Amos in Lithuanian Yiddish

 


 

עמוס

 

הילע געצייכנט פון גיעדרע בעצאָניטע  |   Cover illustration by Giedrė Beconytė        

 

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

 

צום אייביקן אָנדענק פון אונדזער נ″ך לערערין יוכבד (האַריעט) דזשאַספּער (1917 – 1977), וואָס האָט מיט אונדז אינספּירירנדיק געלערנט דעם ספר עמוס אין דער מזרח⸗מידוואוד טאָגשול אין ברוקלין הבירה

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה    ו     ז     ח     ט

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב    ☜ הושע    ☜ עבדיה    ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

בווילנא

 

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום עמוס לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשט

אַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

 

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) די ווערטער פון עָ מ וּ ס ן, וואָס איז געווען צווישן די פּאַסטעכער אין תּקוֹעַ, אַוואָס ער האָט חזיון געהאַט איבער ישראל אין די יאָרן פון עוּזִיָּה מלך יהודה; און — אין די יאָרן פון יְרָבְֿעָם בֶּן יוֹאָשׁ מֵלֶךְ ישראל, אַ צוויי יאָר פאַר דער ערדציטערניש. 

(ב) אָט אַזויאָ ט′ער געזאָגט:

 

פון ציון טוט יי רעווען,

און פון ירושלים טוט ער דעם קול זײַנעם געבן,

און אין אבילות ′עלן זײַן די שטיבלעך באַ די פּאַסטעכער,

און אוֹיסגעטריקנט דער כרמל⸗שפּיץ.

(ג) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון דַּמֶּשֶׂק — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן:

אַוואָס מיט דרעש⸗אײַזנס האָבן זיי אָ⸗דיאָ אַוואָס אין גִּלְעָד געטאָן צעדרעשן.

(ד) איז וועלעך אַ פײַער אָנשיקן אַפן בֵּית⸗חֲזָאֵל,

און ער′ט אופעסן די פּאַלאַצן וואָס באַ בֶּן⸗הֲַדָדְן;

(ה) און כ′ל צוברעכן דעם ריגל⸗אײַזן פון דמשק,

און די תושבים פונעם בִּקְעַת⸗אָוֶן ′עלעך כורת זײַן,

און פונעם בֵּית⸗עֶדֶן —

אָטאָ דעם וואָס האַלט⸗זאַך אָנעט אָן מלכות⸗שטעקעלע;

און דער פאָלק אֲרַם וועט אין גלות אַוועק, אַזש קיין קיר;

אָט אַזויאָ האָט דאָך געזאָגט יי.

(ו) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון עַזָּה — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן אַרוֹיסגעפירט אין גלות אַ ל ע מ ע ן,

זיי איבערגעבן די אֱדוֹמער.

(ז) איז וועלעך אַ פײַער אָנשיקן איבערן עַזהר שטאָט⸗מוֹיער,

און ער′ט די פּאַלאַצן וואָס באַ זיי אופעסן;

(ח) און די תושבים פון אַשְׁדּוֹד ′עלעך כורת זײַן,

און פון אַשְׁקְלֹון אָטאָ דעם וואָס האַלט⸗זאַך אָנעט אָן מלכות⸗שטעקעלע;

און די האַנט מײַנע ′עלעך אַף עֶקְרוֹן אַריבערפירן,

און די איבערבלײַבעכץ אַוואָס באַ די פּלישתים ′עט פאַרלאָרן גיין,

אָט אַזויאָ האָט דאָך געזאָגט יי אלהים.

(ט)  איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון צוֹר — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן די אֱדוֹמער אַרוֹיסגעפירט אין גלות — אַ ל ע מ ע ן,

און זיך ניט פאַרגעדענקט אינעם ברית אחים.

(י) איז וועלעך אַ פײַער אָנשיקן איבערן צוֹרער שטאָט⸗מוֹיער,

און ער′ט די פּאַלאַצן וואָס באַ זיי אופעסן.

(יא) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון אֱדוֹם — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן דעם ברודער זייערן מיטן שווערד געטאָן רודפן,

און די רחמנות גופא — צעשאָכטן.

און אייביק געריסן האָט באַ עם דער כעס,

דעם גרימצאָרן אַף אייביק אופגעהיט.

(יב) איז וועלעך אַ פײַער אַף תּיֵמָן אָנשיקן,

און ער′ט אופעסן אין בָּצְרָה די פּאַלאַצן.

(יג) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון די בְּנֵי עַמּוֹן — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן די טראָגעדיקע פרוֹיען פון גלעד צעשפּאָלטן,

בכדי די גרעניץ וואָס באַ זיי פאַרציען.

(יד) איז וועלעך אַ פײַער אַפן שטאָט⸗מוֹיער פון רַבָּה אונטערצינדן,

מיט אַ תרועה גדולה אין טאָג פון מלחמה, 

אין אַ הוראַגאַן — אין טאָג פון שטורעמווינט.

(טו) און דער מלך וואָס באַ זיי ′עט אין גלות אַוועקעט,

ער, מיט די שרים זײַנע אינאיינעם.

אָט אַזויאָ האָט דאָך געזאָגט יי.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון מוֹאָבֿ — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן געטאָן פאַרברענען די ביינער פונעם מלך אדום — אַף ליים,

(ב) איז וועלעך אַ פײַער אַף מואב אָנשיקן,

און ער′ט די פּאַלאַצן אַוואָס אין קְרִיּוֹת אופעסן,

אין מלחמה⸗ברום ′עט אומקומען מואב, מיט אַ קול שופר, אַ תרועה גדולה;

(ג) און דעם שופט ′עלעך פון זײַן וועזן כורת זײַן,

און די אַלע שרים זײַנע ′עלעך מיט עם אינאיינעם אַוועקהאַרגענען. 

אָט אַזויאָ האָט דאָך געזאָגט יי.

(ד) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון יהודה — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן מיאוס זיך אָפּגעזאָגט פון גאָטס תורה,

און זײַנע געזעצן ניט אָפּגעהיט;

די ליגנס זייערע האָבן זיי געטאָן פאַרפירן,

יע, אָטאָ די⸗אָ אַוואָס זייערע אבות זײַנען שוים אַנאָך זיי געגאַנגען.

(ה) איז וועלעך אַ פײַער אַף יהודה אָנשיקן,

און ער′ט די פּאַלאַצן אַוואָס אין ירושלים אופעסן.

(ו) איז אָט אַזויאָ טוט גאָט זאָגן:

אַף דרײַ זינד פון ישראל — נאָר אַפיר, ′עלעך די זאַך ניט קאַַריקרופן,

אַלמאי זיי האָבן פאַר געלט דעם צדיק געטאָן פאַרקויפן,

דעם אָרעמאַן אַף אַ פּאָר שיך.

(ז) זיי גלוסטן אַזש נאָך אַן עפרא דארעא,

אַבי אַף די קאָפּ פון אָרעמעלײַט,

און דעם פּשוטן מענטשן קערן זיי פון וועג אַראָפּעט.

אַז אַ מאַנסביל און דער טאַטע זײַנער גייען צו די זעלביקע מיידל,

אַבי מחלל זײַן דעם הייליקן נאָמען מײַנעם.

(ח) און אַף קליידער וואָס זיי האָבן צוגענומען, פאַרמַשכּנטע,

טוען זיי זיך אַוועקלייגן, אַלעבן יעטווידער אָפּער⸗טיש,

און טרינקען דעם קנס⸗ווײַן, אַלץ שטראָף צוגענומען,

אין הוֹיז פון די אָפּגעטער זייערע. 

 

(ט) אַז כ′האָב פון זייערטוועגן אוֹיסגעטיליקט

דעם אֱמֹרִי פון פאַר⸗זיי,

אַוואָס באַ עם איז די הייך אָט ווי די הייך פון טענענביימער,

און שטאַרק איז ער ווי אַ דעמב,

און דאָך האָבעך אוֹיסגעטיליקט —

פון אויבן זײַנע פּירות און פון אונטן זײַנע וואָרצלען.

 

(י) און איך האָב אײַך אַרוֹיפגעבראַכט פון לאַנד מצרים

און מיט אײַך אָנגעפירט אין דער מדבר פערציק יאָר

אַף אָפּיַרשענען די לאַנד פון די אֱמוֹרים.

 

(יא) פון די קינדער אַוואָס באַ אײַך האָב איך אופגעשטעלט אַזש נביאים,

און פון די זין אײַערע: נזירים —

צי איז עס דען ניט אַזויאָ, אָ בני ישראל?

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

(יב) און איר? די נזירים ט′איר מיט ווײַן אָנגעטרונקען,

און די נביאם ט′איר אַ קאַמאַנדע געגעבן:

„זאָגט ניט קיין נביאות!“

(יג) איז אָט ′עלעך איך אײַך פון אונטן אָנסקריפּען,

גלאַט ווי ס′טוט סקריפּען דער וואָגן,

וואָס ער איז מיט גאַרבן אָנגעפילט;

דער לויפער ′עט צום מקום מקלט ניט דערלויפן;

און דער כח פון שטאַרקן ′עט ניט סטײַען,

אַ גיבור ′עט⸗צאַך אויכעט ניט אָפּראַטעווען;

אָ⸗דער וואָס ס′האַלט דעם בויגן ′עט ניט באַשטיין,

 און דער גרינגער אַף די פיס ′עט⸗צאַך אויכעט ניט אָפּראַטעווען.

דער סאַמע באַהאַרצטער פון צווישן די גיבורים,

אין אָט יענעם טאָג ט′ער גאָר פּליטה מאַכן — אַ נאַקעטער.

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) איז הערט⸗זשע⸗זאַך צו צום וואָרט,

אַוואָס ס′האָט געטאָן ריידן מיט אײַך יי,

אָ בני ישראל — די ג אַ נ צ ע משפּחה,

אַוואָס כ′האָב אַרופגעפירט פונעם לאַנד מצרים,

אַזוי צו זאָגן: 

 

(ב) אײַך, נאָָר אײַך אַליינעט האָבעך דען האָלט געהאַט,

פון די אַלע משפּחות וואָס אַף דער ערד פאַראַן;

אַטאַקע דערפאַר ′עלעך די זינד אײַערע קעגן אײַך גיין אופציילן.

(ג) צי גייען דען צוויי באַנאַנד, סײַדן זיי האָבן אָט אַזוי ניט אָפּגערעדט?

(ד) צי ′עט אין וואַלד אַ לייב דען רעווען, אַז באַ עם איז ניטאָ אַוואָס פאַַרצוקן?

און אַ לייבל, ט′ער זײַן קול געבן פון די נאָָרע,

אַז ער′ט קיין שום זאַך ניט געכאַפּט?

 

(ה) צי וועט דען אַ פויגל אַראָפּפליען אין אַ פּאַסקע אַף דער ערד,

אַז קיין פאַנג⸗שפּײַז איז ניטאָ?

און די פּאַסקע גופא, ′עט זי גלאַט פון דער ערד אַרוֹיסעט,

אויב ניט אַף אַ כאַפּעניש כאַפּן?

(ו) צי ′עט מען דעם וואָרן⸗שופר פאַרן שטאָט גיין בלאָזן,

און דער פאָלק זאָל ניט פאַרציטערט ווערן?

און אַ שלעכטיקײַט ט′אין שטאָט זײַן —

און גאָט האָט איר דען ניט געפּועלט?

(ז) ווײַלע גאָט, יי, ′עט קיין שום זאַך ניט גיין פּועלן,

סײַדן ר′זאָל ניט מגלה סוד זײַן, 

זײַנע קנעכט — די נביאים.

 

(ח) רעוועט אַ לייב — ווער′ט דען ניט מורא האָבן?

גאָט, יי, נעמט ריידן — איז ווער′ט דען ניט גיין אַ נביא ווערן?

 

(ט) איז גיט צו הערן אָדאָרטן אין די פּאַלאַצן פון אשדוד,

און אין די פּאַלאַצן אַוואָס אין לאַנד מצרים,

און טוט זאָגן:

 

זאַמלט זיך אַקעגנאיבער די הָרֵי שׁוֹמְרוֹן,

קוקט⸗זשע נאָר צו, די גרויסע מהומות אַוואָס אָדאָרטן⸗אָ,

און די אונטערגעיאָגטע מענטשן אַוואָס באַ איר פאַראַן.

(י) לויטן דרך הישר טאָן ווייסן זיי דען ניט,

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

אַוואָס זיי קלײַבן⸗זאַך פאַר אוצרות

אין די פּאַלאַצן זייערע — רוֹיבער מיט גזילות.

 

(יא) דרום טוט אָט אַזויאָ זאָגן גאָט יי:

אָט אַ פײַנט — און רונד אַרום איז ער, אין סאַמע לאַנד גופא,

און נעמט באַ דיר אַראָפּעט די גאַנצע גבורה דײַנע,

אַז די פּאַלאַצן דײַנע וועלן אַ תל ווערן. 

 

(יב) אָט אַזויאָ זאָגט יי:

אָט ווי אַזוי ס′ראַטעוועט דער פּאַסטעך פון מוֹיל וואָס בײַם לייב,

צוויי פיס צי אַ שטיקל פון עווער,

אַף אַזאַ מין אופן וועלן זיך אָפּראַטעווען די בני ישראל,

אַוואָס אין שומרון טוען זיי אײַנוואוינען,

מיט אַ שטיק דיוואַן און אַן עק פון אַ דַּמֶּשׂקער בעט.

(יג) הערט⸗זשע, זאָגט⸗זשע דען עדות פאַרן בית יעקב,

אָט אַזויאָ זאָגט גאָט יי דער האַר פון די צבאות — 

(יד) ווײַלע אינעם טאָג ווען כ′ל⸗זאַך מיט די זינד פון ישראל,

מיט זיי⸗זאַך אָפּרעכענען,

און כ′ל⸗זאַך אָפּרעכענען פאַר די מזבחות אין בֵּית⸗אֵל,

ס′עט אָפּגעהאַקט ווערן די הערנער פון מזבח,

און זיי′לן אַף דר′ערד טאָן אַראָפּפאַלן.

(טו) די ווינטערדיקע הוֹיז ′עלעך צעמַכּהנען,

אינאיינעם מיט די הוֹיז די זומערדיקע, און ס′לן —

אָנגעוואָרן ווערן די הײַזער פון העלפאַנטביין,

אַ פולע הײַזער ′לן אַניט⸗ווערן.

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

 

≡≡ פּרק ד ≡≡

 

(א) איז אָט וואָס זאָלט איר אוֹיסהערן, איר⸗אָ, בהמות פון בָּשָׁן,

אַוואָס אַפן הר שומרון,

וואָס פאַרצוקן דלפנים און טאָן צוברעכן אביונים,

וואָס זיי זאָגן זייערע מענער: „נו — דערלאַנג, און מ′עט⸗זאַך אָנזשלאָקען!“

 

(ב) האָט גאָט אַ שבועה געטאָן אַף די גאָרע הייליקײַט זײַנע,

אַז אָט גייען קומען אַף אײַך טעג אַזעטקענע,

אַז מיט קרוקעס ט′מען אײַך אַוועקטראָגן,

און די איבערבלײַבעכץ צום סוף — מיט פיש⸗רינגלעך;

(ג) אַדורך די דורכברעכן אין שטאָט⸗מוֹיער,

אוואָס פון זיי′ט איטלעכע אשה אַרוֹיסעט,

און מ′עט זיי אַזש אין פּאלאַץ פון פאַרשלקאַפטע נקבות אַ וואַרף טאָן.

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

(ד) איז קומט אין בית⸗אל — און זינדיקט,

אין גלגל — און זינדיקט וואָסאַמאָל נאָכמער,

ברענגט אַף אינדערפרי די קרבנות אײַערע,

און צאָלט מעשר צום דריטן טאָג; 

(ה) און פון חמץ ברענט⸗זאַך אַ קרבן דאַנקונג,

און נדבה⸗קרבנות רופט אוֹיסעט און לאָזט הערן,

ווײַלע אָט אַזויאָ האָט איר דאָך האָלט, אַניט, בני ישראל?

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי אלהים.

 

(ו) האָבעך אַף אײַך דערצו אָנגעשיקט,

אַ רייניקעניש פון ציינער באַ אײַך אין אײַערע אַלע שטעט,

אַן אוֹיספעלעניש פון ברויט באַ אײַך אין די אַלע מקומות.

און איר′ט⸗זאַך פאָרט נאָכניט אומגעקערט —

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

(ז) האָבעך דאָך אויכעט פון אײַך דעם רעגן פאַרהאַלטן,

אַז ס′האַלט אַזש חדשים דרײַ פאַרן שניט —

אַף איין שטאָט האָב איך געטאָן באַרעגענען,

און אַף אַ צווייטע ווידער ניט;

איינער אַ חֵלְֶקְל איז באַרעגנט,

און אַ צווייטער וואָס אַף עם ט′ניט אַ רעגן געטאָן, 

′עט אַן אוֹיסגעטריקנטער בלײַבן;

(ח) האָבן⸗זאַך פאַרוואָגלט אַ צוויי⸗דרײַ שטעט,

ביז אין איינעם אַ שטאָט,

אַ טרונק וואַסער טאָן,

און זעטיקן זיך פונדעסטוועגן ניט אָן.

און איר′ט⸗זאַך פאָרט נאָכניט אומגעקערט —

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

(ט) האָבעך אײַך אַ מכה געגעבן מיטן שדָפון און מיטן ירָקון;

דעם רוב פון די גערטנער מיט די ווײַנגערטנער אײַערע,

מיט די פײַגנביימער און איילבערטן,

האָט דאָך אופגעפרעסן דער גָּזָם⸗היישעריק.

און איר′ט⸗זאַך פאָרט נאָכניט אומגעקערט —

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

(י) האָבעך באַ אײַך דעם דֶּבֶר⸗עיפּוש אָנגעשיקט אַפן שטייגער פון מצרים,

און בחורים אײַערע מיטן שווערד אַוועקגעהַרגעט,

מיט אײַערע פערד, אין געפענקעניש;

און די שטינקעכץ פון אײַער מחנה,

האָבעך אַרופגעפירט אײַך אין די נאָזלעכער אַרײַנעט.

און איר′ט⸗זאַך פאָרט נאָכניט אומגעקערט —

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

 

(יא) האָבעך געמאַכט באַ אײַך אַן איבערקערעניש,

אָט אַזוי ווי די איבערקערעניש אַוואָס ס′האָט גאָט געמאַכט,

פון סדום און פון עמורה,

געגליכן זײַט איר געווען צו אַ בראַנד,

אַוואָס מען ראַטעוועט אַרוֹיסעט פון אַ שריפה.

און איר′ט⸗זאַך פאָרט נאָכניט אומגעקערט —

אָדאָס איז די זאָגונג פון יי.

(יב) דרום ל′עך אײַך אָט אַזויאָ אָפּטאָן, ישראל,

און ווײַלע אָדאָס⸗אָ גיי איך אײַך אָפּטאָן,

זאָלט איר זיך אַזוי ריכטיק צוגרייטן,

אײַער גאָט באַגעגענען, אַ, ישראל!

(יג) איז ער דאָך אָטאָ דער וואָס פורעמט אוֹיסעט די בערג,

דער בורא פון ווינט,

און דעם מענטשן טוט ער זײַנע מעשים פאַרקונדיקן;

וואָס מאַכט פון מאָרגנשטערן אַ פינצטערניש,

און טרעט איבער די הייכן פון דער ערד —

יי איז דער נאָמען זײַנער, אלהי צבאות.

                         

≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) הערט אָטאָ דעם⸗אָ וואָרט, אַוואָס איך טראָג אַף אײַך אַ הספּד, אָ בית ישראל:

(ב) זי איז געפאַלן און ′עט ניט מערן אופשטיין,

די בתולת ישראל,

אין איר אייגענע לאַנד פאַרוואָרלאָזט,

ניטאָ אַווער זאָל איר אַ הייב⸗אופעט טאָן.

 

(ג) ווײַלע אָט אַזויאָ טוט זאָגן גאָט — יי:

אַ שטאָט וואָס ציט אוֹיסעט אַף חיילות טוֹיזנט —

′עט איר איבערבלײַבן ווערן מערניט הונדערט;

און אָטאָ די⸗אָ וואָס ציט אוֹיסעט הונדערט — 

′עט איר איבערבלײַבן פון בית ישראל מערניט צען.

 

(ד) ווײַלע אָט אַזויאָ זאָגט גאָט דעם בית ישראל:

קומט מ י ר זוכן, ′עט איר לעבן!

(ה) און גייט ניט זוכן אָדאָרטן אין בית⸗אֵל,

און אינעם גִּלּגָּל קומט ניט אָנעט,

און אין באר⸗שבע גייט ניט אַדורכעט —

ווײַלע דער גלגל ′עט אין גלות פאַרגָלותט ווערן,

און פון בית⸗אֵל ′עט גאָרנישניט פאַרבלײַבן;

ו() קומט גאָט זוכן, ט′איר לעבן —

אַניט ט′ער ווי אַ שריפה אין בית⸗יוסף אופפלאַקערן,

און ס′עט אופפרעסן,

און קיין לעשער ט′ניט זײַן —

(ז) אָט איר, וואָס איר מאַכט פון גערעכטיקײַט אַ פאַרווערימטע ברעט,

און גוטיקײַט טוט איר אָן דר′ערד אַ שלײַדער.

 

(ח) דער באַשאַפער פון די שטערן „כּימָה“ און „כְּסִיל“, 

אָ⸗דער וואָס מאַכט פון פרימאָרגן אַ טויטפינצטערניש,

אַוואָס רופט אוֹיסעט צו די וואַסערן פון ים,

און טוט זיי אַ גיס⸗אוֹיסעט אַף דער ערד —

יי איז זײַן נאָמען.

(ט) ער ברענגט צעפַּּטֶרניש דעם שטאַרקן,

און צעפַּטֶרניש ′עט אַף די פעסטונג אָנקומען.

(י) פאַרהאַסט האָבן זיי באַם שטאָט⸗טויער דעם מוסר⸗זאָגער,

און געעקלט איבער דעם אַוואָס ער זאָגט דעם אמת.

 

(יא) איז דרום: דאַרוף וואָס איר′עט דעם אָרעמאַן צעטראָטן,

און באַ עם צוגענומען אַ קאַפּ תבואה,

זיך אַליין ט′איר אוֹיסגעסטראָיעט הײַזער פון געשליפענעם שטיין, —

נאָר וואָדען, אין זיי ט′איר ניט לעבן;

געלוסטיקע ווײַנגערטנער ט′איר פאַרפלאַנצט,

נאָר דעם ווײַן זייערן ט′איר ניט אוֹיסטרינקען.

 

(יב) אַלמאי איך ווייס דען וויפל זײַנען באַ אײַך די זינד,

ווי שטאַרק אײַערע חטאים,

איר זײַט מוטשער פונעם צדיק, נעמער פון אוֹיסלייז⸗געלט,

און אביונים טוט איר פון שטאָט⸗טויער פאַרטרײַבן;

(יג) דרום וואָלט דער קלוגער אין אָטאָ די צײַט אַ שווײַג מאַכן —

אַז ס′דאָך אַן עת⸗רעה.

 

(יד) איז: זוכט זשע זעליקײַט און ניט קיין בייז

אַף דערוף איר זאָלט לעבן,

און טאַקע אָט אַזויאָ ט′זײַן: גאָט — יי צבאות, 

′עט מיט אײַך זײַן אָט אַזוי ווי איר′ט דאָך געזאָגט. 

 

(טו) איז: זאָלט איר פײַנט האָבן שאַלקהאַפטיקײַט און האָלט האָבן גוטיקײַט,

און אַ משפּט אַ רעכטפאַרטיקן ווײַזט באַם שטאָט⸗טויער אַרוֹיסעט,

און אפשר ′עט גאָט אַפן שארית יוסף אַ רחמנות האָבן.

(טז) דרום טוט אָטאַזויאָ זאָגן גאָט,

אלהי צבאות — יי,

אַף אַלע גאַסן ′עט אַ הספּד זײַן,

און אַף אַלע געסלעך ט′מען זאָגן: „אוי וויי, אוי וויי!“

און דער אַקערמאַן ′עט צו אבילות רופן,

און דער טרוֹיערער — צו אוֹיסקענער אין קלאָגן.

(יז) און אין אַלע ווײַנגערטנער — אַ קלאָגעניש,

ווײַלע אַדורך וועלעך אין אײַערע מקומות —

אַזוי האָט דאָך גאָט געזאָגט.

 

(יח) אַזאָכנוויי אָ⸗די וואָס האָבן אַ תאווה צום „יום יי“:

אַצו וואָס אײַך אַ „יום יי“, אַ,

אַז ס′איז דאָך חושך און ניט קיין ליכט?

 

(יט) אָט אַזויאָ ווי אַ מענטש פון אַ לייב טוט אַנטלויפן,

און ס′טרעפט⸗זאַך דאַן אָן אין עם אַ בער,

קומט ער אָנעט אַהיים, לענט ער אָנעט די האַנט אָן וואַנט —

טוט עם אַ ביס אַ שלאַנג!

 

(כ) צו איז דען ניט חושך דער יום יי, און ניט קין ליכט,

אַ שטאָק פינצטערניש, אַוואָס קיין איינציקער גלאַנץ איז דערײַן ניטאָ.

 

(כא) כ′האָב פײַנט, ס′עקלען מיר אײַערע יום⸗טובים,

און אין אײַערע אסיפות כ′לעך ניט אַרײַנשמעקן

(כב)  אַפילו אַז איר שיקט מיר אופעט די קרבן⸗עולהס,

און אײַערע מנחות — ל′עך ניט וועלן,

אײַערע קרבן⸗שלמימס פון אָנגעשטאָפּטע בהמות ′עלעך ניט אָנקוקן.

 

(כב) טוט פון מיר אָפּעט דעם טומל פון די לידעלעך באַ אײַך,

און די ניגונים פון די פידלען ל′עך ניט הערן. 

 

(כד) נײַערט:

זאָל אופכוואַליען דער רעכטפאַרטיקער משפּט ווי אַ וואַסער,

און גערעכטיקײַט ווי אַ גאַנציאָריקער טײַכל.

(כה) וואָס, איר האָט מיר דען צוגעטראָגן קרבנות — זבָחים מיט מנָחות,

אַפערציק יאָר אין דער מדבר, — אַ, בית ישראל? 

 

(כו) דרום:

טראָגן ′עט איר מיט⸗זאַך דעם מֵלֶךְ מ′שטיינס געזאָגט, אײַערן — „סִכּוּת“,

מיטן אָפּגאָט אײַערן — „כּיּוּן“,

מיטן גאָט מ′שטיינס געזאָגט אײַערן — „כּוֹכַב“,

אַוואָס איר′ט⸗זאַך פאַרזעך געמאַכט, מיט זיי 

(כז) ′עלעך אײַך אין גלות אָפּפירן,

אַנאָך ווײַטער ווי אין דַּמֶּשֶׂק,

זאָגט יי, דער אלהי צבאות, אַזוי איז זײַן נאָמען.

 

≡≡ פּרק ו ≡≡

 

(א) אַזאָכנוויי אָטאָ די וואָס שפּירן זיך רואיק אין ציון —

צו זיכער באַ זיך אַפן הַר שֹׁמְרוֹן,

די פְּנֵי אַזש פונעם ערשטראַנגיקן פון די פעלקער,

וואָס צו זיי טוט דער בית ישראל גיין —

(ב) איז גייט אַדורכעט אין כַּלְנֶה או טוט זשע אַ קוק אָנעט,

און פון דאָרטן אף חֲמת⸗רַבָּה,

אין נאַכער אין גַּת⸗פְּלִישְׁתִּים:

זײַנען זיי דען בעסער איידער אָטאָ די⸗אָ מלוכות?

זייער גרעניץ אַגרעסער פון זייעריקן?

 

(ג) איר⸗אָ, אַוואָס איר לייגט אָפּעט דעם בייזן טאָג,

און טוען טוט איר אָנקומען אַף זיצעניש אין סאַמע גזלנות;

(ד) אָטאָ די וואָס לייגן זיך אוֹיסעט אַף בעטן פון העלפאַנטביין, 

ציען זיך אוֹיסעט אַף די דיוואַנעס זייערע,

עסן⸗זאַך אָנעט מיט די פעטסטע פון די שאָף,

און קעלבער פון אָנשטאָפּ⸗הײַזל;

 

(ה) זיי קלאַפּן אַף די סטרונעס,

וואָס קלערן⸗זאַך צו כּלֶיזמָרִישע כלים —

ווי להבדיל באַ דָּוִדְן. 

(ו) ווײַן טרינקען זיי אָנעט פון אַ שיסל,

און שמירן⸗זאַך אָנעט מיטן ערשטיקן אייל,

און זיי ערגערט ניט דער בראָך וואָס — באַם פאָלק פון יוספן. 

(ז) דרום:           

איצטערטאָ וועלן זיי אין גלות פאַרשיקט ווערן,

באַם אויבנאָן פון די גולאים,

אוֹיס מיט די וואַקכאַנאַליעס זייערע.               

 

(ח) גאָט — יי, אַז ער טוט אַזש אַ שבועה אַף זיך —

אָט אַזויאָ זאָגט יי, אלהי צבאות:

מיר עקלט די גאווה פון יעקבן,

די פּאַלאַצן זײַנע האָבעך פײַנט,

און אָפּפאַרשפּאַרן וועלעך די שטאָט,

אינאיינעם מיט אלציקעדינג וואָס דערײַן, 

(ט) און ס′עט זײַן, אַז ס′עלן אין איינע אַ הוֹיז פאַרבלײַבן אַ צען מענטשן,

וועלן זיי אויכעט אַוועקשטאַרבן,

(י) און איינעמס אַ פעטער, וואָס איז געקומען, אַף פאַרברענען,

די ביינער פון הוֹיז אַרוֹיסנעמען, 

איז טוט ער אַ פרעג אָטאָ דעם וואָס נאָך אין די טיפענישן פון הוֹיז פאַראַן איז: 

„צו איז נאָך אימיצער דאָ באַ דיר?“

זאָגט יענער:  „ניין, זאָלעך –  –“

זאָגט ער עם: „פּתח שין שאַ! דעם שם יי טאָר מען דאָך ניט דערמאָנען!“

 

(יא) ווײַלע אָט טוט גאָט פאַרהייסן,

און אַ הוֹיז אַ גרויסע ט′ער אַף שפּאַנען צעשמעטערן,

און אַ הויז אַ קליינינקע אַף שפּענדעלעך. 

 

(יב) צו וועלן דען פערד לויפן איבער פעלדזן?

צו ′עט מען דען אָדאָרטן מיט רינדער אַקערן?

איר⸗אָ, איר′ט אָבער איבערגעקערט אַ רעכטפאַרטיקן משפּט אַף גאַל,

די פרוכפּערניש פון גערעכטיקײַט אַף אַ פאַרווערימטע ברעט.

 

(יג) אָט איר⸗אָ, אַוואָס איר פרייט⸗זאַך אַף אַ גאָרנישניט,

וואָס זאָגן: „באַ שטאַרקן⸗זאַך האָבן מיר דאָך אַזש הערנער צוגעקומען“ — 

 

(יד) ווײַלע אָט אַזויאָ זאָגט יי אלהי צבאות:

„אָט גיי איך דערהייבן איבער אײַך, אָ בית ישראל,

אַ פאָלק וואָס′ט אײַך פאַרדריקן,

אַזש פון אָדאָרטן, אַוואו מ′קומט אָנעט אין חֲמָת,

און ביזקל אין טײַכל פון דער עֲרָבָה. 

≡≡ פּרק ז ≡≡

(א) אָט אַזויאָ האָט מיר באַוויזן יי אלהים:

אָט באַשאַפט ער גֹּבַֿי⸗היישעריקן, באַם אָנהייב פון די שפּעטיקע תבואה,

און אָט איז עס די שפּעטיקע תבואה שוים נאָכן  שניט דעם מֵלכס;

(ב) און ס′אַזוי געווען, אַז ווען מ′האָט געענדיקט אָפּעסן די גראָז פונעם לאַנד,

טו איך אָט אַזאַ מין זאָג:

„יי אלהים! פאַרגעבן זאָלסטע!

ווער′עט דען יעקב באַשטיין,

אַז ער איז דאָך אַ קליינינקער.“

(ג) האָט אַדערוף יי רחמנות געהאַט: 

„ס′עט ניט זײַן“ — זאָגט יי.

(ד) אָט אַזויאָ האָט מיר באַוויזן יי אלהים:

אָט רופט ער אוֹיסעט, ער קומט, יי אלהים,

אַמפּערן זיך מיט אַ פײַער,

וואָס ס′האָט אופגעגעסן דעם גרויסן אונטערשטן תהום,

און אַ חלק פונעם לאַנד דערצו אויכעט.

(ה)  טו איך אָט אַזאַ מין זאָג:

„יי אלהים! הער זשע אופעט!

ווער′עט דען יעקבן אופשטעלן,

אַז ר′איז דאָך אַ קליינינקער?

(ו)  האָט אַדערוף יי רחמנות געהאַט: 

„דאָס′עט אויכעט ניט זײַן“ — זאָגט יי אלהים.

(ז)  אָט אַזויאָ באַווײַזט ער מיר:

און אָט שטייט יי אַף אַ מוֹיער וואָס מען סטראָיעט מיט אַ בליי⸗שנור,

באַ עם אין האַנט איז דער בליי⸗שנור.

(ח)  איז פרעגט באַ מיר גאָט:

„וואָס זעסטע דען, עמוס?“

איז טו איך אַ זאָג: „אַ בליי⸗שנור“.

זאָגט יי: 

„איז אָט שטעל איך אַ בליי⸗שנור אין סאַמע ישראל, מײַן פאָלק,

אַווײַטער ′עלעך עם מער ניט פאַרבײַלאָזן —

(ט)  די הויכע במות ′לן זײַן פאַרוואָרלאָזט באַ יצחקן,

די מקדָשים ′לן זײַן פאַרוואָרלאָזט באַ ישראלן,

און אַפן בֵּית יְרָבְֿעָם ′לעך אַרוף מיטן שווערד.

 

(י)  דאמאָלסט האָט אֲמַצְיָה דער כהן פון בית⸗אֵל געשיקט צו יְרָבֿעמען, דעם מלך פון ישראל, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אין סאַמע צווישן בית ישראל האָט דער עָמוּס געמאַכט אַ צונויפדַבּרעניש, די גאַנצע רייד זײַנע ט′מען אין לאַנד ניט קענען פאַרדייען; (יא) ווײַלע אָט וואָס ס′האָט אַ זאָג געטאָן עמוס: 

 

„מיטן שווערד ′עט געטייט ווערן יְרָבְֿעָם,

אין גלות ט′מען פאַרגלותן ישראל פון זײַן לאַנד אַראָפּ.“

 

(יב) איז זאָגט אֲמַצְיָה עָמוּסן:

„ר′ נביא! גיי דיר און מאַכן פּליטה! אין ארץ יהודה. דאָרטן ′סטע עסן ברויט און אָדאָרטן ′סטע זאָגן די נביאות. (יג) אין בית⸗אֵל זאָלסט ניט מערן מער קין נביאות זאָגן, אַלמאי ס′דאָך דער מקדש מֵלך, אַן אָרט וואָס געהערט דאָך — מלכות! 

(יד) איז ענטפערט עם עָמוּס, און זאָגט אמציהן:

„כ′בין ניט קיין נביא און ניט קיין נביאס אַ זון! נאָר וואָדען — אַ פּאַסטעך און אַ היילער פון ווילדע פײַגנביימער בינעך. (טו) יי האָט מיר גענומען פון אַהינטער די שאָף, און יי האָט מיר געזאָגט: גיי און זאָג נביאות פאַרן פאָלק מײַנעם, ישראל.  (טז)  איז איצטעראָ, הערט אוֹיסעט דעם דבר יי“ —  —

איר זאָגטעך: „זאָג ניט קיין נביאות אַף די ישראל,

זאָלסט אַפן בית יצחק ניט אָנריידן“.

(יז)  איז דרום טוט זאָגן יי אָט אַזויאָ:

דײַן ווײַב וועט זיך אין שטאָט קורווענען,

און די זין מיט די טעכטער דײַנע וועלן אַפן שווערד פאַלן,

און דײַן לאַנד ′עט מען מיט מעסט⸗שטריק אײַנטיילן,

און דו′סט ווידער אַף טומאהפולער ערד אַוועקשטאַרבן,

און אין גלות אַרײַן ′עט מען ישראל פאַרגלותן.

≡≡ פּרק ח ≡≡

(א) אָט אַזויאָ האָט מיר באַוויזן יי אלהים: אַ קאָרב מיט זומער⸗פאַרטריקנטע פּירות. (ב) איז פרעגט ער: „אַוואָזשע זעסטע, עָמוּס?“

טו איך אַ זאָג: „אַ קאָרב מיט זומער⸗פאַרטריקנטע פּירות.“

זאָגט מיר יי: 

געקומען איז דער סוף⸗זומער צום פאָלק ישראל מײַנעם,

אַווײַטער ′עלעך עם מער ניט פאַרבײַלאָזן.

(ג) און די לידעלעך אַוואָס אין פּאַלאַץ וועלן יללות זײַן,

אָט אזויאָ זאָגט יי אלהים — אַ פולע מתים אומעטום,

אַף יעדן אָרט ווערט אָנגעשיקט אַן אוי⸗שאַ.

 

(ד) איז אָטוואָס הערט אוֹיסעט, איר וואָס שלינגט אָפּעט אביונים,

און טוט פאַרטיליקן די אָרעמעלײַט פונעם לאַנד,

(ה) אַזאָגטאָנדיק: ווען ט′זאַך שוים ענדיקן ראש חודש,

מען זאָל תבואה פאַרקויפן?

און שבת — מען זאָל דעם קאָרן אוֹיסלאָזן,

אַף אַלץ קלענער מאַכן די איפה⸗מאָס, אַלץ גרעסער די שקלים,

אַבי פעלשן מיט אַ וואָגשאָל אַ פאַלשע?

(ו) פאַרקויפן די אָרעמע פאַר זילבער,

און אַן אביון אַף אַ פּאָר שיך,

און דעם אָפּפאַל פונעם קאָרן טוען זיי פאַרקויפן.

 

(ז) טוט גאָט שווערן אַפן שטאָלץ פון יעקבן: 

„צי אַף אייביק ′עלעך די אַלע מעשים זייערע פאַרגעסן“.

 

(ח) אַף דערײַנעט זאָל⸗זעך ניט די לאַנד צורַגזענען?

און אירע תושבים זאָלן קיין אבילות ניט פּראַווען?

ס′עט אַרוף ווי דער טײַך גאַנצערהייט,

צעיושעט, אַף קאַריק אײַנגעזונקען ווערן, אַזש

ווי דער גרויסער טײַך פון מצרים.

 

(ט) און ס′עט זײַן, אין אָט יענעם טאָג,

אָט אַזויאָ זאָגט יי אלהים:

כ′ל די זון אַזש אינמיטן טאָג אומקערן,

און אין ליכטיקן טאָג טאָן פאַרפינצטערן;

(י) און אײַערע יום⸗טובים אַף אבילות איבערקערן,

און אײַערע לידלעך — אַף קינות;

און אָנטאָן איטלעכן אַף די לענדן — זאַק;

און אַף אַיעדער קאָפּ — אַ פּליך;

כ′ל עס שטעלן ווי אַבילות נאָך אַ בן יחיד,

מיטן סוף אין אַ טאָג אַ ביטערן.

 

(יא) איז אָט קומען אָן טעג אַזעטקענע,

אָט אַזויאָ זאָגט יי אלהים,

און אַ הונגער ′עלעך אינעם לאַנד אָנשיקן,

ניט קיין הונגער אַף ברויט,

קיין דאָרשטעניש ניט אַף וואַסער,

נאָר וואָדען — אַף צו האָרכן די ווערטער פון יי.

 

(יב) און זיי וועלן וואַנדערן פון איין ים ביזקל אַן אַנדערן ים, 

און פון צפון און ביזקל אין מזרח, 

′עלן זיי אַרומלויפן אוֹיסזוכן דעם דבַר יי —

און ניט טרעפן.

 

(יג) אין אָט יענעם טאָג וועלן אַוועקחלשן,

די בתולות די שיינע, מיט די בחורים, פון דאָרשטיקײַט.

 

(יד) אָטאָ די⸗אָ וואָס שווערן באַ די אָפּגעטערין, די אַשמה — זינד פון שומרון,

און זאָגן, „לעבן זאָלן דײַנע געצן, דָן“,

און „לעבן זאָל דער וועג אַף באר⸗שבע,

פאַלן ′לן זיי, און אַווײַטער ′לן זיי ניט אופשטיין.

≡≡ פּרק ט ≡≡

(א) געזען האָבעך יי,

אַשטייענדיק אַף דעם מזבח, אַזאָגטאָנדיק:

 

בוך דעם דאַך⸗שפּאַר און אַ דערשיטערניש אין די שוועלן!

צעברעקלט איבער די קעפּ פון זיי אַלעמען,

די לעצטע וואָס בלײַבן מיטן שווערד כ′לעך דערהרגענען,

ס′עט ניט אַנטלאָפן ווערן קיין איין אָפּגעראַטעוועטער,

ס′עט ניט אַנטרונען ווערן קיין איינאיינציקער פָּליט.

 

(ב) כאָטש זיי גראָבן⸗זאַך אין שאול תחתיה אַרײַנעט,

וועט די האַנט מײַנע זיי פון אָטאָ דאָרטן צונעמען.

זאָלן זיי אַפן הימל אַרופעט,

כ′לעך זיי פון אָדאָרטן אַראָפּנעמען.

 

(ג) און טאָמער אַפן שפּיץ פונעם כרמל ל′ן זיי זיך אויֹסבאַהאַלטן, 

′עלעך זיי פון אָדאָרטן אָפּזוכן און אַוועקנעמען.

 

און טאָמער זיי′לן זיך אַפן גרונט פונעם ים זיך אָפּטאָן פון פאַר מײַנע אויגן, 

′עלעך פון אָדאָרטן אַ קאָמאַמדע געבן דעם שלאַנג און ער′ט זיי אָפּבײַסן.

 

(ד) און טאָמער ט′מען זיי אין געפענקעניש נעמען בײַ זייערע שונאים,

′עלעך פון אָדאָרטן אַ קאָמאַמדע געבן פאַר די שווערד, און ס′עט זיי אַוועקהרגענען.

אַכלל: מײַנע אויגן שטעל איך אַף זיי אַרוֹיסעט,

לְרָעָה — און ניט לְטוֹבָה.

(ה) און יי, אלהים פון די צבאות,

טוט ער אַ טשעפּע אָן לאַנד און זי ווערט אַזש צעגאַנגען,

און די תושבים אַוואָס אָדאָרטן אבילות פּראַווען,

זי′עט אַרופעט ווי דער טײַך גאַנצערהייט,

און אײַנגעזונקען ווערן, ווי דער טײַך פון מצרים.

 

(ו) אָ⸗דער וואָס בוֹיט אַפן הימל זײַנע אייבערשטיבלעך,

און די אײַנזאַמלעניש זײַנע האָט ער אַף דער ערד געגרונטפעסטיקט;

וואָס רופט אוֹסעט צו די וואַסערן פונעם ים,

און צעגיסט זיי ווידער אַפן אייבערפלאַך פון דער ערד — יי איז באַ עם דער נאָמען.

(ו) זײַט איר מיר ניט אָט ווי די שוואַרצע בּנֵי כּוּשׁ,

איר, בני ישראל?

האָבעך דאָך ניט די ישראל פון ארץ מצרים אַרופגעפירט?

די פּלישתּים פון כפתור,

און די אַראַמייער פון קיר?

(ח) אָט זײַנען באַ יי אלהים די אויגן אַף —

דער מלוכה פון זינדיקײַט,

פאַַרטיליקן ′עלעך איר,

פון אַף דער אייבערפלאַך פון דער ערד,

אַנאָר וואָדען, פאַרטיקליקן ′עלעך ניט פאַרטיליקן —

די הוֹיגגעזונד פון יעקבן.

אָט אַזויאָ איז די זאָגונג פון גאָט.

 

(ט) ווײַלע אָט טו איך אַ קאָמאַנדע געבן,

און כ′ל אומעטום צעזיפּן באַ די אַלע גוים דעם בית ישראל,

אָט אַזוי ווי מען זיפּעט די קלײַען אין זיפּ,

און קיין קלענסטע שטיקעלע ′עט אַף דר′ערד ניט אַראָפּפאַלן.

 

(י) אַפן שווערד ל′ן שטאַרבן די אַלע זינדיקע פון מײַן פאָלק,

אָ⸗די אַוואָס זיי טוען זאָגן: 

„אַז באַ אונדז ′עט די רָעָה —

ניט צוקומען, ניט פאָראוֹיסגיין“.

(יא) אין אָט⸗אַיענעם טאָג —

′עלעך די סוכה, דָּוִדס, די אײַנגעפאַלענע, 

פאַרצאַמען די דורכבראָכן,

און די חורבות אוֹיסהייבן,

און אופבוֹיען ′עלעך עס,

ווי אין די גאָראַמאָלעדיקע יאָרן.

(יב)  בכדי זיי זאָלן די איבערבלײַבעכץ יַרְשענען,

פון אדום און פון די אַלע גוים,

אַוואו נאָר ס′ווערט אָטאָ דאָרטן⸗אָ מײַן נאָמען גערופן,

אָט אַזויאָ זאָגט יי, וואָס ער טוט אָט אַזויאָ.

(יג) אָט קומען טעג אָנעט — אָט אַַזויאָ זאָגט גאָט,

ס′עט אַזש דער אַקערמאַן — דעם שניטער אָניאָגן,

און דער טוֹיבנטרעטער — דעם פאַרזייער.

און ס′לן די בערג נעמען טריפן מיט זיסן ווײַן,

און די טאָלן ′לן באַוואַסערט ווערן.

 

(יד) און כ′ל אומקערן דעם אָפּקער פון ישראל מײַן פאָלק,

די פאַרוויסטע שטעט ′לן זיי נעמען בוֹיען;

זיי′לן ווײַנגערטנער פאַַרזייען און זייער ווײַן אוֹיסטרינקען,

סעדער ל′ן זיי פאַרזייען און די פּירות פון זיי עסן —

(טו) און כ′ל זיי אַף זייער ערד פאַרפלאַנצן,

און זיי′לן ווײַטער ניט אוֹיסגעוואָרצלט ווערן,

פון אַף זייער אייגענע לאַנד,

אַוואָס כ′האָב זיי געטאָן אַוועקגעבן.

 

אָט אַזויאָ האָט דאָך גאָט געזאָגט.

 

חזק


אדר תש″ף

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.