Obadiah in Lithuanian Yiddish


 

עבדיה

 

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

 

 

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב    ☜ הושע     ☜ יואל    עמוס    ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

 

בווילנא

 

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום יואל לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

 

 

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) עֹבַֿדְיָהס זעﬡונג —

אָט אַזויאָ טוט זאָגן יי ﬡלהים אַף אֱﬢוֹם:

אַן אָנהערעניש האָבן מיר אָנגעהערט פון אֲדֹניָען,

און אַ משולח ט′מען געשיקט איבער די פעלקער: 

„שטייט אופעט, און מי′לן אַף איר אופשטיין מלחמה האַלטן“.

 

(ב) אַז אָט האָבעך דיר פאַר אַ קליינינקן צווישן די פעלקער געמאַכט,

— שטאַרק מבוזהדיק ביסטו!

(ג) די רשעות וואָס באַ דיר אין האַרצן האָט דיר פאַַרפירט,

איר⸗אָ, אַוואָס אין די שפּאַלטן פון פעלדזן לעבט איר זיך אוֹיסעט;

אַז די וואוינונג איז באַ עם הויך,

זאָגט ער באַ זיך אין האַרצן: 

„איז ווער⸗זשע קען מיר דען אַראָפּנעמען ביז אַפדערערד?“

 

(ד) זאָלסט אַפילו ווי אַן אָדלער אופהייכן,

ﬡון דײַן נעסט אַפילו צווישן די שטערן זיך מאַכן,

′עלעך דיר פון אָדאָרטן⸗אָ אַראָפּנעמען.

אָ⸗דאָס איז דאָך די זאָגונג פון יי.

(ה) זאָלן גנביﬦ צו דיר אָנקומען,

און טאָמער נאַכטיקע גזלנים,

ווי אַזוי זשע האָסט זיך פאַרדרעמלט,

זיי′לן דאָך צוגנבענען ביזקל דעם „ﬢיינו“,

נאָר אַז די טרויבנקלײַבער קומען אָנעט צו דיר,

וואָלטן זיי כאָטש די פאַַרליבענע ווײַנטרויבן געטאָן לאָזן!

(ו) אײַ, ווי אַזוי זיי האָבן עשון אַדורכגעזוכט,

זײַנע מַלִּינוֹת ﬡוֹיסגעפונען!

 

(ז) דיר צוגעשיקט צום גרעניץ,

אָ⸗דאָס האָבן די אַלע אייגענע בני ברית אײַערע,

דיר אָפּגענאַרט און בײַגעקומען,

סאַמע אנשי⸗שלומינו;

דײַנע אייגענע ברויט שטעלן זיי דיר פאַר אַ פּאַסקע —

ער פאַרשטייט ניט דעם ענין!

 

(ח) איז וועלעך ניט, אין אָט יענעם⸗אָ טאָג,

אָ⸗דאָס איז דאָך די זאָגונג פון יי,

מאַכן אַז די חכמיﬦ פון אֱﬢוֹﬦ זאָלן אָנגעוואָרן ווערן,

און די וואָס קענען אַן ענין פאַרשטיין, פונעם הר עשו.

(ח) און די גיבוריﬦ דײַנע, תֵּימָן, ל′ן צובראָכן ווערן,

בכדי איטלעכער זאָל אָפּגעשניטן ווערן

פונעם הר עשו — פון אַ שחיטה.

(י) אַף די רוֹיבערישקײַט אַפן ברודער יעקבן, 

′עסטע פאַרדעקט זײַן מיט בושה,

און אַף אייביק אָפּגעשניטן ווערן.

 

(יא) אינעם טאָג ווען דו ביסט אַקעגנאיבער סתﬦ געשטאַנען,

אין טאָג ווען פרעמדע האָבן אין געפענקעניש גענומען זײַנע חיילות,

און אוֹסלענדער געקומען אַף זײַן שטאָט⸗טויער,

און ﬡיבער ירושליﬦ גורל געוואָרפן,

ביסטו ﬡויכעט ווי איינער פון זיי געווען.

 

(יב) איז: האָסט ניט געדאַרפט גלאַטיק צוקוקן באַם ברודער —

אין טאָג פון זײַן אומגליק;

האָסט אויכעט ניט געדאַרפט פרייען⸗זאַך איבער די בני יהודה,

אין טאָג פון זייער אָנווערונג;

און ניט געדאַרפט גאווהנען מיטן פּיסק,

דווקא אין עת צרה;

(יג) ניט געדאַרפט יאַווען זיך באַם שטאָט⸗טויער פון מײַן פאָלק,

אינעם טאָג פון זייער בראָך;

אַז דו ווערסט אויכעט איינער פון די מיטקוקער צו דער שלעכטיקײַט,

אינעם טאָג פון זײַן בראָך;

און ניט געדאַרפט הענט לייגן אַף זײַן חיל,

אינעם טאָג פון זײַן בראָך;

(יד) און ניט געדאַרפט באַם פּרשת דרכיﬦ שטיין,

אָפּהאַקן זײַן אַנטלאָפן ווערן,

און ניט געדאַרפט מסרן דעם רעשטל — אין דער עת צרה.

 

(טו) ווײַלע אָט איז נאָענט דער יוﬦ יי,

אַף די אַלע פעלקער,

אָט אַזויאָ ווי דו′סט געטאָן, אָט אַזויאָ ′עט אַﬢיר אָפּגעטאָן ווערן,

דײַן אופפיראַכץ ′עט ﬢיר אַף די אייגענע קאָפּ אָפּגעטאָן ווערן.

(טז) ווײַלע אָט אַזויאָ ווי איר′ט⸗זאַך אַף מײַן הר קודש אָנגעטרונקען, 

′לן⸗זאַך תמיד אָנטרינקען די אַלע פעלקער,

אָפּטרינקען און אָפּשלינגען,

און ס′עט זײַן — אַזוי ווי זיי וואָלטן גאָר קיינמאָל ניט געווען. 

 

(יז) נאָר וואָדען —

אַפן הר ציון ′לן זיך טרעפן די פּליטים,

און הייליק ′עט דאָס זײַן,

און דער בית יעקב ′עט די ירושה זײַנע יַרְשענען;

 

(יח) בית יעקב ′עט זײַן — פײַער;

און בית יוסף ′עט זײַן — אֵש להָבֿה;

דער בית עשו — אַ תל פון שטרוי,

אַוואָס מ′עט אָנצינדן און אופעסן,

אַז קיין שִָׂריד⸗וּפִָּליט ′עט דעם בית עשו ניט בלײַבן —

ווײַלע אָט אַזויאָ האָט גערעדט גאָט.

 

(יט) און אָטאָ די⸗אָ, אַוואָס אין נגב ′לן — דעם הר עשו יַרשענען,

און די פון די שפילה — די פּלישתים,

איז כל⸗שכן — די פעלד פון אפריﬦ און די פעלד פון שומרון;

און בנימין — דעם גִּלְעָד.

 

(כ) און אָטאָ דער המון אַוואָס אין גלות פון ﬢי בני ישרﬡל,

וואָס זײַנען מיט די כנענים צושפּרייט אַזש ביזקל אין צָרְפַֿתֿ;

און אָטאָ דער המון אַוואָס אין גלות פון די ירושַלמער אַוואָס אין סְפָֿרַד,

זיי′לן אָפּיַרשענען די שטעט פונעם דרום.

 

(כא) בעלי⸗ישועה ′לן אַפן הר ציוֹן אַרופעט,

און אָפְמשפּטן דעם הר עשו;

און די מלוכה ′עט זײַן — אֲדֹנָיען.

 

וְעָלוּ מֹושִׁעִים בְּהַר צִיֹּון לִשְׁפֹּט אֶת־הַר עֵשָׂו וְהָיְתָה לַיהֹוָה הַמְּלוּכָה׃

 

 

חזק

 

 


  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • ניסן תש″ף

 

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.