אַ בליאונג אין אַש“ פון רבקה באַסמאַן בן⸗חיים„


די באַגריסונג פון דוד קאַץ לכבוד דעם נײַעם בוך

אויפן אָוונט אין בית לייוויק (תל אביב), זונטיק דעם 14טן פעב. 2021 (דורכן אינטערנעט)

צוערשט, אַ האַרציקן מזל⸗טוב דעם בית לייוויק, מיט דניאל גלאַיען בראש, פאַרן ווײַטער אויפהאַלטן דעם קלאַסישן יידישן פאַרלאַג⸗וועזן (אַ סברא אַז בײַ הײַנטיקן טאָג איז דער לייוויק פאַרלאַג דער  א י י נ צ י ק ע ר  אמתער פאַרלאַג אויפן געביט פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור אויף גאָטס וועלט). ניט קיין קלייניקײַט. אויך אַזאַ באַגעגעניש ווי אונדעזער הײַנטיקע, איצטערטאָ, צי אין זאַל אויף דוב הוז, צי אויפן וואונדער⸗נסימדיקן זום, על פּי נוסח יידיש ביידיש, איז אין אונדזערע טעג געוואָרן אַ יקר המציאות ממש.

דאָס בוך „אַ בליאונג אין אַש“, פון רבקה באַסמאַן בן⸗חיים, וואָס מיר זײַנען אַלע הײַנט אָט דאָ געקומען לאָזן אין וועג אַריין (אַ בוך האָט דאָך אויכעט זײַן לעבן…) איז אַ פּראַכטפול אַרויסגעגעבענער באַנד יידישע פּאָעזיע פון אונדזער באַקאַנטער, באַליבטער פּאָעטעסע.

רבקה באַסמאַן (בן חיים) האָט דורכגעמאַכט דעם מהלך פון ליטווישן שטעטל (נו, בײַ אונדז ליטוואַקעס וואָלט ווילקאָמיר גיכער הייסן אַ שטאָט, ניט קיין שטעטל!); דורך דער פאַרפּײַניקטער ווילנער געטאָ; דערנאָכדעם, נאָך דער ליקווידירונג פון געטאָ אין 1943טן יאָר, אין דער פאַרשיקונג אין קײַזערוואַלד קאָנצענטראַציע לאַגער אויפן שקלאַפן⸗אַרבעט אין געגנט פון ריגע, לעטלאַנד; נאָך דעם: אויף די טויטן⸗מאַרשן קיין דײַטשלאַנד; אַזש ביז דער באַפרײַאונג אין 1945. די בריחַה תקופה אין אייראָפּע באַלד נאָך דער מלחמה, און אחרון אחרון, עד היום: אַזויפל שיינע יאָרצענדליקער אין מדינת ישראל, וואו זי האָט תמיד פאַרנומען אַן אויבנאָן אין דער יידישער פּּאָעזיע, פון די סאַמע טעג פון „יונג ישראל“ און ביזן היינטיקן טאָג. דער באַנד ווערט פּרעכטיק אילוסטרירט דורך איר לעבנס⸗באַגלייטער, איר באליבטן מאַן, דעם גרויסן קינסטלער מולה בן⸗חיים ע”ה.

אין באַנד גייען אַרײַן שיינע, פרישע, שפּאָגל⸗נײַע לידער, אָקערשט געשריבענע, וואָס שטעלן מיט זיך פאָר אַ קול קורא צום אויסגעבענקטן המשך, שוין פון די ערשטע שורות:

 

דערקלײַב דאָס ניט דערקליבענע,

דערזינג דאָס ניט דערזונגענע,

נעם אויף פאַר די געבליבענע

און רייד פאַר זיי דאָס ניט⸗דעררעדטע.

 

רבקה באַסמאַן איז די סאַמע וועגווײַזערין צום אומקאָמפּראָמיסלעכן דראַנג פון דיכטער שטענדיק צו שאַפן; אַזעלכע שורות קענען נאָר שטאַמען פון עכטסטן פּאָעט:

 

ווען איך שרײַב ניט, וואָלט איך ניט געלעבט,

אַזוי האָט מיר אַ וואָרט פאַרטרויט,

און כ’וואָלט ניט אַנטרונען פונעם טויט

איך גלייב

און שרײַב

און בלײַב.

צי מיר ווילן צי ניט, איז די לאַגע פון אונדזער ליטעראַרישן יידיש בײַ הײַנטיקן טאָג טיף און אינערלעך געקניפּט און געבונדן מיטן גורל פון יידיש ריידנדיקן פאָלק בעתן חורבן. אין אָטאָ דעם באַנד לידער, „אַ בליאונג אין אַש“, זעען מיר ווי אַזוי אַ מייסטערישער פּ אָ ע ט איז די עצם היסטאָריע אַ סברא מער פעאיק איבערגעבן נײַע דורות, איידער פּראָפעסוירים אין זייערע קורסן און קאַטעדרעס.

אין בוך באַקענען מיר זיך מיטן פּאָעטס ברודערל  אַ ר ע ל ע,  ער איז אומגעבראַכט געוואָרן אַז ער איז געווען קאַם אַכט יאָר. דער באַנד ווערט טאַקע אַרעלען געווידמעט. די שיינע אויסגאַבע עפנט זיך מיט דער לחלוטין אומפאַרגעסלעכער פאָטאָגראַפיע פונעם אומגעקומענעם שיינינקן יינגעלע.

אָבער ניט נאָר וועגן ברודער אַרעלען שרייבט זיך. איינע פון די שטאַרקסטע לידער אין בוך אין געווידמעט אין שול-חברטע ראָכאַלען:

 

אַ בלום פון 16 יאָר —

איך געדענק דעם פונק אין דײַנע אויגן

אַזאַ פרייד צו אַלץ וואָס לעבט,

ליכטיק ווי אַ רעגנבויגן, קיינעם ניט געפרעגט ווי צו לעבן מער,

כ’האָב אין אויגן דיינע קיינמאָל ניט געזען קיין טרער —

 

דער גורל פון ראָכאַלען איז מער ספּעציפיש דעם גורל פון דער מחברטעס — פון אונדזערע —  ליטווישע יידן. איז: זאָל בפירוש וויסן דער הײַנטיקער לייענער, אַז דער פּאָעטעסעס ווילקאָמירער שול⸗חברטע ראָכעלע האָט אַפילו ניט דערלעבט ביז צו די געטאָס און לאַגערן און טויטן⸗מאַרשן. זי איז שוין גלײַך אין די ערשטע טעג דערשאָסן געוואָרן פון אַ בחור: אַ שכנישער ליטווינער, וואָס פלעגט זיצן לעבן איר אין מיטלשול, אין דער גימנאַזיע. (ערשט מיט אַ סך יאָר נאָך דער מלחמה האָט רבקה באַסמאַן באַקומען פון אַ גוטער ליטווינערין אַ שכנה אין ווילקאָמיר אַ גימנאַזיע⸗פאָטאָגראַפיע פון ראָכאַלען.)

מעטאָדאָלאָגיש דרייסט, אַזש ראַדיקאַל איז אַ גאַנג, אַ פּאָעט זאָל אײַנגלידערן שטיקער פון היסטאָרישן נאַראַטיוו גופא, אין  פּ ר אָ ז ע, נאָר וואָדען — אויסגעשטעלט שורותווייז אין פאָרם פון אַ ליד, וואָס ווערט דערמיט אַן אינטעגרירטער חלק פון אַ באַנד ל י ד ע ר (דווקא אַזוי און ניט פאַרקערט).

וואָס נאָך: אינאיינעם מיט די נײַ⸗געשאַפענע לידער אין באַנד, מיט די פּראָזע⸗פאַרלירישטע היסטאָרישע פאַרהעלטענישן, גייען אַריין לידער געשריבענע אינעם  ל אַ ג ע ר, קײַזערוואַלד, מיט קאַרגע אַכציק יאָר צוריק. לידער וואָס אַנדערע האָבן וועגן זיי ניט איינמאָל דערציילט, ווי אַזוי רבקה באַסמאַן פלעגט זיי פאַר די מיטלײַדנדיקע פרויען און מיידלעך אין לאַגער פאָרלייענען צו נאַכט צוצו, אויף אַ קאַּפּ נחמה.

אַלץ ייד וואָס האָט אָפּגעלעבט 21 יאָר אין ווילנע וויל איך אײַער אויפמערק ציען אויף אַ ליד וועגן פריערדיקן  ל ע ב ב סבילד פון אונדזער ליטע, דאָס ליד הייסט טאַקע: ליטע, און געפינט זיך פּונקט אינמיטן בוך, וואו מעןן פאַלט אַרײַנעט אין אַן אַמאָליקער וועלט פון נאָענטשאַפט מיט דער הדרותדיקער נאַטור⸗שיינקײַט פון די ליטווישע נאָדלביימער און וועלדער, שיער ניט ווי אַ רמז אויף די הונדערטער יאָרן אָדאָרטן אָפּגעלעבטע, לפי ערך במנוחה.

וואָס נאָך: די וואָך וועט מען אָפּמערקן רבקה באַסמאַנס זעקס⸗און⸗נײַנציקסטן געבאָרנטאָג, אַ יום⸗טוב אומעטום וואו מ′לייענט און מ′לערנט די יידישע ליטעראַטור.

ווינטשן מיר אונדזער טײַערער רבקהן שעפערישקײַט, געזונט, כוחות, גוטע בשורות און פרייד ביז צו די 120. אַ יישר⸗כח.