmə].
Brexit
(דער) ברעקסיט [bréksit]; אויך: [brégzit].
bribe (n.)
(דער) שוחד [shóykhəd]
{ניט⸗פאָרמעל און אָפטמאָל שפּאַסיק:} (דער) כאַבאַר [khabár]; (דער) מתנת יד [màtnəs-yád].
bribe (v.)
געבן שוחד [shóykhəd]; {ניט⸗פאָרמעל און אָפטמאָל שפּאַסיק:} געבן כאַבאַר [khabár]; אונטערצאָלן; אונטערקויפן; {סלענג:} אונטערשמירן;
{מיט אַ קאַפּ הומאָר:} אַרײַנרוקן (אין קעשענע (\האַנט) אַרײַן); געבן אין האַנט אַרײַן.
bribe: someone who has been bribed
(דער) משוחד [m(ə)shúkhəd], ל″נ (די) משוחדתטע [m(ə)shukhédəstə], ל″ר: משוחדים [m(ə)shukhódəm], {אין דרומדיקע דיאַלעקטן: [m(ə)shi:khú:dəm] וכד′.
bright
העל⸗ליכטיק; גלאַנציק.
(bright (intelligent
קלוג; באַשכלט [ba-séykhlt], דרומדיק: [ba-sáykhlt]; {פראַזעס:} האָט אַ גוטן (\גוטע) קאָפּ; האָט אַ גוטן מח [móyəkh], צפונדיק: [méyəkh].
brilliant person
{סײַ אין זין פון תורה לערנען, סײַ אויסגעברייטערטערהייט:} אַ גאון [agóən], דרומדיק: [agú:ən], צפונדיק: [agó(y)ən]; (ל″ר: גאונים [g(ə)óynəm], צפונדיק: [g(ə)éynəm]), ל″נ: אַ גאונטע [agóəntə], דרומדיק: [agú:əntə], צפונדיק: [agó(y)əntə] (ל″ר: -ס);
{דער עיקר אין אַקאַדעמישן זין, אַמערסטנס וועגן דער תורה וועלט, קען אָבער אויסגעברייטער ווערן:} אַ מופלג [amúfləg], דרומדיק: [amíflik] (ל″ר: מופלגים [muflógəm], דרומדיק: [miflúgəm]);
{בדרך כלל פון דער אַלגעמיינער וועלט:} אַ געניע (ל″ר: -ס); אַ זשעני (ל″ר: -ען);
{פראַזעס, דער עיקר אין תורה לערנען, צומאָל ווען סתם איז אויך מעגלעך מיט אַ געוויסער איראָניע:} אַ מהרש″א קאָפּ [amàrshó-kòp], דרומדיק: [amàrshú:-kòp] (ל″ר: -קעפּ).
ברענגען [bréyng(ə)n] (ל″ע: געבראַכט, דרומדיק: געברענגט [gə-bréynkt]);
צוטראָגן; אַריבערטראָגן; געבן אין האַנט אַרײַן.
Britain
בריטאַניע [brətányə];
{אַלטמאָדיש:} גרויס⸗בריטאַניע;
{פאָלקיש:} ענגלאַנד [éynglànd].
British
בריטיש;
{אַלטמאָדיש:} גרויס⸗בריטאַניש;
{פאָלקיש; אומבייגעוודיק:} ענגלענדער [éyngləndər].
Briton
(דער) בריטאַנישער; ל″נ: (די) בריטאַנישע; (ל″ר בײַ ביידע: בריטאַנישע);
{מאָדערן סלענגיש:} אַ בריט (ל″ר: -ן); ל″נ: אַ בריטיכע (ל″ר: -ס);
{פאָלקיש:} (דער) ענגלענדער [éyngləndər] (ל″ר: ø); ל″נ: (די) ענגלענדערין [éyngləndər(i)n].
bro
(דער) חבר⸗אָ [khàveró]; פּאַני⸗בראַט; גוטער⸗ברודער; דער ר′ ייד [reb(y)íd] {אין דריטער פּערזאָן}.
{וואָקאַטיוו:} העי, חבר! אָ⸗חבר! {צו אַ יידן:} ר′ ייד [reb(y)íd].
(.broad (adj
ברייט.
broadband
בראָדבאַנד.
(broke (without money
גראָשנלאָז; ממתקימלאָז [mamtákəm-lòz]; אָן געלט; אָן מיטלען; אָן רעסורסן;
{פראַזעס:} אינגאַנצן פאַרקבצנט [fàr-kábts(ə)nt]; געבליבן אָן אַ גראָשן; געבליבן אָן גאָרני(ש)ט.
Brooklyn
(אָן אַן אַרטיקל:} ברוקלין.
Brooklynite (n.)
(דער) ברוקלינער [brúklinər], ל″נ: (די) ברוקלינערין [brúklinər(i)n].
Bronx
די בראָנקס (ל″ר); („זיי וואוינען אין די בראָנקס“).
Bronxite
(דער) בראָנקסער (ל″ר: ø), ל″נ: (די) בראָנקסערין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) בראָנקסערקע
(ל″ר: -ס).
brothel
(דער) באַרדאַק [bardák]; (דאָס\די) שאַנד⸗הויז; (דאָס) הײַזל;
{ניט פאָרמעל, שפּאַסיק, וואולגאַריש:} (דאָס\די) קורווע⸗הויז; נפקא⸗הויז [nafkə-hoyz];
(לומדיש⸗שפּאַסיק און פאָרט וואולגאַריש:} בית⸗הנפקאות [beys-anafkó(y)əs], דרומדיק [bays-anafkú:əs];
{לומדיש, לײַטיש און שפּאַסיק:} בורא נפשות קלײַזל [bòyrə-n(ə)fóshəs|klàyzl], דרומדיק: [bòyrə-n(ə)fú:shəs|klà:zl], צפונדיק: [bèyrə-n(ə)fóshəs|klàyzl]; {אַ קלײַזל, הייסט דאָס, ניט וואו מ′דאַוונט ווי געוויינטלעך, נאָר וואָדען אָט אַזאַאָ, אַוואו מען זאָגט מערניט די ברכה „בורא נפשות“, וואָס מ′זאָגט איר געוויינטלעך נאָך אַ לײַכטן איבערבײַסן}.
brother
(דער) ברודער (ל″ר: ברידער);
{הערה: אין די דרומדיקע דיאַלעקטן, וואו דער אַרויסרייד איז היינו הך בײַם יחיד און בײַם רבים, איז דער ל″ר אָפטמאָל: [brí:də(r)s]; בײַ הײַנטיקן טאָג קען מען אין חרדישע סביבות טרעפן די שרײַבעונגען דערויף: „ברידער“; „ברודערס“; ברידערס“}.
(Brother! (pal, buddy
ברודערקע! [brúdərkə], דרומדיק: [brí:dərkə]; גוטער⸗ברודער!; ברודער (מײַנער)!;
{בײַ פרומערע:} ר′ ייד! [rèb-yí:d]; בײַ סעקולעריסטן: (העי) חבר! [hèy-khávər].
?brother: Am I my brother’s keeper
השומר אחי אנכי? [?hashòymər-ókhi|onóykhə], דרומדיק: [?hashòymər-úkhi:|u:nóykhə], צפונדיק: [?hashèymər-ókhi|onéykhə] (′צי בין איך דען מײַן ברודערס אָפּהיטער?′ < בראשית ד′: ט′).
!brother: I am my brother’s keeper
שומר אח אנכי! [!shòymər-ókhi|onóykhə], דרומדיק: [!shòymər-úkhi:|u:nóykhə], צפונדיק: [!shèymər-ókhi|onéykhə].
brotherhood
(די) ברודערשאַפט; (די) ברידערלעכקײַט.
brotherly
ברודעריש; ברודערדיק; ברידערלעך.
brother-in-law
(דער) שוואָגער (ל″ר: -ס).
brought → bring
brown
ברוין;
{ווען קאָליר פון די האָר:} שאַטען [shatén].
brown bread
שוואַרצע ברויט.
brownish
ברוינלעך.
browse (n.): have a browse
אַרומקוקן; אַ קוק כאַפּן דאָ און דאָרט(ן).
(.browse (v
אַרומקוקן;
{טאָמער אין אַ בוך אָדער אין אינטערנעט:} בלעטערן.
(browser (software application
(דער) בראַוזער (ל″ר: -ס); (דער) נעט⸗זוכער (ל″ר: -ס); (דער) וועב⸗זוכער (ל″ר: -ס);
{נוצנדיק די הויפּט⸗פונקציע אַלץ שילדערונג פונעם מכשיר גאַנצערהייט:} (די) זוך⸗מאַשין (ל″ר: -עס).
(.bruise (n
(דער) קלאַפּ (ל″ר: קלעפּ); (דער) בײַל (ל″ר: -ן);
(.bruise (v
צעקלאַפּן [tsəklápm], צפונדיק אויך: [tsuklápm]; צעכמאַליען.
bruised ego
(די) געטראָפנקײַט; (די) באַליידיקטקײַט;
{מער אַקאַדעמיש:} (דער) גיטראָפענער עגאָ; (דער) פאַרוואונדיקטער עגאָ.
brunch
(דער) בראָנטש (ל″ר: -ן; -עס); (דער) שפּעטער פרישטיק (ל″ר: -) (\אָנבײַסן) (ל″ר: -ס); (דער) פריער מיטיק (ל″ר: -ן).
(.brunette (n
{אויף אַ פרוי מיט ברוינע אָדער ברוינלעכע האָר:} אַ שאַטענקע [shaténkə]; אַ ברונעטקע;
{אויף אַ מאַן:} אַ שאַטען; אַ ברונעט;
{אויף אַ מענטש מיט ברוינע האָר:} אַ ברוינהאָריקע(ר) [(bròyn-hórikə(r], דרומדיק: [(brò:(u)(ə)n-hú:rigə(r]; מיט ברוינע האָר [bróynə|hór], דרומדיק: [(bró:(u)nə|hú:ə(r].
(.brunette (adj
ברוינהאָריק; שאַטענענע(ר).
{אויף ברוינע האָר בײַ אַ פרוי אָדער אַ מאַן:} שאַטען [shatén].
(.brush (n
(דאָס\די) בערשטל (ל″ר: -עך);
{אַ קליינינקע:} (דאָס\די) בערשטעלע (ל″ר: -ך);
{אַ גרויסע, בדרך כלל צו גרויס צו די האָר, נאָר (למשל) צום רייניקן אין שטוב אָדער איבער די גאַסן:} (די) באַרשט (ל″ר: -ך).
(.brush (v
באַרשטן; {דיאַלעקטיש אויך: באָרשטן; בערשטן;
זיך (צו)קאַמען מיט אַ בערשטל.
brutal
ברוטאַל; ברוטאַליש; אָנרחמנותדיק [ón|rakhmónəz-dik], דרומדיק: [ú:(ə)n|rakhmú:nəz-dik];
{וועגן דער ערנסט⸗גשמיותדיקער ברוטאַלקײַט פון מלוכות און אַנדערע באַקרעפטיקטע מהותן:} אכזריותדיק [akh-zóryəz-dik], גרויזאַם; גרויליק.
brutal person
{בייגעוודיק:} אַן אומברחמנותדיקע(ר) [(anùmb(ə)rakh-mónəz-dikə(r], דרומדיק: [(anìmb(ə)rakh-mú:nəz-dikə(r]; אַ ברוטאַלע(ר);
אַן אכזר [anághzər] (ל″ר: -ים [aghzórəm], דרומדיק: [aghzú:rəm]), ל″נ: אַן אכזרטע [anághzər-tə] (ל″ר: -ס).
brutality
(די) ברוטאַלקײַט; (די) ברוטאַליטעט;
{לומדיש:} (די) אכזריותדיקײַט [aghzór(y)ə(z)-dəkàyt]; (די) חיה⸗רעהדיקײַט [khàyə-róə-dəkàyt], דרומדיק: [khàyə-rú:ə-dəkàyt].
(.brute (n
(דער) גאַסן⸗יונג (ל″ר: -ען); (דער) שלעגער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{טיילאָל מיט אַ קאַפּ באַוואָרענדיקן הומאָר:} (דער) מה⸗יעשהניק [mayáysə-nik], דרומדיק: [mayá:sə-nik] (′אַזאַ⸗אָ וואָס דער ווער ווייס(ט) וואָס אָפּטאָן′).
brute force
(דער) הוילער כח [kóyəkh], צפונדיק: [kéyəkh]; די בלויזע מאַכט.
(Bryks, Rachmil (1912–1974
בריקס;
ירחמיאל בריקס [rakh-míy(ə)l|bríks];
געבאָרן: סקאַרזשיסק (פּוילן); געשטאָרקבן: ניו⸗יאָרק.
B’tayavon!
מיט אַ גוטן אַפּעטיט!.
buck teeth
אַרויסשטאַרצנדיקע ציינער;
{אומאיידל:} פערדישע ציינער (\ציין) (ל″ר).
bucket
(דער) עמער (ל″ר: -ס)
buckle (n.)
(די) ספּראָנטשקע (ל″ר: -ס); (דער) שנאַל (\שנאָל) (ל″ר: -ן).
buckle up
(זיך) פאַרספּראָנטשקעווען.
Buckle up! (fig.)
פאַרשפּיל(י)ע(ווע)ט זיך!; (\אויף דו:) פאַרשפּיל(י)ע(ווע) זיך!;
פאַרקנעפּלט זיך!; (\אויף דו:) פאַרקנעפּל זיך!;
גורט זיך אָנ(עט)!.
(.bud (n
(דער) קנאָספּ (ל″ר: -ן).
(.bud (v
קנאָספּן זיך; צעלאָזן זיך; בליען; שפּראָצן.
(budding (artist, poet etc
אונטערוואַקסנדיקע(ר); ערשט⸗אויפבליענדיקע(ר); נײַגעבאַקענע(ר);
וואָס וואַקסט אויס(עט) אַ; וואָס שנײַדט זיך (ערשט) אויף אַ.
buffer zone
(דער) צווישן⸗פּאַס (ל″ר: -ן); (די) צווישן⸗זאָנע (ל″ר: -ס).
(bug (n.) (insect
(דער) זשוק (ל″ר: -ן; אויך: -עס); (דער) אינסעקט (ל″ר: -ן);
{קאָלאָקוויאַליש טאָמער אויסגעברייטערט אויף פאַרשיידענערליי:} (די) פליג (ל″ר: -ן); אַ מין פליג.
(.bug (b.) (med
(דער) מיקראָב (ל″ר: -ן); (דער) ווירוס (ל″ר: -ן).
(bug (n.) (eavesdropping device
(די) אונטערהער⸗מאַכאַרײַקע (ל″ר: -ס).
(.bug (v.) (bother) (coll
{פראַזעס:} זיך אָנטשעפּענען (אָן\צו עמעצן); זיך צוטשעפּענען (אָן\צו) עמעצן; זײַן (עמעצן) אַן אָנשעקעניש;
{פראַזעס:} דערגיין די יאָרן; דרייען אַ קאָפּ; {וואולגאַריש בײַ אַ מאַנסביל: דרייען די אייער; בײַ אַ פרוי: דרייען די ציצקעס).
(bug (v.) (eavesdrop
זיך אונטערהערן עלעקטראָניש (\מיט מאַכאַרײַקעס);
{אַ קאַפּ מער פאָרמעל:} אונטערלייגן אַן אונטערהערונגס⸗אַפּאַראַט.
(build (a physical structure
בויען [bóyən], דרומדיק: [bó:(u)ən], טייל ד″מ: [bóvn] ,[búvn];
{טאָמער עס גייט דווקא אין אַ שטיינערנעם, ציגלנעם, בעטאָנענעם, אַבי ניט פון האָלץ, אויך:} מויערן;
{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער טאָגטעגלעך, אין מערב: סטיליזירט, דיאַלעקטיש, ליטעראַריש, און אַזוי בײַ די ווײַטערדיקע פאָרמעס אַוואו דער שורש טרעפט זיך:} סטראָיען;
{פאַַרענדיקן אַ בויאונג:} אויסבויען [óyzbòyən], דרומדיק: [ó:(u)(ə)z-bò:(u)ən], טייל ד″מ: [úz-bùvn]; אויססטראָיען.
(build (esp. a conceptual edifice
אויפשטעלן [ֹúfshteln], דרומדיק: [ófshtèl(ə)n], ד″מ: [ífshteln];
אויפבויען [úvbòyən], דרומדיק: [óvbò:(u)ən], ד″מ: [ívbòvn] ,[ívbòyən];
{אָפּלאַכעריש:} סטראָיען, אויפסטראָיען: „אָט סטראָיען זיי שוין ווײַטער דעם סאָציאַליזם“; „ער איז דאָ געקומען סטראָיען די יידישע קולטור“
building (n.)
(דער) בנין [bí(n)yən] (ל″ר: בנינים [binyónəm], דרומדיק: [binyú:nəm];
{טאָמער פון שטיין אָדער ציגל: (דער) מויער;
{אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} (די) געבײַדע, ל″ר: געבײַדעס.
{אָפּלאַכעריש וועגן אַ ניט⸗געלונגענעם בנין:} אַ געבויעכץ!
building site
(דאָס\דער) בוי⸗אָרט (ל″ר: ⸗ערטער); (דער) בוי⸗פּלאַץ (ל″ר: פּלעצער);
{לומדיש:} (דער) בויאונגס⸗שטח [shétəkh], דרומדיק: [shéytəkh].
built-in
אַרײַנגעבויט; אַרײַנגעמויערט.
(buildup (increase
(דער) אויפשטײַג; (דער) וואוקס; (די) פאַרגרעסערונג.
(buildup (public relations
(דער) פּרסום [pírsəm]; (די) רעקלאַמירונג.
(bulb (electric
(דאָס\דער) לעמפּל (ל″ר: -עך).
bull
(דער) אָקס (ל″ר: -ן); (דער) ביק (ל″ר: -עס); (דער) בוהײַ (ל″ר: -עס).
bullet
(די\דער) קויל (ל″ר: -ן).
bullshit (n.)
(דער) בולשיט; אָנגעבאַרעטע רייד; פאַרדרייטע רייד;
{וועגן אַ שטות וואָס ווערט פאָרגעשטעלט אַלץ כלומרש אַ גרויסע המצאה:} תורת לאָקשן [tòyrəs-lókshn], צפונדיק: [tèyrəs-lókshn];
{פראַזעס:} אָנגעבאַרעט אַ קאָפּ; סתם אָנגעהאַקט [stám]; געהאַקט אַ טשײַניק; פאַרדרייט אַ קאָפּ; סתם געזאָגט געוואָרן; סתם אין דער וועלט אַרײַן; האָט ניט קיין שום ממשות [mamóshəs]; האָט ניט קיין האַפט; קינסטלעריש פאָרגעשטעלטע ניט⸗אמתדיקײַטן.
bullshit (v.)
ריידן בולשיט; {אַוואו ס′איז קלאָר דער קאָנטעקסט אַז ס′גייט אין דיבורים:} אָנקלאַפּן [ónklàpm]; אָנהאַקן, [אין טייל דיאַלעקטן וואולגאַריש:} אָנבאַרען [ónbàrn].
{פראַזעס:} גוט אָנגעבאַרעט! [gút óngibàrət]; ריידן סתם אין דער וועלט אַרײַן; קינסטלעריש אָנריידן אָן אַ שייכות מיטן אמת; איבערצײַגעוודיק אָנריידן ניט⸗ריכטיקע זאַכן; (פאַר)דרייען אַ קאָפּ; דרייען אַ ספּאָדיק.
(.Bullshit! (interj
{פראַזעס, לחלוטין ניט וואולגאַריש:} אײַ!; [ayyy]; גיי אַוועק! [géy-avèk]; אַ נעכטיקער טאָג!; ווייס איך וואָס! [véysəkh|vòs], דרומדיק: [váysəkh|vùs];
ס′הייבט זיך ניט אָנעט! [s-héybdzakh-nit-ónət] אָדער [s-héyptsakh-nit-ónət]; אַ ליגן די מעשה! [alígn-dimáysə]; דריי מיר ניט קיין קאָפּ!;
ווי איך בין אַ טערק!; ני(ש)ט געשטויגן ני(ש)ט געפלויגן!; פּוסטע דיבורים! [pústə-dibúrəm], דרומדיק: [pístə-dəbí:rəm];
{מיט אַ יידישלעכער העפלעכקײַט:} געזונט זאָלט איר זײַן!;
{בנוגע אַ ליגן מיט צוויי (אָדער מער) קאָמפּאָנענטן:} לא דובים ולא יער [lədúbəm-v(ə)lə-yá(ə)r] {′ניט ס′איז דאָ בערן, ניט ס′איז דאָ אַ וואַלד′}; ניט געווען קיין פּריץ און מ′האָט קיינעם ניט געשמיסן;
{הערה: זע אויך בײַ: !Baloney}.
bullshit artist
אַ קינסטלער אַ ליגנער; אַן אָנבאַרער אַן עילוי [íl(u)ə]; אַ שקרן אַ מאדים [a-shákrən|amáydəm]; אַ שקרן פון שקרנים⸗לאַנד [shakrónəm-land]; אַ מײַסטער אַ פאַרנאַרער;
{פון דער יידישער געשיכטע:} אַ לבן הארמי [a-lòvn|(h)o-arámə], דרומדיק: [a-lùvn|(h)u-arámə] (< בראשית כ″ט: ט″ז–כ″ז); אַ שבתי צבי [a-sháptsə-tsví].
(.bully (n
(דער) אָנשרעקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אָנשרעקערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) אָנשרעקערקע (ל″ר: -ס);
(דער) אָנסטראַשער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) אָנסטראַשערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) אָנסטראַשערקע (ל″ר: -ס);
{מיט פאַרשיידענע קנייטשן:} אַ גלית הפּלישתי [agòlyəs-(h)aplíshtə]; אַ שרעק⸗פויגל; אַ סטראַשידלע.
(.bully (v
(שטרענג) באַלעבאַטעווען איבער; רודפן [róydəfn], צפונדיק: [réydəfn]; זיך איזדיעקעווען איבער.
bully pulpit
(די) (עפנטלעכע) טריבונע.
bully pulpit: have a bully pulpit
האָבן אַ שטענדער.
(.bum (n
(דער) באָם (ל″ר: -ס), ל″נ: (די) באָמעכע (ל″ר: -ס); (דער) גאַסן⸗דלפון [gásn-dàlf(ə)n] (ל″ר: ⸗דלפנים [dalfónəm], דרומדיק: [dalfú:nəm]), ל″נ: ⸗דלפנטע [dálf(ə)ntə] (ל″ר: -ס); אַ גאַסן⸗יונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער דווקא אַ ייד:} אַ גאַסן⸗ייד (ל″ר: -ן);
{טאָמער דווקא ניט:} אַ גאַסן⸗גוי (ל″ר: גויים [góy(ə)m]).
❊
{פיגוראַטיוו:}
.[míy(ə)sər] (אַ מיאוסער מענטש; אַ פּאַסקודנער מענטש (ל″ר: -ן
(.bum (Br. slng. for ‘behind’, anat
(דער) אחור [ókhər], דרומדיק: [(ú:khə(r] (ל″ר: -ים [akhóyrəm], צפונדיק: [akhéyrəm]); (דער) הינטערחלק [híntər-khèylək], דרומדיק: [h)íntər-khàylik)].
bum around
זיך אַרומדרייען סתם [stám];
(.Bumfuck (‘small insignifcant town’) (slng. vlgr
טרענילעווקע [trəníləf-kə]; טרעניאַדעווקע; טרענאָפּאָל; יענצשטאָט; שמאָקאַפּאָליע;
{ניט וואולגאַריש:} אַ העק אין די הרי חושך [hòrə-khóyshəkh], דרומדיק: [h)ù:rə-khóyshəkh)], צפונדיק: [hòrə-khéyshəkh]; ערגעץ אַ פאַרוואָרפענער דאָרף (ל″ר: דערפער); ערגעץ אויף יענע(ר) זײַט סמבטיון [sambátyən];
{דרומדיק:} (אין) בויבעריק; (אין) האָצעפּלאָץ;
{צפונדיק:} (אין) באַלבירישאָק; (אין) מאַלאַט.
(.bump (n.) (action
(דער) שטויס (ל″ר: -ן); (דער) אָנשטויס (ל″ר: -ן); (דער) שטורך (ל″ר: -ן); (דער) קלאַפּ (ל″ר: קלעפּ).
(.bump (n.) (swelling, anat
(דער) בײַל (ל″ר: -ן);
(.bump (v
שטויסן; שטורכען.
(bump into (happen to meet
גראָד אָנטרעפן זיך מיט (ל″ע: אָנגעטראָפן); צופעליק באַגעגענען; באַגעענען על⸗פּי צופאַל [àlpə];
{עמאָטיוו:} אַרײַנפאָרן אין;
{ווערטל:} טורא בטורא לא פּגע, אינש באיניש פּגע [!tùrə-bətúrə|lóy-pògə||ìnəsh-b(ə)ínəsh|pógə], דרומדיק: [!tì:rə-bət:rə|lóy-pùgə||ì:nəsh-b(ə)í:nəsh|púgə], צפונדיק: [!tùrə-bətúrə|léy-pògə||ìnəsh-b(ə)ínəsh|pógə; (′אַ באַרג מיט אַ בַארג טרעפט זיך ניט, אַ מענטש מיט אַ מענטש טרעפט זיך′).
bunched together
צומויפגעקנוילט.
(.bundle (n
(דאָס\דער) בינטל (ל″ר: -עך); (דאָס\דער) פּעקל (ל″ר: עך); (דער) פּאַק (ל″ר: פּעק).
(bundle up (dress warmly
זיך אָנפּעלצן; זיך וואַרעם אָנטאָן.
(bundler (U.S. politics
(דער) באָנדלער; דער אײַנזאַמלער פון די בײַשטײַערונגען.
bungle
מאַכן (אַ) פּאַרטאַטש; מאַכן אַ תל [tél]; מאַכן אַ טאַנדייטנע (\טאֲנדעטנע) אַרבעט; פאַרקאַל(י)ענען (ל″ע: פאַרקאַל(י)עט); פאַר⸗קאַל(י)עמאַכן (ל″ע: פַאַררקאַל(יע)געמאַכט).
bungled
פאַרפּאַרטאַטשעוועט; פאַרליאַפּעט; פאַרקאַל(י)עגעמאַכט; (פאַר)אַ⸗תל⸗געמאַכטע(ר); צעדרינזשעט; צעקאַל(י)עטשעט.
bungler
(דער) פּאַרטאַטש (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) פּאַרטאַטשקע (ל″ר: -ס);
(דער) טאַנדייטניק (\טאַנדעטניק) [tandé(y)t-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) טאַנדייטניצע (ל″ר: -ס);
(דער) קאַליע⸗מאַכער (ל″ר: ø; אויך: -ס); (דער) שוסטערוק [shùstərúk] (ל″ר: -עס); (דער) שנײַדערוק [shnàydərúk] (ל″ר: -עס);
{מער עמאָטיוו:} אַ קאַליקע (ל″ר: -ס); אַ שמאַל⸗מלאכה [shmal-m(ə)lókhə], דרומדיק: [shmal-m(ə)lúkhə] (ל″ר: ⸗מלאכהס); אַ שלימויז (ל″ר: -ן).
bunk bed
(דער) בעט⸗מויער (ל″ר: -ן); (די) צוויי⸗עטאַזשנע בעט (ל″ר: -ן).
(.burden (n
(דער) עול [ól]; (דער) יאָך; (די) הכבדה, (אָפטמאָל) אַן הכבדה [anàghbódə], דרומדיק: [anàghbú:də];
{גיכער וועגן אַ פיזישער אָנלאָדונג, און פיגוראַטיוו ליטעראַריש וועגן אַן ענין אין לעבן:}
(די) לאַסט (ל″ר: -ן); (די) משא [másə] (ל″ר: משאות [masóəs], דרומדיק: [masú:əs]).
(.burden (v. trans
מטריח זײַן [matríyəgh-zayn]; באַלעסטיקן; באַשוועריקן;
{פראַזעס:} קומען דרייען אַ קאָפּ; מאַכן אַן הכבדה [anàghbódə], דרומדיק: [anàghbú:də].
burglar
(דער) הויז⸗גנב [hóyz-gànəv], דרומדיק: [hó:(u)(ə)z-gànəf] (ל″ר: ⸗גנבים [hóyz-ganòvəm], דרומדיק: [hó:(u)(ə)z-ganùvəm]);
(דער) הויז⸗גזלן [hóyz-gàzlən], דרומדיק: [hó:(u)(ə)z-gàzlən] (ל″ר: ⸗גזלנים [hóyz-gazlònəm], דרומדיק: [hó:(u)(ə)z-gazlú:nəm]).
burglar alarm
(דער) גנבים⸗אַלאַר(ע)ם [ganóvəm-alàr(ə)m] (ל″ר: -ס).
burglary
(די) הויז⸗רויבערײַ (ל″ר: -ען); (די) אײַנברעכונגס⸗רויבערײַ (ל″ר: -ען).
burn: feel the burn
אָנשפּירן דעם ברען.
(.burn (v. intrans
ברענען;
{אין זין פון לאָזן זיך ברענען:} לאָזט זיך אָנצינדן; ברענט זיך).
(.burn (v. trans
פאַרברענען.
(.burn-out (n
(די) פולשטענדיקע אויסגעשעפּטקײַט; (די) דורכאויסיקע פאַרמאַטערטקײַט; (די\דאָס) געפיל פון אָפּגעלעבטקײַט.
(.burn out (v
ווערן אויסגעשעפּט; ווערן אינגאַנצן פאַרמאַטערט; זיך שפּירן ווי אַן אָפּגעלעבטע(ר).
(.Burning Bush (bibl
דער סנה [sné], דרומדיק: [snéy].
burial ground → cemetery
burial plot
{בײַ יידן:} (די) קרקע [kárke] (ל″ר: -ס; אויך: קרקעות [karkóəs], דרומדיק: [karkú:əs]);
{בכלל}: (דאָס\דער) קבורה⸗אָרט [kvúrə-òrt], דרומדיק: [kví:rə-òrt].
burial vault
(די) מערה [máyrə], דרומדיק: [má:rə] (ל″ר: מערות).
(burst (of energy, tears, etc
(דער) אויסגאָס; אויסשאָס.
(.burst (v
פּלאַצן; צעזעצט ווערן; עקספּלאָדירן.
bury
{בכלל:} באַגראָבן;
{דער עיקר אַ מענטשן:} באַערדיקן;
{דווקא אַ מענטשן, איידעלערהייט: מקבר זײַן [məkábər-zayn]; {אַ קאַפּ מער עלעגאַנט:} צו קבורה ברענגען [kvúrə-brèyng(ə)n], דרומדיק: [kví:rə-brèyng(ə)n];
{נאָר וועגן אַ יידן:} קומען צו קבורת ישראל [kvùrəs-(y)isró(ə)l], דרומדיק: [kvì:rəs-(y)isrú:(ə)l];
{לס″נ, איידעלערהייט, אַשטייגער וועגן אַ צדיק:} באַהאַלטן;
{ביטולדיק צי וואולגאַריש:} אין דר′ערד לייגן; באַרידלען; {זייער מיאוס:} אַוועקגעבן די ווערעם.
(bury (decisively defeat
אָפּווישן; מאַכן פּיפּקע פון; אַרײַנשטעקן אין גאַרטל (אַרײַן).
bury alive
לעבעדיקערהייט באַגראָבן.
(.bus (n
(דער) אויטאָבוס [ó(y)to-bùs] (ל″ר: -ן);
{אין מזרח:} (דער) אַווטאָבוס [aftó-bùs] (ל″ר: -ן).
(.bus (v
(איבער)פירן מיטן אויטאָבוס (\אַווטאָבוס).
business
(דער) ביזנעס (ל″ר: -ער); (די) פירמע (ל″ר: -ס);
{טאָמער אַ גאָר קליינע:}
(דאָס\די) פירמעלע (ל″ר: -ס);
{מיטן טראָפּ אויפן סוחרישן וועזן}:
(די\דאָס) געשעפט (ל″ר: -ן);
{בנוגע דעם העכערן באַגריף וועגן ביזנעס סעקטאָר אין אַ געוויסן אָרט, לאַנד אָדער בכלל אין דער ברייטערע עקאָנאָמע:}
(דער) מסחר [mískhər]; (די) ביזנעס וועלט; דער האַנדל;
{בנוגע דער אָנפירונג מיט אַ ריי סוחרישע ענינים, אַשטייגער בײַ אַ יחיד אָדער גרופּע, ניט שייך צי זיי זײַנען דווקא ענג פאַרבונדן:}
די געשעפטן (ל″ר); (די) ביזנעסער (ל″ר);
{לומדיש און סוחריש:}
די מסחרים [də-mis-khórəm], דרומדיק: [də-mis-khú:rəm] (ל″ר);
{בנוגע אַן איינציקן פיזישן לאָקאַל אויף דער גאַס צי אַן אַנדער רשות הרבים:}
(די) קראָם (ל″ר: -ען);
{דיאַלעקטיש:}
(דער) קלייט (ל″ר: -ן); (דער) בוד (ל″ר: -ן).
business lunch
(דער) געשעפטס⸗מיטיק (ל″ר: -ן); (דער) אַרבעטס⸗מיטיק (ל″ר: -ן).
business model
(דער) געשעפטס⸗פּלאַן (ל″ר: ⸗פּלענער); (דער) ביזנעס⸗פּלאַן (ל″ר: ⸗פּלענער).
business: shady business
(די) לינקע משא⸗מתן [línkə|màsə-mátn]; שאַכער⸗מאַכער געשעפטן (ל″ר); (דער) קונקל⸗מונקל; בלאַטע געשעפטן (ל″ר); פאַרדרייערײַען (ל″ר); {דיאַלעקטיש:} (די) קרוטשעלסטווע [krutshélstvə]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און ווײַטער:} מאַלפּע⸗געשעפטן (ל″ר).
businessman; businesswoman; business person
(דער) סוחר [sóykhər] (ל″ר: [sókhrəm]), ל″נ: (די) סוחרטע [sóykhertə] (ל″ר: -ס);
{פון די ענגליש ריידנדיקע לענדער, פאַרשפּרייט אויך אַנדערשוואו:} (דער) ביזנעסמאַן, ל″ר: ביזנעסלײַט;
{בײַ טייל חרדים:} (דער) קאָמערצאַנט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קאָמערצאַנטקע (\קאָמערצאַנטין).
{אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער און די לעצטע יאָרן פאַרשפּרייט אויך אַנדערשוואו:} (דער) ביזנעסמען [biznismén], ל″נ: (די) ביזנעסמענקע [biznisménke].
(bussing (as policy
די אַרויסבוסירונג.
(.bustle (n
(די) האַוועניש; (די) יאָגעניש; (די) טומלעניש; (די) גערודערונג.
bustle with
שפּרודלען מיט.
(.bustling (n
(די) האַוועניש; (די) יאָגעניש; (די) טומלעניש; (די) גערודערונג.
busy
פאַרנומען; באַשעפטיקט;
{{לומדיש; סוחריש:} פאַרעסקנט [farásk(ə)nt].
busy: very busy
פאַריאָגט; פאַרהאַוועט; פאַריאָגט און פאַרהאַוועט.
busy oneself with
זײַן פאַרנומען מיט; פאַרנעמען זיך מיט;
{אין טייל דיאַלעקטן מיטן קנייטש אַז קיין ערנסטע אַרבעט טוט מען דערבײַ ניט:} פּאָרען זיך;
{לומדיש:} זיך מתעסק זײַן מיט [məsásəg-zayn].
busybody
אַ יענטע; אַ קאָכלעפל; אַ קוק⸗אין⸗טאָפּ; אַ פּלוידערזאַק;
{אינטענסיפיצירט:} אַ יענטע טעלעבענדע;
{פראַזע:} בײַ אַלעמען מישט ער (\זי) זיך!.
(.but (conj
אָבער; נאָר; נאָר וואָדען [nòr-vodén], אויך: נאָר וואָס דען;
{אַ קאַפּ לומדיש:} אלא וואָדען [èlə-vodén], אויך: אלא וואָס דען [èlə-voz-dén];
{אַרכעאיש ע″ט, אויפגעלעבט ליטעראַריש, פּאָעטיש:} נײַערט.
but if not
טאָמער ני(ש)ט; אַני(ש)ט; אַז ני(ש)ט; אויב ני(ש)ט.
(.but (prep
אַחוץ [akhúts], דרומדיק: [akhíts]; חוץ [khúts], דרומדיק: [khíts]; אויסער; מיטן אויסנאַם פון.
(butcher (n.) (meat seller/dealer
{דער עיקר בײַ יידן:} (דער) קצב [kátsəv] (ל″ר: קצבים [katsóvəm], דרומדיק: [katsúvəm]), ל″נ אויך: קצבטע [kátsəf-tə] (ל″ר: -ס); {אין טראַדיצאָנעלע קרײַזן קען אָבער „קצבטע“ אויך הייסן: ′די ווײַב פונעם קצב′};
{וועגן ניט⸗יידן צי ניט קיין כשרע:} (דער) חזירניק [kházər-nik] (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) חזירניצע (ל″ר: ס); (דער) קאַלבאַסניק (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) קאַלבאַסניצע (ל″ר: -ס);
{אוניווערסאַל:} (דער) פלייש⸗הענדלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) פלייש⸗הענדלערין (ל″ר: -ס), {מער עמאָטיוו:} (די) פלייש⸗הענדלערקע (ל″ר: -ס).
(butcher (n.) (fig. pej
(דער) קוילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) שעכטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{טאָמער פון מערערע מענטשן קרבנות:} אויסקוילער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); אויסשעכטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
(.butcher (v.) (fig. pej
קוילע(נע)ן; שעכטן (ל″ע: געשאָכטן);
{טאָמער וועגן מערערע מענטשן קרבנות:} אויסקוילע(נע)ן; אויסשעכטן.
butcher shop
(די) יאַטקע (ל″ר: -ס).
(butcher shop: at/in the butcher shop (/the butcher’s
בײַם קצב [bàm-kátsəv]; אין (דער) יאַטקע.
(.butchering (n.) (fig. pej
{פון אַ קענטיקער צאָל מענטשן:} (די) אויסשעכטונג (ל″ר: -ען); (די) אויסקוילונג (ל″ר: -ען); (די) אויסקוילעניש (ל″ר: -ן); (די) שחיטה [sh-khítə] (ל″ר: שחיטות);
{ווײַטער פיגוראַטיוו וועגן טאָן זייער שלעכט אַן אַרבעט וואָס מאַכט אַוואָס⸗ניט⸗איז קאַליע:} (די) שעכטונג (ל″ר: -ען); (די) קאַליע⸗מאַכונג (ל″ר: -ען); (די) פּאַרטאַטשנע אַרבעט.
(.butter (n
(די) פּוטער.
(.butter (v
באַשמירן מיט פּוטער; אָנשמירן ּדי פּוטער.
(.button (n
(דאָס\דער) קנעפּל (ל″ר: -עך, אויך: -ען);
{טאָמער אַ זעלטן גרויסער:} (דער) קנאָפּ (ל″ר: קנעפּ);
{טאָמער אַ זעלטן קליינער, אָדער סתם צאַרטלעך, וואַרעם:} (דאָס\דער) קנעפּעלע [knépale] (ל″ר: -ך [knépalakh]).
button up
פאַרשפּילעווען זיך; פאַרשפּיל(י)ען זיך; צושפּילן זיך [tsúshpiln-zəkh], דרומדיק: [tsíshpiln-zakh]; פאַרקנעפּלען זיך.
(.buttonhole (n
(דער) קנאָפּלאָך (ל″ר: קנעפּלעכער).
buy (n.): good buy
אַ מציאה [am(ə)tsíyə];
{פראַזע:} גוט אײַנגעהאַנדלט!.
קויפן;
{וועגן אַ ספּעציפישן קנין, בדרך כלל פון אַ גרעסערן יש:} אָפּקויפן;
{אַז ס′גייט אין קויפן אַ צאָל אָדער אַ סך זאַכן:} אײַנקויפן.
buy a person’s loyalty
(עמעצן) אָפּקויפן; אונטערקויפן.
buyer
(דער) קונה [kóynə], צפונדיק: [kéynə] (ל″ר: קונים);
(דער) קויפער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{טאמער אין מער אַלגעמיינעם זין פון אַ קליענט וואָס ק ע ן קויפן:} (דער) קונד (ל″ר: -ן).
buyer’s market
דעם קונהס אַ גוטע שעה [dem-kóynəs|agùtə-shó], דרומדיק: [:dem-kóynəs|agìtə-shú], צפונדיק: [dem-kָynəs|agùtə-shó];
{לומדיש:} אַ שעת פּיזור [ashàs-pízər].
buyer’s remorse
דעם קונהס חרטה [dem-kòynəs-kharótə], דרומדיק: [dem-kòynəs-kharú:tə], צפונדיק: [dem-kèynəs-kharótə].
(.buzz (n
אַ הוזשעניש; אַ זשוזשעניש.
buzz: the buzz is that
מ′רעדט, אַז; מ′שמועסט, אַז; פאַראַן אַ קלאַנג, אַז.
(.buzz (v
הוזשען; זשוזשען; זשומען.
buzz: it’s buzzing in my ear
ס′הוזשעט אין די אויערן; {דיאַלעקטיש אויך:} עווערן; אייערן.
(.by (adv
פאַרבײַ(⸗); („דער עראָפּלאַן איז פאַרבײַגעפלויגן“).
(.by (prep
בײַ [ba]; („בײַ זיי איז אַלעמאָל פריילעך!“).
(by (followed by author’s name
פון.
(by (means of
מיט; („קום צו פאָרן מיטן סאָבוויי“).
by golly (/jove, etc)
גיי ווייס; גלייב עס צי ני(ש)ט; אַ קשיא אויף אַ מעשה [akáshəf-amáysə].
by the way
אגב [ágəv]; דרך אגב [derkhágəv]; פאַרבײַגייענדיק;
אַז מ′האַלט שוין דערבײַ; אַז ס′גייט (\גייען) שוין די רייד דערוועגן; פאַראיינוועגס;פאַרבײַגייענדיק; אַז מ′רעדט שוין [amrét-shòyn]; אַז מ′האַלט שוין אין ריידן (\רעדן);
{לומדיש:} אגב אורחא [àgəvúrkhə], דרומדיק: [àgəf-í:rkhə]; כלאחר יד [klàkhər-yád];
{לומדיש, דער עיקר אין זין פון ′צופעליק′:} על⸗פּי מקרה [àlpə-míkrə];
{דיאַעלקטיש, שיער ניט אַרכעאיש, אויפגעלעבט ליטעראַריש:} מחשבותן [makh-shóvəsn], דרומדיק: [makh-shúvəsn];
{דערציילעריש; געוויינטלעך נ אָ ך דער דערמאָנטער זאַך:} ני(ש)ט דאָס בין איך אויסן; ני(ש)ט דאָס איז דער עיקר [dəríkər].
!by: Come by
כאַפּ(ט) זיך ווען⸗ני(ש)ט⸗איז אַרײַנעט.
!Bye-bye
זײַ(ט) געזונט!; אַ גוטן!; אַ גוטן טאָג!;
{טאָמער אין אָוונט צי בײַנאַכט:}
אַ גוטע נאַכט!;
{אין טראַדיציאָנעלע קרײַזן מיט באַזונדערער וואַרעמקײַט:
זײַ(ט) געבענטשט!;
{דרומדיק:} האָטס מיר און זײַט(ס) מיר!.
(.byte (n
(דער) בײַט (ל″ר: -ס; אויך: -ן).
English-Yiddish Dictionary
C
A B C D E F G H I J K L M
N O P Q R S T U V W X Y Z
C
(דער) צע (דריטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:si].
cab
{מאַשין וואָס פירט פּאַסאַזשירן (פאַר באַצאָלט):} (דער) טאַקסי (ל″ר: -ס);
{געזעס⸗שטיבעלע פון אַ וואָגן:} (די) בויד; (דאָס\די\דער) בײַדל;
{בײַ מאָדערנע מאַשינען אָפטער:} (די) קאַבינע (ל″ר: -ס).
(דער) טאַקסיסט (ל″ר: -ן); (דער) שאָפער [shófər] (ל″ר: -ן [shoférn]);
{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך אומפאָרמעל:} (דער) טאַקסי טרײַבער (ל″ר: ø, אויך: -ס);
{איראָניש, הומאָריסטיש צי ביטולדיק:} (דער) בעל⸗עגלה [balególə], דרומדיק: [baləgú:lə] (ל″ר: בעל⸗עגלות).
cab: private (“gypsy”) cab
אַ פּריוואַטער טאַקסי (ל″ר: -ס).
cabal
(די) כאָפּטע (ל″ר: -ס); (די) באַנדע (ל″ר: -ס); (די) חבריא [khevráyə] (ל″ר: חבריות); (די) קליקע (ל″ר: -ס); (די) כאַליאַסטרע (ל″ר: -ס);
{לומדיש:} (די) כנופיא [knúfyə], דרומדיק: [knífyə] (ל″ר: כנופיות); (די) פּמליא [pamályə] (ל″ר: פּמליות);
{טאָמער אין רעליגיעזע קרײַזן}: (די) כת [kát] (ל″ר: כתות [kátəs]) {פאַראַן אויך דער ל″ר „כיתות“ [kítəs], וואָס האָט זיך אין די לעצטע דורות אויסגעמישט מיטן זין פון „קלאַסן אין אַ טראַידציאָנעל רעליגיעזן חינוך מוסד“};
{פראַזעס:} די צונויפגערעדטע חברה [khévrə]; דער געהיימער צונויפבונד.
cabbage
(די\דאָס) קרויט.
cabbie → cab driver
(cabin (rural home made of wood
(דאָס\די) שטיבעלע (ל″ר: -ך); (די) כאַטע (ל″ר: -ס);
{טאָמער אין וואַלד}: {דאָס\די) וואַלד⸗הויז (ל″ר: הײַזער).
(cabinet (furniture
(דאָס\דער) עלמערל (ל″ר: -עך); (די) שאַפקע (ל″ר: -ס).
(.cabinet (pol
(דער) קאַבינעט (ל″ר: -ן); (די) רעגירונגס⸗מיניסטאָרן (ל″ר);
{לומדיש:} (דער) מלוכהשער ועד [mlúkhishər|vád], דרומדיק: [mlí:khishər|vá:t].
(.cable (n
(דער) קאַבל (ל″ר: -ען); (די) אַנקער⸗שטריק (ניטאָ קיין ל″ר).
(.cable (v
אָפּקלאַפּן אַ דעפּעש; טעלעגראַפירן.
cable car
{טאָמער אַ טראַמווײַ מיט אונטערערדישע שטריק, עלעהיי נוסח סאַן פראַנציסקאָ:} (דער) טראַמווײַ מיטן קאַבל;
{טאָמער אַ מין טראַנספּאָרט אַוואו דער קאַבל זעט זיך אָן:} (דער) קאַבל⸗וואַגאָן (ל″ר: -עס, אויך: ען).
cable news
(די) שטענדיקע נײַעס (ל″ר); (די) קאַבל נײַעס.
cadaver
(דער) קאַדאַווער (ל″ר: -ס); אַ גוף צום שטודירן (מעדיצין);
{לומדיש:} (דער) גוף המת [guf-(h)amés] (ל″ר: גופי מתים [gùfey-méysəm], דרומדיק: [gìfay-máysəm]).
caesarean section
(דער) קייזערשניט (ל″ר: -ן).
cafeteria
(די) קאַפעטעריע (ל″ר: -ס).
caffeinate
קאַפינירן.
(.cage (n
{פאַַר אַ חיה רעה אַַשטייגער אין חיות⸗גאָרטן צי אַ מענטשן אין געוויסע לענער אויפן באַשולדיקטן אין אַ משפּט:} (דער\די) שטײַג (ל″ר: -ן);
{פאַר א שטוביקער חיה פון מיטלדיקער גרייס:} (דער\די\דאָס) שטײַגל (ל″ר: -עך);
(פאַר אַ קליינינקער שטוביקער חיהלע:} (דאָס\דער\די) שטײַגעלע (ל″ר: -ך);
{טאָמער אין אַלגעמיין, מער אַבסטראַקט, מיטן טראָפּ אויף דער געפאַנגענקײַט, ניט דווקא אויף אַ סטרוקטור מיט גראַטעס:} (די) געפענגעניש [gəféyngənish] (ל″ר: -ן);
{אַרכעאיש; ליטערארַיש:} (די) קליאטקע (ל″ר: -ס); (די) קליעטקע (ל″ר: -ס).
(.cage (v
אַרײַנשטעלן (\פאַרשפּאַרן) אין שטײַג.
(Cahan, Abraham (Abe) (1860–1951
אַבּ. קאַהאַן [áb|ká(ə)n], דרומדיק: [áp|ká:(ə)n];
אברהם בן שכנא כהן;
געבאָרן: פּאָדבערעזע, ווילנער גובערניע; געשטאָרבן: ניו⸗יאָרק.
(1937–1881) Cahan, Yehudah Leib
י ל. כהן [yúd|láməd|ká(h)(ə)n], דרומדיק: [yí:(ə)t|lámət|ká:(ə)n]
יהודה⸗לייב כהן [y(əh)údə|léyb|ká(h)(ə)n], דרומדיק: [y(əh)í:də|láyp|ká:(ə)n];
געבאָרן: ווילנע; געשטאָרבן: ניו⸗יאָרק.
(.cake (n
(דער) לעקעך (ל″ר: -ער); (דער) טאָרט (ל″ר: -ן); (דער) קוכן (ל″ר: -ס);
{הערה: אין פאַרשיידענע דיאַלעקטן און סביבות גילטן צוויי צי אַלע דרײַ ווערטער מיט ספּעציפישע אונטערשיידן אינעם מין געבעקס.}
(cakewalk (something easy to do
אַ קינדערשפּיל; אַ שיבוש [ashíbəsh]; ני(ש)ט קיין גרויסע מעשה [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə].
calamitous
קאַטאַסטראָפאַל; טראַגיש; קלאָגעדיק.
calamity
(די) קאַטאַסטראָפע (ל″ר: -ס); (דער) אומגליק (ל″ר: -ן); אַ בראָך.
calculate
רעכענען; חשבונען [khézhbənən]; מאַכן אַ חשבון [akhézhbm]; קאַלקולירן;
{{טאָמער איז דערפירט די אַרבעט צו אַ גמר אָדער מ′איז אויסן אויך וועגן דעם רעזולטאַט, ניט נאָר דעם פּראָצעס:} אויסרעכענען; אויסחשבונען [óys-khèzhbənən]; דערגיין דעם חשבון.
calculation
(די) אויסרעכענונג (ל″ר: -ען); (די) קאַלקולאַציע (ל″ר: -ס).
calendar
{יידישער אָדער וואָס נעמט אויך אַרײַן די יידישע דאַטעס:} (דער) לוח [lúakh], דרומדיק: [lí:əkh] (ל″ר: לוחות [lúkhəs], דרומדיק: [lí:khəs]);
{אַלגעמיינער:} (דער) קאַלענדאַר [kaləndár] (ל″ר: קאַלענדאַרן).
calendar month
(דער) קאַלענדאַרישער חודש [khóydəsh], צפונדיק: [khèydəsh] (ל″ר: חדשים [khadóshəm], דרומדיק: [khadú:shəm]).
calendar year
(דער\דאָס) קאַלענדאַרישע(ר) יאָר (ל″ר: -ן; אויך: ø).
calendric
קאַלענדאַריש; לויטן לוח [lúəkh], דרומדיק: [lí:yəkh].
calendrics
{וועגן יידישן לוח:} חכמת הלוח [khòkhməs-(h)alúəkh], דרומדיק: [khòkhməs-(h)alí:yəkh];
{אוניווערסאַל:} (די) קאַלעדאַר וויסנשאַפט.
calf
(דאָס\די\קער) קאַלב (ל″ר: קעלבער).
California
קאַליפאָרניע [kaləfórnyə].
Californian
{אומבייגעוודיק:} קאַליפאָרניער;
{בייגעוודיק:} קאַליפאָרניש.
Californian spirit
(די) קאַליפאָרנישקײַט {מיט אַ סך אַמעריקאַנישע אַסאָציאַציעס אין לעבנס⸗שטייגער, אידעאָלאָגיע, שטימונג, וועלט⸗באַנעם וכו′ („די קאַליפאָרנישקײַט האָט מען בײַ דער גאַנצער משפּחה גלײַך באַמערקט“)}.
(call (n.) (telephone call
(דער) קלונג (ל″ר: -ען); (דער) טעלעפאָן (ל″ר: -ען).
(call (n.) (appeal, proposal
(דער) אויפרוף (ל″ר: -ן); (דער) אַרויסרוף (ל″ר: -ן).
(call (v.) (by telephone
טעלעפאָנירן; אָנקלינגען;
{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} אָפּרופן; {אַמעריקאַניש:} אָפּקאָלן;
{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} פּאַזוואָניען.
call for
פאָדערן; אַרויספאָדערן; אַרויסרופן פאַר.
call for unity
אַרויסרופן צו אחדות [ְághdəs], {מער פאָרמעל:} [ághdus], דרומדיק: [ághdis];
(אַרויס)פאָדערן אייניקײַט.
(.calm (n
(די) רו; (די) מנוחה [m(ə)núkhə], דרומדיק [m(ə)níkhə].
(.calm (v. trans
באַרואיקן [barúikn], דרומדיק: [barí:y-(i)kn]; אײַנשטילן; (עמעצן) אַרײַנטאָן אַ מנוחה [amnúkhə], דרומדיק: [amní:khə];
{ליטעראַריש:} לינדערן.
(.calm (adj
רואיק [rú-ik], דרומדיק: [ríyik]; מנוחהדיק [mənúkhə-dik], דרומדיק: [məní:khə-dik]; שטיל; שלווהדיק [shálv-dik];
{אַ קאַפּ לומדיש:} במנוחה [bim(ə)-núkhə], דרומדיק: [bim(ə)-ní:khə]; {נאָכמער לומדיש:} נחת⸗רוחדיק [nàkhəs-rúəgh-dik], דרומדיק: [nàkhəs-rí:yəgh-dik];
{דיאַלעקטיש:} געמאַך; לאַגאָדנע; ספּאַקאָינע.
calm (oneself) down
באַרואיקן זיך; אײַנרואיקן זיך.
!Calm down
באַרואיק(ט) זיך! [barúy(ə)k(t)sakh] צי [barúy(ə)g(d)zəkh], דרומדיק: [barí:(ə)yk(t)sakh] צי [barí:y(ə)g(d)zəkh].
calmness
(די) רואיקײַט [rúykayt] אָדער [rú-ikayt], דרומדיק: [rí:əkayt]; (די) שטילקײַט; (די) מנוחהדיקײַט [mənúkhə-dəkàyt], דרומדיק: [məní:khə-dəkàyt].
{לומדיש:} מנוחת הנפש [m(ə)nùkhəs-(h)anéfəsh], דרומדיק: [m(ə)nì:khəs-(h)anéyfish]; שלווה [shálvə]; שלום ושלווה [shòləm-v(ə)shálvə];
{אַרכעאיש, האָט זײַן אָרט אין סטיליזירונגען פון עברי טײַטש:} זענפטיקײַט.
calmly
רואיק [rú(-)ik], דרומדיק: [ríyik]; רואיקערהייט; במנוחהדיק [bim(ə)núkhə-dik], דרומדיק: [bim(ə)ní:khə-dik]; שטיל; שלווהדיק [shálvə-dik];
{לומדיש:} בניחותא [bənikhúsə], דרומדיק: [bənikhí:sə]; {וואַריאַנט:} [bəníkhəsə].
{דיאַלעקטיש:} געמאַך; לאַגאָדנע; ספּאַקאָינע.
(.calque (n
(די) קאַלקע (ל″ר: -ס); (די) לײַ⸗איבערזעצונג (ל″ר: -ען).
(.calque (v
קאַלקירן; פראַזעאָלאָגיש איבערזעצן.
came → come
camel
(דער) קעמל (ל″ר: -ען).
camera
(די) קאַמעראַ [kámrə]; (דער) אַפּאַראַט [apərát];
{מער ספּעציפיצירט, טאָמער גייט אין פאַרשיידענערליי אַפּאַראּטן:} (דער) פאָטאָגראַפישער אַפּאַראַט; אָפטער פון קיצור וועגן: (דער) פאָטאָ⸗אַפּאַראַט (ל″ר: -ן).
(camp (temporary settlement
{מיליטעריש:} (די) מחנה [mákhnə] (ל″ר: מחנות);
{פּריוואַט, דערציעריש, אויף וואַקאַציעס אין דער נאַטור וכו′:} דער קעמפּ (ל″ר: -ס; אויך: -ן).
{אזהרה: דער באַנוץ פון „לאַגער“ האָט אויף יידיש אייביקע אַסאָציאַציעס מיטן חורבן און היטלערס לאַגערן}.
camp: concentration camp
(דער) קאָנצענטראַציע לאַגער (ל″ר: -ן); (דער) קאַצעט [katsét] (ל″ר: -ן).
camp: day camp
(דער) טאָג⸗קעמפּ (ל″ר: -ס).
(די) זומער קאָלאָניע (ל″ר: -ס); (דער) זומער קעמפּ (ל″ר: -ס; אויך: -ן);
{אזהרה: דער באַנוץ פון „לאַגער“ האָט אויף יידיש אייביקע אַסאָציאַציעס מיטן חורבן און היטלערס לאַגערן}.
(camp (political or likeminded grouping
(די) מחנה [mákhnə] (ל″ר: מחנות)
{באַטאָנענדיק די מיינונג, איידייען, אײַנשטעלונגען פון דער גרופּע:} (דער) צד [tsád] (ל″ר: די צדדים [dzdódəm], דרומדיק: [dzdú:dəm].
camp (v.) / go camping
גיין קעמפּינג; גיין מיט געצעלטן אויף דער נאַטור.
(.camp (adj./adv
קעמפּיש; קעמפּ⸗מעסיק.
(.can (n
{אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און וואָסאַמאָל ווײַטער:} (דער\די) קען (ל″ר: -ס);
{טיילמאָל אין בריטאַניש ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער\די) טין (ל″ר: -ס);
{זעלטן, נאָר פאָרט מער ליטעראַריש געשטימט:}
(דער\דאָס) בלעכל (ל″ר: -עך); (די) פּושקע (ל″ר: -ס); (די\דער) קאַן (ל″ר: -(ע)ס).
קענען;
{דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, אַַכעאיש⸗ליטעראַריש; בײַ טייל גרופּעס ווי אַ „מער פאָרמעלער וואַריאַנט“ (אין פּאָליטישן, זשורנאַליסטישן און און עפנטלעכן לעבן), אַמאָליקע יאָרן, און ווען⸗ניט⸗ווען אויך איצטער:}
קאָנען.
can (be able to)
קענען (\קאָנען);
זײַן בכח (אויך: בכוח) [bəkóyəkh], צפונדיק: [bəkéyəkh]; אויך: [pkóyəkh], צפונדיק: [pkéyəkh]; זײַן מסוגל [məsúgl], דרומדיק: [məsígl]; זײַן אין שטאַנד (צו); {אַרכעאיש:} אימשטאַנד);
{לומדיש:} זײַן ביכולת [biy(ə)khóyləs], צפונדיק: [biy(ə)khéyləs];
❊
{דער עיקר אויף זאַכן אַוואָס מ′לערנט זיך אויסעט:}
זיך אויסקענען אויף; וויסן ווי אַזוי (צו); זײַן פעאיק (אויף\צו \אויף צו) [féy(i)k];
❊
{מיט הומאָר און צומאָל דעמאָלט אַז מ′באַטאָנט אַז אַ זאַך דאַרף מען אויף אַן אמת ק ע נ ע ן, און אין נעגאַטיוו מיט אַ בפירושדיקן ביטול צום בעל⸗דברס יכולתן:}
יכלען [yókhlən]; („אַוואָס זאָל מען טאָן, אַז יָכלען יָכְלט ער פאָרט ניט?“).
can (be permitted)
מעגן; קענען; דערלויבט זײַן (צו);
{פראַזעס:} האָבן דערלויבעניש (אויף \צו \אויף צו);
{טאָמער ס′גייט אין יידישן דין:}
מעגן;
{פראַזעס:} ס′איז לויטן דין; ס′איז מותר [mútər], דרומדיק: [mítər].
can (have the authority)
קענען; האָבן די אַווטאָריטעט (\אויטאָריטעט); האָבן (דאָס\די) רעכט;
{מער פאָרמעל⸗פּרלאַמענטאַריש:} זײַן באַפולמעכטיקט; זײַן באַקרעפיטיקט.
Canada
קאַנאַדע [kanádə]; (אַרכעאיש:) קאַנאַדאַ.
Canadian
{אומבייגעוודיק:} קאַנאַדער;
{בייגעוודיק}; קאַנאַדיש.
Canadian (person)
{אומבייגעוודיק:} (דער) קאַנאַדער [kanádər], ל″נ (די) קאַנאַדערין [kanádər(i)n];
{בייגעוודיק:} אַ קאַנאַדישע(ר).
cancel
בטל מאַכן [bótl-màkhn], דרומדיק: [bú:tl-màkhn]; אַנולירן;
{הערה: מ′קען אויך נוצן „מבטל זײַן“ צי „מבטל מאַכן“ [məvátl], נאָר וואָדען, אין פאַרשיידענע סטילן און דיאַלעקטן קענען זיי אויך טײַטש זײַן ′מאַכן צו קליינגעלט′, ′אַראָפּרײַסן′ איז אַמבעסטן זיי דאָ אויסמײַדן אָדאָרטן אַוואו ס′קען אַ ספק זײַן}.
canal
(דער) קאַנאַל (ל″ר: -ן).
canary
(דער) קאַנאַריק (ל″ר: -עס).
cancel: be cancelled
בטל ווערן [bótl-vèrn], דרומדיק: [bú:tl-vèyrn]; אָפּגערופן ווערן; אַנולירט ווערן.
cancel culture
(די) חרם⸗שיטה [khéyrəm-shìtə], דרומדיק: [kháyrəm-shìtə];
{לומדיש:} ביטול היחיד [bìtl-(h)ayókhəd]; דרומדיק: [bìtl-(h)ayúkhət];
{פראַזע:} ער גאַנג אַלצדינג בטל מאַכן [bótl-màkhn], דרומדיק: [bú:tl-màkhn].
(cancel culture: cancel (someone or something
פאַרחרמען [far-khéyrəmən], דרומדיק: [far-kháyrəmən].
cancel culture: be cancelled
פאַרחרמט ווערן [far-khéyrəmt-vèrn], דרומדיק: [far-kháyrəmt-vèyrn].
cancer
(דער) ראַק; אין מערב אויך אומפאָרמעל: (דער) קענסער;
{לס″נ בײַ טייל חרדים וואָס מײַדן אויס דערמאָנען אַ שרעקלעכע קראַנקײַט:} „די שרעקלעכע קרענק וואָס פאַרשפּרייט זיך“ (און אַנדערע וואַריאַנטן).
Cancer (astrol.)
מזל סרטן [màzl-sártn].
candidacy
(די) קאַנדידאַטור; (די) קאַנדידאַטנשאַפט.
candidacy: declare one’s candidacy for president
דערקלערן זיך אויף פּרעזידענט; דערקלערן די קאַנדידאַטור אויף פּרעזידענט.
candidate
(דער) קאַנדידאַט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קאַנדידאַטקע (ל″ר: -ס).
candle
(דאָס\די) ליכטל (ל″ר: -עך);
{וועגן אַ גרעסערן:} (די\דאָס) ליכט (ל″ר: ø);
{געמאַכטע פון פעטס:} חלבנע ליכט [khéyləvnə], דרומדיק: [kháyləvnə] (ל″ר:);
{געמאַכטע פון וואַקס:} וועקסענע ליכט (ל″ר).
candle: Hanukah candles
די חנוכה ליכטעלעך [khánikə-lìkhtələkh] (ל″ר).
candle: Havdalah candle
(די\דאָס) הבדלה⸗ליכט.
candle: Sabbath candles
די שבת⸗ליכט [shábəs-lìkht], דרומדיק אויך: [shábəs-lèkht] (ל″ר).
candlestick
(דער) לײַכטער (ל″ר: -ס).
(candy (in general
(די\דאָס) צוקערוואַרג; (די\דאָס) זיסוואַרג.
(candy (a piece of candy
(די) צוקערקע [tsukérkə] (ל″ר: -ס); (דאָס\דער) צוקערל (ל″ר: -עך).
(cane (n.) (for walking
(דער) שטעקן (צום גיין); (ל″ר: -ס; אויך: שטעקענעס).
(cane (v.) (beat
שמײַסן; {פּערפעקטיוו:} אָפּשמײַסן; דערלאַנגען שמיץ.
canine
הונט(ס)⸗; פון אַ הונט;
{הערה: דער נייטראַלער טערמין „הונט(ס)⸗“, אַשטייגער אַז ס′גייט די רייד וועגן אַ „הונטס⸗צאָן“, שיידט זיך אונטער פונעם עמאָציאָנעל אָנגעלאָדענעם אַדיעקטיוו „הינטיש“ וואָס באַציט זיך אויף שטריכן פון כאַראַקטער, צי בײַ אַ הונט צי בײַ — אַ מענטשן.}
canine appetite
אַ הינטישער אַפּעטיט.
(canon (literary
(דער) קאַנאָן (ל″ר: -ען, אויך: -עס); (דער) קאַנאָניזירטער טעקסט.
cannibal
(דער) קאַניבאַל; (דער) מענטשנפרעסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
cannibalism
(דער) קאַניבאַליזם; (די) מענטשנפרעסערײַ.
cannon
(דער) האַרמאַט (ל″ר: -ן); (דער) קאַנאָן (ל″ר: -ען, אויך: -עס).
canopy
{טאָמער צו אַ יידישער חתונה:} (די) חופּה [khúpə], דרומדיק: [khípə] (ל″ר: חופּות);
{טאָמער בכלל:} (די) קאַנאָפּע (ל″ר: -ס); (דער) אייבערדאַך (ל″ר: אייבערדעכער); (דאָס\דער) דעכל (ל″ר: -עך).
can’t
קען ני(ש)ט [kéni(sh)t]; {אַרכעאיש:} קאָן ני(ש)ט; ני(ש)ט זײַן בכח [bəkóyəkh], אויך: [pkóyəkh], צפונדיק: [bəkéyəkh], אויך: [pkéyəkh].
{לומדיש:} איז ני(ש)ט ביכולת [b(ə)yəkhóyləs], צפונדיק: [b(ə)yəkhéyləs].
!Can’t be
ס′קען ני(ש)ט זײַן! [skéni(sh)t-zayn], מער עמפאַטיש: [skéni(sh)t|záyn];
ניין!?; בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt].
!Can’t be done
מ′קען עס ני(ש)ט מאַכן!; אוממעגלעך! [úm|mégləkh], דרומדיק: [ím|méygləkh]; ס′לאָזט זיך ני(ש)ט אויספירן!;
{פראַזעס:} פאַרגעס(ט)!; לאָז(ט) אָפּ(עט)!; בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt]; אויפן הימל אַ יאַריד!.
(can’t help but (/to
ני(ש)ט קענען זיך אײַנהאַלטן פון; ני(ש)ט קענען אַרויסטרײַבן פון קאָפּ.
!Can’t say
כ′ווייס ני(ש)ט!; כ′קען ני(ש)ט זאָגן!;
{מיט דער אינטאָנאַציע פון אַן ענטפער:} ווייס איך ני(ש)ט!.
!Can’t say no
ניין קען איך ני(ש)ט זאָגן!; כ′קען זיך ני(ש)ט אָפּזאָגן!.
{אַמאָפטסטן וועגן דעם וואָס פירט אָן מיט די תפילות אין טראַדיציאָנעלע שולן:
(דער) חזן [kházn], ל″ר: חזנים [khazónəm], דרומדיק: [khazú:nəm];
{אַרכעאישע וואַריאַנטן וואָס מען טרעפט אין עלטערע ביכער און אַלץ פאַמיליע נעמען:} שולזינגער; פאָרזינגער; זינגער.
{דער וואָס דאַוונט בײַם עמוד למשל בײַ די ערשטע תפילות, ביז וואַנענט ס′נעמט איבער דער חזן:}
(דער) בעל⸗תפילה [bal-tfílə], ל″ר: בעלי⸗תפילה [bàlə-tfílə], צי: בעל⸗תפילהס [bal-tfíləz];
{דער וואָס לייענט די תורה אום שבת, יום⸗טוב און מאָנטיק און דאָנערשטיק:}
דער בעל⸗קריאה [bal-kríyə], צפונדיק: [bal-kréyə] צי: (דער) בעל⸗קורא [bal-kóyrə], צפונדיק: [bal-kéyrə]};
{די פרוי וואָס פירט אָנעט מיט די תפילות פאַר פרויען אין דער ווײַבערשער שול (עזרת נשים) אין טראַדיציאָנעל פרומע סביבות:}
(די) פירזאָגערין, צפונדיק אויך: זאָגערקע.
{אין מאָדערנערע סינאַגאָגעס:}
(דער) קאַנטאָר [kántər], ל″ר: קאַנטאָרן; ל″נ: (די) קאַנטאָרין [kántər(i)n] (ל″ר: -ס), צי (די) קאַנטאָרשע [kántərshə] (ל″ר: -ס);
{הערה: חזנטע [kházntə] איז טײַטש ′דעם חזנס ווײַב′ און קען דעריבער ניט גענוצט ווערן אויף אַ פרוי אַ חזן; אָבער „חזן“ גופא (דער עיקר „ספרדיזירט“ אויף [khazán]), ווערט גענוצט אויף אַ פרוי אַ קאַנטאָר אין טייל עגאַליטאַרישע סביבות, להיפּוך צום גאַנג אין דער אָרטאָדאָקסיע. טאָמער דאַרף מען מפרט זײַן קען מען זיך באַנוצן מיט „קאַנטאָרין“ אָדער „קאַנטאָרשע“}.
cantor: sing (/chant) in the manner of a cantor
זינגען מעשה חזן [màysə-kházn], דרומדיק: [mà:sə-kházn]; {איראָניש:} אויסחזענען [óys-khàzənən];
{מיטן טראָפּ אויפן טראַדיציאָנעלן חזנישן אויסציען פון קלאַנגען:}
אויסציקלען; (זינגען\דאַוונען\אָפּזאָגן) מיט דריידלעך.
cap (informal men’s hat)
(דאָס\דער\די) היטל (ל″ר: -עך); (דער) קאַשקעט (ל″ר: -ן); (דאָס\דער) מיצל (ל″ר: -עך; אויך: -ען);
{אין מזרח⸗אייראָפּעאישן סטיל פון אַ היטל מיט אַ קאַזיריק (\דאַשיק):}
אַ יידיש(ע) היטל (ל″ר: -עך); אַ יידיש(ע) היטעלע (ל″ר: -ך); אַ היטעלע מיט אַ קאַזיריק (\דאַשיק);
{טאָמער מיט אַ באַזונדערס ברייטל קאַזיריק:} אַ ליטוויש(ע) היטל (ל″ר: -עך).
cap in hand
אונטערטעניק; הכנעהדיק [hakhnóə-dik], דרומדיק: [hakhnú:ə-dik]; מיט הכנעה; שפלותדיק [shífləz-dik];
{לומדיש:} כעני בפּתח [k(ə)ónə|bapésəkh], דרומדיק: [k(ə)ú:nə|bapéysəkh] (′ווי אַ אָרעמאַן בײַ דער טיר′).
capability
(די) פעאיקײַט [féyə-kàyt]; (די) מעגלעכקײַט; (דאָס\דער) זײַן מסוגל [məsúgl], דרומדיק: [məsígl];
{לומדיש:} (דער\די) יכולת [yəkhóyləs], צפונדיק: [yəkhéyləs].
capable
פעאיק [féy(i)k]; מסוגל [məsúgl], דרומדיק: [məsígl]; אין שטאַנד; קאַפּאַבל.
(cape (n.) (fashion
(די) פּעלערינע (ל″ר: -ס).
(capital (city
(די) הויפּטשטאָט (ל″ר: הויפּטשטעט);
{ליטעראַריש, און מיט אַ קאַפּ (דווקא היימישן) קאָלעקטיוון זכרון סײַ פון דער רוסישער סײַ פון דער עסטרײַכיש⸗אונגאַרישער אימפּעריע:}
(די) קרוינשטאָט (ל″ר: קרוינשטעט);
{שפּאַסיק:}
— הבירה;
{הערה:} צוטשעפּענענדיק דעם צווייטן חלק פון „שושן הבירה“ [shùshn-(h)abírə] אָדער מער כלומרשט לומדיש (און מער הומאָריסטיש): [shùshn-(h)abíro] (שושן די קרוינשטאָט פון פּערסיע) פון מגילת אסתר אין אַ שיער⸗ניט פּורימדיקן גײַסט, ווי אַ שילדערונג פון אַ שטאָט וואָס, (א) אָדער זי איז טאַקע אַ קרוינשטאָט, (ב) אָדער אַ וועלט⸗כרך וואָס וואָלט געמעגט זײַן אַ קרוינשטאָט, אָדער (ג) עפּעס אַ שטעטל וואו⸗ניט⸗איז אויף דער וועלט; אין יעדן פון די פאַלן איז דער הומאָר — און במילא די הנאה — גאַנץ ספּעציפיש. אַשטייגער:} לאָנדאָן הבירה [lòndn-habíro]; וואַשינגטאָן הבירה; מאַנטשעסטער הבירה; ניו⸗יאָרק הבירה — אַזש ביז אַוועלכן ניט איז שטעטל, אַשטייגער:} עלענוויל הבירה, כלאַנדידנאָ הבירה, צי וועגן אַן אַמאָליקן משפּחה שטעטל אין דער אַלטער היים, למשל: וואָראָנקע הבירה, זאַמאָשטש הבירה, מיכאַלעשיק הבירה, באַלבירישאָק הבירה; {אין יידישן דערציילונגס⸗גײַסט ווערט אַ שטאָט אָדער שטעטל מיט אַן „הבירה“ דער נאַראַטיווער און פּסיכאָלאָגישער צענטער פון דער מעשה, אַ מין סאָלידישע באַזע אַרום וועלכער ס′דרייען זיך אויסעט די דערציילטע געשעענישן}.
(capital (n.) (big money
(דער) קאַפּיטאַל;
{פראַזע, דער עיקר וועגן אַ יחידס עשירות:} אַ מאַיאָנטיק מיט געלט.
(capital (adj.) (punishable by death
טויטשטראָף⸗; קאַפּיטאַלנע(ר);
{ליטעראַריש:} תליהמעסיק [tlíyə-mèsik].
capital punishment
(די\דער) טויטשטראָף;
{לומדיש:} דער פּסק מיתה [psàk-míysə] (ל″ר {נאָכמער לומדיש:} פּסקי מיתה [pìskə-míysə]);
{לויטן יידישן דין:}
(דער\די) מיתת בית⸗דין [mìsəz-bézdn]; די אַרבע מיתות בית⸗דין [àrbə|mìsəz-bézdn]; סקילה שריפה הרג וחנק [skíylə|sréyfə|hèrəg-v(ə)khénək], דרומדיק: [skíylə|sráyfə|hèyrig-v(ə)khéynik].
capitalism
(דער) קאַפּיטאַליזם.
(capitalist (n
(דער) קאַפּיטאַליסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך (עמאָטיוו): (די) קאַפּיטאַליסטקע (ל″ר: -ס).
(capitalist (adj
קאַפּיטאַליסטיש.
capitalist: the capitalist dream
דער קאַפּיטאַליסטישער טרוים.
capitalist: the capitalist leeches
{דער עיקר שפּאַסיק:} די קאַפּיטאַליסטישע פּיאַווקעס [pyáfkəs] (ל″ר).
(Capitol (building in Washington DC or in an American state
(דער) קאַפּיטאָל; (דער) קאַפּיטאָל בנין [bí(n)yən]; (דאָס\די) קאַפּיטאָל הויז.
Capitol: storm the capital
אַרײַנדרינגען (מיט אַ צעווילדעוועטן המון [hamóyn], צפונדיק: [haméyn]) אין קאַפּיטאָל הויז (\בנין [bí(n)yən]).
capmaker
(דער) קירשזנער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) קירזשנערין (ל″ר: -ס);
(דער) היטלמאַכער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) היטלמאַכערין (ל″ר: -ס);
Capricorn (astrol.)
מזל גדי [màzl-g(ə)dí].
caprice
(דער) קאַפּריז [kapríz] (ל″ר: -ן); (די) קאַפּריזע (ל″ר: -ס; אויך: קאַפּריזן).
capricious
קאַפּריזנע(ר); קאַפּריזעדיק.
capricious person
(דער) קאַפּריזניק (ל″ר: -עס), ל″נ: (די) קאַפּריזניצע (ל″ר: -ס).
capsule
(דער) קאַפּסל (ל″ר: -ען).
captain
(דער) קאַפּיטאַן (ל″ר: -ען), ל″נ אויך: (די) קאַפּיטאַנקע (ל″ר: -ס);
{אָפּלאַכעריש:} (דער) קאַפּיטאַנל (ל″ר: קאַפּיטאַנעלעך), ל″נ: (די) קאַפּיטאַניכע (ל″ר: -ס).
captivate
פאַרכאַפּן.
captivated
פאַרכאַפּט ווערן.
(.captive (n
{בייגעוודיק:} (דער\די) געפאַנגענע(ר);
{אין ספּעציפישן זין פון פאַרכאַפּט ווערן אין אַ מלחמה אַלץ פּראָפעסיאָנעלער סאָלדאַט:} (דער) פּלעניק (ל″ר: -עס).
captive audience
אַן עולם וואָס האָט קיין ברירה ני(ש)ט [anóylem|vos-hòt|kin bréyrə nì(sh)t]; דרומדיק: [(anóylem|vus-òt|kin bráyrə-nìsh(t]; צפונדיק: [anéylom|vos-hòt|kin bréyrə-nìt].
captivity
געפאַנגענשאַפט;
{ע″ט און ליטעראַריש:} געפענקעניש;
{אין ספּעציפישן זין פון פאַרכאַפּט ווערן אין אַ מלחמה אַלץ פּראָפעסיאָנעלער סאָלדאַט:} אין פּלען.
(capture (take into captivity
פאַנגען;
{אין ספּעציפישן זין פון פאַרכאַפּט ווערן אין אַ מלחמה אַלץ פּראָפעסיאָנעלער סאָלדאַט:} נעמען אין פּלען.
(capture (successfully encapsulate
שילדערן ממש [máməsh]; איבערגעבן אויף אַן אמת [àfa-néməs]; אויפכאַפּן [úf-khàpm], דרומדיק: [ó:(u)(ə)f-khàpm], טייל ד″מ: [íf-khàpm].
(car (automobile
(די) מאַשין [mashín] (ל″ר: -ען); (דער) אָטאָמאָביל \ אויטאָמאָביל [o(y)təməbíl]; (דער) אויטאָ [óyto].
(car (of a train
(דער) וואַגאָן (ל″ר: -עס; אויך: -ען).
(car service (private taxi company
(די) (פּריוואַטע) טאַקסי פירמע (ל″ר: -ס); אַ פּריוואַטער טאַקסי (ל″ר: -ס).
(caraway (seeds
(דער) קימל.
carbon
(דער) קאַרבאָן; (דער) קוילנשטאָף.
carbon dioxide
(דער) קאַרבאָן דיאַקסיד [dyàk-síd].
carbon footprint
(דער) קאַרבאָן⸗שפּור (ל″ר: -ן); (דער) קאַרבאָן⸗סימן [karbón-sìmən] (ל″ר: ⸗סימנים [simònəm], דרומדיק: [simù:nəm]).
carbon monoxide
(דער) קאַרבאָן מאָנאָקסיד.
carbon monoxide poisoning
(דh) קאַרבאָן מאָנאָקסיד פאַרסמונג [farsámung], דרומדיק: [farsámink] (\פאַרגיפטיקונג).
carbonize
קאַרבאָניזירן.
carcass
(דער) פּגר [péygər], דרומדיק: [(páygə(r] (ל″ר: פּגרים [p(ə)górəm], דרומדיק: [p(ə)gú:rəm]); (די) טויטע חיה [kháyə] (ל″ר: חיות);
{עמאָטיוו:}
(די) פּגירה [pəgírə], אויך: [bgírə] (ל″ר: פּגירות); (די) נבילה [nəvéylə], דרומדיק: [nəváylə] (ל″ר: נבילות).
(card (visiting card
(די) וויזיטקע (ל″ר: -ס).
(card (in playing crrds
(די) קאָרט (ל″ר: -ן).
(.cardboard (n
קאַרטאָן; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} קאַרדבאָרד.
(.cardboard (adj
קאַרטאָנענע(ר).
(.cardinal (n
(דער) קאַרדינאַל (ל″ר: -ן).
(.cardinal (adj.)
קאַרדינאַליש; גרונטיק; יסודותדיק [yəsóydəz-dik], צפונדיק: [yəséydəz-dik].
(cardinal mistake (/error
(דער) גרונט⸗טעות [tòəs], דרומדיק: [tù:əs]; דער עיקרדיקער פעלער [íkər-dikər];
{לומדיש:} דער טעות ראשון [tòəs-ríshn], דרומדיק: [tù:əs-rí:yshn].
cardinal number
(די\דער) גרונט⸗צאָל; (דער\די) גרונט⸗ציפער; (דער) קאַרדינאַלער נומער (ל″ר: -ן).
(cardinal sin (in Christianity
אורזינד (\גרונט⸗זינד) (אין קריסטלעכן גלויבן); גרונט⸗זינד.
(care (supervision, authority, guidance
(דער) אויפזיכט [úv-zikht], דרומדיק: [óv-zəkht]; (די) אויפזעאונג [úv-zè-ung], דרומדיק: [óv-zèy-ink];
{לומדיש, אָבער אין טייל פרומע קרײַזן אָנגעווענדט בלויז בנוגע כשרות:} (די) השגחה [hazhgókhə], דרומדיק: [azhgúkhə];
{טאָמער אין זין פון אַ לענגערער, שטאַנדהאַפטיקער, בדרך כלל לעגאַלער אויפזעאונג:} (דער\די) אפּוטרופּסות [apətrópsəs].
(care (n.) (carefulness
(די) אָפּגעהיטקײַט; (די) פאָרזיכטיקײַט [fórzəkhti-kàyt]; (די) זאָרגעוודיקײַט; (די) זאָרגפעלטיקײַט.
(care (n.) (long term care for seniors
(די) לאַנגע אויפזעאונג.
(care (v.) (be concerned; have an opinion
אַרן <+אָביעקטיוו> („אונדז אַרט עס ניט, איז מאַכט ווי איר ווילט“); {דיאַלעקטיש:} האַרן;
אָנגיין <+אָביעקטיוו> („אונדז גייט עס ניט אָנעט, איז מאַכט ווי איר ווילט“);
(care (v.) (have a strong feeling of empathy
זאָרגן זיך (וועגן עמעצן); האָבן זאָרג (פאַר עמעצן).
(care: I don’t care (/I couldn’t care less about
ס′אַרט מיר (\מיך) ני(ש)ט; מיר (\מיך) אַרט עס ני(ש)ט; וואָס אַרט עס מיר (\מיך)?;
ס′גייט מיר (\מיך) ני(ש)ט אָנעט; מיר (\מיך) גייט עס ני(ש)ט אָנעט; וואָס גייט עס מיר (\מיך) אָנעט?;
{פראַזעס:} מײַנע דאגות! [máynə|dàygəs], דרומדיק: [má:nə|dà:gəs], ד″מ” [mánə|dàgəs];
איך פײַף זיך אויס(עט) אויף; אַ דאגה האָב איך! [adáygə-hòbəkh], דרומדיק: [adá:gə-(h)òbəkh];
{פאַרגלײַכנדיקע פראַזעס מיט „אַרן“ אָדער „אָנגיין“:} ס′אַרטי מיר (\מיך) \ ס′גייט מיר (\מיך) אָן: ווי דער פאַראַיאָריקער שניי!; אַפילו ני(ש)ט קיין פּינטל מיטן אויג!; ווי די קאַץ פון מיטוואָך; ווי דער נעכטיקער טאָג; ווי דער פּיפּערנאָטער אין יאַפּאָן;
ס′ליגט מיר אין דער לינקער פּאה! [péyə], דרומדיק: [páyə]; {בײַ אַ סך צפונדיקע\ליטוואַקעס, וואו מען גייט ניט מיט פּאות, איז אויסגעוואַקסטן דער „מתנגדישער וואַריאַנט“:} ס′ליגט מיר אין דער לינקער פּיאַטע! [pyátə];
מײַן באָבעס אַ דאגה! [mayn-bóbəz|adáygə], דרומדיק: [ma:n-búbəs|adá:gə], טייל ד″מ: [man-bábəs|adágə].
!care: Take care
{בכלל געזעגענענדיק זיך:} זײַ(ט) געזונט!; אַ גוטן!;
{מער ספּעציפיש:} זאָלסט זיך היטן! (\איר זאָלט זיך היטן!); היט זיך אָפּעט!.
care: take (good) care of something or someone
אַכטונג געבן [ákhtung-gèbm], דרומדיק: [ákhting-gèybm], דרומדיק דיאַלעקטיש: אַכטיק געבן [ákhtig-gèybm];
זאָרגן (פאַר); זיך (ריכטיק) אָפּגעבן (מיט).
care: not take care to do something properly
ני(ש)ט מקפּיד זײַן [mákpəd-zayn]; ני(ש)ט אַכטונג געבן; ני(ש)ט אַכטלייגן.
?care: Who cares
וועמען אַרט עס?; וועמען גייט עס אָנ(עט)?; וואָס פאַראַ חילוק? [khílək];
{אַ קאַפּ לומדיש:} מה רעש? [?ma-rá(ə)sh];
{פראַזעס:} מײַן באָבעס אַן עסק! [anéysək], דרומדיק: [anáysik].
!care: You don’t care about me
{בײַם דוצן זיך:}
איך בין בײַ דיר גאָרני(ש)ט!;
איך גיי דיר ני(ש)ט אָנעט!;
איך ליג (בײַ) דיר אין דער לינקער פּאה! [péyə], דרומדיק: [páyə]; {ליטווישער וואַריאַנט, פאַרבײַטנדיק „פּאה“ מיט „פּיאַטע“:} איך ליג (בײַ) דיר אין דער לינקער פּיאַטע! [pyátə];
ס′גייט דיר ני(ש)ט אָנעט וועג מיר!;
ס′אַרט דיר וועגן מיר גאָרניש(ט)!;
{בײַ טייל ניט⸗אָנשטענדיק:} ס′אַרט דיר וועגן מיר אַ פײַג!.
career
(די) קאַריערע (ל″ר: -ס).
careerist
(דער) קאַריעריסט (ל″ר: -ן), ל″נ אויך (עמאָטיו): (די) קאַריעריסטקע (ל″נ: -ס).
carefree
זאָרגלאָז; אינגאַנצן אָן דאגות [dáygəs]; וואָס קיין זאַך ערגערט (אים\איר\זיי) ני(ש)ט; אָן אַוועלכע ניט איז זאָרגן.
careful
(זײַן) אָפּגעהיט; (זײַן) פאָרזיכטיק;
{לומדיש:} נזהר זײַן [níz(h)ər-zayn];
{געיכער וועגן אַ מענטשן אָדער סיטואַציע:} געוואָרנט.
!careful: Be careful
היט זיך! [hítsakh], אויך: [hídzakh]; זײַ(ט) פאָרזיכטיק; גיב (\גיט) אַכטונג!; {דרומדיק דיאַלעקטיש:} גיב (\גיט(ס)) אַכטיק!;
{חבריש מיט אַ שמייכעלע:} סטאַראָזשנע! [starózhnə]; {מער אינטים:} סטאַראָזשנינקע!.
{חבריש לומדיש:} זהירותדיק! [z(ə)hírəz-dik];
{פראַזעס:} מ′דאַרף (דאָרטן) היטן די ביינער!; היט זיך, זאָלסט (\איר זאָלט) זיך ניט אָפּבריען; שפּיל(ט) זיך ני(ש)ט מיטן שטן! [sótn], דרומדיק: [sú:tn].
careful person
{בייגעוודיק:} (אַן\די\דער) אָפּגעהיטע(נע)(ר); (אַ\די\דער) פאָרזיכטיקע(ר) [(fórzəkh-təkə(r];
אַן אָפּגעהיטע(נע)ר מענטש (ל″ר: -ן); אַ פאָרזיכטיקער מענטש (ל″ר: -ן);
{לומדיש, דער עיקר וועגן פאָרזיכטיקײַט בײַם אָפּהיטן יידישקײַט אָדער איידלקײַט אין די באַציאונגען מיט אַנדערע:} אַ זהיר [zóhər], דרומדיק: [(zú:hə(r] (ל″ר: זהירים [z(ə)hírəm]).
careless
ני(ש)ט⸗אָפּגעהיט; אָפּגעלאָזן; נאַכלעסיק;
{ליטעראַריש:} למכדיק [léməgh-dik], דרומדיק: [léyməgh-dik].
careless person
{בייגעוודיק:} אַ ני(ש)ט⸗פאָרזיכטיקע(ר); אַ ני(ש)ט⸗אָפּגעהיטע(ר); אַן אָפּגעלאָזענע(ר); אַ נאַכלעסיקע(ר).
{ליטעראַריש:} אַ למכדיקע(ר) [(léməgh-dikə(r], דרומדיק: [(léyməgh-dikə(r].
carelessness
(די) ני(ש)ט⸗פאָרזיכטיקײַט; (די) ני(ש)ט⸗אָפּגעהיט(נ)קײַט; (די) אָפּגעלאָזנקײַט; (די) פאַרנאַכלעסיקײַט;
{ליטעראַריש:} (די) למכדיקײַט [léməgh-dikàyt], דרומדיק: [léyməgh-dikàyt].
(.caress (n
אַ גלעט.
(.caress (v
גלעטן; צערלען;
{וועגן אַן איינלנעם:} אַ גלעט טאָן (\געבן)..
{דיאַלעקטיש; ליטעראַרישף אַרכעאיש:} לאַשטשען; האָלובען.
carnivore
(דער) קאַרניוואָר (ל″ר: -ן); (דער) פלייש⸗עסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{עמאָציאָנעל, איראָניש, ביטולדיק, אַשטייגער בײַ וועגעטאַריער:} (דער) פלייש⸗פרעסער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
carnivorous
קאַרניוואָריש; פלייש⸗עסנדיק;
{עמאָציאָנעל, איראָניש, ביטולדיק, אַשטייגער בײַ וועגעטאַריער:} פלייש⸗פרעסנדיק.
carnivorous animal
(די) פלייש⸗עסנדיקע חיה [kháyə] (ל″ר: …חיות [kháyəs]); (די) קאַרניוואָרישע חיה.
Caro, Joseph → Karo, Joseph
(carob (St. John’s bread
(דער) באָקסער.
(carp (n.) (fish
(דער) קאַרפּ (ל″ר: -ן).
(carp (v.) (complain
קומען מיט טענות [táynəs], דרומדיק: [tá:nəs];
זיך באַקלאָגן; קומען (די גאַנמע צײַט) מיט קלאָגן;
האָבן תרעומות [tarúməs], דרומדיק: [tarí:məs].
carpenter
(דער) סטאָלער (ל″ר: סטאָלאַרעס [stolárəs]; אויך: ø, דיאַלעקטיש: -ס);
{אַרכעאיש:} (דער) טישלער (ל″ר: ø, דיאַלעקטיש: -ס).
carpentry
(די) סטאָלערײַ; (דער) סטאָלער⸗פאַך.
carpetbagger
(דער) קאַרפּעטבעגער [kárpət-bègər] (ל″ר: ø, אויך: ס), ל″נ: (די) קאַרפּעטבעגערין; פּאָליטיקער וואָס ציט זיך אַריין פּלוצלונג אין אַ נײַעם ראַיאָן צוליב פּאָליטישע (וואַלן⸗) מאָטיוון;
{אַז ס′איז קלאָר אין וואָס ס′גייט די רייד:} אַ משיח פון ווײַטן [m(ə)shíyəkh]; אַן אַרײַנגעפאָרענער אויסלייזער (\משיח); אַ פּאָליטיקער פון אײַזנבאַן.
(.carpetbagging (n
(די) קאַרפּעטבעגערײַ;
(.carping (n
טענות [táynəs], דרומדיק: [tá:nəs] (ל″ר); (די) באַקלאָגענישן (ל″ר); (די) באַקלאָגערײַ; (דאָס\דער) באַקלאָגן זיך;
{בײַ טייל לומדיש:} (די) תרעומות [tarúməs], דרומדיק: [tarí:məs].
(carriage (horse drawn
(די) קאַרעטע [kárətə] (אויך: [karétə]) (ל″ר: -ס); (דער) קאַרעט [karét] (ל″ר: -ן).
(carriage (in a train
(דער) וואַגאָן [vagón] (ל″ר: -עס; אויך: -ען).
(carriage (physical stance of a person
{פראַזע:} ווי ער (\זי וכו′) האַלטן זיך; דער אופן האַלטן זיך [óyfm], צפונדיק: [éyfm];
(דער) הילוך [híləkh]; (דער) גאַנצער גאַנג; דער שטאַנד.
(carried away (with imagination, dreams etc
אַוועקפליען מיט די פאַנטאַזיעס (\חלומות) [khalóyməs], צפונדיק: [khaléyməs];
זיך לאָזן פאַרבלענדן פון די פאַנטאַזיעס.
(carrier (company
(די) טראָג⸗פירמע (ל″ר: -ס).
carrot
(דער) מער [mér], דרומדיק: [méy(ə)r], אויך: [méyə] (ל″ר: -ן; צומאָל אויך: מערעלעך).
carry
טראָגן; נעמען (\האָבן) מיט זיך.
carry away
אַוועקטראָגן.
(carry on (continue
ווײַטערגיין; אָנגייין;
{לומדיש:} ממשיך זײַן [mámshəgh-zayn].
(carry on (pester
ני(ש)ט אָפּלאָזן; ני(ש)ט צורו לאָזן; האַלטן אין איין נודזשען (\נודיען).
carry-on luggage
(דאָס\דער) פּעקל מיט⸗זיך (ל″ר: פּעקלעך).
(carry out (fulfill, execute
(אַ)דורכפירן; אויספירן.
carve
אײַנקריצן; אויסשניצן.
carving
(די) אויסשניצונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער דווקא אין האָלץ, אויך; טאָמער וועגן בילדער פונדערפון אין אַמאָליקע ביכער:} (די\דער) האָלצשניט (ל″ר: -ן).
(case (instance
(דער) פאַל (ל″ר: -ן; דיאַלעקטיש דרומדיק: פעלער); (דער) איינצל⸗פאַל (ל″ר: -ן).
(case (briefcase
(די) טעקע (ל″ר: -ס); (דער) פּאָרטפעל (ל″ר: -ן);
{אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (דער) דיפּלאָמאַט (ל″ר: -ן).
(case (in court
(דער) פּראָצעס (ל″ר: -ן); (דער) משפּט.
(case (in grammar
(דער) בייגפאַל (ל″ר: -ן); (דער) קאזוס (ל″ר: -ן).
case: in any case
סײַ ווי סײַ [sáyvəsày]; ווי ס′זאָל ני(ש)ט זײַן;
על כל פּנים [alkól-pònəm], דרומדיק: [alkól-pù:nəm]; אויך: [àlk(o)l-pónəm], דרומדיק: [àlk(o)l-pú:nəm];
אין יעדן פאַל; אויף יעדן פאַל; יעדנפאַלס; אַלנפאַלס;
{לומדיש:} בכל אופן [pkhól-òyfm], צפונדיק: [pkhól-èyfm].
(cash (n. → money
(דער) מזומן [m(ə)zúm(ə)n], דרומדיק: [m(ə)zím(ə)n];
{מער פאָרמעל אָדער וועגן אַן ערנסטער געשעפט:} מזומנים [m(ə)zumónəm], דרומדיק: [m(ə)zi:mú:nəm] (ל″ר).
cash: in cash
במזומן [bimzúmən], דרומדיק: [bimzímən];
{מער לומדיש:} במזומנים [bim(ə)zumónəm], דרומדיק: [bim(ə)zimú:nəm].
cashier
(דער) קאַסירער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) קאַסירשע (ל″ר: -ס), אויך: קאַסירערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) קאַסירערקע (ל″ר: -ס).
(.cast iron (n
(דער) טשיגון.
(.cast iron (adj
טשיגונענע(ר).
castle
(דער) שלאָס (ל″ר: שלעסער).
castor oil
(דער) ריצנאייל (ל″ר: -ן).
castrate
קאַסטרירן;
{לומדיש, אויך לס″נ:} מסרס זײַן [məsárəz-zayn].
castrated man
(דער) סריס [sórəs], דרומדיק: [sú:rəs] (ל″ר: סריסים [srísəm]).
(.castrated woman (fig
אַ קאַסטרירטע; אַ סריסטע [sórəstə], דרומדיק: [sú:rəstə].
casual acquaintance
אַ שטיקל באַקאַנטע(ר); אַ צופעליקע(ר) באַקאַנטע(ר).
casual sex
(דער) גלאַט⸗אַזוי סעקס; (דער) סעקס סתם אַזוי [stámazòy], צפונדיק: [stámazèy];
{פראַזע:} צופעליקער סעקס אָן ערנסטע באציאונגען.
casually
אומפאָרמעלערהייט; פון טאָגטעגלעכן לעבן;
{פראַזע}: גלאַט אַזוי (ניט עפּעס באַזונדערס).
casualty
אַ קרבן [akórbm] (ל″ר: -ות [korbónəs], דרומדיק: [korbú:nəs]);
{אין מער ספּעציפישן זין פון מיליטערישע אָפּעראַציעס און פאַרשיידענע קאַטאַסטראָפעס:} די אומגעקומענע און פאַרוואונדעטע (ל″ר).
casuistry
(די) קאַזואיסטיק [kàzəístik];
{מיט עמאאָטיווער אָנצוהערעניש (צי וואַרעם, צי איראָניש, צי ביטולדיק) אויפן שייכותדיקן מעטאָד פון תלמודישע לימודים \ לערנען תורה:} (דאָס\דער) פּילפּולען זיך [pílp(ə)lən]; (דער) פּילפּול [pílp(ə)l] (די) פּילפּולים [pəlpúləm], דרומדיק: [pəlpí:ləm] (ל″ר);
{פראַזע, ווײַטער מיט אַ רמז אויפן טראַדיציאָנעלן שטייגער בײַ טייל:} (דאָס\דער) דרייען מיטן גראָבן פינגער
cat
(די) קאַץ (ל″ר: קעץ); {דער זכר:} (דער) קאָטער (ל″ר: -ס);
{אַ קלענערע אָדער יינגערע:} (דאָס\די) קעצל (ל″ר: -עך);
{אַ קליינינקע, יונגיטשקע, אָדער גלאַט צאַרטלעך מיט וואַרעמקײַט:} (דאָס\די) קעצעלע (ל″ר: -ך);
{שפּאַסיק, אויך ס″ל:} (די) שונרא [shúnrə], דרומדיק: [shínrə]; (ל″ר: שונרות); {דאָס אַראַמישע וואָרט איז גוט באַקאַנט פון פּסח ליד „חַד גַּדְיָא“}.
cat: a cat’s (as adj.)
קעציש; קעצענע(ר).
(.catalog(ue) (n
(דער) קאַטאַלאָג [katalóg], אויך: [katálog] (ל″ר: -ן [katalógn]).
(.catalogue (v
קאַטאַלאָגירן; אויסקאַטאַלאָגירן.
cataract
(די) בעלמע (ל″ר: -ס); (דער) קאַטאַראַקט (ל″ר: -ן).
catarrh
(דער) קאַטאַר (ל″ר: -ן).
catastrophe
(די) קאַטאַסטראָפע (ל″ר: -ס; אויך: קאַטאַסטראָפן).
catastrophic
קאַטאַסטראָפיש.
(.catch (n
{עפּעס וואָס זעלטן גוט, וואָס מ′טרעפט אָנעט:} אַ גוטע געפינס; {טאָמער עפּעס וואָס מען קויפט איז אַפּשיטא; טאָמער אַ מענטשן אָדער חבר, אַ חתן צי אַ כלה, איז מיט גוטמוטיקער איראָניע:} אַ מציאה [am(ə)tsíyə];
{בײַ יעגער פון בעלי⸗חיים:} דער פאַנג; די כאַפּונג.
?catch: What’s the catch
{אַז מ′טרעפט וואָס⸗ניט⸗איז וואָס זעט אויס „צו גוט“, „צו פּערפעקט“ און מען וויל אַרויסרוקן אַ גוטמוטיקן חשד:} נו, איז וואָס איז דער טריק?; איז ווי מאַכן זיי דאָס?; איז מיט וואָס טוט מען דאָ אַ דריידעלע?.
כאַפּן [khápm];
{טאָמער אין אַ געיעג נאָך א חיה, צי להבדיל אַ מענטשן:} אָניאָגן; פאַנגען;
{אין זין פון פאַרשטיין אינגאַנצן דעם פּשט אין יענעמס רייד:} אָנכאַפּן [ónkhàpm], דרומדיק: [únkhàpm]; (ל″ע: אָנגעכאַפּט); {לומדיש:} תופס זײַן [tóyfəz-zayn], צפונדיק: [tָéyfəz-zayn]; (ל″ע: האָט תופס געווען);
{אין זין פון אויסזוכן אַ חבר אָדער אייגענעם וועמען עס איז געווען שווער געפינען; גוטמוטיק עמאָטיוו:} פּאַקן; („העי, חווה⸗לאה! דו′סט געמיינט מיר וועלן דיר ניט געפינען אין ביבליאָטעק, איז אָט האָבן מיר דיר געפּאַקט!“).
(catch (v.) (be infected by
זיך אָנשטעקן מיט; כאַפּן.
catch a cold
זיך פאַרקילן.
catch 22
{פראַזעס:} אַ מעשה וואָס מ′קעןו דערפון ני(ש)ט אַרויסקריכן [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə]; אַ פּראָבלעם וועמענס לייזונגען טויגן אַלע אויף כפּרות [kapórəs], דרומדיק: [kapú:rəs];
catch on
זיך אָנשטויסן; אָנכאַפּן; כאַפּן דעם פּשט [pshát]; באַנעמען;
{לומדיש:] תופס זײַן [tóyfəz-zayn], צפונדיק: [téyfəz-zayn].
catch up
אָניאָגן; דעריאָגן.
!catch: You can’t catch me
מיך {צפונדיק: מיר} וועסטו (\וועט איר) ני(ש)ט כאַפּן!.
categorical
קאַטעגאָריש.
categorization
{טיילמאָל מער ספּציפיש:} קאַטעגאָריזירונג (ל″ר: -ען;
{טיילמאָל מער בכלל גענומען:} (די) קאַטעגאָריזאַציע (ל″ר: ס).
categorize
קאַטעגאָריזירן.
?categorize: And how would you categorize that
איז ווי וואָלט איר (\וואל(ט)סטו) דאָס געשילדערט (\באַשריבן \פאַררעכנט)?.
category
(די) קאַטעגאָריע (ל″ר: -ס).
category: She’s in a category of her own
זי איז איינע אין דער (גאַנצער) וועלט; זי איז איינע, קיין צווייטע איז גאָרני(ש)טאָ.
cathedral
(דער) קאַטעדראַל (ל″ר: -ן);
{הערה: די טראַדיציאָנעל יידישע אָפּלאַך⸗ווערטער אויף סתם אַ „קלויסטער“ (צי אַ צערקווע), צי באַנוצט מיט שנאה, צי מיט הומאָר, צי מיט נאָסטאַלגיע וכו′, קען אויך אויף אַ סאַמאַראָדנעם קאַטעדראַל אָנגעווענדט ווערן; בתוכם: (די) „תיפלה“, (דער) „שקץ⸗תשקצנו“ וכו′}.
(.Catholic (n
(דער) קאַטאָליק (ל″ר: -ן), ל″נ: (די) קאַטוילין (ל″ר: -ס), {עמאָטיוו:} (די) קאַטוילקע (ל″ר: -ס);
{בייגעוודיק; מער פרײַנדלעך:} (אַ\די\דער) קאַטוילישע(ר).
(.Catholic (adj
קאַטויליש.
Catholocism
(דער) קאַטאָליציזם.
caught → catch
האָט געכאַפּט (ל″ר: האָבן געכאַפּט).
cattle
די בהמות [də-b(ə)héyməs], דרומדיק: [də-b(ə)háyməs] (ל″ר);
(דאָס\די) פי(ך); (די) רינדער (ל″ר).
(cause (n.) (causal factor
(דער) גורם [góyrəm], צפונדיק: [géyrəm] (ל″ר: גורמים [górməm]); (די) סיבה (דערפאַר) [síbə];
{לומדיש:} (די) פּועל⸗ממשדיקע סיבה [pòy(ə)l-màməzh-dikə|síbə], צפונדיק: [pèy(ə)l-màməzh-dikə|síbə];
{פראַזעס:} דער פאַרוואָס⸗און⸗פאַרווען; דער גרינטלעכער פאַרוואָס; דער פון⸗וואַנעט.
(cause (n.) (movement
(דער) גוטער ציל; (דער) גוטער צוועק; (די) וואוילטעטיקײַט; (די) באַוועגונג.
cause and effect
גורם און פּועל⸗יוצא [góyrəm|un-pòy(ə)l-yóytsə], צפונדיק: [géyrəm|un-pèy(ə)l-yéytsə].
cause: it’s a lost cause
ס′איז אַ פאַרפאַלענע זאַך; ס′איז אַ פאַרלאָרענע (\פאַרלוירענע) זאַך;
{פראַזעס:} ס′איז אַ שאָד די צײַט; ס′איז אַ שאָד די טירחא [tírkhə], דרומדיק: [térkhə];
מ′קען דערויף שרײַבן צוויי פאען! [féyən], דרומדיק: [fáyən] {ד.ה. צוויי מאָל „פֿ“ = פאַרפאַלן!).
(.cause (v
גורם זײַן [góyrəm-zayn], צפונדיק: [géyrəm-zayn]; זײַן דער גורם אַז;
זײַן די סיבה פאַר (\פון) [síbə]; אויסווירקן אַז;
{אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} פאַראורזאַכן.
cautious
אָפּגעהיט; געהיט; פאָרזיכטיק [fórzəkh-tik]; אַכטונג⸗געבנדיק (אויך: ⸗גיבנדיק);
{לומדיש:} זהירותדיק [z(ə)híyrəz-dik]; נזהרדיק [níz(h)ər-dik].
cautious person
{בייגעוודיק:} (אַן\די\דער) אָפּגעהיטע(ר); פאָרזיכטיקע(ר); {לומדיש:} זהירותדיקע(ר) [(z(ə)híyrəz-dikə(r].
cautiously
אָפּגעהיטע(נע)רהייט; פאָרזיכטיקירהייט.
ceiling
(די) סטעליע [stél(y)ə];
{פאַראַן אַ צאָל וואַריאַנטן אין יידישע דיאַלעקטן, בתוכם:}
(די) סטאָלעוואַניע; (דער) סופיט; (דער) באַלקן; (די) באַלקנס (ל″ר); (דער) באַלטן; (די) ליובעס (ל″ר).
ceiling: glass ceiling
(די) גלעזערנע סטעליע (ל″ר: -ס).
celebrate
{אינעם האַרצן צי מיט רייד (בעל⸗פּה צי בכתב), אַליין צי מיט אַנדערע:}
זײַן גליקלעך מיט; מאַכן בײַ זיך אַ יום⸗טוב [yóntəf]; אויפנעמען מיט גרויס פרייד;
{פראַזעס:} זײַן אין זיבעטן הימל מיט; זײַן אין גן⸗עדן מיט [ganéydn], דרומדיק: [ganáydn]; {מיט דאַטיוו-רעפלעקסיוו:} זײַן (עמעצן) ווי גאָט אין אָדעס (\אין פּאַריז);
❊
{בפירוש אַוואָס⸗ניט⸗איז אָרגאַניזירן אויס פרייד איבער אַ זאַך, אַשטייגער אַן אָוונט, אַ מיטיק, א לחיים וכו′:}
מאַכן אַ יום⸗טוב [yóntəf]; מאַכן אַ לעקעך און בראָנפן; מאַכן אַ לחיים [ləkháyəm]; צונויפרופן אויף אַ לחיים;
{מער פאָרמעל:} אָפּהאַלטן אַ… (וועטשערע, אָוונט, וכו′);
❊
{וועגן אַ ספּעציפישער, אָרגאַניזירטער צונויפקומעניש, מיט דער וואַרעמקײַט פון אַ טראַדיציאָנעלער סעודה, שמחה, בר⸗מצווה, סדר; וואָס לאָזט זיך אָבער באַנוצן וועגן טײַער⸗געהאַלטענע פריידיקע געשעענישן סתם, צומאָל מיט אַ ביסל היימישער איראָניע:}
פּראַווען [práv(ə)n], פּראַווענען [právənən]; אָפּריכטן;
❊
{פאָרמעל, אַשטייגער בײַ אַן אָרגאַניזאַציע אָדער רעגירונג, אַפילו אַז ס′גייט אַשטייגער אין אַ יובל בײַ אַ יחיד; בײַ טייל אַרכעאיש:}
פײַערן;
{אַוואו די פרייד צי פּאָזיטיווקײַט איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} אָפּמערקן (מיט);
celebrate a birthday
פּראַווען אַ געבאָרנטאָג (\געבוירנטאָג);
{מער פאָרמעל, בײַ טייל אַרכעאיש:} אָפּמערקן (\פײַערן) אַ געבורטסטאָג.
celebrate a milestone
אָפּמערקן אַ דערגרייכעניש; אָפּמערקן אַ פּונקט פון דערגרייכונג; אָפּמערקן אַ שטאַפּל.
celebration
{דער עיקר טראַדיציאָנעל, קען פיגוראַטיוו אויסגעברייטערט ווערן:}
(דאָס\דער) מאַכן אַ שמחה [símkhə]; (די) שמחה; (דער) יום⸗טוב [yóntəf];
{אוניווערסאַל, מער פאָרמעל:}
(די) פײַערונג (ל″ר: -ען);
❊
{אינעם זין פון היטן בכלל אַ געוויסע דאַטע צי יום⸗טוב:}
אָפּמערקן; אָפּהיטן; {מער אַלגעמיין און פּרינציפּיעל איידער וועגן דווקא אָפּהיטן:} אָנערקענען.
celebration: join in the celebration
אַרײַן אינעם יום⸗טוב [yóntəf]; (זיך) אָנטיילנעמען אין דער שמחה [símkhə]; זי אָנשליסן אָן די יום⸗טוב פּראַווער.
(celebrity (person
{בייגעוועידק:} אַ (וועלט) באַוואוסטע(ר); אַ (וועלט) באַרימטע(ר);
אַ מפורסם [am(ə)fúrsəm], דרומדיק: [am(ə)fírsəm], אויך: [am(ə)férsəm] (ל″ר: מפורסמים [məfursóməm], דרומדיק: [məfirsúməm]), ל″נ (אויך): אַ מפורסמתטע [am(ə)fur-séməs-tə], דרומדיק: [am(ə)fir-séyməs-tə] (ל″ר: -ס);
{דער עיקר פון דער טראַדיציאָנעלער תורה וועלט, קען אָבער באַנוצט ווערן אויסגעברייטערטערהייט, צי מיט ליבע צי מיט איראָניע:} אַ גדול [agódl], דרומדיק: [agú:dl] (ל″ר: גדולים [g(ə)dóyləm], צפונדיק: [g(ə)déyləm]);
{לומדיש:} אַ ידוע לכל [yədùə-l(ə)kól], דרומדיק: [yədì:ə-l(ə)kól];
{אין תחום פון האָליוואוד, פילמען, וועלט⸗באַרימטקײַט אין דער מעדיאַ: אַ סעלעבריטי (ל″ר: -ס).
(celebrity (fame
(די) באַרימטקײַט; (די) באַוואוסטקײַט;
{לומדיש:} (די) מפורסמדיקײַט [məfúrsəm-dəkàyt], דרומדיק: [məfírsəm-dəkàyt], אויך: [məférsəm-dəkàyt];
{אזהרה: דער עלטערער וואַריאַנט „פאַרשמטקײַט“ איז שוין לאַנג פּראָבלעמאַטיש (דער עיקר וואָס שייך דעם באַנוץ שבכתב), ווײַל סײַ אין סטאַנדאַרדן אַרויסרייד, סײַ אין די צפונדיקע דיאַלעקטן איז דאָס האָמאָפאָניש געוואָרן מיט (להבדיל) „פאַַרשעמטקײַט“; פונדעסוועגן גילט דער חילוק אין „דורכאויס דרומדיקע“ סביבות אַוואו ס′איז: [far-shémt-kàyt] (′באַרימטקײַט′) ≠ [far-shéymt-kàyt] (′אַ סיטואַציע פון שאַנדע′); אין דער יידישער סטיליסטיק איז דער באַנוץ „דווקא“ פון „פאַרשמטקײַט“ אין כלל יידיש (אַוואו די ביידע זײַנען גראָד האָמאָפאָניש) פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין דערקלערלונג פון „דרומיזם פּלוס פּוריזם“ (דער לעצטער צוליבן געוואָרפענעם אומחון אויף „באַרימט“ און „באַוואוסט“)}.
celestial
הימליש; קאָסמאָסדיק.
(.cell (biol
(די) צעל (ל″ר: -ן).
(cell (in prison
(דער) תפיסה⸗קאַמער [tfísə-kàmər] (ל″ר: -ן); (דער) צימער אין טורמע;
{מיט איראָניע:} (עמעצנס) חלק חד⸗גדיא [khèylək|khàd-gádyə], דרומדיק: [khàylik|khàd-gádyə].
cellar
(דער) קעלער (ל″ר: -ס); {אין מזרח:} (דער) פּאָדוואַל (ל″ר: -ן).
cellphone
(דער) טעלעפאָנטשיק; (דער) מאָבילנער (טעלעפאָן); (דער) סעלפאָן; (דער) סעל;
{נעאָלאָגיזמען וואָס זײַנען עלול אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך; זיי זײַנען פאָרט פּאָפּולער אין פאַרשיידענע אַמעריקאַנער קורסן און קלובן} מאָבילקע, סעלקע.
(.cement (n
(דער) צעמענט [tsəmént]; (דער) בעטאָן [bətón].
cemetery
{בײַ יידן:} (דער) בית⸗עולם [bəsóyləm], ליטוויש: [bəséylom];
{לומדיש:} (דער) בית⸗עלמין [bəsálmin]; (דער) בית⸗הקברות [beysakvórəs], דרומדיק: [beysakvu:rəs];
{לס″נ, באַליבט בײַ איידעלע יידן:} (דער) בית⸗(ה)חיים;
{פאָלקיש:} (דער) פעלד; {אָפטמאָל אין דער פראַזע:} אויפן פעלד [àfn-féld]; אין ווילנע: „אויפן אַלטן פעלד“ [afn áltn féld] וועגן אַלטן ווילנער בית⸗עולם אויף פּיראַמאָנט}; אויך ← פעלד חזן;
{ביי קריסטן:} (דער) צווינטער; (דער) מאַהילניק; (דער) קברים⸗פעלד; {אין אַ ספּעציפישן שטעטל אָדער געגנט:} בײַ די שטיינער.
cemetery cantor
(דער) פעלד חזן [féld-khàzn]; {אַ ייד וואָס שטייט אויפן בית⸗עולם און וואַרט אויף באַזוכער ער זאָלן קענען זאָגן פון זייערטוועגן נאָך אַ נפטר א קדיש, אַן אל מלא, קאַפּיטלעך תהלים און נאָך, און ווערט פאַרדערפאַר באַצאָלט — דאָס טרעפט מען וואו⸗ניט⸗וואו עד היום}.
(censor(s
{דער יחיד:} (דער) צענזאָר [tsénzer]; {די אָפּטיילונג:} (די) צענזור [tsənzúr].
!Censored
צענזורירט!;
{אַוואו דער קאָנטעקסט מאַכט קלאָר:} פאַרבאָטן!; פאַרווערט!; בלאָקירט!.
(censored portions (removed from a text
(די) השמטה [hashmótə], דרומדיק: [h)ashmú:tə)] (ל″ר: השמטות).
censorship
(די) צענזור [tsənzúr]; (די) צענזורירונג [tsenzurírung]; (דער\דאָס) צענזורירן [tsenzurírn].
(.censure (n
(די) אָפיציעלע אַרײַנזאָגונג (ל″ר: -ען); (די) אָפיציעלע שלעכטע אָפשאַצונג (ל″ר: -ען).
(.censure (v
אָפיציעל אַרײַנזאָגן; אָפיציעל שלעכט אָפּשאַצן.
census
(די) פאָלקס⸗ציילונג (ל″ר: -ען); (דער) צענזוס (ל″ר: -ן).
cent
צענט (ל″ר: ø); אויך: סענט (ל″ר: ø);
{ווערט גענוצט אין די לענדער וואו די געלט טיילט זיך אויף צענט טאַקע, און ווערט גענוצט דער עיקר אין ל″ר; צום ל″י קען גילטן:}
(דער) גראָשן (ל″ר: -ס); (די\דער) פּעני (ל″ר: -ס); (די) קאָפּיקע [kópəkə] (ל″ר: -ס).
(.center (/centre) (n
(דער) צענטער (ל″ר: -ס); (דער) אינמיטן (ל″ר: -ס);
{פיגוראַטיוו:} (דער) קווערפּונקט (ל″ר: -ן); (דער) שווערפּונקט (ל″ר: -ן); (דער) הויפּט⸗פּונקט (ל″ר: -ן).
(.center (v
(אַוועק)שטעלן אין (סאַמע) מיטן; (אַוועק)שטעלן אין (סאַמע) צענטער.
central
{טאָמער געאָראַפיש:} צענטראַל; {אַדווערביאַל:} (פּונקט) אינמיטן;
{טאָמער אין זין פון אַן עיקרדיקער זאַך, אויך:} עיקרדיק [íkər-dik]` הויפּט(⸗);
century
(דער) יאָרהונדערט (ל″ר: -ער);
די הונדערט יאָר; הונדערט⸗יאָר (ל″ר: -ן); (די) הונדערט⸗יאָריקע תקופה [tkúfə], דרומדיק: [tkí:fə].
(CEO (chief executive officer
גלאַוונער עקזעקוטיוו (ל″ר: -ן); הויפּט⸗עקזעקוטיוו (ל″ר: -ן);
{אומפאָרמעל:} הויפּט⸗באַלעבאָס, ל″נ: ⸗באַלעבאָסטע.
(.ceremonial (adj
צערעמאָניעל; ריטועל; צירלעך⸗מאַנירלעך.
ceremony
(די) צערעמאָניע (ל″ר: -ס);
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט און ס′פּאַסט:} (אַן\אדער) אָוונט (פאַר \ לכבוד [ləkóvəd], דרומדיק: [ləkúvit]).
(certain (definite
(אויף) זיכער [àv-zíkhər], דרומדיק: [(òv-zí:khə(r]; אויף געוויס; הונדערט פּראָצענט;
{ַפראַזעס:} זיכער ווי גאָלד; זיכער ווי איך בין אַ ייד; זיכער ווי ס′איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט;
certain: a certain person
אַ געוויסער מענטש; איינער אַ מענטש; אַ יחיד [yókhəd], דרומדיק: [yúkhit].
certain: certain people
געוויסע מענטשן; געוויסע לײַט; געוויסע יחידים [yəkhídəm].
certain: of a certain age
{ל″ז:} שוין ני(ש)ט קיין יונגערמאַנ(טשיק); שוין ני(ש)ט קיין יינגעלע; שוין ני(ש)ט אין די יינגלשע יאָרן;
{ל″נ:} שוין ני(ש)ט קיין יונגיטשקע; שוין ני(ש)ט קיין מיידעלע; שוין ני(ש)ט אין די מיידלשע יאָרן.
certain: to a certain extent
אין אַ געוויסער מאָס.
certain: to some extent
אין אַ קענטיקער מאָס.
!Certainly
אַוודאי! [avádə]; געוויס! [gəvís]; זיכער!; אומבאַדינגט! [úm|badí:nkt]; פאַרשטייט זיך! [farshtéytsakh], דרומדיק: [farshtáytsakh]; אויך: [farshtéydzəkh], דרומדיק: [farshtáydzəkh];
{פראַזעס:] וואָדען? [vò-dén]; וואָס פאַראַ פראַגע?!; אַ שאלה?! [asháylə], דרומדיק: [ashá:lə]; הונדערט פּראָצענט!; אָן קיין שום צווייפל! [ón|kéynshum|tsvéyfl]; אָן אַ ספק! [sófək], דרומדיק: [súfək]; זיכער ווי גאָלד!.
!Certainly not
בשום אופן ני(ש)ט! [bəshúm|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(bəshím|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [bəshúm|éyfm-nìt]; אַבסאָלוט ני(ש)ט!
{פראַזעס:} לא מיט אַן אלף! [lóy|mitanáləf], צפונדיק: [léy|mitanáləf]; מעגסט (\איר מעגט) אין דעם פאַרגעסן!;
{לומדיש:} באין אופן ני(ש)ט [b(ə)éyn|óyfm-nì(sh)t], דרומדיק: [(b(ə)áyn|óyfm-nìsh(t], צפונדיק: [b(ə)éyn|éyfm-nì(sh)t].
certainty
(די) זיכערקײַט (ל″ר: -ן);
{ע″ט און ליטעראַריש:} (די) געוויסקײַט;
{אַקאַדעמיש:} (די) אַוודאידיקײַט [avádə-dəkàyt].
certificate
(דער) צערטיפיקאַט [tsertìfəkát] (ל″ר: -ן); (די) (שריפטלעכע) באַשטעטיקונג (ל″ר: -ען);
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (דער) דאָקומענט (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} (דער) כתב [ksáv], דרומדיק: [ksá(:)f]] (ל″ר: כתבן [ksávn] {≠ כתבים [ksóvəm], דרומדיק [ksúvəm] ′שריפטן (פון אַ שרײַבער)′;
{בדרך כלל אַרכעאיש:} (די\דאָס) צײַגעניש (ל″ר: -ן); (דער) שײַן (ל″ר: -ען).
certify
(אָפיציעל) באַשטעטיקן; צערטיפיצירן; אַטעסטירן; שריפטלעך לעגיטימיזירן.
certify the election results
באַשטעטיקן די וואַלן;
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} באַשטעטיקן די רעזולטאַטן.
Chabad-Lubavitch
חב″ד [khabád], ליובאַוויטש [ləbávitsh] {אין עלטערן באַנוץ: ליבאַוויטש]; חב″דיש [khabádish]; חב″דסקע [(khabádskə(r)] {אָפטמאָל באַליידידנדיק, צי מצד אַנדערע חסידים צי מצד מתנגדים};
{אַדווערביאַל⸗אַגענטיוו:} (זײַן) חב″ד: „ער איז חב″ד“, „מיר זײַנען חב″ד″;
{נאָכפאָלגער פון חסידות חב″ד:} (דער) ליובאַוויטשער {אומבייגעוודיק}; (דער) חב″דניק [khabádnik], (די) חב″דניצע [khabádnitsə]; {טיילמאָל מיט ביטול:} (דער) חב″דסקער, ל″נ (די) חב″דסקערין; {מיט נאָכמער ביטול:} חב″דסקערקע [khabádskərkə].
(Chabad: emissary of Chabad (who settles in a foreign land
(דער) שלוח [shlúəkh] (ל″ר: שלוחים [shlúkhəm]);
{מער פאָרמעל:} (דער) שלוח חב″ד [shlùəkh-khabád] (ל″ר: שלוחים פון חב″ד).
אַ גוט יום⸗טוב! [agùt-yóntəf], דרומדיק: [agìt-yóntəf].
(Chagall, Mark (1887–1985
שאַגאַל [shagál];
מאַרק שאַגאַל [márk|shagál];
משה בר′ כאַצקל מרדכי סג″ל.
Chaim of Volozhin → Chaim Volozhiner
(.chain (n
{צירונג:}
(דאָס\די) קייטל (ל″ר: -עך);
{טאָמער אַ זייער קליינינקע צי צאַרטלעך:} (דאָס\די) קייטעלע (ל″ר: -ך);
{וועגן גרויסע, בײַ בוי⸗אַרבעט, אין טורמע, וכדומה:}
(די) קייטן (ל″ר; ל″י: (די) קייט).
(.chain (v
פאַרקייטלען; צוקייטלען;
{טאָמער להבדיל דווקא וועגן אַ מענטשן:} אײַנקייטלען.
chain: put in chains
שליסן אין קייטלען; אײַנקייטלען;
{]יגוראַטיוו:} פאַרשקלאַפן; פאַרשפּאַרן אין קנעכטשאַפט.
(.chair (n
(דער\די) שטול (ל″ר: ן); (דאָס\די\דער) בענקל [béynkl] (ל″ר: -עך).
(chair (n.) (at a university
(די) קאַטעדרע (ל″ר: -ס).
(.chair (v
אָנפירן מיטן סדר היום [sèydərayóm], דרומדיק: [sàydərayóm]; פירן דעם פאָרזיץ; זײַן פאָרזיצער.
(chairman (/chairperson
(דער) פאָרזיצער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס);
{בייגעוודיק:} (דער) פאָרזיצנדיקער;
{לומדיש:} (דער) יושב ראש [yòyshəv-rósh], צפונדיק: [yèyshəv-rósh] (ל″ר: יושבי ראש [yòshvə-rósh]);
{לומדיש, טיילמאָל איראָניש צי שפּאַסיק:} (דער) ראש המדברים [ròsh-(h)am(ə)dábrəm].
(chairmanship (/chairpersonship
(די) פאַרזיצערשאַפט (ל″ר: -ן); (דער\די) פאָרזיץ;
chairwoman
(די) פאָרזיצערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) פאָרזיצערקע (ל″ר: -ס);
{בייגעוודיק:} (די) פאָרזיצנדיקע;
{לומדיש איראָניש צי אָפּלאַכעריש:} (די) יושב⸗ראשיכע [yòyshəv-róshəkhə] (ל″ר: -ס).
chalk
(די) קרײַד [kráyd] אָדער [kráyt], דרומדיק: [krá:t].
challah
(די) חלה [khálə], ל″ר: חלות [kháləs].
{אין טייל צפונדיקע דיאַלעקטן רופט זיך אַ געפלאָכטענע חלה אויך:} (די) קיטקע (ל″ר: -ס);
{אין עלטערן מערבדיקן יידיש און עד היום אין געוויסע אונגאַרישע קרײַזן: באַרכעס \ בערכעס {צומאָל געשריבן: ברכות}.
(challenge (n.) (test of ability
(דער) פאַרמעסט (ל″ר: -ן); (די) אויספּרואוואונג (ל″ר: -ען);
{טאָמער דווקא וועגן אַוואָס⸗ניט⸗איז ערנסט:} אַ נסיון [an(ə)sóyən], דרומדיק אויך: [an(ə)sú:yən] (ל″ר: -ות [nəsyóynəs], צפונדיק: [nəsyéynəs]).
(challenge (n.) (call to compete
אַן אויסרוף; (דער) אַרויסגערופענער פאַרמעסט.
(challenge (v.) (bring a formidable task
שאַפן (עמעצן) אַן ערנסטע באַמיאונג.
(challenge (v.) (issue a challenge
אַרויסרופן אויף אַ פאַרמעסט; געבן אַן אויפגאַבע (\עובדא [úvdə], דרומדיק: [ívdə]).
challenge to a duel
אַרויסרופן אויף אַ דועל.
challenging
שווער; האַרב.
challenging: It’s something challenging
ס′איז אַ שווערע הלכה [halókhə], דרומדיק: [h)alúkhə)]; ס′איז אַ שווערע מעשה [máysə], דרומדיק: [má:(n)sə];
{פראַזע:} ני(ש)ט קיין לײַכטער ענין [í(n)yən].
chamber
(דער) צימער (ל″ר: -ן); (דער\די) קאַמער (ל″ר: -ן);
{לומדיש אין אָט דעם זין:} (דער) חדר [khéydər], דרומדיק: [(kháydə(r] (ל″ר -ים khadórəm], דרומדיק: [khadú:rəm]).
(chamber (of legislative body
(די) קאַמער (ל″ר: -ן).
champagne
(דער) שאַמפּאַן; (די) שאַפּאַנסקע;
{אויספײַנענדיק זיך מיט „פראַנצייזיש“:} (דער) שאַמפּאַניער.
(chance (an opportunity
אַ מעגלעכקײַט; אַ שאַנס; אַ גוטע שעה [agútə|shó], דרומדיק: [:agítə|shú]; אַ געלעגנהײַט; אַ פּאַסיקע צײַט;
{לומדיש:} אַ שעת הכושר [ashàs-(h)akóyshər], צפונדיק: [ashàs-(h)akéyshər];
{מער לומדיש:} אַן עת רצון [anèys-rótsn], דרומדיק: [anàys-rú:tsn];
{לומדישע פראַזעס:} אַ דבר בעתו [adòvər-b(ə)ítoy], דרומדיק: [adùvə(r)-b(ə)ítoy], צפונדיק: [adòvər-b(ə)ítey] (′אַוואָס⸗ניט⸗איז אין זײַן צײַט′);
אַן עת לעשות [anèys-lá(a)soys], דרומדיק: [anàys-lá(a)soys], צפונדיק: [anèys-lá(a)seys] (′אַ צײַט אויף טאָן′).
chance encounter
אַ צופעליקע באַגעגעניש (ל″ר: -ן); אַן אומפּלאַרנירטע (\ני(ש)ט⸗פאָראויסגעזעענע) טרעפעניש (ל″ר: -ן).
chance upon
צופעליק אָנטרעפן;
{ליטעראַריש:} אַרײַנפאָרן אין.
chance: by chance
על⸗פּי צופאַל [àlpə-tsúfal]; דורך אַ צופאַל; צופעליק; דורך סתם אַ טרעפעניש [stáma].
chance: by law of chance
לויטן געזעץ פון צופעליקײַטן; לויטן דין פון סתם⸗טרעפענישן [stám].
chances are that
גיכער פון אַלצדינג; אַ סברא אַז [asvórə-àz], דרומדיק: [asvú:rə-às]; מן הסתם [mìnastám]; מסתמא (קומט אויס אַז) [mistámə]; אויך: [mistómə].
(.change (n
(דער) בײַט (ל″ר: -ן); (דער) איבערבײַט (ל″ר: -ן);
{וועגן אַ מער ערנסטן ענין:} (די) ענדערונג (ל″ר: -ען);
{לומדיש, וועגן אַ מער ערנסטן ענין:} (דער\די) שינוי [shínə], מער לומדיש: [shínuə] (ל″ר: שינויים [shinú(y)əm]).
(change (n.) (large-scale change
אמתע ענדערונגען [éməsə] (ל″ר); ערנסטע אַנטוויקלונגען (ל″ר); איבעראַנדערשונגען אויף אַ גרויסן פאַרנעם;
{לומדיש:} ממשותדיקע שינויים [mamóshəz-dikə|shənúyəm], דרומדיק: [mamú:shəz-dikə|shəní:yəm];
(change (money received/due after paying with larger coin/note
(דער) אויסגאָב; (די\דער) רעשט;
{סוחריש און לומדיש:} (דער) עודף [óydəf], צפונדיק: [éydəf].
(change (small change
(די\דאָס) קליינגעלט; לויזע מטבעות [madbéyəs], דרומדיק: [madbáyəs].
(.change (v. intrans
בײַטן זיך; איבערבײַטן זיך; ענדערן זיך;
{וועגן אַ מער ערנסטן ענין:} דורכמאַכן אַן ענדערונג;
{לומדיש, וועגן אַ מער ערנסטן ענין:} דורכמאַכן אַ שינוי [shínə], מער לומדיש: [shínuə].
(.change (v. trans
בײַטן; איבערבײַטן; ענדערן;
{אַנגליציזם גענוצט מיט הומאָר:} טשיינדזשען.
change one’s mind
(זיך) איבערקלערן; זיך מיישב זײַן [myáshəv-zayn] (ל″ע: האָט זיך מיישב געווען); בײַטן די מיינונג (ל″ע: געביטן);
{וועגן אַ מער ערנסטן ענין:} האָבן חרטה [hobm-kharótə], דרומדיק: [ubm-kharú:tə];
{הומאָריסטיש, אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} טשיינדזש(ע)ן מײַן (\דײַן וכו′) מײַנד (ל″ע: געטשיינדזשעט).
change place of residence
זיך איבערציען (ל″ע: איבערגעצויגן); זיך איבערקלײַבן (ל″ע: איבערגעקליבן);
{טיילמאָל מיט אַ געוויסער איראָניע:} זיך איבערפּעקלען;
{לומדיש יידישלעך, און מיטן אָנדײַט אַז מען איז בשעת מעשה אויסן בײַטן דעם גאַנג פונעם פּערזענלעכן מזל:} משנה מקום זײַן [məshànə-mókəm-zayn], דרומדיק: [məshànə-múkəm-za:n];
{פראַזע:} משנה מקום משנה מזל [məshànə-mókəm|məshànə-mázl], דרומדיק: [məshànə-múkəm|məshànə-mázl] (′אַז מען בײַט זיך דעם אָרט, בײַט מען זיך דעם מזל′).
change places
מאַכן אַ חילוף [khíləf]; זיך איבערבײַטן; טוישן די פּלעצער.
change the subject
בײַטן די טעמע; אַריבערפירן דעם שמועס; איבערפירן די רייד;
{לומדיש:} אַריבער מענין לענין [mə-í(n)yən|ləí(n)yən].
change: for a change
אויף (\פאַר) אַ נאָווינע [àfanóvinə].
change: for the sake of making a change
פון שינוי וועגן [fun-shín(u)ə-vègn].
(channel (n.) (body of water
(דער) ים⸗גאָס [yám-gòs] (ל″ר: -ן); (דער) ים⸗פּאַס [yám-pàs] (ל″ר: -ן).
(channel (n.) (television, etc
(דער) קאַנאַל (ל″ר: -ן).
(channel (n.) (conduit
(דער\די) וועג אַדורך (ל″ר: וועגן); (דער) רער (ל″ר: -ן);
{לומדיש, וועגן אידייאישע ענינים, אַמאָפטסטן ל″ר:} (דער) צינור [tsínər] (ל″ר: צינורות [tsinóyrəs], צפונדיק: [tsinéyrəs]).
(.channel (v
ווענדן (אין דער ריכטונג פון); ריכטעווען.
(channelling (work of spiritualist
(דאָס\דער) צורופן נשמות פון געשטאָרבענע [nəshóməs], דרומדיק: [nəshúməs].
Chanukah
חנוכה [khánəkə];
{הערה: ניטאָ קיין אַרטיקל, נאָר אין ווינטשעוואַניעס, געוויינטלעך אַקוזאַטיוו, טרעפט מען סײַ ל″ז, סײַ ל″נ: „אַ פריילעכן (\גוטן\ליכטיקן) חנוכה!“ (אַמאָפטסטן) ווי אויך (סײַ דרומדיק סײַ צפונדיק:) אַ גוטע חנוכה!“}.
Chanukah candles
די חנוכה ליכט(ע)לעך [khánəke-lìkht(a)lakh] (ל″ר).
(Chanukah gelt (/money
(דאָס\די) חנוכה געלט [khánəke-gèlt].
(Chanukah menorah (/chanukiah
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} (די) מנורה [m(ə)nóyrə], צפונדיק: [m(ə)néyrə];
(די) חנוכה מנורה [khánəkə-mnòyrə], צפונדיק: [khánəkə-mnèyrə];
{טיילמאָל וועגן אַן אימפּראָוויזירטן אין שטוב:} (דער) חנוכה לאָמפּ (ל″ר: -ן).
!Chanukah: Happy Chanukah
אַ פריילעכן (\גוטן\ליכטיקן) חנוכה! [khánəkə].
chaos
(דער) כאַאָס; אַ סדרלאָזיקײַט [séydər-lozikàyt], דרומדיק: [sáydər-lozikàyt]; אַן אָנגעוואָרפעכץ; אַ צעווילדעכץ;
אַן עולם התוהו [anòyləm-(h)atóy(h)ə], צפונדיק: [anèyləm-(h)atéy(h)ə]; מער פאָרמעל: [anòyləm-(h)atóy(h)u], דרומדיק: [:anòyləm-(h)atóy(h)i], צפונדיק: [anèylom-(h)atéy(h)u];
אַ תוהו⸗בוהו [atòyə-vóyə], צפונדיק: [atèyə-véyə]; מער פאָרמעל: [atòyhu-vo-vóyhu], דרומדיק [:atòyhi:-vu:-vóyhi], צפונדיק [atèyhu-vo-véyhu];
{טאָמער דווקא אין געזעלשאַפטלעכן זין פון מענטשלעכער אויפפירונג:} אַ לית דין ולית דיין [alèz-dín|vlèz-dáyən]; אַן איבערקערעניש; אַ צערודערניש.
(character (innate personality qualities
(דער) כאַראַקטער; דער מין (\סאָרט) מענטש; די פּערזענלעכע אייגנשאַפטן (ל″ר);
{לומדיש:} (דער) מזג [mézəg], דרומדיק: [méyzik].
(character (in a work of fiction, play, film
(דער) העלד (ל″ר: -ן); (דער) טיפּ (ל″ר: -ן); (דער) פּערסאָנאַזש (ל″ר: -ן).
(character (interesting personality
אַ טיפּ; אַן אינטערעסאַנטער מענטש; אַ טשיקאַווע פּערזענלעכקײַט;
{בייגעוודיק:} אַן אינטערעסאַנטע(ר); אַ טשיקאַווע(ר).
(character (in typography
(דער) צייכן (ל″ר: -ס); (דער) שריפט⸗צייכן (ל″ר: -ס); (דער) דרוק⸗איינס (ל″ר: -ן).
(.characteristic (n
(דער) שטריך (ל″ר: -ן); (די) אייגנשאַפט (ל″ר: -ן).
characteristic of
טיפּיש (פון\פאַר); כאַראַקטעריסטיש (פון\פאַר).
characterization
(די) כאַראַקטעריזירונג (ל″ר: -ען).
characterize
כאַראַקטעריזירן; שילדערן; באַשרײַבן;
{אַרכעאיש, אויפגעלעבט ליטעראַריש:} אָפּמשלען [óp-mòshlən], דרומדיק: [úp-mùshlən].
(.charge (n
(דער) אָפּצאָל (ל″ר: -ן); (די) סומע (ל″ר: -ס); (דער) חשבון [khézhbm] (ל″ר: חשבונות [khezh-bóynəs], צפונדיק: [khezh-béynəs];
(.charge (v
רעכענען; שטעלן די סומע; געבן אַ חשבון [khézhbm].
(charge (electrically
אָנלאָדן (די עלעקטרע).
(charge (v.) (formally accuse
אָנקלאָגן (אין); באַשולדיקן.
charge: the person in charge
דער באַלעבאָס (אויפן אָרט); (דער) בעל⸗אחריות [bàl-akhráyəs] (ל″ר: בעלי⸗אחריות [bàlə-akhráyəs]);
{בייגעוודיק:} (דער) פאַראַנטוואָרטלעכער; (די) פאַראַנטוואָרטלעכע;
{לומדיש:} דער ממונה [məmúnə], דרומדיק: [məmínə] (ל″ר: ממונים);
charge: take charge
אַרודעווען; מאַכן זיך פאַר באַלעבאָס [bàləbós], דרומדיק: [bàləbú:(ə)s]; נעמען קאָנטראָל.
charisma
(דער) חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn]; (די) כאַריזמע; אַן אויסטערלישע לײַטזעליקײַט;
{פראַזעס:} די קראַפט מענטשן צו פאַרשכישופן [far-kíshəfn];
chariot
(דער) רײַטוואָגן (ל″ר: -ס; אויך: רײַטוועגענער);
(די) קאַרעטע [kárətə] (ל″ר: -ס); (דער) קאַרעט [karét] (ל″ר: -ן).
charismatic
פאַרכישופנדיק [far-kíshəfn-dik]; באַצויבערנדיק; פאַרכאַפּנדיק;
{מער פּאַסיוו⸗דעסקריפּטיוו איידער לגבי אַקטיווע טואונגען:} באחנט [bakhéynt], דרומדיק: [bakháynt]; מיט חן [mit-khéyn], דרומדיק: [mit-kháyn];
{אַ קאַפּ לומדיש:} מלא חן [mólə|khéyn], דרומדיק: [mú:lə|kháyn].
(charitable (for the wider good; for giving charity
צדקה⸗ [dzdókə], דרומדיק: [dzdúkə]; וואוילטעטיק; וואוילטועריש;
{פראַזעס:} פון טובת הכלל וועגן [tòyvəs-(h)aklál], צפונדיק: [tèyvəs-(h)aklál];
{טאָמער אין לעגאַלן זין פון זײַן באַפרײַט פון צאָלן שטײַערן:} שטײַער⸗פרײַ; וואָס איז באַפרײַט פון שטײַערן.
(charitable (assuming the most sympathetic interpretation
סימפּאַטיש;
{לומדיש:} רחמימדיק [rákhməm-dik];
{פראַזע:} אין גײַסט פון דן זײַן לכף זכות [dán-zayn|ləkhàv-zkhús], דרומדיק: [dán-za:n|ləkhàv-zkhís] (′אָפּשאַצן אין גײַסט פון געדאַנק, אַז יענער איז לאו דווקא שולדיק′ < אין פּרק א′: ו′).
charitable act
אַ מצווה [amítsvə]; אַ גמילת חסד [agmìləs-khésəd], דרומדיק: [agmì:ləs-khéysət]; אַ ברייטהאַרציקע זאַך;
{בײַ טייל אַרכעאיש:} אַ וואוילטאַט;
{לומדיש:} אַ ג″ח [agákh] (גמילת חסד).
charitable (nonprofit) organization
(די) וואויולטעטיקע (\וואוילטוערישע) אָרגאַניזאַציע.
charitably: to put it charitably
זיך אויסדריקנדיק מיט פאַרגינונג; אויב ריידן מיט רחמים [rákhməm];
{לומדיש:} אויב ריידן (\רעדן) לכף זכות [ləkhàv-zkhús], דרומדיק: [ləkhàv-zkhís];
(charity (aid for the poor
{אוניווערסאַל:} הילף פאַר אָרעמעלײַט; וואוילטעטיקע אַרבעט פאַר נויטבאַדערפטיקע; {לומדיש:} כסף לאביונים [késəf-l(ə)vyóynəm];
{דער עיקר בײַ יידן און דער עיקר וועגן געבן געלט גופא:} צדקה [tzdókə], דרומדיק: [tzdúkə].
charlatan (→ quack)
(דער) שאַרלאַטאַן [sharlatán] (ל″ר: -ס; אויך -ען); (דער) זשוליק (ל″ר: -עס); (דער) אָפּנאַרער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) בלאָפער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס); (דער) פייקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
(charm (n.) (human quality
(דער) חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn]; (די) באַחנטקײַט [bakhéynt-kàyt], דרומדיק: [bakháynt-kàyt]; (די) לײַטזעליקײַט.
(charm (n.) (lucky object; amulet
(די) קמיע [kaméyə], דרומדיק: [kamáyə] (ל″ר: קמיעות); (דער) אַמולעט (ל″ר: -ן).
(.charm (v
פאַרכישופן [far-kíshəfn]; אײַננעמען מיט חן [khéyn], דרומדיק: [kháyn]; באַצויבערן.
charm offensive: go on a charm offensive
אויספּועלן מיט גוטן [óys-pòy(ə)ln], דרומדיק: [ó:(u)(ə)s-pòy(ə)ln]; צפונדיק: [óys-pèy(ə)ln].
charmed life
{פראַזעס:} שוין איינמאָל האָבן אַ מזלדיק(ן) לעבן [amázldik|lébm], דרומדיק: [amázldik|léybm], צפונדיק: [amázldikn|lébm]; האָבן אַ גויאישן (\גויאישקן) מזל.
charming
חנעוודיק [khénəvdik]; אויך: [khéynəvdik], דרומדיק: [kháynəvdik]; באַחנט [bakhéynt], דרומדיק: [bakháynt]; (וואָס) האָט חן [hot-khéyn], דרומדיק: [ot-kháyn];
{עמפאַטיש:} מלא חן [mólə|khéyn], דרומדיק: [mú:lə|kháyn];
{פראַזעס:} מיט אַ געוויסן כישוף [kíshəf]; מיט אַ מענטשלעכער וואַרעמקײַט (ממש) [máməsh]; זײַן אַ נאה לבריות [nòə-labríyəs].
(charoset(h) (Passover food
(דער\די) חרוסת [kharóysəs], צפונדיק: [kharéysəs].
(.chart (n
(די) טאַבעלע (ל″ר: -ס); (די) דיאַגראַמע (ל″ר: -ס); (די\דער) געמעל (ל″ר: -ן).
(.chart (v
אויסשטעלן אין אַ טאַבעלע (\דיאַגראַמע \געמעל).
chart a new course
אויפשטעלן אַ נײַעם דרך [dérəkh], דרומדיק: [déyrəkh].
Chasam Sofer → Schreiber, Moses
(.chase (n
(דער\דאָס\די) געיעג (ל″ר: -ן); (די) נאָכיאָגונג (ל″ר: -ען);
(.chase (v
נאָכיאָגן; נאָכלויפן.
(chase (v.) (romantically
נאָכלויפן (ל″ע: איז נאָכגעלאָפן); שאַרן זיך צו.
chase away
פאַרטרײַבן; אַוועקטרײַבן;
{לומדיש:} משלח זײַן [məshaléyəgh-zayn].
chasm
(דער) תהום [t(əh)óm] (ל″ר: -ען);
{ליטעראַריש:} (דער) אָפּגרונט (ל″ר: -ו); (דער) שפּאַלט (ל″ר: -ן).
Chas(s)id, Chas(sidim → Hasid, Hasidim
(.chat (n
(דער) שמועס (ל″ר: -ן).
(.chat (v
כאַפּן אַ שמועס; שמועסן [shmúəsn], דרומדיק: [shmí:əsn]; זיך דורכריידן (\דורכרעדן).
chat box
(דאָס\דער) שמועס⸗קעסטל (ל″ר: -עך).
chat box: type in(to) the chat box
אַרײַנקלאַפּן אין (\אינעם) שמועס⸗קעסטל.
chat box: write in(to) the chat box
אַרײַנשרײַבן אין (אינעם) שמועס⸗קעסטל.
chat up
פאַרפירן אין אַ שמועס אַרײַן.
chatter (n.) (non-serious speech)
(די) ריידערײַ;
{טאָמער באַטאָנענדיק די אויספעלונג פון ערנסטע רייד:} (דער) געפּלאַפּל; (די) פּלוידערײַ; (די) קלאַפּערײַ; פּאַרעווע ריידערײַען (ל″ר); סתם דברים בטלים [stám|dvòrəm-bətéyləm], דרומדיק: [stám|dvù:rəm-bətáyləm];
{מיט ביטול:} (די) מויל⸗מלאכה [móyl-m(ə)lòkhə], דרומדיק: [mó:(u)(ə)l-m(ə)lùkhə].
chatter (n.) (speech of potential interest to those monitoring)
די אונטערגעהערטע שמועסן (ל″ר);
{פראַזעס:} וואָס מ′רעדט; וועגן וואָס ס′גייען די רייד.
(.chatter (v
סתם ריידן (\רעדן) [stám];
{מיט ביטול (צי איראָניע):} קלאַפּן [klápm]; באָלבענען; פּלוידערן; פּלאַפּלען; דברענען [dábrənən]; באַלאַקענען.
chatterbox
אַ פּלוידערזאַק (ל″ר: ⸗זעק); אַ פּלאַפּלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: פּלאַפּלערקע (ל″ר: -ס); אַ באָלבעטון (ל″ר: -עס); אַ גראַמאָפאָן (ל″ר: -עס; {אַז ס′גייט אָבער אינעם מכשיר איז דער ל″ר געוויינטלעך אויף: -ען});
{פראַזע:} אַ מאַרק⸗יידענע (ל″ר: -ס).
chatterer
(דער) פּלאַפּלער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ: (די) פּלאַפּלערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו:} (די) פּלאַפּלערקע (ל″ר: -ס).
Chaver Pawer → Gershon Einbinder
chazan → cantor
cheap (inelegant)
גראָב; גראָביאַנסק; ניט איידל; געשמאַקלאָז; {אַרכעאיש:} פּויעריש.
(cheap (inexpensive
ביליק; וואָלוול; ניט⸗טײַער; מיט אַ מעסיקן פּרײַז;
{טאָמער זייער וואָלוול:}
בחצי חינם [bəkhòtsə-khínəm], דרומדיק: [bəkhù:tsə-khínəm]; כמעט אומזיסט [kəmát]; {פראַזע:} פאַר אַ שיבוש [shíbəsh].
(cheap (stingy
קאַרג; קמצנותדיק [kamtsónəzdik], דרומדיק: [kəmtsú:nizdik]; אויך: קמצניש [kamtsónish], דרומדיק: [kəmtsú:nish];
{פראַזעס:} קאַרג ווי אַ חזיר [kházər]; {שפּאַסיק, מיט אַ כלומרשטן לס″נ:} קאַרג ווי אַ דבר⸗אחר [dòvərákhər].
cheap: dirt cheap
בחצי חינם [bəkhòtsə-khínəm], דרומדיק: [bəkhù:tsə-khínəm]; כמעט אומזיסט [kəmát];
{פראַזע:} פאַר אַ שיבוש [shíbəsh].
cheapskate
דער \ אַ קאַרגער {ל″ז}; די \ אַ קאַרגע {ל″נ};
{באַליידיקנדיק:} (דער) קאַרגוק [kargúk]; (דער) קאַרגער חזיר [kházər]; (דער) קמצן [kamtsn]; (די) קמצנטע [kámtsntə]; (דער) קמצניוק [kàmtsnyúk]; (דער) חזירעץ [khàzəréts];
{וואולגאַר:} (דער) דרעקפרעסער, (די) דרעקפרעסערקע \ דרעקפרעסערין;
{אין אַמאָליקן ווילנער סלענג:} אַ זשמאָט.
(.check (cheque) (n
(דער) טשעק (ל″ר: -ן);
{טאָמער אויף אַ נישטיקער סומע:} (דאָס\דער) טשעקל (ל″ר: -עך);
(טאָמער איראָניש, המאָריסטיש צי אויף אַ פּיצינקער סומע:} (דאָס\דער) טשעקעלע (ל″ר: -ך).
check (v.) (make sure; reconfirm)
{אַוואו ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט:} אַ קוק טאָן; אַ קוק געבן; נאָכקוקן; נאָכאַמאָל באַקוקן;
{מער פאָרמעל:} קאָנטראָלירן.
(check (v.) (halt/slow the the progress of
אײַנצאַמען (\אײַנצוימען); פאַרהאַלטן.
(checkmate (n.) (in chess
(דער) שאַכמאַט.
!Checkmate
שאַך און מאַט! [shàkhn-mát]; שאַכמאַט! [shàkh-mát].
checkpoint
(דער) וועג⸗קאָנטראָל (ל″ר: -ן); (דער) אָפּשטעל פּונקט (ל″ר: -ן); (דער) אָפּשטעל אין וועג.
(.cheer up (v. intrans
קומען צו זיך; דערמונטערט ווערן; אַרײַן אין אַ ליכטיקערער שטימונג.
(.cheer up (v. trans
אויפמונטערן; ברענגען אין אַ בעסערן מוט;
{אַ קאַפּ לומדיש:} משמח זײַן [məsaméyəgh-zayn], דרומדיק: [məsamáyəgh-za:n].
!Cheer up
גענוג שוין, טו(ט) אַ שמייכל!; וויפל קען מען, כאַפּ(ט) זיך אַרויס פון דער שטימונג!.
!Cheers
לחיים! [l(ə)kháyəm]; {אין טראַדיציאָנעלן באַנוץ זאָגן צוויי (צומאָל מער) מענטשן וואָס טרינקען אויס, פאַרברענגענדיק צוזאַמען, אַ גלעזל משקה: „לחיים“, אויף ווי ווײַט מעגלעך: צו דער זעלביקער רגע; מיטן באַטאָנטן טראַף [áy] צו דער זעלביקער רגע פונעם אַ⸗קלאַפּ⸗טאָן די גלעזלעך; מען איז זיך נוהג בעת מעשה איינער דעם אַנדערן זיך אָנקוקן אין די אויגן};
{היות ווי מען סטאַרעט זיך זאָגן אינאיינעם, איז לאו דווקא שייך די טראַדיציע מ′זאָל ענטפערן אויף אַ באַגריסונג מיט אַ שינוי, מיט גאָר אַן אַנדער באַגריסונג, אָדער לפּחות גאָר אַ קאָנטראַסטירנדיקער אינטאָנאַציע; אַז ס′קומט פאָרט אויסעט אָפּענטפערן איז מען דאָ מוסיף ווערטער צו דער ברכה, אַשטייגער:}
לחיים טובים ולשלום! [l(ə)khàyəm-tóyv(ə)m|ul(ə)shóləm], דרומדיק: [l(ə)khàyəm-tóyv(ə)m|ul(ə)shú:ləm], צפונדיק: [l(ə)khàyəm-téyv(ə)m|ul(ə)shóləm] (′צו אַ גוטן לעבן און צו שלום′);
{אין סלאַוויש ריידנדיקע לענדער זײַנען יידן נאָך דער מלחמה וואו⸗ניט⸗וואו אַריבער אויפן קאַלקירטן סלאַוויזם „זײַ געזונט!“, אַ באַנוץ וואָס קען שאַפן מיספאַרשטענדענישן בײַ די חברים פון אַנדערשוואו, וואָס פאַרשטייען דאָס אויף יידיש אין זין פון געזעגענען זיך און אַ ווילן אַנטלויפן פון די פאַרברענגענדיקע חברה נאָך פאַרן אויסטרינקען, רחמנא לצלן…}.
cheerful
פריילעך; אין גוטן מוט; אויפגעמונטערט; אין אַ פריידיקער שטימונג;
{דיאַלעקטיש:} אויפגעלייגט; האָפערדיק.
cheese
(דער\די) קעז (ל″ר: -ן).
chef
(דער) שעף (ל″ר: -ן); (דער) קאָכמײַסטער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס).
(.chemical (n
(דער) כעמיקאַל [khèməkál] (ל″ר: -ן).
(.chemical (adj
כעמיש.
(chemist (pharmacist
(דער) אַפּטייקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ (אויך): (די) אַפּטייקערין (ל″ר: -ס); {עמאָטיוו}: (די) אַפּטייקערקע (ל″ר: -ס).
(chemist (scientist
(דער) כעמיקער (ל″ר: ø; דיאַלעקטיש אויך: -ס), ל″נ (אויך): (די) כעמיקערין (ל″ר: -ס).
chemistry
(די) כעמיע [khémyə].
chemistry: by process(es) of chemistry
כעמישערהייט; דורך דער כעמיע.
cherish
טײַערהאַלטן (ל″ע: טײַערגעהאַלטן); האַלטן פאַר טײַער;
{פראַזעס:} טײַער האַלטן ווי די תורה [tóyrə], צפונדיק: [téyrə]; טײַער האַלטן ווי אַן אייגן קינד.
(Chernivtsi / Cernovtsi / Czernowitz / Chernowitz (Ukraine
{א: נאָמען פון דער שטאָט, אין דער אַמאָליקער בוקאָווינע:} טשערנאָוויץ [tshérnəvits];
{ב: כסדרדיקער אָנדײַט אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ (1908) און סימבאָל פונעם וועלטלעכן יידישיזם און זײַן געשיכטע, מהות און איבערצײַגונגען:} טשערנאָוויץ;
{הערה: בײַ די אַלע, אַוועמען די אידעאַלן פון טשערנאָוויץ („אין יידישיסטישן זין“) זײַנען גראָד ניט אָנגעלייגט (צי פון רעליגיעזן צי פון ציוניסטישן צי פון אַן אַנדער פּעקספּעקטיוו) שרײַבט זיך אָפמטאָל, ריידנדיק פונעם סימבאָליזם פונעם וואָרט, ניט וועגן דער שטאָט גופא, דווקא מיט גענדזנפיסלעך:} „טשערנאָוויץ“.
cherry
(די\דער) קאַרש (ל″ר: -ן); (דער\די) ווײַנשל (ל″ר: -ען; אויך: -עך).
(cherrypick (take/cite selectively or subjectively
זיך (אויס)קלײַבן נאָר אָדאָס וואָס געפעלט (\וואָס מ′וויל).
Cheshvan (Jewish month)
חשוון [khéshv(ə)n]: דער צווייטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער אַכטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינטלעך אין אָקטאָבער–נאָוועמבער, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק צי דרײַסיק טעג.
chess
שאַך; שאַכמאַט; שאָך.
(.chest (anat
(דער) ברוסטקאַסטן (ל″ר: -ס); (די) ברוסט.
(chest (storage box
(דער) קופערט (ל″ר: -ן); (דער) קאַסטן (ל″ר: -ס).
chest of drawers
(דער) קאַמאָד [kaamód] (ל″ר: -ן); (די) קאַמאָדע (ל″ר: -ס; אויך: קאַמאָדן).
chesty
{וועגן פרויאישע ברוסטן:} גוטגעבוזעמט; הויכגעבוזעמט.
chesty cough
(דאָס\דער) הוסטן פון ברוסטקאַסטן.
chew
קײַען; {טאָמער ביזן סוף} צעקײַען;
{דיאַלעקטיזען, וואָס ווערן דער עיקר גענוצט מיט אַ קאַפּ הומאָר, מיט אָנצוהערעניש אַז מען קען הערן די „מוזיק“ פון דער קײַערײַ:}
כראָמסקען; סמאָטשקען.
chew over
צעקײַען; איבערקלערן; גוט באַרטראַכטן;
{לומדיש:} זיך מיישב זײַן [m(ə)yáshəv-zayn].
Chicago
שיקאַגאָ; {אין דער בלי⸗תקופה פון דער יידישער קולטור אין דער שטאָט אין דער ערשטער העלפט צוואַנציקסטן יאָרהונדערט:} שיקאַגע.
chick
(דאָס\די) הינדעלע (ל″ר: -ך);
{דיאַעלקטיש:} (די) קורצענטע (ל″ר: -ס).
(.chick (woman, slng
(די\דאָס) מיידעלע (ל″ר: -ך); (די) בחורטע [bókhərtə], דרומדיק: [búkhə(r)tə] (ל″ר: -ס);
{אַלץ סלענגישער קאָלעקטיווער סובסטאַנטיוו:} (דער) עזרת נשים [èzrəs-nóshəm], דרומדיק: [èzrəs-nú:shəm].
(.chief (n
(דער) הויפּט (ל″ר: -ן); (דער) שעף (ל″ר: -ן);
{לומדיש:} דער הויפּט ממונה [məmúnə], דרומדיק: [məmínə] (ל″ר: ממונים);
{הומאָריסטיש:} דער גרויסער באַלעבאָס (ל″ר: באַלעבאַטים).
(.chief (adj
(דער) הויפּט⸗.
chief executive officer → CEO
chief justice
(דער) הויפּט⸗שופט [shòyfət], צפונדיק: [shèyfət]; (דער) הויפּט⸗ריכטער.
chief justice of the Supreme Court of the United Sttates
(דער) הויפּט⸗שופט פון אַמעריקאַנער הויכגעריכט.
child
(דאָס) קינד (ל″ר: -ער); אויך, דער עיקר צפונדיק: (אויף אַ מיידעלע): די קינד; אויך (אויף אַ יינגעלע): דער קינד.
child prodigy
{אַמאָפטסטן וועגן אַ יונגן גאון אין לערנען תורה און גמרא; קען פונדעסטוועגן אויסגעברייטערט ווערן אויף מוזיק, קונסט און אַנדערע הויך געשאַצטע תחומען:} אַן עלוי [an-ílə], מער פאָרמעל: [an-íluə]; ל″ר (זייער זעלטן): עילויים [ilú(y)əm];
{אויף געביטן אויסער תורה און תלמוד:} אַ וואונדערקינד [vúndərkind].
child welfare
(דאָס\דער) קינדער⸗וואוילזײַן; (די) קינדער⸗פאַרזאָרגונג.
childhood
די קינדערשע יאָרן; די קינדער⸗יאָרן; די קינדהײַט.
chill out
בלײַבן רואיק (און ניט דענערווירן זיך); באַרואיקן זיך;
{טאָמער אויף לענגער אָדער אויף אַ מער ערנסטער אָדער טיפערער אָפּרועניש פון אַ נערוועזן מצב:} אויסטשוכען זיך; זײַן (אַ צײַט) במנוחה [b(ə)m(ə)núkhə], דרומדיק: [b(ə)m(ə)ní:khə].
China
כינע [khínə] (ל″נ);
{אין מזרח אויך:} קיטאַי [kitáy].
Chinese
כינעזיש [khinézish]; דרומדיק: [khənéyzish].
Chinese person
(דער) כינעזער [khənézər], דרומדיק: [(khənéyzə(r] (ל″ר: ø), ל″נ: (די) כינעזערין; {עמאָטיוו:} (די) כינעזערקע (ל″ר: -ס);
{מער אינטים, בייגעוודיק:} (די\דער) כינעזישע(ר).
(chip (sliver of wood
(דער) שפּאָן (ל″ר: שפּענעך); (דאָס\דער) שפּענדל (ל″ר: -עך);
{ווערטל:} אַז מ′האַקט האָלץ, פאַלן שפּענער (\שפּענדלעך).
(.chip (comp
(דער) טשיפּ (ל″ר: -ס; אויך: -ס).
(.chisel (n
(דער) דלאָט (ל″ר: -ן); (די) דאָלעטע [dólətə] (ל″ר: -ס);}
{גיכער בײַ אַ מולער:} (דאָס\דער\די) מייס(ט)ל (\מײַס(ט)ל) (ל″ר: -עך);
(chisel out of (cheat someone out of
אויסנאַרן בײַ [ba];
{סלענגיש:} אָפּרײַבן בײַ; אויסבאַרען בײַ; אויסמאָנטשען בײַ; אָנפּוידען בײַ.
Chmielnicki, Bogdan → Khmelnytsky, Bohdan
(.chocolate (n
(דער) שאָקאָלאַד [shòkolád] (ל″ר: -ן; {מער עמאָטיוו:} -עס).
(.chocolate (adj
שאָקאָלאַדענע(ר); שאָקאָלאַד⸗.
(1933–1839) (Chofetz Chaim (/Chafetz Chaim / Hafetz Haim
{לויטן ספר און שיער ניט דורכאויס:} דער חפץ חיים [dər-khòfəts-kháy(ə)m], דרומדיק: [dər-khùfəts-khá:(y)əm)];
{לויטן אָפיציעלן נאָמען:} ר′ ישראל מאיר הכהן (קאַגאַן \ פּופּקאָ).
(.choice (n
(די) ברירה [bréyrə], דרומדיק: [bráyrə] (ל″ר: ברירות); {אַרכעאיש:} (דער) אויסוואַל (ל″ר: -ן).
choice: as a last choice
ווי אַ לעצטע ברירה [létstə|bréyrə], דרומדיק: [létstə|bráyrə]
{מיט אַ קאַפּ איראָניע צי הומאָר}: בלעצט ברירה [b(ə)létstə|bréyrə], דרומדיק: [b(ə)létstə|bráyrə] {אַ „געשמאַקע“ וואָרט⸗שפּיל אויפן אַראַמישן⸗שטאַמיקן „בלית [b(ə)lés] ברירה“ – ′אַז ס′איז ניטאָ קיין ברירה′}.
choice: by choice
פרײַוויליק; לויטן אייגענעם אויסקלײַב; לויט דער אייגענער ברירה [bréyrə], דרומדיק: [bráyrə].
choice: not having any choice
בלית ברירה [b(ə)lèz-bréyrə], דרומדיק: [b(ə)lèz-bráyrə]; ני(ש)ט האָבנדיק קיין אַנדער אויסוועג.
choice: pro-choice
פאַרן אַליין באַשליסן; פּראָ⸗ברירהדיק [bréyrə-dik], דרומדיק: [bráyrə-dik].
(.choice (adj
אָפּגעקליבענע(ר); פּראַכט⸗; מהודרדיק [məhúdər-dik], דרומדיק: [məhídə(r)-dik].
choice words
אַן אָפּגעקליבענע אַרײַנזאָגעניש (ל″ר: -ן); אַ קינסטלערישע אַרײַנזאָגונג (ל″ר: -ען); געשליפענע ווערטער (ל″ר).
choir → quire
chock full
אָנגעפּיקעוועט; אָנגעפּראָפּט.
(.choke (v. intrans
{בכלל:} זיך וואַרגן; זיך ווערגן; זיך שטיקן;
{מער ספּעציפיש:} זיך דערוואַרגן; זיך דוערווערגן; זיך דערשטיקן.
(.choke (v. trans
{בכלל:} וואַרגן; ווערגן; שטיקן;
{מער ספּעציפיש:} דערוואַרגן; דוערווערגן; דערשטיקן.
חול המועד [khòləmóyəd], אין פאַרשיידענע מקומות אויך: [khaləmóyəd]; מער פאָרמעל: [khòl-(h)amóyəd];
צפונדיק: [khòləméyəd], ערטערווײַז אויך: [khaləméyəd]; מער פאָרמעל: [khòl-(h)améyəd];
{הערה: די באַגריסונג אין דער צײַט פון אַוועלכן ניט איז חול המועד: „אַ גוטן מועד!“}.
choose
אויסקלײַבן [óys-klàybm], דרומדיק: [ó:(u)(ə)s-klà:bm] (ל″ע: אויסגעקליבן); אָפּקלײַבן [óp-klàybm], דרומדיק: [úp-klà:bm] (ל″ע: אָפּגעקליבן [ó(p)-gəklìbm], דרומדיק: [úp-gəklìbm]).
{דיאַלעקטיש דרומדיק:} אויסקלויבן; {אַרכעאיש:} מאַכן אַן אויסוואַל; איסוויילן.
(.chop (v
האַקן.
(chop down (/off
אַראָפּהאַקן; אָפּהאַקן.
chop off
אָפּהאַקן.
chop up
צעהאַקן; צעפּיצלען.
choral
כאַראַלנע(ר); כאָר⸗.
choral synagogue
(די) כאָר⸗שול (ל″ר: -ן); (די) כאָראַלנע שול (ל″ר: -ן).
(.chord (mus
(דער) אַקאָרד (ל″ר: -ן).
chord: it struck a chord
ס′האָט געטראָפן אַן אָפּקלאַנג; ס′האָט (עמעצן) אַ ריר געטאָן אַ סטרונע.
chorus
(דער) כאָר (ל″ר: -ן).
Chosen People
(דאָס\דער) אתה בחרתנו פאָלק [àtə-bəkhartónu], דרומדיק: [:àtə-bəkhartú:ni];
{מער פאָרמעל⸗קלאַסיש:} (אַן) עם סגולה [àm-səgúlə] צי [àm-zgúlə], דרומדיק: [àm-səgílə] צי [àm-zgílə];
{וועגן אַן איינציקן פון אָט דעם פאָלק, צומאָל מיט איראָניע:} אַן אתה בחרתנו(ניק) [(anàtə-bəkhartónu(-nik], דרומדיק: [(anàtə-bəkhartú:ni:(-nik] (ל″ר: אתה⸗בחרתנוניקעס).
Choshen Mishpat
(דער) חושן משפּט [khòyshn-míshpət], צפונדיק: [khèyshn-míshpət].
Christ
קריסטוס; יעזוס קריסטוס; יעזוס;
{בײַ מיסיאָנערן און אין קריסטלעכע כתבים:} (דער) משיח [məshíyəkh]; מלכא משיחא [málko|m(ə)shíykho].
Christian (n.)
(דער) קריסט (ל″ר: -ן), ל″נ: (די ) קריסטין (ל″ר: ס), {עמאָטיוו:} (די) קריסטיכע (ל″רP: -ס);
{מער אינטים; בייגעוודיק:} (די\דער) קריסטלעכע(ר);
{לומדיש; אויך ס″ל מיט דרך⸗ארץ:} (דער) נוצרי [nótsrə]; אויך: [nóytsrə], צפונדיק: [néytsrə] (ל″ר -ם), ל″נ: (די) נוצריטע (ל″ר: -ס);
{אומפאָרמעל:} (דער) גוי [góy], דרומדיק אויך: [(gó:(u] (ל″ר: גו(י)ם [góy(ə)m]; דרומדיק אויך: [gó:(u)əm]), ל″נ: (די) גויה [góyə] (ל″ר: גויות [góyəs]; אויך: (די) גויעטע (\גויהטע) [góyətə] (ל″ר: -ס);
{וועגן יינגערע, ממשעות בײַ טייל אַטראַקטיווע:}
{אויף אַ יינגערן מאַנצביל:} (דער) שייגעץ (ל″ר: שקצים [shkótsəm], דרומדיק: [shkútsəm]);
{אויף אַ יינגערער פרוי:} (די) שיקסע (ל″ר: -ס; {לומדיש⸗שפּאַסיקערהייט:} שיקסאות [shiksóəs], דרומדיק: [shiksú:əs]);
❊
{ס″ל; סלענגיש; עמאָטיוו:}
(דער) ערל [órl], דרומדיק: [ú:rl] (ל″ר: ערלים [aréyləm], דרומדיק: [aráyləm]) (< עָרֵל ′אומבאַשניענער′) (ל″ר{טיילמאָל שפּאַסיק צוליב די אַנאַטאָמישע פאַרהעלטענישן}: ערלטע [órl-tə], דרומדיק: [ú:rl-tə] (ל″ר: -ס); אויך: ערליתטע [aréyləs-tə], דרומדיק: aráyləs-tə] (ל″ר: -ס);
❊
{סלענגיש אין פאַרשיידענע עמיגראַציע לענדער:}
(דער) יאָק (ל″ר: -ן; אויך: -עס), ל″נ: (די) יעיקלטע (ל″ר: -ס);
{אין דרום אַפריקע דער עיקר וועגן אַ אַפריקאַנסער:} (דער) חטאת [khátəs] (ל″ר: -ים [khatéysəm], דרומדיק: [khatáysəm]).
Christian (adj.)
קריסטלעך.
Christiandom
(דער\דאָס) קריסטנטום; די קריסטלעכע וועלט;
Christianity
{די קריסטלעכע באַפעלקערונג איבער דער וועלט און אירע עיקרדיקע אינסטיטוציעס:}
(דער\דאָס) קריסטנטום;
{די שטריכן פון קריסטלעכן לעבן און גלויבן:}
(די) קריסטלעכקײַט;
{דער קריסטלעכער לעבן בתורת וועלט⸗קולטור:}
(די) קריסטלעכע ציוויליזאַציע {וואָס קען בײַ טייל אויך אָנגערופן ווערן:} די יודעאָ⸗קריסטלעכע ציוויליזאַציע;
{דער קריסטלעכער גלויבן גופא:}
די קריסטלעכע אמונה [emúnə];
{לומדיש און אַ סברא בעת מעשה פאַראיידלט:}
דער נאַזאַרענישער גלויבן; די נוצרישע אמונה [də-nótsrishə-emúnə].
{אין דער ש″ש, סײַ נייטראַל סײַ ביטולדיק:}
די גויאישקע רעליגיע; דער גויאישקער גלויבן;
{ביטולדיק:}
די קריסטלעכע באָבע⸗מעשיות [bóbə-màysəz]; די אמונה פון די עשוס [əmúnə-fun-də-éysəvs], דרומדיק: [əmínə-fin-də-áysəvs];
{לומדיש ביטולדיק:}
דעם תלויס חיילות [dem-tóləz|khayóləs] (′די אַרמייען פונעם געקרייצטן′); דער מלכות פון רשעות [dər-málkhəes|fun-ríshəs] (′די מלוכה פון רדיפות אויף יידן′);
{אינעם מיסיאָנערישן יידיש:}
דער משיחישער גלויבן [m(əsíkhishər]; (די) משיחיות [m(əshíkh(i)yəs] (′דער גלויבן אין משיח′).
Christmas