Micah in Lithuanian Yiddish


 

מיכה

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה    ו     ז   

 

 

 

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב     ☜ הושע     יואל    ☜ עמוס     ☜ עבדיה     ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

 

 

בווילנא

 

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגוﬦ מיכה לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) ﬢער דְּבַר יי וואָס ﬡיז געווען באַ מיכה הַמֹּרַשְׁתִּי′ן אין די יאָרן פון די מלכים פון יהודה — יֹותָם, אָחָז, און יְחִזְקִיָּה; אַוואָס ער האָט חזיון געהאַט איבער שׁוֹמְרוֹן און איבער ירושליﬦ:

(ב) הערט⸗זשע אוֹיסעט, ﬡיר אַלע פעלקער,

טו האָרכן, די לאַנד און אַלציקעדינג אַוואָס באַ איר איז פאַראַן,

אַז ס′עט ווערן, אַז יי אלהים ט′אַף אײַך זײַן אַן עדות,

אֲדֹנָי — אַזש פון זײַן הייליקן היכל; 

(ג) ווײַלע אָט גייט אֲדֹנָי פון זײַן מקוﬦ אַרוֹיסעט,

און ער′ט אַראָפּעט, און ער′ט צעטרעטן די הייכן פון דער ערד;

(ד) און די בערג ′לן  ווערן אונטער עﬦ — צושמאָלצן, 

און די טאָלן ווידער — צושפּאָלטן,

אַזש ווי פאַרן פײַער — וואַקס,

און ווי געגאָסענע אין אַ טיף⸗משופּעדיקן תהום — וואַסער.

 

(ה) אַדאָס אי′דעך אַלציקעדינג פון וועגן יעקבס זינד,

ﬡון די חטאים פונעם בית ישראל.

ווערי′ דען די זינד פון יעקבן — אַניט שומרון?

און די במות פון יהודהן — אַניט ירושלי?

 

איז דרום ל′עך שומרון פאַר אַ קופּע אַוואָס אין פעלד מאַכן,

פאַר די פאַַרזייער אַזש פון אַ ווײַנגאָרטן;

אין טאָל אַראָפּ ל′עך אַראָפּקײַקלען די שטיינער אירע,

און אירע גרונטפעסטן אַנטפּלעקן.

) אירע אַלע פּסילים ′לן דאָך צושמעטערט ווערן,

און די געקויפעכץ פאַר זונה⸗געלט ′עט אין פײַער ברענען, 

די אַלע אָפּגעטער ל′עך פאַַרוויסטיקן,

ווײַלע זי האָט זיי געזאַמלט פון קורווע⸗געלט,

און צו קורווע⸗געלט ל′ן זיי⸗זאַך אומקערן.

(ח) אַפדערוף ′עלעך אַ הספּד מיט יללות מאַכן,

אַרומגיין ′עלעך אַ באָרוויסער און אַ נאַקיטער,

די קלאָגונג ′עלעך ווי די שאַקאַלן טאָן,

און אבילות ווי די באַ די שטרויכן.

(ט) ווײַלע שטאַרבעדיקע זײַנען די מכות באַ איר,

ﬡון ס′קומט אָנעט אַזש ביז אין יהודה,

טשעפּעט אָנעט דעם טויער פון פאָלק מײַנעﬦ — ביזקל ירושלי.

 

(י) איז זאָג עס ניט אוֹיסעט אין גַּת,

און וויינען זאָלסטע ניט וויינען,

גיי קײַקל⸗זאַך אין שטויב פון בֵּית עַפְראָ דְאֲרְעָא.

 

(יא) איז גיי⸗אַוועקעט, דו אײַנוואוינערקע פון שָׁפִיר,

אַ נאַקיט⸗אַנטפּלעקטע מיטן שאַנד;

אַז די אײַנוואוינערקע פון צַאֲנָן האָט ניט באַוויזן פון אָדאָרטן אַרוֹיס;

און די אבילות פון בֵּית אָטאָ⸗דאָאָ⸗ניטווײַט 

′עט באַ אײַך דעם אָרט אײַערן צונעמען;

(יב) אַז ס′וואַרט⸗אוֹיסעט לטובה די אײַנוואוינערקע פון מָרוֹר,

אַז פון פאַר אֲדֹנָי איז מערניט אַ לרעה אַראָפּעט,

ביזקל אין טויער פון ירושליﬦ.

 

(יג) איז שפּאַן⸗אָנעט אין רײַטוואָגן דעם לויף⸗פערד,

דו, אײַנוואוינערקע פון לָכִישׁ —

דער אָנהייב פון זינﬢיקײַט איז זי באַ די בת ציון,

אַז באַ ﬢיר האָבן זיך אָפּגעזוכט די חטאיﬦ פון די ישרﬡל.

 

(יד) איז ﬢרוﬦ גיי⸗דיר און גיב אַ זײַ⸗מיר⸗געזונט מתנה —

פאַר מורשת⸗גת;

און די הײַזער פון אַכְזִיב די גלאַוונע כזבניﬦ

די מלכי ישראל.

 

(טו) כ′ל דיר נאָך ברענגען די יורשים דײַנע,

דיר, אײַנוואוינערקע אין מָרֵשָׁׁה, 

און דער כבוד פון מלכות ישראל,

‘עט דערגרייכן אַזש ביז — דעם הייל פון עֲדֻלָּם.

 

(טז) מאַך אַ פּליך, גאָל⸗אָפּעט די קאָפּ,

פאַר די תענוגימלעך אײַערע,

און דעם פּליך ברייטער אוֹיסעט ווי באַם אָﬢלער,

אַלמאַי פון אײַך זײַנען זיי פאַרטריבן אין גלות אַוועקעט.

 

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) אַזאָכנוויי די צוקלערער פון שלעכטיקײַט,

מיט מעשים רעים — אַפן געלעגער,

אַוואָס זיי גייען אָפּטאָן די מאָרגן⸗ליכט,

אַבי ס′באַ זיי אין האַנט די מאַכט;

(ב) אַ⸗זיי גלוסטן צו אַ פעלד ﬡון נעמען איר צו,

און צו אַ הוֹיז — און טראָגן איר אַוועקעט,

אַ מענטשן — די נחלה זײַנע.

(ג) איז ﬢרוﬦ טוט אֲדֹנָי אָט אַזויאָ זאָגן:

אָט קלער איך אַף אָטאָ די⸗אָ משפּחה — לרעה,

פון אַזאַאָ, וואָס אירצאַך מיטן האַלדז ניט אַרוֹיסדראַפּען,

און איר′ט מיט אַ געהויבענע קאָפּ ניט גיין, ווײַל ס′איז דאָך – אַן עת צרה.

 

(ד) און אין אָט יענעם טאָג,

ל′ן זיי אַף אײַך אָט פאַראַ קינה⸗משל זאָגן:

אוֹי, ט′מען אַ קלאָג טאָן, 

אַזוי⸗צו⸗זאָגן:

באַגזלען ט′מען אונדז באַגזלט,

די נחלה פון פאָלק מײַנעם פאַרביטן,

ווי נעמט מען עס באַ מיר צו,

אַף דעם שודד פאַרטיילן.

 

(ה) איז ﬢרוﬦ ′עט באַ דיר ניט זײַן,

ווער ס′זאָל אַ גורל⸗שטריק וואַרפן,

פון אָ⸗די וואָס אינעם קהל יי.

 

(ו) „ﬢרשע ניט“, גיין זיי ﬢרשענען,

„פון אָדעם אַלעמען זאָל מען ניט ﬢרשענען“ —

אַז קיין בושה אי′ באַ זיי ניטאָ.

(ז) צי דען זאָגט⸗זאַך ﬡין בית יעקב,

אַז דער רוח אֲדֹנָי איז דען אַ קורצינקער? 

אַז אָט אַזויאָ זײַנען באַ עם די מעשיﬦ,

צי וועלן דען מײַנע רייד ניט גוטווערן,

אַז ער וועט נעמען און אַ רעכטפאַרטיקער אַרומגיין?

 

(ח) און ערשט⸗נעכטן איז דער פאָלק מײַנער

אַלץ אַ שונא געטאָן אופקומען,

אַחוץ דעם אָרעם⸗מלבוש נעמט איר דעם רעקל אויכעט,

באַ דיי וואָס גייען אַדורכעט בטחונדיק —

ווי אַזעטיקע וואָס פון מלחמה קערן זיי⸗זאַך אומעט.

(ט) די פרוֹיען פון פאָלק מײַנעם וועלן פאַרטריבן ווערן פון זייערע פריידפולע הײַזער,

פון זייערע עופעלעך טוט איר צונעמען אַף אייביק מײַן פּראַכט.

 

(י) ﬡיז קומט⸗זשע, גייט⸗זשע,

ווײַלע דערײַן איז קיין מנוחה ניט פאַראַן,

און מחמת די טומאה אַוואָס באַ איר,

וועט עס חרוב ווערן מיט פאַרחרובונג ממש.

 

(יא) טאָמער איז אַווער אַ בעל⸗שטותים, זאָגט כזב ושקר,

„אײַ, כ′ל דיר ﬢרשענען אַַף ווײַן, אַזש אַף י″ש“  —

אַט אַזאַאָ ע′ט פון אָטאָ דעם פאָלק דער בעל⸗ﬢרשער זײַן.

(יב) נאָר וואָדען: זאַמלען ′עלעך דיר צונויפזאַמלען, יעקב, דײַנע, אַלעמען,

מקבץ ′עלעך מקבץ דעם שארית ישראל זײַן, 

אינאיינעם ′עלעך זיי אַוועקשטעלן,

אָט ווי שאָף אין אַ שײַער,

ווי אַ טשערעדע אין איר סאַמע חלק פעלד,

ל′ן זיי אַזש ברומען פון מענטשן⸗געפּילדער.

(יג) דער פּורץ גדר ′עט פון פאַר זיי אַרופעט,

פּורץ געווען און אַדורך דעם טויער,

און אַדורך עם — אַרוֹיסעט,

דער מלך זייערער ט′פון פאַר זיי אַריבער,

בראש — מיט אֲדֹנָיען.

 

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) ﬡיז האָבעך אַ זאָגעטאָן:

הערט⸗זשע זאַך צו, איר גלאַוונע פון יעקב,

און קצינים, איר, פון בית ישראל,

אײַך אי′ דען געריכטיקײַט צו קענען, אַניט?

(ב)  אײַ שונאים פון גוטיקײַט, ליבהאָבער פון שאַלקהאַפטיקײַט,

וואָס טוען רוֹיבן יענעמס הוֹיט פון אַפון עם,

און די לײַב פון אַף די ביינער זייערע; 

(ג) וואָס זיי טוען פרעסן די לײַב פון פאָלק מײַנעם,

און שינדן אָפּעט די הויט וואָס אַף זיי,

זייערע ביינער צושמעטערן זיי,

צעשנײַדנדיק אַף פּיץ⸗פּיצלעך אָט אַזוי ווי אין אַ טאָפּ,

און ווי די פלייש אַוואָס אין קעסל. 

 

(ד) אָדאַמאָלסט ′עלן זיי אַ שרײַ⸗אויס טאָן אֲדֹנָיען,

און ער′ט זיי ניט אָפּענטפערן,

און ער′ט צו יענער צײַט זײַן פּנים פון זיי פאַרבאָרגן,

אָט אַזוי, לויט זייערע שאַלקהאַפטיקע טואונגען.

(ה)  איז אָט אַזויאָ טוט זאָגן אֲדֹנָי:

אַף די „נביאים“ וואָס פירן מײַן פאָלק אין טעות אַרײַנעט,

וואָס זאָגן: „שלום ט′זײַן“ אַבי זיי האָבן אַוואָס בײַסן;

און אָטאָ דער וואָס דערלאַנגט זיי ניט אין מוֹיל אַרײַן,

איז גרייטן זיי אַף עם אָנעט אַ מלחמה.

 

(ו)  איז ﬢרוﬦ ט′אײַך זײַן נאַכט — אָן קיין שום חזיון,

פינצטער ט′אײַך זײַן — אָן קיין שום כישוף;

פאַרגיין ′עט אַף די נביﬡי אַזש די זון,

און טונקל אַף זיי ′עט זײַן דער העלער טאָג;

(ז) פאַרשעמט ′עלן זײַן די בעלי חזיונות,

און די כישופמאַכער צעטומלט,

די אייבערשטע לופּ ′עלן זיי פאַרדעקן,

אַווײַלע גאָט טוט זיי ניט ענטפערן.

 

(ח) פונדעסטוועגן האָבעך זיך מיט כח אָנגעפילט,

מיטן רוח יי,

און גערעכטיקײַט מיט גבורה,

זאָגן יעקב — זײַן זינד,

און ישראל — זײַן חטא.

(ט) איז הערט⸗זשע אוֹיסעט אָט וואָס,

איר באַלעבאַטים פון בית יעקב,

גרויסע קנאַקער פון בית ישראל,

וואָס פאַראומווירדיקן דעם משפּט,

אַלציקעדינג וואָס מיט ישרנות פאַרקרימען זיי;

(י) וואָס ציון בוֹיען זיי — מיט בלוט,

און ירושלי — מיט עוולות.

(יא) די גלאַוונע זייערע גיבן פאַר שוחד אַ משפּט אַוועק,

די כהנים באַ זיי פאַר באַצאָלט לאָזן אַרוֹיסעט אַ פּסק,

זייערע נביﬡי פאַר געלט מאַכן אַ כישוף,

און נאַכער שפּּאַרן זיי⸗זאַך אָנעט אָן אַף אֲדֹנָיען,

אַזוי⸗צו⸗זאָגן:

„אַז גאָט אי′ דאָך מיט אונדז, אַניט?

ט′אַף אונדז קיין שלעכץ ניט אָנקומען“.

 

(יב) איז ﬢרוﬦ צוליב א ײַ ך —

′עט ציון צואַקערט ווערן ווי אַ פעלﬢ,

פון ירושלי ′עט אַ הויפן ווערן,

און פון הַר הַבַּיִת — די שפּיצן פון אַ וואַלﬢ.

 

 

≡≡ פּרק ד ≡≡

(א) אָט ווי ס′עט אין אחרית הימים זײַן:

דער באַרג פון בית יי ′עט אײַנגעפאַסט זײַן אין שפּיץ פון אַלע בערג,

דערהייבן איבער אַלדי היגלען,

ﬡון די אַלע אומות וועלן אַפדערוף אַרײַנטײַכן;

(ב) און אַ פולע פעלקער, און זיי′לן אַ זאָג טאָן:

„אַרופצעצו! לאָמיר אַרוף אַפן הר יי,

צום בית אלהי יעקב,

און ער′ט אונדז לערנען אין זײַנע וועגן,

און מי′לן גיין אין זײַנע מידות —

ווײַלע פון ציון ′עט אַרויס תורה,

און דער דְּבַר יי פון ירושליﬦ. 

(ג) און ער′ט אָפּמשפּטן צווישן אַ פולע אומות,

און ער′ט אָפּפּסקענען פאַר ריזן⸗פעלקער פון העט ווײַט.

 

און זיי′לן פונאַנדערשמידן זייערע שווערדן אַף — אַקעראײַזנס,

און די שפּיזן זייערע — אַף שערפּעס.

אַ פאָלק אַף אַ פאָלק ט′ניט גיין טראָגן קיין שוערד,

און זיי′לן מער ניט לערנען מאַכן מלחמות.

 

(ד) און איטלעכער וועט זיך זיצן —

תַּחַת גַּפְנוֹ, וְתַחַת תְּאֵנָתוֹ,

און קיינער וואַרפט אַף עם ניט אַראָפּעט קיין פּחד,

ווײַלע אָדאָס איז פון מוֹיל פון יי צבﬡות גערעדט געוואָרן.

 

(ה) ווײַלע די אַלע פעלקער ′לן גיין,

איטלעכער אין נאָמען פונעם גאָט זײַנעﬦ;

מיר אָבער וועלן גיין אין נאָמען פון אֲדֹנָיען, ﬡלהינו,

אַף ﬡייביק און אַווײַטער.

 

(ו) אין אָט יענעם טאָג, אָט אַזוי טוט זאָגן אֲדֹנָי:

′עלעך די פאַרוואָגלטע טאָן אײַנזאַמלען,

און אָטאָ די וואָס איז פאַרשטויסן ′עלעך צוקלײַבן,

און אָטאָ די, אַוועמען איך האָב שלעכץ געטאָן —

(ז) איז:

די פאַרוואָגלטע וועל איך מאַכן פאַר אַ שארית הפּליטה,

די אינדערווײַטנס פאַרשיקטע פאַר אַ גבורותדיקן פאָלק,

און אֲדֹנָי′עט איבער זיי קיניגן אַפן הר ציון,

פון איצטערטאָ ﬡון — אַף אייביק.

 

) און ﬢו, מִגְדַּל⸗עֵדֶר,

פאָרבערגל פון בת ציון,

ביז אַדיר ′לן זיי גרייכן,

און ס′עט קומען די אורשפּרינגעדיקע געוועלטונג, —

די מלוכה פון בת ירושליﬦ.

 

) איצטעראָ — פאַרוואָס זשע באַקלאָגסט⸗זאַך אַף שלעכץ?

וואָס, קיין מלך איז ﬢען באַ דיר ניט פאַראַן?

דײַן עצה⸗געבער איז דען פאַרלאָרן געגאַנגען?

וואָ′, ס′האָבן דיר אַַ כאַפּ געטאָן ווייטיקן ווי באַ אַ געווינערין?

 

) איז מוטשע⸗זאַך און ווייטיק⸗זאַך,

בת ציון, ווי אַ געווינערין,

ווײַלע אָט איצטעראָ ′עסטע פון שטאָט אַרוֹיסעט,

און קומען אַזש קיין בבל,

אָ ד אָ ר ט ן ′עסטע אָפּגעראַטעוועט ווערן,

אָ ד אָ ר ט ן ′עט דיר אוֹיסזלייזן אֲדֹנָי פון האַנט פון שונאיﬦ.

 

(יא) הײַנט אַ פולע פעלקער האָבן⸗זאַך אַף דיר אָנגעזאַמלט,

זאָל זי חנפענען — אונדזער אויג איז אַף ציון, 

(יב) זיי⸗אָ, אַזיי ווייסן גאָרניט די מחשבות פון אֲדֹנָיען,

און זיין עצה⸗געבונג זײַנען זיי ניט תופס,

אַז ער האָט זיי געטאָן אײַנזאַמלען,

ווי גאַרבן אַוואָס אין שײַער — אַף אָפּצודרעשען.

 

(יג) ﬡיז שטיי אופעט! ﬢרעש אָפּעט! 

בת ציון, אַז דײַן האָרן ′עלעך פאַר אַן אײַזערנעם מאַכן,

און די קלאָען דײַנע פאַר קופּערנע,

און דו′עסט צושמעטערן אַ פולע אומות,

און זייער האָבנגוץ ′עסטע אָפּזונדערן פון אֲדֹנָיס וועגן,

און זייערע חיילות — פאַרן האַר פון גאָר דער וועלט.

 

(יד) איז איצטעראָ גורט⸗זאַך אָנעט, דו, אָנגעגורטע,

פון באַלאַגערונג וואָס אַף אונדז געשטעלט איז,

מיטן רוט ′לן זיי אַפן קינבאַק ﬢערלאַנגען,

ﬢעם שופט אַוואָס אין ישראל.

 

                         

≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) און דו, אפרת — בית לחﬦ,

אַ קליינשטיקער ביסטע,

צווישן די טוֹיזנטער אַוואָס אין יהודה,

פון דיר ′עט קומען צו מיר, זײַן אַ געוועלטיקער איבער ישראל,

און זײַן מציאות איז דאָך גאָראַמאָלעדיק, פון די קדמון יאָרן.

(ב) איז ﬢרוﬦ ′עלעך זיי אָפּגעבן,

ביזקל וואַנענט די געווינערין ′עט געווינען,

און די איבעריקע בריﬢער זײַנע —

ל′ן⸗זאַך צו די בני ישראל אומקערן.

 

(ג) ער′ט שטיין,

ער′ט די עדה זײַנע קאָרמענען מיטן כח אֲדֹנָי,

מיטן פּראַכט פונעם שם אֲדֹנָי — זײַן גאָט,

און זיי′לן אײַנוואוינען, ווײַלע דאַמאָלסט, 

ט′ער פאַרגרעסערט ווערן,

ביז ﬡין די עקן פון דער וועלט.

 

(ד) און אָט′עט אַ שלום זײַן:

די אַשורים, אַז זיי′לן באַ אונדז אין לאַנד אָנקומען,

און וועלן די פּאַלאַצן ﬡונדזערע צוטרעטן,

′לן מיר אַקעגן עם זיבן פּאַסטעכער שטעלן,

און אַכט פּרינצן אַוואָס באַ די בני אדﬦ.

(ה) און פאַרוויסטן ′לן זיי מיטן שווערד דעם ﬡרץ אשור,

דעם ארץ נִמְרוֹד שוים באַ טיר⸗און⸗טויער —

און ער′ט פון אַשור אָפּראַטעווען

פון אַרײַן באַ אונדז אין לאַנד,

פון אָנטרעטן באַ אונדז אין די גבולות.

 

(ו) און ס′עט זײַן:

אַזדער שארית יעקב אַצווישן אַ פולע פעלקער,

ווי טוֹי אַזש פון אַדֹנָיען,

ווי אַ שפּריי⸗רעגן אַף די גראָז,

אַוואָס קוקט ניט אוֹיסעט אַף אַ מענטשן,

און האָפט ניט אַף קיין בני ﬡדﬦ.

 

(ז) און דער שארית יעקב ′עט באַ די פעלקער זײַן,

אַצווישן אַ פולע ﬡומות,

ווי דער לייב צווישן די וואַלד⸗חיות,

ווי אַ יונגער לייב צווישן טשערעדעס שעפּסן,

אַוואָס זאָל ער אַדורך,

ט′ער עם צעטרעטן און פאַרצוקן —

קיין מציל איז ניטאָ.

(ח) ′עט⸗זאַך אַ הייב טאָן די האַנט דײַנע

אַף דײַנע פײַנטהאָבער, ′לן זיי פאַרשניטן ווערן.

(ט) און ס′עט זײַן, אין אָט יענעם טאָג,

אָט אַזויאָ טוט אֲדֹנָי אַ זאָג:

די פערד דײַנע ′עלעך פון באַ דיר כורת זײַן,

און די רײַט⸗וועגענער מאבּד זײַן,

(י)   די שטעט פון לאַנד דײַנעם ′עלעך כורת זײַן,

דײַנע אַלע פעסטונגען חרוב מאַכן.

(יא)   די כושיפמאַכערײַ וואָס באַ דיר ′עלעך כורת זײַן,

און קיין נעוואָרעזאָגער ט′איר אַווײַטער ניט האָבן.

(יב)   דײַנע פּסילים ′עלעך כורת זײַן,

און די געצנשטיינער פון אַצווישן דיר,

′עסטע⸗זאַך אַווײַטער ניט בוקן צום געווערק פון דײַנע הענט;

(יג)   די אשירה⸗סלופּעס ′עלעך פון אַצווישן דיר אוֹיסרײַסן,

און דײַנע אַקעגענער ′עלעך פאַרטיליקן —

(יד)   מיט צאָרן און מיט גרימצאָרן,

′עלעך אַ נקמה נעמען באַ די פעלקער,

אַוואָס זיי האָבן⸗זאַך ניט צוגעהאָרכט.

 

≡≡ פּרק ו ≡≡

(א) טאָ הערט⸗זשע אוֹיסעט אַוואָס אֲדֹנָי טוט זאָגן:

שטיי⸗אופעט און גיי קריג⸗זאַך מיט די בערג,

און די היגלען עלן⸗זאַך צום קול דײַנעם צוהערן.

(ב) בערג! טוט הערן דעם קריג פון אֲדֹנָיען,

ﬡון איר, אבני יסוד, גרונטפעסטן פון דער ערד —

אַז באַ אֲדֹנָ′ען איז אַ קריג מיטן פאָלק זײַנעם,

מיט ישראל האָט ער פאָרט אַ וויכוח:

(ג) בערג! אָ⸗דו, פאָלק מײַנער!

אַוואָס האָבעך דיר דען אָפּגעטאָן?

אַמיט וואָס האָבעך דיר באַעוולט?

זאָג זשע עדות!

(ד) אַז כ′האָב דאָך דיר אַרופגעפירט פון ארץ מצריﬦ,

און דיר דערלייזט פונעם בית עבדיﬦ,

און פון פאַר דיר צוגעשיקט,

סײַ משהן, סײַ ﬡהרנען, סײַ מרימען.

 

(ה) פאָלק מײַנער!

געדענק⸗זשע אַוואָס ס′האָט צוגעקלערט —

בָּלָק דער מלך מואב,

און אַוואָס סט′עם אָפּגעענטפערט —

בִּלְעָם בֶּן בְּעֹור.

 

פון די שִׁטִּים און ביזקל ﬡינעם גִּלְגָּל,

איר זאָלט דען וויסן זײַן די צְדָקוֹת פון אֲדֹנָיען.

 

(ו) מיט וואָזשע זאָלעך פון פאַר אֲדֹנָי קומען, אַ?

זיך נייגן פאַר גאָט וואָס אין די הייכן?

מיט קרבן⸗עולהס זאָלעך דען פאַר אים קומען?

מיט אייניאָריקע קעלבער?

(ז) צי וויל דען אֲדֹנָי טוֹיזנטער באַראַנטשיקעס?

צענדליקער טוֹיזנט טײַכן מיט אייל?

שענקען מײַן בכור אַף מײַן זינד?

די פֵּרי פון מײַן בוֹיך פאַרן חטא פון דער נשמה?

 

(ח) מענטש מײַנער! דיר ﬡיז געזאָגט געוואָרן אַוואָס איז גוט,

און וואָס אֲדֹנָי טוט באַ דיר פאָדערן:

מערניט רעכטפאַרטיקײַט טאָן, און האָלט האָבן — רחמנות,

און צניעותדיק⸗באַשיידן גיין פון פאַר דײַן גאָט.

(ט) דער קול אֲדֹנָי רופט אוֹיסעט אין שטאָט אַרײַן.

ס′איז אַ שכל הישר האָבן יראה פאַר דײַן נאָמען,

הער⸗זאַך צו — אַ שטעקן, און אָדעם וואָס האָט עם געשטעלט;

(י) צי אי′ נאָך פאַראַנען די אוצרות פון גזילה אין הוֹיז פונעם גזלער?

און די פאַלשע וואָגשאָל אַף אָפּנאַרן?

(יא) „′עלעך אַ זכּאי בלײַבן מיט אַ וואָגשאָל אַ גזלנישע?

און אַ זעקל מיט אָפּנאַרערישע וואָג⸗שטיינדלעך אָנגעפילט?“

(יב) אַוואָס אירע עשירים זײַנען מיט רוֹיב אָנגעשטאָפּט,

די אײַנוואוינער זייערע — שקרים⸗זאָגער,

פון צונג וואָס ﬡין מוֹיל — הוילע פאַלשקײַטן.

 

(יג)  איז ﬢרוﬦ ′עלעך דיר אויכעט שרעקלעך אַ מכה געבן,

אַ פאַרוויסטע ′עסטע פאַר די עבירות דײַנע פאַרבלײַבן.

 

(יד)  דו′סט עסן און ניט זאַט זײַן,

און אַ כאָלעריע וועט אַצווישן דיר זײַן,

דו′סט⸗זאַך אַ כאַפּ טאָן, נאָר קיין פּליטה ניט מאַכן,

און דעם פּליטה⸗מאַכער ′עלעך פאַרן שווערד טאָן אַוועקגעבן.

(טו) וועסט פאַרזייען און ניט אָפּשנײַדן;

דו′סט די איילבערטן פאַרטרעטן,

נאָר שמירן⸗זאַך מיטן אייל ′עסטע ניט;

ווײַנטרוֹיבן ′עסטע פּרעסן —

נײַערט קיין ווײַן ′עסטע ניט טרינקען.

 

(טז)  און נאָכדעם אַלעמען ווערט באַ דיר אָפּעהיט דער דין פון — עָמְרִי′ן,

די אַלע מעשים פונעם בֵּית — אַחְאָבֿן,

אין ז י י ע ר אופזיכט גייסטע דען אַרומעט,

כ′זאָל דיר פאַר אַ בייזוואונדער מאַכן,

און די תושבים אַוואָס באַ דיר פאַר אַ שמוצערונג.

און טראָגן ′עט איר די חרפּה פונעם פאָלק מײַנעם.

 

 

≡≡ פּרק ז ≡≡

 

(א) אַזאָכנוויי צו מיר — בינעך די לעצטע פון די זומערדיקע פּירות,

די איבערבלײַבעכצער פון די ווײַנטרויבן,

אַז אַ הענגל אַף עסן איז שוים ניטאָ,

קיין רײַפע פײַגן אַוואָס ס′גלוסט⸗זאַך די האַרץ — אַניטאָ.

 

(ב) דער צדיק איז פונדערערד פאַרלאָרן געגאַנגען,

און קיין יושר באַ לײַטן ﬡי′ — ניטאָ;

אַז אַף בלוט לאָקערן זיי,

איינער דעם אַנדערן אין אַ נעץ כאַפּן.

 

(ג) אַז אַף שלעכץ לייגט מען אַזוי ריכטיק אַ האַנט;

דער פּרינץ ווייס בעטן, באַם שופט — מיט כאַבאַר,

און ווער ס′פון די גדולים רעדט לוֹיט זײַן תאווה,

און דערנאָכדעם פלעכט מען עס אַלציקעדינג צונויפעט.

 

(ד) אַז פון בעסטן פון זיי,

איז ווי אוֹסציען די וואָל וואָס איז אין דערנער פאַרשטעפּעט.

דער טאָג פון די אַרוֹיסקוקער, פון אָנקום פון די געדענקונג דײַנע —

אָט איז ער געקומען,

ﬡיצטער ′לן זיי אַזש מבולבָּליﬦ ווערן.

 

(ה) ﬡינעם חבר זאָלסטע ניט גלייבן,

ﬡינעם גוטן⸗פרײַנט ניט האָבן אַ בטחון,

פון אָטאָ די⸗אָ, וואָס זי ליגט באַ דיר אין שויס,

היט זיך פאַר אופעפענען אַ מוֹיל —

(ו) אַז אַ זון איז דעם טאַטן מבזה,

אַ טאָכטער אַף איר מאַמען שטייט אופעט,

אַ שנור אַף דער שוויגער:

די שונאים פון אַ מענטשן זײַנען דען — די בני בית גופא.

 

 

(ז) איך וועל אַרֹיסקוקן אַף אֲדֹנָיען,

אָפּוואַרטן ′עלעך מײַן ישועה — גאָט,

און מײַן גאָט ′עט⸗זאַך צו מיר צוהאָרכן.

(ז) איז פריי⸗זאַך נאָך ניט, שונא מײַנער:

כאָטש איך בין געפאַלן ′עלעך אופשטיין,

זאָל איך אַפילו זיצן אין חושך, איז אֲדֹנָי מיר אַ ליכט.

(ט) ′עלעך טראָגן דעם ירגזון פון אֲדֹנָיען —

האָבעך דאָך פאַר עם אונטערגעזינדיקט;

ביזקל וואַנענט ער′ט מײַן קריוודע ניט אָננעמען,

דעם משפּט מײַנעם אָפּמשפּטן,

ער′עט מיר דען אַף ליכט אַרוֹיספירן,

און כ′ל אַזש זײַנע צדָקות באַנעמען.

 

(י) און דאַמאָלסט, אַז די שונﬡטע מײַנע ′עט עס דערזען,

זי′עט אין בושה באַדעקט זײַן,

אַוואָס זי האָט מיר געזאָגט: 

„אי′ וואו אי′ דען אֲדֹנָי דײַן גאָט?

און מײַנע אויגן וועלן איר אָנקוקן,

זי′עט זײַן אַף צעטרעטונג, ווי די בלאָטע פון גאַס.

 

(יא) דער טאָג אַף ﬡופבוֹיען דײַנע פּלויטן,

אָט יענער טאָג איז העט ווײַט,

(ייב) אַזאַ מין טאָג, זיי′לן צו דיר אָנקומען,

פון אשור און פון די שטעט פון מצריﬦ,

ﬡון פון מצרים ביזן נְהַר פְּּרַת.

פון איין ים ביזקל דעם אַנדערן,

פון איין באַרג ביזקל דעם אַנדערן.

 

(יג) און די ערד ′עט פאַר די תושבים אירע אַ וויסטע זײַן,

אַזעטקענע זײַנען דען פון זייערע מעשים די פּירות.

 

(יד) איז פּאַשע אופעט מיטן רוט דײַן פאָלק,

די שאָף פון דײַן נחלה,

אָדי וואָס לעבן⸗זאַך אַליין — אַ וואַלד אינמיטן אַ מחיהדיקן גאָרטן,

זיי′לן פּאַשען זייערע שאָף ﬡין בָּשָׁן און אין גִּלְעָד,

ווי אין די גאָראַמאָלעדיקע יאָרן,

(טו) אָט אַזוי ווי אין די טעג פון דײַן אַרוֹיסגיין פון ﬡרץ מצריﬦ,

′עלעך ע נסי ונפלﬡות באַווײַזן.

 

(טז) דאָס ′לן זען די פעלקער,

און מיט דער גאַנצער גבורה ′עלן זיי⸗זאַך שעמען,

די האַנט ′עלן זיי אַפן מוֹיל שטעלן,

זייערע עווערן ′לן פאַרטויבט ווערן.

 

(יז) זיי וועלן שטויב לעקן ווי אַ שלאַנג,

אַזוי ווי די שרצימלעך פון דער ערד,

וועלן זיי ציטערדיקע אַרוֹיס פון די נאָרעלעך,

פאַר אֲדֹנָי אונדזער גאָט וועלן זיי מורא האָבן —

און פון דיר ﬡויכעט.

 

(יח) ווער איז דען גאָט, אָ ווי אַדו?

וואָס′עט חטﬡי פאַרגעבן,

און פּשעי פאַרקוקן,

פון וועגן דער שﬡרית הפּליטה פון זײַן נחלה?

ער′ט דאָך דעם גרימצאָרן אַף אייביק ניט האַלטן,

ווײַלע ער איז דאָך אַ וועלער אין דערבאַרעמדיקײַט.

 

(יט) ′עט ער⸗זאַך מישב זײַן און האָבן רחמנות,

ער′ט אונדזערע זינד באַצווינגען,

און אין די טיפענישן פון ים אַרײַן,

′עסטע די אַלע חטאי אַרײַנוואַרפן.

 

(כ) זאָלסט דעם ﬡמת באַﬡמתן — יעקבן, 

דעם חסד – ﬡברה⸗ﬡבינון,

אַוואָס דו האָסט אונדזערע ﬡבות ﬡבותינו געשוואָרן

פון די גאָראַמאָלעדיקע יאָרן.

 

חזק

 


אַכט⸗און⸗צוואַנציק טעג אין ניסן תש″ף

אַ האַרציקן יישר⸗כח

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מתרגם אַליין.